אייניקל געפונט זיידנס קבר נאך פערציג יאר זוכן: עקסקלוסיוו

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

אייניקל געפונט זיידנס קבר נאך פערציג יאר זוכן: עקסקלוסיוו

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 6:18 pm

באריכט דורך: אהרן בן בוזי הירשקוביטץ
מורשת חכמי אמעריקא, סעקרעטאר
מסדר קידושין, בק"ק סיראקיוז והגלילית


איך גלויב אז מיינסטענס פון די מיטגלידער און ליינער פון אייוועלט זענען היינט שוין באקאנט וועגן דער עקזיסטענץ פון א פריוואטער פליגל וועלכער פונקציאנירט הונטער די פורהענג פונעם עפנטליכן פארום, און טראגט דער פראפעסיאנעל אינקארפארירטער נאמען; 'מורשת חכמי אמעריקא'.

'מורשת חכמי אמעריקא' וועלכע איז אן אקטיווער אינסטיטוציע, האלט פאר א פאראנטווארטליכקייט דאס פרעזערווירונג און אנדענק פון גדולי חכמי אמעריקא, די וועלכע האבן באזעסן דאס לאנד פון אמעריקא בימים ההם, דאן ווען עס האט נאך דאהי געהערשט א וויסטעניש אין אידישער אינהאלט.

בסייעתא דשמיא, איז אין די בלויז קורצע צייט וואס מח"א איז אין עקזיסטענץ שוין געלונגען צו אנטדעקן ריזיגע קוואנטומען מיט אינפארמאציע, און פארשידענע רעטענישטן זענען אנטשידן געווארן, וואס א טייל דערפון זענען עפנטליך דעליווערט געווארן פאר די ליינער פון די אייוועלט פארומען.

דאס אלעס איז צום פארדאנקן די פאראייניגטע שטאב מיטגלידער וועלכע פארמאגן די פארלאנגטע קענטעניסן, פאכמאנשאפטן, קוואליפיקאציעס און ספעציעלער אינטערעס אין די היסטאריע פון די וועלכע האבן געשטעלט די סאמע גרונדן פאר די צוקנופט פון דער היינטיגער אידישקייט אויף דעם באדן.

דערצו איז מח"א אין טעכנעלאגישער פארבונד מיט פארשידנארטיגע אינפארמאציע-אינהאלט-רעזערווארן, ווי עס זענען ארכיוויזירט די נויטיגע אינפארמאציע מיט די וויכטיגע אינהאלט וואס זענען נויטיג פארן מורשת.

* * *


איצט צו אונזער געשיכטע:
די אנדערע וואך, איז מח"א געקומען אויף די שפורן פון א געוואוסער איש מכובד און גרויסער תלמיד חכם וועלכע האט אהער געפליכטעט אין די פריע תר"מ-תר"נ יאהרן. זיין נאמען האט שוין פאר א לענגערע צייט פיגורירט אויפן וועבזייטל קברים.קאם, אבער איז קיינמאל בעפאר לעצטע וואך, נישט ערנסט באהאנדלט געווארן. פון די אינפארמאציע וואס די אייניקלעך פונעם באטרעפנדער גדול -וועלכע האבן בלויז פארנעפלטע באקאנטשאפט וועגן זייער זיידן- האבן מיטגעטיילט, האט מען געוואוסט צו זאגן וואס זיין נאמען איז געווען, פון וואנעט ער איז געקומען און דער יארטאג פון זיין פטירה. אבער גענוי ווען ער איז געקומען, ווי ער האט געוואונט, וועלכעס יאר ער איז נפטר געווארן, ווי ער איז באערדיגט געווארן, דאס אלעס איז געווען –פאר זיי- א מיסטעריע.

דער געשיכטע האט א ספצעציעליטעט צוליב דער פאקט, אז וועגן איהם זעלבסט זענען דערווייל דא גאנץ קנאפע ידיעות, אבער זיינע אייניקלעך זענען אין ארץ ישראל געווען בארימטע פיגורן, און דערפאר ציהט אונזער געשיכטע אן אינטערעס.

אין דער שטאט הוראדנא אדער ווי זי ווערט ארויסגעזאגט אויף רוסיש –גראדנא, האבן פארצייטנס געוואונט גרויסע תלמידי חכמים. אין די יאהרן נאך תר"מ זענען געווען זייער שווערע צייטן אויף די אידן ווען פאגראמען האבן פארפלייצט די רוסישע לענדער, דאן האבן פילע גרויסע גדולים צווישן זיי רבי גבריאל זאב מרגליות, וועלכע איז געווען דער אפיציעלער דיין אין שטעטל, דער מחבר פונעם ספר 'חרוזי מרגליות' געפליכטעט צו דער לאנד פון פרייהייט -אמעריקא. רבי וועלוועלע איז אבער נישט געקומען אליין, ער האט זיכער געמאכט אז אויך אין דער לאנד פון פוסטעניש זאל ער קענען פארזעצן אין א תורה'דיגע קרייז, דעריבער איז אויף זיין אינציאטיוו געקומען אהער נאך א גדול פון שטעטל מיטן נאמען, רבי חיים בנימין קאצינעלנבויגען. ווען רבי חיים בנימין איז געקומען אהער האט זיין פרוי שוין מער נישט געלעבט, און דאהי האט ער געהייראט צו א צווייטע פרוי.
אין גראדנא האט רבי חיים בנימין איבערגעלאזט זיין זוהן רבי אברהם משה וועלכע איז פון דארט אום תרנ"א ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, ווי ער איז געווען פון די נקיי הדעת שבירושלים און דער מייסד פון א ישיבה מיטן נאמען 'ישיבת ציון ואפריון'.

צווישן די קינדער פון רבי אברהם משה איז איינער פון זיי געווארן גאר בארימט, דאס איז געווען דער זוהן רבי אהרן, וועלכע איז געווען דער פירער איבער די באקאנטע 'נטורי קרתא' גרופע וועלכע האבן געקעמפט פאר א ציוניסטיש-ריינער ירושלים.
די קאצינעלנבויגען משפחה וועלכע האט געוואונט אין ארץ ישראל, האבן מיט דער צייט פארלוירן קאנטאקט מיט די משפחה אין אמעריקא, דעריבער האבן זיי נישט געוואוסט ווען דער זיידע רבי חיים בנימין איז נפטר געווארן, און ווי עס געפונט זיך זיין קבר. זיי האבן בלויז געוואוסט צו זאגן אז זיין יארצייט געפאלט אויס אום עשירי בשבט. וואס עס האט געמאכט מער קאמפלירצירט דאס זוכעניש נאכן זיידנס געביין, איז געווען, וואס אויך דער נאמען 'לעווינשטיין' איז באנוצט געווארן אלס א פאמיליע נאמען, צב"ש פלעגט רבי אהרן קצ"ב שרייבן אינעם החומה צייטשריפט פארשידענע מאמרים אונטערן פעסוועדנום 'אהרן לבינשטין', זיי זענען נישט קלאר צו דער אריגינעלער נאמען איז געווען 'לעווינשטיין' און שפעטער דאס איבערגעביטן צו 'קאצינעלנבויגען', אדער אפשר נאר דער פאטער רבי חיים בנימין האט זיך דאס אזוי געביטן אין אמעריקא, דעריבער האבן זיי אפיציעל געזוכט רבי חיים בנימין'ן אונטער דער פאמיליע נאמען לעווינשטיין, (אויך נאכן טרעפן דעם אריגינעלער מציבה ווערט דאס נישט קלארער).

אזוי גייט שוין אן דער זוכעריי נאכן זיידן פאר איבער דרייסיג יאר, אבער אן ערפאלג, ביז עס איז אנגעקומען צו די הענט פון די מורשת חכמי אמעריקא מיטגלידער וועלכע האבן נאך אינטענסיווע זוכענישן אפגעפונען זיין רוה ארט אז דאס געפונט זיך אויפן 'מאונט ציון סעמיטערי' אין מאספעט-קווינס. א מיטגלידער וועלכע האט עקספערטיז אין דעם פעלד איז ספעציעל אראפ געשיקט געווארן צו אידענטיפיצירן דעם ארט, און צוריק געשיקט פאטאגראפיעס צום הויפטקווארטיר, די אינפארמאציע איז באשטעטיגט געווארן אז עס איז אפיציעל אזוי דאקומענטירט און אויסגעקריצט אויפן מציבה אונטערן נאמען 'רבי חיים בנימין קאצינעלנבויגען' אז ער איז נפטר געווארן אום י' שבט 'שנת תרס"ג', גלייכצייטיג איז די אינפארמאציע פארעפנטליכט ביי קברים.קאם מיט פארבינדונגען צו די פארומען ווי די בילדער זענען געשטעלט געווארן.

פון דא און ווייטער האט זיך די מעשה אויסגעשפילט זייער קאמיש: ווי באקאנט, טוען זיך די מח"א מיטגלידער באהאלטן אונטערן שלייער פון פעסוועדנעמען, דערצו אויך פיקטיווע רבנישע שטעלעס. דעריבער ווען דער אייניקל פון רבי חיים בנימין קאצינעלנבויגען הרב ג. האט מיט גערירטקייט אבזערווירט ווי דער רעטעניש ווערט אויפגעלעזט, האט ער מיט נאייוויטעט פראבירט צו שאפן פארבינדונג מיטן פארזיצער פון 'מורשת חכמי אמעריקא' הרב יעקב דוב מיללער גאב"ד קהל עדת יראים דעיר רבתי סקרענטאן פא. יצ"ו, האט ער דערפאר איבער געקוקט דער טעלעפאן דירעקטארי 'יעלאו פעידזשעס' פון סקרענטאן ווי ער האט ליידער נישט געפונען קיין זכר צום רב'ס אנוועזנהייט אין שטאט, אויך ביים זיך פארבונדן מיט די ראשי ישיבות אין סקרענטאן האבן זיי וועגן דעם פיקטיווער רב נישט געוואוסט צו דערציילן... דערווייל איז דורך די פארמיטלונג פון הרב ברוך אמסעל פארזיצער פונעם קברים.קאם וועבזייטל, געלונגען צו שאפן קאנטאקט צווישן דעם אייניקל הרב ג. און 'מורשת חכמי אמעריקא' וועלכע האבן אנגעגעבן די קלארע אנווייזונגען ווי צו טרעפן דעם גענויעם ארט פונעם זיידנס קבר.

אזוי איז געלונגען פאר 'מורשת חכמי אמעריקא' צו פירן אן אייניקל צום זיידנ'ס קבר נאך אן אינטענסיווע זוכעריי פון נאנט צו פערציג יאהר.

אט איז דאס בילד וואס דער אייניקל האט צוגעשיקט ווי ער באזוכט דעם זיידנ'ס קבר צום ערשטן מאל, מיט גרויס התרגשות.
צוגעלייגטע
IMG_1519.jpg
לעצט פאראכטן דורך בן בוזי אום מאנטאג נובעמבער 18, 2013 8:54 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 6:30 pm

געוואלדיג!! זייער אינטערעסאנט. און מיטן קאמישען חלק דערצו, לייגט צו "זאלץ און פעפער".

ישר כח צו אייך און די איבריגע מיטגלידער פון מורשת.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 6:43 pm

זייער אינטערעסאנט! די זכות וועט אודאי ביישטיין פאר אלע חברי המורשת.

יישר כח בן בוזי פארן אינהאלטסרייכן באשרייבונג און פאר אלע ווערדפולע אינפארמאציע וואס איר ברענגט כסדר אהער.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 6:52 pm

זייער אינטרעסאנט, עס האט מיר זייער באנומען ווייל גם אני בחלומי (אלץ גילוי קען איך נישט שרייבען מער ווי אז מיר זיכען א זיידע וואס איז דא אהער געקומען בשליחות און ליגט דא, ער האט טויזענטער אייניקלעך פון די סלתה ושמנה פון ירושלים עיה"ק אריין גערעכענט אונזער רבי מנחם שלום שליט"א און להבחל"ח הילד לייבי קלעצקי ע"ה).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 6:56 pm

נאך א רינגעלע אין די גאלדענע מעשים פון יודישע וועלט!!!

זייער אינטערסאנט די עפיזאד. ווער רעדט נאך די זוכעריי נאך די רבנים אונזערע...
האט כאטש דער אייניקעל ארויפגעסיינט אהער ?!
לעצט פאראכטן דורך שמאטע אום מאנטאג נובעמבער 18, 2013 7:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 6:57 pm

SPUSMN האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט, עס האט מיר זייער באנומען ווייל גם אני בחלומי (אלץ גילוי קען איך נישט שרייבען מער ווי אז מיר זיכען א זיידע וואס איז דא אהער געקומען בשליחות און ליגט דא, ער האט טויזענטער אייניקלעך פון די סלתה ושמנה פון ירושלים עיה"ק אריין גערעכענט אונזער רבי מנחם שלום שליט"א און להבחל"ח הילד לייבי קלעצקי ע"ה).

רב ספוזמן געגאנגען, שפאן איין די חברי המורשת, זיי האבן שוין געוויזן אז זיי טויגן.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 6:59 pm

און וואס טוהט מען וועגען גילוי?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 7:01 pm

איר מוזט דאך נישט געבן אייער אידענטיטעט, גיבט זיי נאר די אינפארמאציע איבערן זיידן.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 7:08 pm

אגב, איך בין געווען שאקד געוואויר צו ווערן אז הרב י.ד. מיללער איז נישט רב אין סקענטאן.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 7:09 pm

זיכער ראוי צו זיין טשיעף ראביי אוו סקרענטאן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11369
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 8:04 pm

בן בוזי איז נארוואס אויפגעזאגט געווארן פון זיין פארזיצערשאפט פאזיציע, נאכן ארויסגעבן דעם נוקלעארן געהיימניס איבער די פיקטיווקייט פון די רבני'שע פונקציעס פון די מח"א מיטגלידער...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9622
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 8:30 pm

א דאנק אייך בן בוזי, הערליך שיין באשריבן.
נ"ב, גיבט איבער פאר די מורשת, אז מיר דא אויף אייוועלט לעכצן צו הערן אפטער פון די מורשת....

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 8:33 pm

נאכ'ן ליינען דעם פארווארט בן בן בוזי האב איך מיך דערמאנט אין דיא יונגע יאהרען מיינע ווען איך האב אונטער געזנידיקט און געליינט דעם פארווערטס .דעם אידיש און דער אויסשפראך וואס אפילו דער טאג-מארגען זשורנאל ע''ה האט נישט פארמאגט [ אגב אפשר איז געקומען דיא צייט אז אונזער חשובער מיט ארבעטער בב''ב זאל אנפאנגען צוא שרייבען לויט דעם אויסלייג פון אונזערער באוואסטער רעדקטער פין דעם עמעס ארן ווערגעליס ]

אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 07, 2011 1:46 am

תגובהדורך גבריאל » מאנטאג נובעמבער 18, 2013 9:12 pm

WOW א שיינער ארבעט דאס, ישר כח פארן לינק צו אוצר צו זעהן ווי עס האט זיך אויסגעקאכט, איז דא נאך אינפארמאציע איבער ר' חיים בנימין'o לעבן אין אמעריקא? די מצבה זעהט אויס אמעריקאנערזירט, האט ער נאך משפחה געהאט אין אמעריקע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 11:42 am

כיהודא ועוד לקרא, איך קען נאר מוסיף זיין און זיך באדאנקען פארן חשוב'ען מזכיר המורשת הרב אהרן ב"ב הירשקוביץ פון סיראקיוז, די פרטי הדברים זענען אמת ויציב ונכון, עס איז נאך א רינגעלע אינעם גאלדענעם קייט פון פעולות לטובה שלא עמלק"פ פון "מכון מורשת חכמי אמעריקא", מגלגגלין זכות ע"י זכאי.

איבער דעם ספעציעלן אינצידענט, היות דער עיקר פון די דראמא איז פארגעקומען ביינונז אין סקרענטאן, אינעם הויפטקווארטיר פונעם מורשת וועל איך נאר מוסיף זיין עטליכע פרטים ליתר דיוק:

1. די טעאריע אז ר' חיים בנימין ק"ב איז געקומען פון הוראדנא אויפן עצה פון רבי וועלוול מרגליות, איז למעשה געווארן אפגעפרעגט נאך די אנטדעקונג פון די מציבה, ווייל ער איז נפטר געווארן בשנת תרס"ג און רבי וועלוול איז הערשט געקומען שפעטער פון הוראדנא
2. די עיקר פרטים ארום ר' חיים בנימין זענען נאך דערווייל א שטארקע מיסטעריע, די אייניקלעך האבן בקבלה אז זיין ערשטע ווייב די מוטער פון רבי אברהם משה פון ירושלים איז נפטר געווארן נאך אין די ליטא, ר' חיים בנימין איז דא געקומען אלס אלמן און דאהי נאכאמאל חתונה געהאט, און זאגאר געהאט נאך קינד/קינדער.
למעשה אין דעם חלקה ליגט נאך א קאצנעלענבויגן, א קינד פון 2 יאר, אבער עס איז נישט דא קיין פרטים איבער די עלטערן, מח"א האט געטראפן א "מעריזש רעקארד" פון שנת תרס"ה פון א כלה וואס איר טאטע איז לכל הנראה געווען דער דערמאנטער ר' חיים בנימין ק"ב, ער האט שוין דעמאלס נישט געלעבט, איר מוטער איז איינגעגעבן אלס "פערל שולאן", מיר האבן געמשועסט מיט דעם דערמאנטן אייניקל, אז עס קען זיין אז די נאמען "שולאן" איז די משפחה נאמען פון עמיצען מיט וועם די ק"ב אלמנה האט געהייראט, אלענספאל, זוכט יעצט די מורשת פרטים איבער די טאכטער "רעי (ק"ב) קאפלאן".
3. אין אפיס פון מורשת זענען אריינגעקומען דאנק בריוו פון איבער די גארער וועלט איבער די אויפדעקונג פון די מציבה, דערונטער רבנים און דיינים, צווישן די אייניקלעך פון הגאון ר' רפאל קצ"ב פון ירושלים איז פארהאן א חשוב'ער רב אין מאנסי מיט די משפחה נאמען "אדרת", דער רב האט אויך געזוכט איבער דעם זיידן, און נאכן הערן די בושרה טובה איז ער געווען מלא התרגשות און פיל מיט דאנק פארן מורשת.
4. מכאן הקריאה יוצאת (לכ' סופזמאן) אויב ווייסט איר סיי וועלכע אינפארמאציע איבער א רב אין אמעריקא פאר די קריג, אדער איר זוכט עפעס אין דעם נושא, האלט אייך נישט אפ פון זיך פארבינדען צום אפיס, פריי אן אפצאהל, שיקט אריין אן אימעיל צום אדרעס:
moreshesamerica@gmail.com
מיר וועלן פרובירען אייך צו העלפן מיט וואס מעגליך.

וזכות כל הצדיקים ושוכני עפר יעמדו לנו ולזרענו מעתה ועד עולם, שלא תמוש התורה מפינו לעולם ועד, ויהא האמת נר נלרגלינו אמן נצח סלה ועד

הק' יעקב דוב בלאמו"ר הגרג"פ מיללער
אב"ד קהע"י ורב הכולל לכל מקהלות האשכנזים פה סקרענטאן פלך פאנסילוואניע
נשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא

נ.ב. דאס וואס דער סיראקיוזער מסד"ק פרובירט צו פארקאכן א קאשע איבער די סקרענטאנער רבנות, ווי כאילו דאס איז נאר עפעס א פעסוואדנים, און א פארשלייערטער פאזיציע, אלעס ווייל הרב ג. האט עס נישט געטראפן אין די געלע בלעטער, און ווייל די "יעשיוואס" אין סקרענטאן ווייסן דערפון נישט צו זאגן, איז א הוילע פאנטאזיע.

וואס דארפט איר א בעסערע ראי' פון דעם וואס דער זעלבער הרב ג. זוכט שוין א מציבה דרייסיג יאר אין איין רוף צום מורשת האט עס געטראפן, אנשטאט זוכען אין יעלאו פעיזשעס אין ביי די ישיבות, האט ער געזאלט רופען אין אפיס צום מורשת זיך נאכפרעגן איבער ראביי מיללער פון סקרענטאן, ער וואלט עס גלייך געטראפן

ובזה יצאתי ידי חובת מחאתי
הנ"ל

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 11:45 am

מיללער האט געשריבן:וואס דארפט איר א בעסערע ראי' פון דעם וואס דער זעלבער הרב ג. זוכט שוין א מציבה דרייסיג יאר אין איין רוף צום מורשת האט עס געטראפן, אנשטאט זוכען אין יעלאו פעיזשעס אין ביי די ישיבות, האט ער געזאלט רופען אין אפיס צום מורשת זיך נאכפרעגן איבער ראביי מיללער פון סקרענטאן, ער וואלט עס גלייך געטראפן

ובזה יצאתי ידי חובת מחאתי
הנ"ל

;l;p-
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג נובעמבער 19, 2013 2:14 pm

א דאנק אייך הרב מיללער שליט"א, מיר נעמען אן אייער אינוויטעישאן, מיר וועלען זיך שרייבען אינטער די קאליסען. און רבותי, אויב עס וועט זיין וואס מען קען אנואנסען וועט מען עס אי"ה אנאונסען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 24, 2013 4:26 pm

פארוואס פאסט נישט פאר דער איד צו געבן קרעדיט פאר וועם ס'קומט זיך?
צוגעלייגטע
CAM01265-1.jpg

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » זונטאג נובעמבער 24, 2013 5:51 pm

זיי נישט אזוי בייז, ליינענדיג דעם באריכט זעט אויס ווי דאס איז אריינגשטעלט געווארן, נישט געשריבן דורכ'ן ''איד'' זעלבסט.
פרעג דיך נאך ביי דיינע קאלעגן אין ''מורשת'', אדער אפשר גאר דער אייניקל זעלבסט האט דאס אריינגעשטעלט.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:30 am

ג"א מצטרף להודות לידיד נפשי מו"ה אהרן ס"ט מס"ק ורעוו. בעיר ואם סיראקיוז יצ"ו,

ולכבוד גאב"ד המורשת הרב מילער אשים קץ למילי, ס'בעסער מ'רעדט נישט.

וקודם שאשכח אמסור דברי מחאה על עלבונו של כבוד מורינו הגאב"ד שליט"א שמשמש רבות בשנים בראש קהלות היראים ומערכת הכשרות בעירינו סקרענטאן, ולא יאמרו מדשתקי וכו', אמן כי"ר.

הק' שמעלקא
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 10:31 am

צו די זאך האט געשריבן:1. זיי נישט אזוי בייז,

2. ליינענדיג דעם באריכט זעט אויס ווי דאס איז אריינגשטעלט געווארן, נישט געשריבן דורכ'ן ''איד'' זעלבסט.


3. פרעג דיך נאך ביי דיינע קאלעגן אין ''מורשת''

4. אדער אפשר גאר דער אייניקל זעלבסט האט דאס אריינגעשטעלט.

1. איך בין בכלל נישט בייז

2. איך בין נישט קיין מבין וואס איז "אריינגעשטעלט" און וואס איז דורכן "איד זעלבסט" איז דאס א נפק"מ להלכה ולמעשה? איך קען מארגן "אריינשטעלן" אינעם איד א נייעס איבער א נייע חתונה זאל אויף ספענסער סט. וואס ווערט געבויעט דורך ר' מאיר זעליג ריספלער? אדער א לענגערע באריכט איבער די כינוס השלוחים?

3. שוין געפרעגט, זיי האבן עס נישט אריינגעשטעלט

4. אויך געפרעגט, ער האט עס נישט אריינגעשטעלט

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:30 pm

טאקע אויך נתרגש געווארען מער פון די עצם מח"א ווי פון די מעשה.
עס איז א דבר פשוט אז אזוינע אידען ווי אונזער רב (אז נישט סקרענטאן איז זיכער די גלילות) און מסדר קידושין (און אויך די אלע וואס זענען נישט מפורסם געווארען דא) וואס מיינען די זאכען מיט אן אמת האבען און וועלן ווייטער האבען סייעתא דשמיא
חזקו ואמצו אשריכם
ידידכם ותלמידכם הכו"ח
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:46 pm

איך האב נאר געוואלט אויפשפילן דעם צווייטן צד פינעם מחשבה.
האסטו שוין אנגעפרעגט דעם ''איד'' זעלבסט?

ביטע קום צוריק מיט זייער תשובה.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

תגובהדורך צו די זאך » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 1:52 pm

איך וועל אייך זאגן וואס האט מיך געמאכט טראכטן, ווייל אינעם איד ברענגט ער דעם פונקטליכע מקום פונעם קבר, וואס ווערט נישט דערמאנט אינעם פארום
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 25, 2013 2:05 pm

צו די זאך האט געשריבן:איך וועל אייך זאגן וואס האט מיך געמאכט טראכטן, ווייל אינעם איד ברענגט ער דעם פונקטליכע מקום פונעם קבר, וואס ווערט נישט דערמאנט אינעם פארום


איך גלויב אז דער שרייבער פארן איד איז גענוג ערפארן נאכצוגיין די צוגעצייכנטע פארבינדונגען וואס איך האב זיי געברענגט אין מיין אריגינעלער ארטיקל פון דעם אשכול
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: סיפורי צדיקים און 10 געסט