היסטאריע פון אידישקייט און קהלות אין קאנאדא

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

היסטאריע פון אידישקייט און קהלות אין קאנאדא

תגובהדורך מיללער » דינסטאג פאברואר 18, 2014 2:04 pm

מיר האבן נאכנישט קיין אשכול וואס באהאנדלט אידישקייט אין קאנאדא, וועל איך זיך ערלויבן צו גיין פתיחה מיט גאר אן היסטארישער קונטרס'ל וואס געפונט זיך אויף די וועבערישע ארכיווען באקאנט אלס וו.וו.וו.ארכיוו.ארג

די עלטסטע קהלה אין די גרויסע שטאט "מאנטריאל" גייט צוריק צו די פריע ת"ק יארן ווען די שאפאנישע און פארטוגעיזישע אפשטאמיגע אידן האבן געגרינדעט די "שארית ישראל" קהלה (דאס איז די זעלבע סארט קהלה ווי די שארית ישראל קהלה אין ניו יארק).

דאס בית המדרש איז קודם געווען אויף שענענוויל סט., בשנת תר"נ האט די קהלה געפייערט א חנוכת הבית אויפן נייעם בנין וואס איז געבויעט געווארן אויף סטענלי סט. און לכבוד די חנוכת הבית איז דער רב פון ק"ק שארית ישראל פון ניו יארק הרב פרערא-מינדיז ז"ל געקומען צו פארן. די קהלה האט געלאזט אפדרוקען די מנהגים און מזמורים וואס ווערן געזאגט לכבוד דעם חנוכת הבית, און דאס געפונט זיך היינט אויפן דערמאנטן ווועב-ארט, און קען ווערן געזען און ארונטערגעלאדנט דא.

בייגעלייגט:
1. א רוף צו ראטעווען דעם אלטן בנין אויף שענענוויל
2. דער מאיעסטעטישער בנין אויף סטענלי סט.
3. דער שער-בלאט פונעם קונטרס געדרוקט צום חנוכת הבית
צוגעלייגטע
chenneville2.jpg
Synagogue_Sherith_Israel_Stanley_Montreal_1901_1910_notman.jpg
cihm_93122_0024.jpg

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

Chenneville בית המדרש.

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג פאברואר 18, 2014 3:24 pm

Built in 1838 by Shearith Israel, Montreal's oldest Jewish congregation, this synagogue was located near the corner of Chenneville (now Chêneville) and La Gauchetière in today's Chinatown. It was bought by Beth David, a Romanian congregation, in 1890. Beth David left the synagogue in 1929.

Around 1940, the synagogue was bought by a Chinese Christian congregation and converted into the Chinese Presbyterian Church. The building was destroyed in 1979 to make way for the Guy Favreau complex.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 18, 2014 5:16 pm

א ליסטע פון בתי מדרשים.

קאנגרעגיישאן בית שלמה אויך גאנץ אלט. http://en.wikipedia.org/wiki/Bagg_Street_Shul

זע דא אנפאנג דף 4. (אין דעם PDF איז אויסגערעכנט גאנץ אסאך בתי מדרשים אין קאנאדא.)

Beth Shloime Temple Solomon is the oldest synagogue in
continuous use in Montreal. The congregation, located
in the heart of the old Jewish district, was founded
before World War I and has been at its present location
since 1921. Services are held every Shabbat and
throughout the High Holy Days. Beth Shloime has been
recognized as a religious structure of heritage value.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 18, 2014 5:25 pm

מיללער האט געשריבן:די עלטסטע קהלה אין די גרויסע שטאט "מאנטריאל" גייט צוריק צו די פריע ת"ק יארן ווען די שאפאנישע און פארטוגעיזישע אפשטאמיגע אידן האבן געגרינדעט די "שארית ישראל" קהלה (דאס איז די זעלבע סארט קהלה ווי די שארית ישראל קהלה אין ניו יארק).

דא רעדט מען פון די זעלבע זאך? דארט איז דא די בילד.

בילד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך פאברואר 19, 2014 7:20 pm

פיינע געדאנק דער אשכול. פאר ווער עס האט א אינטערעס אין די נושא קען די בוך זיין אינטרעסנט געשיכטע פון יידן אין קאנאדע, ובאנגלית.

יצויין אז דער געדאנק פון Order Of Service האבען זיי קאפירט פון די ענגלישע אידען וואס האבען אזאנס געדרוקט יעדע שני וחמישי פאר יענע מאורע קטן כגדול אבער די קאנאדישע זענען אסאך זעלטענער.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

קהל מחזיקי תורה טאב, מאנטריאל

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 7:17 am

א קליין בית המדרש'ל, ברוינע ווענט, וואס האט נאך נישט געטויש צורה זינט איר התייסדות, א רוהיגע ווינקל, א מקום וואו עס קומען זיך צונויף אלע קרייזן און שטערמונגען, יעדער איז וועלקאם. קהל מחזיקי תורה טאב.

דאס בית המדרש איז נתייסד געווארן דורך הגה"צ ר' יוסף דוד קליין זצ"ל און עס ווערט היינט געפירט דורך זיין זון הרב מטאב שליט"א.

פאר ווער עס איז נאך נישט געווען אין דעם ביהמ"ד איז זייער שווער אים צו שילדערן די מהוות פון דעם אייגענארטיגן שול.

עס איז די אויר, די לופט אין דעם בית המדרש איז צוזאםגעשטעלט פון אזעלכע אינטערסאנטע אינגרידיענס, די מיקסטשער איז דויערהאפטיג.

א בית המדרש וואו א "יעדער" איז "אייביג" וועלקאם פאר "אלעס". אין דעם בית המדרש איז נישט קיין חילוק צו דו ביסט א סאטמאר'ע חסיד (תרתי משמע), א סקווערע חסיד, פאפא, צאנז, קלויזענבורג, באבוב, וכל שם דאית ליה, נישט אז עס איז ממש נישט קיין חילוק, עפעס א נפק"מ איז יא דא, נעמליך אויב ביסטו א חסיד פון סיי וועלכע רבי, ביסטו יעצט א חלק פון די דעבאטע אויף דיין צד.

אבער אפגזעהן דיין מיינונג, חסידות, פארטיי, יעדער לעבט דארט בשלום ושלוה, מיינונג דיפערנצן זענען בסך הכל א גוטע סיבה פאר געשמאקע דיסקאשענס, ואת והב בסופה.

א אינטערסאנטע מציאות וואס מען זעט זעלטן איז, אז די רב, און דער דיין, ראש הכולל, און שמש, מיט די נגיד פון די קהלה, זענען אלע... ברידער'ס. עס איז א כבוד און א קידוש ה' צו זעהן אזא אהבה ואחוה צווישן די ברידער, נוהגים כבוד זה בזה.

די באקאנטע ידען ומחבר ספרים הרב ר' אברהם מייזעלס שליט"א האט א ריזיגע חלק פון זיינע מייסטערהאפטיגע ווערק מסדר געווען אין אט די בית המדרש.

אלזא, ווער עס האט עפעס צו מיט טיילן איבער דעם בית המדרש איז מכובד.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

אוועטאר
zookeeper
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 13, 2011 12:52 am

תגובהדורך zookeeper » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 8:25 am

וואס איז מיט מנחת אלעזר אויף סט וועיטור.
וויפיל מונקאטשע דאוונען דארפט ?

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11176
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:22 am

וועלכע גאס איז די בית מדרש

אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

תגובהדורך חיים ושלום » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:30 am

העמיר זיך זען אויף שמחות

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך סעפטעמבער 10, 2014 10:33 am

איז דער טאבער רב א קרוב מיט הגאון ר' דוד גראס ז"ל וואס מ'האט גערופן טאבע רב?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10117
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג סעפטעמבער 11, 2014 9:43 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די עלטסטע קהלה אין די גרויסע שטאט "מאנטריאל" גייט צוריק צו די פריע ת"ק יארן ווען די שאפאנישע און פארטוגעיזישע אפשטאמיגע אידן האבן געגרינדעט די "שארית ישראל" קהלה (דאס איז די זעלבע סארט קהלה ווי די שארית ישראל קהלה אין ניו יארק).

דא רעדט מען פון די זעלבע זאך? דארט איז דא די בילד.

בילד

אוודאי איז דער זעלבער קהילה.
דער בילד איז דער זעלבער ווי דער ערשטער בילד פון מיללער, פון דער ערשטער שול אויף שענענוויל סט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
Built in 1838 by Shearith Israel, Montreal's oldest Jewish congregation, this synagogue was located near the corner of Chenneville (now Chêneville) and La Gauchetière in today's Chinatown. It was bought by Beth David, a Romanian congregation, in 1890. Beth David left the synagogue in 1929.

Around 1940, the synagogue was bought by a Chinese Christian congregation and converted into the Chinese Presbyterian Church. The building was destroyed in 1979 to make way for the Guy Favreau complex.

כ'ווייס נישט פאר וואס זיי זאגן אז עס איז דעסטרויט געווארן, לויט גוגל סריט וויאו איז עס טאקע אויף דער זעלבער סקווער בלאק ווי דער Guy Favreau complex, אבער דער בנין שטייט נאך כמעט כתבנותו, ליידער מיט א צלם ביים שפיץ.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:45 am

די צווייטער שול פון שארית ישראל וועלכער איז געשטאנען אויף שענעוויל גאס (בילד # 1 און 4) שטייט ניט מער. די בילד פון גוגל איז אן ענדליך בנין א גאס אוועק

די בנין אויף גוגל שטייט אויף לאגאשיטער ביים ווינקל פון שענעוויל,פארצייכענט אויפן
MAP CHURCH

די שול פון שארית ישראל איז געשטאנען אויף די אנדערע זייט פון שענעוויל מיט א 4 הייזער פון לאגאשיטער גלייך ביי
DUFFRIN SQUARE
און פארצייכענט אויפן
MAP JEWISH SYNAGOGUE


אויפן בילד #4 זעהט מען א בנין מיט קליינע ציגעל שטייט רעכטס פון שול, אבער די בנין אויף גוגל איז אויפן ווינקל און עס איז ניט מעגליך אז עס איז געווען נאך א געביידע אויפן שמאלען שענעוויל גאס וועלכער איז דאמאלט געגאנגען גראד ביז דארטשעסטער (היינט רעני לאוועק)

די שול האט געהאט פיר קאנטיגע פענסטער פארענט אויפן צווייטען שטאק די בילד אויף גוגל האט רונדיע פענסטער מיט גאר אנדערע ציגעל געשניטען ארום די פענסטער

די בילד פון שול האט 8 לינעס פון ציגל פונעם שפיטץ ביז דעם פולען ברייטקייט, אויף גוגל איז פארהאנדיג 13
צוגעלייגטע
800px-Montréal_1879__Secteurs_Square_Dufferin_et_Christian_Brothers_School__(6624523089).jpg
לעצט פאראכטן דורך Hochelaga אום זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:42 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:41 am

.
צוגעלייגטע
20140928_095441.jpg
גוגל בילד מיט רונדיגע פענסטער ביים צווייטען שטאק
20140928_095441.jpg (16.03 KiB) געזעהן 4202 מאל

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:47 am

אויפן ערשטן בילד קאן מען זעהן די זייטיגע פענסטער פון שול, אויפן גוגל בנין זענען די פענסטר ניט די זעלבע
צוגעלייגטע
20140928_095234.jpg

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:34 pm

די ערשטער שול פון שארית ישראל וועלכער איז אויך געווען דער ערשטער שול אין מונטריאל איז געבויט אום 1776 און איז געשטאנען אויף נאטערע דאם גאס ניט ווייט פונעם סענט לארענס ווינקל, ווי עס שטייט היינט די
Palais de Justice

עס איז ניט באוואסט קיין בילד פון דעם ערשטער שול געביידע
צוגעלייגטע
ph_CJC-02_arch_tgl.jpg
בילד פון שול אויף שענעוויל
לעצט פאראכטן דורך Hochelaga אום זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג נובעמבער 16, 2014 12:39 pm

.
צוגעלייגטע
ghj.jpg
בילד פון סטענלי גאס שול
ghj.jpg (9.96 KiB) געזעהן 4173 מאל

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג נובעמבער 16, 2014 2:31 pm

דער היינטוגער שול פון שארית ישראל, וואס ערהאלט אויך צוויי קלענערע קהלות וועלכע דאווענען לויט זייערע מנהגים
צוגעלייגטע
images 1234.jpg

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » זונטאג נובעמבער 16, 2014 10:17 pm

און די 1830 יארן האבען מערערע אידן פון מזרח אייראפע אימערגרירט קיין מונטריאל און פראבירט אויפצושטעלן א קהילה מנהג אשכנז אבער ניט קאנענדיג בייקומען א פערמיט מצד הממשלה האט עס זיך פארצויגען ביז יאר 1846 ווען די
פוילישע, דייטישע און ענגעלאנדישע אפשטאמיגע האבען זיך אפגעטיילט פונעם ספרדישע שארית ישראל און געגרינדעט דעם צווייטען קהילה שער השמים

די קהילה האט געדינגען א פלאטץ פאר 10 דאללער אויף סט. דשעמס גאס היינט סט. דשאקס
St Jacques St. James

און יאר 1859 האט די קהילה געבויט א שול אויף 41 סט קאנסטאנט היינט 915 דא בוליאן
915 De Bullion 41 ST CONSTANT
די שול האט געהאט 150 מענער זיצען און 50 פרויען זיצען

און יאר 1886 איז די שול פארקויפט געווארן צו א נייע קהילה בני בנימין/בני יעקב
צוגעלייגטע
shaar 1.png
ערשטער שול פון שער השמים מונטריאל
shaar 1.png (111.77 KiB) געזעהן 4117 מאל
לעצט פאראכטן דורך Hochelaga אום מיטוואך נובעמבער 19, 2014 8:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 2:47 pm

און יאר 1886 האט די שער השמים געענדיגט בויען די נייער שול אויף מעגיל קאללעדש פאר פערצוג טויזענט דאללער
עס איז כדי צו באמערקן אז ביז 1918 איז דער אפיצעלער נאמען געווען "די ענגלישע דייטשע פוילישע קהילה"
צוגעלייגטע
shaar 2.png
2039 McGill College Ave צווייטער שול פון שער השמים

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » מיטוואך נובעמבער 19, 2014 9:08 pm

און 1922 האט די שער השמים זיך געצויגען צו זייער איצטיגער שול ביים ווינקעל פון סט. אנטוואן און קענסינטאן
St Antoine, Kensington
די שער השמים האט פארקויפט דעם ארון קודש וואס איז אריגענעל געבראכט געווארן פון בעלגיע מיט די בענק און די טשאַנדעליערס פון די אלטע שול אויף מעגיל קאללעדש פאר א נייע געגרינטערטע קהילה בית שלמה פאר 1500 $ דאללער און ווערט נאך היינט באנוצט
צוגעלייגטע
untitled123.png

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 12:21 am

און לויף פון די יארן איז די מיטגלידערשאפט געוואקסן און עס איז ניט געווען קיין ארט פאר די פילע נייע מיטגלידער, און 1967 האט מען פארברייטעט די שול צו איר איצטיגער אויסזעהן
צוגעלייגטע
images844.jpg

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » דאנארשטאג נובעמבער 20, 2014 12:43 am

היינט צו טאג איז די שער השמים ניט פארבונדען מיט קיין באוועגונג, ניט ארטאדאקס,רעפארם אדער קאנסערוואטיוו. עס איז א זעלבסשטענדיגע שול מיט א ליבעראלע אויסקוק
צוגעלייגטע
untitled548.png
untitled548.png (205.53 KiB) געזעהן 4017 מאל

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 9:38 pm

די שער השמים איז פון די ערשע קהלות וועלכע האבען אויפן רעליגיעזער שטאב אויך א פרוי וועלכיגע דינט ווי א רב, באוואסט אין דעם מארדערן ארטערדאקסישער וועלט אלץ א מהר"ת (מנהיגה הלכתית רוחנית תורנית)
צוגעלייגטע
shaar-choir560x210.png
חזן זעלערמייער דער באוואסטען חזן פין די שער

Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 15, 2014 11:06 pm

תגובהדורך Hochelaga » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 11:08 pm

דער פריער דערמאנטן בני בנימין שול וועלכע האט זיך געגרונדערט און יאר 1886 און געקויפט איר ערשטער שול פון די שער השמים אויף 41 סט קאנסטאנט האט שפעטער געבייט איר נאמען אויף בני יעקב
און יאר 1920 האט די שול זיך געצויגען קיין 172 פערמאונט, אין די ניי געבויטער לאוריער קווארטאל היינט גערופען מייל ענד
צוגעלייגטע
untitled 987.png
untitled 987.png (65.37 KiB) געזעהן 3932 מאל

טייטל
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך פאברואר 22, 2017 5:14 pm

קוקט אויס די זעלבע ארכיטעקט האט געבויעט ביידע שולן:
ביהכ"נ עדת ישורון
http://imjm.ca/location/1224
צוגעלייגטע
עדת ישורון.jpg
הבורד של עדת ישורון.jpg


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט