די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 4:23 pm

תגובהדורך פאלעצע » מאנטאג ינואר 05, 2015 7:21 pm

געלעגער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:איך וועל עס אי''ה פראבירן ארויפלייגן אלץ mp3.




אראפגענומען חלק ב' צוליב באריכטן אז ס'האט אומאיינגענעמע חלקים...


וואסי שייך אומאיינגענאם? ווען מ'קוקט א דאקומענטרי פון א מלחמה ערווארט מען נישט צו זען שיינע בלומען מיט א שמייכעלדיגע זון. נישט אזוי?

לויט וואו איך פארשטיי מיינט מען זהירות נשים,

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג ינואר 05, 2015 9:14 pm

גערעכטער, אויב מעגליך עפעס אויף מארגן ניטל, וואלט געווען אפרישיעטעד
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג ינואר 05, 2015 9:24 pm

ענדע צדיק! האט געשריבן:גערעכטער, אויב מעגליך עפעס אויף מארגן ניטל, וואלט געווען אפרישיעטעד

יאפ ס'איז אין פלאן..

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2970
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג ינואר 06, 2015 2:14 am

פאלעצע (ווייס נישט וואס דאס מיינט) הערליך געוואלדיגע ארבייט. ישר כח פארן מהנה זיין.
האלט אן ביז איך זאג גענוג

good_luck
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 13, 2010 11:10 pm

תגובהדורך good_luck » דינסטאג ינואר 06, 2015 5:21 pm

גערעכטער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:גערעכטער, אויב מעגליך עפעס אויף מארגן ניטל, וואלט געווען אפרישיעטעד

יאפ ס'איז אין פלאן..

?
האב א גוט מזל!

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:42 pm

תגובהדורך יש דברים בגו » דינסטאג ינואר 06, 2015 7:15 pm

גערעכטער האט געשריבן:
ענדע צדיק! האט געשריבן:גערעכטער, אויב מעגליך עפעס אויף מארגן ניטל, וואלט געווען אפרישיעטעד

יאפ ס'איז אין פלאן..

ס'איז שוין באלד אויס ניטל

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 9:10 pm

די צווייטע וועלט מלחמה חלק ג'

ציווישן אנדערע שחיטת 'באבי יאר' לייוו...

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 9:58 pm

די צווייטע וועלט מלחמה חלק ד'

די יאפאנעזע אטאקע אויף דעם אמעראקאנער אינזל 'פורל הארבער' וואס האט אריינגעצוגן אמעריקע און די צווייטע וועלט מלחה, (און האט זיך גענדיגט מיט די צוויי אמעראקאנע 'מתנות' אויף די יאפאנעזע שטעט 'היראשימא' און 'נאגעסאקי' - אין א קומענדיגע געלעגנהייט בעזהשי"ת)

ווארענונג!!!...

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » דינסטאג ינואר 06, 2015 10:32 pm

יעצט געענדיגט חלק איינס. גאר גאר אינטערסאנט.

זענען די אלע קליפס אריגינעל?

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 10:36 pm

מידער האט געשריבן:יעצט געענדיגט חלק איינס. גאר גאר אינטערסאנט.

זענען די אלע קליפס אריגינעל?


געוויסע (זייטיגע) שטיקלעך האבן זיי נאך געמאכט 'להבנת' הענין.. אבער עס איז קענטליך וועלעכע זענען אריגינעל.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 06, 2015 10:58 pm

זיי שטעלן אריין גאר אסאך פאלשע אפגעשפילטע סצענעס צו ערגענצן דעם בילד
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יש דברים בגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 15, 2012 8:42 pm

תגובהדורך יש דברים בגו » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:05 pm

געווען צוגעקלעבט ביז יעצט! שכויעך זאג איך הויעך!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:06 pm

לכאורה האט געשריבן:זיי שטעלן אריין גאר אסאך פאלשע אפגעשפילטע סצענעס צו ערגענצן דעם בילד

נישט וואר.

splinter
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:07 pm

ליידער איז עס מוראדיג

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:09 pm

גערעכטער האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:זיי שטעלן אריין גאר אסאך פאלשע אפגעשפילטע סצענעס צו ערגענצן דעם בילד

נישט וואר.

וויפיל פאלשע היטלערס האבן זיי אריינגעשטעלט אינעם ערשטן חלק? ס'נישט דא אזויפיל פילם פון אים וויפיל זיי האבן צוזאמגעשטעלט דארט, און אסאך דערפון זעהט אויס פאלש דורכאויס.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:28 pm

ס'דא זייער אסאך ווידאו פון דעם ימ''ש'ניק, זייער פראפעגאנדע מאשין איז געווען אפטנארמאל פארגעשריטן..

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:32 pm

אבער וויפיל איז דען דא פון זיין יוגנט?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג ינואר 06, 2015 11:34 pm

אהה דאס קען זיין, זיין יוגנט ווייס איך נישט.

אוועטאר
פאלעצע
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 4:23 pm

THE BATTLE OF THE BULGE חלק ג' יאאכים פייפער

תגובהדורך פאלעצע » מיטוואך ינואר 07, 2015 12:46 pm

אויף דרום האט אטאקירט די 6טע פאנצער ארמיי, היטלער האט געשטעלט דעם עס. עס. "אויבערשטורמפירער" (קאלענאל) "יאאכים פייפער" צו גיין אין שפיץ מיט א גרופע פון די 1ST עס. עס. דיוויזיע.
פייפער איז געווען א וועטעראן פון די רוסישע פראנט, און א בריליאנטענע קעמפער, ער איז אייביג געווען אויף די ריכטיגע פלאץ אין די ריכטיגע צייט, ער האט פארדינט די העכסטע אויסצייכענונגען פון די דייטשע מיליטער פאר זיין העראיזם, "קאמפסגרופע פייפער" איז באשטאנען פון איבער 3,000 וועטעראן עס. עס. טרופן מיט איבער 150 טאנקען און נאך צענדליגע געפאנצערטע טראקס און מאשינען, 45 פון די טאנקען זענען געווען די מאנסטער "קינג טייגער" טאנק, עס האט געוואויגן כמעט 70 טאנ'ס און איז געווען לאנג 25 פוס, די פראנט פלעיט 7 אינטשעס דיק!! קיין שום אמעריקאנע אדער בריטישע טאנק אדער אנטי טאנק גאן האט דאס נישט געקענט בייקומען מיט א שאס פון די פראנט. די שעלס פלעגן זיך פשוט אראפגליטשן דערפון, עס האט פלאך געמאכט יעדע זאך וואס איז געשטאנען אין וועג פון דזשיפס טאנקען ביז ביימער און בילדונגס... און די מעין גאן איז געווען א 88 מילימיטער קאנאן (כמעט 3 אינטשעס) וואס האט געקענט לעכערן די שווערסטע אלאירטע טאנקען פון א ווייטקייט פון איבער 1,600 יארד.

אלעס אינאיינעם איז עס געווען א מעכטיגע פארס וואס האט נישט געהאט זיינס גלייכן.

איין גרויסע פראבלעם האבן זיי געהאט, נעמליך עס איז נישט געווען גענוג געזאלין צו גרייכן די מעעז און אפגערעדט צו אנטווערפן.. וואו באקאנט ביי די ענדע פון די קריג האבן די דייטשן געליטן פון א שרעקליכע מאנגל אין געזאלין אלץ א דירעקטע רעזולטאט פון די אומאויפהערליכע אלאירטע באמבאדירונגען אויף די דייטשע אויל רעפיינעריס.
די דייטשן האבן וועגן דעם געפלאנט צו פארכאפן די אמעריקאנע געזאלין דאמפס, און אזוי אנפילן זייערע מאשינען.

וואו דערמאנט אויבן איז פייפער געווען געשטראנדעט אין די מאסיווע טרעפיק פון די הונדערטער טאנקען און מאשינען אונטער די אינפאנטרי ער איז אנגעקומען צו לענזערעט ערשט ביינאכט. און פון דארט און ווייטער האט ער געפירט די וועג ער איז געווען זייער בייז אויף די פארשפעטיגונג ער האט שוין געהאט גענוג... ער האט זיך ארויסגעלאזט מיט זיינע טאנקען אויף היי ספיד מיטן ציל צו קראסן די מעעז וואו שנעלער.

דעצעמבער 17 אינדערפרי די צווייטע טאג פון די אטאקע איז פייפער אנגעקומען צו Honsfield http://goo.gl/maps/7SyfF וואו ער האט אנגעטראפן אפאר צענדליגע אמעריקאנע סאלדאטן ער האט זיי איבעראשט און גענומען אין געפענגעניש אויך האט ער דארט געטראפן א געזאלין סופליי וואס ער האט גענוצט פאר זיינע טאנקען. דאס איז געווען די ערשטע און די לעצטע מאל וואס ער האט פארכאפט א אמעריקאנע געזאלין דאמפ...
12:30pm איז די גרופע געווען צוויי מייל פון "MELMADY" א קליינע טאון אין די ארדענען דארט האבן זיי אנגעטראפן א קאלום פון אמעריקאנע מאשינען און טאנקען, נאך א קורצע פייער אויסטויש האבן זיך די לייכט באוואפנטע אמעריקאנער אונטערגעגעבן, נאכן צונעמען זייער געווער האבן די עס. עס. צאמגענומען בערך 120 אמעריקאנער און זיי געפירט צו א פעלד און געשטעלט וועכטער, נאכדעם וואס די קאלום האט אנגעהויבן ווייטער צו פארן האבן די וועכטער פלוצלינג אנגעהויבן שיסן אויף די אמעריקאנער.. זיי האבן קאלטבלוטיג אויסגעשאסן 84 אמעריקאנער און געלאזט די קערפער ליגן, וואו עס איז פארפרוין געווארן. 43 אמעריקאנער האבן באוויזן זיך צו ראטעווען זיך מאכנדיג טויט אדער דורך זיך באהאלטן זיי זענען שפעטער צוריק אנגעקומען צו די אמעריקאנע ליניעס מיט די הילף פון בעלגישע ציווילע מענטשן.
די אמעריקאנער האבן עס אויפגענומען מיט שאק און אויפברויז, דאס האט שטארק בעקפייערט די דייטשן, די אמעריקאנער האבן אנגעהויבן קעמפן מיט א שרעקליכע פארביסנקייט וואס איז נישט געזעהן געווארן ביי אנדערע שלאכטן, די מאסן מארד האט עווענטועל געפירט צו די Malmedy massacre trial אין 1946 וואו איבער 30 עס. עס.'ניקער פון די גרופע זענען געהאנגען געווארן.

דעצעמבער 18 איז פייפערס גרופע אנגעקומען צו Stavelot
http://goo.gl/maps/zQKBA א וויכטיגע טאון אויפן וועג צו די מעעז, די אמעריקאנער האבן פרובירט אפצוהאלטן פייפער פון ארויפארן אויפן ברידש העכער די Amblove ריווער מיט אנטי טאנק גאנס און 50 קאליבער מאשין גאנס זיי האבן צושטערט אפאר טאנקען אבער די דייטשן האבן זיך געשטארקט און די אמעריקאנער האבן זיך געמוזט צוריקציען, די דייטשע טאנקען זענען אריבער די ברידש אריין אין טאון די אמעריקאנער האבן פרובירט צו פארטיידיגן די טאון אבער נאך א טאג ביטערע קאמפן האבן די דייטשן איינגענומען די טאון, נישט בעפאר די אמעריקאנער האבן באוויזן אויסצוליידיגן די געזאלין סופליי.
פייפער האט נישט פארברענגט קיין צייט, ער האט זיך ארויסגעלאזט מיט זיין מעין פארס צו די וויכטיגע ברידזש ביי Trois-Ponts http://goo.gl/maps/hCpQu ער האט איבערגעלאזט אין stavelot א קליינע rear guard וואס האבן טערעראזירט די ציווילע באפעלקערונג און האבן אויסגע'הרג'ט צענדליגע בעלגישע בירגער. ביז א קורצע צייט האט ער עס דערגרייכט אבער די אמעריקאנע אינדזשענירן האבן עס אויפגעריסן פאר זיין פנים!! נישט האבנדיג קיין ברירה האט ער זיך ארויסגעלאזט צו La gleize און פון דארט האט ער געדרייווט ווייטער צו די Lienne ריווער http://goo.gl/maps/ir2H0 ווידעראמאל האבן די אמעריקאנער אים אויסגעכאפט און אויפגעריסן די ברידש פאר זיין פנים!! זיין געזאלין איז שוין געווען קריטיש נידריג און ער האט אנגעהויבן אויסלויפן פון עסן און אמיוניציע. אין די וואלד צווישן La-gleize און Stoumont http://goo.gl/maps/yO76R פרובירנדיג אויפצוקומען מיט א אלטערנאטיוו און ווארטנדיג אז זיינע סאלדאטן זאלן צוריק אייננעמען stevalot אינצווישן האט די לופטוואפפע איינמאל און נאכאמאל פרובירט אראפצוווארפן פרישע סופלייס דורך ערעפלאנען, אבער זייער א קליינע פראצענט איז אנגעקומען צו די דייטשן רוב איז אריינגעפאלן צו די אמעריקאנער.
ביזדערווייל האבן די אמעריקאנער זיך באפעסטיגט אין Stoumont
http://maps.google.com/?q=Stoumont%2C+B ... l=en&gl=us
וואס איז מעריב פון la gleize צו בלאקירן פייפער פון גיין ווייטער צום מעעז.
דעצעמבער 19 האט פייפער פלוצלינג אטאקירט Stoumont נאך א צוויי שעה'יגע שלאכט האט ער איינגענומען די טאון.
דאן האט ער באקומען די מעלדונג אז די אמעריקאנער האבן צוריק איינגענומען Stavelot און האבן אויפגעריסן די איינציגע ברידזש וואס איז געווען די איינצוגסטע וועג וואס די דייטשן וואלטן געקענט ברענגען סופלייס און פארשטארקונגען פאר פייפער דאס האט געמיינט אז זייער סופליי ליניע איז געווארן אפגעהאקט און זיי זענען געווארן ארומגערינגלטער האט געשיקט איין קאמפאני צוריק איינצונעמען Stavelot http://goo.gl/maps/xzw87
אבער עס איז שוין געווען צו שפעט די אמעריקאנער האבן זיך גוט באפעסטיגט און סוקסעספול אפגעשלאגן די דייטשן.
די פייפער גרופע איז מיט יעדן פארבייגייענדע טאג געווארן מער אפגעשוואכט ביי יעדע שלאכט האבן זיי פארלוירן טאנקען און מענטשן און קיין ערזעצונג האבן זיי נישט באקומען. סופלייס פון עסן און אמיוניציע האבן אנגעהויבן אויסלויפן אבער די געזאלין סטאטוס איז געווען קריטיש.. פאקטיש איז די וועג צו גיין ווייטער צו די מעעז געווען אפן, אבער האבן פשוט נישט געהאט קיין געזאלין צו פארן ווייטער!!...
פייפער האט אנגעהאלטן זיינע פאזיציעס לענגאויס Stoumont ווארטנדיג אויף פרישע סופליי און פארשטארקערונג.
דעצעמבער 19 פארנאכטס האט ער זיך אריינגעצויגן אין די וואלד צווישן Stoumont און la gleize און די זעלבע צייט איז אנגעקומען דארט די אמעריקאנע 82nd עירבאורן דיוויזיע און אנגענומען פאזיציעס אין La gleize און אין Stoumont און האבן אנגעהויבן אטאקירן די דייטשן פון LA GLEIZE די דייטשן האבן געקעמפט מיט ציין און נעגל אין א הויז צו הויז שלאכט, דעצעמבער 21 האבן קליינע גרופעס אמעריקאנער אטאקירט Stoumont אבער זענען צוריקגעשטויסן געווארן ליידנדיג גרויסע פארלוסטן.
די אמעריקאנער האבן אנגעהויבן באשיסן די דייטשע פאזיציעס מיט טאנקען און ארטילערי. די מצב פון די דייטשן איז שוין געווען האפענונגסלאז זיי האבן געמאנגלט אין עסן און אמיונוציע און האבן שוין פארלוירן צווי דריטל פון זייערע מענטשן. אבער זיי האבן געפירט א ביטערע הויז צו הויז שלאכט. מיט די אמעריקאנער.

דעצעמבער 23 האט פייפער באשלאסן אז אויב וויל ער נישט אריינפאלן צו די אמעריקאנער מוז ער זיך שנעל צוריקזעהן צו די דייטשע ליניעס... ער האט געהייסן זיינע מענטשן אויפצורייסן אלע איבריגע טאנקען און מאשינען עס זאל נישט אריינפאלן צו די אמעריקאנער,און איז אנטלאפן צופוס דורך די וועלדער אינאיינעם מיט 800 פארבליבענע סאלדאטן (איבערגעבליבן פון איבער 3,000) צוריק צו די דייטשע פראנט ליניעס
די שרעק ווארפנדע "קאמפסגרופע פייפער" וואס האט טערעראזירט די אמעריקאנע מיליטער פאר א וואך צייט איז געווען א פארגאנגענהייט... די בעסטע דייטשע קעמפער וואס האבן געדארפט צו פירן די וועג פאר די 6טע פאנצער ארמיי צו אנטווערפן זענען נייטראלאזירט געווארן און א אומערזעצבארע פארס פון די בעסטע דייטשע טאנקען איז גענצליך צושטערט געווארן.

פארזעצונג קומט אי"ה

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » מיטוואך ינואר 07, 2015 12:58 pm

אויף פורל הארבער האט שוין א חשוב'ע ניק דא געשריבן באריכות.
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך ינואר 07, 2015 1:04 pm

א ישר כח גדול. זייער אינטערעסאנט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1397
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך ינואר 07, 2015 4:11 pm

זייער אינטרעסאנט, יישר כח.

בד"וו, די שרייבסט MELMADY, ס'איז Malmedy. (די צווייטע מאל איז עס יא גוט געשריבען).

איך בין שוין געווען אין מאלמעדי
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
מידער
שר האלפיים
תגובות: 2229
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 06, 2011 11:55 am
לאקאציע: אונטער פרעשור

תגובהדורך מידער » מיטוואך ינואר 07, 2015 4:56 pm

וואודערבאר! רב פאלעצע. מיר קענען קוים ווארטן אויף די פארזעצונג!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 07, 2015 6:21 pm

פאלעצע, זייער אינטערסאנט. יש"כ פאר דיין ארבעט. מיר זענען נהנה דערפון
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11825
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך ינואר 07, 2015 7:06 pm

מורא'דיגע! מיר ליינען מיט דורשט


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט