בלאט 1 פון 2

די היסטאריע פון בדחנים און בדחנות

געשריבן: מוצ"ש דעצעמבער 08, 2012 11:45 pm
דורך שאץ מאץ
איך וויל פותח זיין אזא אשכול, היות חברינו הרב בעילאוט האט געגרינדערט דא שוין לאנג צוריק א אשכול מיטן קעפל, "די היסטאריע פון חזנים און חזנות", גלייב איך אז ס'איז זיכער דא א ים מיט חומר פון בדחנים מיט בדחנות במשך הדורות, בחצרות צדיקים, און סתם אזוי אינפארמאציע איבער אלטע גוט זאגער'ס, דאקוממענטן און בילדער וועלכע קען זיין א תועלת פארן ציבור,

רבותי רופט'ס ענק אן ווארעם,

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 1:42 am
דורך שרוליק
עיין פה:

http://chabadlibrarybooks.com/30004

ופה:

http://chabadlibrarybooks.com/30206

האם לזה הכוונה?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:10 pm
דורך שאץ מאץ
יא, דאס איז אויך גוט,

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:27 am
דורך msp
היסטאריע פון בדחנות איז נישט שלעכט
אבער צו בדחנות קומט דאס נישט....

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 7:43 am
דורך יוסף שרייבער
דער רבי דערמאנט מיר וואס מיין משגיח פלעגט צו זאגן (אולי בשם א צדיק), צו פארציילען סיפורי צדיקים איז טאקע מעשי מרכבה אבער צו א שטיקעל גפ"ת קומט עס נישט צו.

געשריבן: זונטאג פעברואר 10, 2013 7:58 pm
דורך שאץ מאץ
דער טאהש'ע רבי ר' אלימלך האט געהאט א זון ר' אליזער צבי הנקרא ר' לייזער, ער פלעגט אסאך משמח זיין דעם טאטן בדברי בדחנות, עס זענען דא אסאך ווערטלעך פון אים, אויב איינער קען מיר ממציא זיין עפעס חומר וואלט מיר געוועהן א חשובות,

היסטאריע פון בדחנים און בדחנות

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 10:56 am
דורך רימנובער אייניקעל
און שטאט מונקאטש האט געוואינט פארן קריג א'באווסטע בדחן מיט די נאמען רבי אשר זעליג חצי נזק , הבדחן המפורסם רבי חיים מנדל ע"ה איז געווען מתלמידיו, געהערט נאכזאגן משמו אז מהאט עם גערופען חצי נזק ווייל ער האט געהאט אריינגקעוושטע נאז. רבי אשר זעליג פלעגט רופען זיין ווייב בחוקתי. ווייל זי איז געווען א'קליינטשיקע און כסדר געשאלטן,און בחוקתי איז אויכעט א'קליינע סדרה מיט א'סאך קללות. ותן לחכם ויחכם עוד.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 3:04 pm
דורך שאץ מאץ
איך האב הנאה אז איר האט געפנט דעם אשכול, ווייל איך זיך מיט לעכט אביסל אינפא אויף דעם חצי נזק, ווייסט אפשר איינער ווי איך קען טרעפן סחורה אויף אים?

איין מעשה איז באקאנט אז נאך די גרויסע מונקאטשע חתונה האט אים דער מנח"א געלאזט רופן און פארגעהאלטן היתכן מ'זאגט אויף אים אז ער איז געגאנגען אין טיאטער קוקן ווי מ'שפילט איבער די מונקאטשע חתונה,
האט אשר זעליג גענפערט רבי! א איד האט מיר געגעבן א ציפ ביי די חופה בין איך געגאנגען זעהן ווער דאס איז כדי אים צו קענען צוריק געבן איינס...

ווער האט נאך סחורה פון אים?

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 4:03 pm
דורך SPUSMN
דא שרייב איך וועגען דער בדחן רבי מנדל ווייס ע"ה א בלוזעווער חסיד וואס האט געבדחן'ט אויף דער קאלשיצער חתונה פארען קריג.
viewtopic.php?p=766984#p766984

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 5:55 pm
דורך פארשריבן
ס'איז כדאי צו וויסן אז אינדערהיים האט מען גערופן א בדחן אויף חתונות א "מארשעליק"
זיין ראלע איז געווען צו אנפיהרן מיט די גאנצע חתונה אנגעהויבן פון "באזעצן די כלה" (אז דער עולם וועט זיין אינטרעסירט, וועלן מיר בל"נ מעתיק זיין עטליכע טיפישע נוסחאות דערפון - וואס מיר האבן אין באזיץ) א.א.וו. ביזן אויסרופן דרשה געשאנק און משמח זיין ביי די סעודה

איבער "מצוה טאנץ" אמאל בין איך נישט ספעציעל באקאנט, אבער ווי עס שיינט איז עס נישט געווען ברייט פארשפרייט.
בלויז ביי רבישע חתונות וכדו' איז עס געווען אן עסק.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:48 am
דורך msp
פון מיין טאטע זז"ג האב איך געהערט אז עס האט געהייסען באוויינען א כלה

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 10:17 am
דורך ענדע צדיק!
וואס מיינט איר שאץ מיט בדחנים - בדחנות
א איד וואס האט געקענט מאכן ווערטלעך מפעם לפעם?
א גראמער - בלשונינו?
אדער סתם א איד וואס האט נישט געהאט קיין פראבלעם זיך אויפצושטעלן ברבים בכל עת ועידן?
דא טוט זיך א שטיקעל צומשיעניש..... קען זיין אז אמאל איז דאס געגאנגען ביינעזאם?

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 12:48 pm
דורך ראש הקהל
און עולמו של אבא איז דא אן אריכות איבער דער סיגוט'ער בדחן, רבי הערשעלע.
בכלל איז דארט דא אסאך הומאר'ס פון בדחנים.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 1:42 pm
דורך קיקיון
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:און שטאט מונקאטש האט געוואינט פארן קריג א'באווסטע בדחן מיט די נאמען רבי אשר זעליג חצי נזק , הבדחן המפורסם רבי חיים מנדל ע"ה איז געווען מתלמידיו, געהערט נאכזאגן משמו אז מהאט עם גערופען חצי נזק ווייל ער האט געהאט אריינגקעוושטע נאז.

געהערט בנעורי שטארק ייתכן פון ר'חיים מנדל ז"ל אז דער "חצי נזק" איז געווען דער פועל יוצא פון א פערפעל פון רבי'ס שיריים וואס איז אים ארויף ג'פאלען אויף די נאז און א שכן האט עס געכאפט מיט די ציין

שאץ מאץ האט געשריבן: איין מעשה איז באקאנט אז נאך די גרויסע מונקאטשע חתונה האט אים דער מנח"א געלאזט רופן און פארגעהאלטן היתכן מ'זאגט אויף אים אז ער איז געגאנגען אין טיאטער קוקן ווי מ'שפילט איבער די מונקאטשע חתונה, האט אשר זעליג גענפערט רבי! א איד האט מיר געגעבן א ציפ ביי די חופה בין איך געגאנגען זעהן ווער דאס איז כדי אים צו קענען צוריק געבן איינס... אך סחורה פון אים?
דאס האב איך ג'הערט פון ר'חיים מנדל ז"ל

ןןען און פארוואס איז בטל געווארען דאס זאגען בדחנות ביי די סעודה און טאקע בדחנות?
די הספדים האט מען ג'לאזט צי די מצוה טאנץ
פון מיין חתונה און תשל"א ג'דענק איך נאר אז מו"ח ז"ל האט צוליב ידידות מיט נאנאשער רב זצ"ל גענימען זיין איידעם הרה"ח ר חמ"ש נ"י
איך בין נייגעריג אויב ביי SPUSMN'ס חתונה האט ר'חיים מנדל ז"ל געזאגט ביי זי סעודה

עפעס ג'דענק איך אז ר'חיים מנדל ז"ל האט בעצת אן אדם גדול אויפגעגעבען זיין JOB און א פאבריק און זיך פארלאזט נאר אויף די הכנסה פון בדחנות ער זאל קענען
לערנען בייטאג , געווען א מסירת נפש דאמאלט ווען עס איז ניט ג'ווען אזויפיל חתונות

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 2:58 pm
דורך SPUSMN
ניין, ר' חיים מנדל האט נישט געבדחנט ביי די סעודה, נאר ביים קבלת פנים און נאכדעם ביי די הספדים.

די הספדים איז א משוגענע ניי געשאפענע מנהג. מען וואלט עס געדארפט עוקר מן השורש זיין.

דער וויץ געדענק איך נישט, אבער האב אלעס אויף טעיפ.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 02, 2013 4:01 pm
דורך msp
באקאנט איז וואס דער קדושת ציון זצוק"ל האט געזאגט אויף זיין גבאי ר' יחזקאל'י הי"ד
וואס פלעגט בדחנ'ן בחסד עליון ממש פערל ווערטער
אז אזא חזקאל'י קויפט מען נישט, אזא חזקאל'י מאכט מען.....

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 11:21 pm
דורך רימנובער אייניקעל
שאץ מאץ האט געשריבן:דער טאהש'ע רבי ר' אלימלך האט געהאט א זון ר' אליזער צבי הנקרא ר' לייזער, ער פלעגט אסאך משמח זיין דעם טאטן בדברי בדחנות, עס זענען דא אסאך ווערטלעך פון אים, אויב איינער קען מיר ממציא זיין עפעס חומר וואלט מיר געוועהן א חשובות,

האט ער געהייסן נאכן קאמרנא רבין הרה"ק רבי אליעזר צבי? בעל בן ביתי ודמשק אליעזר.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 11:42 pm
דורך verveist
msp האט געשריבן:באקאנט איז וואס דער קדושת ציון זצוק"ל האט געזאגט אויף זיין גבאי ר' יחזקאל'י הי"ד
וואס פלעגט בדחנ'ן בחסד עליון ממש פערל ווערטער
אז אזא חזקאל'י קויפט מען נישט, אזא חזקאל'י מאכט מען.....

איך גלייב נישט אז ער האט עס געזאגט לגבי בדחנות דװקא. איך מיין ער האט עס געזאגט אלץ ער איז געװען אן איש משלים ת״ח חסיד ויר״א ובעל מעלות

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 11:44 pm
דורך verveist
אז מען רעדט פין די הסטאריע פון בדחנות אפשר איז כדי צו רעדען פון ר׳ הערשלע אסטראפּלאר וכדו׳?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 11:49 pm
דורך שתוקא בתרין
פונעם סיגוטער בדחן הערש לייב איז אויך דא ווערטליך.
ווייסט איינער עפעס פון אים?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 11:54 pm
דורך שתוקא בתרין
אפשר קומט עס נישט דא אריין. עס איז צו הייליג. אבער א הייליג ווארט שאדט קיינמאל צו הערן.
דער הייליגער ראפשיצער רב פלעגט יונגערהייט בדחנ'ען אויף חתונות, און ער האט געזאגט אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, ווייל יפ"ה איז גימטריא צ"ה וואס איז דאס איז די גימטרי' פונעם שם וואס וועט זיין בביאת הגואל, דאס איז י"ה און י"ה וואס צוזאמען מיט אד' איז עס צ"ה, און יעצט איז עס נאר צ"א, אד' און כ"ו, וועלנדיג דערמיט אנוואונטן פאר חתן כלה אז זיי זאלן זוכה זיין צו דערלעבן משיח.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 12:00 am
דורך קנאפער ידען
שתוקא בתרין האט געשריבן:פונעם סיגוטער בדחן הערש לייב איז אויך דא ווערטליך.
ווייסט איינער עפעס פון אים?

קוק אביסל צוריק אויף דעם בלאט, וואו "ראש הקהל" האט דערמאנט אז אינעם ספר/בוך עולמו של אבא ווערט ער דערמאנט, און דארט איז טאקע דא פון אים פיינע ווערטליך, אויב מ'העמיר האבן צייט העמיר מעתיק זיין מהתם להכא.

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 12:05 am
דורך שתוקא בתרין
שקויעך, נישט דערזען

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 3:59 am
דורך verveist
שתוקא בתרין האט געשריבן:אפשר קומט עס נישט דא אריין. עס איז צו הייליג. אבער א הייליג ווארט שאדט קיינמאל צו הערן.
דער הייליגער ראפשיצער רב פלעגט יונגערהייט בדחנ'ען אויף חתונות, און ער האט געזאגט אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, ווייל יפ"ה איז גימטריא צ"ה וואס איז דאס איז די גימטרי' פונעם שם וואס וועט זיין בביאת הגואל, דאס איז י"ה און י"ה וואס צוזאמען מיט אד' איז עס צ"ה, און יעצט איז עס נאר צ"א, אד' און כ"ו, וועלנדיג דערמיט אנוואונטן פאר חתן כלה אז זיי זאלן זוכה זיין צו דערלעבן משיח.


אז דאס װאס דער װעלט װאינטשט ביי א חתונה דער זיװג זאל עולה יפה זיין, איז א תפילה, דהיינו מען איז מתפלל אז די זיװג פין די צװיי שמות הוה״י אין אד׳ זאל (שוין) ״עולה״ זיין (דהיינו װערען בגמטרי׳, כמנין) יפ״ה, (צ״ה, כמו שיהיה בקרוב בימינו בביאת משיח צדקינו, בקיצור תפילה על הגאולה)

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 09, 2013 4:06 am
דורך verveist
msp האט געשריבן:היסטאריע פון בדחנות איז נישט שלעכט
אבער צו בדחנות קומט דאס נישט....


רעדסט שוין באלד װי א בדחן...