שינאווער חסידים אין די בראשית יארן פון אמעריקא

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

שינאווער חסידים אין די בראשית יארן פון אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

איז באקאנט פאר עמיצער פון די חבריא דא, וואס איז די סיבה אז היבש שינאווע חסידים זענען געקומען און זיך באזעצט אין אמעריקא?
איז באקאנט וואס שינאווער רב האט געהאלטן דערפון, איז געווען א מימרא פון שינאווע רב דערוועגן?
דאס איז ידוע פון צאנזער רב אז די תורה וועט נאך וואנדערען קיין אמעריקא און אז משיח וועט קומען אין אמעריקא.
אויך זאגט מען אז גארליצער רב האט געוואלט קומען צוזאמען מיט שינאווער רב קיין אמעריקא. [איני יודע כרגע בדיוק כל הפרטים].
עניטינג וועגן די נושא וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

שינאווע רב האט אויך געשיקט א שליחות צו מרן מהר"י מבעלזא אז זיי ביידע זאלען פארען קיין אמעריקא ראטעווען דעם דור.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בן בוזי האט געשריבן:שוין געווען דאהי? איך געדענק נישט

א שוחט פארנעמט זיך איבערן הינדל מיט א ריטואלע קוילונג, אום 1912 אויף די בלויזע גאס ערגעץ ווי אין קאנעקטיקוט.

יעצט באמערקט אויף די אנדערע זייט האט מען פארקויפט DIRT עפר איז געווען גרייט אויף כיסוי הדם
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

ווילוויסן האט געשריבן:איז באקאנט פאר עמיצער פון די חבריא דא, וואס איז די סיבה אז היבש שינאווע חסידים זענען געקומען און זיך באזעצט אין אמעריקא?
איז באקאנט וואס שינאווער רב האט געהאלטן דערפון, איז געווען א מימרא פון שינאווע רב דערוועגן?
דאס איז ידוע פון צאנזער רב אז די תורה וועט נאך וואנדערען קיין אמעריקא און אז משיח וועט קומען אין אמעריקא.
אויך זאגט מען אז גארליצער רב האט געוואלט קומען צוזאמען מיט שינאווער רב קיין אמעריקא. [איני יודע כרגע בדיוק כל הפרטים].
עניטינג וועגן די נושא וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן.

משפחת העכט ביי אונז ליובאוויטש, זאגן א מסורה, אז זייער זיידע איז געווען א שינאווא חסיד, און איז געשיקט געווארן דורך די שינאווא רב זי"ע קיין אמעריקא אויפצוטון פאר אידישקייט. ווען ער האט געזאגט אז ער זארגט פאר די אידישקייט פון די קינדער, האט אים שינאווא רב מבטיח געווען אז זיי וועלן אלע בלייבן ערליך. וכך הוה. (מפי השמועה)
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

לוי יצחק האט געשריבן:

על ראשון ראשון,

קודם איז באקאנט אז שינאווער רב האט "געלאזט" גיין קיין אמעריקא און ס'דא וועם ער האט טאקע "געשיקט" אויך. אין יניאן פיעלד סעמעטערי, (דארט ווי ס'איז דער ציון פונעם רב הכולל הרב יעקב יוסף זצ"ל) ליגט א איד וואס איז געווען שוחט ביים שינאווער רב, ער ליגט לעבן א שינאווער אייניקל ר' דוד פון סאקאלאוו.

וועגן משפחת העכט פון חבד, כ'האב געהערט פון אן אייניקל אז זייער עלטער עלטער זיידע איז געקומען אהער בשליות פון שינאווער רב צו דינען אלץ א גבאי פאר ר' מאיר בעל הנס אין אמעריקא, ער האט געוואוינט אין די בראנקס ווי ער האט געהאט א כשר'ע מקוה אונטער זיין הויז.

ווען דער רבי רי"ץ איז דא געווען בשנת תרפ"ט האט ער זיך באניצט מיט די מקוה און ער האט געגעבן א ברכה פארן בעל אכסניא אז זיינע אייניקליך וועלן זיין זיינע חסידים, ס'הייסט חסידי חב"ד. וואס איז יענע שווערע צייטן איז זיכער געווען א ברכה צו וויסן אז די קינדער וועלן זיין חסידישע אידן. עד כאן ממה ששמעתי.

דאס דענק איך אויך, אז אין ניין און נייציגער שטיבל אין די איסט האבן געדאווענט שינאווער חסידים. ליידער איז דער שטיבל שוין פארמאכט אפאר יאר.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען
אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל

אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

שמעלקא; אז דו רעדסט פון דעם שוחט דערמאן איך זיך ווען כ'בין געווען מיט ר' יונה לאנדא אלס חתן דארט האט ער נאכגעזאגט (כ'דענק ניש פון וועם) אז א ליכט וואס מ'צינד ביי אן עהרליכער אידס קבר לעשט זיך נישט אויס פון קיין ווינט, און אז ביי דעם שוחט האט ער שוין כמה פעמים געהאט ווינטן און די ליכט האבן זיך נישט פארלאשן.

מיר האבן געצינדען ליכט דארט ביים שוחט, עס האט געהערשט א פראסט, די ליכט האמיר געלייגט אויף די שניי, עס איז געווען א שטיקל ווינט אבער די ליכט האבבן זיך נישט פארלאשן, עס האט זיך געווארפן און געצאנקט פונעם ווינט אבער נישט פארלאשן.

-----
דער אייניקל פונעם שיניאווער רב זצ"ל איז געווען א זוהן פון ר' משה'לע שיניאווער, כ'מיין אז ס'שוין פאראהאן אן אשכול איבער אים.

בכלל אויב דענק'ך גוט איז געווען א פעסטע באזע פון שיניאווע חסידים אין איסט-סייד אדער אין די סאוטס אין וומ"ס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קיקיון האט געשריבן:ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען
אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה

וועמעמס זון איז ר' פתחי' לאמם געווען?

אין ניו יארק איז געווען א שינאווער קלויז, צצוישען די רבנים וואס האבן דארט משמש געווען ברבנות איז געווען ר' שמעון לאמם ז"ל חתנו של הכהן הגדול ר' ישכר דוב גלאנץ ז"ל ונכד השר שלום מבעלזא והרה"ק ר' שמעון מעריסלוב זצ"ל.

אויך זיין ברודערר' ישכר דוב לאמם ז"ל האט דא געוואונט אין אמעריקא/

-

דאכציך מיר אז אויך ר' שלמה זאלקי קאנארעק אב"ד עסטרייך-אונגארישע אנשי ספרד, איז געווען א צאנז/שינאווא חסיד.

ווי אויך ר' נפתלי רייטער אב"ד ק"ק מגן אברהם אנשי דוקלא.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

הרה"צ ר יוסף יצחק פרנס זצ"ל בא לארה"ב בפקודת רבו, הרב משה דומברובל זי"ע
.......לילה אחד חלם שהוא לבוש בגדים לבנים ומהלך במדבר, והחלום נשנה כמה פעמים. הוא הלך לרבו, הרב משה דומברובל, שאמר לו כי משמעות החלום היא שעליו לנסוע לארצות הברית, שהיא מדבר שממה ברוחניות, ללכת בבגדי לבן כמו אדמו"ר ולנהוג בכל ההידורים והחומרות.
מי הי הרב משה דומברובל ????
רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 664
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רב טקסט »

שמעלקא טויב האט געשריבן:אין יניאן פיעלד סעמעטערי, (דארט ווי ס'איז דער ציון פונעם רב הכולל הרב יעקב יוסף זצ"ל) ליגט א איד וואס איז געווען שוחט ביים שינאווער רב, ער ליגט לעבן א שינאווער אייניקל ר' דוד פון סאקאלאוו.

שוין דערמאנט אמאל די מעשה אז עס איז געווען אין אמעריקא א שוחט וואס איז נאך געווען ביים ביים שינאווער רב (דאכט זיך ער איז געווען הויז בחור ביים שינאווער רב) און אסאך ערליכע יידן האבן מהדר געווען צו עסן נאר פון זיין שחיטה, האט ער געהאט א זיגל בשר כשר וואס ער פלעגט לייגן אויף די פלייש וואס ער האט גע'שחט'ן. דער בעה"ב פון שלאכט הויז האט געזעהן אז אויף זיינע קען מען בעטן מער איז ער געקומען צו ר' אהרן פלאהר אין ספרים געשעפט באשטעלן אזא זיגל אז ער זאל עס קענען נוצען אויף אלע פלייש, ר' אהרן האט געכאפט וואס ער וויל און אויך געכאפט מיט וועמען ער האט דא צוטוען האט ער איהם געמאכט א זיגל בשר בשר. דער שוחט האט עס דערציילט פאר א אייניקל פון ר' אהרן זאגנדיג דיין זיידע האט מיר געראטעוועט.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיללער האט געשריבן: וועמעמס זון איז ר' פתחי' לאמם געווען? .

Untitled picture.png
Untitled picture.png (16.75 KiB) געזען 7470 מאל

כ'האב אמאל ג'האט אין די האנט (ווי ?) א ביכעל פון תולדותיו וקורותיו פון ר פתחי' וואס אן אייניקעל האט ארויסגעגעבען
אלס חתן לויט ווי איך ג'דענק וואלט עס ג'ווען סחורה פאר דיר
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיללער האט געשריבן: וועמעמס זון איז ר' פתחי' לאמם געווען? .

האסט שוין ג'האט א שמועס מיט בן בוזי בענין זה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קיקיון האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן: וועמעמס זון איז ר' פתחי' לאמם געווען? .

האסט שוין ג'האט א שמועס מיט בן בוזי בענין זה

יישר-כח
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

ווער זענען געווען קהל חרידים איסט סייד ? ווילימסבורג? אויך חסידי שינאווע?
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

יישר כח כל חברים החשובים המקשיבים לקולי
נהניתי מאד מכל פרט ופרט.

עכשיו אען ואומר סיבת שאלתי.
הגיע לידי בעזר הוי׳ מכתב שנכתב על ידי איש חשוב עובד ה׳ מצפת, שנשלח לחוץ לארץ כשד״ר והתאכסן בביתו של הרה״ק ר׳ משה׳לע דעשער.
היה זאת בחייו של הרב הצדיק משינאווע, השד״ר (שהיה מנעוריו מסתופף בצל הרה״ק מצאנז זי״ע) עלה בדעתו בעת סיבבו במדינות אונגארן וראמעניען שרוצה לנסוע לאמעריקא, ומבקש מחביריו בצפת שישלחו לו כתבי המלצה, וגם לשלוח מכתבים להרבנים אודותיו,
וממשיך להם, שישלחו בפרוטרוט להרב הצדיק משינאווע שליט״א, כי שמעתי פה [בדעש], שהרה״צ מסכים למאד במי שרוצה לנסוע בשליחות לאמעריקא, ובפרט מי שרוצה להתיישב שמה, ויש לו שמה הרבה חסידים ההולכים אחר עצתו. וד״ל. עד כאן דבריו (לא מלה במלה).

ראיתי פה כולם מדברים בשבח השוחט חסיד שינאווע, מה שמו מה אמר אליהם?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

אולי שמו ר' לעמיל? איני זוכר בדיוק.

ואגב, ס'איז שוין צייט צו מאכן א נסיעה אהין.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

צוויי מציבות וואס כ'האב זיי פאטאגראפירט אינעם שיניעווער חלקה.

האדמו"ר ר' דוד'ל סאקאלאווער

הרה"ח בנש"ק ר' אלעזר געווירץ
אטעטשמענטס
P1040102.jpg
P1040101.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער איד ר' אברהם יצחק לינד וועמענ'ס מציבה כ'האב פאטאגראפירט פון די פוילישע שטיבל אפטיילונג אין בית דוד סעמיטערי, איז געקומען אויף אמעריקא מיט די גוטהייסונג פונעם שיניעווער רב זי"ע, ער האט איבערגעלאזט בנים ובני בנים שותומ"צ וחסידים.
אטעטשמענטס
05_12_2011 048.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

שוין געווען און די שינאווא חלקה נעבן די רב הכולל, עס ליגט מיר און קאפ אז עס איז דארט א אפאר פון די לאם משפחה
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:צוויי מציבות וואס כ'האב זיי פאטאגראפירט אינעם שיניעווער חלקה.

האדמו"ר ר' דוד'ל סאקאלאווער

הרה"ח בנש"ק ר' אלעזר געווירץ

ר' אלעזר געווירץ איז א געווען קרוב (פעטער?) פאר הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל, אזוי ליגט מיר עפעס אין קאפ
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וועגן ר' פתחי' לאם, ער איז געקומען פון צאנז אבער ער איז געגאנגען קיין אונגארן ביי די צען יאהר, ממילא איז לכאורה די מעשה מיטן שיניעווער רב אומריכטיג.

אט שטעל איך צו אן ארטיקל אויסשניט וועגן וואס דער שיניעווער רב האט געהאלטן איבער פארן קיין אמעריקא
אטעטשמענטס
Pages from _____ 3.pdf
(358.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 336 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5596
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:צוויי מציבות וואס כ'האב זיי פאטאגראפירט אינעם שיניעווער חלקה.

האדמו"ר ר' דוד'ל סאקאלאווער

הרה"ח בנש"ק ר' אלעזר געווירץ

ר' אלעזר געווירץ איז א געווען קרוב (פעטער?) פאר הרה"ק ר' איציקל מפשעווארסק זצ"ל, אזוי ליגט מיר עפעס אין קאפ

ריכטיג
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

קיקיון האט געשריבן:ר' חיים געלב ז"ל האט אלס אינגעל באקימען א ברכה פון גארליצער רב זי"ע פארען ארויספארען
אויב איך ג'דענק גוט האט ר פתחי' לאם שו"ב באקימען א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
הרה"ח (הישיש ווען איך האב אים ג'קענט 45 יאר צירוק אין מאנסי) ר ____ שטערן ז"ל א ברכה פון שיניווא רב זי"ע
עד היום ג'דענק איך ווי דער אלטער שטערן ז"ל האט דערציילט און געוויזען ווי ער האט ג'קלאפט אין טיש ווען א מוסד האט
ג'וואלט מאכען א געמישטע מסיבה

רבי "אהרן" שטערן האט ער געהייסען,ער איז געווען אויך ביי רבי אלעזר ריישערווי ער האט געהאט א מופת,
פון שינאווע רב האט ער באקומען א ברכה אויף אריכת ימים,ער האט טאקע זוכה געווען צו א געוואלדיגע זקנה,
ווען די סאטמאר רב איז געקומען תשל"ט קיין מאנסי האט אים ר' אהרן מקבל פנים געווען מיט בגדי שבת,
לעצט פארראכטן דורך זאמלער אום מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

פון ר' יונה לאנדא האב איך געהערט אז ער האט געהאט א שכן אין וויליאמסבורג וואס איז געווען א צעשינובער חסיד. זיין טאטע האט געוואוינט אין צעשינוב און ער איז געקומען קיין אמעריקא. ער איז דא געבוירן און ביי די 12 יאר איר ער געפארן קיין צעשינוב און ער האט דארט געזעהן דעם צעשינובר רב.
ס'זענען לכאו' געווען דא אסאך אידן וואס האבן געקענט דעם צעשינובר רב, אבער ס'זעהט אויס אז די טאטע פון דעם איד א צעשינובער חסיד איז אויך ארויסגעקומען קיין אמעריקא.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

בן בוזי
ועגן ר' פתחי' לאם, ער איז געקומען פון צאאבער ער איז געגאנגען קיין אונגארן ביי די צען יאהר, ממילא איז לכאורה די מעשה מיטן שיניעווער רב אומריכטיג

כ'מוון אז עס וואלט געווען כדאי פאר די חוקרים זיך פארבינדען מיט די לאם אייניקלעך וועגען דעם קונטרס פון דעם אייניקעל דער חתן (עס איז דארך לכאורה נישט זיין שווער
geni
און
פתחי לאמם אין פאר ראקעוועי )
נישט פאר מיינע נערווען און כוחות
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 7:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”