היסטאריע פון קעניג אחשורוש

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

היסטאריע פון קעניג אחשורוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

כידוע ליודעי היסטורי׳ אז פון אחשורוש און זיין מלוכה נישט באקאנט צופיל פרטים חוץ פון מקורות חז״ל וואס איז אונז גענוג אבער מיט דעם אלעם איז אינטערסאנט אביסל אויפצוברענגען מער ידיעות איבער אים. זיין נאמען איז באקאנט אין די גוישע וועלט אלס King Xerxes וואס שטימט די מערסטע מיט די שיטה אז ארתחשסתא שמו. די היסטורי׳ האט מלכי פרס איבער 140 יאר וואס איז אינטערסאט לויט די זמן הגליות. געהערט פון די ליטאים אמאל אז חז״ל האבן בכוונה צומישט די חשבונות אויף וואס יאך האב געענטפערט אז די פסוקים קען מען זיכער נישט אויסציען. איי די יארן שטימען נישט ? האב איך מיר אויפגעבויט פארשידענע הערה׳לעך וואס איז אדער יא אדער נישט ריכטיג (איינס פון די צוויי איז זיכער ריכטיג)
א׳ א קעניג האט זיך געלאזט באשרייבן מיט ליגנט אדער אז די יארן זענען סתם לגיונות. דאס איז די ערשטע וואס קומט ארויף.
ב׳ א קעניג האט געווענליך אנגעהויבען זיין קאריערע אלס גענעראל און דאס מבליע געווען אין זיין גאנצן זמן אלס זיין הערשאפט.
ג׳ אין ספר יוסיפין שרייבט ער אז אמאל פלעגן די גוים רעכענען 8 חדשים פאר א יאר ביז מען האט צוגלייגט נאך חדשים ביז צוועלף. לויט דעם אויב האט מען גערעכנט אין פרס לשנת הלבנה פאלט אוועק א שיין ביסל יארן.
ד׳ ווען א מלך האט איינגענומען א מדינה האט מען אנגעפאנגען צו ציילען נאך א יאר פון זיין מלוכה. לפי זה האט מען געקענט צולייגען א שיינע פאר יאר.
ה׳ א בחינה פון קים זשאנג סאנג אדער ענליכע נאמען דער נייער פירער פון North Korea וואס עלטערט זיך זייער שנעל אין יארן.
וועלכע איז די ריכטיגע אדער האט אימיצער נאך השערות?
אגב ליגט מיר אין זכרון אז אחשורוש איז אנגענומען אין די היסטארישע וועלט אלס א זון פון כורש אבער נישט א קינד פון די עמטליכע מלכה וואס שטימט לויט ביידע שיטות
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

הרב גיוואלד, אז איר האט אנגעהויבן שרייבן מאכט שוין א גאנצן זשאב.
בריינגט אהער אלע מקורות און געשרייבאכץ איבער אחשורוש אין היסטאריע, איך און נאך פולע וואלטן דאס זייער געגארט צו ליינען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לגבי ארתחשסתא, ער איז זיכער נישט געווען אחשורוש מכמה טעמים.
קודם אין נחמיה שטייט אז ארתחשסתא איז געווען מלך בבל, "כי בשנת שלשים ושתים לארתחשסתא מלך בבל באתי אל המלך" נחמיה יג ו, אבער אחשורוש וויסן מיר איז געווען מלך פרס.
נאכדעם, האט ארתחשסתא געקעניגט כאטשיק 32 יאר ככתוב בנחמיה, אבער אחשורוש האט געקעניגט פול ווייניגער סיי לויט רש"י אנהויב עזרא "ומכורש עד שתיים לדריוש יח שנה", און סיי להבדיל לויט היסטאריע וואס לויטעט אז אחשורוש האט געקעניגט 20 יאר.
ועוד הרי בפירוש אמרו חז"ל זו כורש זו דריוש זו ארתחשסתא, ר"ה ג:

דיין דריטע פוינט איז שטארק מעגליך און חז"ל אליינס זאגן דאס שנים מקוטעות היו, אבער וואס פארענטפערט דיר דאס.


בכלל ברויך מען גרינטליך פארשטיין די מלכי בבל, מדי און פרס און וויאזוי זיי זענען זיך צאמגעקומען.
עכ"פ לויט רש"י איז דער סדר אזוי:
נבוכדנאצר
אויל מרודך
בלשצר -
דריוש המדי [הראשון]
כורש הראשון - הוא נלחם עם בבל ועליו נאמר בעזרא כה אמר כורש וגו'
אחשורוש
דריוש - הוא כורש השני

מען מוז איבערלערנען בעיון די גמרא מגילה יא: וואס רעכענט אויס פונקטליך די שנים.
אגב, מיר איז שווער די רש"י אין עזרא אויב די 70 יאר האט זיך הערשט געענדיגט ביי שתיים לדריוש, פארוואס האט מען ביי שנה אחת לכורש שוין אנאנסירט דאס בויען, וואס איז סייווי אפגעהאלטן געווארן צוליב די צרי יהודה ובנימין.



הגם נישטערענדיג אביסל אין היסטאריע [בינותי בספרים...] האב איך געטראפן אביסל א צעמישטע סדר, ואנו אין לנו אלא דברי חכמינו ז"ל.

מלכות פרס
די עקזיסטענץ פון מלכות פרס געפונען מיר דאס ערשטע מאל אין יחזקאל כז י' פרס ולוד וגו'. (הגם מיר זעען אז סנחריב האט אריינגעשטעלט פרסיים אין שומרון, דארטן איז נאכנישט געווען א מלכות, אולי)
דער ערשטער מלך פרס ווערט אויסגערעכענט מלך כורש [דער ערשטער], אין עזרא און דניאל רעדט מען פון דעם כורש און מלכות פרס.
דער לעצטער מלך פרס געפונען מיר איז געווען ארתקסרקסס [דער דריטער] וואס איז איינגענומען געווארן דורך אלכסנדרס מוקדון.
אינדערצווישן וויסן מיר איבער פרס פון אנדערע מלכים, אט איז דער סדר לויט היסטאריקער:
כורש הראשון -
קומביסס - ער האט אויסגעשפרייט די מלכות פון לאנד צו לאנד ביז ס'יז געווארן א סופער-מאכט
דריוש הראשון
קסרקסס - Xerxes ובפרסית: חשירש, לויט רוב היסטאריקער איז דאס דער אחשורוש פון מגילה
ארתקסרקסס הראשון - מי זה? בעזרא מוזכר שאחר אחשורוש מלך דריוש
דריוש השני - זה יותר מסתבר והוא דריוש בן אחשורוש כנ"ל
ארתקסרקסס השני
ארתקסרקסס השלישי

לויט הרדוטוס האט כורש געגרינדעט די מלכות פרס בשנת 539 BC און געענדיגט די מלכות 333 BC, דאס הייסט 206 יאר געשטאנען.
קסרקסס-חשירש האט געקעניגט פון 485 ביז 465 BC, דאס איז 54 יאר פונעם גרינדונג.

אט איז וויאזוי הרדוטוס שילדערט זיין מלוכה וואס ענדעלט געוויס אין זיין פערסאנעליטעט לויט אסתר:
קסרקסס איז ארויף אויפן טראן אלט זייענדיג 35 יאר נאכן טויט פון זיין פאטער דריוש. בעפאר איז ער געווען א משנה למלך אין בבל און האט געפירט זיגרייכע מלחמות.
אין אנהויב פון זיין קעניגרייך האט ער פארענדיגט די פעסטונגען פון זיין פאטער אין שושן, און האט איינגעשטילט א מרידה וואס איז אנטשטאנען מצד זיין ברודער וועלכער איז צום סוף געהרג'ט געווארן.

א מרד איז אויפגעשטאנען אין מצרים, אויך איז ארויס א געהיימער בריוו אז די אידן אין ארץ ישראל האבן זיך פארזינדיגט קעגן דעם קעניג - אבער דער זינד איז נישט ארויסגעשריבן געווארן, אחשורוש איז אראפגעפארן מיט א גרויס מיליטער און איינגעשטילט די אויפשטאנד.
אויך אין ארץ ישראל האט ער אפגעשטאט א באזוך און די מרידה איז געקומען צו א שטילשטאנד. [אולי זהו בעזרא ד ה': ומלכות אחשורוש בתחילת מלכותו כתבו שטנה על יושבי יהודה וירושלים]

[יתכן אז די משתה גדול בשנת שלוש למלכו איז געווען לאור פון דעם זיג עי' תרגום]

ווידער איז געקומען באריכטן פון א מרד אין בבל, אחשורוש איז אהינגעפארן אין געמאכט שנעל סדר, די גרויסע צלם וואס נבוכנדראצר האט אויפגעשטעלט האט ער צעווארפן און צעלאזט, דער צלם איז געווען א שטיק גאלד און געוואויגן אומגעהויער שווער, פון דארט האט ער ערווארבן א ריזיגן עשירות. אויך איז א שווערע שטייער ארויפגעלייגט געווארן אויף בבל וואס איז באשטאנען פון פיר מיליאן שטרלינג א יאר. פון דאן אן האט מען זיי גערופן כלדיים.
[בבל איז דאן צעשטערט געווארן און ס'יז מקוים געווארן די יעוד אויף בבל ולא יהיה לבבל שם ושאר נין ונכד, ישעיה יד]

די סדר פון דעם קעניג איז געווען גאר לוקסוריעז און געלעבט א שוואוילטאג מער פון אלע אנדערע קעניגן, [אולי זהו שאמרו בגתן ותרש מיום שבא זה לא ראינו שינה בעינינו], ספעציעל מיט אסך עסן און נשים, זיינע סעודות זענען געווען הערליך דעקארירט מיט גאר טייערע כלים פון אלע סארטן. ארום זיין חצר האבן טעגליך געגעסן ארום פופצן טויזענט מאן. (נע, פוד סטעמפס האט סך מער..)
אין מלכות פרס איז געווען איינגעפירט אז אין די הויף איז געווען געשטעלט א סריס וואס האט געהאט א גאר הויכע שטעלע [אולי מרדכי], אויך האט ער געהאט א נושא הגביע [אולי שומרי הסף]. די יועצים פונעם קעניג זענען באשטאנען פון זיבן מאן פון די גאר חשובסטע משפחות במלכות פרס. זיין פרוי האט ער גענומען געווענליך פון איינע פון די משפחות.
הורדוטוס זאגט די פרוי פון אחשורוש האט געהייסן אמסוריס.

א באזונדערע מלכות איז געווען פאר די קעניגן, זי האט געוועלטיגט אויף די פרויען און געטון מיט זיי ככל העולה על רוחה. אירע קליידער זענען געווען גאר קעניגליך און מיט א קרוין אויפן קאפ.

די זיצונגען אינערהאלב די מלוכה מענער זענען פארגעקומען אונטער די השפעה פון וויין. אזוי זענען געמאכט געווארן סענסיטיווע קעניגליכע באשלוסן צווישן איין גלעזל אינעם צווייטן. געווענליך פלעגט מען נישט אפחתמ'נען א כתב נאר אויפצומארגענס פונעם זיצונג כדי צו ערלויבן די וויין זאל אויסוועפן.
דער קענגי איז געווען גענצליך פאראנטווארטליך פארן די לעבן פון זיינע אונטערטאנען און לויט זיין ווארט האט מען געהרגט און געמשפט. אויב איז איינער ארויס חייב ביים משפט האט מען אויך זיינע קינדער געשטראפט. [אולי זהו ואת עשרת בני המן תלו]

די פרסישע געזעצען זענען נישט געווען אכזריות'דיג נאר פארקערט, א נאנטשאפט האט געהערשט צווישן די מלוכה און די מאסן, דער קעניג האט פול מאל געטיילט מתנות פאר די איינוואוינער. [קעש בענעפיטס, נישט נאר פאר די ארימע נאר אויך פאר די רייכע..]
זיין שטול איז געווען א הויכע, ער איז געווען באצירט מיט בגדי ארגמן, תכלת, א אייגנארטיגע גאלדענע טיכל, נזמים וצלמים של זהב, א באגילדעטע רוט און א אויסגעשארפע שווערד ביי די לענדן. [סעלפאן בזמן הזה]

די קאראוואן [עסקארט] פון קעניג איז באשטאנען פון צוויי טויזענט רייטער און צוויי טויזענט פיסגייער [אבי געזאגט אז סיקרעט סערוויס איז הערשט געשאפן געווארן ביי קענעדי], די פיסגייער האבן געטראגן רוטן מיט טשוואקעס ביי די עקן, אויב איינער האט גענענט אנע ערלויבעניש איז ער תיכף צעשטאכן געווארן צום טויט [אולי זה מבואר במגילה ?]

אין יאר 480 BC האט ער געגליסט אויך איינצונעמען יון, ער האט זיך אראפגעלאזט מיט א ריזן מילטער פון הונדערט טויזענט מאן און טויזענט שיפן און זיך פארלאזט אויף זיינע גלענצענדע נצחונות פון פריער. דארט אבער איז אים שוין נישט אזוי גוט געגאנגען און אסך אנדערע קענגירייכן זענען געווארן פארמישט אין די שלאכט, ביז עס האט זיך געשאפן א אינערליכע אויפשטאנד און ער איז געמארדערט געווארן אין יאר 465 BC. דאן האט זיין צווייטער זון ארתקסרקסס געהרג'ט זיין ברודער דריוש און איבערגענומען די מלוכה.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

אביסל איבער דעם אחשורוש'ן פון וויקיפידיע בבחינת תן לחכם ויחכם עוד:

http://en.wikipedia.org/wiki/Ahasuerus
און:
http://en.wikipedia.org/wiki/Xerxes_I_of_Persia
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10652
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

עס איז דא א בוך פון הרב יהודה לנדי, Purim And The Persian Empire,
איך האב געהערט פון איהם א lecture איינמאל אין די נושא, ער רעדט איבער
אלעס ארום.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

נישט געוויסט אז דער שוועמל האט אזא שיינע שריפט
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווי ס'קען זיין צוויי מאן דאומרים י"א מלך חכם הי' וי"א מלך טיפש.
עס איז דאך צוויי עקסטרעמע עקן. ווי אזוי איז שייך איין מענטש זאל מען קענען אפלערנען אלץ די גרעסט חכם און אויך די גרעסטע טיפש.

במשך די תקופה פון ערוועלן דעם נייעם פרעזידענט איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן.
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אויסגערעכנט האט געשריבן:נישט געוויסט אז דער שוועמל האט אזא שיינע שריפט

ס'איז נאכנישט געווען כ"א כסליו און דו האלסט שוין ביי פורים?!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זע שטאלצער ענפערט די ריכטיגע ענפער נאך פאר די פראגע.

תשובה שאלה פלעכטן אשכול אלערט!!
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

אויסגערעכנט האט געשריבן:זע שטאלצער ענפערט די ריכטיגע ענפער נאך פאר די פראגע.

תשובה שאלה פלעכטן אשכול אלערט!!

עמוק
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

הרב אלכסנדר הול אין זיין געוואלדיגן בוך The Challenge of Jewish History איז מברר אז אחשורוש איז געווען קומבסיס, וועלכער האט געהערשט נאך דריוש המדי און כורש. שטימט די מערסטע מיט סדר עולם און חז"ל. איי די יארן סתירות מיט די אלגעמיינע היסטאריקער וועלכע גיבן בלויז 8 יאר פאר קומבסיס, איז ער מבאר מיט ראיות אז אחשוורוש/קומבסיס האט געקעמפט די ערשטע טייל פון זיין מלוכה אין צפון אפריקע (כוש/הודו). און ווען מ'רעכנט צוזאם זיין גאנצע קאדענץ שטעלט זיך ארויס א חשבון פון 14 יאר.

דריוש (כורש השני שנחמץ, ארתחשסתא) האט אין זיין צווייטע יאר געגעבן רשות צו בויען דעם ביהמ"ק. אלכסנדר מוקדון האט אים באזיגט אין די 36'טע יאר פון זיין מלכות. מלכת פרס איז ווייטער געבליבן אזוי ווי די רעקארדס זאגן עדות, אבער בלויז אויף א גאר קליינעם, לאקאלן פארנעם. (הרב הול ברענגט הוכחות דערויף). די אלגעמיינע היסטאריקער זענען אבער ביי די מיינונג אז מלכות פרס איז ווייטער אנגעגאנגען פאר לאנגע יארן אויף א געהעריגן פארנעם ביז דער לעצטער מלך, דריוש השלישי, און הערשט דאן איז אלכסנדר מוקדון ארויף און באזיגט פרס. אבער לפי זה קומט צו בערך נאך 168 יאר צו בית שני (דער דיפערענץ צווישן דריוש און דריוש השלישי), וואס דאס שטימט נישט מיט די דברים חז"ל סיי אז בית שני איז געשטאנען בלויז 420 יאר, און סיי לגבי אונזער היסטאריע. למשל לויט יענעם חשבון איז פארהאן א ריזיגע חלל צווישן עזרא/נחמיה/חגי ושאר כנסת הגדולה (בנין בית שני וירושלים) און שמעון הצדיק (שהיה כה"ג בשעת מלחמת אלכסנדר). דאס איז א סתירה צו אונזער שלשלת הקבלה וועלכע לייגט שמעון הצדיק גלייך ביים סוף פון די אנשי כנסת הגדולה.
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4067
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

רש׳׳י אויף א פלאץ (דענק נישט וואו לעת עתה) דעראנט דעם קאמביסי און אלץ אן אנדער מלך.
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

ארויס מיט דעם אשכול,
סאיס דאך הזמן גרמא.
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתמר יפרח »

עס ווערט געברעגט אין אבן עזרא אין נאך אז יעדע קעניג אין פרס האט מען גערופן ארתחשסתא, א שטייגער ווי פרעה אין מצרים, דאס פארענפערט אסאך סתירות.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2905
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

Gevald Geshrigen האט געשריבן:רש׳׳י אויף א פלאץ (דענק נישט וואו לעת עתה) דעראנט דעם קאמביסי און אלץ אן אנדער מלך.

רש"י אין ערגעץ אין דניאל בשם יוסיפון.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

מיר שווער געווארן דעם שבת, וואס איז פשט לויט די מ"ד אז קיינער איז נישט געווען אזוי חשוב ווי אחשורוש, פארדעם האט מען אים אויפגענומען אלס מלך, ער איז דאך געווען א פשוטער היטער ביים פערדן שטאל ???

[לשון הגמ': דלא הוה איניש דחשיב למלכא כוותיה]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

עין ערך אחשורוש של דורנו.

ובזה נתישב גם כן הפלא שיחלקו חז"ל במציאות אם הי' חכם או טיפוש.

--------

יעמט זעה איך אז @שטאלצער איד שרייבט שוין דערוועגן.

די חילוק איז אז יעמאלט פלעגט זיין א מחלוקה וואס ער איז, היינט ווייסט מען שוין אז עס איז דא אין אים פון ביידע, די שאלה איז וואס אזא מענטש איז.

אויף דעם אחשורוש פון די מגילה ברענגט מען למעשה אויך ראיות אויף ביידע וועגן אין די גמרא.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9090
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

צל עובר האט געשריבן:עין ערך אחשורוש של דורנו.

ובזה נתישב גם כן הפלא שיחלקו חז"ל במציאות אם הי' חכם או טיפוש.

--------

יעמט זעה איך אז @שטאלצער איד שרייבט שוין דערוועגן.

די חילוק איז אז יעמאלט פלעגט זיין א מחלוקה וואס ער איז, היינט ווייסט מען שוין אז עס איז דא אין אים פון ביידע, די שאלה איז וואס אזא מענטש איז.

אויף דעם אחשורוש פון די מגילה ברענגט מען למעשה אויך ראיות אויף ביידע וועגן אין די גמרא.


לערן אדורך דעם מלבי״ם אויף מגילת אסתר [לענינינו איז קאפיטל א׳ די וויכטיגסטע], העסטו זעהן אז דער אחשוורוש שבדורינו האט משוגענע ענליכקייטן צו אחשוורוש דער נאר.

די וועג וויזוי ער האט זיך פארזיכערט מיטן טראן, מיט די דעמאלטס׳דיגע ריגד סיסטעם. און בכלל וויזוי ער האט אוועקגעשטעלט זיין מלוכה. וויזוי ער האט זיכערגעמאכט אז יעדער אנערקענט זיין רייכטום. זיין אפענע גאוה.. וכו׳ וכו׳. מלך פיקח ומלך טיפוש זענען בכלל נישט קיין צוויי קעגנזייטיגע זאכן.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
עין ערך אחשורוש של דורנו.

ובזה נתישב גם כן הפלא שיחלקו חז"ל במציאות אם הי' חכם או טיפוש.

--------

יעמט זעה איך אז @שטאלצער איד שרייבט שוין דערוועגן.

די חילוק איז אז יעמאלט פלעגט זיין א מחלוקה וואס ער איז, היינט ווייסט מען שוין אז עס איז דא אין אים פון ביידע, די שאלה איז וואס אזא מענטש איז.

אויף דעם אחשורוש פון די מגילה ברענגט מען למעשה אויך ראיות אויף ביידע וועגן אין די גמרא.
לערן אדורך דעם מלבי״ם אויף מגילת אסתר [לענינינו איז קאפיטל א׳ די וויכטיגסטע], העסטו זעהן אז דער אחשוורוש שבדורינו האט משוגענע ענליכקייטן צו אחשוורוש דער נאר.

די וועג וויזוי ער האט זיך פארזיכערט מיטן טראן, מיט די דעמאלטס׳דיגע ריגד סיסטעם. און בכלל וויזוי ער האט אוועקגעשטעלט זיין מלוכה. וויזוי ער האט זיכערגעמאכט אז יעדער אנערקענט זיין רייכטום. זיין אפענע גאוה.. וכו׳ וכו׳. מלך פיקח ומלך טיפוש זענען בכלל נישט קיין צוויי קעגנזייטיגע זאכן.
כהער...
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”