Advertisement

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג ינואר 13, 2015 4:12 pm

בן בוזי האט געשריבן:הג"ר יצחק שלמה אונגער מחוג חתם סופר האט קאנדידאטירט אויף די רבנות פאסטן אין אן אוסטראלישער קהלה. דורכאויס די פראצעדור פון איינגעבן די אמט פאפירן אויף צו לויפן אין די קהל'ישע וועהלן האבן די פארשטאנד געשיקט א פארלאנג אז דער רב זאל צושיקן זיין פארטרעיט. האט דער רב צוריקגעשיקט די פאלגענדע ענטפער: לא יעשה כן במקומינו לתת הצורה לפני הבחירה...


סיפר מרן הגאון מטשעבין זצ"ל על אמו הרבנית מרת רחל ע"ה היתה אשה חכמה ובעלת לשון לימודים. בעת שדיברו פעם שידוך לאחד מבניה עם בת עיר אחרת, ביקש השדכןשיתנו לו תמונת הבחור כדי שיוכל לשלוח אותו להצד
המדובר. סירבה הרבנית ואמרה "לא יעשה כן במקומנו לתת הצורה לפני הבחורה" מלשון הפסוק 'לא יעשה כן במקומנו לתת הצעירה לפני הבכירה' . מהגאון רבי יהודה רבינוביץ זצ" ל "בצילו חמדתי" ירושלים תש"ס ע' כ"ד

ג' במסורה הבכירה, הבחורה, הבחירה...

Advertisement

דינסטאג ינואר 13, 2015 4:28 pm

אדמו"ר מסקווירא ב"פ זצ"ל
עטעטשמענטס
32423.jpg

מיטוואך ינואר 14, 2015 12:28 am

גאב"ד שליט"א
עטעטשמענטס
IMG-20150111-WA001.jpg

מיטוואך ינואר 14, 2015 3:21 am

ישלהוסיף האט געשריבן:הרב יעקעלע! אז מרעדט שוין פון ר' מרדכי טאהשער ז"ל האב איך דא געלייגט א שיין בילד פון ר' מרדכי,
ווי באוויסט איז הרה”ק מ'טאהש שליט”א אלע יארן געווען זייער שארף אנטקעגען כאפן בילדער,
אין די בילד זעהט מען ווי ר' מרדכי ז”ל האט אראפגעכאפט פון די גבאי מיילך קליין ע”ה זיין היט צו פארשטעלן דעם רבין'ס פנים.

(קרעדיט: 11211 » דאנערשטאג ינואר 26, 2012 3:11 pm)

יהא זכרו ברוך מרדכי
ווי האט מען גערעדט פון ר' מרדכי טאהשער?
דער בילד איז זייער נאסטאלגיש און רירנד.
עס איז מיר קענבאר אין בילד הרה"ח ר' יצחק ניימאן שליט"א וועלכע האט געדינט פאר לאנגע יארן אלץ משב"ק ביים טאהשע רבי'ן לרפו"ש.

זונטאג פבואר 22, 2015 11:21 am

קוק די צעטל אויפן טיר 'אין רשות לצלם'

http://cdn.jdn.co.il/wp-content/uploads ... 70x352.jpg

352.jpg

מאנטאג פבואר 23, 2015 8:49 am

דער חפץ חיים
עטעטשמענטס
1.jpg

מיטוואך פבואר 25, 2015 2:22 pm

כ"ק אדמו"ר ישועת משה מוויזניץ זצ"ל ביי די חתונה פון זיין עלטסטע טאכטער יבלחט"א הרבנית מסקווירא תליט"א פארדעקט זיין פנים פונעם קאמערעמאן
עטעטשמענטס
viznitz.jpg

מיטוואך פבואר 25, 2015 6:13 pm

הרב בן בוזי, איז דא אפשר נאך בילדער פון יענע חתונה? און אפשר גאר אויך פון סקווערער רבין זצ"ל ?

דינסטאג מרץ 03, 2015 4:20 pm

c/p

בכנס בגור שלושה אנשים צילמו ממרחק את הרבי שליט"א מסוף הבית מדרש, הכנס נערך בקומה למטה הרבי שם לב וסימן כמה פעמים שמצלמים אותו, אחרי כמה דקות שזה המשיך הרבי פשוט הוריד את הכובע ושם על הפנים, מרגע זה התחיל הדרמה במרדף אחריהם בשביל שלא יצלמו, הגיעו לרבי ואמרו שהכל בסדר והכנס המשיך

דינסטאג מרץ 03, 2015 4:25 pm

פון וואו גייען ארויס די לויות?

דינסטאג מרץ 03, 2015 4:26 pm

מיללער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:האדמו"ר מליובאוויטש

מיט נישט כאפן בילדער האט דאס גארנישט

ליובאוויטש האט גארנישט מיט נישט כאפן בילדער...

דינסטאג מרץ 03, 2015 4:30 pm

לכאורה האט געשריבן:פון וואו גייען ארויס די לויות?

דאס איז א אויסנאם אויף וואס מ'הארגעט נישט דארט, ווייל זיי דארפן כאפן נאך בילדער

דינסטאג מרץ 03, 2015 4:51 pm

בן בוזי האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר ישועת משה מוויזניץ זצ"ל ביי די חתונה פון זיין עלטסטע טאכטער יבלחט"א הרבנית מסקווירא תליט"א פארדעקט זיין פנים פונעם קאמערעמאן

ווער פארדעקט די פנים?

דינסטאג מרץ 03, 2015 5:14 pm

ארצישראלדיגער ייד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:האדמו"ר מליובאוויטש

מיט נישט כאפן בילדער האט דאס גארנישט

ליובאוויטש האט גארנישט מיט נישט כאפן בילדער...

קיק אויף page 3

דינסטאג מרץ 03, 2015 5:38 pm

ס'איז א פחד ווי ווייט דער ענין האט זיך געטוישט! אמאל איז דאס געוועזעהן א גאר אראפגעקוקטע זאך, און איעדער עהרליכער איד האט דאס וויי געטוהן! אידען וואס זענען בעצם געוועהן מער סאלידער פארזאנען זענען געווארען ווילד ווען עס איז געקומען צי בילדער!
כ"ק מרן אדמו"ר מ'טאהש שליט"א איז דאך אן אויסגעריפענער אוהב ישראל אבער ווען עס איז געקומען צי בילדער האט ער געהייסען ציברעכען דעם בילדער מאכער! איך בין געוועהן אנוועזענד ביי א חתונה ווען א פרעמדער האאט געכאפט פון אים א בילד און ער האט געהייסען ציברעכען דעם קאמערא וכך עשה און האט זאפארט ארויסגענומען געלט און באצאלט!
וויזשניצע רבי שליט"א פון מאנסי האט געשריבען א קטע אז ער איז נישט מוחל בזה ובבא ווער עס כאפט פון אים א בילד.
להבח"ח ר' הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל האט זיך איינמאל ביי א משפחה שמחה געבעטען מען זאל אויפהערען כאפען פון אים בילדער אבער אן ערפאלג, האט ער געזאגט ווער עס וועט כאפען נאך איין בילד ווען ח"ו נישט מוצא שנתו זיין!
עכ"פ עהרליכע יודען האבען דאס מואס געוועהן בתכלית המיאוס, די שאלה איז פארוואס? כידוע זאגט מען נאך אז ער הערשט קליפות אויף בילדער וכדו' אבער ווער ווייסט מער איבער דעם?
עס איז דא א באוויסטע בילד פונעם מופת הדור דער מנוחת אשר פון טשענגער וואס פלעגט הענגען אויף אסאך פלעצער (ר' יהודה אסאד זי"ע האט געזאגט אויף דעם, אז דער בילד איז אנדערש ווי אלע עס ברענגט גאר יראת שמים!)
ר' ישעי'לע קערעסטירער בילד זאגט מען דאך איז א סגולה וכדו'

דינסטאג מרץ 03, 2015 6:16 pm

יש להאריך בדבר, ואין הפנאי עמדי כעת, רק על קצה המזלג

יעקעלע פוקס האט געשריבן:ס'איז א פחד ווי ווייט דער ענין האט זיך געטוישט! אמאל איז דאס געוועזעהן א גאר אראפגעקוקטע זאך, און איעדער עהרליכער איד האט דאס וויי געטוהן! אידען וואס זענען בעצם געוועהן מער סאלידער פארזאנען זענען געווארען ווילד ווען עס איז געקומען צי בילדער!


ס'נישט מ'איז געווארן ווילד חלילה, נאר וויסנדיג אז ס'איז שורה א קליפה, דעריבער וויל מען דאס נישט דורך לאזן
האב איך געהערט אמאל פון ר' אהרן מרדכי רוטנר ווען איך בין געווען אמאל ביי איהם אויף א סעודת שבת יארן צוריק, האט ער נאכגעזאגט פון בעלזאער רב (מהר"א דאכט זיך מיר), וואס האט געזאגט, אז א מענטש אויף יענע וועלט קען נישט צוקומען צום ריכטיגן תיקון ווילאנג ס'דרייט זיך נאך ארום אויף די וועלט א בילד פון איהם, און דעריבער איז רא"מ אזוי שארף קעגן בילדער עד להשמיד (אויך פון ר' הערשעלע קרעטשינופער האב איך אמאל אזוי געהערט, וואס דאס פארענטפערט שוין וואס ר' הערשעלע האט געזאגט)

יעקעלע פוקס האט געשריבן:וויזשניצע רבי שליט"א פון מאנסי האט געשריבען א קטע אז ער איז נישט מוחל בזה ובבא ווער עס כאפט פון אים א בילד.


וויזשניצער רבי האט דאס געשיקט פאר כל העולם כולו און עולם החרדי (בשעתו איז נאר געוען די צוויי), און ווען די וואך וכו' איז ארויס געקומען האט ער געהייסן זיין זין ר' ישראל זאל איבערשיקן די בריוו פאר די אנדערע אויך (אין איינע פון די ערשטע 'די וואך' איז געווען א אנטשולדיגונג).

יעקעלע פוקס האט געשריבן:להבח"ח ר' הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל האט זיך איינמאל ביי א משפחה שמחה געבעטען מען זאל אויפהערען כאפען פון אים בילדער אבער אן ערפאלג, האט ער געזאגט ווער עס וועט כאפען נאך איין בילד ווען ח"ו נישט מוצא שנתו זיין!'


עיין לעיל מהבאלזער רב

יעקעלע פוקס האט געשריבן:עכ"פ עהרליכע יודען האבען דאס מואס געוועהן בתכלית המיאוס, די שאלה איז פארוואס? כידוע זאגט מען נאך אז ער הערשט קליפות אויף בילדער וכדו' אבער ווער ווייסט מער איבער דעם?
עס איז דא א באוויסטע בילד פונעם מופת הדור דער מנוחת אשר פון טשענגער וואס פלעגט הענגען אויף אסאך פלעצער (ר' יהודה אסאד זי"ע האט געזאגט אויף דעם, אז דער בילד איז אנדערש ווי אלע עס ברענגט גאר יראת שמים!)


אין ספר 'מנהג ישראל תורה' איז דא א אריכות איבער דעם און ער דערמאנט אויך די ווערטער פון ר' יהודה אסאד

יעקעלע פוקס האט געשריבן:ר' ישעי'לע קערעסטירער בילד זאגט מען דאך איז א סגולה וכדו'


האט שוין סאטמאר רב געזאגט אז די חתימה אויף די בילד איז די סגולה און נישט די בילד אליין
און אינעם ספר מופת הדור איז דא א אריכות איבער דעם, א הכחשה אז די בילד איז קיין סגולה נישט
ומצורף בזה

ואגב האב איך אליינ'ס געזעהן א בילד פון ר' ישעי'לע צוביסן פון מייז (א שאד איך האב דאס דאן נישט פאטאגראפירט)
ויש עוד להאריך בנושא
ועוד חזון בל"נ
בברכת א פרייליכן פורים



כי לא ראיתם כל תמונה 01.GIF

כי לא ראיתם כל תמונה 02.GIF

כי לא ראיתם כל תמונה 03.GIF
לעצט פאראכטן דורך שמו אום דינסטאג מרץ 03, 2015 7:38 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג מרץ 03, 2015 6:20 pm

ייש"כ עין טובה פארן ארויסהעלפן מיט'ן דאס אויסשטעלן כסדרן

דינסטאג מרץ 03, 2015 8:06 pm

יש"כ שמו - פיין געזאגט
נ.ב. אמאל געהערט פון כ"ק מרן ר' הערשעלע קרעטשניפער זצ"ל שום איז גמ' שמו און שמו איז גמ' רצו"ן נאכגעזאגט מיט א גאנצע הסבר
עכ"פ היצט פארשטיי איך וואס מיינוט "רצון טוב"!

דינסטאג מרץ 03, 2015 8:12 pm

יעקעלע זאגסט שוין יא זאג נאך אינגאנצן

ביי מ"מ ביים פארטיילן די קנאבל פלעגט ר' הערשעלע זאגן יעדע וואך אז דער זיידע ר' מרדכי'לע פלעגט זאגן, שו"ם איז אותיות שמ"ו, שמ"ו איז בגי' רצו"ן, רצו"ן איז אותיות צנו"ר, ס'זאל זיין א צינור צו ברענגען גוטע השפעות, און דערנאך פלעגט ער פארטיילן קנאבל בלבת אש קודש
דער מראה ליגט מיר נאך אין די ביינער

דינסטאג מרץ 03, 2015 8:19 pm

בן בוזי האט געשריבן:הג"ר יצחק שלמה אונגער מחוג חתם סופר האט קאנדידאטירט אויף די רבנות פאסטן אין אן אוסטראלישער קהלה. דורכאויס די פראצעדור פון איינגעבן די אמט פאפירן אויף צו לויפן אין די קהל'ישע וועהלן האבן די פארשטאנד געשיקט א פארלאנג אז דער רב זאל צושיקן זיין פארטרעיט. האט דער רב צוריקגעשיקט די פאלגענדע ענטפער: לא יעשה כן במקומינו לתת הצורה לפני הבחירה...

אין ספר שר התורה (על הגה"צ שר התורה מטשעבין ז"ל) ווערט געבראכט אז די מאמע זיינע ביי איינע פון די שידוכים פון איר זין האט די צד הכלה געבעטן א בילד פונעם בחור - האט זי צוריק געשריבן לא יעשה כן במקומינו לתת הצורה לפני הבחורה.
איצטער זעה איך אז מ'האט עס שוין געשריבן אויבן.
לעצט פאראכטן דורך חסידישער יוד אום דינסטאג מרץ 03, 2015 8:37 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מרץ 04, 2015 1:32 pm

בן בוזי האט געשריבן:כ"ק אדמו"ר ישועת משה מוויזניץ זצ"ל ביי די חתונה פון זיין עלטסטע טאכטער יבלחט"א הרבנית מסקווירא תליט"א פארדעקט זיין פנים פונעם קאמערעמאן

זעהט נישט אויס
אפשר דער סקווירער רב זצ"ל (אדער להבל"ח)

דינסטאג מרץ 24, 2015 2:45 pm

הרה"ג הרב חיים ישעי' פאללאק ז"ל אדמו"ר מ'סעמיהאלי
עטעטשמענטס
20130428_195137.jpg

מיטוואך אפריל 15, 2015 1:18 am

הגר"ש וואזנר זצ"ל הכ"מ. מימין הגרי"ש אונגר זצ"ל מחוג חתם סופר ב"ב

וואזנר.jpg

דינסטאג אפריל 21, 2015 12:39 am

ירושלימער אידן

1935.jpg

דינסטאג אפריל 21, 2015 1:09 am

.
עטעטשמענטס
54321.jpg
שרייב א תגובה

Advertisement