בלאט 6 פון 7

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:46 pm
דורך קיקיון
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אוקעי, ישר כח קיקיון.

ברענגט ער דארט אז מען קען אויך מאכן א מציבה פון האלץ, ווינדער מיר אויב אזוי, וויאזוי מען מעג לייגן די האלצענע געשריבענע טאוועל גלייך נאכן באגראבן, אויב איז עס א געהעריגע מציבה און א מציבה טאר מען דאך נישט לייגן אין די שבעה.

נאך מער, אין די בילד וואס איינער האט דא געלייגט פון די פרישע קבר פון די סקאליע'ן רבי'נס פאטער, יענע בתי חיים, לייגן א אייזענע טעוועלע, געהעריג שיין פארמאכט און צוגעדעקט, וואס קען בלייבן לאנגע יארן. וואס איז פשט אז מען לייגט דאס גראד?

און בכלל, ווען האט מען אנגעהויבן לייגן די טעוועלעך?


ייתכן
אז די טעוועלעך זענען פשוט פון פראקטישקייט בפרט פאר די וואס שטעלען די מציבה שפעטער
איז דער טעוועלע נישט קיין מציבה

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
פארשטייט זיך אז עס פאר די צוועק. אבער א מציבה איז א מציבה. עס ווערט נישט אויס מציבה ווייל עס איז פראקטיש.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:10 pm
דורך קמח
די בלעכעלעך האלטן נישט לאנג

מיט איין גוטן זון איז דער בלעכל חרוב ונחרב, און דער כתב פארמעקט (בדוק בבתי חיים ותחזה)
דעריבער איז דאס נישט קיין מציבה

דערצו 'מציבה' מיינט נישט חריתת השם, נאר דער ליגעדיגער שטיין וואס צייכנט צורת הקבר אפי' אן דעם כתב

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
קמח האט געשריבן:די בלעכעלעך האלטן נישט לאנג

מיט איין גוטן זון איז דער בלעכל חרוב ונחרב, און דער כתב פארמעקט (בדוק בבתי חיים ותחזה)
דעריבער איז דאס נישט קיין מציבה

דערצו 'מציבה' מיינט נישט חריתת השם, נאר דער ליגעדיגער שטיין וואס צייכנט צורת הקבר אפי' אן דעם כתב

א שאד האסט נישט געליינט ביז אהער פארן ענטפערן.

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 5:27 pm
דורך farshlufen
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איינער ווייסט ווען מען האט אנגעהויבן בכלל מיט שרייבן ווערטער אויף א מציבה? איז עס אלס אזוי געווען? למשל אז אין די תורה ווערט דערמאנט אז מען האט געשטעלט א מציבה א שטיין, מיינט דאס אז מען האט אריינגעקריצט נעמען?

ווייסט איינער צו די היסטאריע פון מציבות איז ערגעץ פארשריבן?

תשובות קנה בשם חלק ב' סימן ק"ג

געשריבן: מיטוואך אוקטובער 07, 2015 5:51 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:איינער ווייסט ווען מען האט אנגעהויבן בכלל מיט שרייבן ווערטער אויף א מציבה? איז עס אלס אזוי געווען? למשל אז אין די תורה ווערט דערמאנט אז מען האט געשטעלט א מציבה א שטיין, מיינט דאס אז מען האט אריינגעקריצט נעמען?

ווייסט איינער צו די היסטאריע פון מציבות איז ערגעץ פארשריבן?

תשובות קנה בשם חלק ב' סימן ק"ג

א שיינעם דאנק.

האסטו דארט געזעהן איבער ווען עס האט זיך אנגעהויבן די ווערטער? איך האב נישט אבאמערקט דארט נאכן שנעל איבערקוקן. אבער עס איז בכל אופן א שיינע שמועס, א שיינעם דאנק.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 9:13 am
דורך farshlufen
זע אות ד', דאס איז דאס מערסטע וואס איך האב געפונען איבער די נושא פון א היימישן רב ופוסק.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:זע אות ד', דאס איז דאס מערסטע וואס איך האב געפונען איבער די נושא פון א היימישן רב ופוסק.

אהה, טאקע נישט באמערקט די ווערטער. א גרויסן דאנק.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 5:09 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:זע אות ד', דאס איז דאס מערסטע וואס איך האב געפונען איבער די נושא פון א היימישן רב ופוסק.



געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 8:10 pm
דורך נא_שכל
במס' הוריות (י"ג ע"א) זאגט די גמרא אז ליינען דעם כתב שעל הקבר איז קשה לשכחה, זעט מען דאך לכאורה אז דער מנהג איז שוין דעמאלט'ס געווען צו שרייבן אויף די מצבות.

געשריבן: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 8:22 pm
דורך לכתחילה אריבער
נא_שכל האט געשריבן:במס' הוריות (י"ג ע"א) זאגט די גמרא אז ליינען דעם כתב שעל הקבר איז קשה לשכחה, זעט מען דאך לכאורה אז דער מנהג איז שוין דעמאלט'ס געווען צו שרייבן אויף די מצבות.

viewtopic.php?p=1106335#p1106335

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 17, 2015 9:59 am
דורך פר בן בקר
וואס פירט מען זיך צו שרייבן אויף א מציבה פון א קליין קינד רח"ל?
וואס זענען די ענינים? איז דא פיקטשערס?
איז דא א ענין אז די קבר זאל זיין קליין (נידריג) און פארשטעקט אין א ווינקל?

אפשר איז דא א בעסער פלאץ פאר דעם שאלה.

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2015 8:23 am
דורך יקים
ס'איז דא א זייער א שיינער ספר וואס הייסט "מקומות הקדושים וקברי צדיקים בגליל"-ב"ח (י"ל ע"י הרב גבאי פון אהלי צדיקים), דארט קענסטו בכלל באקומען אוצרות פון אינפארמאציע וועגן מנהגי הקבורה בשנים קדמוניות, וועסט זעהן אז עד היום טרעפטמען קברים פון חז"ל'ס צייטן מיט נעמען ארויף געקריצט דערויף. (איך געדענק פאר א פאר יאר צוריק האט א איד אין צפורי געגראבן ביי זיין חצר, און געטראפן א קבר וואס שטייט דערויף 'הדין משכבא דרבי יהושע בר לוי ספרא').
סוף ספר איז געדריקט אן עקסטער'ן מאמר איבער די מנהגי הקבורה מימות התנ"ך עד היום, ע"ש ותמצא נחת!
[איך ווייס נישט אויב די ספר פארקויפט מען אין חוץ לארץ]

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 29, 2015 11:44 am
דורך יוראפ
יקים האט געשריבן:ס'איז דא א זייער א שיינער ספר וואס הייסט "מקומות הקדושים וקברי צדיקים בגליל"-ב"ח (י"ל ע"י הרב גבאי פון אהלי צדיקים), דארט קענסטו בכלל באקומען אוצרות פון אינפארמאציע וועגן מנהגי הקבורה בשנים קדמוניות, וועסט זעהן אז עד היום טרעפטמען קברים פון חז"ל'ס צייטן מיט נעמען ארויף געקריצט דערויף. (איך געדענק פאר א פאר יאר צוריק האט א איד אין צפורי געגראבן ביי זיין חצר, און געטראפן א קבר וואס שטייט דערויף 'הדין משכבא דרבי יהושע בר לוי ספרא').
סוף ספר איז געדריקט אן עקסטער'ן מאמר איבער די מנהגי הקבורה מימות התנ"ך עד היום, ע"ש ותמצא נחת!
[איך ווייס נישט אויב די ספר פארקויפט מען אין חוץ לארץ]

נעוואדע, ארויסגעגעבן דורך אהלי צדיקים

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:05 am
דורך אי-רעלעווענט
וואס איך וויל וויסן:
וויל איך וויסן אויב מהאט שוין דא אויסגעשמועסט ערגעץ די וואסער פראבלעם אין אסאך בתי חיים, אצינד געענדיגט הערן א אינטערוויאו אויף קולמע ביזנעס נייעס אפטיילונג, הענדי ברייער מיט א איינער וואס טראנפארמירט נפטרים קיין אר״י ובתוך דבריו דערמאנט ער דעם פראבלעם, סקוקט אויס ווי א ערענסטע פראבלעם, ווילעך וויסן אויב מרעדט שוין דאהי דערוועגן.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:48 am
דורך מה פתאום???
וואס איז די פראבלעם?

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 5:51 am
דורך אי-רעלעווענט
די גוף בלייבט גאנץ, (די ווערים קענען נישט טוען זייער דשאב בשלימות, און דאס איז זייער א שטארקע שטער פאר די נשמה אנצוקומען למנוחה נכונה)

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:14 pm
דורך ירוושלמי22
ווייסט אפשר איינער די מקור פון שרייבן די מאמעס נאמען (שם אמו...)
אין ארץ ישראל שרייבט קיינער נישט די מאמעס נאמען, און אין קרית יואל זעה איך ביי רוב מצבות אז מ'שרייבט יא

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:21 pm
דורך קיקיון
ירוושלמי22 האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער די מקור פון שרייבן די מאמעס נאמען (שם אמו...)
אין ארץ ישראל שרייבט קיינער נישט די מאמעס נאמען, און אין קרית יואל זעה איך ביי רוב מצבות אז מ'שרייבט יא

סעיף ו והערה י"ג

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:25 pm
דורך ירוושלמי22
קיקיון האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער די מקור פון שרייבן די מאמעס נאמען (שם אמו...)
אין ארץ ישראל שרייבט קיינער נישט די מאמעס נאמען, און אין קרית יואל זעה איך ביי רוב מצבות אז מ'שרייבט יא

סעיף ו והערה י"ג

יישר כח גדול
ווער איז די ספר דברי תורה וואס ער ברענגט אין די הערה, מונקאטשער רב זי"ע?

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:27 pm
דורך יוראפ
אין א"י

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:53 pm
דורך קיקיון
ירוושלמי22 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער די מקור פון שרייבן די מאמעס נאמען (שם אמו...)
אין ארץ ישראל שרייבט קיינער נישט די מאמעס נאמען, און אין קרית יואל זעה איך ביי רוב מצבות אז מ'שרייבט יא

סעיף ו והערה י"ג

יישר כח גדול
ווער איז די ספר דברי תורה וואס ער ברענגט אין די הערה, מונקאטשער רב זי"ע?

יא קוק אין הערה י"ב

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:57 pm
דורך ירוושלמי22
יוראפ האט געשריבן:אין א"י

אינטראסאנט איך האב קיינמאהל נישט געזעהן ביז היינט אין א"י
אבער אז די ברענגסט אזויפיל בילדער אין החי יכול להכחיש (מצבות) המת
יישר כח

געשריבן: מיטוואך יוני 28, 2017 3:57 pm
דורך ירוושלמי22
קיקיון האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
ירוושלמי22 האט געשריבן:ווייסט אפשר איינער די מקור פון שרייבן די מאמעס נאמען (שם אמו...)
אין ארץ ישראל שרייבט קיינער נישט די מאמעס נאמען, און אין קרית יואל זעה איך ביי רוב מצבות אז מ'שרייבט יא

סעיף ו והערה י"ג

יישר כח גדול
ווער איז די ספר דברי תורה וואס ער ברענגט אין די הערה, מונקאטשער רב זי"ע?

יא קוק אין הערה י"ב

יישר כח

געשריבן: זונטאג יולי 02, 2017 12:52 pm
דורך נחום וואהלינער
לגבי שרייבן די מאמעס נאמען זעה אז רוב וואס שרייבן ניצן די לשון "שם אמו" משא"כ בלעלוב ובעוד מקצת מקומות שרייבט מען "הנו"מ" וואס איז די ראשי תיבות הנולד מאשה.