ארון הקודש - בילדער
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
ארון הקודש - בילדער
דער ארון הקודש איז היינט דער סאמע הייליגסטער ארט ביי אידן אומעטום, אזוי ווייט אז איינער פון די ספרים דרוקט זיך אויס (אינני זוכר מי) ובזמנינו זה כמו קודש הקדשים ממש!
אין די ימים נוראים טראגט דער ארון הקודש א גרויס געוויכט ווען דאס ווערט אן אינטעגראלער טייל פון עבודת היום, עפענען כסדר ביי געהויבענע תפילות, צומאכן און צוריק עפענען וחוזר חלילה. און פארשטייט זיך יעדע מאל באזונדער שעפשען די ליפן א שטילע געבעט "אבינו מלכנו פתח שערי שמים לתפילתנו".
א ארון קודש איז א כמו מיניטשור פון קדש הקדשים און די ארון ברית השם פון בית המקדש, וויבאלד עס האלט די הייליגסטע סקריפטור וואס דער האר פון די וועלט האט געלערנט מיט משה וואס זאל עס איבערגעבן די אידישע פאלק. דערפאר איז דאס אזוי צוזאמגעשטעלט אז די קאמפאנענטס טוען דערמאנען און ערוועקן דעם אמת'דיגן קודש הקדשים. עס אנטהאלט א ארון, דלתות, פרוכת, כתרים, ציורים, פסוקים וואס רעדן פון דעם גרויסקייט פון די תורה און איר לערע, אדער פון די גרויסקייט פון די פאלק וואס לערענט איר ווי למשל 'מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ' וכדומה.
צוליב דעם האבן אידן פון ווען אימער זיך געפירט צו פערהייליקן דאס ארון הקודש און זיך אפגעבן מיט איר געבוי, נישט זשאלעווען קיין געלד און צייט אהערצושטעלן עכטע קונץ שטיק וואס זאל זיין ראוי צו טראגן דעם הייליקן תורה אין זיך. און פארקערט אויך, אז עס זאל זיין א כבוד און שטאלץ פאר די תורה אז אפילו אירע האלטערס ווערן געמאכט מיט גרויס עהרע און פראכט.
איטליכער מאן איז מחוייב אפגעבן כבוד פאר די ארון הקודש, פארנט פון א ארון הקודש זאל מען נישט שטיין מיטן רוקן צו, און מען זאל עס האלטן ריין און ציכטיג און זיכער נישט ווארפן קיינע שמוץ אדער טישוס. עס איז אויך באוואוסט די געשיכטע מיט די פאטער פון רש"י וואס האט אויסגעקערט ארום דעם ארון הקודש מיט זיין בארד און אלס שכר האט ער זוכה געווען די א זון די רבי פון כלל ישראל.
אט איז אייניגע בילדער פון פארשידענע קהילות קדושות בישראל איבער די וועלט פון זעלטן שיינע ארונות קודש, איך אפעליר צו בריינגען נאר גוטע בילדער פון אויסנאם שיינע בילדער צו צייגן די קונץ ווערק.
ביטע אויך צוצייכענען דעם בית המדרש אדער בית הכנסת וואו דער ארון קודש איז אינסטולירט.

- אטעטשמענטס
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
דער פוניבוז'ער ארון קודש האט דאך א גאנצע היסטאריע אונטער זיך וואס איך געדענק נישט פונקטליך, ס'איז ארויף געברענגט פון איטאליע דאכציך, און ס'איז אפאר הונדערט יאהר אלט [פונקליכע אינפארמאציע איז איינגעקריצט אינעם אר"ק אליין], אויך מיין איך אז ס'איז איבערגעדעקט מיט אמת'ע גאלד.
אויך דארף מען אודאי ברענגן א בילד און אינפארמאציע [הייך, פרוכת וכו'] פונעם אר"ק אין בעלזא'ער בית המדרש אין ירושלים.

ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
בילדער פון ארונות קודש
נאך אן אינטערעסאנטער זאך וואס מען זעהט ביי ארונות קודש, אידן פון אלע דורות האבן געמאכט דערפון א זכר נישט בלויז צום ארון ברית נאר געמאכט דאס אויסקוקן ענליך צום בית המקדש זעלבסט.
ווי באקאנט האט די בית המקדש פארמאגט די צוויי ריזיגע זיילן וואס שלמה המלך האט געבויעט מיט חירום, די זיילן האט מען גערופן יכין ובועז, דאס זיינען ניט געווען סתם זיילן נאר באצירט מיט אויסנאם שיינע צירונגען און קונסט ווערק ווי די פסוק פארציילט, עס האט פארמאגט קריינדלעך מיט אויסגעשניצטע בלומעלאך, טרויבעלאך און גלעקעלאך, דאס האט מען גערופן גולת הכותרות, אויף די גולת הכותרות זיינען געווען שבכות, די שבכות האבן פארמאגט 200 מילגרוימען יעדעס איינע און דאס האט באצירט די גולת הכותרות וואס האט עס טראנספארמירט אין א גאר גיגאנטישן אויסקוק.
נאך פארציילן אונז חז"ל אז ביים בעגינען אינדערפרי ווען די זון האט געשטראלט די הייליגע הויז האט די געביידע פון בית המקדש צוריקגעשפיגלט און עס האט אויסגעזען ווי לעבענדיגע וואלן אינעם ים וואס שאקלען זיך מיטן ווינט. אשרי עין ראתה כל אלה.
אט דאס האבן אידן במהלך הדורות אויך פרובירט אריינצובויען אינעם ארון הקודש, צולייגנדיג הערליכע זיילן מיט קרוינדעלעך, אויכעט א מאלעריי פון א הימל מיט די מאורות וואס האט מרמז געווען מעגליך צום ים ווי חז"ל פערציילן אונז. נאך מער זעהט זיך דאס אן אין אוהר אלטע בתי מדרש אין אייראפע וואס זענען געווען געבויט מייסטערהאפטיג שיין.
איך וועל פרובירן צייגן עטליכע בילדער בל"נ.
ווי באקאנט האט די בית המקדש פארמאגט די צוויי ריזיגע זיילן וואס שלמה המלך האט געבויעט מיט חירום, די זיילן האט מען גערופן יכין ובועז, דאס זיינען ניט געווען סתם זיילן נאר באצירט מיט אויסנאם שיינע צירונגען און קונסט ווערק ווי די פסוק פארציילט, עס האט פארמאגט קריינדלעך מיט אויסגעשניצטע בלומעלאך, טרויבעלאך און גלעקעלאך, דאס האט מען גערופן גולת הכותרות, אויף די גולת הכותרות זיינען געווען שבכות, די שבכות האבן פארמאגט 200 מילגרוימען יעדעס איינע און דאס האט באצירט די גולת הכותרות וואס האט עס טראנספארמירט אין א גאר גיגאנטישן אויסקוק.
נאך פארציילן אונז חז"ל אז ביים בעגינען אינדערפרי ווען די זון האט געשטראלט די הייליגע הויז האט די געביידע פון בית המקדש צוריקגעשפיגלט און עס האט אויסגעזען ווי לעבענדיגע וואלן אינעם ים וואס שאקלען זיך מיטן ווינט. אשרי עין ראתה כל אלה.
אט דאס האבן אידן במהלך הדורות אויך פרובירט אריינצובויען אינעם ארון הקודש, צולייגנדיג הערליכע זיילן מיט קרוינדעלעך, אויכעט א מאלעריי פון א הימל מיט די מאורות וואס האט מרמז געווען מעגליך צום ים ווי חז"ל פערציילן אונז. נאך מער זעהט זיך דאס אן אין אוהר אלטע בתי מדרש אין אייראפע וואס זענען געווען געבויט מייסטערהאפטיג שיין.
איך וועל פרובירן צייגן עטליכע בילדער בל"נ.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
דא איז נאך אייניגע.
פון בעלזא בית המדרש אין ירושלים, ממש א כלילת יופי פון א בית מדרש.
די נייע ארון הקודש געשניצט פון מארמארשטיין, א חידוש פון א געדאנק, אין בית המדרש פאפא וומס"ב, זייער קלאסיש.
(אויב איינער האט א קלארע בילד ביטע ארויפשטעלן)
א מעסטער פיעס ביי אן אויסשטעל, איך האלט שוין א אויג דערויף פאר מיין בית המדרש לכשיבנה..
פון בעלזא בית המדרש אין ירושלים, ממש א כלילת יופי פון א בית מדרש.
די נייע ארון הקודש געשניצט פון מארמארשטיין, א חידוש פון א געדאנק, אין בית המדרש פאפא וומס"ב, זייער קלאסיש.
(אויב איינער האט א קלארע בילד ביטע ארויפשטעלן)
א מעסטער פיעס ביי אן אויסשטעל, איך האלט שוין א אויג דערויף פאר מיין בית המדרש לכשיבנה..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
-
- שר העשר
- תגובות: 23
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2012 1:22 pm