בלאט 4 פון 6

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2015 12:57 am
דורך פאטאקי08
זאג מיר
איז דאס א מוצאי שבת שבע ברכות?
הערט מען דארט אויפן טעיפ ר' יקיר ברוין מיט ר' שטויבער בדחנ'ן?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2015 7:42 pm
דורך פיניע חזן
א גרויסן יישר כח. איך האב אויך געטראכט אז ס'מיינט ר' מענדל אלץ "נכדי" רבינו. אבער איך האב נישט געוואוסט אז דאס איז די איינציגע

מר. פאטאקי. יא ס'איז א מוצאי שבת'דיגע שבע ברכות. איך ווייס נישט וועמען מ'הערט ביי די בדחנים, אבער איינער פון זיי הייסט ישראל דוד. אפשר מיינט דאס דעם שטויבער וואס דו זאגסט?

ואחתום מעים הפתיחה יישר כח פאר אלע וואס האבן גע'ענטפערט

געשריבן: דאנארשטאג יולי 16, 2015 9:15 pm
דורך סאדאם חוסעין
ניין [איך בין נישט דארט דעווען ווייל איך בין נאך געווען א יונגעל אין איך האב נאך געוואוינט אין ארץ ישראל] באט ווי אזוי איך פארשטיי איז עס הר"ר ישראל דוד ווייס

געשריבן: זונטאג דעצמבער 06, 2015 11:11 pm
דורך קיקיון
מיינס א קרוב ואס איז עוסק און הכנה והוצאה לאור פון ספרים האט מיר געוויזען א קונטרס לדוגמא פון הרה"ג ר' יוא' פעלנער אבד"ק בעלעד ואוהעל זצ"ל
און די תולדות שרייבט ער
בשנת תרמ״ו נ תקבל ל רב ומ״מ ב בית מדרשו של הגביר הנדיב המפורסם ר׳ גרשון שטאדלער בעיר סומבאטהעל (שטיינאמאנגער), שם הרביץ תורה
במשך ט״ו שנים לת״ח מופלגי תורה, ויצא שמו למרחקים כ אחד מגדולי הדור

דער ר' גרשון ז"ל האט אויך אויפגעשטעלט (און אויסגעהאלטען?) א בהמ"ד איו ירושלים
ביהכ"נ אהל משה גרשון ורעכיל בשכונת האונגארים הנזכרת. ביהכ"נ גדול ויפה. נוסד מהגביר ר' משה גרשון שטאדלער נ"י בשטיינעמאנגער באונגארן בשנת תרנ"ט.

אויזער א פאר הזכרות אלס פענומעראנט האב איך גארנישט געטראפען וועגען דעם גרויסען איד

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 08, 2015 10:22 am
דורך קיקיון
געטראפען אין די הקדמה פון בית מרדכי פון הרה"ג ר מרדכי שטיינער ז"ל דער לעצטער רב פון שטאדלער בה"מ
ביז צום חורבן
stad.gif

בילד

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 3:08 pm
דורך קיקיון
38 אין דעם ענגלישען גליון BUSINESS HALACHA היו"ל ע"י מכון חושן משפט
www.businesshalacha.com/en/newsletter/harav-amram-chasida-part-i
http://businesshalacha.com/en/newslette ... da-part-ii
דערציילען זיי אז הרה"ק ר' עמרם חסידא זי"ע איז בשעת פטירתו געבלביבען א בעל חוב פאר דעם גמ"ח וואס איז געווען תחת פיקוחו והנהלתן פון
דעם בעל פאת השולחן הרהגה"צ ישראל משקלוב זי"ע
דער חת"ס וואס האט געקליבען נדבות פאר ידידו ר' עמרם זי"ע האט נישט דערציילט פאר די תומכים פון די פטירה
און עס איז געווען א חילוף מכתבים ציווישען דעם פאת השולחן און דעם חת"ס בענין
זיי צייכענען צו א חתן סופר Chasan Sofer, “Kinyanim,” p. 142, quoting a letter written by the Chasam Sofer
איך האב עס דעווייל נישט געטראפען
נישט דא און נישט דא

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 7:02 pm
דורך קיקיון
From: Bentzion M
Date: 2015-12-14 18:11 GMT-05:00
Subject: ר' עמרם חסידא זצ"ל
To: @gmail.com


ראה המצורף שעל פיו כתבתי את המאמר. (וראה ספר שיחות מלוה מלכה להגר"נ גשטטנר זצ"ל ח"ד עמ' קל"ב שכתב בנוסח אחר.)
בברכה,
ר' עמרם חסידא.gif


עס קען אימיצער פארשאפען א קאפיע פון הגר"נ גשטטנר זצ"ל שמיעס ?
אויך HB איז נור דא 3 בענדער

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 9:25 pm
דורך קנאפער ידען
קיקיון האט געשריבן:עס קען אימיצער פארשאפען א קאפיע פון הגר"נ גשטטנר זצ"ל שמיעס ?
אויך HB איז נור דא 3 בענדער

פון אוצר החכמה:
https://copy.com/z7JrH7gIVBlCXHKE

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 11:09 pm
דורך קיקיון
אן ארטיקעל פון הרב קינסטלכר ראש מכון יזכור מיט קטעים פון דעם חת"ס בריעף צום פאת השולחן
און אויך פון ישמח משה צום איידעם דער ארי' דבי עילאה ווי ער שרייבט וועגען דעם דחקות פון ר' עמרם חסידא ומשפחתו
https://copy.com/PWkUdx4LrEDOH00u
ותשוח"ח לידידינו בילד
פאר צישטעלען פלאץ אין זיין COPY קאנטא

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 15, 2015 9:19 am
דורך קיקיון
הרב קינסטליכער:
וכפי שכותב גם ה'ישמח משה' באגרתו המפורסמת אל חתנו בעל ה'אריה דבי עילאי' בשנת תקצ"ז: "וידוע מר' עמרם חסידא ז"ל שעשו לו עמידת גדולות" ......"ולבסוף הי' כמעט נפוחי כפן, ואשתו היתה בוכה ומיללת על פתחי של גבאים כאחת העניות"


בקשר וואס האט ער אים דאס געשריבען? דער אריה דבי עילא האט געקלערט פון זיך באזעצען אין א"י ?

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 15, 2015 7:53 pm
דורך קיקיון
אין חשון פאר די יומא דהלילולא פון ר עמרם חסידא איז געווען געדריקט אין מבאר אבותינו אז אלמנת ר' עמרם האט געשריבען צום
חת"ס פון אלעקסאנקיע שבמצרים וכ'
איך האב געפרעגט אן אייניקעל צי ער ווייסט ער דערפין זאגט ער יא און אז דער ישמח משה האט געשריבען פאר'ו איידעם וואס האט
געוואלט זיך באזעצזען אין א"י וכ'
"און גיב א קוק אין פלא יועץ דברימ מבהילים"
איך האב זיך איצט דערמאנט האב איך געטראפען
...רק יפקח עיניו תחלה שלא לבוא להיות תוהה על הראשונות ושלא להצטרך לחזר ולצאת. וגדר לזה שלא לילך אלא לעת זקנה לאחר שחדל מהיות לאשתו ארח כנשים ואינה יולדת, ולא יוליך עמו ילדים בנים או בנות. ואם הרחיב ה' את גבולו יוכל להוליך בת, שהיא מוצאת ונצול הימנה, אבל בן לא יוליך כלל, שמתרבה הטף ולא ידע מה ילד יום.......

......ובאשר רעות רבות הנגררות מהיות פקיד ומרשה מהולכי ארץ ישראל.....

עס איז כדאי זעהן!
פלא יועץ ב "טקסט" און פאר די וואס זענען אלערגיש צו די היינטיגע מעתיקים פלא יועץ נדפס בירושלים תרס"ג

איבער יחיא קאפח

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:38 am
דורך חזונישניק
ווער עס וויסט א ביסל איבער די היסטאריע פין יחיא קאפח און זיין כת אין תימן וועלכע האט ר"ל כופר געווען אין זוה"ק, וועל איך זיך פרייען צי וויסן.

ווער ווייסט?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:44 am
דורך חזונישניק
איך וואלט געוואלט וויסן איבער ע סך סיפורים וואס עס גייען ארם אויס עס איז ריכטיג און ווער עס איז די מקור?

איבער סאטמאר רב זי"ע
האט נישט גענעכטיגט מיט קיין געלט מזומן אין שטוב כמנהגו של הרה"ק מצאנז זי"ע
האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פין געבן צדקה אפילו פאר די שוואכסטע יוד אפילו פאר מזרח'יסטן
האט געהאט עקסטערע געלט וואס דאס האט ער געגעבן פאר ערליכע יודן
האט געקענט מאבד זיין געלט וואס קומט נישט פין גיטע פלעצער
האט גהזאגט אז זיין קנאות קומט פין מהרי"ד מבעלזא זע"ע
האט געוואלט פארן וואוינען אין ארץ ישראל אבער ר' מיכאל בער ז"ל האט צוריסען זיין פאספארט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 6:23 am
דורך נא_שכל
חזונישניק האט געשריבן:איך וואלט געוואלט וויסן איבער ע סך סיפורים וואס עס גייען ארם אויס עס איז ריכטיג און ווער עס איז די מקור?

איבער סאטמאר רב זי"ע
האט נישט גענעכטיגט מיט קיין געלט מזומן אין שטוב כמנהגו של הרה"ק מצאנז זי"ע. נישט געהערט דערפון
האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פין געבן צדקה אפילו פאר די שוואכסטע יוד אפילו פאר מזרח'יסטן. ריכטיג
האט געהאט עקסטערע געלט וואס דאס האט ער געגעבן פאר ערליכע יודן. כ'ווייס נישט אויב ער האט געגעבן אנדערע פאר ערליכע אידן, אבער דאס איז זיכער אז ער האט צוטיילט זיינע געלטער, ס'האט געהאט דרגות, מ'האט עס כסדר געזען ווי ער צוטיילט די געלטער אין די טאשען. און די געלט פון נידריגערע מקורות האט ער געגעבן פאר נידריגערע צרכים.
האט געקענט מאבד זיין געלט וואס קומט נישט פין גיטע פלעצער. יש כמה עדות? דלפעמים איבד שטרי ממון בבית הכבוד.
האט גהזאגט אז זיין קנאות קומט פין מהרי"ז מבעלזא זע"ע. מהרי"ד מבעלזא. נישט ממש אז ס'קומט פון דארט נאר זיין וועג וויאזוי ער איז זיך מתנהג בקנאות.
האט געוואלט פארן וואוינען אין ארץ ישראל אבער ר' מיכאל בער ז"ל האט צוריסען זיין פאספארט. אמת.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 2:52 pm
דורך Gevald Geshrigen
צוריסן די שיף טיקעטס נישט דעם פאספארט. כפי ששמעתי אז ר׳ מיכאל בער האט געבעטן דעם רבי׳ן ״ווייזן זי די בילעטן" און ר׳ מיכאל בער האט עס צוריסן

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 3:36 pm
דורך SPUSMN
קיימאל נישט געהערט קיין ווארט פון רבי אשר פארסט וועגען דעם (דאס מיינט נאך גארנישט, ער האט מיר נישט געמוזט דערציילען); אבער עס לייגט זיך נישט אויפען שכל דער מעשה, ווייל רבי מיכאל בער האט געהאט דרך ארץ פארען סאטמאר רב, און וואלט אזא זאך נישט געטוהן. אויב דער מעשה איז אמת; האט ער אפשר פראבירט מסביר זיין, זיין שטעלונג, אבער נישט געדארפט רעדען מיט די הענט.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 4:03 pm
דורך הבוחר בטוב
חזונישניק האט געשריבן:ווער עס וויסט א ביסל איבער די היסטאריע פין יחיא קאפח און זיין כת אין תימן וועלכע האט ר"ל כופר געווען אין זוה"ק, וועל איך זיך פרייען צי וויסן.

beta.hebrewbooks.org/6647

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:33 pm
דורך ראסטעוו
SPUSMN האט געשריבן:קיימאל נישט געהערט קיין ווארט פון רבי אשר פארסט וועגען דעם (דאס מיינט נאך גארנישט, ער האט מיר נישט געמוזט דערציילען); אבער עס לייגט זיך נישט אויפען שכל דער מעשה, ווייל רבי מיכאל בער האט געהאט דרך ארץ פארען סאטמאר רב, און וואלט אזא זאך נישט געטוהן. אויב דער מעשה איז אמת; האט ער אפשר פראבירט מסביר זיין, זיין שטעלונג, אבער נישט געדארפט רעדען מיט די הענט.

ער האט עס גענומען פון יאסל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2016 8:24 pm
דורך ממעתיקי השמועה
ווי איז דאס שושן הבירה אויפן היינטיגען מפה ? ווי די נס פורים איז געוועהן,

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2016 9:43 pm
דורך קיקיון
צי די אידען פון פרס היינט איראן האבען א קבלה מדור דור וויס דאס איז
ווייס איך נישט
אויף קבר מרדכי און אסתר איז יא דא קבלה
אויף קבר דניא' איז דא איטליכע מקומות
די HISTORIANS זאגען אז זיי ווייסען יא

קוק דא אפשר וועסט דו עפעס קענען נאשען

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2016 10:18 pm
דורך למדן וצדיק

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2016 10:21 pm
דורך מה ידידות
מיין זיידע זז"ג איז געפארן נאכן קריג פון יוראפ קיין ארץ ישראל איז דא ערגעץ ווי מ'קען זעהן די ליסטע'ס פון אלע וואס זענען געפארן אויף יענע שיף?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2016 10:41 pm
דורך ממעתיקי השמועה
למדן וצדיק האט געשריבן:https://en.wikipedia.org/wiki/Susa?wprov=
Shush, Khuzestan, Iran
https://goo.gl/maps/MWGszM4es4r

חז"ל זאגן אז שושן הבירה איז געווארן די הויפט שטאט אפצוצאלען פאר עילם וויבאלד דאס איז און לאנד פון עילם איז קאזסטאן עילם ? מיין שאלה איז וואס און ווי איז "עילם" היינט צוטאג ?
דרך אגב: זעט בכלל נישט אויס ווי קיין הויפט שטאט איז די גרעניצן פשוט געווארן קלענער ?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 16, 2016 11:55 pm
דורך למדן וצדיק
דאס איז עילם לויט ווי זיי שרייבן דא איז עילם טאקע געווען דארט ווי עס איז היינט די פראווינצן כוזעסטאן אין ״אילאם״

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Elam

געשריבן: מיטוואך פאברואר 17, 2016 12:39 pm
דורך Gevald Geshrigen
עס איז דא א ביכעלע ויהי בימי אימפרי׳ הפרסית וואס האט אסאך חומר אויף שושן הבירה פרס ומדי .
עילם איז א חלק פונעם היינטיגען איראן ווי געברענגט.
אויב סוסא אדער שוש אדער גאר אן אנדער פלאץ ? גיי ווייס.
שמעתי בלי מקור אז דער איראנישער שטאט האמאדאן איז א נאמען נאך המן