בלאט 1 פון 1

הילף אין Jewishgen

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 12, 2012 2:27 am
דורך מאטקע
איך זוך אינפארמאציא אויף א ראש משפחה געבוירן 1820 אין העלישויא, דערנאך אויפגעוואקסען געוואונט דארט נאך דער חתונה אין ווערבוי (ווערבאפצי), פון דארט קיין נייטרא.

דערווייל דער איינציגער אינפארמאציא געטראפען, איז פון דער census יארע 1869 דארט געפונט זיך אין נייטרא ווי פאלגענד:

דער פרוי הייסט Sali, שטייט אויך דער פאמילע נאמען פון פארען חתונה.

קינדער:

1. Rosalia
2. Manu
3. Lipot
4. Nehemias - נחמי'?
5. Vilmos
6. Leni
7. Netti

א. דאס זענען דער גויאישע נעמען, וואס זענען די אידישע פון זיי?

ב. פארוואס טרעף איך נישט אויף אנדערע רעקארד'ס למשל BMD, זייערע נעמען?

ג. צו איז דא א וועג צו זוכען אויך לויט משפחה נעמען אין אויך לויט'ן פריוואט נאמען?

ד. צו אויף Ancestry.com אדער ערגעץ אנדערש ווי, קען איך טרעפן מער אינפארמאציא? פאר געלט אדער אומזיסט?

ה. האם קוקען אין דער ארגעניאלע census וועט מיר צושטעלן מער אינפארמאציא?

א דאנק