ווערעצקי האט געשריבן:אפשר לאמיר פרובירן פארקערט, ברענג א מקור אז דאס איז יא געווען בזמן הצדוקים. ואז אודה ולא אבוש....
רבי לעבן, תמיהני עליכם.
איר זאגט "כמדומה" און איר שרייבט, איר ברענגט נישט דברי חז"ל ראשונים, אחרונים.
(איר ברענגט נישט וואס די ראשונים זאגן אויף די קראים ווער זיי זענען.)
איר ברענגט פון דעם "דורות הראשונים" וואס איר ווייסט נישט אמאהל בבירור צו ער זאגט דברי עצמו אדער ער ברענגט דברי המשכילים כדי להפריכם.
און איר ווילט איך זאל ברענגען א מקור'?... להוציא ממה? אתמהה.
ווייסט איר וואס? איינמאל גייט גענטפערט ווערן אויף דעט פרט וואס איר האט זיך געשטעלט.
סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער אין מגילה ווערט יא דערמאנט אז די מינים לייגן תפילין בין ענים ממש,
אין די משנה שטייט "הרי זו דרך מינות" ופירש"י "שמבזין מדרש חכמים והולכין אחר המשמע כמשמען בין עיניך ממש וכו'."
ווער זענען די "מינים" וואס די משנה זאגט אויף דעם "הרי זה דרך המינות"?
רש"י הקדוש אין ראש השנה יז. זאגט ווער זענען די מינים, "המינין, האנשים אשר הפכו דברי אלוקים חיים לרעה כגון צדוקים ובייתוסים"
דער הייליגער רמב"ם אין פ"ב עירובין הט"ז זאגט אויך ווער די מינים זענען, " אבל אם היה מן המינים שאין עובדין עבודה זרה ואין מחללין שבת כגון צדוקים וביתוסין וכל הכופרים בתורה שבעל פה"
ווען דער רמב"ם קומט אין הלכות תפילין, רופט דאס אן דער רמב"ם גראד מיטן נאמען, "הרי זו דרך צדוקים"