פרשת 'יאסעלע שוכמאכער'

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

פרשת 'יאסעלע שוכמאכער'

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 05, 2007 10:07 am

איך האב פריער געליינט אויפן הויפט בלאט אינעם 'אידישען וועלט' די נייעס, אז די חרדישע אויסגאבע דער "צייטשריפט" האט פאראייניגט יוסעלע שוכמאכער מיט די גערטנער פאמיליע, ווי ער איז געווען אויבאהאלטן אין די יארן ווען די ציוניסטישע געהיים פאליציי 'מוסד' האבן אים ארום געזיכט לארכה ולרחבה פון די גאנצע וועלט,

"צייטשריפט" גייט שוין אן די לעצטע 5 וואכן מיט א פארזעצונג, ווי זיי שילדערען די גאנצע מעשה מיט יוסעלע שוכמאכער, און וואס ס'איז אלץ פארבייגעלאפן אינטער די מעשה, איך בין עס נישט אנגעקימען צו ליינען יעדע וואך, אבער ס'קוקט אויס אז זיי האבן איינגעלייגט וועלטן צירוק צו פאראייניגן יוסעלע מיט די פאמיליע ווי ער האט זיך אויסבאהאלטן,

אז איינער ווייסט מער דעטאלן, ווערט ער געבעטן עס מיטצוטיילן פארן ברייטן ציבור דא,
צוגעלייגטע
Yosele.jpg
Yosele.jpg (115.21 KiB) געזעהן 2938 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 05, 2007 10:13 am

"יעצט געליינט און 'כל העולם כלו' אויף הייד פארק"


צייטשריפט פאראייניגט יאסעלע שוכמאכער מיט זיינע סאטמארע אויסבאהאלטער


א מעכטיגע דערגרייכונג פאר אזא יונגע אויסגאבע:

די היימישע אויסגאבע צייטשריפט, וואס האט הערליך באשריבן די פרשה פון יאסעלע שוכמאכער די לעצטע פאר וואכן, האט די לעצטע וואך געסקאורט מעכטיג ווען עס איז זיי געלונגען צוזאמצוברענגען יאסעלע מיט זיינע סאטמארע אויסבאהאלטער, די משפחת גערטנער, וואס האט אים אויסבאהאלטן ביז ווילאנג די ש.ב. האט אים געכאפט.

צייטשריפט האט באצאלט די קאסטן פון ארויסברענגען יאסעלע פון ארץ ישראל און אים אויפהאלטן אין האטעלן. דעם פארגאנגענעם שבת האט צייטשריפט צוזאמגעברענגט יאסעלע און די משפחת גערטנער אין רילעקס אין, וואו עס איז פארגעקומען גאר אן עמאשענעל באגעגעניש.

ווי איך הער איז יאסעלע געווען שרעקליך גערירט זיך צו טרעפן מיט די גערטנערס, מיט וועמען ער האט געפראוועט א שבת אינאיינעם צום ערשטן מאל אין צענדליגער יארן. ער האט זיך דערמאנט די זיסע זכרונות פון זיינע קינדערישע יארן און האט אויסגעדרוקט זיין באדויער אז ער איז אוועקגעריסן געווארן פון די גמרא, און אויפגעצויגן געווארן אלס א פרייער איד.

אין די צייטשריפט די וואך וועלן זיי מעלדן די גאנצע געשיכטע מיט אלע קליפערלעך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 05, 2007 11:42 am

WOW, דאס איז ריכטיגע דזשורנאליזם!

כה לחי!

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » דינסטאג יוני 05, 2007 11:49 am

איך פארשטיי נישט. לויט ווי איך ווייס, און איך האב נישט געלייענט די ארטיקל וועגן יוסעלע, איז ער אויפגעוואקסן אלס פרייער און איז צום ענדע נישט געבליבן אין שויס פון די פרומע.

אלזא, ווער עס האט יא געלייענט דעם ארטיקל, אדער ווייסט מער איינצלהייטן, זאל דאס ביטע מיטטיילן.

דאנקע שעין.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דינסטאג יוני 05, 2007 12:58 pm

טאקע א געוואלדיגע דערגרייכונג!
כה לחי, צייטשריפט!

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 07, 2007 6:01 pm

די צייטשריפט איז שוין ערשינען, און די וועלט איז אויף דערמיט. די סטאקס פונעם צייטשריפט זענען שטארק געשטיגן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 12, 2007 5:41 pm

דער "אידישע וועלט" מעלדט:

יאסאלע שוכמאכער קערט זיך היינט אום קיין ארץ ישראל. זאגט גאר דראמאטישע רעדע אין ענגליש היינט צופרי פאר משפחת גערטנער: "איר האט מיר ערפילט א חלל וואס האט מיר געפעלט ביז יעצט".

(אידישע וועלט וועט אי"ה ארויפלייגן די דרשה בקרוב)

א בילד פון יוסעלע מיט משפחת גערטנער.
צוגעלייגטע
yoosala.jpg
yoosala.jpg (32.03 KiB) געזעהן 5030 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
קרעזי
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2006 7:00 am
לאקאציע: צו ס'איז אין מקוה, צו גאר הכנות, א איד בלייבט א איד בכל מקום שהוא

תגובהדורך קרעזי » מיטוואך יוני 13, 2007 8:57 am

ער'ט צוגעגעסן זינט דאן...

איוואן
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:07 pm

תגובהדורך איוואן » דאנארשטאג יוני 14, 2007 3:14 pm

די וואך האבן זיי אויך עפעס וועגן יוסעלע?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג יוני 14, 2007 3:51 pm

יא. סיי לגבי דעם באזוך, און סיי ווייטער דער פארזעצונג.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יוני 18, 2007 2:00 am

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:27 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 18, 2007 9:55 am

וואו? אין דער "מעלות"?

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » מאנטאג יוני 18, 2007 2:10 pm

יא מאשקע אין די מעלות, ביי איר געווענליכע ווינקעל.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג יוני 18, 2007 2:14 pm

דאנקע שעהן.

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

פופציג יאר פון פרשת "יאסעלע שוכמאכער"

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 1:56 pm

עס גלויבט זיך שווער אז ס'איז שוין אדורך א יובל יארן פון יענע שטורעמישע פרשה..., אבער די וואך ווערט אפגעצייכענט גענוי פופציג יאר, זינט עס האט אויסגעבראכן די וועלט בארימטע געשיכטע פון "יאסעלע שוכמאכער", וועלכע איז זיך פארלאפן אין דער נישט אזוי ווייטער פארגאנגעהייט, און איז אויסגעוואקסן אלס איינס פון די שטארקסטע קאפיטלעך אין די חרדי'שע היסטאריע פון אונזער תקופה און וועלכע האט געהאלטן געשפאנט די גאנצע אידישע וועלט במשך פון דריי יאר צייט...

אט אזוי הייבט זיך אן דער גאר אינטערעסאנטער שמועס וואס "דער איד" פון די וואך האט אפגעהאלטן מיט הרה"ח ר' משה יעקב סיגלער שליט"א וועלכער האט געדינט אלס מלמד פון יאסעלע'ן ווען ער האט זיך אויפגעהאלטן אין קוממיות.

ימ'ן מיט טינט זענען שוין פארגאסן געווארן צו באשרייבן די פרשה, און פארשידענע ערליי ביכער און אין צענדליגער אויסגאבעס.

די לעצט גאר שטארק באוויסטע באשרייבונג ארום די פרשה, איז געווען אין "צייטשריפט" מיט באלד 4 יאר צוריק, וואו עס איז געלאפן פאר וואכן לאנג א רייכע סעריע ארטיקלן, געשריבן דורך די טאלאנטפולע רעבעצין פילאפף פון ירושלים עיה"ק, וואס דער הויעכפונקט איז געווען דער שבת וואס יאסעלע האט געפראוועט מיט די גערטנער משפחה אין זייער האטעל אין אפסטעיט נ.י. צוזאם געברענגט דורך "צייטשריפט".

אזוי אויך איז דא אין ספר בוצינא קדישא א רייכע שולדערונג פונעם ספרא רבא ר' סענדער דייטש ז"ל ארום די פרשה.

אלזא האב איך באשלאסן צו עפענען א אשכול, ווי מ'וועט פרובירן צוזאמצונעמען אלע מקורות, דאקומענטן, שמועות און איר אויסארבעטן און באשמועסן להנאת לב הכותבים והקוראים.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:17 pm

האסט פארפאסט צו שרייבן אז די וואך האט קאלמעוואסער אן אינטערוויו מיט יאסעלע, ס'זענען דא דארט זייער זייער אינטערעסאנטע פאקטן וואס כמדומה לי אז קיינער האט דאס נאכנישט געשריבן אדער ריכטיג ארויס געברענגט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:23 pm

קול מבשר האט דארט א נייע אינטערוויו מיט די באקאנטע "יאסעלע שוכמאכער", צו די 50-סטע יארטאג פון די מעשה

סאיז ביי 176#
אזוי אויך דער איד האט די וואך אן אינטערוויו מיט יאסעלע'ס רבי איינער סיגלער פון א"י
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:24 pm

א ליסטע פון פארשידענע מקורות וואו די פרשה ווערט ברייט באהאנדלט:

בוצינא קדישא; פון ר' סענדר'ן, ווידמעט ער א גאנצן פרק פאר די פרשה, און באשרייבט דארט גאר דראמאטיש שריט נאך טריט אין די ברייטפארצווייגטע פרשה.

צדיק כתמר יפרח; ביאגראפישע שטריכן די לעבן און שאפן פון הגאון רב פינטער ז"ל מייסד ת"ת יסודי התורה אין לאנדאן. געשריבן דורך דעם חשוב'ן בעל תשובה הרב אלי' קאופמאן, וואס איז געווען א בן בית ביי דעם רב פינטער אין שטוב.
דארט איז אויך דא א גאנצע פרק, ווי ער שילדערט יאסעלע'ס זיך אויפהאלטן אין לאנדאן, אנגעבליך ביי דעם רב פינטער הנ"ל.

שעה טובה - סוכות ס"ה; די ערשטע חרדי'שע וואכנשריפט וואו יאסעלע האט געגעבן א אינטערוויוו (איך האף דאס ארויפצולייגן שפעטער).

צייטשריפט; די א.ד. סעריע רייכע ארטיקלען.

שומרי העיר; טאג ביך פון די גיורת רות בלוי (אשת הגה"צ רבי עמרם בלוי). ווארשיינליך האב איך דעם ספר נאך קיינמאל געזעהן, אבער הרב שמואל שלמה טעלער אין זיין שמועס איבער פרשת יאסעלע ברענגט ער פיל מאל צו דעם ספר.

טאג ביך פון איסר הראל שר"י דער פארזיצער פונעם געוועזענעם שפיאנאזש אגענטור מוסד (היינט צוטאגס באוויסט אלס ש.ב.); זיין נאמען פיגורירט מערערע מאל אין די דראמאטישע געשיכטע, און ער האט אפגעשריבן די גאנצע השתלשלות אין זיין טאג ביך.
לעצט פאראכטן דורך ארעסטאנט אום דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8625
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:27 pm

ארעסטאנט האט געשריבן:טאג ביך פון די גיורת רות בלוי (אשת הגה"צ רבי עמרם בלוי); ווארשיינליך האב איך דעם ספר נאך קיינמאל געזעהן, אבער הרב שמואל שלמה טעלער אין זיין שמועס איבער פרשת יאסעלע ברענגט ער פיל מאל צוה דעם ספר.


'שומרי העיר' הייסט איר ביכל
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

תגובהדורך ארעסטאנט » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:46 pm

א דאנק יהי' כן!

ווייסט איינער צו עס איז דא צום באקומען?
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 7:48 pm

ר' סענדר דייטש האט אויך געהאט א לענגערע באשרייבונג אין "דער איד" אין איינע פון די "נ" יארן איבער די גאנצע פרשה, אויב ס'איז איינעם וויכטיג וועל איך עס בל"נ אריינסקענען.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 7:54 pm

אדרבה.
ועמך כולם צדיקים

יוד איינער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:07 pm

תגובהדורך יוד איינער » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 8:25 pm

ראפי איתן'ס אין זיין בוך איבער די אייכמאן פארכאפונג, באריכט קליפ און קלאר איבער די כמעט פארכאפטע מענגעלע, און די אפרוף דורך זיינע אויבערהארן, צו פארקירעווען די עליטע מיטגלידער פון די מוסד שפיאנאש אגענטור, צו פארכאפן ליבערשט יאסעלע, ווי איידער דער צורר היהודים, עלובה עיסה
אני ממליץ לכל אחד לזכור כי הלבוש היפה ביותר הוא "החיוך".

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 8:33 pm

עפעס א לינק צו דער בוך, אדער וואו מען קען עס באקומען, ביטע.

יוד איינער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:07 pm

תגובהדורך יוד איינער » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 8:48 pm

אויפריכטיג, איך וועל זיין אויפריכטיג מיט אייך, כאב א טעות געמאכט, און איך רעד פון צבי אהרוני, וואס איז למעשה געוועהן אייכמאן'ס פארכאפער, און געארבעט פארן מוסד, אונטער איסר הארעל ימ"ש, דא האט איהר זיין בוך,
אני ממליץ לכל אחד לזכור כי הלבוש היפה ביותר הוא "החיוך".


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט