די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארשטייסט?
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:15 am
לאקאציע: אין מח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטייסט? »

עס איז אנגענומען אז דער ״חכימא דיהודאי״ ר׳ סענדער דײטש האט געשריבן ״די צװײטע װעלט מלחמה״ אין װאו אױך ״חורבן אונגארן״, מיר איז זײער שװער צו גלײבן אז בײדע איז געשריבען דורכ׳ן זעלבער מענטש, דאס ביכל ״די צװײטע װעלט מלחמה״ איז גאר געשמאק צו לײנען, זײער גוט מסודר, װידער ״חורבן אונגארן״ איז זײער שװער צו לײנען, סײ צוליב די שװערע װערטער און סײ צוליב די אומ׳מעסודרדיקײט פונעם ביכל.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

פארשטייסט? האט געשריבן:עס איז אנגענומען אז דער ״חכימא דיהודאי״ ר׳ סענדער דײטש האט געשריבן ״די צװײטע װעלט מלחמה״ אין װאו אױך ״חורבן אונגארן״, מיר איז זײער שװער צו גלײבן אז בײדע איז געשריבען דורכ׳ן זעלבער מענטש, דאס ביכל ״די צװײטע װעלט מלחמה״ איז גאר געשמאק צו לײנען, זײער גוט מסודר, װידער ״חורבן אונגארן״ איז זײער שװער צו לײנען, סײ צוליב די שװערע װערטער און סײ צוליב די אומ׳מעסודרדיקײט פונעם ביכל.

גערעכט די צווייטע וועלט מלחמה האבעך דארעכגעלערנט אסאך אסאך מאל משא'כ חורבן אונגארען איז נישט געגאנגען אפילו איינמאל.
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

דארף מען האפן אז אויך דעם בוך ״חורבן אונגארן״ זאלן די מוציא לאור איבער ארבייטן.
אוועטאר
וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואשינגטאן »

איז עס דא אין אייראפע?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!
אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 25, 2011 10:04 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dont care »

גערעכטער האט געשריבן:די צווייטע וועלט מלחמה חלק א'

נישט פאר שוואכע הערצער.

Is there a way to see it again
אוועטאר
איינפאכער איד
שר האלף
תגובות: 1473
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינפאכער איד »

עטליכע הערות בנוגע די הערליכע מייסטערהאפטע ווערק פון הרה"ח ר' סענדער דייטש ז"ל איבער "די צווייטע וועלט מלחמה":
די גאנצע געשיכטע פון די צווייטע וועלט מלחמה האט ר' סענדער ז"ל באשריבן אין "דער איד" אנגעהויבן פון יאר תשמ"ח און ס'איז געלאפן א לענגערע צייט אין פארזעצונגען, און נאך בעפאר די ערשטע אויפלאגע פון די 3 בענדער זענען ארויסגעקומען מיט עטליכע און 20 יאר צוריק האב איך שוין געזעהן א געבינדענעם העפט צוזאמגעקליבן פון די אלע ארטיקלען אין דער איד, נאר פארשטייט זיך אליינס אז אין די 3 בענדער איז דאס געווען פיל מער מייסטערהאפט באשריבן און מסודר מיט פארשידענע הוספות, בנוסף צו די הערליכע בילדער און מאפעס וואס פארגרינגערן פאר'ן ליינער צו פארשטיין דעם נושא.

איך ווייס נישט צו אנדערע האבן באמערקט א זאך וואס האט מיך געוואונדערט נאך פון די פריערדיגע מאל ווען די 3 בענדער זענען ארויסגעקומען, וואס ר' סענדער ז"ל שרייבט אין אנפאנג פונעם צווייטן באנד - ביים שילדערן די שלאכטן צווישן רוסלאנד אין דייטשלאנד אנפאנג פון גוי'אישן יאר 42' - אז אין איינע פון די טעג איז היטלער ימ"ש אראפגעקומען צום שלאכטפעלד מיטהאלטן די מלחמה, און ער האט דאן אפגעהאלטן א מיטינג מיט זיינע הויפט גענעראלן אין וויניצע [ציטירט פון זיין לשון]: "ווי עס איז אויך אנגענומען געווארן דער פינסטערער באשלוס פון די טאטאלע פארניכטונג פון אידישן פאלק רח"ל" [ביז אהער פון זיין ציטאט]. וואס לכאורה האט ער זיך פארמישט מיט'ן "וואנזעע קאנפערענץ" וואס איז פארגעקומען אין א פאלאץ אינדרויסן פן בערלין וואו די נאציס ימ"ש האבן טאקע באשטימט דעם "ענדגילטיגן לייזונג פון די אידישע פראגע, און היטלער ימ"ש איז דארט נישט אנוועזענד געווען.

איך האב געהאפט אז ביים יעצטיגן אויפלאגע פון די 3 בענדער וועלן די ארויסגעבער פאררעכטן דעם טעות, אבער צום באדויערן האבן זיי ווייזט אויס דאס נישט באמערקט. און פאר די וואס ווילן קענען היסטאריע זאלן טאקע וויסן אז די "וואנזעע קאנפערענץ" איז נישט געווען אין וויניצע,אוקריינע, ווי ר' סענדער ז"ל שרייבט, נאר דאס איז געווען אין דייטשלאנד!
צווייער
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייער »

[quote="גערעכטער"]די צווייטע וועלט מלחמה חלק ג'

ציווישן אנדערע שחיטת 'באבי יאר' לייוו..
שייך איבערצולייגן אויף דרייב אדער דראפבאקס ?
צווייער
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 2:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייער »

גערעכטער האט געשריבן:די צווייטע וועלט מלחמה חלק ג'

ציווישן אנדערע שחיטת 'באבי יאר' לייוו...

מעגליך ביטע איבערצולייגן אויף דרייב אדער דראפבאקס ?
bony
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 12, 2019 8:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bony »

צווייער האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:די צווייטע וועלט מלחמה חלק ג'

ציווישן אנדערע שחיטת 'באבי יאר' לייוו..
שייך איבערצולייגן אויף דרייב אדער דראפבאקס ?

עס ארבעט נישט
money
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 27, 2013 1:09 pm

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך money »

געווען אדווערטייזט די 3 בענדער
איז דאס איבערגעארבעט אדער סאיז די זעלבע ווי די אלטע?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

איבערגעזעצט [כ'מיין אבער נישט קיין הוספות]
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

איז נישט ערגעץ יעצט די דאטום פון די אפיציעלע באפרייאונג פון די לאגער'ן?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
אוועטאר
די נייגעריגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2019 11:21 pm

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די נייגעריגער »

zookeeper האט געשריבן:הקדמה:

די צווייטע וועלט מלחמה איז אַ לאַנגע און בלוטיגע מלחמה וואָס האט געדוירט זעקס יאר. אנגעהויבן סעפטעמבער 1 1939 ווען דייַטשלאַנד האט אינוועדע פוילן,

פארוואס ?
ווי אזוי האט אויס געזען די מאפע דעמאלץ?

לאמיר פארבעטן איינער זאל דאס מסביר זיין בטוב טעם.

אגב תגובות אין א באזינדערע אשכול פליז



גוט מארגען!!!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

די נייגעריגער האט געשריבן:
zookeeper האט געשריבן:הקדמה:

די צווייטע וועלט מלחמה איז אַ לאַנגע און בלוטיגע מלחמה וואָס האט געדוירט זעקס יאר. אנגעהויבן סעפטעמבער 1 1939 ווען דייַטשלאַנד האט אינוועדע פוילן,

פארוואס ?
ווי אזוי האט אויס געזען די מאפע דעמאלץ?

לאמיר פארבעטן איינער זאל דאס מסביר זיין בטוב טעם.

אגב תגובות אין א באזינדערע אשכול פליז



גוט מארגען!!!


גוט יאר!!!

וויאזוי פילט איר היינט?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
גדוש
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 12:02 am

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדוש »

אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?
אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1821
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1935

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביסל טיפער »

גדוש האט געשריבן:אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?

געטרייט צו טרעפן א מקור אין נישט געטראפן,
ווער עס האט זאל ביטע געבן א לינק!
ספענט 20$ און באקומט 20$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"
גדוש
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 12:02 am

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדוש »

אביסל טיפער האט געשריבן:
גדוש האט געשריבן:אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?

געטרייט צו טרעפן א מקור אין נישט געטראפן,
ווער עס האט זאל ביטע געבן א לינק!

זייער אינטערעסאנט
איז דא ערגעץ דערמאנט בכלל איבער א דייטשע גענעראל לוקענוואלדער? וויפיל איך האב געזוכט האב איך נישט געטראפן
טשערניאכאווסקי פון די אנדערע זייט איז ברייט באקאנט.
די גאנצע מעשה אז סטאלין אליין איז געווען אנוועזענד דערביי וואלט געדארפט זיין א וויכטיגע היסטארישע פאקט,און דאס אז מען טרעפט נישט קיין מקור מאכט מיר טראכטן אז די גאנצע פארכאפונג איז נישט אמת
ווען מען זוכט אינפארמאציע איבער פארכאפונג קומט כסדר ארויף די פארכאפונג פון א גענעראל אין קרעטע דורך די אליאירטע אבער קיין ווארט איבער א פארכאפונג דוירך די רוסן
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

גדוש האט געשריבן:אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?

חחחח

די בוך איז נאך געשריבן בעפאר די גוגל עפאכע, מ'האט נאכנישט מורא געהאט אז מ'קען עס נאכזוכן...

אלץ איינער וואס האט זייער ליעב די השתלשלות פון די מלחמה בפרט ומלחמות בכלל, און איך בין היבשט אויסגעקאכט אינעם גאנצן סדר ההשתלשלות פונעם מזרח זייט פונעם קריג, איז מיר די מעשה געווען זייער וואונדערליך, נישט געדענקענדיג פון אזא מעשה, און נאך אנע שיעור זוכן האב איך אויפגעגעבן ...

סיי ס'קומט נישט אויף אזא נאמען גענעראל אין די דייטשע רייען, און סיי ס'איז נישט רעקארדירט אזא פאערכאפונג, ויהי לפלא.
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע: נישט בשכנותנו

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:סידא עפעס א מעשה פון קלויזענבורגער רב מיט גענעראל פעטאן.

יא יא, געווען אמאל באשריבן אין "די בליץ"

אין מארטש 1945 האט פרעזידענט טרומאן געשטעלט מר. העריסאן (EARL HARRISON) אלס א ספעציעלע שליח צו גיין קיין אייראפע און זיך אומקוקן אויף די די.פי. לאגערן וואו די אידן האבן זיך אויפגעהאלטן. העריסאן האט דערנאך אפגעשריבן א "רעפארט" פון זיין באזוך ווי ער האט גאר שארף אראפגעריסן די באהאנדלונג פון די אמעריקאנער זעלנער כלפי די אידישע איבערלעבער. צווישן אנדערע האט ער געשריבן: "מערערע אידישע איבערלעבער לעבן אונטער גאר שטרענגע וואך פון אונטער די שטעכל-דראטן... אריינגערעכנט אין טייל פון די ערגסטע קאנצענטראציע לאגערן... וואו טייל פון זיי געפונען זיך נאך מיט די געשטרייפטע קליידער פון די קאנצענטראציע לאגערן, נישט האבענדיג עפעס אנדערע קליידונג... אסאך פון די געביידעס זענען אויסדרוקליך נישט פאסיג פאר'ן ווינטער" "ווי עס שיינט, טוען מיר - אמעריקאנער - באהאנדלען די אידן אויפן זעלבן אופן ווי די נאציס -ימ"ש -, מיטן איינציגן אויסנאם אז מיר טוען זיי נישט אויסראטן. זיי - די אידן - זענען אין קאנצענטראציע לאגערן אונטער מיליטערישער וואך פן אמעריקאנער טרפון אנשטאטס די עס.עס."

די רעפארט וואס איז אנגעקומען צום פרעזידענט - און אויך ארויסגליעקט צו די מידיע - האט אנגעדרייט א גאר א שטארקע שטורעם אין די אלגעמיינע אמעריקאנער גאס, און די פרעזידענט האט באפוילן פאר גענעראל אייזענהואער - דאן די העכסט-ראנגיגער אמעריקנער מיליטערמאן אין אייראפע - צו זעהן דערצו אז די מצב פון די אידישע איבערלעבער זאל ווערן דראסטיש פארבעסערט - אפילו אויפן חשבון פון די דייטשע באפעלקערונג.

אייזענהואער האט דאן אונטערגענומען א באזוך-קאמפיין, ווי ער איז ארומגעפארן צווישן די לאגערן - אינאיינעם מיט נאך מיליטערלייט - צו אימפלעמענטירן די פאראדענונג פונעם פרעזידענט. אמעריקאנער זעלנער האבן אנגעהויבן פארשיקן דייטשע בירגער פון זייערע הייזער, אויסגליידיגט גאנצעטע דערפלעך פון זייערע איינוואוינער, און דארט פלאצירט א טייל פון די איבלעבער.

צווישן די לאגערן וואס ער האט באזוכט איז געווען די לאגער וואו די קלויזענבורגער רב האט זיך דאן אויפגעהאלטן (???). די קלז"ב רב האט דאן צווישן אנדערע געבעטן פונעם גענעראל:
אז אזויווי ס'קומט די יו"ט סוכות - עס איז דאן געווען יוה"ק - און מ'ברויך האבן ד' מינים און דאס קומט פון איטאליע אויב ער קען דאס אפשר פארשאפן.
אויב ס'איז שייך אפצוטיילן די ערלכע אידן אינעם לאגער פון די פרייע - וואס זענען זיי דערגאנגען די יארן.
און אזוי נאך א צוויי-דריי זאכן לטובת הכלל.

אייזענהואער איז געווארן גאר שטארק איבערגענומען פון דעם - דא שטייט פאר איהם א איד וואס האט נארוואס איבערגעלעבט א שוידערליכע קריג און זיין איינציגסטע זארג איז ארויסצוהעלפן אנדערע און קענען מקיים זיין די מצוות פון באשעפער - האט ער געבעטן פונעם רב א ברכה. קלז"ב רב האט דאן געגעבן פאר אייזענהאוער א ברכה אז ער "זאל דערגרייכן די העכסטע פאזיציע וואס איז דא אין זיין לאנד" - וואס איז פולקאם מקויים געווארן ווען ער איז ערוועלט געווארן אלס פרעזידענט אין 1952.

גענעראל פעטאן איז אויך אנוועזענד געווען ביי דעם ספעציפישע באזוך, האט ער אויך געואלט אריינכאפן א ברכה פונעם רב - ובפרט נאכ'ן הערן די ברכה וואס אייזענהואער האט באקומען. אבער דא האט זי די רב אויסגעדרייט צום מתרגם - טרענסלעיטא"ר - און אנגעווינטשן פאר פעטאן "ער זאל אייננעמען א מיתה משונה". די מתרגם - א אידשע זעלנער אין די אמעריקאנער מיליטער - איז געווארן פארלוירן און זיך געוואנדן צום רב "כ'קען דאך נישט איבערגעבן אז ברכה" האט די רב צוריק גענטפערט "זאד איהם ער זאל אייננעמען א מיתה משונה". שוין - בלית ברירה - דרייט ער זיך אויס צו פעטאן און - דער הייליגער באשעפער האט איהם חונן דעת געווען - רופט זיך אן "די רב וואונטשט אן אז דיין נאמען ווערן איינגעקריצט אין א שטיין אויף שטענדיג און דו וועסט ווערן גאר באקאנט". איבעריג צו זאגן אז ברכתו של אותו צדיק איז מקוים במלוא מובן המלה, מיט בלויז עטליכע וואכן דערויף איז פעטאן געפארן צום יאגד-פלאץ און אויפן וועג איז ער געווען פארמישט אין מידערוויכטיגע עקסידענט מיט א מיליטערישע טראק. אלע אנדערע פאסאזשירן - סיי אינעם קאר סיי אינעם טראק - זענען מיט גאר לייכטע אדער אן קיין שום וואונדן בכלל, בלויז פעטאן האט געליטן פון פראבלעמען אויף די שדרה פון וואס ער איז כמעט גענתליך פאראליזירט געווארן און בלויז צוועלף (12) טאג שפעטער איז ער אומגעקומען פון זיינע וואונדן.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

גדוש האט געשריבן:אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?



געטרייט נעכטן צו נישטערן אביסעל איבער אזא מענטש איך האב אפילו געטשעט מיט א היסטארי אקעדמי זיי ווייסן נישט איבער אזא מענטש אדער מעשה
וואס איז ארויס געקומען איז אז סאיז געווען איינער מיט דעי נאמען וואלפאנג אבער נישט קיין גענעראל און נישט פון לוקענוואלדער נאר א נוקלער סיינענטיסט וואס איז געווען איינגעשטעלט ביי די דייטשן נאך פאר די נאצי עפאכע נאכדעם האט ער געארבעט ביי זיי
קיינמאל נישט געכאפט געווארן מהאט עם נישט געזיכט
סאיז לכאורה א פיינע געמאכטע מעשה ווי איינער זאגט דא נאך פאר די גוגל יארן
און נאך פאר מהאט זיך אריינגעלייגט אין די מלחמה היסטארי אליין
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

נארמאליזעם האט געשריבן:
גדוש האט געשריבן:אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?



געטרייט נעכטן צו נישטערן אביסעל איבער אזא מענטש איך האב אפילו געטשעט מיט א היסטארי אקעדמי זיי ווייסן נישט איבער אזא מענטש אדער מעשה
וואס איז ארויס געקומען איז אז סאיז געווען איינער מיט דעי נאמען וואלפאנג אבער נישט קיין גענעראל און נישט פון לוקענוואלדער נאר א נוקלער סיינענטיסט וואס איז געווען איינגעשטעלט ביי די דייטשן נאך פאר די נאצי עפאכע נאכדעם האט ער געארבעט ביי זיי
קיינמאל נישט געכאפט געווארן מהאט עם נישט געזיכט
סאיז לכאורה א פיינע געמאכטע מעשה ווי איינער זאגט דא נאך פאר די גוגל יארן
און נאך פאר מהאט זיך אריינגעלייגט אין די מלחמה היסטארי אליין


עס איז מיר א פלא דעם שמועס איבער דעם ספעסיפעשע מעשה, הגם דער מחבר האט געקענט אמאל מגזים זיין אין זיינע אנדערע ווערק, אבער אין זיינע צוויי היסטורישע ביכער איבער דער קריג בכלל און פון חורבן אונגארן בפרט האט ער געוואלט פאראייביגן אין אידישן שפראך דער מלחמה.
טאקע וויבאלד ער האט דאס געטוהן איידער דער אינטערנעט עפאכע וואס זאמלען היסטורישע פונקטן איז געווען א שווערע ארבעט בפרט פאר איינער וואס ענגליש איז נישט געווען זיין ערשטע שפראך, עס איז ידוע אז ער האט גענאשט פון עטליכע העברעישע געשרייבעכטס וואס איז פאר איהם געווען פיל גרינגער צו ליינען און פארשטיין.

ער האט פארשיינדליך נישט געוויסט פון דער וואהרהייט פון דעם מעשה, נאר זיך פארלאזט אויף יענעם אז דאס איז אמת.
הריני דן אותו לכף זכות.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

יא גלייב מיר איך האב עס דורכגעליינט אין 10 שעה זייער אינטערסאנט
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ישלהוסיף האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
גדוש האט געשריבן:אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?



געטרייט נעכטן צו נישטערן אביסעל איבער אזא מענטש איך האב אפילו געטשעט מיט א היסטארי אקעדמי זיי ווייסן נישט איבער אזא מענטש אדער מעשה
וואס איז ארויס געקומען איז אז סאיז געווען איינער מיט דעי נאמען וואלפאנג אבער נישט קיין גענעראל און נישט פון לוקענוואלדער נאר א נוקלער סיינענטיסט וואס איז געווען איינגעשטעלט ביי די דייטשן נאך פאר די נאצי עפאכע נאכדעם האט ער געארבעט ביי זיי
קיינמאל נישט געכאפט געווארן מהאט עם נישט געזיכט
סאיז לכאורה א פיינע געמאכטע מעשה ווי איינער זאגט דא נאך פאר די גוגל יארן
און נאך פאר מהאט זיך אריינגעלייגט אין די מלחמה היסטארי אליין


עס איז מיר א פלא דעם שמועס איבער דעם ספעסיפעשע מעשה, הגם דער מחבר האט געקענט אמאל מגזים זיין אין זיינע אנדערע ווערק, אבער אין זיינע צוויי היסטורישע ביכער איבער דער קריג בכלל און פון חורבן אונגארן בפרט האט ער געוואלט פאראייביגן אין אידישן שפראך דער מלחמה.
טאקע וויבאלד ער האט דאס געטוהן איידער דער אינטערנעט עפאכע וואס זאמלען היסטורישע פונקטן איז געווען א שווערע ארבעט בפרט פאר איינער וואס ענגליש איז נישט געווען זיין ערשטע שפראך, עס איז ידוע אז ער האט גענאשט פון עטליכע העברעישע געשרייבעכטס וואס איז פאר איהם געווען פיל גרינגער צו ליינען און פארשטיין.

ער האט פארשיינדליך נישט געוויסט פון דער וואהרהייט פון דעם מעשה, נאר זיך פארלאזט אויף יענעם אז דאס איז אמת.
הריני דן אותו לכף זכות.

אוודאי אזוי, דאס איז פארשטענדליך אז קיינער טוט נישט דא אונטערמינעווען ר' סענדערס ארבעט, ס'איז א רייכע קלאסישע ארבעט, און לכאורה איז עס ווי דו זאגסט ער האט עס ערגעץ געליינט און פארזעהן אז יענץ איז געווען א נאוועל.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

מקען אפשר פרעגן די וואס האבן עס איבערגעדרוקט זיינע קינדער
איך האב געלייענט די מעשה סוף חלק ב יארן צוריק זייער אינטערעסאנט א שאד סאיז מעגליך נישט אמת
גדוש
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 12:02 am

Re: די צווייטע וועלט מלחמה- פול היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדוש »

ישלהוסיף האט געשריבן:
נארמאליזעם האט געשריבן:
גדוש האט געשריבן:אין די מייסטערהאפטיגע בוך די צוויטע וועלט מלחמה פון רבי סענדר שילדערט ער באריכות די פארכאפונג פון א דייטשע גענעראל וואלפאנג פון לוקענוואלדער דורך די רוסישע ארמיי אנגעפיהרט דורן טשערניאכאווסקי
איך זיך שוין א שטיק צייט א מקור צו די מעשה און איך האב גארנישט געטראפען
ווייסט איינער מער אינפארמאציע איבער דעם?



געטרייט נעכטן צו נישטערן אביסעל איבער אזא מענטש איך האב אפילו געטשעט מיט א היסטארי אקעדמי זיי ווייסן נישט איבער אזא מענטש אדער מעשה
וואס איז ארויס געקומען איז אז סאיז געווען איינער מיט דעי נאמען וואלפאנג אבער נישט קיין גענעראל און נישט פון לוקענוואלדער נאר א נוקלער סיינענטיסט וואס איז געווען איינגעשטעלט ביי די דייטשן נאך פאר די נאצי עפאכע נאכדעם האט ער געארבעט ביי זיי
קיינמאל נישט געכאפט געווארן מהאט עם נישט געזיכט
סאיז לכאורה א פיינע געמאכטע מעשה ווי איינער זאגט דא נאך פאר די גוגל יארן
און נאך פאר מהאט זיך אריינגעלייגט אין די מלחמה היסטארי אליין


עס איז מיר א פלא דעם שמועס איבער דעם ספעסיפעשע מעשה, הגם דער מחבר האט געקענט אמאל מגזים זיין אין זיינע אנדערע ווערק, אבער אין זיינע צוויי היסטורישע ביכער איבער דער קריג בכלל און פון חורבן אונגארן בפרט האט ער געוואלט פאראייביגן אין אידישן שפראך דער מלחמה.
טאקע וויבאלד ער האט דאס געטוהן איידער דער אינטערנעט עפאכע וואס זאמלען היסטורישע פונקטן איז געווען א שווערע ארבעט בפרט פאר איינער וואס ענגליש איז נישט געווען זיין ערשטע שפראך, עס איז ידוע אז ער האט גענאשט פון עטליכע העברעישע געשרייבעכטס וואס איז פאר איהם געווען פיל גרינגער צו ליינען און פארשטיין.

ער האט פארשיינדליך נישט געוויסט פון דער וואהרהייט פון דעם מעשה, נאר זיך פארלאזט אויף יענעם אז דאס איז אמת.
הריני דן אותו לכף זכות.

גערעכט איך האלט אויך אז ער האט עס נישט אליין אויפגעמאכט
עס וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט צו טרעפן פון ווי די מעשה קומט
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”