מקול הקורא - והבית ימלא ישן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 24, 2012 9:10 am

טאקע?
דאס האב איך שוין נישט געהערט.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג יולי 24, 2012 10:01 am

ברייט באקאנט... קאפיטל ק"ט ועוד
שויתי השם לנגדי תמיד

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג יולי 24, 2012 11:55 am

אצלנו מקובל מהריא"ז מרגליות שאחר שהמלאך שלח לו מכתב הנדפס באוצר אגרות קודש מכתב פ"ה, עשה הריא"ז את אשר נצטוה, וההוא הלך לו בדרך כל הארץ תוך מעת לעת (וי"א שהוצרך לעשותו פעמיים, והמלאך אמר שזה מפני שבפעם הראשונה היה בין הב"ד ת"ח אחד שהיה תפוס בדעותיו אצלם במדה מסוימת או משהו כזה, ואז אחר שעשה הראשונה ולא הצליח שלח לו מכתב הנ"ל בו כותב שמספיק בג' היודעים פרק בגמרא ופוסקים והכוונה שאת זה יוכל למצא כשר וישר).
ומעולם תמהתי בזה יען נודע שהיה חולה אנוש והרבו בתפלה עבורו, ואולי שאז התחילה מחלתו.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 24, 2012 11:56 am

רב טקסט
יש לך ידיעה איפה זה בכתב?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » דינסטאג יולי 24, 2012 12:04 pm

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=70

מהדורה זו י"ל ע"י הריא"ז מרגליות עצמו, אחר שתלמידי המלאך פחדו מזה בידעם עד כמה בחל בכל סוג פרסום, ולסיבה מובנת השמיט את שם הנידון במכתב זה ובשאר מכתבים המדברים אודותיו, ובמהדורות שאחרי זה שי"ל ע"י בהמ"ד נתיבות עולם נדפס עם שמו.

ואיידי דאתינא לכך אבאר נקודה אחת מהמכתב כי כבר נדפס בספר מסוים עם פירוש משובש.
והוא דמה שציין לגמרא מו"ק י"ז היינו ששם צוה רב יוסף לאפוקי שמתא בשיפורי על מאן דהו וזה גרם לו למות, וע"ז סיים הרב שיעשה בעצת ה' ע"פ עבדו הנאמן רב יוסף דבריו חיים וקיימים לעולמים ודאי בטח יועיל.
לעצט פאראכטן דורך רב טקסט אום דינסטאג יולי 24, 2012 12:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג יולי 24, 2012 12:10 pm

גאר אינטערעסאנט
שכוח דיר הרב טקסט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג יולי 24, 2012 5:57 pm

ער רופט אים אן: "הנוצרי הבליעל שר"י"
שויתי השם לנגדי תמיד

מאטקע
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » דינסטאג יולי 24, 2012 6:04 pm

מיללער האט געשריבן:קול קורא ליום תפלה כללי לרפואת הר' קוק, נחתם ע"י גדולי ארץ הקדושה בימים ההם

גאר אינטערסאנטע נעמען גע'חתמ'ט אויפן צעטל.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 25, 2012 4:10 am

יא יא
נישט נאר גראבע יונגען האבען געהאלטען פון אים....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך יולי 25, 2012 7:11 am

ער האט געמאכט זייער א שיינע רושם אויבנאויף, מען האט געדארפט זיין א מבין אויף אזא פארשטעלטער מין ואפיקורוס שר"י
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 25, 2012 7:14 am

אנדערע לעצטיגע מנהיגים האבען געזאגט אויף אים אז ער איז געווען א קדוש עליון און מען האט אים נישט פארשטאנען
ואני הקטן אומר אז אדרבה זיין דור האט אים גאר גוט פארשטאנען
נאר היינט איז השכחה והטשטוש ובלבול המוחין גובר
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך יולי 25, 2012 8:35 am

דער אמרי אמת זצ"ל שרייבט אויף אים:

אומר על טמא טהור... דברים זרים בחיבוריו... והרבה נתווכחתי עמו... נותן יד לפושעים כל עוד שעומדים במרדם ומחללים כל קודש. ואשר הוא אומר, כי בזה הוא דבוק במדותיו כמוש"כ אתה נותן יד לפושעים וכו'. אני אומר, כי על זה מתוודים מפני היד שנשתלחה במקדשיך, ובנין צעירים סתירה ואפילו בבנין ביהמ"ק כמ"ש רש"י... אבל להגדיל התעמלות הפושעים ולהחניפם באופן נבהל לקרוא להם שלום עליכם מלאכי השרת וכו'. מלאכי עליון. זה מרגיז את החרדים באופן שאי אפשר לתארו. גם שיטתו בענין העלאת הניצוצות הוא דרך מסוכן. כי כל עוד שאינם שבים מפשע אז הניצוצות אין בהם ממש, ומביא בזה סכנה לנפשות טהורות ונקיות, שיתחברו עי"ז לפושעים בכח יפיפותו של יפת...

אין אן אנדער בריוו ביי די ערשטע וועלט מלחמה שרייבט דער אמרי אמת מגור זצ"ל:
אי אפשר להעלות על הדעת לתמוך בקרנותיהם של הציונים שמכספיהם תומכים במוסדות וקבוצות הפורצים גדרי הדת ומחללים שבת וכל קדשי בני ישראל בפרהסיא

רבי אלחנן וואסערמאן הי"ד זצ"ל שרייבט אין א בריוו:

המעורר לתמוך בקרן זה הוא מחטיא את הרבים במדריגה היותר נוראה. וכבר כתב רבינו יונה... ואם רואים אנו שהוא מהלל רשעים יודעים אנו שזהו רשע גמור באופן שהדבר ברור שאסור להתחבר לאיש כזה. ולולא שאיננו כדאי הייתי אומר כי המחזיק בהצעה זאת ראוי לנדותו

מרן הגרי"ז מבריסק זצ"ל האט פארציילט אז דער איז ווייל מען האט אים פארשיקט פון וואלאזשינער ישיבה צוליב זיין עוסק זיין אין ספרי השכלה, און ער איז שוין דאן געווען א קייליקער, און דערפאר האט ער טאקע געלערנט דארט נאר א קורצע תקופה.
דערנאך האט ער חתונה געהאט, און געזוכט א רבנות שטעלע, האט רבי חיים בריסקער זצ"ל געשיקט בריוון אין אלע שטעט אין ליטע מען זאל אים נישט אויפנעמען פאר א רב.
ווי אויך האט ער געזאגט אויף אים אז ער איז אן אפיקורוס מרחם אמו


ביי די אומגליקליכע גרינדונג פונעם "אוניברסיטה העברית" אינעם הייליגן שטאט ירושלים עיה"ק ת"ו - וואס מען קען זיך שוין פארשטעלן וואס דאס האט פארגעשטעלט מיט זיך, משם יצא הרשע, הפריצות וזימה, וחילול שבת, וכל דת ישראל נחלל באופן מבהיל על הרעיון, - האט דער רשע מרושע העוף הטמא קוק שר"י נישט געטראפן בעסערס וואס צו רעדן דארט, נאר ציטירט פסוקים פון נביא ווי גרויס דער מעמד איז רח"ל מהאי דעתא משבשתא...

און דערויף האט דער הייליגער חפץ חיים געשריבן:

נמצאים אנשים אשר מבלי דעת ותבונה מכנים ומדמים את האוניברסיטה אשר בנו בעה"ק בשם "בית המקדש השלישי" ו"אכסניא של תורה", והרעיון הזה מפרסמים ומפיצים אותו בקרב בית ישראל. וזה חילול בית מקדשינו ותורתינו הקדושה אשר לא נשמע מעולם כמותו, אוי לאוזניים שכך שומעות! מחוייב אנכי להגיד לכל כלל ישראל כי האומרים את זה והמסכימים לזה הם רוצים לעקור את כל התורה כולה ומצוותיה ואסור לילך בשיטותיהם וכל המאמינים ומחזיקים בתורת ד' ית' מחוייבין למחות נגד בזיון קודש כזה.


מרן הגה"ק רבינו יואל מסאטמאר זי"ע שרייבט אין א בריוו אויף אים:

ע"ד קוק העומד בראש להרחיב גבול הציונים והמזרחים הטמאים והמטמאים ר"ל, אשר לדאבון לבינו הן המה האריכו קיצינו והשרישו שורש פורה ראש ולענה של המינות והכפירה ר"ל באה"ק, וזה איזה שנים אשר ראיתי מכתבים של כבוד ידידיי הרב הגה"צ האבדק"ק סאטמאר ז"ל ולהבל"ח הרב הגה"צ האבדק"ק קאשויא שליט"א (הגאון רבי שאול בראך) ועוד משאר גאונים וצדיקים שבמדינות אחרות שחרצו עליו משפטו שאסור ליקח הוראה מפיו וחלילה להתחבר עמו, ומקצתם של מכתבים אלו כבר נדפסו...

כאשר היה למראה עיני חיבורי עצבים שלו המלאים מינות וכפירה ר"ל, וממש בוטה כמדקירות חרב על ה' ועל משיחו ועל זה דוה לב המאמין בהשי"ת ובתורתו הקדושה באופן נורא, אבל עוד גרוע מזה מעשיו הרעים אשר ממשיך לב העם ובני ציון היקרים לרשת המזרחים ובתי ספריהם אשר הן המה המחריבים יסודות אה"ק ומטילים ארס בילדי בני ישראל לחנכם בדרכי המינות ולסור מעיקרי ויסודי דתוה"ק, ואין להאריך בהם כי כבר נודע אשר מיסוד מים הרעים מקורם ומים שניתנה תורה לישראל לא היו יסוד מינות כאלה אשר הדיחו אלפים נפשות מישראל לכפור בד' ובתורתו הקדושה, ולא יסתפק בזה לב אמת אשר [b]"העומד בצידם להרחיב גבולם גרוע מהם"

ביי א מאורע אין בית הספר תחכמוני אין יפו האט דער רשע געזאגט: יש בתורה שתי מילות אש דת, הא' והש' הן ר"ת "ארץ" "שפה" והן קודמות לדת
ס'איז איבריג צו קאמענטירן אויף די מינות און אפיקורסות וואס האט ארויסגעשפריצט פון אים בכל עת מצוא!

דער חזון איש זצ"ל שרייבט אין א בריוו איבער ציונות און מזרחי:
"כל מי שדעתו לקרב במקום שאנו מרחקים, נשפט ע"י הרגש החרדי למי שצריך בדיקה אחריו."
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 25, 2012 9:46 am

שויתי'ניק האט געשריבן:ער האט געמאכט זייער א שיינע רושם אויבנאויף, מען האט געדארפט זיין א מבין אויף אזא פארשטעלטער מין ואפיקורוס שר"י


אין די יארען וואס דער קו"ק איז געשריבען איז שוין געווען ממש בסוף ימיו, ווען די אלע רבנים וקדושים וואס איר רעכנט אויס שפעטער האבן שוין געהאט געשריבען און געליארעמט קעגן אים, בלייבט מיר יא א חידוש די חותמים אויפן קול קורא.

מיר איז משמע אז דאס איז נישט מכח זייער אי-מבינות אויף אים, נאר מכח זייער אנגעוויזנקייט אויף אים און די ארגענעזאציעס וואס ער האט רעפרענזענטירט, אזוי ווי ס'איז משמע פון די אלע רבנים וואס האבן געשריבען שיינע טיטלען אויף אים ווען זיי האבן אים געשיקט בריווען פאר סערטיפיקאטן עולה צו זיין קיין אר"י איבער וואס ער האט פארפיגט.

עס איז פארהאן א בריוו בכת"י פונעם סאטמארער רבי'ן זי"ע'ס איידעם דער סעמיהאלער רב ז"ל ווי ער שרייבט צו הר' קוק פון אונגארן און בעט אים ער זאל שתדל'ן פאר סערטיפיקאטן, שרייבט ער כמובן מיט הערליכע טיטלען וכו', דאס איז אבער נישט קיין ראי' צו קיין הערצה נאר אז מ'ברויך צוקומען צו יענעם האט מען נישט געהאט קיין ברירה.

כנלפע"ד ליישב התמיהה הגדולה

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 25, 2012 9:52 am

אנדערע זאגען אלץ לימוד זכות אויף הג"ר הירש פסח פראנק ז"ל
אז פשוט וועגען די הונגער האט ער געמוזט זיין דארט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 25, 2012 9:59 am

msp האט געשריבן:אנדערע זאגען אלץ לימוד זכות אויף הג"ר הירש פסח פראנק ז"ל
אז פשוט וועגען די הונגער האט ער געמוזט זיין דארט


איך רעדט נישט פון אזאנע פון טאקע דער גאון וצדיק ר' הירש פסח זצ"ל, וואס זענען בפועל געווען אינעם רבנות (אגב, די טעאריע מיט די הונגער ווערט שטארק פארלייקנט דורך היסטאריקער און איז מסתבר אלס א בלויזע לעגנענדע מכח די פראבלעם וואס די קנאים האבן אז אזא אדם גדול האט אזוי מעריץ געווען הר' קוק, דער אמת איז [איך קען נישט דא מאריך זיין, עוד מעט וסקלונו] אז די תלמידים האבן געזעהן זיין אנדערע זייט און זענען געווען משוחד ומשוכנע נישט צו באמערקן וואס די דרויסנדיגע האבן געזעהן, היינט טעמא דהגרצ"פ והיינט טעמא דהגרי"מ חרל"פ ואכמ"ל), נאר אפי' אזאנע ווי די הייליגע ראחמיסטריווקא ברידער אדער הרה"ק ר' שלמה'קע זוועהילער זצ"ל, דער אבן האזל, רי"ה סאנקאוויץ ר"י שפת אמת, הגרי"מ טיקוצינסקי הגרח"ל אויערבאך ר"י שער השמים ועוד ועוד.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20559
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 25, 2012 10:09 am

הער מיללער, האט איר געמאכט א סאלאד פון שיינע אידן, לא ראה זה כרעה זה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25526
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 25, 2012 10:23 am

farshlufen האט געשריבן:הער מיללער, האט איר געמאכט א סאלאד פון שיינע אידן, לא ראה זה כרעה זה.


הצד השוה שבהן שחתמו על הקו"ק והדבר צריך תלמוד

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך יולי 25, 2012 10:36 am

אין איינע פון די קובצי גינת ורדים איז געדרירקט געווען א מאמר ארוך פון עפעס א אלטער קנאי וויינטרויב פון ענגלאנד‚ מיט אסאך גוטע שטאף ‚אלטע לשון הרעלעך און היסטאריע ארום דעם חפץ חיים ‚ר' חיים עוזר‚ החזו"א והבריסקער רב. עכ"פ בתוך הדברים רעדט ער פון דעם קו"ק און זאגט אז מתוך בירור מקיפה איז אסאך פון די חתימות פשוט מזויף‚

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 25, 2012 10:49 am

אדעוואהל זעהט אויס די קו"ק גאנץ פארלעסליך
ולפי ידיעתי בהיסטאריע של ירושלים זענען רובם של החתימות נישט אינגאנצען אפגעפרעגט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הכרת הטוב

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יולי 25, 2012 10:54 am

בימים ההם איז די מעגליכקייט צו באקומען א סערטיפיקאט געליגן אין די הענט פון הרב קוק ואנשיו [זעה אין ספר אגרות לראי"ה וואו גדולי עולם מכל קצוי תבל וויינען זיך צו אים צו באקומען א סערטיפיקאט], דעריבער די אלע וואס האבן זוכה געווען געראטעוועט צו ווערן מעמק הבכה האבן געהאט פאר אים אן הכרת הטוב כידוע.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 25, 2012 10:59 am

יתכן
אבער אסאך חותמים זענען דארט שוין געווען פון פריערט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך יולי 25, 2012 11:37 am

וואסע טאקע פשט אז רב קוק איז למעשה אין די לעצטע 50 יאר אזוי מופרך ביי אלע קרייזען‚ חוץ די דתיים לאומים. וויאזוי איז עס געלונגען פאר די קנאים אזוי שטארק קובע צי זיין זיין סטאטוס פון דעם קוק לשלילה ?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יולי 25, 2012 11:43 am

ווייל זיין לומדות האט זיך נישט אזוי באקאנט ווי זיינע טעאריעס אין השקפה
ממילא דאס האט נישט געקענט באקומען א דריסת הרגל ביי חרדים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

מאטקע
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » מיטוואך יולי 25, 2012 5:32 pm

כבר סקלוני....

רוב רובם פון יהדות החרדית [חסידים ופרושים בירושלים]! כאטש מ'האט נישט געהאלטען פון הר' קוק'ס קרומע דיעות האבען איהם געהאלטען פאר א קדוש עליון און א גאון וצדיק, און האבען זיך געווייקט ביי איהם.

דער אמרי אמת האט זיך געטראפן מיט איהם וגם אותו סקלו.

רוב יהדות החרדית האט נישט פורש געווען פון דער קהילה הכללית, זיך צו מצטרף זיין צום עדה החרדית.

ס'איז באקאנט אז דער חפץ חיים האט יא געהאלטען פון שלום מיט איהם, עי' ב'שערי אהרן' על שו"ע, ווי דער מחבר הרב רוטר ברענגט א סיפור פון חזון איש וועגען דעם.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מיטוואך יולי 25, 2012 6:37 pm

אינטרעסאנט איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז ער האט אויך געהייסן 'יחזקיהו', איז דאס טאקע א חלק פון זיין נאמען? צו מ'האט עס פשוט צוגעלייגט ווען ער איז געווען קראנק?
הנותן לשכוי בינה...


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט