די היסטאריע פון בדחנים און בדחנות

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 969
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך verveist »

פארשריבן האט געשריבן:ס'איז כדאי צו וויסן אז אינדערהיים האט מען גערופן א בדחן אויף חתונות א "מארשעליק"
זיין ראלע איז געווען צו אנפיהרן מיט די גאנצע חתונה אנגעהויבן פון "באזעצן די כלה" (אז דער עולם וועט זיין אינטרעסירט, וועלן מיר בל"נ מעתיק זיין עטליכע טיפישע נוסחאות דערפון - וואס מיר האבן אין באזיץ) א.א.וו. ביזן אויסרופן דרשה געשאנק און משמח זיין ביי די סעודה

איבער "מצוה טאנץ" אמאל בין איך נישט ספעציעל באקאנט, אבער ווי עס שיינט איז עס נישט געווען ברייט פארשפרייט.
בלויז ביי רבישע חתונות וכדו' איז עס געווען אן עסק.


אדרבה ואדרבה ביטע לאזט אונז הערען
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3198
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

verveist האט געשריבן:אז מען רעדט פין די הסטאריע פון בדחנות אפשר איז כדי צו רעדען פון ר׳ הערשלע אסטראפּלאר וכדו׳?

דער הערשעלע אוסטראפאלער איז געווען בדחנא דמלכא פון הרבי רבי ברוך מ'מעזשבוזש זיע"א.מ'פארציילט אז אמאל האט געפרעגט א'עלטערע איד פון הערשאלע וואס טהוט מען ווען מ'פאלט כורעים יום הקדוש.האט עם הערשאלע גענטפערט וואס הייסט וואס מ'טהוט, מלייגט אריין און ביזעם קרעפלעך און ביי כורעים ווען קיינער זעט נישט אונטער און טלית רוקט מען אס אריין, און כך הוה ווען דער עלטערע איד איז געפאלן כורעים האט ער ארויס גענומען די קרעפלעך פונעם ביזעם און אונגעהויבען אריין צוריקען איינס נאכן אנדערע. און פארשטייט זיך דער עולם איז שוין לאנג אויפגעשטאנען און דער אלטע איד איז נאך ביי כורעים,האט מען געזאגט רבי איד פארוואס שטייט איר נישט אויף, רופט זיך אן די אלטע איד אביסעל רחמנות אויף א'אלטע איד אן קיין ציינער ,און ממילא נעמט אס לענגער אויפ צו עסען .
פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשריבן »

verveist האט געשריבן:
פארשריבן האט געשריבן:ס'איז כדאי צו וויסן אז אינדערהיים האט מען גערופן א בדחן אויף חתונות א "מארשעליק"
זיין ראלע איז געווען צו אנפיהרן מיט די גאנצע חתונה אנגעהויבן פון "באזעצן די כלה" (אז דער עולם וועט זיין אינטרעסירט, וועלן מיר בל"נ מעתיק זיין עטליכע טיפישע נוסחאות דערפון - וואס מיר האבן אין באזיץ) א.א.וו. ביזן אויסרופן דרשה געשאנק און משמח זיין ביי די סעודה

איבער "מצוה טאנץ" אמאל בין איך נישט ספעציעל באקאנט, אבער ווי עס שיינט איז עס נישט געווען ברייט פארשפרייט.
בלויז ביי רבישע חתונות וכדו' איז עס געווען אן עסק.


אדרבה ואדרבה ביטע לאזט אונז הערען

דא קען מען ליינען ווי הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד (מסיגוט ואח"כ רב בקאלאמבוס אהייא) ברענגט די גראמען פונעם באוואוסטן סיגוטער מארשאלעק הירש לייב גאטליב, (וואס מאנכע האבן שוין דערמאנט אין דעם אשכול), וואס פלעגט געזונגען ווערן אויף חתונות אין די מארמאראשער דערפער:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=236

ק\פ:

כלה־לעבן, היינט איז ביי דיר א טאג ווי יום־כיפור און ראש־השנה,
איבעד דעם זאלטטו וויינען און בעטן גאט ברוך הוא מיט גרויס כוונה,
ער זאל ניט בלייבן קיין אלמן און דו, פון אים, א יונגע אלמנה.

זאל דער אייבערשטער ברוך הוא דיר שענקען די גרויסע מתנה,
דעד אייבערשטער טוט דאך איבער דער גאנצער וועלט רעגירן,
ער טוט איעדן באזונדער, פון דער אלף ביז צו דער תאוו, פירן.
איבער דעם זאלסטו בעטן, דו זאלסט חלילה ניט גיין אויף פרעמדע טירן.
טאטע און מאמע מיט אלע פריינד זיינען ניט מער אימשטאנד
ווי דיר צו געבן נדן, צירונג און שיין בעט־געוואנט,
אבער דאט שטיקעלע מזל און גליק איז נאר ביי גאט אין דער האנט.


דא האבן די קלעזמער ארויסגעהאלפן דעם מארשאלעק און געגומען שפילן. ווער מיטן פידל, ווער מיט אנדערע אינסטרומענטן, ווער געקלאפט מיט איינפאכע שטארצן, ביז ס׳איז געקומען די צייט פונם איבערבעטן, ווען די כלה גייט צו צו יעדן באזונדער און בעט זיך איבער; און דאס פאסירט ערשט, ווען דער מארשאלעק האט אגגעהויבן זייגע גראמען:

כלה־לעבן, זאלסט פון דיין שטול אראפטרעטן
און דיך מיט איעדן אמת׳דיק איבערבעטן.
צוערשט גיי צו צו דיין ליבער, טייערער מיטער,
וועלכע האט דיך דערצויגן אזוי שווער און ביטער,
און מיט אלע פריינד באזינדער,
אפילו מיט די קליינע קינדער.


אויב די כלה איז געווען א יתומה, האט דער מארשאלעק פאר איר געהאט א ספעציעלן גראם, וואט ער האט פאר איר געזונגען מיט ווייטאג, און אלע געסט האבן מיט איר מיטגעוויינט:

כלה־לעבן, קוק דיך ארום, וואט פאר א ליכטיקייט און פריילעכקייט איז אין שטוב,
און דיין טאטע, אוי וויי, אוי וויי, ליגט באגראבן אין א פינסטערן גרוב,
און היינט גאנץ פרי איז געקומען א מלאך מיט א גרויסן שטעקן,
א שטארקן קלאפ געטאן אויף זיין קבר, און ער האט זיך געטאן דערשרעקן,
ווייל ער האט מורא געהאט, אז מען טוט אים צום דין וחשבון וועקן.
זאגט דער מלאך: איך טו דיך ניט צום משפט וועקן, ניין, ניין,
נאר דיין טייער קינד וועט היינט מיטן זיווג צו דער חופה גיין.
וויין, וויין, כלה־לעבן, ווייל דיין טאטע שטייט דאך דא ביי דער טיר,
אבער ער האט קיין רשות באקומען צוצוגיין נאענט צו דיר.
עד שיקט אבער זיין ברכה,
פרנסה, שפע און הצלחה.
אוועטאר
ווארד
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 10, 2013 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד »

אינטערסאנט און רירנד
עס וואלט געדארפט זיין א דאנק קנעפל
צו קענען מיט א דרוק מיט א קנעפל צושטימען און מחזק זיין וואס א צווייטער האט געשריבן.
האלט איר דען נישט אזוי?
זיכער יא!

דאן רופט זיך אן דא:
אנקעטע: דאנק קנעפל
גדול מרבן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 30, 2013 7:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדול מרבן »

מענין לענין
אטעטשמענטס
בדחנא.jpg
איך בין דער קלוגסטער מענטשט, ווער עס גלייבט נישט קען מיר פרעגן
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:און שטאט מונקאטש האט געוואינט פארן קריג א'באווסטע בדחן מיט די נאמען רבי אשר זעליג חצי נזק , הבדחן המפורסם רבי חיים מנדל ע"ה איז געווען מתלמידיו, געהערט נאכזאגן משמו אז מהאט עם גערופען חצי נזק ווייל ער האט געהאט אריינגקעוושטע נאז. רבי אשר זעליג פלעגט רופען זיין ווייב בחוקתי. ווייל זי איז געווען א'קליינטשיקע און כסדר געשאלטן,און בחוקתי איז אויכעט א'קליינע סדרה מיט א'סאך קללות. ותן לחכם ויחכם עוד.

געהערט פון רבי שלום קעסלער אז ער'ז נזק שלום
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

msp האט געשריבן:באקאנט איז וואס דער קדושת ציון זצוק"ל האט געזאגט אויף זיין גבאי ר' יחזקאל'י הי"ד
וואס פלעגט בדחנ'ן בחסד עליון ממש פערל ווערטער
אז אזא חזקאל'י קויפט מען נישט, אזא חזקאל'י מאכט מען.....

הגאון מקאזיגלוב הי"ד איז אמאל אויסגעקומען צו הערן ר' יחזקאל'י גראמען האט ער זיך אנגערופן ער שיט דאך פייער
דביה תחדי נפשא
אוועטאר
מיין שטעלונג
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין שטעלונג »

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:און שטאט מונקאטש האט געוואינט פארן קריג א'באווסטע בדחן מיט די נאמען רבי אשר זעליג חצי נזק , הבדחן המפורסם רבי חיים מנדל ע"ה איז געווען מתלמידיו, געהערט נאכזאגן משמו אז מהאט עם גערופען חצי נזק ווייל ער האט געהאט אריינגקעוושטע נאז. רבי אשר זעליג פלעגט רופען זיין ווייב בחוקתי. ווייל זי איז געווען א'קליינטשיקע און כסדר געשאלטן,און בחוקתי איז אויכעט א'קליינע סדרה מיט א'סאך קללות. ותן לחכם ויחכם עוד.

אז מען רעדט פון חצי נזק, וועל איך נאכזאגן א וויץ משמו.
חצי נזק האט גע'בדחנ'ט איינמאל ביים פורים טיש פון הייליגן מנחת אלעזר זי"ע, און ער האט געזאגט אזוי:
איך וויל פרעגן דעם עולם א חידה, און מיטן רשות פון רב זז"ג, וועט דער וואס וועט וויסן די תשובה, באקומען דאס בענטשן.
דער מונקאטשער רב איז איינגעגאנגען אויף דעם אפמאך, און חצי נזק האט פארגעשטעלט די פאלגענדע חידה:
וועלכע זאך הענגט, עס איז רויט, און עס פייפט?
פאשטייט זיך אז קיינער האט נישט געוואוסט. האט חצי נזק געמוזט אליינס אויסזאגן דעם תירוץ: אן איי!
צו יעדנס וואונדער און שטוינונג, האט ער זיך מסביר געווען.
עס הענגט? יא, איך רעד אז מען הענגט עס אויף... עס איז רויט? יא. איך רעד ווען מען קאלירט עס רויט.
נו, פייפט עס דען?! רופט זיך חצי נזק אן: "נו, איין זאך האבעך דאך געמוזט פארדרייען, ווען נישט, וואלט דאך יעדער גלייך געכאפט פון וואס איך רעד"...
--
און בנוגע די היסטאריע פון בדחנים - ר' שאץ מאץ - קענט איר אריינקוקן אין די 'אוצרות' (וואס די חסידי מהר"א מסאטמאר געבן ארויס יעדע שטיק צייט) אין איינע פון די אויסגאבעס פון די זומער חדשים אין תשע"ד, וואו דער בדחנא דמלכא, רבי מרדכי דוד עסטרייכער, האט א לענגערע אפהאנדלונג, איבער די נושא. עיין שם ותמצא נחת.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”