בלאט 24 פון 30

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 2:41 pm
דורך קיקיון


געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 3:48 pm
דורך חמרא טבא
מיללער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

מיר אויך, אבער היינט גייט עס אזוי, ער האט עס כאטש נישט געמאכט די זעלבע גרויס,

אמאל נישט?

דער מפרסמין עושי מצוה פונעם הייליגען רשב"א וואס דער מחבר פס'קנט אין שלחן ערוך איז נישט געזאגט געווארן אויף נשים צדקניות?

וואס איז די עקלעריי אין דעם?

רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געגעבן א נאמען פאר די ערשטע שול וואס ער האט געבויעט 'אהל רחל' לעילוי נשמת בתו הצדיקת הרבנית רחל מסאטמאר ע"ה, עס האט אייך געעקלט? און אלע דורות האבן מחברי ספרים אריינגעשטעלט אין די הקדמה א יישר כח פאר נוות ביתם, אלס חלק כחלק יאכלו, עס עקלט אייך?

הענגן א שילד אינדרויסן פון ביהמ"ד איז נישט די זעלבע ווי אויפן מזרח וואנט

א געפילישע חילוק?

באקומען אין אישי פון איינע פון די לייבן פון אייוועלט הרוצה בעילום שמו:

בכלל נישט "געפיליש".

דער הייליגער מונקאטשער רב זי"ע האט נישט ערלויבט א נאמען פון א פרוי אויף די ארון הקודש אדער ספר תורה.

איר קענט זאגן נישט אלע האבן אזוי אנגענומען, אבער "געפילש" קומט דא נישט אריין.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 4:44 pm
דורך מיללער
חמרא טבא האט געשריבן:באקומען אין אישי פון איינע פון די לייבן פון אייוועלט הרוצה בעילום שמו:

בכלל נישט "געפיליש".

דער הייליגער מונקאטשער רב זי"ע האט נישט ערלויבט א נאמען פון א פרוי אויף די ארון הקודש אדער ספר תורה.

איר קענט זאגן נישט אלע האבן אזוי אנגענומען, אבער "געפילש" קומט דא נישט אריין.

באקומען פונעם זעלבן לייב די זעלבע לשון.

אוודאי מיט א מקור פונעם הייליגן מנח"א איז עס מער נישט 'געפיליש', ותשוח"ח פאר'ן משלח וואס האט צוגעברענגט די מראה מקום.

אבער אין 'סאטמאר' איז דאס קיינמאל נישט געווען קיין פראבלעם, כמבואר באריכות לעיל, און אין א 'סאטמארער' ביהמ"ד עס ארונטערצורייסן אלס עקלדיג, בו בזמן וואס אין אלע סאטמארער בתי מדרשים פיגורירן נעמען פון זוגות פאר די לעצטע פופציג יאר, איז יא נישט מער ווי 'געפיליש' אדער ערגער.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 4:52 pm
דורך ראספשע
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

איר בדחן'ט דאך
סאך מער עקלדיג אויס צורימען נשים בפניהן ביי מצוה טאנץ, דורך א פרעמדער מאנס-פערזאן...

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 4:54 pm
דורך ראספשע
מענין לענין באותו ענין:
געהערט פון זיידן ז"ל,
אין פולין האט מען מקפיד געווען נישט צו קושן דעם פרוכת, וויבאלד ס'יז געווען א מנהג פון נשים צדקניות צו נייען א פרוכת פון מלבושי נשים וואס מען האט נישט גענוצט מער

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 6:08 pm
דורך קלאָצקאָפּ
פארדינט האט געשריבן:אויפפרישן אביסל דא...

עס ווערט יעצט אויפגעשטעלט אן ארון קודש אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס אין קרית יואל, מעשה ידי אומן פון ר' ישראל ווייסבערג.

די אלע בילדער זענען נאך פון די פעקטארי.

די רינדעכיגע לעכער ווי די קרוינען ליגן גייט זיין פון גלאז מיט לעד לייטס.
די צוועלעף פענסטערס אויף די צוויי זייטן גייט זיין די שבטים פון גלאז מיט לעד לייטס.

123.JPEG

ad770a99-c288-440a-a657-9a4a8f661d53.jpg

ארון קודש רב טוב.jpg

שיינע ווערק!

עס וואונדערט מיר נאר פארוואס נאכ'ן אריינלייגן אזויפיל געלט אהערצושטעלן א שיינעם ארבעט, זאל מען נישט צולייגן קאפ אז די פאנט פון די טעקסט זאל אויך זיין שיין.

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2018 9:00 am
דורך פארדינט
פארדינט האט געשריבן:אויפפרישן אביסל דא...

עס ווערט יעצט אויפגעשטעלט אן ארון קודש אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס אין קרית יואל, מעשה ידי אומן פון ר' ישראל ווייסבערג.

די אלע בילדער זענען נאך פון די פעקטארי.

די רינדעכיגע לעכער ווי די קרוינען ליגן גייט זיין פון גלאז מיט לעד לייטס.
די צוועלעף פענסטערס אויף די צוויי זייטן גייט זיין די שבטים פון גלאז מיט לעד לייטס.



שוין כמעט פערטיג.

ארון קודש 01.jpg
ארון קודש 01.jpg (256.12 KiB) געזען 4953 מאל

ארון קודש 02.jpg
ארון קודש 02.jpg (136.48 KiB) געזען 4953 מאל

ארון קודש 03.jpg
ארון קודש 03.jpg (129.27 KiB) געזען 4953 מאל

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2018 10:00 am
דורך שטאלצער יוד
חמרא טבא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:מיר אויך, אבער היינט גייט עס אזוי, ער האט עס כאטש נישט געמאכט די זעלבע גרויס,

אמאל נישט?

דער מפרסמין עושי מצוה פונעם הייליגען רשב"א וואס דער מחבר פס'קנט אין שלחן ערוך איז נישט געזאגט געווארן אויף נשים צדקניות?

וואס איז די עקלעריי אין דעם?

רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געגעבן א נאמען פאר די ערשטע שול וואס ער האט געבויעט 'אהל רחל' לעילוי נשמת בתו הצדיקת הרבנית רחל מסאטמאר ע"ה, עס האט אייך געעקלט? און אלע דורות האבן מחברי ספרים אריינגעשטעלט אין די הקדמה א יישר כח פאר נוות ביתם, אלס חלק כחלק יאכלו, עס עקלט אייך?

הענגן א שילד אינדרויסן פון ביהמ"ד איז נישט די זעלבע ווי אויפן מזרח וואנט

א געפילישע חילוק?

די גרויסע ארון הקודש אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל האט מנדב געווען די רביצין הרבנית אלטא פיגא ע"ה, איר נאמען פיגורירט פראמינענט אויפן ארון הקודש און אויף די פרוכת, ס'עקלט אייך?
אינעם זעלבן ביהמ"ד איז דא א טאוול אויפן 'מזרח וואנט' מנצח צו זיין זכרונו פון הנגיד ר' משה ווייס ע"ה פון לאס אנזעשעלעס וואס האט מנדב געווען די שיפוץ פון די ווענט, אינאיינעם ווערט אויסגערעכנט זיין ווייב ע"ה, ס'עקלט?

הילני המלכה עשתה נברשת של זהב אינעם בית המקדש, די משנה רעכנט עס פראמינענט אויס צווישן די וואס מ'איז מזכיר לשבח, עס עקלט?

הייסט איר פארשטייט לכאורה נישט פארוואס מ'מאכט אן אנדערע סייז די פרוי'ס נאמען


מיר זעהט אויס אז עס טוט זיך דא א צימישעניש.

געבן א נאמען לעלוי נשמת א פרוי איז אלעמאל געווען, אזוי ווי ס'איז דא שיין צוגעברענגט געווארן אהל רחל, צל"ח וכו'.

אבער, א נדבה איז געגעבן געווארן דורך פלוני וזוגתו שמעקט שוין פון די היינטיגע גוי'שע wאמען'ס רייטס עפאכע. ביי יודן איז א פרוי בטל צום מאן, זי פארמאגט נישט קיין אייגן געלט, זי געבט נישט אליין קיין צדקה (א דבר מועט מען יא נעמען פון זיי), די מאן איז דער וואס איז בעל הבית אויף די געלט, ער איז די מחליט, און ער איז די נדבן, עס איז אוודאי קלאר אז די פרוי וואס האט עם צוגעהאלפן זיך צו פירן ריכטיג און צו ניצן די געלט אויף מכבד צו זיין דעם אייבערשטן שכרה הרבה מאד, אבער צו שרייבן "זאת נדבת" פאסט נאר צו שרייבן די מאן'ס נאמען, מ'דארף ניטאמאל אויסשמועסן אז ווען ער געבט א נדבה, איז זי א שותף אין די דבר מצוה.

ווייטער אן אלמנה איז שוין א אנדערע מעשה, זי קען געבן און מ'קען שרייבן איהר נאמען לאלו שלא קבלו חומרת הגה"ק ממונקאטש זצ"ל.

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2018 10:20 am
דורך מיללער
שטאלצער,

חנה קילא זעלגפעלד און טעמא זופניק זענען נאך געווען פאר די פרויען-רעכטן עפאכעס, פיגורירנדיג פראמינענט אין סאטמארער שוהל בחיי בעליהם אלס חלק כחלק יאכלו םון די נדבות.

אבי ס'דא פירצות אויף וואס מוחה צו זיין

געשריבן: פרייטאג יוני 29, 2018 10:32 am
דורך מחזור
מרת קויפמאן'ס קעמפ
פערל קויפמאן אשת ר' ליפא

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 11:40 am
דורך אחת ואחת
סאיז כאטש א מיידל קעמפ

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 11:50 am
דורך ניס קראכער
אחת ואחת האט געשריבן:סאיז כאטש א מיידל קעמפ

אין וואס איז דאס?

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 10:54 pm
דורך שטיגליץ
נייע ארון קודש אין ביהמ"ד הגדול וויזשניץ אין מאנטריאל

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 10:56 pm
דורך בשעה שיש
פארדינט האט געשריבן:
פארדינט האט געשריבן:אויפפרישן אביסל דא...

עס ווערט יעצט אויפגעשטעלט אן ארון קודש אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס אין קרית יואל, מעשה ידי אומן פון ר' ישראל ווייסבערג.

די אלע בילדער זענען נאך פון די פעקטארי.

די רינדעכיגע לעכער ווי די קרוינען ליגן גייט זיין פון גלאז מיט לעד לייטס.
די צוועלעף פענסטערס אויף די צוויי זייטן גייט זיין די שבטים פון גלאז מיט לעד לייטס.



שוין כמעט פערטיג.

ארון קודש 01.jpg

ארון קודש 02.jpg

ארון קודש 03.jpg

אויף די בילדער איז עס שענער

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 12:49 am
דורך חמרא טבא
שטיגליץ האט געשריבן:נייע ארון קודש אין ביהמ"ד הגדול וויזשניץ אין מאנטריאל

די ערשטע מאל כ׳זעה אן ארון קודש מיט פענסטער דערינען אבער בכלליות איז עס א שיין שטיקל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 03, 2018 10:34 am
דורך פריילאך
מיללער האט געשריבן:שטאלצער,

חנה קילא זעלגפעלד און טעמא זופניק זענען נאך געווען פאר די פרויען-רעכטן עפאכעס, פיגורירנדיג פראמינענט אין סאטמארער שוהל בחיי בעליהם אלס חלק כחלק יאכלו םון די נדבות.

אבי ס'דא פירצות אויף וואס מוחה צו זיין


דאכציך אויף אן ארון קודש איז מען יא מקפיד בכמה מקומות שלא לכתוב שמות נשים.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 04, 2018 11:54 pm
דורך אסדר לסעודתא
מיללער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:באקומען אין אישי פון איינע פון די לייבן פון אייוועלט הרוצה בעילום שמו:

בכלל נישט "געפיליש".

דער הייליגער מונקאטשער רב זי"ע האט נישט ערלויבט א נאמען פון א פרוי אויף די ארון הקודש אדער ספר תורה.

איר קענט זאגן נישט אלע האבן אזוי אנגענומען, אבער "געפילש" קומט דא נישט אריין.

באקומען פונעם זעלבן לייב די זעלבע לשון.

אוודאי מיט א מקור פונעם הייליגן מנח"א איז עס מער נישט 'געפיליש', ותשוח"ח פאר'ן משלח וואס האט צוגעברענגט די מראה מקום..

חידוש נפלא, ווייל איך ווייס פון א מונקאטשער ארון קודש מיט א שם אשה אויפן פרוכת. איך דארף איבערקוקן, אבער כמעט זיכער.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 04, 2018 11:56 pm
דורך אסדר לסעודתא
חמרא טבא האט געשריבן:
שטיגליץ האט געשריבן:נייע ארון קודש אין ביהמ"ד הגדול וויזשניץ אין מאנטריאל

די ערשטע מאל כ׳זעה אן ארון קודש מיט פענסטער דערינען אבער בכלליות איז עס א שיין שטיקל

אין קרית יואל איז דא א שיין ריזיג ארון קודש מיט פענסטער דערין. איינע פון די נייע בתי מדרשים געבויט ארום פופצן יאר צוריק.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:42 am
דורך אלמוני
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:באקומען אין אישי פון איינע פון די לייבן פון אייוועלט הרוצה בעילום שמו:

בכלל נישט "געפיליש".

דער הייליגער מונקאטשער רב זי"ע האט נישט ערלויבט א נאמען פון א פרוי אויף די ארון הקודש אדער ספר תורה.

איר קענט זאגן נישט אלע האבן אזוי אנגענומען, אבער "געפילש" קומט דא נישט אריין.

באקומען פונעם זעלבן לייב די זעלבע לשון.

אוודאי מיט א מקור פונעם הייליגן מנח"א איז עס מער נישט 'געפיליש', ותשוח"ח פאר'ן משלח וואס האט צוגעברענגט די מראה מקום..

חידוש נפלא, ווייל איך ווייס פון א מונקאטשער ארון קודש מיט א שם אשה אויפן פרוכת. איך דארף איבערקוקן, אבער כמעט זיכער.

די פרוכת אינעם גרויסן מונקאטשער בית מדרש איז לע״נ דער מנחת אלעזר׳ס רעביצין

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:45 am
דורך פערדס מיניסטער
:arrow:
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך


אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל שטייט אויפן ארון קודש נדבות הרבנית אלטא פיגא.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 2:57 am
דורך בבל
.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 3:56 pm
דורך ?אפשרטאקע
אלמוני האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:באקומען אין אישי פון איינע פון די לייבן פון אייוועלט הרוצה בעילום שמו:

בכלל נישט "געפיליש".

דער הייליגער מונקאטשער רב זי"ע האט נישט ערלויבט א נאמען פון א פרוי אויף די ארון הקודש אדער ספר תורה.

איר קענט זאגן נישט אלע האבן אזוי אנגענומען, אבער "געפילש" קומט דא נישט אריין.

באקומען פונעם זעלבן לייב די זעלבע לשון.

אוודאי מיט א מקור פונעם הייליגן מנח"א איז עס מער נישט 'געפיליש', ותשוח"ח פאר'ן משלח וואס האט צוגעברענגט די מראה מקום..

חידוש נפלא, ווייל איך ווייס פון א מונקאטשער ארון קודש מיט א שם אשה אויפן פרוכת. איך דארף איבערקוקן, אבער כמעט זיכער.

די פרוכת אינעם גרויסן מונקאטשער בית מדרש איז לע״נ דער מנחת אלעזר׳ס רעביצין


שטייט נישט די נאמען, עס שטייט הרבנית וכו' מחברתו של רבינו וכו'

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 6:50 pm
דורך הילולא דצדיקיא
נייע ארון קודש אינעם טשערקאסער ביהמ"ד
אויף 11 Mordche Scher Blvd
בגלילות קרית יואל
ארון קודש טשערקאס קרית יואל.PNG
ארון קודש טשערקאס קרית יואל.PNG (620.17 KiB) געזען 4847 מאל


ווערט היינט נתחנך, מיט א הכנסת ספר תורה

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 7:25 pm
דורך אסדר לסעודתא
?אפשרטאקע האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:
אסדר לסעודתא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:באקומען אין אישי פון איינע פון די לייבן פון אייוועלט הרוצה בעילום שמו:

בכלל נישט "געפיליש".

דער הייליגער מונקאטשער רב זי"ע האט נישט ערלויבט א נאמען פון א פרוי אויף די ארון הקודש אדער ספר תורה.

איר קענט זאגן נישט אלע האבן אזוי אנגענומען, אבער "געפילש" קומט דא נישט אריין.

באקומען פונעם זעלבן לייב די זעלבע לשון.

אוודאי מיט א מקור פונעם הייליגן מנח"א איז עס מער נישט 'געפיליש', ותשוח"ח פאר'ן משלח וואס האט צוגעברענגט די מראה מקום..

חידוש נפלא, ווייל איך ווייס פון א מונקאטשער ארון קודש מיט א שם אשה אויפן פרוכת. איך דארף איבערקוקן, אבער כמעט זיכער.

די פרוכת אינעם גרויסן מונקאטשער בית מדרש איז לע״נ דער מנחת אלעזר׳ס רעביצין


שטייט נישט די נאמען, עס שטייט הרבנית וכו' מחברתו של רבינו וכו'

אויבן בהיכל הישיבה שטייט אויך נישט קיין נאמען?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 05, 2018 7:41 pm
דורך לעמבערגער איד
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:נייע ארון קודש אינעם טשערקאסער ביהמ"ד
אויף 11 Mordche Scher Blvd
בגלילות קרית יואל
ארון קודש טשערקאס קרית יואל.PNG


ווערט היינט נתחנך, מיט א הכנסת ספר תורה

טשערקאס ביהמ״ד איז נישט אויף 11 מרדכי שעהר, און 11 מרדכי שעהר איז נישט בגלילות קרית יואל נאר די סאמע צענטער פון קרית יואל....