בלאט 23 פון 27

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 7:37 pm
דורך פיניע חזן
yes yes האט געשריבן:אינטערסאנט צי זעהן אז מען דיזיינט א ארון קודש מיט א סימבאל פין די קהילה

די ארון קודש פון קהילת סערעט ויזניץ אין שטאט ביתר, איז אינגאנצען אויסגעשטעלט ווי זייער לאגא.

איך האב נישט קיין בילד דערפון, און נישט געקענט יעצט טרעפן אויף אינטערנעט, אבער ס'איז הערליך

ארון קודש אין בית חב"ד קרית יובל געגענט אין ירושלים

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 7:44 pm
דורך פיניע חזן
גענומען פון חבדאינפא
אויך געבויעט מיט זייער אייביגע לאגא 770

ארון קודש אין בית חב"ד קרית יובל געגענט אין ירושלים

געשריבן: מיטוואך מארטש 28, 2018 7:45 pm
דורך פיניע חזן
גענומען פון חבדאינפא

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2018 7:32 am
דורך yes yes
איך האב געשריבן אז עס אינטערסאנט צי זעהן אז מען דיזיינט א ארון קודש מיט א סימבאל פין די קהילה
ווייל א ארון קודש איז געמאכט צי באשיינען דאס הייליקייט פין אונז אידן. נישט 770 אדער בעלזא / סערעט

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2018 7:56 am
דורך צו געזונט
און די זאך פון "שיין" האט א אנדערן באדייט ביי יעדן מענטש

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2018 10:15 am
דורך שטאלצער יוד
חמרא טבא האט געשריבן:אז מ'לייגט א בילד פונעם ביהמ"ד אין ירושלים איז שוין נישט פאני צו לייגן א סימבאל פון די קהלה אויך...

אין בית מדרש אין גיבערס איז אויך דא בילדער פון אלע וויזניצער בתי מדרשים אינדערהיים און פון מאנסי.

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 29, 2018 10:30 am
דורך חמרא טבא
פיניע חזן האט געשריבן:גענומען פון חבדאינפא

ר"ל

ארון קודש אין שול פון בעל שם טוב

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2018 2:22 pm
דורך פיניע חזן
ארון קודש אין שול פון בעל שם טוב

ארון קודש אין שול פון אפטא'ר רב אין מעזיבוז

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2018 2:23 pm
דורך פיניע חזן
ארון קודש אין שול פון אפטא'ר רב אין מעזיבוז

ארון קודש אין היכל הבעל שם טוב אין מעזיבוז

געשריבן: מאנטאג אפריל 23, 2018 2:24 pm
דורך פיניע חזן
ארון קודש אין היכל הבעל שם טוב אין מעזיבוז

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 9:35 am
דורך פארדינט
אויפפרישן אביסל דא...

עס ווערט יעצט אויפגעשטעלט אן ארון קודש אין ביהמ"ד רב טוב אויף די קארלסבורג גאס אין קרית יואל, מעשה ידי אומן פון ר' ישראל ווייסבערג.

די אלע בילדער זענען נאך פון די פעקטארי.

די רינדעכיגע לעכער ווי די קרוינען ליגן גייט זיין פון גלאז מיט לעד לייטס.
די צוועלעף פענסטערס אויף די צוויי זייטן גייט זיין די שבטים פון גלאז מיט לעד לייטס.

123.JPEG
פארן פעינטן
123.JPEG (323.26 KiB) געזעהן 2387 מאל

ad770a99-c288-440a-a657-9a4a8f661d53.jpg
ad770a99-c288-440a-a657-9a4a8f661d53.jpg (83.09 KiB) געזעהן 2387 מאל

ארון קודש רב טוב.jpg
ארון קודש רב טוב.jpg (316.98 KiB) געזעהן 2387 מאל

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 9:52 am
דורך ענדע צדיק!
סאונדס נייס.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 10:07 am
דורך דער בדחן
דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 10:33 am
דורך הרב_שלום
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

היינט שרייבט מען איבעראל וזוגתו
אפשר קומט ר" קלמן יואל נ"י עשירות נאר אין זיין ווייבס זכות די גמרא זאגט אין מסכת בבא מציעא [דף נט]: "אמר רבי חלבו: לעולם יהא אדם זהיר בכבוד אשתו, שאין ברכה מצויה בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 10:45 am
דורך יאיר גאלד
די ארון קודש דעזיין איז הערליך, אבער אין ווייס אדער ליכטיגערע קאליר וואלט עס געווען אסאך שענער.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 11:51 am
דורך געקומען
יאיר גאלד האט געשריבן:די ארון קודש דעזיין איז הערליך, אבער אין ווייס אדער ליכטיגערע קאליר וואלט עס געווען אסאך שענער.

יא, ווען ער לאזט ווען די האלץ, אנעם פינישן, ווי געזען אויפן פריערדיגן בילד, וואלט דאס געווען א היט.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 11:58 am
דורך אחת ואחת
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

מיר אויך, אבער היינט גייט עס אזוי, ער האט עס כאטש נישט געמאכט די זעלבע גרויס,

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:39 pm
דורך מיללער
אחת ואחת האט געשריבן:
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

מיר אויך, אבער היינט גייט עס אזוי, ער האט עס כאטש נישט געמאכט די זעלבע גרויס,

אמאל נישט?

דער מפרסמין עושי מצוה פונעם הייליגען רשב"א וואס דער מחבר פס'קנט אין שלחן ערוך איז נישט געזאגט געווארן אויף נשים צדקניות?

וואס איז די עקלעריי אין דעם?

רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געגעבן א נאמען פאר די ערשטע שול וואס ער האט געבויעט 'אהל רחל' לעילוי נשמת בתו הצדיקת הרבנית רחל מסאטמאר ע"ה, עס האט אייך געעקלט? און אלע דורות האבן מחברי ספרים אריינגעשטעלט אין די הקדמה א יישר כח פאר נוות ביתם, אלס חלק כחלק יאכלו, עס עקלט אייך?

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:45 pm
דורך יוראפ
הרב מיללער זאגט נאר אין ישיבה האט איר נישט אויסגעשניטן מיט א זשילעט די כלה'ס נאמען פונעם אינוויטעישאן?

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:47 pm
דורך חמרא טבא
מיללער האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

מיר אויך, אבער היינט גייט עס אזוי, ער האט עס כאטש נישט געמאכט די זעלבע גרויס,

אמאל נישט?

דער מפרסמין עושי מצוה פונעם הייליגען רשב"א וואס דער מחבר פס'קנט אין שלחן ערוך איז נישט געזאגט געווארן אויף נשים צדקניות?

וואס איז די עקלעריי אין דעם?

רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געגעבן א נאמען פאר די ערשטע שול וואס ער האט געבויעט 'אהל רחל' לעילוי נשמת בתו הצדיקת הרבנית רחל מסאטמאר ע"ה, עס האט אייך געעקלט? און אלע דורות האבן מחברי ספרים אריינגעשטעלט אין די הקדמה א יישר כח פאר נוות ביתם, אלס חלק כחלק יאכלו, עס עקלט אייך?

הענגן א שילד אינדרויסן פון ביהמ"ד איז נישט די זעלבע ווי אויפן מזרח וואנט

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:49 pm
דורך מחזור
אויף אסאך ארון קודש'ס אין פרוכת'ן אין בית המדרש אויף ראדני סט פלעגט שטיין זאת נדבת ר' יעקב מתתי זעליגפעלד וזוגתו חנה קילא

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:51 pm
דורך פארדינט
געקומען האט געשריבן:
יאיר גאלד האט געשריבן:די ארון קודש דעזיין איז הערליך, אבער אין ווייס אדער ליכטיגערע קאליר וואלט עס געווען אסאך שענער.

יא, ווען ער לאזט ווען די האלץ, אנעם פינישן, ווי געזען אויפן פריערדיגן בילד, וואלט דאס געווען א היט.

מיט די אלע לעקטערס ארום און ארום - וואס קומט נאך - וואלט עס נישט אויסגעזען גוט.

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:52 pm
דורך מיללער
חמרא טבא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
דער בדחן האט געשריבן:דער זאת נדבת מיט די וזוגתו מיטן נאמען אויפן ארון הקודש עקעלט מיך

מיר אויך, אבער היינט גייט עס אזוי, ער האט עס כאטש נישט געמאכט די זעלבע גרויס,

אמאל נישט?

דער מפרסמין עושי מצוה פונעם הייליגען רשב"א וואס דער מחבר פס'קנט אין שלחן ערוך איז נישט געזאגט געווארן אויף נשים צדקניות?

וואס איז די עקלעריי אין דעם?

רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע האט געגעבן א נאמען פאר די ערשטע שול וואס ער האט געבויעט 'אהל רחל' לעילוי נשמת בתו הצדיקת הרבנית רחל מסאטמאר ע"ה, עס האט אייך געעקלט? און אלע דורות האבן מחברי ספרים אריינגעשטעלט אין די הקדמה א יישר כח פאר נוות ביתם, אלס חלק כחלק יאכלו, עס עקלט אייך?

הענגן א שילד אינדרויסן פון ביהמ"ד איז נישט די זעלבע ווי אויפן מזרח וואנט

א געפילישע חילוק?

די גרויסע ארון הקודש אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל האט מנדב געווען די רביצין הרבנית אלטא פיגא ע"ה, איר נאמען פיגורירט פראמינענט אויפן ארון הקודש און אויף די פרוכת, ס'עקלט אייך?
אינעם זעלבן ביהמ"ד איז דא א טאוול אויפן 'מזרח וואנט' מנצח צו זיין זכרונו פון הנגיד ר' משה ווייס ע"ה פון לאס אנזעשעלעס וואס האט מנדב געווען די שיפוץ פון די ווענט, אינאיינעם ווערט אויסגערעכנט זיין ווייב ע"ה, ס'עקלט?

הילני המלכה עשתה נברשת של זהב אינעם בית המקדש, די משנה רעכנט עס פראמינענט אויס צווישן די וואס מ'איז מזכיר לשבח, עס עקלט?

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:54 pm
דורך ניס קראכער
שיין שטיקל דאס!

געשריבן: דינסטאג יוני 26, 2018 1:55 pm

הייסט איר פארשטייט לכאורה נישט פארוואס מ'מאכט אן אנדערע סייז די פרוי'ס נאמען