יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קניידל פארעם האט געשריבן:אנטשולדיג פארן אנקומען אזוי שפעט דא.

נאר איין קשיא האב איך אויפן פותח האשכול, איהם באדערט אויך די קשיא אז כמעט אלע ראשונים ואחרונים רעדן נישט אזוי מיאוס און געמיין ווי ער אויף יוסיפון, קנייטשט ער זיך איין די שטערן אין זאגט 'וואס פארשטייט מען דען די קדושים וואס זיי האבן אינזין געהאט ווען זיי האבן נאכגעברענגט פון דעם שייגאץ', ר' איד, קנייטשט אויף אייער שטערן, און זייט מבטל אייער דעת פאר דעם מיינונג פון אלע אונזערע גדולים וואס האבן יא נאכגעברענגט פון איהם, און איהם קלאר געהאלטן נישט נאר אלס גראדער היסטאריקער, נאר אז זיינע ספרים זענען פול מיט מוסר און יראת שמים, און די אלע קשיות קען מען פארענטפערן (דאס האב איך שוין אויך געשריבן דא).

דאס וואס דער פותח האשכול לייגט אראפ כאילו די חכמים זענען געווען דער רוב און די צדוקים האבן זיך קוים אנגעזעהן איז פאלש דורכאויס, ווער ס'קוקט נאר אריין אין די חנוכה תורות פון הרה"ק מ'סאטמאר זצוק"ל זעהט אביסל וואס פאר א חשכות ס'האט זיך אפגעטוהן אין יענע תקופה פון נס חנוכה, ווי ס'האט אויסגעזעהן בעיני בשר ודם אז די צדוקים זענען געווען די פרומע וואס פאלגן נאר וואס שטייט אין די תורה, און די חכמים זענען געווען די וואס האבן פארדרייט פשט חס מלהזכיר, דעמאלטס איז זייער שווער געווען צו וויסן דעם אמת, היינט טויזנטער יארן שפעטער, ווען מ'זעהט שוין קלאר וואס ס'האט זיך ארויס געשיילט, איז שוין נישט קיין קונץ צו זיין אויף די זייט פון די חכמים, אבער דעמאלטס האט אויסגעקוקט ווי ס'איז עק וועלט ממש! במילא איז נישט שווער דאס אז יוסיפון האט אויך געהאט אזא בליק אז ס'איז געווען צוויי פראקציעס אין כלל ישראל.


אנטשולדיגט אבער איר קענט נישט זיין קיין פותח על שתי סעיפים. לויט אפילו יוספין איז רוב עם געווען מיט די ערליכע פראקציע אין כלל ישראל, ווייטער שרייסטו אז די רבי זאגט פארקערט. איז ווער איז גערעכט?

שנית, ווען די רבי זאגט אז עס איז געווען א גרויסע חשכות דעמאלטס, ער רעדט פון פראצענט כלל ישראל?
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

גלייכגילטיג האט געשריבן:עס איז א חידוש עצום אז דער זעלבער אברבנל, וואס אויף איין פלאץ וויל ער שפעקולירן אז ער איז געווען א תנא, שרייבט אויף אים אין אן אנדערן פלאץ די שארפסטע וואס סיי וועלכע פריערדיגער האט נאר אויף אים געשריבן.

אין תנ"ך (מלכים א' טו, ו) שרייבט דער אברבנל "ואני ראיתי בספר יוסף בן גוריון אשר כתב לרומיים מלחמות היהודי (דא איז משמע אז ער האט געזען דעם לאטיינישן "מלחמות היהודים") שכתב בזה... ותמהתי ממנו איך נטה מדרכי הכתוב ואמתתו?... וכפי מה שיראה בחפוש דברי האיש הזה, רואה אני שלא נטה כל כך מדברי הנביא אשר כתב בספר מלכים כמו שנטה מדברי עזרא שכתב בספר דברי הימים, והיה כוונתו לדבר לרומיים דברי מתישבים על לבם, וכאשר מצא דבר גדול וזר יקשה בעיניהם האמנתו, התאמץ לכתוב לשכך את אזנם כפי משה שיעלה על לבו, ולא חשש לנטות מדברי הכתובים, והוא בעיני עון פלילי ושגעון ותמהון לבב. אם עון פלילי להיותו מכחיש פשוטי הכתובים שנאמרו ברוח הקודש, והוא בכלל דבר ה' בזה. ואם שגעון, לפי שמה שחשב שהיה בלתי אפשר הוא אפשרי בעצמו, ואין ראוי להכחיש אם היה לדוד זהב מאה אלף ככר... הנה אם זה הוא אפשר' רחוק בעיני יוסיפון, אינו מכת הנמנע ואינו רחוק בעיני השכל הישר..."


א חוצפה פונעם אברבנאל זיך צו קריגן מיט די רבי ז"ל וואס האט געשריבן אז עס איז געווען א גרויסע חשכות בימים ההם
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נאטרוליסט האט געשריבן:ס'איז פאראן נאך עטליכע שטריכן וואס שטעלט אהער דעם פלאביוס אלץ א שונא עצום פאר חז"ל, אדער מינימום אלץ איינער וואס האט געזוכט זיי אויסקרויזן און אראפשטעלן אן אנדער היסטאריע וואס מיר האבן מקובל.



נעם פאר א דוגמה נס חנוכה, די גאנצע בית יוסף קשיא איז אויס. נישט געווען לשיטתו קיין נס חנוכה מיט די אויל. מ'צינד אכט ליכט ווייל עס איז געווען ווי א בליץ אינמיטן העלן טאג. גיי טענה דיר מיט אים.

און אויב האלסטו אז ער איז געווען א מין ואפיקורס און א בוגד אין כלל ישראל וועט מען דיר באשרייען אז די רבי ז"ל זאגט אין די תורות אין חנוכה אז עס איז געווען א גרויסע חשכות אין יענע תקופה און ווי דערווייגסטו דיר צו קריגן מיט די רבי ז"ל? מאז היתה ישראל לגוי איז נאך נישט געווען אזא חוצפה
בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1229
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בראשית ברא »

גיי דו ביליגער לץ
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דו ענטפערסט מיר דא.

דער אברבנל רעדט פון דעם אז ער איז משנה פון מפורש'ע פסוקים אין תנ"ך, און איך רעד פון דעם וואס דו לייגסט אראפ כאילו די צדוקים זענען געווען קוים א גרופע שקצים וואס מ'האט זיי קוים דערקענט, אויף דעם האב איך געשריבן אז דער רבי שרייבט אנדערש, עי' מאות ע"ד ואילך, און יא, דער רבי רעדט פון פראצענט כלל ישראל.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

האב איך פונקט געזען הנוגע לאשכול הדין.

IMG_20190402_001411.jpg
IMG_20190402_001411.jpg (194.32 KiB) געזען 3299 מאל


rsz_img_20190401_235314.jpg
rsz_img_20190401_235314.jpg (147.76 KiB) געזען 3299 מאל
---
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

שלום עליכם. שוין יארן נישט געשריבן, אבער איך האב געהאט אביסל צייט תשעה באב און נאכאמאל אדורכגעבליקט דעם יוסיפון, און מיינע קשיות אויף אים זענען געווען ערגער און ערגער. ווער עס קען די היסטאריע פון יוסופון וועט כאפן מער פון וואס איך רעדט, אבער איך וועל פראבירן מסביר זיין פאר יעדעם.

יוסופון לויט ווי ער שרייבט אליינס די היסטאריע (?) קומט אויס אזוי.

יוסופון איז געווען א איד וואס האט זיך אייביג געדרייט ביי די רוימים, נאך איידער די אויפשטאנד קעגן זיי, ער האט אלס פראבירט זיך צו חנפ'נען און דרייען מיט די שישקעס פון די רוימים (א וויכטיגע נקודה וואס איז נוגע פאר שפעטער).
ער איז געווען ממונה אויף די גאנצע צפון חלק פון ארץ ישראל מלחמה צו האלטן מיט די רוימים (ער איז געווען אין א דרגה ווי א קורנעל), דער פארשוין האט קיין שום עקספיערענס פון מלחמה אדער פירן א גאווערמענט נישט געהאט אדער געקענט.

אפילו ביז די מלחמה אליינס איז געווען כעאס אינעם גאנצן געגענט, פארשטייט זיך אז יעדער איז שולדיג נאר נישט ער (מ'האט אים מקנא געווען, מ'האט פון אים צוגענומען, מ'האט אים נישט מכבד געווען. יעדער איז געווען שולדיג און ער איז כסדר געווען דער מלאך המושיע). דער בחור האט געדארפט נעמען א מיליטער פון עטליכע טויזענט סאלדאטן מלחמה צו האלטן מיט א (אידישע) גרופע פון נישט מער פון עטליכע צענדליגע, און מיט דעם אלעס האט נישט געהאט א געלענצעדע זיג. די אידן האבן כסדר געבעטן די רוימים און גויאישע שכנים אז זיי זאלן קומען ראטעווען די ארטיגע אידישע תושבים פון די אנארכיע וואס יוסופון ברענגט מיט זיך!

ווען עס איז שוין געקומען צו די מלחמה האט ער פארלוירן קריג נאך קריג, ער האט אפילו נישט געקענט צוריק האלטן זיינע אייגענע סאלדאטן פון מאכן א פראגראם אויף די אידן וועלכע האבן געשיקט שליחים צו די רוימים אז זיי ווילן זיך נישט קריגן מיט זיי. למעשה באשולדיגט ער יעדעם נאר נישט זיך. אבער זיין platoon אינטער זיין פירערשאפט האט געהאט א מיאוסע אדורכפאל וואס האט געקאסט טויזענטער אידישע נפשות. איין שטאט נאכן צווייטן זענען געפאלן ווי די פליגן (הגם די בערג אין גליל איז היבש העכער און שווערער איינצונעמען פון ירושלים. און דארט די איינצעלע שטאט גענומען "אסאך" לענגער ווי די גאנצע גליל העליון והתחתון).

זיינע סאלדאטן זענען אנטלאפן ווי די שווארצע פעפער וואקסט איידער זיי האבן אפילו געהאט אן ערענסטע קריג מיט די 60 טויזענט רוימישע סאלדאטן. ער האט נישט געהאלטן און נישט געקענט אויפהייבן די מאראל פון זיינע סאלדאטן, ער האט זיך געבעטן קיין ירושלים אז ער קען נישט מלחמה האלטן און אלעס צופאלט און ער וויל אויך מאכן שלום מיט די רוימים.

אין פשוטע ווערטער, א דורכפאל פון א פאליטישע און מיליטערישע פירער.

יעצט לאמיר גיין ווייטער.

יודפת (א שטארקע פעסטונג) איז געפאלן גאר שנעל - בעיקר צוליב דעם וואס די חברה זענען נישט געווען גענוג צוגעגרייט פארדעם צו די מלחמה.
יוסיפון אנטלויפט פונעם שלאכט פעלד מיט 40 חשובע אידן. אספסיוניס שיקט א רוימישע סאלדאט וואס איז געווען א "חבר" פון יוסיפון אים משנע זיין זיך אינטערצוגעבן. יוסיפון טענה'ט אז עס איז געווען דער עולם'ס געדאנק צו ענדערש שטארבן בכבוד ווי איידער צו פאלן אין געפענגעניש (אזעלכע גבורים, פארוואס האבן זיי זיך נישט געשלאגן מיט די רוימים אין שטאט ווי יעדער איינער??), תכלית די גורל ווער עס הרג'ט וועמען פאלט עפעס "מיסטעריעזיש" אויס אז יוסיפון איז דער לעצטער! פארשטייט זיך אז ער הרג'ט זיך נישט נאר ער גייט ארויס מיט נאך א בחור (וואס יענער ווערט מער נישט דערמאנט, מ'האט יענעם יא אדער נישט גע'הרגט? יוסיפון פילט עפעס נישט פאר וויכטיג צו פארציילן).

יוסיפון פארציילט א נבואה פאר אספסניוס אז ער גייט ווערן קייזער (א נבואה וואס יעדער קען פון די גמרא אז ר' יוחנן בן זכאי האט דאס געזאגט). די "נבואה" האט גענומען צוויי יאר מקוים צו ווערן, אבער אספסיוניס האט נישט גע'הרג'ט יוסיפון טראץ וואס סיי די מיליטער און סיי דער המון עם האט דאס געבעטן פון אים, אלעס צוליב א "נבואה" וואס א מיליטערמאן האט אים געזאגט?? איינער דא גלייבט דאס?? אדער אפשר האט ער געהאט אינפארמאציע צו איבערגעבן? אפשר האט אספסיוניס געוואוסט עפעס וואס דער המון עם האט נישט געוואוסט פאר וועם יוסופון האט עכט גע'ארבעט????

תכלית, יוסופון ווערט פריי, און ער הייבט אן צו ארבעטן מיט די רוימיים איינצונעמען ירושלים!! ער פראבירט משכנע צו זיין אפילו די אידן אבער זיי הערן אים נישט אויס. אויב איינער וויל וויסן ווי וויכטיג ער איז געווען פאר די נצחון פון רוים, דער פארשוין האט באקומען פון טיטוס אלס שכר פאר זיין ארבעט גאנצטע פעלדער!!!!

ער איז געגאנגען וואוינען מיט טיטוס אין זיין הויז, ער האט אפילו געטוישט זיין נאמען צו טיטוס (טיטוס פלאביוס יוספוס) און געווארן פון די נאנטע חברים מיט טיטוס וואס האבן געזויפט וויין און געגעסן פלייש צוזאמען בשעת אידיש בלוט גיסט זיך אין אלע גאסן.

אויב איינער האט א ספק פאר וועם ער האט גע'ארבעט א גאנצע צייט, זאל עס ביטע איבערליינען.

קאסטנער וואלט זיך נישט געטוישט די נאמען זיינע צו היטלער. יוסופון האט יא.

אויב קאסטער מכר את נשמתו לשטן, יוסיפון האט עס געגעבן בחינם.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נישט גענוג גוט ארויסגעברענגט (איך געדענק שוין נישט ווי אזוי מקען עדיטן נאכן שיקן).
א. ער האט געוואוינט אין רוים אפאר יאר איידער ער איז געווארן ממונה אויף גליל. ער האט זיך נישט נאר געדרייט ביי די רוימים
ב. יוסיפון אליינס ווייסט וואס דער עולם בימיו האט געהאלטן פון אים, דעריבער שרייבט ער "איך האב נישט בוגד געווען אין מיין פאלק".
ג. ווי אזוי האט יוסופון אליינס פארמיטן די טויט אינעם שלאכט אין יודפת? איז ער נישט געווען זייער קאמאנדיר? וואס זיכט ער נישט אויפן פראנט?
ד. יוסופון האט צוגעזאגט פאר די 40 אידן וועלכע ער האט גע'הרג'ט, אז ער גייט זיך אליינס אויך הרג'נען. פארשטייט זיך אז ער האט נישט געהאלטן זיין ווארט. ער טענה'ט אז ער האט עכט יא געוואלט זיך הרג'נען, נאר ער האט באקומען אן "נבואה" עס נישט צו טוהן. ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס, וואלט איך אויך געלאכט.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

מען האט לעצטנס איבערגעדרוקט דעם יוסיפין אויף אידיש. (גראדע א געוואלדיגע ארבעט), ברענגען זיי דארט די גאנצע לענגערע שילדערונג פון יוסיפין וויאזוי הורדוס האט חתונה געהאט מיט מרים, די איינציגסטע אייניקל פון בית חשמונאי, און געהאט קינדער מיט איר, דערנאך האט ער איר גע'הרג'ט, אלעס מיט א געוואלדיגע אריכות און אלע דעטאלן א.א.וו.

זיי וואלטן ווען געמעגט צולייגן אז די גאנצע זאך איז א פאלנע פאבריקאציע פון יוסיפיס, ווי חז"ל דערציילן די ריכטיגע ווערסיע פון די מעשה אין בבא בתרא ג' ע"ב, אז לא היו דברים מעולם, דאס קינד איז נאך פארדעם אראפגעטאנצן פון דאך און געזאגט "כל מאן דאתי ואמר מבית חשמונאי קאתינא עבדא הוא".
היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

ביי די גמרא אין ב"ב ג: אויף די מעשה פון מרים וועלעכע איז אראפגעטאנצן פון דאך, זאגט רש"י הק׳ "ככתובה בספר יוסף בן גורין" אין די הגהות צייכענען זיי צו אז די מעשה שטייט נישט אין יוסיפין (ווי אויבן דערמאנט) מסתמא מיינט עס די מעשה פום בנין הורדוס וואס שטייט אויך אין יענע גמרא
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

מענין לענין באותו ענין.
אין שלחן ערוך הרב סימן ש"ז סעי' ל' שטייט אז ליינען יוסיפין ברענגט יראת שמים.
Capture.JPG
Capture.JPG (62.83 KiB) געזען 2194 מאל
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

מען דארף וואוסן וועלכע ספר יוסיפון מען ליינט.
רש״י ז״ל האט געהאט ער קורצערע נוסח, באקאנט אלס כתב יד רגמ״ה.
די געדרוקטע יוסיפון האט אסאך הוספות, און צומאל זענען זחך די הוספות סותר מיט׳ן ארגיענעלן כתב יד, און דערביער האט עס אויף חלקים וועלכע פעלן.
אויף איין ארט [דריוש׳נס טויט] ווייס איך קלאר, ברענגט רש״י צו א יוסיפון, וועלכע געפונט זיך בלויז אינ׳ם כת״י, און נישט אינ׳ם געדרוקטן ספר, וואו עס שטיט גאר פארקערט.
כ׳האב ביי מיר א געבינדענע יוסיפון א פקסמליא פונ׳ם אויבנדערמאנטן כת״י.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מען דארף פארשטיין די מבט פון די רומיש׳ע היסטאריקער, יוסף פלאביוס איז נישט געווען די איינציגסטע וואס האט געשריבן היסטאריע פאר די רוימער, אז מען קוקט אויף די רוימש׳ע היסטאריקער, זייט מען אז עס איז זיי בכלל נישט אנגעגאנגען דעם אמת, זיי איז אנגעגאנגען איין זאך, ווי אזוי גייט מען פארציילען אין די עתיד אז די רוימער האבן זיך געפירט, און אז דאס איז געווען שיין, און דער אמת איז, אז ס׳איז זיי פיין געלונגען, מען הערט היינט אין די גוי׳שער גאס ווי מען רעדט פון רוים, כאילו דארט איז געווען ווער ווייס וואס.

פלאביוס איז גארנישט געווען אנדערש, ער האט געשריבן היסטאריע, ווי די אמת איז עם גאנץ ווייניג אנגעגאנגען, ער האט געהאט צוויי עיקר צילן, און איין טפל׳דיג׳ע ציל, די ערטשע עיקר ציל, איז געווען זיך צו בויען, אז מען זאל עם אנקוקן ווי א העלד, פאר דעם טוישט ער די נבואה פון יוחנן בן זכאי, צו זיך, און די אלע פרטים וועגען זיין פריוואטע לעבן, האבן לכאורה נישט קיין טראפ שייכות צו אמת, זיין ביטול לגבי חז״ל איז לכאורה געווען א צוויי זייטיגע ביטול, די חכמים האבן נישט קיין סך געהאלטען פון עם, מילא האט ער נישט קיין סך זיך אפגעגעבן מיט זיי.

זיין צווייטע עיקר ציל, איז פונקט ווי אלע רוימישער היסטאריקער, צו מאכן רוים אויסקוקן שיין, עס זאל הייסן אז רוים איז גוט פאר די דורות, די ציל האט ער געמוזט האבן, כדי אז די רוימען זאלן אננעמען זיין ביך, און אזוי ארום וועט ערפילט ווערען זיין ערשטע עיקר ציל. די טפל׳דיג׳ע ציל זיינע, איז געווען, צו הייבן די אידן, ער איז דאך געווען א איד, און ער האט געקענט באשטיין אז די אידן זאלן אויך דערמאנט ווערען לטובה, ווי לאנג עס שטערט נישט איינס פון די עיקר צילן וואס ער האט געהאט. אין די הקדמה צו די גריכישע מלחמת היהודים, שרייבט ער, אז די אלע רומיש׳ע היסטאריקער וואס מאכן די אידן קליין, זענען נישט גערעכט, ווייל דאן האט רוים באזיגט א קליינע שונא, אויב אבער מען וועט זאגן אז די אידן זענען געווען שטארק, דאן וועט מען זאגן אז רוים האט באזיגט א שטארקע שונא.

איך מיין אז מיט דעם ווערט פארענטפערט רוב קשיות קעגן עם. און מען פארשטייט אז יעדער זאך וואס שטייט דארט וואס קען זיין נוגע אדער פאר די רומיים, אדער פאר פלאביוס זעלבסט, מוז נישט האבן קיין שייכות מיט דעם אמת.

לגבי יוסף בן מתתיהו און זיין חיבור, ס׳איז קלאר אז פלאביוס האט אויך מחבר געווען א ספר אין לשה״ק, ער דערמאנט עס אין די הקדמה צו זיין גריכישע ספר, מען קען דן זיין אויב יוסף בן מתתיהו, יוסף בן גוריון און פלאביוס זענען איינס און דער זעלבע, אדער קען זיין אז נישט. בין ובין כך איז דאס מער ווייניגער די זעלבע זאך ווי די גריכישע, די שאלה איז נאר אויב די שינויים האט ער אליין געמאכט כדי צו געפעלען פאר די אידן, אדער אויב איינער שפעטער האט דאס אריינגעלייגט.

בנוגע די שטיקל ווי די גריכישע יוספיון באציעט זיך לטובה פון אותו האיש, דאס איז כמעט זיכער אן הוספה פון די צענזור, וואס האט נישט קיין שייכות מיט פלאביוס.

ס׳איז קלאר אז די ראשונים האבן יא געוויסט וואס עס שטייט אין יוסיפין אליין, די ר״ן ברענגט יוסיפין אלץ א ראי׳ אויף וועלעכע יאר שמיטה איז (ער שרייבט עס בשמו, כתב בספר בן גוריון)
אוועטאר
חבקוק
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 21, 2020 5:32 pm
לאקאציע: אין פארברענגען...

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבקוק »

בבקשה, זייער שיין און צום זאך, שכויעך.
ת'תרבה ש'יחות פ'ארברענגען א'ינסופיים...
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בבקשה האט געשריבן:מען דארף פארשטיין די מבט פון די רומיש׳ע היסטאריקער, יוסף פלאביוס איז נישט געווען די איינציגסטע וואס האט געשריבן היסטאריע פאר די רוימער, אז מען קוקט אויף די רוימש׳ע היסטאריקער, זייט מען אז עס איז זיי בכלל נישט אנגעגאנגען דעם אמת, זיי איז אנגעגאנגען איין זאך, ווי אזוי גייט מען פארציילען אין די עתיד אז די רוימער האבן זיך געפירט, און אז דאס איז געווען שיין, און דער אמת איז, אז ס׳איז זיי פיין געלונגען, מען הערט היינט אין די גוי׳שער גאס ווי מען רעדט פון רוים, כאילו דארט איז געווען ווער ווייס וואס.

פלאביוס איז גארנישט געווען אנדערש, ער האט געשריבן היסטאריע, ווי די אמת איז עם גאנץ ווייניג אנגעגאנגען, ער האט געהאט צוויי עיקר צילן, און איין טפל׳דיג׳ע ציל, די ערטשע עיקר ציל, איז געווען זיך צו בויען, אז מען זאל עם אנקוקן ווי א העלד, פאר דעם טוישט ער די נבואה פון יוחנן בן זכאי, צו זיך, און די אלע פרטים וועגען זיין פריוואטע לעבן, האבן לכאורה נישט קיין טראפ שייכות צו אמת, זיין ביטול לגבי חז״ל איז לכאורה געווען א צוויי זייטיגע ביטול, די חכמים האבן נישט קיין סך געהאלטען פון עם, מילא האט ער נישט קיין סך זיך אפגעגעבן מיט זיי.

זיין צווייטע עיקר ציל, איז פונקט ווי אלע רוימישער היסטאריקער, צו מאכן רוים אויסקוקן שיין, עס זאל הייסן אז רוים איז גוט פאר די דורות, די ציל האט ער געמוזט האבן, כדי אז די רוימען זאלן אננעמען זיין ביך, און אזוי ארום וועט ערפילט ווערען זיין ערשטע עיקר ציל. די טפל׳דיג׳ע ציל זיינע, איז געווען, צו הייבן די אידן, ער איז דאך געווען א איד, און ער האט געקענט באשטיין אז די אידן זאלן אויך דערמאנט ווערען לטובה, ווי לאנג עס שטערט נישט איינס פון די עיקר צילן וואס ער האט געהאט. אין די הקדמה צו די גריכישע מלחמת היהודים, שרייבט ער, אז די אלע רומיש׳ע היסטאריקער וואס מאכן די אידן קליין, זענען נישט גערעכט, ווייל דאן האט רוים באזיגט א קליינע שונא, אויב אבער מען וועט זאגן אז די אידן זענען געווען שטארק, דאן וועט מען זאגן אז רוים האט באזיגט א שטארקע שונא.

איך מיין אז מיט דעם ווערט פארענטפערט רוב קשיות קעגן עם. און מען פארשטייט אז יעדער זאך וואס שטייט דארט וואס קען זיין נוגע אדער פאר די רומיים, אדער פאר פלאביוס זעלבסט, מוז נישט האבן קיין שייכות מיט דעם אמת.

לגבי יוסף בן מתתיהו און זיין חיבור, ס׳איז קלאר אז פלאביוס האט אויך מחבר געווען א ספר אין לשה״ק, ער דערמאנט עס אין די הקדמה צו זיין גריכישע ספר, מען קען דן זיין אויב יוסף בן מתתיהו, יוסף בן גוריון און פלאביוס זענען איינס און דער זעלבע, אדער קען זיין אז נישט. בין ובין כך איז דאס מער ווייניגער די זעלבע זאך ווי די גריכישע, די שאלה איז נאר אויב די שינויים האט ער אליין געמאכט כדי צו געפעלען פאר די אידן, אדער אויב איינער שפעטער האט דאס אריינגעלייגט.

בנוגע די שטיקל ווי די גריכישע יוספיון באציעט זיך לטובה פון אותו האיש, דאס איז כמעט זיכער אן הוספה פון די צענזור, וואס האט נישט קיין שייכות מיט פלאביוס.

ס׳איז קלאר אז די ראשונים האבן יא געוויסט וואס עס שטייט אין יוסיפין אליין, די ר״ן ברענגט יוסיפין אלץ א ראי׳ אויף וועלעכע יאר שמיטה איז (ער שרייבט עס בשמו, כתב בספר בן גוריון)


זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט. למעשה צו זאגן אז יוסיפון איז א צוזאמשטעל פון צוויי אדער מער מענטשן איז זייער א שווערע תירוץ איינצוזעצן (אדרבה, עס וואלט פארענטפערט גאר הארבע פראגעס).

דאס וואס די ראשונים ברענגען נאך א ראיה פון אים וואס שטימט 100 פראצענט מיט חז"ל אדער אדורכדעם קען מען פארשטיין חז"ל, איז עפעס וואס נאך נישט מעיד אויפן פערזענדליכקייט פונעם פארשוין אליינס. די ראשונים האבן געוואוסט מבדיל צו זיין און תוכו אכל וקליפתו זרק.
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בבקשה, דאס וואס ער איז יא געווען א בוגד (צו א שפיאן לכתחילה) שרייט דאך ארויס חי וקיים פון זיינע חיבורים און מעשיות.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

ממי_שאמרו האט געשריבן:בבקשה, דאס וואס ער איז יא געווען א בוגד (צו א שפיאן לכתחילה) שרייט דאך ארויס חי וקיים פון זיינע חיבורים און מעשיות.


איך דינג מיך נישט טאמער ער איז געווען א בוגד, ער איז ווארשיינליך געווען א בוגד, אבער נישט ווייל ער האט געטוישט זיין שיטה צו וואס, נאר ווייל ער האט געזען אז די רוימער געווינען, און ער האט געקענט באשטיין צו בלייבען לעבן, און צו גרויס ווערען ביי די רוימער.

ממי_שאמרו האט געשריבן:למעשה צו זאגן אז יוסיפון איז א צוזאמשטעל פון צוויי אדער מער מענטשן איז זייער א שווערע תירוץ איינצוזעצן (אדרבה, עס וואלט פארענטפערט גאר הארבע פראגעס).


איך זאג נישט אז ער איז א צוזאמשטעל פון צוויי מענטשען, דער דיון דא איז איבער דער מחבר פון די לשה״ק יוסיפין, דער מחבר הייסט יוסף בן מתתיהו, פלאביוס האט געהייסען יוסף בן גוריון, די שאלה איז ווער איז יוסף בן מתתיהו, איז ער פלאביוס, נאר מען וועט מוזן פארענטפערען די סתירה פארוואס דער מחבר הייסט יוסף בן מתתיהו, ווען ער הייסט אויך יוסף בן גוריון, אדער איז עס א צווייטע, אויב איז עס א צווייטע מענטש, דאן איז יוסף בן מתתיהו א פשוט׳ע גנב (פעלידזשעריזע״ר בלע״ז), ער האט גענומען א גריכישע ביך, איבערגעטייטש אויף לשה״ק, און דאן זיך פאררופען אלץ די מחבר פון די ביך, ווען סה״כ איז ער געווען א מתרגם.

די שאלה איז אויך לגבי די שינויים צעווישען די צוויי, אויב איז יוסף בן מתתיהו פלאביוס, דאן איז פשט אז די שינויים זענען פשוט וואס פלאביוס האט געהאלטען איז בעסער פאר זיך, אין די גריכישע, האט ער געזיכט צופרידען צו שטעלן די רוימער מער, און אין דער לשה״ק האט ער געזיכט צו שרייבען וואס די אידן וועלען מקבל זיין מער, דער אמת איז איהם ווייניג אנגעגאנגען, מילא איז די איינציגסטע זאך וואס איז איהם אנגעגאנגען געווען, וויאזוי וועל איך און מיין ביך ווערען מער מקובל.

אויב איז יוסף בן מתתיהו א גנב, דאן זענען די שינויים, דאס וואס יוסף בן מתתיהו האט אריינגעלייגט, אדער ווייל ער האט געהאלטען אז מיט די זאכן איז ער מער גערעכט ווי פלאביוס, אדער ווייל ער האט געהאלטען אז דאס גייט מאכן זיין ביך זיין מער אנגענומען ביי די אידן, מיט די זעלבע חשבון וואס פלאביוס האט געמאכט.
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

@בבקשה, דו מישט פשוט אויס די צוויי נעמען. יוסיפון איז יוסף בן גוריון, און יוסף בן מתתיהו\פלאביוס איז זיכער דער זעלבער.

איך ציטיר דא וואס כ'האב אמאל געשריבן אין אן אנדערן אשכול.

אויף לשה"ק איז דא דער "ספר יוסיפון" פון "יוסף בן גוריון הכהן", וואס מיט דעם ספר האבן זיך באנוצט אלע ראשונים און אחרונים. דערנאך זענען פאראן 4 ספרים וואס "יוסף בן מתתיהו"\יאזעפוס פלאוויוס האט געשריבן אין גריכיש. די גריכישע ביכער זענען הערשט איבערגעטייטשט געווארן אין די לעצטע איבער הונדערט יאר. גאר אסאך פון די ערנסטע פראבלעמען פון יאזעפוס פלאוויוס, טרעפט מען נישט אינעם לשה"ק'דיגן "יוסיפון."

לויט רוב היסטאריקער פון די לעצטערע דורות, זענען די גריכישע ביכער די ארגינעלע שריפטן פון דעם יוסיפוס, און דער לשה"ק'דיגער ספר "יוסיפון" האט מחבר געווען א איד אין איטאליע פאר ארום 1,000 יאר צוריק, וועלכער האט מעתיק געווען טייל פון יוסיפוס'נס ספרים און אויך פון אנדערע מקורות. אין לויף פון די יארן, ווען עס איז איבערגעזעצט געווארן האט זיך געשאפן די צורה ווי גלייך יוסף בן גוריון אליינס האט עס געשריבן אין לשה"ק. עס איז געווען א חוקר אין א"י דוד פלוסור וואס האט ארויסגעגעבן די ארגינעלע כתב יד פון ספר "יוסיפון", ווי פון דארט זעט מען קלאר אז דער מחבר זוכט בכלל נישט צו געבן דעם אויסקוק אז ער איז דער ארגינעלער שרייבער, נאר ער שרייבט קלאר אז ער איז מעתיק פון די ספרים פון יוסיפוס. דער "דורות הראשונים" רעכנט זיך בכלל נישט מיט'ן לשה"ק "יוסיפון", נאר ער בויט בלויז אויף די מקורות'דיגע (לדעתו) גריכישע ספרי פלאוויוס.

אין די היימישע וועלט איז מער גאנגבאר די אנגענומענע ווערסיע אז "יוסיפון" איז אן ארגינעלע ספר וואס איז געשריבן געווארן דורך יוסף בן גוריון משיח מלחמה. עס איז ארויסגעקומען ("הוצאות אורייתא") צוויי שיינע בענדער פון יוסיפון, ווי דער מוציא לאור שרייבט א הקדמה אפצואווארפן די השערה פון די חוקרים, און אויפצואווייזן אז "יוסיפון" איז יא ארגינעל, און איז מער באגלייט ווי די גריכישע.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך מיין די אלע קשיות פארוואס יוסיפון דערמאנט נישט חז''ל קען מען פשוט פארענטפערן אז ער האט עס געשריבן פאר די רוימער מיט זייער בליק פון היסטאריע, זיך צו קאנצעטרירן אויף די קעניגן און די פאליטיק און איגנארירן אלץ אנדערש, מען קען דארט אויך זען ווי ער הערט נישט אויף צו פארענטפערן און פארהערליכן די אכזריות'דיגע קעניגן וואס האבן געהרג'עט און גערצחט, אבער ווען דאס פאלק האט שוין געהאט גענוג און עס ווערט א שטיקל אויפשטאנד, איז עס פשוט ווייל זיי זוכן זיך צרות, יוסיפון זוכט אפי' נישט צו באהאלטן די פאקטן, ער דערציילט אלע אכזריות פון די קעניגן, אבער אין זעלבן אטעם האט ער טענות ווען דאס פאלק פרובירט אביסל זיך צו הייבן דעם קאפ.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

חוץ מזה איז א פחד צו זען וויאזוי אנגעהויבן פון יוחנן, א גראדער אייניקל פון מתתיהו כהן גדול, האבן אלע אזויגערופענע 'אידישע' קעניגן, אנגעטון די ערגסטע צרות פאר כלל ישראל, הונדערט מאל ערגער ווי אלע גוישע קעניגן וואס האבן געהערשט בזמן בית שני, (חוץ אנטיוכוס הרשע פארשטייט זיך).
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

גלייכגילטיג האט געשריבן:@בבקשה, דו מישט פשוט אויס די צוויי נעמען. יוסיפון איז יוסף בן גוריון, און יוסף בן מתתיהו\פלאביוס איז זיכער דער זעלבער.

איך ציטיר דא וואס כ'האב אמאל געשריבן אין אן אנדערן אשכול.

אויף לשה"ק איז דא דער "ספר יוסיפון" פון "יוסף בן גוריון הכהן", וואס מיט דעם ספר האבן זיך באנוצט אלע ראשונים און אחרונים. דערנאך זענען פאראן 4 ספרים וואס "יוסף בן מתתיהו"\יאזעפוס פלאוויוס האט געשריבן אין גריכיש. די גריכישע ביכער זענען הערשט איבערגעטייטשט געווארן אין די לעצטע איבער הונדערט יאר. גאר אסאך פון די ערנסטע פראבלעמען פון יאזעפוס פלאוויוס, טרעפט מען נישט אינעם לשה"ק'דיגן "יוסיפון."

לויט רוב היסטאריקער פון די לעצטערע דורות, זענען די גריכישע ביכער די ארגינעלע שריפטן פון דעם יוסיפוס, און דער לשה"ק'דיגער ספר "יוסיפון" האט מחבר געווען א איד אין איטאליע פאר ארום 1,000 יאר צוריק, וועלכער האט מעתיק געווען טייל פון יוסיפוס'נס ספרים און אויך פון אנדערע מקורות. אין לויף פון די יארן, ווען עס איז איבערגעזעצט געווארן האט זיך געשאפן די צורה ווי גלייך יוסף בן גוריון אליינס האט עס געשריבן אין לשה"ק. עס איז געווען א חוקר אין א"י דוד פלוסור וואס האט ארויסגעגעבן די ארגינעלע כתב יד פון ספר "יוסיפון", ווי פון דארט זעט מען קלאר אז דער מחבר זוכט בכלל נישט צו געבן דעם אויסקוק אז ער איז דער ארגינעלער שרייבער, נאר ער שרייבט קלאר אז ער איז מעתיק פון די ספרים פון יוסיפוס. דער "דורות הראשונים" רעכנט זיך בכלל נישט מיט'ן לשה"ק "יוסיפון", נאר ער בויט בלויז אויף די מקורות'דיגע (לדעתו) גריכישע ספרי פלאוויוס.

אין די היימישע וועלט איז מער גאנגבאר די אנגענומענע ווערסיע אז "יוסיפון" איז אן ארגינעלע ספר וואס איז געשריבן געווארן דורך יוסף בן גוריון משיח מלחמה. עס איז ארויסגעקומען ("הוצאות אורייתא") צוויי שיינע בענדער פון יוסיפון, ווי דער מוציא לאור שרייבט א הקדמה אפצואווארפן די השערה פון די חוקרים, און אויפצואווייזן אז "יוסיפון" איז יא ארגינעל, און איז מער באגלייט ווי די גריכישע.





יכול להיות, איך האב געזען א לשה״ק געדרוקט און עס שטייט אז די מחבר איז יוסף בן מתתיהו, אבער די מו״לֹ האט א מאמר מסביר צו זיין פארוואס ער האלט אז דער מחבר איז זיכער פלאביוס, קען זיין אז ער האט מחליט געווען צו לייגען אויף׳ן דעקל יוסף בן מתתיהו ווייל לשיטתו איז דאס די זעלבע ווי יוסף בן גוריון
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

יואל שרייבער האט געשריבן:איך מיין די אלע קשיות פארוואס יוסיפון דערמאנט נישט חז''ל קען מען פשוט פארענטפערן אז ער האט עס געשריבן פאר די רוימער מיט זייער בליק פון היסטאריע, זיך צו קאנצעטרירן אויף די קעניגן און די פאליטיק און איגנארירן אלץ אנדערש, מען קען דארט אויך זען ווי ער הערט נישט אויף צו פארענטפערן און פארהערליכן די אכזריות'דיגע קעניגן וואס האבן געהרג'עט און גערצחט, אבער ווען דאס פאלק האט שוין געהאט גענוג און עס ווערט א שטיקל אויפשטאנד, איז עס פשוט ווייל זיי זוכן זיך צרות, יוסיפון זוכט אפי' נישט צו באהאלטן די פאקטן, ער דערציילט אלע אכזריות פון די קעניגן, אבער אין זעלבן אטעם האט ער טענות ווען דאס פאלק פרובירט אביסל זיך צו הייבן דעם קאפ.

!!!

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]


און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5672
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

הגאון האט געשריבן:מענין לענין באותו ענין.
אין שלחן ערוך הרב סימן ש"ז סעי' ל' שטייט אז ליינען יוסיפין ברענגט יראת שמים.
Capture.JPG


כמדומה לי שטייט דאס זעלבע אין ב"ח אויפ'ן ארט.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
אידישע היסטאריע
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2021 12:09 am
לאקאציע: ביים מוכר ספרים

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע היסטאריע »

ממי_שאמרו האט געשריבן:
דאס וואס די ראשונים ברענגען נאך א ראיה פון אים וואס שטימט 100 פראצענט מיט חז"ל אדער אדורכדעם קען מען פארשטיין חז"ל, איז עפעס וואס נאך נישט מעיד אויפן פערזענדליכקייט פונעם פארשוין אליינס. די ראשונים האבן געוואוסט מבדיל צו זיין און תוכו אכל וקליפתו זרק.

די ראשונים ברענגען נישט דוקא ווען עס שטימט מיט חז"ל. זעה למשל דניאל יא ב וואו רש"י ברענגט פון יוסיפון אז כורש האט געהאט א זון במבישה (ס'דא נאך עטליכע וועגן וויאזוי צו שרייבן די נאמען אבער אזוי ברענגט עס רש"י) וועלכער האט געקעניגט נאך כורש פאר אחשורוש.

סיי וויאזוי איז לכאורה קלאר אז רוב פריערדיגע האבן אנגענומען יוסיפון אלס פארלעסליכער מקור, און דאס וואס ער שרייבט אנדערש ווי חז"ל איז אדער ווייל ער האט עס געשריבן פאר די רוימער האט ער זיי נישט געקענט אראפלייגן מיט זייערע ריכטיגע פארבן, אדער ביי זאכן המסורים בלב וואס חז"ל ברוח קדשם האבן געוואוסט וואס סתם מענטשן האבן נישט. איינער האט שוין געברענגט פון הרה"ק מסאטמאר, און די זעלבע איז באקאנט אז דער הייליגער שינאווער רב זי"ע האט אמאל געזעהן דער קאלאשיצער רב זי"ע הי"ד אלס קינד אריינקוקן ניטל אין יוסיפון האט ער געזאגט אז ער וועט וואקסן א גדול בישראל ווייל ער פארברענגט נישט די צייט. ואטי כי רוכלא וכו'.
געוויסע האבן טאקע יא מפקפק געווען איבער די ווארהייט פון זיינע ווערטער (א שטייגער ווי הגה"צ ר' אביגדור מיללער זצ"ל), אבער רוב גדולי ישראל במשך הדורות האבן געהאלטן כנ"ל.
מיר האפן ארויפצולייגן יעדע וואך-צוויי אן אפהאנדלונג איבער שטיקעלעך אידישע היסטאריע.

פאר הערות והארות קען מען זיך ווענדן אין אימעל צו [email protected]
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: יוסיפון- א גראדער היסטאריקער אדער א פשוטער ליגענער?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

וואס הייסט יוסיפון שרייבט אנדערש פון חז״ל?!
יוסיפון האט עפעס געזען דברי זח״ל, און ער האט באשלאסן צו שרייבן אנדערש?
יוסיפון האט דאך געשריבן זיינע כתבים, עטליכע הונדערט יאר פאר חז״ל, האבן פארשריבן זייערע זאכן...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”