בלאט 3 פון 6

געשריבן: מאנטאג פאברואר 02, 2015 12:24 pm
דורך קיקיון
הסרפד האט געשריבן:די גנבים וואס ווען מען דארפט זיי נעמט מען זיי אראפ פון די תלייה...
אבער אויף קיין שיקרא דעבידא כו' זענען זיי נישט חשוד

זיי האבען געטראכט אז עס וועט אימיצער פארען קיין לאנדאן אויסזיכען דעם כתב יד
ומאן קמסהיד אז דאס איז טאקע דער מחזור וויטרי און ווער איז געווען דער סופר?

איך דארף עס נישט אזוי נייטיג האבען

געשריבן: מאנטאג פאברואר 02, 2015 12:33 pm
דורך הסרפד
מען האט שוין גראדע איבער געדרוקט דעם מחזור ויטרי לויט זיבן כתבי ידות, צווישן זיי דעם כתב יד וואס דער ערשטער דרוקער האט גענוצט. אפילו אין זייערע צייטן איז געוועהן גענוק חוקרים וואס האבן געוואוינט אין ענגלאנד.
אבער גראדע איז מען געוואהר געווארן אז כ"י לאנדאן איז דער ווייניגסטע פארלעסטליך פון אלע כתבי ידות - דער סופר האט מוסיף וגורע געוועהן כעושה בתוך שלו.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 02, 2015 1:30 pm
דורך קיקיון
דער מג"א און קל"א ס"ק י"ד ברענגט בשם מהרי"ל
בני אוסטרייך נוהגים שאין אוכלים קיטניות בימים שאין נופלים ..
אבער דער א..... וואס שטייט אין לאנדענער כ"י האט זיך מיר געהערט אלס זייער "אינטערסאנט"
עס האט זיך געטוען וועגען דעם פיוט פון אבן עזרא אויף שבת חנוכה
געווען גרויסע וואס האבען געטענהט לאו מר בר רב אשי חתים עליה

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 05, 2015 9:28 am
דורך farshlufen
קיקיון האט געשריבן:אין BED STUY איז געווען א חתונה זאל גאלד מענאר

דער בעה"ב איז געווען הרב ר מרדכי זעליג הירש - הוירש



פון דערהיים געוקומען פון שטאט סאטמאר
דאהי איז ער פאר א צייט געוועזן רב אין קאנג. אנשי אמת

136
Stanhope St

אין רידזשוואוד

---

חידוש אין אמעריקא ר' מרדכי זעליג הוירש שטעלט א חופה תחת כיפת השמים צעהלימער רב מסדר קידושין.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 23, 2015 11:08 am
דורך קיקיון
געטראפען אויף מיין טעלעפאן היינט אידנערפרי
Msg: Shimshi wants to know who is the radak?
מער ווי ר' דוד קמחי א ראשון און א מפרש אויף תנ"ך
האב איך נישט געקענט ענטפערען פאר מיין 16 יעריגען חניאק
וועמעס תלמיד? וועמעס בן דורו?

געשריבן: מאנטאג פאברואר 23, 2015 1:10 pm
דורך farshlufen
תלמיד אחיו הגדול ר' משה.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 23, 2015 1:16 pm
דורך קיקיון
יי"כ
פארוואס האב איך זיך נישט פריער דערמאנט אז עס איז דא א שם הגדולים ?
Capture.GIF

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2015 3:31 pm
דורך קיקיון
צו געזונט האט געשריבן:נושא: בד"ה - הרה"ח ר' ישראל דוד וויינבערגער ז"ל - מוהל מומחה

וואס אן אייניקעל פון ר' ישראל דוד האט מיר געזאגט. ער איז געווען א מוהל און געמאכט ברית'ן לאקאל. ער האט פענסיאנירט א צירקע פינף און דרייסיג יאהר צוריק און דאן אנגעהויבן מיט די ברית'ן אין רוסלאנד. אז מען מאכט דעם חשבון איז רוסלאנד דאן געווען אונטערן אייזערנעם פארהאנג, וואס דאן איז כמעט אוממעגליך געווען צו פארען אהין און אוודאי צו מאכען ברית'ן

האב איך זיך דערמאנט פון ר' צבי בראנשטיין ז"ל וואס איז איטליכע מאל געפארען קיין רוסלאנד מל זיין אידישע קינדער און אויך אין הצלת נפשות ביז מען האט אים איינגעזעצט
ער האט מוציא לאור געווען דעפ פירוש אויף ירושלמי פון הגאון רבי יצחק אייזיק קראסילשציקאוו פון פאלטאווע און דערנאך מאסקווע, רוסלאנד
בילד
מער ווי דער שטיקעל אין דאס אידישע ווארט ניסן תשי"ח
וועגען א נסיעה אין פולין האב איך נישט געטראפען

געשריבן: מיטוואך מארטש 25, 2015 4:38 pm
דורך קיקיון
98
עס איז כדאי ליינען ווא הרב בראנשטיין ז"ל שרייבט אין זיין מבוא וועגען
דעם מצב פון רוסישע אידען אין די תש"כ יארען

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 8:31 am
דורך חכימא
הרב בראנשטיין האט געשריבן גאר א באלערנדע בוך מיט'ן נאמען "אל תידום", די זעלבע נאמען ווי זיין ארגיניזאציע וואס האט אויפגעטוהן גדולות ונצורות למען יהדות רוסלאנד.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 12:43 pm
דורך חכימא
שרייבענדיג,‏ דערמאן איך זיך אז און ‏‏"קול דממה דקה‏" פון רעב.‏ בתיה בארג ווערט אויך ברייט געשילדערט הרב בראנשטיין'ס אקטיוויטעטן אינ'ם סאוויעטישן ראטן-פארבאנד.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 1:23 pm
דורך קיקיון
זייער צוריק געליינט אירע זכרונות
עס ליגט מיר און זכרון אז זי שרייבט אז הרב חיים מרדכי הלוי טווערסקי ז"ל האט מפנה געווען
הרה"ק ר דוד סקווירא זי"ע ווען די ממשלת הרשעה האט צוגענימען דעם בית החיים
אינטערסאנט איז אז זי האט נישט געוויסט אז ווען הרב טווערסקי איז אנגעקומען קיין קיעוו
בשליחותו של הרה"ק ר' י"י זי"ע איז שוין געווען לאחר המעשה א פאר קיובער אידען האבען
דאס שוין ערלעדיגט בגניבה און גאנץ ייתכן אז ביניהם איז געווען איר טאטע זצ"ל

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 3:02 pm
דורך חכימא
יא יא,‏ ריכטיג.‏ וכן מובא גם בספר ‏‏"היסטאריש-חסידישער צוריקקער‏" ‏-‏ סקווירא.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 3:55 pm
דורך קיקיון
א באריכט פון הרב ר חיים מרדכי זצ"ל א באזוך אין רוסלאנד פון תשכ"ד
cmt.gif

cmt2.gif

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 6:16 pm
דורך קיקיון
א סטעיטמענט ארויסגעגעבען אין תשכ"ה דורך אין תשכ"ה הרב חיים מרדכי זצ"ל נאך זיין באזוך אין אוקריינע
Screenshot 2015-04-12 18.05.59.png

וואס האט געקענט זיין דער חשבון ?
חניפה צו די רוסען ? ווייזעו אז די וועלט אינטערעסירט ?
פרעשור אויף דייטשען?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 6:31 pm
דורך חכימא
כידוע אז דער גאנצע וויזיט זיינע קיין רוסלאנד איז נאר צושטאנד געקומען א דאנק די רוסישע הסכמה, ולכן הכל מובן. ודו"ק.

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 6:52 pm
דורך קיקיון
תנאי קודם למעשה ?
---
וועלקאם !!

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2015 8:04 pm
דורך חכימא
לכאורה.

געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2015 4:14 pm
דורך קיקיון
עס האט עמיצער הרגש, געדולד און בעיקר א פעדער צו שרייבען וועגען א איד ר׳ שלמה (סטיפן) קליין ז"ל וואס איז אנגעקומען קיין אמעריקא
און תרצ"ח אונד אין די זעלבע תקופה וואס ער האט שטארק מצליח געווען אין מסחר געארבעט מיט הרב אליעזר סילווער זצ"ל, די שטערנבוך'ס
ר' אלימלך טרעסס זצ"ל ר׳ שלמה יעקב (יוליוס) שטיינפעלד: ר׳ מנשה שטיין: ר׳ יצחק מאיר בונים; ר׳ שבתי פרענקיל זכר כולם לברכה
אין הצלת נפשות בימי הזעם ואחרי'
און אין תש"ו
בילד
Shabse Frankel, Stephen Klein, Mensahe Stern and Irving Bunim with packages for overseas relief shown at the Vaad Hatzala Warehouse,
און שפעטער געשטאנען לימינו פון הגר"א קוטלער זי"ע
איך האב א שטיקעל רשימה פון מקורות פון ידיעות

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 10:42 am
דורך קיקיון
חיימ'ל האט געשריבן:נושא: בד"ה הגאון ופוסק רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל
קיקיון האט געשריבן:
גם למד בישיבת צעהלים אצל הה"ג ר' יוסף אלימלך כהנא ששימש לפני השואה כאב"ד אונגוואר.

אויב ריכטיג איז ער געווען מקבל שלישי פון חת"ס
הגה"צ מהריא"ך אבד"ק אונגוואר הי"ד איז געווען א תלמיד פון הגה"ק ר חיים צבי מאנהיימער זי"ע א תלמיד פון חת"ס

מסתם איז דא נאך תלמידים פון דער ישיבה, ווי זענען זיי ?


ווועלכע? פון מהריא"ך און צעלים ? ער איז אוועק פון צעלים אין תרצ"א
איך האב יא געטראפען נאך איין תלמיד פון דאמאלט הרב עמרם בלום, ארגענטינא, LA , קליוולאנד

פון אינגוואר ווייס איך פון הרה"ג בעל משנה הלכות
מהריא"ך אין געטא
יודל קליין האט געשריבן:
רבני ודייני צעהלים


יט) רבי יוסף אלימלך כהנא נתמנה כאב"ד צעהלים בשנת תרפ"ג מתחילה הי' אב"ד זשאדאני מקום אשר שימש בו אביו ברבנות ובשנת תרע"ונתמנה לאב"ד באניהאד ומשם נתמנה בשנת תרפ"ג לאב"ד צעהלים עד שנת תרצ"א שעלה לכהן פאר כאב"ד אונגוואר. עלה על מוקדה על קדה"ש באוישוויץ ביום י' סיון תש"ד.

געשריבן: דינסטאג אפריל 21, 2015 1:15 pm
דורך יואל שווארטץ
קיקיון האט געשריבן:
חיימ'ל האט געשריבן:נושא: בד"ה הגאון ופוסק רבי שמואל הלוי וואזנער זצ"ל
קיקיון האט געשריבן:
גם למד בישיבת צעהלים אצל הה"ג ר' יוסף אלימלך כהנא ששימש לפני השואה כאב"ד אונגוואר.

אויב ריכטיג איז ער געווען מקבל שלישי פון חת"ס
הגה"צ מהריא"ך אבד"ק אונגוואר הי"ד איז געווען א תלמיד פון הגה"ק ר חיים צבי מאנהיימער זי"ע א תלמיד פון חת"ס

מסתם איז דא נאך תלמידים פון דער ישיבה, ווי זענען זיי ?


ווועלכע? פון מהריא"ך און צעלים ? ער איז אוועק פון צעלים אין תרצ"א
איך האב יא געטראפען נאך איין תלמיד פון דאמאלט הרב עמרם בלום, ארגענטינא, LA , קליוולאנד

פון אינגוואר ווייס איך פון הרה"ג בעל משנה הלכות
מהריא"ך אין געטא
יודל קליין האט געשריבן:
רבני ודייני צעהלים


יט) רבי יוסף אלימלך כהנא נתמנה כאב"ד צעהלים בשנת תרפ"ג מתחילה הי' אב"ד זשאדאני מקום אשר שימש בו אביו ברבנות ובשנת תרע"ונתמנה לאב"ד באניהאד ומשם נתמנה בשנת תרפ"ג לאב"ד צעהלים עד שנת תרצ"א שעלה לכהן פאר כאב"ד אונגוואר. עלה על מוקדה על קדה"ש באוישוויץ ביום י' סיון תש"ד.

משפחת הרבנים בילליטצער מסערענטש והמסתעף
סיפור בענין מרידה באומות
בילד 1
בילד 2
בילד 3

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 23, 2015 5:19 pm
דורך קיקיון
נושא: דיונים איבער מציבות און מנהגי בית החיים

דרךהמלך האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
דרךהמלך האט געשריבן:
עדת האט, סאטמאר האט, נאך איין'ס איז דא, נישט פון כדתיה


עדת, איז דען נישט אינטער כדתיא?

וואס פאלט דיר ביי
זייער קהלה איז אסך עלטער

ס'איז א עקסטרע קאסע, אלעס עקסטער, סך הכל איז עס אזוי ווי בעלז וויזניץ איז אונטער כדתיה


גאנצע 15 יאר
Capture.JPG


פון אן אינטערוויא לעצטע וואך HAMODIA מיט דעם ראה"ק
Capture2.JPG

שמחת בית סאטמאר - תשמ"ה

געשריבן: מיטוואך יולי 15, 2015 6:51 pm
דורך פיניע חזן
איך שטעל זיך פאר אז מיין שאלה באלאנגט דא אהער
איך האב באקומען א טעיפ מיט א ניגון "המבדיל" וואס מ'האט געזינגען ביי הרה"ק מהרש"א פון ראצפערט. און אויפן טעיפ שטייט נאר "שמחת נכדי רבינו שליט"א - תשמ"ה". ווייסט איינער וועמענס שבע ברכות איז דאן געווען ? אזוי פיל האב איך דארט געהערט אז איין זיידע איז געקומען פון מיאמי

געשריבן: מיטוואך יולי 15, 2015 6:53 pm
דורך תרנגול
מסתמא הרב מענדיל בן אדמו"ר מהר"א
זיידע מאוהעל הרב אלעזר מייזליש זצ"ל

געשריבן: מיטוואך יולי 15, 2015 10:08 pm
דורך סאדאם חוסעין
איינס פשוט ווייל נאר ר' מעדל האט חתונה געהאט תשמ"ה
צווייטנס כאפ אויף אז עס שטייט "נכדי" רבינו וואס דאס איז אויך נאר ר' מענדל