דיונים איבער מציבות און מנהגי בית החיים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 9:13 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:לאמיר לייגען די פראגע א טראפ אנדערשט.

וואס איז די גאנצע לייגן די מציבה ביי די שבעה? איז עס אינדערהיים אויך אזוי געווען? בכלל זענען דא וואס לייגן ביי די שבעה, אנדערע ביי שלושים, אדער ר"ח אלול, צו גאר ר"ח סיון. אינדערהיים איז מען דאך נישט געלאפן אין ביה"ח דריי מאל א וואך, אלזא האט מען געלייגט איינמאל א יאר, אזוי האבעך פארשטאנעם בערך.

איך מיין אז די גאנצע "שנעל לייגן" נעמט זיך פון די היינטיגע "נעקסט קעיס" מאנטעליטעט. קען זיין כ'האב א טעות און עס יא א מקור, אדרבה איינער וואס איז באקאנט זאל ברענגען עפעס מקורות אויף די זמנים בכלל.

דער עיקר מנהג שטאמט פון אריז"ל (זעה שער המצות פרשת ויחי), וואס ער שרייבט אז עס איז דא 3 חלקי הנפש, איינס פון די איך מיין דער "נפש" דרייט זיך ארום די זיבן ימי אבילות בבית האבל, נאכדעם זוכט עס מנוחה און זי טרעפט נאר אויף די מצבה העכער מקום הנפטר, און וועגען דעם ווערט "מצבה" אנגערופן "נפש", וועגען דעם שרייבן די מקובלים אז מען זאל בשום אופן זיך נישט פארזוימען מיטן לייגן די מצבה.
צוגעלייגטע
שער המצות פרשת ויחי.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4612
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 12:43 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
צדיקל האט געשריבן:מן יימר אז מען האט דאס געגאסען בימי השבעה פון רבי'ן ז"ל?

אפילו נאך די שבעה זעה איך נישט קיין צעמענטענע פאדלאגע ביים רבינ'ס ציון

שמעתי מעשה נורא מר אריה פריעד אודות חלום שהיה להה"ק מקאשויא זצ"ל מר סענדער מענדעל ז"ל על שעסקו לעשות לו מציבה בתוך השבעה

מער פרטים ביטע

בקיצור - שמעתי מרבי אריה שסיפר זאת לפני שבועיים אצל השבעה של משפחת רבי דוד לוי זיכרמן ז"ל שיום אחד קרא אותו הקאשויא רב הגה"צ רפאל בלום זצ"ל שיבוא לקרית קאשויא עם טרעקטער , ושאל אותו למה - אמר לו קום ועוד אגיד לך - הגיע עם טרקטור לקאשויא והרב מקאשויא עלה על הטרקטור ואמר לו סע לבית החיים בקצה הקריה - ואז היו שם רק שני מציבות - ואמר לו הרב - גראב ארויס די מציבה מיטן גאנצן סעמענט פון רבי סענדער מענדעלס קבר - און טראג עס ארויס פון ביה"ח- כך עשה - ושאל אותו מה זה? אמר לו, עוד אומר לך - וחזר רבי אריה לביתו - למחרתו קרא אותו הקאשויא רב ואמר לו שר סנדר מנדל הגיע כמ"פ אצלו בחלום שאין לו מנוחה בעולם העליון - שעשו עבודה על קברו תוך השבעה- ע"כ קראתי אותך , ובלילה הזה לאחר שלקחו כל הנ"ל בא סנדר מנדל עוה"פ בחלום ונתן לו תודה ע"ז

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 2:13 pm

מעשה נורא!! דא איז מאמת וואס עס ווערט געברענגט אונעם אויבערשטען שטיקל פון אריז"ל, אז עס איז שורה א רוח טומאה אויף דעם פלאץ פון די מצבה אויב מען לייגט עס בתוך השבעה, און דא האמיר א נייער חידוש פון א גדול בתורה אז עקירת המצבה העלפט אויסורייסן דעם רוח הטומאה, אזוי ווי מיר געפונען ביי דיני ע"ז אז עקירה העלפט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך אפריל 22, 2015 11:36 am

פארוואס האבן די מציבות אין לונדען פלעסטיקס (מעיל)? איך זעה די זיידע האט און די טאטע נישט ווער יא און ווער נישט?

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » מיטוואך אפריל 22, 2015 11:39 am

ווענד זיך און די משפחה, פונקט ווי די ליכט באקסעס איינער יא איינער נישט איינער א גרויסע איינער א קליינע א.א.וו. און פשוט ס'ווערט נישט קאליע אזוי שנעל פון די רעגן וכדו'
עץ חיים הוא למחזיקים בה

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » מיטוואך אפריל 22, 2015 11:43 am

פארוואס ניצט מען עס נישט אין אמעריקע?

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 4:39 am

כרם האט געשריבן:פארוואס ניצט מען עס נישט אין אמעריקע?

פרעג די ח"ק
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 8:44 am

גרינע בוים האט געשריבן:ווענד זיך און די משפחה, פונקט ווי די ליכט באקסעס איינער יא איינער נישט איינער א גרויסע איינער א קליינע א.א.וו. און פשוט ס'ווערט נישט קאליע אזוי שנעל פון די רעגן וכדו'

א היינטיגע מצבה ווערט קאליע? קענסט דאך נישט ליינען געהעריג וואס דארט שטייט? אנגעטוהן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 8:45 am

גרינע בוים האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:פארוואס ניצט מען עס נישט אין אמעריקע?

פרעג די ח"ק

דאס טוט ער דאך

יוראפ אלערט
מצבות שטעלער אלערט
פעפערקארן אלערט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 9:03 am

כרם האט געשריבן:פארוואס ניצט מען עס נישט אין אמעריקע?

ס'האט מיט די ריינקייט פון די לופט, די קלימאט און די סארט שטיין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:41 am

כרם האט געשריבן:פארוואס האבן די מציבות אין לונדען פלעסטיקס (מעיל)? איך זעה די זיידע האט און די טאטע נישט ווער יא און ווער נישט?

דאס איז ווייל ליידער שועלים הלכו בו און זיי גרבען און עסען אלס חוץ פלעסטיק
מרת משה גראס האט באצאלט א גדר פון £5,000,000 אבער ליידער נישט קיין סאך געהלפען

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:49 am

און די פראבלעם מיט די וואסער איז שוין יא מסודר?

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:54 am

ניין. אבער זיי האבען א חשבען וואו אזוי זיי לייגען אז עס זאל זיך נישט ריקען

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:57 am

טאטלע האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:פארוואס האבן די מציבות אין לונדען פלעסטיקס (מעיל)? איך זעה די זיידע האט און די טאטע נישט ווער יא און ווער נישט?

דאס איז ווייל ליידער שועלים הלכו בו און זיי גרבען און עסען אלס חוץ פלעסטיק
מרת משה גראס האט באצאלט א גדר פון £5,000,000 אבער ליידער נישט קיין סאך געהלפען


5 מיליאן אדער 5 טויזענט?

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 11:59 am

5 מיליאן £

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 12:01 pm

די שרצים עסן מצבות?

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 12:32 pm

טאטלע האט געשריבן:5 מיליאן £


מן הסתם דמיון על גבי דמיון

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 12:46 pm

מיינסט כיפין על גבי כיפין.
וע"ז באתי על החותם, פה אייוועלט. הק'............

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

תגובהדורך גרינע בוים » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 12:49 pm

ביטע נישט נאריש :? שרצים עסן נישט מציבות, ארגינעל איז עס א המצאה פון עשירים און ס'געווארן נארמאל
לעצט פאראכטן דורך גרינע בוים אום דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עץ חיים הוא למחזיקים בה

אוועטאר
טאטלע
שר האלף
תגובות: 1016
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:47 pm

תגובהדורך טאטלע » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:21 pm

איך זעה אז איר ווייסט נישט די מציאת פון א פוקס ער עסט ערד אין שטיינער (און מציבות איז פון שטיין...)
עס איז ליידער דא זייער אסך מאל ווען מען קומט און בית החיים אין מען טרעפט שטיקלעך פון טליתים
נאך די שבעה פון ר' משה גראס איז מען געקמען לייגען א מציבה אין די קבר איז געווען א חלק אויף געגראבן אין עס איז געווען שטיקלעך פון זיין טלית (וואס איז ליידער א נארמאלע זאך) און עס האט זייער שטארק געבאדרט פאר די אלמנה האט זי געגעבען 5 מיליאן £ פאר א גדר און פאר א קאמפני וואס זאל זיי שיסן אבער וואו איך האב געזאגט האט עס ליידער נישט קיין סאך געהאלפען
אויב איר קוקט גיט אויף די פיקטשער פון די מציבה וועט איר זיין אז מען לייגט א גרויסע שטיין אויף די קבר אזוי זאל ער נישט אזוי שנעל קענען גראבן אין מען וועט באמערקען
אגב אין לאנדען איז בכלל דא זייער אסאך פוקסן

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:29 pm

דאס איז לאנדאן'ס פראבלעם, קודם איז בכלל נישט געווען ווער ס'זאל קעיר נעמען דערוועגן
די בית החיים געהערט פאר קהל עדת ישראל, נישט פאר כדתי', סוי כדתי' האט געטענ'ט ס'האט נישט מיט זיי, און וואס עדת האט געטענ'ט געדענק איך שוין נישט, די גאנצע גדר האבן פריוואטע עסקנים צוזאם געשטעלט

כדתי' איז כמעט די איינציגסטע קהלה אויף די וועלט וואס גיט נישט קיין סערוויס חוץ כשרות מיט א בית הוראה
נישט קיין מקוה
נישט קיין בית החיים
נישט קיין ביהמ"ד
נישט קיין מצות, זיי פלעגן אמאל פארקויפן סאטמארע מצות, מיט נאך אפאר צוגעלייגטע חומרות, און ס'האט געקאסט טייערער פון די סאטמארע מצות [איך ווייס נישט וואס איז היינט]
בקיצור אסך הכנסות מיט ווייניג הוצאות

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:43 pm

סא זענען זיי אזא קהילה ווי MK וועד העיר און מונטריאול אויכט א קהילה אז נאר זייער שחיטה מעג מען אבער קיין שום אנדערע סערוויסעס

אוהב ספרים
שר האלפיים
תגובות: 2447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 1:54 pm

אנטווערפין איז אויכעט בערך אזוי

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 2:33 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:אנטווערפין איז אויכעט בערך אזוי

וואס הייסט?
אנטווערפען האט א שוהל א ביהמ"ד
א מקוה
א בית החיים
אלעס געהערט צו מחזיקי הדת
מצות האבן זיי קוממיות מצות פאר א ביליגערע פרייז ווי נארמאל

אוועטאר
esteem
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 30, 2012 8:43 pm

תגובהדורך esteem » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:14 pm

דרךהמלך האט געשריבן:און די פראבלעם מיט די וואסער איז שוין יא מסודר?


די חעברע וואס ווייסן וואס טוט זיך אין הימעל טענה'ן אז דאס איז די סיבה פון די צאל טראגעידיעס וואס פאסירט ל"ע אין לאנדאן לעצטנס דורך וואסער
(ליפשיץ, ברייש, ענגלענדער, פעלדמאן, גרינפעלד פלוס א איד פון א"י אין היזיגע מקוה).

אגב זאגט מיר איינער אז ביי ר' גדלי' עסטרייכער ע"ה האט מען געמאכט אזא מין פאמפ וואס זאל ארויסציען דאס וואסער.
איך האב געזעהן ביי אנדערע א נייע פאטענט, אז מלייגט אריין בשעת'ן קבורה א פייפ, וואס דאס ניצט מען שפעטער אלס יסוד פאר די מציבה אז ס'זאל זיך האלטן שטערקער.

מענין לענין איז מיר אינרעסאנט צו וויסן פארוואס די מציבות אינעם ביה"ח זענען אפאר מזרח-מערב אין אנדערע זענען דרום-צפון (זעה בילד) איינער ווייסט פשט?
צוגעלייגטע
unnamed %287%29.jpg
לעצט פאראכטן דורך esteem אום דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:50 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט