בלאט 3 פון 4

געשריבן: דאנארשטאג יולי 19, 2012 8:58 pm
דורך דעת זקנים
wow! נישט אנגעקומען צו ליינען דעם המשך ביז היינט.
הערליך שיין רייך געשריבן און זייער אינפארמעטיוו, ייש"כ.

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 5:20 pm
דורך לכתחילה אריבער
א אינטערוואסער ארכילאג טענהקט אז ער האט געטראפען די שיף די "סענטע מאריע". דאס איז איינע פון די דריי שיפן וואס קאלואמוס האט געהאט אויף די "ערשטע נסיעה".

עס איז געווארן "סטאק" ארויספארענדיג אהיים, און מען האט עס איבערגעלאזט. אצינד זאגט יענער ער האט עס געטראפן. עס וועט נאך נעמען 6 חדשים - לויטן פארשער - צו וויסען אויף זיכער אז עס איז טאקע דאס.

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 9:55 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד

ישלהוסיף האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:דער בעלזא אויסגאבע 'אור צפון' האלט ביים דריטען פארזעצונג איבער התישבות היהדות באמעריקא, האבען זיי א לענגערע באשריבונג איבער קאלאמבוס.

שרייבן זיי איבער דעם צו ער איז געווען א איד?


דער שרייבער דארט הרב יונה פרידמאן דערמאנט עס (אור הצפון אייר תשעב - קובץ מא, דף מה), כ' האב עס נישט ליב מעתיק צו זיין היות דער אויסגאבע איז גוט אריין געמישט דער העברעישע שפראך, אעפי"כ וזה לשונו:
"במשך השנים היו חוקרים שטענו לפי ראיות רבות, כי הוא היה יהודי, בן למשפחת אנוסים מקסטילה שבספרד, ואף שפתו ספרדית קטלונית, שפתם של יהודי קסטיליה וכו' וכו"
"ושמסעו הראשון מתוך הרבה החל ביום י' באב, למחרת הכרזה על גירוש יהודי ספרד"
ויעו"ש באורך.


פאר לאנגע יארן האב איך געהערט אז די גירוש איז ארויס ממש תשעה באב רנ"ב בו ביום, און אז בו ביום איז קאלאמבוס אנגעקומען קיין אמעריקע, אבער איך זעה אין די נייעס פון די לעצטע פאר טעג אז די נסיעה האט זיך אנגעהויבן שפעט אוגוסט, וואס שטימט לכאורה נישט מיט תשעה באב.

אויך האב איך אמאל געהערט אז יולי 4 76', ווען אמעריקע איז געגרינדעט געווארן, איז געווען שבעה עשר בתמוז תקל"ו, דאס שוין יא א בחינה פון גירוש והנחה אין זעלבן טאג. קען עס איינער נאכגיין?

געשריבן: דינסטאג מאי 13, 2014 10:28 pm
דורך לכתחילה אריבער
August 3 1492
=
ב׳ אב רנ״ב

(אויב איז עס געווען נאך די שקיעה. עס שטייט: די דריטע אוגוסט "איווענינג". אויב פאר די שקיעה איז עס געווען א׳ אב רנ״ב)

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 8:15 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

לכתחילה, נו, דאס איז געווען די טאג פון "אנהויב" פון די נסיעה, און אנגעקומען איז ער פיל שפעטער.

קען מען אפשר זאגן אז די אנהויב פון די נסיעה איז געווען די ליכטיגע שטראל ביים גירוש, נישט דוקא דאס אנטרעטן דעם באדן.

געשריבן: מיטוואך מאי 14, 2014 2:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

לכתחילה, נו, דאס איז געווען די טאג פון "אנהויב" פון די נסיעה, און אנגעקומען איז ער פיל שפעטער.

קען מען אפשר זאגן אז די אנהויב פון די נסיעה איז געווען די ליכטיגע שטראל ביים גירוש, נישט דוקא דאס אנטרעטן דעם באדן.

איך האב אלס דעוויסט אז מען רעדט אנהייב נסיעה, און אז איינע פון די סיבות פארוואס ער האט געמאכט די נסיעה איז געווען ווייל ער האט נישט געוואלט דארט זיין צוליעב די גזירה, און דאס האט געזאלט זיין איינע פון די ראיות אז ער איז געווען א איד.

כ'האב ביז דו האסט נישט געפרעגט, געמיינט אז עס איז טאקע געווען ממש ת"ב - ווי די מעשה גייט - יעצט זעה איך אז עס איז געווען עטוואס פריער.

געשריבן: זונטאג מארטש 11, 2018 11:00 pm
דורך הצדיק
זייער אינטרעסאנט

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 2:19 pm
דורך ישוב הדעת
Wow
וואט ען אשכול!!
לכתחילה אונז האף מיר אז וואן דעי וועסטו זיין דא צוריק..

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 2:20 pm
דורך ישוב הדעת
בד״וו איך האב אמאל אמאל געזען דא אן אשכול פון מפתיחות צו לכתחילה׳ס ווערק, ווי טרעף איך דאס?

געשריבן: מאנטאג מארטש 12, 2018 11:28 pm
דורך הצדיק
ישוב הדעת האט געשריבן:בד״וו איך האב אמאל אמאל געזען דא אן אשכול פון מפתיחות צו לכתחילה׳ס ווערק, ווי טרעף איך דאס?

viewtopic.php?f=3&t=18556&start=25

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2018 12:07 am
דורך ישוב הדעת
הצדיק האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:בד״וו איך האב אמאל אמאל געזען דא אן אשכול פון מפתיחות צו לכתחילה׳ס ווערק, ווי טרעף איך דאס?

viewtopic.php?f=3&t=18556&start=25


ישר כח גדול!

געשריבן: זונטאג מארטש 18, 2018 10:50 am
דורך ממש אזוי
אז מען רעדט שוין יא, אינטערסאנט צו וויסן, ווער איז דער קאלאמבוס געווען נאך אינדערהיים אין שפאניע? אן אקטיוויסט? א דענקער?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 3:26 pm
דורך פאר'מוח'ט
ממש אזוי האט געשריבן:אז מען רעדט שוין יא, אינטערסאנט צו וויסן, ווער איז דער קאלאמבוס געווען נאך אינדערהיים אין שפאניע? אן אקטיוויסט? א דענקער?

ער האט שטענדיג געטוהן אין אסטרענאמיע, ער איז געווען א תלמיד פון רבי אברהם זאכותא וועלכע איז געווען פון די מגורשי ספרד און האט געדינט אלץ דער איסטראנעמיסט פונעם קעניג פערדענון, געוויסע ווילן זאגן אז רבי אברהם איז געווען דער וואס האט אים אויסגעלערנט דאס מאפע פונעם וועלט אז די וועלט גייט רונדעכיג און האט אים אויסגעשטעלט זיין רייזע.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 4:00 am
דורך לחם לשובע
וואס איז דער קאנטערווערסיע ארום קאלאמבוס וואס ק"מ רעדט ארום?

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 08, 2018 11:40 am
דורך וואס עפעס?
די לינקע טענן אז ער האט אוועקגשטכלט די ווייסע סאפראמאסיסטן

ווייסעך נישט פארוואס

געשריבן: זונטאג אוקטובער 21, 2018 9:18 pm
דורך קניידל פארעם
די איינציגסטע פירכא וואס איך האב דערווייל אויף די לעגענדע אז קאלאמבוס איז געווען א איד, איז אז ווי באקאנט אז ער געווען א געוואלדיגער רוצח און דיקטאטור, מ'האט איהם עווענטועל צוריק געברענגט ארעסטירטערהייט קיין שפאניע, ווייל אפילו די שפאנישע אכזרים האבן שוין נישט געטויגט אויסצוהאלטן פון איהם, העט ער ווען געווען א איד, קען נישט זיין אז ער זאל זיין אזא רוצח.

געשריבן: זונטאג אוקטובער 21, 2018 9:26 pm
דורך קלאפער
חידוש. קיינמאל נישט געהערט אז ער איז געווען א געוואלדיגער רוצח און דיקטאטור

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 5:15 am
דורך פאר'מוח'ט
קניידל פארעם האט געשריבן:די איינציגסטע פירכא וואס איך האב דערווייל אויף די לעגענדע אז קאלאמבוס איז געווען א איד, איז אז ווי באקאנט אז ער געווען א געוואלדיגער רוצח און דיקטאטור, מ'האט איהם עווענטועל צוריק געברענגט ארעסטירטערהייט קיין שפאניע, ווייל אפילו די שפאנישע אכזרים האבן שוין נישט געטויגט אויסצוהאלטן פון איהם, העט ער ווען געווען א איד, קען נישט זיין אז ער זאל זיין אזא רוצח.

ביטע ברענג אריין מער דעטאלן.

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:04 am
דורך קניידל פארעם
פאר'מוח'ט האט געשריבן:
ניידל פארעם האט געשריבן:די איינציגסטע פירכא וואס איך האב דערווייל אויף די לעגענדע אז קאלאמבוס איז געווען א איד, איז אז ווי באקאנט אז ער געווען א געוואלדיגער רוצח און דיקטאטור, מ'האט איהם עווענטועל צוריק געברענגט ארעסטירטערהייט קיין שפאניע, ווייל אפילו די שפאנישע אכזרים האבן שוין נישט געטויגט אויסצוהאלטן פון איהם, העט ער ווען געווען א איד, קען נישט זיין אז ער זאל זיין אזא רוצח.

ביטע ברענג אריין מער דעטאלן.

איך האב נישט צופיל מער דעטאלן, עפעס קענסטו זעהן דא https://en.wikipedia.org/wiki/Pleitos_colombinos , איך בין נישט צו גוט אין ענגליש, דער עיקר מקור איז אז איך געדענק אזוי פון מיין גירסא דינקותא, ס'איבריגע איז שוין נאר א סמך...

געשריבן: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 1:02 pm
דורך מחנך ב2018

געשריבן: זונטאג נובעמבער 11, 2018 5:18 am
דורך פאר'מוח'ט
הערליך שיין אראפגעלייגט, וואס עגבערט מיר מיט דעם לענגאדע, אז ער איז געווען א איד און באקומען שטיצע פון אידן - אנוסים וכו' וכו'. איז דאס פאלגענד:
ער האט דאך נישט געוואוסט ער גייט אנדעקן א פרישע לאנד, ער האט געמיינט ער קומט אן קיין אינדיע, און ער וועט פארלייכטערן די וועלטליכע האנדל. אויך דארף מען פארשטיין ער האט געארבעט א לאנגע צייט אויף זיין רייזע, אסאך פאר די גזירת הגירוש איז ארויסגעקומען (די גזירה איז ארויסגעקומען קנאפע דריי חדשים איידער דעם גירוש), אויסער אויב מ'וועט זאגן אז ער האט סיי ווי געוואלט אנטלויפן צוליב די פולע גזירות, אדער ער האט נישט געארבעט אויף זיין פלאן מער ווי דריי חדשים.
ביטע אויב איינער האט אן ענטפער.

PDF

געשריבן: זונטאג נובעמבער 11, 2018 7:58 am
דורך nmi
א PDF קען איינער זיי זוי גוט מאכן?

געשריבן: זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:14 am
דורך חלב ישראל
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אנדערשט ווי רוב וואס האבן נאך געמיינט אז די וועלט איז פלאך

פון וואו נעמסטו דאס? ווי ווייט איך ווייס האבן שוין די גריכישע חכמים געהאלטן אז די וועלט איז רונדיג, און אריסטו האט עס שוין פעסטגעשטעלט מיט קלארע הוכחות.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:19 am
דורך חלב ישראל
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ער האט דאך נישט געוואוסט ער גייט אנדעקן א פרישע לאנד, ער האט געמיינט ער קומט אן קיין אינדיע, און ער וועט פארלייכטערן די וועלטליכע האנדל. אויך דארף מען פארשטיין ער האט געארבעט א לאנגע צייט אויף זיין רייזע, אסאך פאר די גזירת הגירוש איז ארויסגעקומען (די גזירה איז ארויסגעקומען קנאפע דריי חדשים איידער דעם גירוש), אויסער אויב מ'וועט זאגן אז ער האט סיי ווי געוואלט אנטלויפן צוליב די פולע גזירות, אדער ער האט נישט געארבעט אויף זיין פלאן מער ווי דריי חדשים.
ביטע אויב איינער האט אן ענטפער.

לויט די קאנסיפראציע טעאריע האט ער טאקע געוואוסט אז ס'איז דא א קאנטינענט אינמיטן, נאר כדי די קעניגן זאל איהם אויסצאלן די רייזע האט ער געזאגט אז ער גייט אנקומען קיין אינדיע און ברענגען זייד און אנדערע טייערע ארטיקלען פונעם ווייטן מזרח פאר שפאט ביליג.

געשריבן: זונטאג נובעמבער 11, 2018 8:46 am
דורך פאר'מוח'ט
חלב ישראל האט געשריבן:
פאר'מוח'ט האט געשריבן:ער האט דאך נישט געוואוסט ער גייט אנדעקן א פרישע לאנד, ער האט געמיינט ער קומט אן קיין אינדיע, און ער וועט פארלייכטערן די וועלטליכע האנדל. אויך דארף מען פארשטיין ער האט געארבעט א לאנגע צייט אויף זיין רייזע, אסאך פאר די גזירת הגירוש איז ארויסגעקומען (די גזירה איז ארויסגעקומען קנאפע דריי חדשים איידער דעם גירוש), אויסער אויב מ'וועט זאגן אז ער האט סיי ווי געוואלט אנטלויפן צוליב די פולע גזירות, אדער ער האט נישט געארבעט אויף זיין פלאן מער ווי דריי חדשים.
ביטע אויב איינער האט אן ענטפער.

לויט די קאנסיפראציע טעאריע האט ער טאקע געוואוסט אז ס'איז דא א קאנטינענט אינמיטן, נאר כדי די קעניגן זאל איהם אויסצאלן די רייזע האט ער געזאגט אז ער גייט אנקומען קיין אינדיע און ברענגען זייד און אנדערע טייערע ארטיקלען פונעם ווייטן מזרח פאר שפאט ביליג.

פון וואנעט האט ער געוואוסט עס איז דאס קאנטינענטען אינמיטען? אפילו נאך וואס קלאמבוס איז שוין יא אנגעקומען קיין אמעריקע האט ער נישט געוואוסט עס איז א פרישע ריזיגע קאנטינענט ער האט געמיינט ס'איז א נייע לאנד, (דאס קאנטינענט איז געווארן יארן שפעטער, ווי איינער האט שוין געשריבן דא), אזוי אויך ווילאנד האט ער געארבעט אויף זיין רייזע פאר די גזירת הגירוש?