חמרא טבא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:חמרא טבא האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אחת ואחת האט געשריבן:מיר אויך, אבער היינט גייט עס אזוי, ער האט עס כאטש נישט געמאכט די זעלבע גרויס,
אמאל נישט?
דער מפרסמין עושי מצוה פונעם הייליגען רשב"א וואס דער מחבר פס'קנט אין שלחן ערוך איז נישט געזאגט געווארן אויף נשים צדקניות?
וואס איז די עקלעריי אין דעם?
רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געגעבן א נאמען פאר די ערשטע שול וואס ער האט געבויעט 'אהל רחל' לעילוי נשמת בתו הצדיקת הרבנית רחל מסאטמאר ע"ה, עס האט אייך געעקלט? און אלע דורות האבן מחברי ספרים אריינגעשטעלט אין די הקדמה א יישר כח פאר נוות ביתם, אלס חלק כחלק יאכלו, עס עקלט אייך?
הענגן א שילד אינדרויסן פון ביהמ"ד איז נישט די זעלבע ווי אויפן מזרח וואנט
א געפילישע חילוק?
די גרויסע ארון הקודש אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל האט מנדב געווען די רביצין הרבנית אלטא פיגא ע"ה, איר נאמען פיגורירט פראמינענט אויפן ארון הקודש און אויף די פרוכת, ס'עקלט אייך?
אינעם זעלבן ביהמ"ד איז דא א טאוול אויפן 'מזרח וואנט' מנצח צו זיין זכרונו פון הנגיד ר' משה ווייס ע"ה פון לאס אנזעשעלעס וואס האט מנדב געווען די שיפוץ פון די ווענט, אינאיינעם ווערט אויסגערעכנט זיין ווייב ע"ה, ס'עקלט?
הילני המלכה עשתה נברשת של זהב אינעם בית המקדש, די משנה רעכנט עס פראמינענט אויס צווישן די וואס מ'איז מזכיר לשבח, עס עקלט?
הייסט איר פארשטייט לכאורה נישט פארוואס מ'מאכט אן אנדערע סייז די פרוי'ס נאמען
מיר זעהט אויס אז עס טוט זיך דא א צימישעניש.
געבן א נאמען לעלוי נשמת א פרוי איז אלעמאל געווען, אזוי ווי ס'איז דא שיין צוגעברענגט געווארן אהל רחל, צל"ח וכו'.
אבער, א נדבה איז געגעבן געווארן
דורך פלוני וזוגתו שמעקט שוין פון די היינטיגע גוי'שע wאמען'ס רייטס עפאכע. ביי יודן איז א פרוי בטל צום מאן, זי פארמאגט נישט קיין אייגן געלט, זי געבט נישט אליין קיין צדקה (א דבר מועט מען יא נעמען פון זיי), די מאן איז דער וואס איז בעל הבית אויף די געלט, ער איז די מחליט, און ער איז די נדבן, עס איז אוודאי קלאר אז די פרוי וואס האט עם צוגעהאלפן זיך צו פירן ריכטיג און צו ניצן די געלט אויף מכבד צו זיין דעם אייבערשטן שכרה הרבה מאד, אבער צו שרייבן "זאת נדבת" פאסט נאר צו שרייבן די מאן'ס נאמען, מ'דארף ניטאמאל אויסשמועסן אז ווען ער געבט א נדבה, איז זי א שותף אין די דבר מצוה.
ווייטער אן אלמנה איז שוין א אנדערע מעשה, זי קען געבן און מ'קען שרייבן איהר נאמען לאלו שלא קבלו חומרת הגה"ק ממונקאטש זצ"ל.