מקול הקורא - והבית ימלא ישן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך יולי 25, 2012 7:17 pm

רב מילער, סאיז א חידוש אז איר חידושט זיך. די ד"לים באוויינען שוין לאנג וואסערע געלונגענע פראפאגאנדע די קנאי ירושלים האבן, באוויזנדיג אז היסטאריע לאזט זיך זייער גרינג איבערשרייבן. דאס איז נוגע באופן כללי צו אלע פרשיות פון די ת"ר יארן, און מיט די צייט וועט עס האפנטליך אויך שייך זיין לגבי בחירות און געלט נעמען.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

שוטה
שר האלף
תגובות: 1234
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » דאנארשטאג יולי 26, 2012 12:42 am

לענ"ד ליגט דער פראבלעם אין צוויי נקודות:

א) דער שווארץ אויף ווייס בליק אויף אידישקייט וואס הערשט ביים דלת העם, אדער איז ער א קדוש וטהור רשכבה"ג וכו' וכו' אדער איז ער א מין ואפיקורוס וואס עס ערווארט איהם אויף יענער וועלט א זיץ סמוך ונראה צו היטלער [גדול המחטיאו], און מ'דארף זעהן אויסצומעקן און פארפוילן זיין נאמען תחת כל עץ רענן.

ב) [והוא ענף היוצא מאות א'] 70 יאהר שפעטער זאגט מען איבער באמונה שלימה פתגמים והגדרות וואס האבן דעמאלטס אויסגעפעהלט לצורך שעה כי היכי דלא לימשך אבתרייהו.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 26, 2012 10:06 am

מאטקע האט געשריבן:כבר סקלוני....

רוב רובם פון יהדות החרדית [חסידים ופרושים בירושלים]! כאטש מ'האט נישט געהאלטען פון הר' קוק'ס קרומע דיעות האבען איהם געהאלטען פאר א קדוש עליון און א גאון וצדיק, און האבען זיך געווייקט ביי איהם.

דער אמרי אמת האט זיך געטראפן מיט איהם וגם אותו סקלו.

רוב יהדות החרדית האט נישט פורש געווען פון דער קהילה הכללית, זיך צו מצטרף זיין צום עדה החרדית.

ס'איז באקאנט אז דער חפץ חיים האט יא געהאלטען פון שלום מיט איהם, עי' ב'שערי אהרן' על שו"ע, ווי דער מחבר הרב רוטר ברענגט א סיפור פון חזון איש וועגען דעם.


מאטקע,

אפשר ברענגט איר סימוכין צו דעם חידוש? קענסט זאגן אז עס זענען געווען ערליכע וואס האבן אים פארטיידיגט אבער פון דארט ביז 'קדוש עליון' און זיך 'ווייקען' ביי אים איז פאלג-מיך-א-גאנג, איר פארדרייעט היסטאריע, איך ווייס נאר נישט צו ביודעים אדער שלא ביודעים.

דאס זיך יא אדער נישט מצרף זיין צום עדה"ח איז נישט קיין רעפערענדום אויף הר' קוק, דאס האט בשעתו געהאט צו טאן מיט מסירת נפש, מ'האט געברויכט אויפגעבן די שטיצע פון די קהילה כללית און נישט יעדער איז גרייט געווען דערויף.

ביי מיר איז פארהאן א כלל מקובל אז א יעדע זאך קוקט מען אויף די רעזולטאטן, כהיום איז נישט פארהאן אין קיין שום בית המדרש אדער ישיבה פון חסידיש ביז ליטוויש וועלכע באלאנגען נישט צו די מזרחי וכדו' ספרי הר' קוק, משא"כ ספרי תלמידיו הגרי"מ חרל"פ והגרצ"פ פראנק יא, איך האב שוין געהערט נאכזאגן פון ספרי ר' הירש פסח פון סלתה און שמנה, אבער ספרי רבו וועסט נישט הערן ווי גרויס די יאר איז.

דאס צייגט אז 'כלל ישראל' האט אים מדחה געווען ולא זכה שיהיו שפתותיו דובבות בקבר, און דאס איז שוין מיט 70 יאר נאך אים, דאס זאגט ביי מיר זייער אסאך, וויפיל דו וועסט זאגן אז ס'איז קרעדיט פון די 'קנאים' וועסטו מיר נישט קענען מסביר זיין די חילוק, והדברים עתיקים, ארוכים ויגעים.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יולי 26, 2012 10:50 am

אפשר קען איינער אנטדעקן נאך היסטארישע קול קורא'ס?
די וויכוח וועגן קוק זאל מען ביטע אריבערפירן צו א באזונדערע אשכול פאר די וואס זוכן דעם טעמע.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

העתקה פון אנדערע אשכול

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג יולי 26, 2012 2:32 pm

איש האמת האט געשריבן:אגב ידוע מה שאמר הרה"ק מהרב"צ הראשון מבאבוב לפרש הפסוק
ולא תתורו אחרי לבבכם, היינו הערצעל ימ"ש, ואחרי עיניכם היינו אחר הראיה,
שהוא הרב קוק, ידוע גם בשם הרה"ק מסאטמאר, אבל זה שמעתי מישיש אחד
שהיה עומד שם בשעת שאמר זה הרה"ק מהרב"צ הראשון מבאבוב זצ"ל הי"ד


msp האט געשריבן:איך האב געהערט דעם ווערטעל פון לבבכם און עיניכם אין נאמען פון מנחת אלעזר
דאכט זיך אז הגר"א וואסערמאן ז"ל הי"ד שרייבט שר"י אויף הרב קוק


איזעי האט געשריבן:ר' שאול בראך קאשוי'ער רב האט געשריבן אויף אים געפערליך (איך געדענק נישט אויפן מאמענט צו ער האט געשריבן ימ"ש, איך דארף עס נאכקוקן)

און דער בריסקער רב (ר' חיים) האט געזאגט אויף אים אז ער קען אים נאך פון ווען ער איז יונג געווען, און ער איז שוין דאן געווען אן אפיקורוס.

כמעט אלע ערליכע רבנים האבן געשריגן אז ער איז א מין און אן אפיקורוס.

ער האט געשריבן אין זיין ספר מינות און כפירה, ער האט געטראגן אויף זיינע פלייצעס כמעט די גאנצע עקירת התורה פון די ציונים אין א"י, ער איז געשטאנען בראש וראשונה אין אלע התגרות'ן פון די ציונים, און איז מיטגעשטאנען מיט זיי מיט אלע זייערע עבירות און רשעות, און ער האט פרובירט צו שטערן די מלחמה קעגן זיי מיט אלע זיינע מעגליכקייטן, עס איז נישט קיין פראגע בעולם צו מען מעג צו מען טאר נישט זאגן אויף אים ימח שמו וזכרו, שם רשעים ירקב


דעפרעסט האט געשריבן:ר' שאול בראך שרייבט בתוך הדברים אויף קוק ''הוא מסית ומדיח כירבעם בן נבט...וקרובים דרכיו לאותו האיש ...ויש תקוה טובה שגם הוא יתנצר...וכל אשר יכבד אותו הוא ממש כמשתחוה לע''ז...
דער אשכול איז גענצליך פארקראכן פון די נושא,אולי עפענט מען א באזונדערע מדור.


איזעי האט געשריבן:עס איז דא נאך זייער אסאך צו שרייבן, אין ספר משכנות הרועים האט ער מלקט געווען פון אן א שיעור גדולים וואס זיי האבן אלץ געזאגט און געשריבן אויף דעם מענטש.


ווער עס קען אפטיילן, אדרבה
שויתי השם לנגדי תמיד

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יולי 26, 2012 5:52 pm

איך האב געהערט א שיינעם סיפור [וואס דארף פארשטענדליך ווערן אריבערגעפירט צום נייעם אשכול].
דער רידב"ז איז אמאל געווען אין טבריא און געהאלטן א דרשה און בתוך הדברים שטארק אויסגערימט דעם יפו'ער רב.
איז געשטאנען אין דער זייט א יונגעלע, דער שפעטערדיגער סלאנימער רבי, און זיך אונטערגעשמייכלט.
דורך דעם יאר האט אויסגעפלאצט א גרויסע מערכה קעגן דעם יפו'ער רב איבער א געוויסן היתר וואס ער האט ארויסגעגעבען.
יענעם זומער האט דער רידב"ז נאכאמאל געהאלטן א דרשה אין טבריא און בתוך הדברים שטארק געפייערט קעגן דעם יפו'ער רב.
איז געשטאנען אין דער זייט א יונגעלע, דער שפעטערדיגער סלאנימער רב, און זיך ווידער אונטערגעשמייכעלט.
שרייט אים אן דער רידב"ז: יונגעלע, פאראיאר האסטו זיך אונטערגעלאכט, און יעצט לאכסטו זיך ווייטער אונטער?!
רופט ער זיך אן מיט חכמה: איך האב פאראיאר אים נישט געהאלטן פאר אזא צדיק, און דעם יאר האלט איך אים נישט פאר אזא רשע...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג יולי 27, 2012 6:20 am

מיינסטו ר' מאטעל סלאנים זצ"ל?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג יולי 27, 2012 9:16 am

מילער, זיינע ספרים לערנט מען נישט, ווייל עס איז ברובם השקפה ענינים, וואס אפילו די וואס שעצן אים אלס א פערזענליכקייט, איז אבער זיינע השקפה ענינים א אנדערע מעשה. און אזוי אויך זיין דרך הלימוד איז נישט געווען די ישיבה'ישע סטיל. וואלט ער געווען אזא פוסק ווי הגרצ"פ, אדער אזא למדן ווי ר' שמעון שקאפ, וואלט ער געווען געהעריג אנגענומען, העכסטנס וואלט מען באהאלטן זיין היסטאריע, אזוי ווי מען באהאלט אז ר' שמעון האט געוואלט ווערן מגי"ש אין זיין ישיבה. סאו די ספרים זאגן נישט צופיל.

נאר עס איז מער פון דעם, אין די ליטווישע קרייזן, און אפילו אין רוב חסידישע קרייזן חוץ גור, איז דער מענטש אפגעפרעגט. און די סיבה איז בריסק און הרב שך. אזוי מיין איך.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:50 am

איבער די געאסערטע שחיטה פון וועד לאומי
צוגעלייגטע
לאפרושי מאיסורא.jpg
נתגלה הלוט.jpg
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:09 am

לא לכם ולנו לבנות בית אלוקינו
צוגעלייגטע
לא לכם ולנו.jpg
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:02 am

שויתי גייסט דא אויספאקען אלע ירושלימער פאשקעווילען? יכלה הזמן והם לא יכלו, איך האלט אויך אז דא איז נישט דער פלאץ מרומם צו זיין הרב קוק אבער ביטע ברענג נישט קיין ראיה פון די ירושלימער ווענט, דער ציבור דארט זענען שוין פאר לאנגע יארן ליידיגייערס וואס האבן געלעבט אויף יענעמס חשבון און בעיקר געווען פארנומען יעדע צעהן מינוט צו מאכען א פרישע אנדרייעניש און מחלוקת. (און איך רעד נאך פון אסאך יארען פאר הרב קוק איז בכלל געבוירען, עס איז דא א ווארט פון הרה"ק המהרי"ד מבעלזא בשם אביו זצ"ל אז דער קדושה פון ירושלים איז גורם די מחלוקת).

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:42 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:שויתי גייסט דא אויספאקען אלע ירושלימער פאשקעווילען? יכלה הזמן והם לא יכלו, איך האלט אויך אז דא איז נישט דער פלאץ מרומם צו זיין הרב קוק אבער ביטע ברענג נישט קיין ראיה פון די ירושלימער ווענט, דער ציבור דארט זענען שוין פאר לאנגע יארן ליידיגייערס וואס האבן געלעבט אויף יענעמס חשבון און בעיקר געווען פארנומען יעדע צעהן מינוט צו מאכען א פרישע אנדרייעניש און מחלוקת. (און איך רעד נאך פון אסאך יארען פאר הרב קוק איז בכלל געבוירען, עס איז דא א ווארט פון הרה"ק המהרי"ד מבעלזא בשם אביו זצ"ל אז דער קדושה פון ירושלים איז גורם די מחלוקת).


אלס א אפשטאמיגער פון אט דיע ליידיגייער'ס....... בין איך מוחה אויף דיין צילאזטקייט (וועלכער קומט מגודל אהבתך לרב הרשע קוק, בבחינת מצדיק רשע ומרשיע צדיק....)
און להערה בעלמא, דיינע 'פארהייליגטע' בעלזע יושבים (המכונים די דרעלקעס) זענען דאכציך נישט געווען צופיל מער 'פארנומענערע' מענטשן, ווי די ירושלימ'ע 'ליידיגגייערס' כלשונך, און האבן זיך אויך פיל אוועק געגעבן פון 'זייער טייערע פארנומענע צייט' מיט מחלוקה'לעך כידוע ליודעים......

(ומריסי תגובתך נראה שאין לך ידיעה כל דהוא אודות המערכה עם רב קוק, לא מיבעיא בפרשת השמיטה או שייכותו להציונים שבאו לקעקע ביצתן של קהלות הקודש של הישוב הישן בירושלים, אלא אפילו לא ממערכת הרבנות שהרב קוק אבד בדין תורה אצל גדולי חוץ לארץ......, אילו היה מערכה כזו בבעלזא כבר היו בודאי כמה הרוגים......)

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:46 am

ווער האט גע'גנב'ט יהיה'לעס פעסווארד?
ער איז דא מיטן גאנצן פרישקייט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20543
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:50 am

הרב שרייבער לעבן, במחילת כבוד תורתך הרמה, איר זיינט מדמה גדולי תורה ועובדי השם צו היינטיגע צעטל דרוקער, זייער א שווערער צושטעל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:50 am

איך פיהל מיר אויך באטראפען דורך הרב שרייבערס ווערטער....
זייענדיג אזוי ווי יהיה כן אנ'אפשטאמיגע פון ירושלימער אריסטאקראציע...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:55 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:הרה"ק המהרי"ד מבעלזא בשם אביו זצ"ל אז דער קדושה פון ירושלים איז גורם די מחלוקת).

אוודאי געמיינט, אז מגודל קדושתה זענען דיע קליפות מעורר קטרוגים און מחלוקת על יושביה הטהורים, אבער ער האט אוודאי נישט געזאגט אויף די הייליגע ירושלימער אידן.

[/quote]
אלס א אפשטאמיגער פון אט דיע קדושי עליון וואס האבן זיך אוועקגעגעבן פאר קדושת ירושלים "אלעס" אויף דער וועלט, עוסק געווען בתו"מ במס"נ ממש, ביזן זיין געשוואלן פון הונגער... ווי קען מען אויף אזעלכע מס"נ אידן רעדן אזוי?

און זייט מוחל הרב שרייבער איר רעדט פון א ערך פון 150 יאר צוריק אין די תר"כ יארן. דאכט זיך אז עס איז איבעריג צו שילדערן די גדולים און גאוני ארץ וואס האבן געלעבט באשיידענערהייט צווישן די חומות מיט אן ארעמקייט וואס עס איז נישט צום באגרייפן.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:09 am

הרב יהי, דאכט זיך אז מיינע זיידעס (פון עטליכע זייטען) האבען נאך עניטיים געשיקט אזויפיל געלט קיין א"י ווי דיינע זיידעס.

דיינע ענטפערס זענען שלא מן הענין און דו האסט מיר גאר געמאכט פאר א רב קוק פארערער נו אויב עס שטעלט דיך צופרידען זאל זיין אזוי, איך זעה נישט ווי דיין טיף איינגעבאקענע שנאה צו כל אשר בשם בעלזא יכונה קומט דא אריין אבער לעצם הענין האבען אין בעלזא אויך נישט געפעלט קיין ארימעלייט וואס האבען נישט געהאט וואס צו טוהן מיטען טאג נאר זיך צו דרייען ביי יענעם אין קישקע, למעשה איז דאס נישט געווען עפעס א אייגעארטיגע שטריך פון תושבי בעלזא נאר כמעט יעדע איינציגע שטאט און דערפל האט געהאט כאטשיג איין מחלוקתל ביום מן הימים און זיכער די חסידות'ער , כ'מיין איך דארף דיר נישט אויסרעכענען די פלע סיגוטער מחלוקת.

איבער מיינע ידיעות אין ירושליימער היסטאריע בין איך גרייט זיך אויסצוטענ'ן מיט דיר ווען די ביסט גרייט, וכותלי אייוועלט יוכיחו, דאכט זיך מיינע הענט און אויגען האבען שוין באגעגנט גענוג אורגינעלע ירושליימער ספרים, קונטריסים, בריווען, פאשקעווילן, מודעות. וכו. איך זאל האבען עטוואס א ידיעה אין די ענינים (און דייקא נישט פון די סאטמערע שקרים איבערגעשריבענע היסטאריע).
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:22 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 9:14 am

farshlufen האט געשריבן:הרב שרייבער לעבן, במחילת כבוד תורתך הרמה, איר זיינט מדמה גדולי תורה ועובדי השם צו היינטיגע צעטל דרוקער, זייער א שווערער צושטעל.

הרב ישנוני, ירושלים האט אייביג געהאט גדולי תורה ויראה אבער האט אויך אייביג געהאט פילע פאראזיטען ליידיגייערס וואס האבען געלעבט פון די חלוקה געלטער און האבען גארנישט געטוהן מיטען טאג חוץ פון צאפען יענעמס בליט און מחלוקת.

איך מיין נאר ארויסצוברענגען אז דאס אז עפעס שטייט אויף א 'אלטע' צעטל מיינט גארנישט און אודאי ווען עס איז דא גענוג צעטלעך אויף פארקערט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7774
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:18 pm

רב טקסט האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=41579&st=&pgnum=70

מהדורה זו י"ל ע"י הריא"ז מרגליות עצמו, אחר שתלמידי המלאך פחדו מזה בידעם עד כמה בחל בכל סוג פרסום, ולסיבה מובנת השמיט את שם הנידון במכתב זה ובשאר מכתבים המדברים אודותיו, ובמהדורות שאחרי זה שי"ל ע"י בהמ"ד נתיבות עולם נדפס עם שמו.

ואיידי דאתינא לכך אבאר נקודה אחת מהמכתב כי כבר נדפס בספר מסוים עם פירוש משובש.
והוא דמה שציין לגמרא מו"ק י"ז היינו ששם צוה רב יוסף לאפוקי שמתא בשיפורי על מאן דהו וזה גרם לו למות, וע"ז סיים הרב שיעשה בעצת ה' ע"פ עבדו הנאמן רב יוסף דבריו חיים וקיימים לעולמים ודאי בטח יועיל.

מענין לענין שלא באותו ענין, קען איך מיך נישט איינהאלטן מעיר צו זיין, אז אין דעם זעלבן בריוו שרייבט דער מלאך אז די וויכוח צווישן דעם הייליגן שפיטיווקער מיטן הייליגן נודע ביהודה להד"מ, האב איך פונקט נעכטן באמערקט אז עס איז שוין אריינגעדריקט אינם תולדות במהדורת נועם לתולדות.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:28 pm

הער שרייבער
איך האב די אויטאריטעט פונקט ווי דו, אויב מעגסטו אטאקירן די ירושלימע יודן, (וועלכע האבן די קינדער געלאזט אויסגיין פון הונגער נישט נהנה צו זיין משלחן איזבל, און איינער פון זיי איז מיינער אן גאר נאנטע קרוב) און זיי באטיטלען מיטן טיטול 'ליידיגייער' (כולל אויך הגריח"ז זי"ע וועלכער איז גווען רב קוק'ס בר פלוגתא אין די שחיטה ורבנות), קומט זיך דיר נישט בעסער'ס ווי דאס וואס ס'שטייט אין די הגדה ואף אתה הקהה את שיניו

און ביי די וועי, איך ווייס נישט פון ווען דו ביזט א בעלזער חסיד, אבער איך האב מיט בעלזא מער שיכות ווי דו וכל דכוותך

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2012 7:44 pm

נישט לאנג צוריק האט איינגער געדרוקט א בריעוו פון הגרי"ז מבריסק ז"ל צו להבדיל הר' קק, און ער שרייבט אים "גאון ישראל וקדושו", האט בנו הגאון רמ"ד שליט"א זיך גערגערט אז מ'האט עס געדרוקט, ער האט געזאגט אז ס'איז געווען א זאך פון פיקוח נפש האט ער נישט געהאט קיין ברירה, אבער אריינדרוקן?

בכלל, די חתימות אויפ'ן קו"ק מוזן נישט זיין ממש אונטערגעשריבן ווי אסאך קו"ק בימינו וגם בימים ההם!

ווי מילער האט שוין פריער ערווענט, די רעזולטאטן רעדן פון זיך אליין, כלל ישראל האט אים ארויסגעשטעלט אדער גאר געלאזט אינדרויסן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16828
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:29 pm

קול קורא במדבר בערבה
מחזיקי הדת באניהאד שנת עת"ר
צוגעלייגטע
עת''ר.jpg

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:51 pm

געהערט פון מיין טאטע שליטא אז ער האט אמאל געהאט אין באזיץ א בריעף ווי דער הייליגע ח"ח שרייבט צו קוק'ן און ער באטיטלט איהם רבה של ירושלים.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:40 am

שוין געהערט אזאלכע זאכען....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

מאטקע
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:02 pm

בחירת הר' קוק לרב ביפו בחתימת האדר"ת והגאון ר' שמואל סאלאנט, בקול מחזיקי הדת.
צוגעלייגטע
מינוי הרב קוק.png
לעצט פאראכטן דורך מאטקע אום מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 5:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גאנץ יאר פרייליך און 8 געסט