שאלות ותשובות איבער אידישע היסטאריע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 11:38 am

איז דא א וועג צו אויפזוכן אינפא פון נעמען פון רבנים אדער פרנסי הקהילות פון די אלטע היים אדער מציבות ליסטעס אדער בערט סערטיפעקעטן פון אמאליגע אידן פון אירופה ?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25812
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 11:39 am

יד ושם האט געשריבן:איז דא א וועג צו אויפזוכן אינפא פון נעמען פון רבנים אדער פרנסי הקהילות פון די אלטע היים אדער מציבות ליסטעס אדער בערט סערטיפעקעטן פון אמאליגע אידן פון אירופה ?

עס איז דא זייער אסאך וועגן

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 11:49 am

מיללער האט געשריבן:
יד ושם האט געשריבן:איז דא א וועג צו אויפזוכן אינפא פון נעמען פון רבנים אדער פרנסי הקהילות פון די אלטע היים אדער מציבות ליסטעס אדער בערט סערטיפעקעטן פון אמאליגע אידן פון אירופה ?

עס איז דא זייער אסאך וועגן

א. בערט סערטיפיקאטן אדער דעד סערטיפיקאטן איז דא א וועג?
ב. מציבות פון שטעט
ג. אדער אנדערע רשימות
ד. נעמען פון רבנים
ביטע ענטפער על כל א' וא' לעצמו.
די עיקר שאלה איז צו ס'איז דא א פציעלע וועב סייט וכו'.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2332
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוגוסט 27, 2018 12:57 pm

איז דא א וועג ווי מען קען פארשאפן דיעדס, קארט רעקארדס, טעלעפאן נומערן, עמטרעק פרייזן, מוהלים, וכו' אין די פאראייניגטע שטאטן? תפשת מרובה לא תפשת.

פאר טראנסקריפטס פון אייראפעישער רעקארדס (געבורט, הייראט, טויט, צענזוס, מצבות און נאך) הויב אן מיט https://www.jewishgen.org.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:54 pm

ווייסט איינער ןןי מען טרעפט דאס אנגעצייכענטע?
איך האב שוין געפרעגט CHABAD LIBRARY'
Untitle  d.jpg
Untitle d.jpg (116.99 KiB) געזעהן 1356 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 4:13 pm

לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 1:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 4:13 pm

22283
גזירות אשכנז וצרפת
GER.gif
GER.gif (69.08 KiB) געזעהן 751 מאל

די "הנסטאריקער" שרייבען אז ער איז דער ר' אברהם הגר וועם די בעלי תוס' ברענגען אין קידושין ע : ד"ה קשין הם
איז מיין שאלה שטימט עס?ווער האט מסדר געווען די תוס' אויף מסכת קידושין נאך ה' כ"ה?
אויך איז אינטערסאנט אז ער ברענגט דעם ר' אברהם הגר פאר דעם ר"י

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מיטוואך דעצמבער 18, 2019 8:34 pm

ר' אברהם הגר פון תוספות אין קידושין איז אן אנדערער.
אורבך אין 'בעלי התוספות' עמ' 226 ברענגט אז ר' אברהם הגר איז געווען בימי רבינו תם, און האט געהאט א זון ר' יהוספיה הגר, א פייטן.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:39 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:ר' אברהם הגר פון תוספות אין קידושין איז אן אנדערער.
אורבך אין 'בעלי התוספות' עמ' 226 ברענגט אז ר' אברהם הגר איז געווען בימי רבינו תם, און האט געהאט א זון ר' יהוספיה הגר, א פייטן.

יי"כ
איך בין דאך א נייגעריגער האב איך געזוכט דעם נאמען " יהוספיה" און געטראפען
אין בעלי התוספות

גר 1.gif
גר 1.gif (47.76 KiB) געזעהן 704 מאל


אונד אין אין כד הקמח לרבינו בחיי

גר 2.gif
גר 2.gif (115.89 KiB) געזעהן 704 מאל

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 2:58 pm

קיקיון האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:ר' אברהם הגר פון תוספות אין קידושין איז אן אנדערער.
אורבך אין 'בעלי התוספות' עמ' 226 ברענגט אז ר' אברהם הגר איז געווען בימי רבינו תם, און האט געהאט א זון ר' יהוספיה הגר, א פייטן.

יי"כ
איך בין דאך א נייגעריגער האב איך געזוכט דעם נאמען " יהוספיה" און געטראפען
אין בעלי התוספות

גר 1.gif


אונד אין אין כד הקמח לרבינו בחיי

גר 2.gif

איך בין נישט 100% זיכער אז אורבך רעדט דארט אינגאנצן צום זאך. מען דארף נאכגיין זיינע ווערטער.

ער הייבט אן מיט א השערה אז ר' אברהם הגר האט געהאט א זון ר' יצחק, ער ברענגט נישט קיין באווייז דערויף, ער שרייבט נאר: "אם אנו מניחים שר' יצחק היה בנו של ר' אברהם מובן לנו מדוע נקרא גר זה בשם יצחק ולא בשם אברהם המיוחד לגרים".

נאכדעם ברענגט ער אז דער פירוש פון ר' אברהם הגר אין תוספות קידושין ווערט געברענגט אין אנדערע מקורות על שם ר' יהוספיה הגר (ווי קיקיון צייכנט צו). יעצט, וויאזוי ווייסט ער אז ר' יהוספיה איז גאר א זון פון ר' אברהם? דאס איז ער נישט מסביר, ער ברענגט נאר אז אין א ספר ויכוחים כת"י שטייט: "זה קבלתי מר' יוסף בן אברהם אבינו".

אויף דעם פירט ער אויס: "אין כל ספק שהמדובר הוא בר' יוסף בן ר' אברהם הגר, והוא כנראה ר' יהוספיה שלנו".

הערט איר א מעשה? פון דעם וואס עס שטייט "ר' יוסף בן אברהם אבינו", ווייזט ער אויף אז ער איז געווען א זון פון ר' אברהם הגר! איז דאס עם הארצות, אדער האט ער אנדערע הוכחות וואס ער שרייבט נישט ארויס?

אזוי האט ער באשאפן א משפחת גרים, א טאטע מיט צוויי זין: "ואולי נתגיירו שניהם יחד עם אביהם".
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13616
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג דעצמבער 19, 2019 3:31 pm

מיר איז אינטעעסאנט די השערה פון דעם בעל צפחת שמן הרב חיים ברייט
אז ר' אברהם איז גאר ר' יהיוספיה (זעה די טיטלען וואס דער קראקא רב שרייבט אויף אים)

אזלר
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2020 4:16 pm

Re: שאלות ותשובות איבער אידישע היסטאריע

תגובהדורך אזלר » זונטאג יולי 19, 2020 9:28 am

צו איז פארהאן אן אשכול וועגן די היסטאריע פון די צענזור אויף ספרי קודש?

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

דער גירוש פון פרעמדע בירגער פון קאנגרעס פולין אין די תר"נ יאהרן

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג יולי 23, 2020 2:17 pm

איך האב שוין עטליכע מאהל באגעגענט דעם געדאנק אין ספרים און ביכער, אבער קיין מאהל האב איך עס נישט געזעהן באשריבן ווי עס דארף צו זיין:

אין תר"נ-תרנ"ה בערך, האט די רוסישע-פוילישע רעגירונג (גרויס פוילן, המכונה קאנגרעס פוילן) פארטריבן פרעמדע בירגער (דיע פון וואס איך ווייס זענען אלע גאליציאנער ד"ה עסרייכישער בירגער) פון איהרע גרעניצן. איך בין באקאנט מיט דעם מאורע בעיקר פון רבי'ס, אבער לפי הענין פארשטיי איך אז עב האט נישט געהאט דווקא מיט רבי'ס/רבנים.

דוגמאות פון וואס איך ווייס:
1. ר' יחיאל מפאקשיווניץ (דזיקוב), אריבער פון פאקשיווניץ קיין טארנא.
2. ר' אברהם חיים מפלאנטש (דזיקוב), אריבער פון פלאנטש קיין ראדאמישל.
3. ר' אברהם יהושע העשיל מפשעמישל (בעלזא), אריבער פון קארוב קיין פשעמישל.
4. ר' אלימלך מיאברוב (ראפשיץ), אריבער פון שעברשין קיין יאברוב (דירעקט?).
5. ר' יצחק מסאסנאוויץ (ראפשיץ) - געמוזט נוצן א פאלשע פאס צו בלייבן אין פוילן, און פון דעמאלץ ווייטער געהייסן 'גליקמאן'.
(ואולי - און דאס האט מיך דערמאנט פון דעם נושא - ר' נחוניא'ס השערה אז ר' שמעלקא מקאזיניץ (בעלזא; אחיו של ר' אברהם יהושע העשיל מפשעמישל הנ"ל) האט זיך גערופן 'שמואל מאניס אפפען', ולדעתי יתכן אז דאס געהערט אויך צו דיע פרשה.)

די גזרה האט זיך אהן געהויבן נישט שפעטער ווי תרנ"א, ווייל ר' אברהם יהושע העשיל מפשעמישל איז שוין נסתלק געווארן אין פשעמישל תשרי תרנ"ב; אבער מיר דאכט זיך אז איינער פון די אויבן-דערמאנטע צדיקים איז הערשט אריבער קיין גאליציע אין תרנ"ד.
עס האט זיך נישט צו לאנג געהאלטן, ווייל מיר טרעפן דזיקוב'ער אייניקליך וואס האבן געפיהרט רבי'סטיווע אין פוילן אין די מיטעלע תר"ס יאהרן. (ווידער נאך דעם ערשטן וועלטס קריעג איז די גאנצע מעשה שוין נישט געוועהן נוגע, לכאורה.)

איך האב געזוכט, און עס איז מיר נישט געלונגן צו טרעפן א שמועס וועגן בירגערשאפט געזעצן אין קאנגרעס פולין.

ווייסט איינער צו די פרשה איז באשריבן ערגעץ מיט מער פרטים?

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: דער גירוש פון פרעמדע בירגער פון קאנגרעס פולין אין די תר"נ יאהרן

תגובהדורך הסרפד » זונטאג יולי 26, 2020 4:00 pm

הסרפד האט געשריבן:דוגמאות פון וואס איך ווייס:
1. ר' יחיאל מפאקשיווניץ (דזיקוב), אריבער פון פאקשיווניץ קיין טארנא.
2. ר' אברהם חיים מפלאנטש (דזיקוב), אריבער פון פלאנטש קיין ראדאמישל.
3. ר' אברהם יהושע העשיל מפשעמישל (בעלזא), אריבער פון קארוב קיין פשעמישל.
4. ר' אלימלך מיאברוב (ראפשיץ), אריבער פון שעברשין קיין יאברוב (דירעקט?).
5. ר' יצחק מסאסנאוויץ (ראפשיץ) - געמוזט נוצן א פאלשע פאס צו בלייבן אין פוילן, און פון דעמאלץ ווייטער געהייסן 'גליקמאן'.
(ואולי - און דאס האט מיך דערמאנט פון דעם נושא - ר' נחוניא'ס השערה אז ר' שמעלקא מקאזיניץ (בעלזא; אחיו של ר' אברהם יהושע העשיל מפשעמישל הנ"ל) האט זיך גערופן 'שמואל מאניס אפפען', ולדעתי יתכן אז דאס געהערט אויך צו דיע פרשה.)

נאך א דוגמא: ר' נתן העבנשטרייט מזאמושטש, יליד גאליציע, פארטריבן קיין פרעמיסלא ווי ער איז געוועהן א רב (אדער מו"ץ) - האבן מיר שוין א רבני'שע דוגמא אויסער די רבי'שע דוגמאות.
(און פון די קליינע איינגערינגעלטע אויבן צוה איך צוריק, ווייל עס שטימט נישט מיט די יאהרן, כמוש"כ viewtopic.php?p=2310466#p2310466)


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט