די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

תגובהדורך פארשטייסט? » מיטוואך ינואר 23, 2019 2:47 pm

עס איז אנגענומען אז דער ״חכימא דיהודאי״ ר׳ סענדער דײטש האט געשריבן ״די צװײטע װעלט מלחמה״ אין װאו אױך ״חורבן אונגארן״, מיר איז זײער שװער צו גלײבן אז בײדע איז געשריבען דורכ׳ן זעלבער מענטש, דאס ביכל ״די צװײטע װעלט מלחמה״ איז גאר געשמאק צו לײנען, זײער גוט מסודר, װידער ״חורבן אונגארן״ איז זײער שװער צו לײנען, סײ צוליב די שװערע װערטער און סײ צוליב די אומ׳מעסודרדיקײט פונעם ביכל.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

תגובהדורך ר' זעקל » מיטוואך ינואר 23, 2019 3:50 pm

פארשטייסט? האט געשריבן:עס איז אנגענומען אז דער ״חכימא דיהודאי״ ר׳ סענדער דײטש האט געשריבן ״די צװײטע װעלט מלחמה״ אין װאו אױך ״חורבן אונגארן״, מיר איז זײער שװער צו גלײבן אז בײדע איז געשריבען דורכ׳ן זעלבער מענטש, דאס ביכל ״די צװײטע װעלט מלחמה״ איז גאר געשמאק צו לײנען, זײער גוט מסודר, װידער ״חורבן אונגארן״ איז זײער שװער צו לײנען, סײ צוליב די שװערע װערטער און סײ צוליב די אומ׳מעסודרדיקײט פונעם ביכל.

גערעכט די צווייטע וועלט מלחמה האבעך דארעכגעלערנט אסאך אסאך מאל משא'כ חורבן אונגארען איז נישט געגאנגען אפילו איינמאל.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מוצ"ש ינואר 26, 2019 9:57 pm

דארף מען האפן אז אויך דעם בוך ״חורבן אונגארן״ זאלן די מוציא לאור איבער ארבייטן.

אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג ינואר 27, 2019 8:43 am

איז עס דא אין אייראפע?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 5:24 pm

גערעכטער האט געשריבן:די צווייטע וועלט מלחמה חלק א'

נישט פאר שוואכע הערצער.

Is there a way to see it again
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » דינסטאג יוני 04, 2019 11:20 pm

עטליכע הערות בנוגע די הערליכע מייסטערהאפטע ווערק פון הרה"ח ר' סענדער דייטש ז"ל איבער "די צווייטע וועלט מלחמה":
די גאנצע געשיכטע פון די צווייטע וועלט מלחמה האט ר' סענדער ז"ל באשריבן אין "דער איד" אנגעהויבן פון יאר תשמ"ח און ס'איז געלאפן א לענגערע צייט אין פארזעצונגען, און נאך בעפאר די ערשטע אויפלאגע פון די 3 בענדער זענען ארויסגעקומען מיט עטליכע און 20 יאר צוריק האב איך שוין געזעהן א געבינדענעם העפט צוזאמגעקליבן פון די אלע ארטיקלען אין דער איד, נאר פארשטייט זיך אליינס אז אין די 3 בענדער איז דאס געווען פיל מער מייסטערהאפט באשריבן און מסודר מיט פארשידענע הוספות, בנוסף צו די הערליכע בילדער און מאפעס וואס פארגרינגערן פאר'ן ליינער צו פארשטיין דעם נושא.

איך ווייס נישט צו אנדערע האבן באמערקט א זאך וואס האט מיך געוואונדערט נאך פון די פריערדיגע מאל ווען די 3 בענדער זענען ארויסגעקומען, וואס ר' סענדער ז"ל שרייבט אין אנפאנג פונעם צווייטן באנד - ביים שילדערן די שלאכטן צווישן רוסלאנד אין דייטשלאנד אנפאנג פון גוי'אישן יאר 42' - אז אין איינע פון די טעג איז היטלער ימ"ש אראפגעקומען צום שלאכטפעלד מיטהאלטן די מלחמה, און ער האט דאן אפגעהאלטן א מיטינג מיט זיינע הויפט גענעראלן אין וויניצע [ציטירט פון זיין לשון]: "ווי עס איז אויך אנגענומען געווארן דער פינסטערער באשלוס פון די טאטאלע פארניכטונג פון אידישן פאלק רח"ל" [ביז אהער פון זיין ציטאט]. וואס לכאורה האט ער זיך פארמישט מיט'ן "וואנזעע קאנפערענץ" וואס איז פארגעקומען אין א פאלאץ אינדרויסן פן בערלין וואו די נאציס ימ"ש האבן טאקע באשטימט דעם "ענדגילטיגן לייזונג פון די אידישע פראגע, און היטלער ימ"ש איז דארט נישט אנוועזענד געווען.

איך האב געהאפט אז ביים יעצטיגן אויפלאגע פון די 3 בענדער וועלן די ארויסגעבער פאררעכטן דעם טעות, אבער צום באדויערן האבן זיי ווייזט אויס דאס נישט באמערקט. און פאר די וואס ווילן קענען היסטאריע זאלן טאקע וויסן אז די "וואנזעע קאנפערענץ" איז נישט געווען אין וויניצע,אוקריינע, ווי ר' סענדער ז"ל שרייבט, נאר דאס איז געווען אין דייטשלאנד!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט