בלאט 1 פון 6

שאלות ותשובות איבער אידישע היסטאריע

געשריבן: זונטאג מארטש 10, 2013 2:48 pm
דורך msp
ווייסט איינער וואס ר' בצלאל הכהן דומ"ץ ווילנא האט געטוהן אין טריעסט אלול תרכ"ד?
האט עס געהאט צו טוהן מיט אתרוגים אפשר?

געשריבן: מאנטאג מארטש 11, 2013 3:15 pm
דורך רב טקסט

געשריבן: דינסטאג מארטש 12, 2013 6:15 am
דורך msp
א גרויסען שכוח!
תבא עליך ברכה, רב טקסט!

קול קורא

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2013 12:30 pm
דורך אינטערעס
ב"ה
איך זוך וויכטיג, ווי קען מען געפונען, "קול קורא'ס" פון דער תקופה פון פארן קריג.

יישר כח

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2013 12:53 pm
דורך SPUSMN
די ירושלים'ער קול קורא'ס (רוב פון זיי) זענען געדרוקט אין א דריי/פיר בענדער. די אייראפעאישע, ווייס איך נישט אז מען זאל האבען עפעס געדריקט. אפשר קען מען טרעפען א פאר דא און א פאר דארט, זאלען די יודעי דבר אונז ביטע אנטפלעקען ווי זיי זענען געדריקט.

געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2013 1:13 pm
דורך אינטערעס
SPUSMN האט געשריבן:די ירושלים'ער קול קורא'ס (רוב פון זיי) זענען געדרוקט אין א דריי/פיר בענדער. די אייראפעאישע, ווייס איך נישט אז מען זאל האבען עפעס געדריקט. אפשר קען מען טרעפען א פאר דא און א פאר דארט, זאלען די יודעי דבר אונז ביטע אנטפלעקען ווי זיי זענען געדריקט.

ייש"כ
איך זיך בעיקר פון אונגארן
וועלן מיר ווארטן אויף די "יודעים" זאלן באוויליגן דעם "קול הקריאה קול לו קול אליו".

שטאפ גענז

געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2013 11:33 pm
דורך אינטערעס
ב"ה
מי יכול לכתוב לי בקיצור, מי היו האוסרים של השטאפט גענז,
והאם אסרו גם אחר בדיקת הוושט כהלכה?

ומי היו המתירים, (חוץ מהחת"ם סופר)?

(השאלה היא בשביל היסטוריה ולא בשביל פוליטיק)

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2013 3:25 pm
דורך ר' יצחק
הבני יששכר בשבתו באונגארן היה מן האוסרים.

געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2013 3:40 pm
דורך אינטערעס
ר' יצחק האט געשריבן:הבני יששכר בשבתו באונגארן היה מן האוסרים.

יישר כח ר' יצחק,
אתמול שמעתי מחברי, שההמהר"ם אש היה אוכל, ומשום הכי והראזלא רב לא רצה לאכול אצלו בביתו, ואמר המהר"ם אש, עס איז דאך נישט קיין מצוה צו עסן, ולא ארצה שבעבורי וועט א איד נישט וועלן עסן ביי מיר, ופסק אז מלאכול זאת.
כדאי שתפתח אשכול מיוחד עבור נושא, לי אין זמן לפתוח ולחפש חומר ולעקוב אחרי זה וכו', אבל זה נושא חשוב שמגיע לו אשכול מיוחד עבור.

הצלחה

געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2013 1:29 pm
דורך קיקיון
לעצטע וואך און HAMODIA איז געווען א בילד פון א בארג(איינס פון עטליכע) אין שילה
פון שברי כלי חרס וואס איז מן הסתם פון די כלים און וועלכע מען האט געקאכט קדשים
איז דא אין ירושלים אויך? ע"פ חשבון וואלט געדארפט זיין א סך א סך מער

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 2:25 pm
דורך Gevald Geshrigen
די חילוק איז אבער אז ווען ירושלים איז חרוב געווארן איז די גאנצע געגנט אויך חרוב געווארן דעריבער טרעפט מען נישט אזויפיל ווייל עס איז באדעקט מיט אפאר שטאק חרובע בנינים משא״כ שילה.

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 2:30 pm
דורך קיקיון
יי"כ ;l;p-

געשריבן: מאנטאג יולי 29, 2013 8:11 pm
דורך Gevald Geshrigen
דאס וואס איך האב געשריבן איז בלויז מיינס אן השערה אבער די טשעק האט קאווריזש. עס איז דא א תשובה אין רדב״ז (איני זוכר הסימן) ווי דער שואל פרעגט אז די מציאות איז אז די געגנט פונעם הר הבית איז פון די נידריגסטע פלעצער אין ירושלים און מיר אלע ווייסן דאך פונעם וקמת ועלית און ער ענטפערט אז די חרבנות ארום האבן אויפגעהויבן דעם ארומיגן שטח און ווי אויך וואס די ווינטן פון די בערג ארום (ירושלים הרים סביב לה) האט געבלאזן זאמד ביז אלס איז געווארן איבערגעדעקט און מען האט אנגעפאנגען בויען פון העכער

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2013 6:57 am
דורך msp
גאר אינטערעסאנט

העותקה למקומה

געשריבן: מיטוואך מאי 28, 2014 9:57 am
דורך קיקיון

געשריבן: מאנטאג יוני 30, 2014 11:12 am
דורך קיקיון
איך פרעג ניט און עס האט מיר קיינער ניט געפרעגט
אבער דא איז דא אן אינטערסאנטע ידיעה וועגען די פליטה פון
די שארית הפליטה פון אונגארען בשנת תשי"ז די 56ער

הקב״ה המסבב כל הסיבות עשה נס ופלא, והקדים תרופה ומזור למכת אחב״י שארית הפליטה אשר בארץ אונגארען. כי לפני כמה שבועות שמרדו המאדיארן נגד שלטון הרוסים, לקטה ממשלת אונגאוץ את המוקשים באמבעס בלע״ז אשר טמנו בארץ לאורך כל גבול ארץ עסטרייך, ונענו לעשות זאת עפ״י בקשת ממשלת עסטרייך הנייטראלי, וכ״ז נעשה זמן קצר לפני המהפכה, ולולי זאת לא הי׳ באפשרות כלל לעבור שם את הגבול. ומאת ה׳ היתה זאת היא נ פלאת בעינינו, שיהי׳ לאחבנ׳׳י יושבי חושך וצלמות לגאולה ולפדות ולפורקן.

אות ל"ט בשולי העמוד

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:52 pm
דורך מיללער
איך האב געהערט א דרשה פונעם איש החסד והמעש הר"ר שלמה באכנער הי"ו וואס ער האט געזאגט ביי איינע פון די דינערס פון 'בוני עולם', ער האט דארט דערציילט א האר-אויפשטעלנדע עפיזאד איבער אן אינצידענט אין מדינת ישראל בשנת תשל"ח ווען עס האט זיך געהאנדעלט איבער א געזעץ בנוגע הפלת הריון וואס איז אסור עפ"י התורה כידוע און די פרייע האבן עס יא געוואלט לעגאליזירן.

דער 'שר המשפטים' פון דעמאלס האט געהייסן שמואל תמיר און ער איז געווען פרא און מצד די ערליכע אידן איז געקומען ר' רפאל לעווין ז"ל דער זון פונעם לגענענדארן ירושלימער צדיק, רבי אריה לעווין זצ"ל, און ער האט מגלה געווען בפומבי פאר דעם שמואל תמיר אז דאס גאנצע וואס ער לעבט איז דורך אן השתדלות וואס זיין פאטער רבי אריה לעווין האט אפגערעדט די פרייע עלטערן פון שמואל תמיר פון מפיל צו זיין דאס קינד אין די פריע אומשטענדן.

תמיר האט די מעשה באשטעטיגט ביי זיין מוטער וואס האט נאך דעמאלס געלעבט, און ער האט זיך אפגעלאזט פון צו קעמפן אויף דעם ענין.

-

הערנדיג די מעשה איז דאס מיר געווען א מורא'דיגע שאק, הפנים, אזא מין אפענע זאך, און איך בין געווען סקעפטיש איבער די פרטים, קלערנדיג דאס איז דאך א זאך וואס מ'קען גרינג מברר זיין, ניתי ספר וניחזי.

דערווייל האב איך טאקע געטראפן די מעשה דא:
http://www.meirtv.co.il/site/article/?id=835
מיט געציילטע פרטים אנדערש (אפשר קענען די מומחים ברענגען די דרשה פון ר' שלמה אויף COPY ער זאגט דאס מיט אזויפיל רגש, מ'קען אויסגיין) אבער איך קען באשטיין צו טרעפן בעסערע מקורות דערצו פון ווען דער אינצידענט האט פאסירט.

לדעתי איז דאס א מורא'דיגע התגלות

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:22 pm
דורך לכתחילה אריבער
געוואלדיג! שלח לחמך.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:06 pm
דורך קיקיון
רעווערענד מיללער
עדות ראי' פון א רב מטעם
איז בעסער?

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 4:58 pm
דורך להודיע
מורא'דיגע געשיכטע דאס.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 10, 2014 9:03 am
דורך קיקיון
ר' גור ארי' הערציג נ"י א קינד פון ניצולים שרייבט די וואך זייער א פאזאטיווע ארטיקעל וועגען דעם "זשוינט" JDC
ער שרייבט אז הנודע לשמצה סאלי מייער דער אנפירער פון זשוינט און דער שוויץ וואס האט געשטערט
די השתדלות פון הרה"ק ר' חמ"ד וו"מ זי"ע האט געטואען על דעת עצמו
איך האב געהערט בנעורי ערציילען אז לכה"פ איין יאר האט מען געמאכט בבה"מ של מרן זי"ע
כל נדרי נאכט אן אפיל פאר דעם זשוינט
ווייסט נאך אימצער דערפין ?
==
אגב גור ארי' איז ניט א פען נאמען
דאס איז דער נאמען אויף זיין טלית בייטעל
גאר אינטערסאנט איז אז ער ברענגט א בילד פון אולם די פי לאגער ווי זיין טאטע ר יודא (לייבוש)האט געארבייט
פאר דעם זשוינט
אויך אויף יענעם איז זיין זיידע מיט א פולע בארד

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 10:40 am
דורך קיקיון
חסידישער יוד האט געשריבן:און : ר' יוסף שאול נאטענזאהן מלבוב ה'שואל ומשיב' זצ"ל, כ"ז אדר

א קליינע הערה אויפ'ן קעפל:
עס שטייט "נאטענזאהן" און אזוי אויך זענען דא [מעלות וכדו'] וואס זענען מקפיד צו שרייבן "וואסערמאן" און "קארעליץ"* וכו' וכו'. וצע"ג :?: אויב די גדולים זעלבסט האבן אזוי געשריבן...
[פונקט היינט האב איך געזען א ספר מיט א הסכמה פון ראב"ד עדה"ח און א אוממענטש האט אויסגעמעקט "שטרנבוך" און פאראכטן צו "שטערנבוך".

*די ברידער פון חזו"א ז"ל האבן אזוי געשריבן משא"כ דער חזו"א האט געשריבן "קרליץ" [שמעתי].

דער שואל ומשיב האט זיך געשריבען נאטענזאהן
דא הסט די דעם שער בלאט וואס ער האט אליין געדריקט
בילד
הרה"ק ר אלחנן הי"ד האט זיך געשריבען ווסרמן
דא הסט די דעם שער בלאט וואס ער האט אליין געדריקט
בילד
און אויך א בריעף
בילד
עס איז געווען א שטאט קארעליץ זעט אויס אז די משפחה שטאמם פון דארט
ווי אזוי דער חז"א אליין האט זיך געשריבען האב איך ניט געטראפען
די ערשטע ספרים זיינע האט ער געדריקט בעילום שם
שפעטער און א"י האט ער ניט אליין געדריקט
די בריעף האט ער נור ג'חתמט אי"ש
דא איז זיין מציבה
בילד
אבער בני משפחתו זעה איך אז עז זענען געווען פארשידענס
karelitz.GIF

זיין נעפיו הרה"ג ר ניסים שליט"א שרייבט זיך קרליץ

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:27 am
דורך חסידישער יוד
ייש"כ ר' קקיון.
ווסרמן און נישט וואסערמאן...
אינטערסאנט - לכאו' נתנזון שטאמט פון נתן'ס זוהן... און דערנאך איז עס פארוואנדלט כעווארן אין "נאטענזאהן".

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 11:51 am
דורך Gevald Geshrigen
עס וואלט געווען אינטערסאנט וויאזוי זיין פאטער האט געשריבן. האט איינער א קאפי פון ספר בית אל ?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 12, 2014 12:05 pm
דורך מיללער
חסידישער יוד האט געשריבן:ייש"כ ר' קקיון.
ווסרמן און נישט וואסערמאן...
אינטערסאנט - לכאו' נתנזון שטאמט פון נתן'ס זוהן... און דערנאך איז עס פארוואנדלט כעווארן אין "נאטענזאהן".

מיינסט אז די נעמען האט מען מחדש געווען אין בית המדרש? ביסט פאר'נער'ט, די נעמען זענען במקורו "דויטש" און דארט איז 'נתן' נאטאן און זון איז זאהן