בלאט 2 פון 7

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 8:54 pm
דורך אויפריכטיג
יישר כח

געשריבן: מאנטאג מארטש 19, 2012 11:42 am
דורך יוראפ
איך האב עס פשוט יעצט באגעגנט האב איך עס באשלאסן דא ארויפצושמירן

געשריבן: דינסטאג יולי 31, 2012 1:05 pm
דורך האלץ האקער
דעם ת"ב איז אוועק די מרת גערטענער וואס איז געווען שטארק פארמישט און די פרשה קול מבשר האט 2 אינטערוואיס איינס מיט יוסעלע אליינ'ס סאיז אינטרעסאנט ווער סהאט דאקאמענטן דערווגן זאל עס ארויף שטעלן ישר כח

ער זאגט יוסעלע אז ער האט געהייסן יעקב פרענקל יענע צייט

געשריבן: דינסטאג יולי 31, 2012 7:23 pm
דורך ברוך אתה
יאסעלע זאגט דארט אז ער האט באקומען פון איהר א לייכטער פאר א מתנה או אז זי האט אים געגעבן די מנחת חינוך אין וואס ער האט געלערנט
אפשר קען איינער ברענגען דעם תוכן פונעם אינטערוויו לתועלת הציבור

פרשת שוכמאכער ורות הגיורת

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 4:10 pm
דורך זאלץוואסער
מ'מעג שרייבן איבער די פרשה פון די גיורת? אדער איז עס מצנ"ע ויפה לה? אפשר נאר א מראה מקום?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 4:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
זאלץוואסער האט געשריבן:מ'מעג שרייבן איבער די פרשה פון די גיורת? אדער איז עס מצנ"ע ויפה לה? אפשר נאר א מראה מקום?

זעכער נישט, משום כמה טעמים.

קודם אלס פשטות, וואס מען זאל שרייבן - סיי וועלכע צד איז געווען גערעכט - איז עס א פגיעה אין א גדול - אדער גדולים - בישראל.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 4:27 pm
דורך זאלץוואסער
איז דא ערגעץ ווי איך קען לייענען דערוועגן? לידיעה בעלמא?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 4:33 pm
דורך יהיה כן
זאלץוואסער האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי איך קען לייענען דערוועגן? לידיעה בעלמא?


שומרי העיר, מאת רות בלויא

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:31 pm
דורך זאלץוואסער
יישר כחכם

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:33 pm
דורך זאלץוואסער
דו מיינסט "שומרי העיר"?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:35 pm
דורך יהיה כן
יא, פאראכטן
זי דעקט דארט אויך די יאסעלע שוכמאכער פרשה, מיט אסאך פרטים

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:37 pm
דורך זאלץוואסער
מ'קען עס ערגעץ אראפ לאודען פאר אומזיסט?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:40 pm
דורך יוסף שרייבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:מ'מעג שרייבן איבער די פרשה פון די גיורת? אדער איז עס מצנ"ע ויפה לה? אפשר נאר א מראה מקום?

זעכער נישט, משום כמה טעמים.

קודם אלס פשטות, וואס מען זאל שרייבן - סיי וועלכע צד איז געווען גערעכט - איז עס א פגיעה אין א גדול - אדער גדולים - בישראל.

היסטאריע גייט נישט אוועק ווען מען רעדט נישט דערפון, אויך נישט ווען מען פעלשעוועט איר. סתם לידיעה בעלמא.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:44 pm
דורך יהיה כן
יאסל, מעגסט שוין איינמאל פאר אלעמאל וויסן און פארשטיין, ווען מען רעדט וועגן שרייבן דערוועגן מיינט מען נישט פאשווייגן נאר וועגן רעדן דערוועגען דא אויפן וועלטל, וואס ס'דארף זיין א ריין פלאץ, פאשטאנען?
אויב איז דאס ווירקליך אז א שטילשווייגעניש אויף אייוועלט מיינט אויטאמאטיש א היסטאריע-פעלשונג, דאן גיב איך דיר רעכט

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:47 pm
דורך זאלץוואסער
רבותי!!! צוריק אריין אין די לעכער....

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:51 pm
דורך דער תהילים איד
יוסף שרייבער האט געשריבן: היסטאריע גייט נישט אוועק ווען מען רעדט נישט דערפון, אויך נישט ווען מען פעלשעוועט איר. סתם לידיעה בעלמא.


איך ווייס נישט וואס דו האסט געוואלט דא מחדש זיין, אבער דא קען עס זיכער צונוץ קומען.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:54 pm
דורך זאלץוואסער
מ'בעט דעם עולם צו פארלאזן דעם זאל.

איינער ווייסט וויאזוי מ'זאגט אין אידיש "א קען אוו ווארמס"?

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 6:56 pm
דורך יוסף שרייבער
מען קען אייביג שרייבען דעם אמת בדרך כבוד. צום הונדערסטען מאל קיינעמס כבוד ווערט נישט פארמינערט כהוא זה ווען מען פארציילט די היסטארישע פאקטען כמות שהוא, פראבלעמען הייבט זיך אן ווען מען איז זיי 'מפרש' אדער מזייף כדי צו דינען א אגענדע.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 11:43 pm
דורך חסדי אבות
שמעתי פעם סברה (איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, און איך זאג בכלל נישט קיין דעה דערין), אז עס איז א שטארקע רגלים דבר אז רות אליין האט ארויסגעגעבן יאסעלע מרצונה הטוב... נישט אז מען האט איר איינגעשפארט און געסטראשעט, נאר בכוונה תחילה איז זי געווען אויף די זייט פון די ציונים און ארויסגעגעבן יאסעלע.

אויב מען טאר נישט אויפברענגען די סברה, ביטע פארמעקן.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2013 12:03 am
דורך מילכיגער
קיינער קען קיינמאל נישט וויסן דעם פולן אמת ווייל אלע וואלטן געהאט א נגיעה ONE WAY OR ANOTHER

אבער די מער אנגענומענע מיינונג ביי די יודעי דבר איז אז זי האט נעבעך געקראמבלט צו די פרעשור (מזאל נישט געפריווט ווערן) און אויסגעזאגט בשעת איר קידנעפינג

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2013 12:33 am
דורך לכתחילה אריבער
חסדי אבות האט געשריבן:שמעתי פעם סברה (איך ווייס נישט אויב עס איז אמת, און איך זאג בכלל נישט קיין דעה דערין), אז עס איז א שטארקע רגלים דבר אז רות אליין האט ארויסגעגעבן יאסעלע מרצונה הטוב... נישט אז מען האט איר איינגעשפארט און געסטראשעט, נאר בכוונה תחילה איז זי געווען אויף די זייט פון די ציונים און ארויסגעגעבן יאסעלע.

אויב מען טאר נישט אויפברענגען די סברה, ביטע פארמעקן.

זיי נישט ברוגז, נאר נעקסטע מאל דו האסט א ספק צו מען מעג אויפברענגען צו נישט, ברענג עס נישט אויף!

ישר כח.

קיינער איז נישט דיין גארביטש קאלעקטער, צו מעקען דיין גארביטש.

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2013 12:57 am
דורך עקבי הצאן
זאלץוואסער האט געשריבן:מ'קען עס ערגעץ אראפ לאודען פאר אומזיסט?

דא

געשריבן: פרייטאג מאי 16, 2014 11:20 am
דורך מיללער
איך ליין יעצט אז נאך די שוכמאכער פרשה האט די "ניו יארק טיימס" געהאט אן אינטערוויו מיט מרן רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל, איז די אינטערוויו געווען אראפגעברענגט בשעתו אינעם "צייטשריפט"? קען מען דעם אינטערוויו טרעפן ערגעץ אריגינעל?

אינטערעסאנט איך זעה דא:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 4&rtl=true
אז הגרצ"פ פראנק זצ"ל אלס רב הראשי מטעם אין ירושלים האט ארויסגעגעבן א פסק אז דער זיידער ר' נחמן שטארקעס איז נישט מחויב צוריקצוגעבן דאס קינד פאר זיינע פרייע עלטערן.

געשריבן: זונטאג מאי 18, 2014 5:49 pm
דורך Gevald Geshrigen
אני מסכים עם יוסל. נאר חכמים הזהרו בדבריכם

געשריבן: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:30 pm
דורך וואטיצעך
פרשת יאסעלע שוכמאכער
געלאפן אין די לעצטערע וואכן אין די גליון אילני הפרדס
שע"י ישיבה לצעירים ד'סאטמאר וומס"ב (מהר"א)