דיונים איבער מציבות און מנהגי בית החיים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

דיונים איבער מציבות און מנהגי בית החיים

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 3:44 pm

אזוי ווי אונזער טייערער קאלעגע "אייראפע" האט אנגעהויבן שיטן מיט אוצרות עד אין לשער, דערמאן איך זיך אסאך פראגעס און תמיהות וואס איז מיר דורך די יארן דורכגעלאפן, בנוגע מציבות און בתי חיים.

לאמיר דא אראפ שרייבן עטליכע , און אויב איינער האט צוצולייגען זאל ער ביטע צוליב טאן. און פארשטייט זיך אז ווען איינער האט א תירוץ אדער טעם אויף די מנהגים, זאל אזוי גוט זיין און פארציילן, הלה הוא די תכלית פון דעם אשכול.

1) וואס איז פשט, אז אין ארץ ישראל לייגט מען די מציבות ליגעדיג, און אין חוץ לארץ (עכ"פ ביי די פרומע) שטייענדיג? גראדע איז עס זייער נישט פראקטיש אראפגעלייגט, עס גייט שנעל צוגרינד, ווי מען זעהט אין ארץ ישראל אפי' אינגע מציבות זענען שוין שטארק אומקלאר.

2) ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון לייגן ביי א כהן צוויי הענט ווי ביים דוכנ'ן, און ביי א לוי א טעפל, און געוויסע ביי א פרוי א לייכטער, א קרוין פאר א גדול וכדו' ?

3) ווען האט מען אנגעהויבן צו שרייבן "לעצטע נעמען" אויף מציבות? געוויס פלעצער אינדערהיים האט מען יא געשריבן, און געוויסע נישט, און געוויסע פלעצער זעהט מען נאך היינט, אז ביי קינדער שרייבט מען נישט. און אז מען שרייבט יא די לעצטע נאמען, איז עס עקסטער, פלעקט אמאל זיין אונטען, און שפעטער נאך די נאמען מיטן טאטענ'ס נאמען און לעצטענס זעהט מען שוין די גאנצע נאמען קודם און שפעטער די טאטע'ס נאמען (ווי ביי רבינו מסאטמאר זי"ע)

4) וואס איז די היתר פון שרייבן "ארויסגעשטארצטע" אותיות, אין געוויסע פלעצער אפי' ביי פרומע?

5) ווי און ווען איז געווען די מנהג אז מען לייגט מענער און פרויען עקסטער, און ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

6) שיינע נסחאות אויף מציבות, חרוזים וכדו' ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

7) אין ארץ ישראל לייגט מען נישט קיין ארון, נאר מען בויט א שורה צוגל, און אין אנדערע פלעצער לייגט מען יא א ארון, פארוואס?

(אויך עטליכע פראקטישע פראגעס)

8) פארוואס אין ארץ ישראל זענען די ווערטער נישט אריין געקריצט אינעם שטיין (לויט ווי כ'האב געהערט איז עס יא אריין געקרצט, נאר מען פילט עס אן, איז עס אזוי?) אזוי אויך איז יעדע פלאץ אנדערע סארט אותיות, אין אמעריקע איין סארט אות - גראדע האט מען לעצטענ'ס געטוישט - און אין ארץ ישראל אן אנדער סארט, און יעצט זעה איך אז אין טאש אין אויך דא א אנדער סארט. (אבער דאס איז לכאורה זיכער פשוט פראקטישקייט, נאר געוואלט מאכן א נאוט דערפון.)

9) אין אנטווערפן זענען דא שווארצע מציבות, און אין די איבריגע (פרומע) וועלט ווייסע, איז דאס מיט א סיבה, צי פשוט פראקטיק, ווייל דארט איז דא די סארט?

ועוד ועוד, יעצט איז דאס גענוג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2898
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:28 pm

אויף איין שאלה וועל איך ענטפערן בדרך אפשר: מענער און פרויען עקסטער בעיקר נאכן קריג און דער טעם דערפון ווייל עס איז געווען אסאך זיווג שני׳ס און ביי זוו״ש לייגט מען נישט צוזאמען (כך שמעתי אבל בלי מקור)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוגוסט 25, 2013 5:43 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:2) ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון לייגן ביי א כהן צוויי הענט ווי ביים דוכנ'ן, און ביי א לוי א טעפל, און געוויסע ביי א פרוי א לייכטער, א קרוין פאר א גדול וכדו' ?

אין די אלטע ביה"ח אין פראג איז פול מיט די סארט בילדער וכו' וכו'
לכתחילה אריבער האט געשריבן:3) ווען האט מען אנגעהויבן צו שרייבן "לעצטע נעמען" אויף מציבות? געוויס פלעצער אינדערהיים האט מען יא געשריבן, און געוויסע נישט, און געוויסע פלעצער זעהט מען נאך היינט, אז ביי קינדער שרייבט מען נישט. און אז מען שרייבט יא די לעצטע נאמען, איז עס עקסטער, פלעקט אמאל זיין אונטען, און שפעטער נאך די נאמען מיטן טאטענ'ס נאמען און לעצטענס זעהט מען שוין די גאנצע נאמען קודם און שפעטער די טאטע'ס נאמען (ווי ביי רבינו מסאטמאר זי"ע)

לכוירע איז דאס ווי ידידינו רבי שמחה שליט"א האט שוין געשריבן איבער א צווייטע זאך אז דא האט מיט די געפיל, ווייל אין אסאך אלטע בתי חיים זעהט מען איינער שרייבט יא און איינער נישט...
לכתחילה אריבער האט געשריבן:4) וואס איז די היתר פון שרייבן "ארויסגעשטארצטע" אותיות, אין געוויסע פלעצער אפי' ביי פרומע?

לכוירע בחור הזעצער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:5) ווי און ווען איז געווען די מנהג אז מען לייגט מענער און פרויען עקסטער, און ווען האט זיך עס אנגעהויבן?

אין אסאך גרעסערע בתי חיים אין יוראפ זעהט מען אז אסאך מענער און ווייבער ליגן צוזאמען און אסאך מענער עקסטער און פרויען עקסטער, און בפשטות וועגן דעם האט מען נאכן קריג מער מקפיד געווען צו לייגן עקסטער, אבער אין די קלענערע בתי חיים איז יא דא אסאך מענער און פרויען צוזאמען
לכתחילה אריבער האט געשריבן:8) פארוואס אין ארץ ישראל זענען די ווערטער נישט אריין געקריצט אינעם שטיין (לויט ווי כ'האב געהערט איז עס יא אריין געקרצט, נאר מען פילט עס אן, איז עס אזוי?) אזוי אויך איז יעדע פלאץ אנדערע סארט אותיות, אין אמעריקע איין סארט אות - גראדע האט מען לעצטענ'ס געטוישט - און אין ארץ ישראל אן אנדער סארט, און יעצט זעה איך אז אין טאש אין אויך דא א אנדער סארט. (אבער דאס איז לכאורה זיכער פשוט פראקטישקייט, נאר געוואלט מאכן א נאוט דערפון.)

לכוירע האט עס צו טון מיט דעם מענטש וואס שטייט ביים מאשין, יעדע שטיק צייט ס'קומט ארויס א נייע פאנט פארן מאשין פרובירט ער עס אויס,
אלס פראקטישקייט ווייס איך נישט, ווייל למשל די פארב וואס מ'ניצט האב איך באמערקט אז אויף א געוויסע פראדוקציע פאלט די טינט אראפ מיט די צייט (נישט אז ס'מעקט זיך אפ מיט די צייט)
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ועוד ועוד, יעצט איז דאס גענוג.

נעווער, לכתחילה לאזטס אייך גיסן וויפיל ס'גייט נאר

אממ.. וואס האב איך דא געשריבן?!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוגוסט 25, 2013 7:27 pm

יוראפ האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:2) ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון לייגן ביי א כהן צוויי הענט ווי ביים דוכנ'ן, און ביי א לוי א טעפל, און געוויסע ביי א פרוי א לייכטער, א קרוין פאר א גדול וכדו' ?

אין די אלטע ביה"ח אין פראג איז פול מיט די סארט בילדער וכו' וכו'

גראדע איז דאס לכאורה מער פראבלעם ווי אותיות, וואס איז קשה לשכחה, אבער מאכן א בילד, אויב עס שטארט ארויס, קען זיין א ערענסטע פראבלעם פון "פסל וכל תמונה".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » דינסטאג אוגוסט 27, 2013 1:24 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:2) ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון לייגן ביי א כהן צוויי הענט ווי ביים דוכנ'ן, און ביי א לוי א טעפל, און געוויסע ביי א פרוי א לייכטער, א קרוין פאר א גדול וכדו' ?

דאכט זיך ווען זי איז נפטר געווארן שב"ק
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:24 am

פלוני האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:2) ווען האט זיך אנגעהויבן די מנהג פון לייגן ביי א כהן צוויי הענט ווי ביים דוכנ'ן, און ביי א לוי א טעפל, און געוויסע ביי א פרוי א לייכטער, א קרוין פאר א גדול וכדו' ?

דאכט זיך ווען זי איז נפטר געווארן שב"ק

קיינמאהל נישט באמערקט אזא זאך?!

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 2:19 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
3) ווען האט מען אנגעהויבן צו שרייבן "לעצטע נעמען" אויף מציבות? געוויס פלעצער אינדערהיים האט מען יא געשריבן, און געוויסע נישט, און געוויסע פלעצער זעהט מען נאך היינט, אז ביי קינדער שרייבט מען נישט. און אז מען שרייבט יא די לעצטע נאמען, איז עס עקסטער, פלעקט אמאל זיין אונטען, און שפעטער נאך די נאמען מיטן טאטענ'ס נאמען און לעצטענס זעהט מען שוין די גאנצע נאמען קודם און שפעטער די טאטע'ס נאמען (ווי ביי רבינו מסאטמאר זי"ע)

די גאר אלטע מציבות אין יוראפ זענען נאך פון די צייטן ווען מ'האט נאך נישט עכט געהאט קיין לעצטע נעמען, און אפי' שפעטער ווען ס'איז שוין יא געווען איז דאס נאר געווען אזא ליגעל זאך ואשר ע"כ איז דאס נישט ארויף אויפ'ן מציבה, משא"כ היינט ווען עס איז א חלק פונעם סימן אויפ'ן מענטש, מען רופט נישט א מענטש ר' אייזיק ר' יעקל'ס נאר ר' אייזיק פריעדמאן, לייגט מען יא די לעצטע נאמען לעשות שם ושארית מען זאל וויסן ווער עס ליגט דא באהאלטן.

בנוגע דאס שרייבן דעם לעצטן נאמען פאר די טאטעס נאמען דאס איז נישט ריכטיג ווייל נאך אלעמען איז דאס נישט א חלק פון די נאמען, און ביי די מציבה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז דאס ארויף בטעות שלא כמנהג אבותיו הק' למעלה בקודש, און שפעטער ביי מ"מ מרן הבר"מ זי"ע האט מען עס טאקע נישט געשריבן.

בדרך אגב האב איך לעצטנס באמערקט אז אין דעם ספה"ק ייטב לב געדרוקט דורך הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק רביה"ק מסאטמאר ווערט דארט אריינגעדרוקט דער נוסח המציבה פונעם מחבר, און עס שטייט ביים נאמען יקותיאל יודא טט"ב בן וכו', און דאס איז קלאר נישט ריכטיג ווייל דער נאמען טט"ב שטייט פאקטיש נישט אויפ'ן מציבה.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:11 pm

פישל האט געשריבן:

אה מאכט סענטס וואס דו זאגסט. לגבי די מצבה פון רבי'ן מאכט אויך סענטס, ווייל עס האט כידועה געהערשט אזא תוהו ובוהו דעמאלס אז ס'איז געווען א פחד. בכלל איז די מצבה מער א מצבה אויפן דור ווי אויפן רבי'ן.... און אויך האט מען דעם רבין געלייגט פארקערט לויט געוויסע.

עכ"פ, כ'באמערק אז קודם איז לעצטע נעמען אריין געקומען ביי די מער מאדערענע, און טאקע אויף גוי'ש, און שפעטער האבן אלע אנגעהויבן שרייבן די לעצטע נעמען. אוי מי יתן אז מען שרייבט ווען אלס די לעצטע נעמען, די וואס זיכען יחוס, וואלטען געהאט האלבע ארבייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:57 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:4) וואס איז די היתר פון שרייבן "ארויסגעשטארצטע" אותיות, אין געוויסע פלעצער אפי' ביי פרומע?

עס איז נישט קיין איסור צו מאכן ארויסגעשטארצטע אותיות, עס איז בלויז א ענין נישט צו ליינען אזא סארט מציבה ווייל עס איז קשה לשכחה.

לכתחילה אריבער האט געשריבן:8) פארוואס.... אזוי אויך איז יעדע פלאץ אנדערע סארט אותיות, אין אמעריקע איין סארט אות - גראדע האט מען לעצטענ'ס געטוישט - און אין ארץ ישראל אן אנדער סארט, און יעצט זעה איך אז אין טאש אין אויך דא א אנדער סארט. (אבער דאס איז לכאורה זיכער פשוט פראקטישקייט, נאר געוואלט מאכן א נאוט דערפון.).

דאס האט צוטיהן מיט וועלכע מציבה קאמפאני מ'נוצט, יעדער פארמאגט זיין סארט פאנט, למשל די פירמע וואס מאכט די מציבות אין ביה"ח ק"י, פארמאגן א פאנט וואס האט נאר א אויפגעשטעלטע למ"ד אויב פעלט זיך אויס צו מאכן א ליגעדיגע למ"ד נוצן זיי פאר דעם למ"ד א אנדערע פאנט, עס האט גארנישט מיט קיין מנהג.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:59 pm

יא, דאס האבעך געמיינט, עס איז קשה לשכחה, פארוואס מאכט מען דאס? און ווי געשריבן ביי א בילד איז עס שוין יא א הלכה שאלה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:06 pm

אז מ'רעדט שוין פון מנהגי מציבות וויל איך צולייגן וואס דער חברה קדישא מאן האט מיר געזאגט מיט יארן צוריק ווען כ'האב געשריבן דעם נוסח המציבה פון מיין מאמע ע"ה, אז איך זאל נישט פארגעסן צו שרייבן ביים ענדע פון דעם נוסח אז זי זאל זיין א מליץ יושר פאר די קינדער און אז זי זאל אויפשטיין צו תחיית המתים, און ער האט מיר צוגעלייגט אז אסאך מענטשן מאכן גאנצע לאנגע נוסחאות און פון דעם פארגעסן זיי.

איך ווייס נישט צי עס ווערט געברענגט ערגעץ אז מ'דארף אזוי טון, און צי דאס איז א מנהג, אבער אז ער האט אזוי געהייסן האב איך געפאלגט ווי א טאטעלע, (א זון פאלגט נישט, נאר ווען מ'ווערט שוין א טאטעלע פארשטייט מען אז מ'דארף פאלגן).

נאך א פונקט. אין א אינטערוויו וואס איז געווען געדרוקט מיט א צייט צוריק אין א געוויסע אויסגאבע, האט איינער פון די סאטמארער חברה קדישא לייט געזאגט אז אין סאטמאר איז פאראן א שטארקע קפידא נישט אנצופילן דעם מקום הקבר מיט די קליינע ווייסע שטיינדעלעך כנהוג בכמה מקומות, ער לייגט צו אז אין געוויסע אנדערע חסידי'שע מקומות איז יא אזוי דער מנהג, אבער ביי די יוצאי אונגארן איז געווען א קפידא דאס נישט צו טוהן, (מן הסתם איז דאס געווען א מאדערענע זאך, דעת עצמי).
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:10 pm

ישר כח פאר די הוספות.

אויך איז די מנהג, אז מען שרייבט די מאמע'ס נאמען.

און וואס טוט זיך מיט "זיכרון להולכים", איז שוין געווען אזא זאך פארן קריג, אז מען שרייבט נעמען פון ווער עס האט נישט קיין מצבה ר"ל? און אויב נישט, ווי און ווער האט עס אנגעהויבן?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:12 pm

פישל האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון מנהגי מציבות וויל איך צולייגן וואס דער חברה קדישא מאן האט מיר געזאגט מיט יארן צוריק ווען כ'האב געשריבן דעם נוסח המציבה פון מיין מאמע ע"ה, אז איך זאל נישט פארגעסן צו שרייבן ביים ענדע פון דעם נוסח אז זי זאל זיין א מליץ יושר פאר די קינדער און אז זי זאל אויפשטיין צו תחיית המתים, און ער האט מיר צוגעלייגט אז אסאך מענטשן מאכן גאנצע לאנגע נוסחאות און פון דעם פארגעסן זיי.

איך ווייס נישט צי עס ווערט געברענגט ערגעץ אז מ'דארף אזוי טון, און צי דאס איז א מנהג, אבער אז ער האט אזוי געהייסן האב איך געפאלגט ווי א טאטעלע, (א זון פאלגט נישט, נאר ווען מ'ווערט שוין א טאטעלע פארשטייט מען אז מ'דארף פאלגן).

אויף די אלע אלטע מצבות שטייט דאס נישט [עפעס אנדערש שטייט אויך נישט], אפילו די וואס האבן שוין יא געשריבן קורצע טיטלען שטייט עס אויך נישט, עכ"פ ס'קוקט נישט אויס אז ס'איז א מנהג, אבער אז מ'שרייבט שוין גאנצע מגילות פאסט שוין צו שרייבן אויך די 2-3 ווערטער.
פישל האט געשריבן:נאך א פונקט. אין א אינטערוויו וואס איז געווען געדרוקט מיט א צייט צוריק אין א געוויסע אויסגאבע, האט איינער פון די סאטמארער חברה קדישא לייט געזאגט אז אין סאטמאר איז פאראן א שטארקע קפידא נישט אנצופילן דעם מקום הקבר מיט די קליינע ווייסע שטיינדעלעך כנהוג בכמה מקומות, ער לייגט צו אז אין געוויסע אנדערע חסידי'שע מקומות איז יא אזוי דער מנהג, אבער ביי די יוצאי אונגארן איז געווען א קפידא דאס נישט צו טוהן, (מן הסתם איז דאס געווען א מאדערענע זאך, דעת עצמי).

כפי המונח בזכרוני האבן זיי עס געשריבן בנוגע די ליגעדיגע שטיין וואס אסאך לייגן עס אבער אין אונגארן איז עס געווען א חקות הגוי

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:15 pm

יוראפ האט געשריבן:כפי המונח בזכרוני האבן זיי עס געשריבן בנוגע די ליגעדיגע שטיין וואס אסאך לייגן עס אבער אין אונגארן איז עס געווען א חקות הגוי

אה, טאקע געוואלט אנרירן דאס אויך. באבוב'ע רב זצ"ל האט טאקע אזא שטיין. און ווי געשמועסט איז אין ארץ ישראל די מצבה אליין ליגעדיג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:18 pm

באבוב, וויזניץ, מונקאטש וכו' וכו' איז דא ליגעדיגע שטיינער לרוב דאכצעמער אויפן מאפע זענען זיי נישט אין אונגארן

אגב סאטמאר אין ניו זשערסי איז יא דא 2-3 מיט ליגעדיגע שטיינער, האט מיר פונקט לעצטענס א חשובע ניק געזאגט אז ביי איינע פון די האט נאך די רבי זי"ע געלעבט האט ער געזאגט אז מ'קען ביי יענעם עס לייגן ווייל ביי זיי אינדערהיים האט מען זיך יא געפירט עס צו לייגן

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:21 pm

איינוועגס האב איך יא געוואלט פרעגן א קאשע
ווען איז געווארן איינגעפירט די מנהג אז ס'זאל זיך וואלגערן אויסגענוצע ליכט וכדו' אויף די קבר...?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:28 pm

יוראפ האט געשריבן:
פישל האט געשריבן:נאך א פונקט. אין א אינטערוויו וואס איז געווען געדרוקט מיט א צייט צוריק אין א געוויסע אויסגאבע, האט איינער פון די סאטמארער חברה קדישא לייט געזאגט אז אין סאטמאר איז פאראן א שטארקע קפידא נישט אנצופילן דעם מקום הקבר מיט די קליינע ווייסע שטיינדעלעך כנהוג בכמה מקומות, ער לייגט צו אז אין געוויסע אנדערע חסידי'שע מקומות איז יא אזוי דער מנהג, אבער ביי די יוצאי אונגארן איז געווען א קפידא דאס נישט צו טוהן, (מן הסתם איז דאס געווען א מאדערענע זאך, דעת עצמי).

כפי המונח בזכרוני האבן זיי עס געשריבן בנוגע די ליגעדיגע שטיין וואס אסאך לייגן עס אבער אין אונגארן איז עס געווען א חקות הגוי

כ'האב אפירגעזוכט דעם אינטערוויו פון מיינע ארכיוון, אט שרייבט ער אזוי: (איך שרייב נאך ווארט ביי ווארט).
חברה קדישא האט געשריבן:אלע בתי חיים דקהלתינו האבן דעם זעלבן סטאטוס, וואס מ'פארלייגט שטארקע כוחות אפצוהיטן פארשידענע קפידות און הנהגות אויף וואס מ'האט אזוי שטארק מקפיד געווען אין די קהלות און שטעט פון וואו אונזערע אבות שטאמען.

לדוגמא, אין די בתי חיים דקהלתינו ווערט בשום אופן נישט צוגעלאזט אז מ'זאל לייגן א "לעדזשער" א ליגעדיגע מארמאר-שטיין אויף די לענג פארענט פונעם קבר. אבער ביי אונזערע קהלות פון וואו מיר שטאמען אין אונגארן, האט מען זייער מקפיד געווען אז מ'זאל דאס נישט לייגן בשום אופן. אידן פון דער אלטער היים האבן געדענקט צו דערציילן, אז מ'האט דערקענט א חילוק צווישן די ארטאדאקסישע און נעאלאגישע בתי חיים מיט דעם וואס אין די ארטאדאקסישע בתי חיים האט מען נישט געלייגט נאר שטייענדיגע מצבות, און אין די נעאלאגישע בתי חיים האט מען געלייגט אויך ליגענדיגע מצבות. אמת טאקע אין פארשידענע קהלות, אפילו גאנץ ערליכע האט מען דאס יא געלייגט, ובפרט אין פוילן וואס מ'האט אפילו מקפיד געווען דארט דאס יא צו לייגן, אבער ביי אונז איז דאס געווען אזוי שטארק אפגעפרעגט, און דעריבער איז מען ווייטער מקפיד אויף דעם ביז צום היינטיגן טאג.

נאך א דוגמה. אין די בתי חיים דקהלתינו הק' איז דא א שטארקע קפידה נישט אנצופילן דעם בעטל פארענט פונעם קבר מיט "ווייסע שטיינער" ווי עס איז איינגעפירט אין אנדערע מקומות. טראץ וואס עס זענען אפילו געווען חסידישע מקומות אין אייראפע וואס מ'האט זיך אזוי געפירט, אבער אין די קהלות פון וואו מיר שטאמען אין אונגארן, איז געווען א שטארקע קפידה דאס נישט צוצולאזן, און דעריבער שטייט מען על המשמר אין די בתי חיים דקהלתינו הק', דאס נישט צוצולאזן.
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:47 pm

נאך איבער מציבות

עס איז אנגענומען אז "אמאל" האט מען זיך נישט געווארפן מיט קיין טיטלען אויף מציבות.

ווען עס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין יוראפ (נד"נ) האב איך געזען אז אין די לעצטע 50 יאר פאר'ן 2'טן וועלט מלחמה האט מען שוין געשריבן היבש איבערגעטריבענע מציבות אין געוויסע מקומות, הגם איך האב קיינעם נישט פארהערט, און איך קען נישט שאצן קיינעמ'ס צדקות, אבער ווען מ'שרייבט אויף פארשטופטע מציבות פון קליינע דערפלעך אויף אומבאקאנטע שיינע אידן אז זיי זענען געווען רבן של כל בני הגולה, איז דאס היבש איבערגעטריבן, ווייל וויאזוי האבן זיי געקענט רעאגירן אויפ'ן גולה ווען די בני הגולה האבן בכלל נישט געוואוסט פון זיי?

דאס איז אבער זיכער אז די לאנגע נוסחאות וואס עס זענען דא אויף די היינטיגע געווענליכע מציבות פלעגט כמעט נישט זיין.

מען זאגט נאך בשם צדיקים אז מ'דארף זייער אכטונג געבן נישט צו שרייבן קיין פאלטשע זאכן אויף א מציבה ווייל דאס איז נישט קיין טובה פאר די נשמה. מ'זאגט נאך (קלא דלא פסיק) בשם רביה"ק מסאטמאר וואס ער האט נישט געלאזט שרייבן אויף קיין מציבות "קיבל יסורים באהבה" ווייל דאס איז גאר א הויכע מדריגה, כ'מיין אז די רעדע איז געווען פון די אידן וועלכע האבן ל"ע פארלוירן זייערע משפחות ביים קריג, און עס איז כמעט אוממעגליך צו זאגן אז מען האט עס טאקע אנגענומען באהבה אן קיין פינטל התרעמות).
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:08 pm

פישל האט געשריבן:כ'האב אפירגעזוכט דעם אינטערוויו פון מיינע ארכיוון, אט שרייבט ער אזוי: (איך שרייב נאך ווארט ביי ווארט).
חברה קדישא האט געשריבן:נאך א דוגמה. אין די בתי חיים דקהלתינו הק' איז דא א שטארקע קפידה נישט אנצופילן דעם בעטל פארענט פונעם קבר מיט "ווייסע שטיינער" ווי עס איז איינגעפירט אין אנדערע מקומות. טראץ וואס עס זענען אפילו געווען חסידישע מקומות אין אייראפע וואס מ'האט זיך אזוי געפירט, אבער אין די קהלות פון וואו מיר שטאמען אין אונגארן, איז געווען א שטארקע קפידה דאס נישט צוצולאזן, און דעריבער שטייט מען על המשמר אין די בתי חיים דקהלתינו הק', דאס נישט צוצולאזן.

די בילדער זענען אויסדריקלעך נישט געכאפט געווארן צו אפווענדן דעם קפידא
אדערע קאליר ווי למשל רויטליכע שטיינער אדער ברוינע שטיינער איז נישט אין דעם כלל?
אויסער דעם האט מען די לעצטע שטיק צייט אסאך אזאנע קברים איבערגעדעקט מיט פרישע זאמד
צוגעלייגטע
1.jpg
1.jpg (65.25 KiB) געזעהן 4907 מאל
2.jpg
2.jpg (51.23 KiB) געזעהן 4907 מאל
3.jpg

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:18 pm

יוראפ : ווי איז דאס ? און ק"י ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:20 pm

דארפסמאן האט געשריבן:יוראפ : ווי איז דאס ? און ק"י ?

נאופס ניו דזשערזי, אגב די קומענדיגע אויך

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:24 pm

יוראפ האט געשריבן:איינוועגס האב איך יא געוואלט פרעגן א קאשע
ווען איז געווארן איינגעפירט די מנהג אז ס'זאל זיך וואלגערן אויסגענוצע ליכט וכדו' אויף די קבר...?

לדוגמא
צוגעלייגטע
3.jpg
3.jpg (74.08 KiB) געזעהן 4888 מאל
2.jpg
1.jpg

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:32 pm

יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:איינוועגס האב איך יא געוואלט פרעגן א קאשע
ווען איז געווארן איינגעפירט די מנהג אז ס'זאל זיך וואלגערן אויסגענוצע ליכט וכדו' אויף די קבר...?

לדוגמא

ולכן מנהגינו, מיט צו נעמען א ליידיג זעקל און איסזויבערן איידערן צינדן פרישע ליכטלעך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:37 pm

farshlufen האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:איינוועגס האב איך יא געוואלט פרעגן א קאשע
ווען איז געווארן איינגעפירט די מנהג אז ס'זאל זיך וואלגערן אויסגענוצע ליכט וכדו' אויף די קבר...?

לדוגמא

ולכן מנהגינו, מיט צו נעמען א ליידיג זעקל און איסזויבערן איידערן צינדן פרישע ליכטלעך.

אשריך וטוב לך

לטובה ולברכה
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2013 1:13 pm

תגובהדורך לטובה ולברכה » מיטוואך אוגוסט 28, 2013 5:40 pm

ממנו ילמדו וכן יעשו
אשרנו מה טוב חלקנו

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט