בלאט 2 פון 2

געשריבן: מיטוואך יוני 21, 2017 9:57 pm
דורך מטעמים
מעכטיגע סחורה

געשריבן: מיטוואך יולי 12, 2017 11:27 pm
דורך חיי אריכי
בנימין האט געשריבן:
נאפאליען אליינס איז ווי געשריבן פון אנהייב געווען א קראנקער מענטש. נאך די מלחמה האט ער אנגעהויבן צו ווערן ערגער און ערגער, ער האט געפירט מלחמות און ביים ענדע האט ער מיאוס פארלוירן. זיינע לעצטע יארן האט ער געלעבט איינזאם אין א וויסטן פארשטופטן אינזל, ביז ער איז געשטארבן.


שוין לאנג געוואלט וויסן וואס גענוי ס׳האט פאסירט מיט נאפאליען ווען ער האט פארלוירן די מלחמה,
וואס איז געשעהן מיט פראנקרייך ס׳איז אינגאנצן אינטערגעגאנגן?
ווער האט איבערגענומען די מלוכה?
פארוואס איז ער אנגעקומען צו דעם אינזל, ער איז אנטלאפן אהין, אדער די שונאים האבן אים אהין געשליידערט?
ס׳איז געוועהן נאך מענטשן אויף דעם אינזל, ער איז אליין דארט געוועהן אין אויסגעגאנגן פאר הינגער??

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 12:40 am
דורך מלה בסלע ודי לחכימא
יישר כח!!!

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 1:08 am
דורך שטאלצער יוד
ממי_שאמרו האט געשריבן:זייער א שיינע ארטיקל!


פון נאפאליאן איז געבליבן עטליכע אייזענע ווערטערלעך:

מ'דארף מער מורא האבן פון 4 צייטונג שרייבער, איידער פון 1000 שפיזן,

אין פאליטיק, זייענדיג א טיפש איז בכלל נישט קיין חסרון.

WOW זייער אקטועל. חכם עדיף מנביא.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 13, 2017 1:19 am
דורך אַבּערוואַס
חיי אריכי האט געשריבן:
בנימין האט געשריבן:
נאפאליען אליינס איז ווי געשריבן פון אנהייב געווען א קראנקער מענטש. נאך די מלחמה האט ער אנגעהויבן צו ווערן ערגער און ערגער, ער האט געפירט מלחמות און ביים ענדע האט ער מיאוס פארלוירן. זיינע לעצטע יארן האט ער געלעבט איינזאם אין א וויסטן פארשטופטן אינזל, ביז ער איז געשטארבן.


שוין לאנג געוואלט וויסן וואס גענוי ס׳האט פאסירט מיט נאפאליען ווען ער האט פארלוירן די מלחמה,
וואס איז געשעהן מיט פראנקרייך ס׳איז אינגאנצן אינטערגעגאנגן?
ווער האט איבערגענומען די מלוכה?
פארוואס איז ער אנגעקומען צו דעם אינזל, ער איז אנטלאפן אהין, אדער די שונאים האבן אים אהין געשליידערט?
ס׳איז געוועהן נאך מענטשן אויף דעם אינזל, ער איז אליין דארט געוועהן אין אויסגעגאנגן פאר הינגער??

איך געדענק נישט פונקטליך, אבער עפעס ווען ער איז צוריקגעקומען פין רוסלאנד מיט אזא צושאסענעם מיליטער, האט אים דאס לאנד, און בפרט די קרובים פין די געפאלענע סאלדאטן נישט געוואלט מוחל זיין, און זיינע אייגענע מענטשן האבן אים אראפגעווארפן פין טראן, נאר אזויפיל הכרת הטוב האבן זיי יא געהט צו אים, אז היות ווי נישט ווי האט ער דאך געלייסטעט אסאך פאר'ן לאנד אין די פריערדיגע יאר'ן, האבן זיי אים נישט גע'הרג'ט, נאר פארשיקט צום אינזל זיך אויסלעבן זיינע יארן.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 04, 2018 7:52 pm
דורך ידיעות שונות
לאמיר געבן א קוק וואס אידן אין פראנקרייך האבן צו זאגן אויפ'ן גרויסן קייזער.

אן אינטערסאנטע קונטרס'ל זמרת עריצים ארויסגעגעבן דורך א איד אין פאריז שנת תקס"ז מיט לויב און געבעהט אויף נאפאליען.

געשריבן: מאנטאג יוני 24, 2019 7:22 am
דורך פראצעדור
און די נייע ספר פרדס הצדיקים פון רי"ח גרינוואלד איז דא שיינע מאמר מלחמת נאפאליון צאמגענומן פון אלע זיינע דרשות איבער די נושא