בלאט 2 פון 2

געשריבן: מוצ"ש נובעמבער 23, 2013 9:07 pm
דורך למעלה משבעים
שתוקא בתרין האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:רבי טעבלע דוקלער (זעהמאן) איז אוועק א סאך יארען פארען קריג. לייג אריין "דוקלא" אין דער זוכעניש קאסטען אויף אייוועלט וועסטו אים (און נאך זאכען) טרעפען.

ר' טעבלי איז לכ' אוועק ביים קריג, אבער ער איז דאכט זיך נישט געווען דארט רב, און רוב פלעצער ווערט ער געברענגט אלס דיין אין דוקלא, און אין טייל ערטער אלס אבד"ק. איז צ"ע צו ער איז געווען דארט רב.

דא http://moreshet.pl/he/node/404 שטייט אז ר' טעבלי איז געווען ראב"ד.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2013 12:30 am
דורך שתוקא בתרין
למעלה משבעים האט געשריבן:קען זיין די שוחט איז אפשר געווען זיין פאטער? http://www.izkor.gov.il/HalalKorot.aspx?id=91292 ר' חיים לוינברוין?

בנוגע די רב האט מען דיר שוין געענטפערט, אבער ליתר שאת קענסטו זען מער דא viewtopic.php?p=267127#p267127

יש"כ למעלה משבעים, מיר דארפן זיך אויפשטעלן פאר אייך לויט אלע פוסקים...
איך האב שוין געמאכט אביסל סורטש, ווי עס זעהט אויס איז טאקע ר' יחזקאל האלברשטאם געווען דארט רב, וואס עס גייט שוין אריבער עטליכע דורות די רבנות ביז דעם ברידער פון צאנזער רב, ר' אביגדור אבד"ק דוקלא.
יש"כ פאר די אינפארמאציע איבער דעם שוחט, אינעם בוך פון הרב הירשפרונג רעדט ער אויך וועגן א שוחט אין דוקלא מיט'ן נאמען ר' חיים [ער שרייבט אבער נישט קיין משפחה נאמען]. די שאלה איז צו עס זענען נישט געווען מער ווי איין שוחט אין דוקלא. וואס איז אייער מיינונג דעריבער איז געווען איינגעפירט אז עס זאל זיין מערערע שוחטים אין די שטעטליך צו נישט?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2013 9:54 am
דורך שתוקא בתרין
אגב, עס איז זייער אינטרעסאנט וואס ער שרייבט דארט וועגן דעם שוחט, איך ווייס נאר נישט ווי אזוי מען לייגט עס דא ארויף. אפשר קען מיך איינער אויסלערנען ווי אזוי צו נעמען א בלאט פון אוצר החכמה און עס דא אריינקאפיען. יש"כ

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2013 2:49 pm
דורך שתוקא בתרין
למעלה משבעים האט געשריבן:דא http://moreshet.pl/he/node/404 שטייט אז ר' טעבלי איז געווען ראב"ד.

יש"כ הרב למעלה משבעים. זייער א אינטרעסאנטע סייד, איך האב דאס נאך קיינמאל נישט געזעהן. יש"כ

געשריבן: זונטאג נובעמבער 24, 2013 4:59 pm
דורך שתוקא בתרין
דער נאמען פונעם בוך פון הרב הירשפרונג איז: "פון נאצישן יאמער-טאל", עמוד 88
עס געפינט זיך אויפ'ן אוצר החכמה.
ער רעדט דארט פון די גזירה וואס די נאציס ימ"ש האבן ארויסגעגעבן קעגן שחיטה, און ערב יו"כ האט זיך דער שוחט מוסר נפש געווען, און געגאנגען פון הויז צו הויז שחט'ן די עופות כדי מען זאל קענען מקיים זיין דעם מנהג ישראל פון שלאגן כפרות!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:09 am
דורך מיללער
איבער די שטאט דוקלא איז דאך באקאנט אז דער הייליגער רב - וועלכער פלעגט געווענליך נישט אנרופען קיין שטעט ביים נאמען - האט גערופען דוקלא מיט איר נאמען, ווייל דאס איז א נאמען וואס ווערט דערמאנט אין די תורה הקודשה.

-

הרב שתוקא,
יישר כח פארן עפענען דעם אשכול הנכבד, כה לחי!

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:16 pm
דורך SPUSMN
הרב שתוקא, דריי משפחות פון דוקלא ווייס איך און וועל אייך שיקען די טעלאפאן נומערען אין אישי.

די ראזנער און שיפמאן משפחות שזכרתי.
ר' מנדל ווייס ע"ה שוואגער פון להבחל"ח ר' וואלף שיפמאן נ"י.

ר' מנדל ווייס איז געווען א בלוזעווער חסיד. ער איז געווען א גוטער בדחן מלא טעם ותוכן, כאטש ער האט עס נישט געטוהן פאר פרנסה (עס איז אים נישט איין געפאלען אז מען קען דערפון מאכען פרנסה). ביים קאלשיצער חתונה פארען קריג איז ער געווען אויפען טיש און גע'בדחן'ט א גאנצע נאכט.

ביי מיין שווער'ס חתונה (שנת תשי"א) האט ער געבדחן'ט. איך האב נאך אים געקענט און געהערט פון אים מילתא דבדיחותא (גיי געדענק וואס - כ'האב נישט געוויסט אז כ'וועל שרייבען וועגען אים אין אייוועלט).

ער האט א בן יחיד ר' חיים, וואוינט אין פלעטבוש, וועל אייך געבען אין אישי זיין נומער.

אגב, איז כדאי צו עפענען א אשכול איבער אלע אלטע בדחנים (מען קען לאזען פערזענליכע אשכולות ווי אויף ר' חיים מנדל אויך). און אויב געדענקט מען נאך זייער דברי בדחנות זאל מען עס מיטטיילען מיטען עולם.

געשריבן: מאנטאג נובעמבער 25, 2013 2:09 pm
דורך מיללער
SPUSMN האט געשריבן:.

אגב, איז כדאי צו עפענען א אשכול איבער אלע אלטע בדחנים (מען קען לאזען פערזענליכע אשכולות ווי אויף ר' חיים מנדל אויך). און אויב געדענקט מען נאך זייער דברי בדחנות זאל מען עס מיטטיילען מיטען עולם.


אשכול איבער בדחנים ובדחתנות:
viewtopic.php?f=63&t=18733

געשריבן: זונטאג דעצמבער 08, 2013 12:34 pm
דורך להגדיל שמו
די שוחט האט געהייסען ר' הילל שוחט. רבי טעבעלע איז געווען דיין, ער איז געווען א דערהויבענע יוד, ער איז ארויס געקיקמען מיט א ספר אויפען רמב"ם, אין רבי יחזקאל האלבערשטאם איז געווען רב. דער רבי טעבעלע איז געווען אסאך עלטער פין רבי יחזקעלע, אבער ער איז געווען א צאנזער אייניקעל, אין דיקלע איז געווען אין די צאנזע גלילות איז ער געווארען רב.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 09, 2013 12:07 am
דורך שתוקא בתרין
ווער איז דאס געווען ר' הלל שוחט? ווי אויבן געשריבן איז געווען א ר' חיים שוחט. איז אפשר דארט געווען מער ווי איין שוחט? איז אפשר דארט געווען א צא.... און א סאד.... שוחט?

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 09, 2013 8:41 am
דורך להגדיל שמו
איך האב דאס נעכטען געהערט פין הרב שמואל חיים וואגשאהל, ער האט זיך נישט געקענט דערמאנען די לעצטע נאמען

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 09, 2013 1:48 pm
דורך זאמלער
איך ארבעט איצטער אויף א געוויסע ביכל וואס די שטאט דוקלא איז שטארק פארמישט אין איינע פון די פרקים.
איך האב אינמיטן ארבעט זיך באגעגנט מיט די פנקס הקהלות פולין וואס גיבט א אויספירליכע באשרייבונג איבער ס'יידישע לעבן אין דוקלא
ליינט מיט הנאה
אויך לייג איך דא ארויף א בילד פונעם איבערבלייבעניש פונעם ביהמ"ד אין דיקלא היינט צו טאגס

איך בעט אויך ווער עס ווייסט אביסל מער פרטים איבער דעם "בית היתומים" וואס האט פונקציאנירט צווישן ביידע מלחמות [עס ווערט אויך דערמאנט אין דעם פנקס הקהלות], אפשר איז דא רעקארדס פון דעם? בילדער פון דעם? אדער אנדערע פרטים. ביטע ארויף לייגן
מיט דאנק

בית החיים בעיר דוקלא ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:19 am
דורך קליינווארדיין
וויסט איינער אויב ס'דא/געווען א בית החיים אין דוקלא ?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:35 am
דורך ויתן לך
עס איז דא א בית החיים אין דוקלא

עס איז אויך דא א גאנצע ספר אויף די שטאט דוקלא מיט די נאמען 'זכרונות מעולם שאבד וקורות חיי - דוקלא', אוצר החכמה האט דאס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:39 am
דורך קליינווארדיין
ישר כח
ובפרט פארן שנעלן ענטפער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:27 pm
דורך וואנאוויטשער
ר' הערשל גאלדהיימער, דער שווער פון הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, האט געוואוינט און דוקלא, און דארטן איז געוועזן דער באוויסטע מעשה מיט דעם בדחנות פון ראפשיצער רב...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:16 am
דורך תולעת-ספרים
איז דא א בילד פון די מציבה פון הרה"ק ר' אריה ליבוש הלברשטאם אב"ד דוקלא בן הרה"ק רבי דוד מקשאנוב זי"ע?

ר' חיים מיכל הערציג ראש הקהל בדוקלא

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 12:16 pm
דורך נחוניא
עס איז מיר וויכטיג צו טרעפן פרטים איבער ר' חיים מיכל הערציג דער ראש הקהל אין דוקלא און "משנה לנשיא" פון חברת מחזיקי הדת.
אינעם בייגעלייגטן מודעה פון ה' טבת תר"ע קוקט אויס אז ער איז בערך דעמאלט נפטר געווארן.
בית מסחר היין של מעכיל הערציג.jpg
בית מסחר היין של מעכיל הערציג.jpg (128.62 KiB) געזעהן 2123 מאל

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 10, 2019 6:14 pm
דורך יין ישן
דא ברענג איך די אויבנדערמאנטע מודעה פון מחזיקי הדת אין א קלארערע פארמאט (דאס קומט פון ט' אד"א תר"ע)
מסחר היין של ר' חיים מיכל הערציג בדוקלא.png
מסחר היין של ר' חיים מיכל הערציג בדוקלא.png (110.48 KiB) געזעהן 1608 מאל

הרה"ג ר' יוסף אשר הורוויץ מדוקלא

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 5:55 pm
דורך יין ישן

ביכל אויף דוקלא

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 7:05 am
דורך עס'קען זיין בעסער
קיינער האט נישט דערמאנט
סדא א ביכל שיין באשריבען דעם שטאט דוקלא און איר יידישע היסטאריע אין עיברית
דורך א דוקלא איבערלעבער שמואל שטרנברג וואס האט געוואינט אין פתח תקווה
כהאב עס אמאל געליינט סאיז אינטערעסאנט, מיין זיידע ז"ל איז אויך געקומען פון דארט

געשריבן: דינסטאג יוני 18, 2019 3:27 pm
דורך יין ישן
עס'קען זיין בעסער האט געשריבן:קיינער האט נישט דערמאנט
סדא א ביכל שיין באשריבען דעם שטאט דוקלא און איר יידישע היסטאריע אין עיברית
דורך א דוקלא איבערלעבער שמואל שטרנברג וואס האט געוואינט אין פתח תקווה
כהאב עס אמאל געליינט סאיז אינטערעסאנט, מיין זיידע ז"ל איז אויך געקומען פון דארט

גיי ארויף עטליכע תגובות ווערט דערמאנט דעם ביכל 'זכרונות מעולם שאבד וקורות חיי - דוקלא' פון דעם שמואל שטרנברג.
דא

געשריבן: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 am
דורך תולעת-ספרים
לעצטענס איז ארויס דוך "יד ושם" א ביכעל מיט זכרונות און דערלעבנישען אין די מלחמה-יאהרען א ייד פון דוקלא, דער ביכל הייסט "אמנם נר רוחני דולק בי", דער מחבר איז ר' יוסף גוזיק, פאר די מלחמה איז עהר געוועהן פון די ארויסגעבערס פון'ם ירחון תורני "אהל תורה" צוזאמען מיט הגאון רבי פינחס הירשפרונג זצ"ל, נאך'ן קריג האט עהר גיוואינט אין באלטימאר און דארט נפטר גיווארען.