ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

ווייסט איר אייער יחוס בן אחר בן עד אדם הראשון?

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג ינואר 23, 2012 11:21 pm

כ'בין נייגעריג וויפיל עס איז פארהאן וואס ווייסן א קלארע יחוס עד אדם הראשון.
צו וויפל אידן כ'אב שוין גערעדט האט נאך קיינער נישט געוואוסט, און רוב האבן שוין ספיקות ביים 5-6 דורות ארויף.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג ינואר 23, 2012 11:23 pm

מיין ערשט פארריקטע קאזון האט א יוחס ביז אדם הראשון, אבער אבער געציילטע מאל איז אויך די נכד, בן אחר בן גלייב איך נישט אז ס'דא איינער
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג ינואר 23, 2012 11:41 pm

מיין שכן א גר האט אזא יחוס בריוו אויף איין לוס-ליעף פאפיר
עס הייבט זיך אן אברהם בן אברהם בן תרח וכו'

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג ינואר 23, 2012 11:50 pm

עס איז זייער פשוט
מיין טאטע איז א זוהן פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע וכו' ביז אדם הראשון
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג ינואר 23, 2012 11:52 pm

עס איז דא אפאר משפחות וואס האבן ביז אדם הראשון, הורעוויץ, מהרא"ל, יעדער וואס קען זיך אנהאקען אין די משפחות, האט ביז ארויף.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מאנטאג ינואר 23, 2012 11:58 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז דא אפאר משפחות וואס האבן ביז אדם הראשון, הורעוויץ, מהרא"ל, יעדער וואס קען זיך אנהאקען אין די משפחות, האט ביז ארויף.

נישט בן אחר בן, ווי אויך מיינעך איז נין ונכד אריינגעמישט
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 12:01 am

ניק ניק האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז דא אפאר משפחות וואס האבן ביז אדם הראשון, הורעוויץ, מהרא"ל, יעדער וואס קען זיך אנהאקען אין די משפחות, האט ביז ארויף.

נישט בן אחר בן, ווי אויך מיינעך איז נין ונכד אריינגעמישט

שועמל שרייבט נישט בן אחר בן, און נין ונכד ביסטו גערעכט, אבער דארט האמער געווענדליך ווערטער פון ראשונים וואס באשטעטיגען עס, דאס איז ביי מיר פונקט אזוי שטאר ווי א יחוס בריוו.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג ינואר 24, 2012 12:07 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז דא אפאר משפחות וואס האבן ביז אדם הראשון, הורעוויץ, מהרא"ל, יעדער וואס קען זיך אנהאקען אין די משפחות, האט ביז ארויף.

נישט בן אחר בן, ווי אויך מיינעך איז נין ונכד אריינגעמישט

שועמל שרייבט נישט בן אחר בן, און נין ונכד ביסטו גערעכט, אבער דארט האמער געווענדליך ווערטער פון ראשונים וואס באשטעטיגען עס, דאס איז ביי מיר פונקט אזוי שטאר ווי א יחוס בריוו.

קודם כל ער שרייבט יא בן אחר בן (זעה קעפל), און איך בין חלילה נישט מסופק קיין זיז משהו בדברי מהרא"ל איך בין נאר מסופק אויב לייגט מען אריין נין האב איך גלייך מיין יחוס, איך בין א זין פון מיין טאטע בן זקיני ז"ל נין ונכד ליעקב ע"ה בן יצחק בן אברהם נין לאדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה....
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 12:12 am

ניק ניק האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:שועמל שרייבט נישט בן אחר בן, און נין ונכד ביסטו גערעכט, אבער דארט האמער געווענדליך ווערטער פון ראשונים וואס באשטעטיגען עס, דאס איז ביי מיר פונקט אזוי שטאר ווי א יחוס בריוו.

קודם כל ער שרייבט יא בן אחר בן (זעה קעפל), און איך בין חלילה נישט מסופק קיין זיז משהו בדברי מהרא"ל איך בין נאר מסופק אויב לייגט מען אריין נין האב איך גלייך מיין יחוס, איך בין א זין פון מיין טאטע בן זקיני ז"ל נין ונכד ליעקב ע"ה בן יצחק בן אברהם נין לאדם הראשון יציר כפיו של הקב"ה....

סארי כ'האב נישט געזען די קעפל, נאר די תגובה!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דינסטאג ינואר 24, 2012 12:59 am

אויב איך הויב אן פון אונטן ארויף קען איך נאר 6 דורות ארויף. אויב הויב איך אן פון אויבן אראפ, קען איך א 30-40 דורות. און נאך 30 דורות מעגט איר מיר גלייבן אויפ'ן ווארט אז איך בין יענעמ'ס א זונ'ס א זונ'ס א זון.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 24, 2012 1:09 am

נישט בא"ב האב איך 150 דורות ביז אדם
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 1:11 am

שוועמל האט געשריבן:נישט בא"ב האב איך 150 דורות ביז אדם


wow אינז זעמער קאזינס!! ;l;p- ;l;p-
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 24, 2012 1:27 am

נאכאלץ קאזינס? אזוי פאריקט ביסטו?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג ינואר 24, 2012 3:54 am

ניק ניק האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז דא אפאר משפחות וואס האבן ביז אדם הראשון, הורעוויץ, מהרא"ל, יעדער וואס קען זיך אנהאקען אין די משפחות, האט ביז ארויף.

נישט בן אחר בן, ווי אויך מיינעך איז נין ונכד אריינגעמישט

וואו האט יענער געזאגט איך בין בן אחר בן פין צאנזע רב וואס בין איך שולדיג אז א באבע האט זיך אריינגעריקט אינדערמיט!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג ינואר 24, 2012 5:55 am

א שוועסטערל מיינע זייענדיג זעקס יאר אלט, נו, איז מען געפארן קיין קאנאדא, דאן אין מיטל אלטער פלעג מען דארפן ווייזן א געבורט שיין ביים גרעניץ ותו לא.

ביים גרעניץ פרעגט מיין פאטער זז״ג די מוטער שתחי׳, האסטו רעדי די בירטה סערטיפיקעט? רופט זיך אן די שוועסטערל: פארוואס דארפן זיי עס, זיי גלייבן מיר נישט אז איך בין געבוירן?

די זעלביגע דא, כ׳מיין איר גלייבט מיר נישט אז כ׳ביו בן אחר בן פון אדם הראשון... ווי מיינט איר האב איך ארויסגעשפראצט, פון א פייגן בוים?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג ינואר 24, 2012 6:32 am

סביב העולם האט געשריבן:עס איז זייער פשוט
מיין טאטע איז א זוהן פון זיין טאטע און ער פון זיין טאטע וכו' ביז אדם הראשון

עה עה
דאס איז גארנישט
איך בין אנ'אייניקל
נישט נאר דאס
מיין זיידע איז אויך שוין געווען אנ'אייניקל
שוין אין חז"ל טרעפט מען דעם חשיבות פון אנ'אייניקל: ק"ו בן בנו של ק"ו
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

איטשע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג ינואר 24, 2012 7:34 am

1. הורוויץ זענען אייניקלעך פונעם בעל המאור... ביז'ן בעל המאור פעלט דורות, און פונעם בעל המאור איז נישט באקאנט ביז..... "לוי בן יעקב"
2. די רעשט יחסנים ביז אדם הראשון איז דורך רש"י, וואס מען ווייסט קוים ווער זיין טאטע'ס טאטע איז געווען, אפאר דורות אינדערמיט ביז הלל הזקן, וואס זיין יחוס צו יהודה אדער בנין איז אויך א שיינע מיסטערי.
3. און ווער ווייסט דען זיין יחוס ביז רש"י דור אחר דור???
דער מאקימוס וואס א משפחה ווייסט היינט "דור אחר דור", וואס פארמאגט גיטע מקורות איז בע' 30 דורות... (משפחת לוריא, טריוויש, עפשטיין, הורוויץ), ביז אדם הראשון איז "אביסעלע" מער פון דעם....

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג ינואר 24, 2012 8:16 am

איינער האט אמאהל געזאגט אז ער איז אנ'אייניקל פון רש"י בן אחר בן....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג ינואר 24, 2012 8:46 am

שוועמל הייב נישט אן, וועסט זיך נאך אנשטויסן אין א מאנקי...

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 9:29 am

יארמער רב שליט"א האט אמאל געשריבען אויף א חתונה הזמנה,יעקב מיללער נין ונכד לאדם הראשון יצור כפיו של הקב"ה.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 12:25 pm

שוועמל האט געשריבן:נאכאלץ קאזינס? אזוי פאריקט ביסטו?

צו זיין דיין קאזין, בין איך גרייט אויף אלעמען!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

אלע אידען זענען קאזינס

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 24, 2012 2:14 pm

אלע אידען זענען קאזינס. דער וועלט זאגט אז ווען צוויי אידען טרעפען זיך און זיי זענען נאך נישט קיין קרובים איז א סימן אז זיי האבען נישט גערעדט גענוג לאנג - לאמיר מסביר זיין.

10 דורות אויף צוריק
______________
יעדער מענטש האט צוויי עלטערען, 4 זיידעס און באבעס, 8 עלטער זיידעס און באבעס, 16 עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 32 עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 64 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 128 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 256 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 512 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס, 1024 עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער-עלטער זיידעס און באבעס. א דור איז דורשניטלעך, לאמיר זאגען 30 יאר, קומט אויס אז א קינד וואס ווערט היינט געבוירען, זענען בערך 300 יאר צוריק געבוירען געווארען זיינע 1024 זיידעס און באבעס. ביי איינעם איז דאס נאר 250 יאר צוריק און ביי אן אנדערען 350 יאר צוריק. דאס מיינט אז און צייטען פון בעל שם טוב האבען מיר געהאט בערך 1000 זיידעס און באבעס, און אפשר גאר איז איינע פון זיי געווען דער בעל שם טוב אליין.

גייען מיר ווייטער
20 דורות אויף צוריק
______________
יעדער פון די 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,048,576 זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק וואס דאס איז בערך 600 יאר צוריק (סוף תקופת הראשונים און אנהייב תקופת האחרונים). (דער חשבון איז 1000, 2000, 4000, 8000, 16000, 32000, 64000, 128000, 256000, 512000, 1024000). איבער א מיליאן זיידעס און באבעס, לכאורה וואלט דאס געדארפט מיינען אז מיר זענען אייניקלעך פון רוב אידען בימים ההם (וועלען מיר זעהן ווייטער).

30 דורות אויף צוריק
______________
יעדער פון די 1,576,048 זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,073,741,824 (איבער א ביליאן!) זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק, בערך 900 יאר צוריק (תקופת בעלי תוספת און דער רמב"ם). (דער חשבון איז 1000000, 2000000, 4000000, 8000000, 16000000, 32000000, 64000000, 128000000, 256000000, 512000000, 1024000000). נישט געווען קיין ביליאן מענטשען אויף דער וועלט בימים ההם. (היינט איז דא 7 ביליאן).

40 דורות אויף צוריק
______________
יעדער פון די 1,073,741,824 זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק האט אויך געהאט 1024 זיידעס און באבעס 10 דורות פאר זיי, קומט אויס אז יעדער פון אונז האט געהאט 1,099,511,627,776 (איבער א טריליאן) זיידעס און באבעס 40 דורות צוריק, בערך 1200 יאר צוריק (סוף תקופת הגאונים, גלייך פאר רש"י) (דער חשבון איז 1000000000, 2000000000, 4000000000, 8000000000, 16000000000, 32000000000, 64000000000, 128000000000, 256000000000, 512000000000, 1024000000000). נישט געוווען קיין טריליאן מענטשען אויף דער וועלט זייט בריאת העולם - נו, וואס איז פשט?

פשט איז אזוי. עס איז דא און מאטעמאטיקס א "law of probability" וואס זאגט אז דער פראבעביליטי אז מיר האבען געהאט דער זעלבער זיידע אדער באבע איז לאמיר זאגען ווייניגער ווי 10 דורות צוריק (עס וועט זיך ווענדען און עטליכע פאקטארס ווי מיר וועלען באלד זעהן). דער פראבאביליטי זאגט אויך אז ווען צוויי אידען טרעפען זיך זענען זיי וויינגער ווי 9טע קאזינס, און אז די מיט דיין ווייב זענען אויך ווייניגער ווי 9טע קאזינס. דעריבער האסטו נישט געהאט א טויזענט זיידעס און באבעס 10 דורות צוריק, נאר נענטער צו 500, ווייל ביזט אן אייניקעל כאטש צוויי מאל פונעם זעלבען זיידען און באבען.

דער פראבאביליטי זאגט אויך אז האסטו נישט געהאט א מיליאן זיידעס און באבעס 20 דורות צוריק, נאר א סאך ווייניגער ווי א האלב מיליאן. האסט נישט געהאט א ביליאן זיידעס און באבעס 30 דורות צוריק, נאר אפשר א מיליאן אדער צוויי, ביזט אן אייניקעל פונעם זעלבען זיידען און באבען צענדליגע מאל בלי גוזמא.

צווישען די פאקטארס וואס איך האב פריער געזאגט זענען, אז אויב איר זענט אן אשכנזי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון רש"י צענדליגע מאל, אויב איר זענט א ספרדי זענט איר לויט דער "לאו אוו פראבעביליטי" אן אייניקעל פון דער רמב"ם צענדליגע מאל. עס איז נישט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז אן אייניקעל פון רמב"ם אדער א ספרדי איז אן אייניקעל פון רש"י, אבער עס איז כמעט גאראנטירט אז אן אשכנזי איז יא אן אייניקל פון דער רי"ף און דער רמב"ם, ווייל מיר אשכנזים האבען געהאט א סאך ספרדישע זיידעס ווי משפחת אלטשולער און נאך און נאך.

דער סך הכל איז שטוינענד - ליינט און שטוינט!
_________________________________
דער סך הכל איז, אז יעדער איד היינטיגע צייטען איז אן אייניקל פון רוב ראשונים (אשכנזים פון אשכנזישע, און ספרדים פון ספרדישע). יעדער, (אשכנזים און ספרדים צוגלייך) זענען אייניקלעך פון יעדען תנא און אמורא וואס האט איבער געלאזט קינדער (פון אלע עשרה הרוגי מלכות) - אזוי זאגט מאטעמאטיקס. אויך אז מיר זענען אייניקלעך פון "יעדען" איד וואס איז געווען ביים חורבן בית שני וואס האט איבער געלאזט א דור נאך זיך. מיר זענען אייניקלעך פון יעדען איד פון בית ראשון, און פון יעדען איד וואס איז ארויס פון מצרים און געשטאנען מיטען גוף ביים בארג סיני. איין זאך מוז נאך געזאגט ווערען און דאס איז, אז דער זעלבער רבונו של עולם וואס האט באשאפען הימעל און ערד, מאטאמאטיקס און אלעס וואס עקזיסטירט, דער זעלבער גרויסער באשעפער האט געזאגט, והייתם לי סגולה, ממלכת כהנים וגוי קדוש, האט דער זעלבער הייליגער באשעפער געמאכט זיכער אז די אידען וואס וועלען אויס געלייזט ווערען בביאת משיח צדקינו זאלען זיין א ריין פאלק און נישט אייניקלעך פון די אלע ממזרים במשך הדורות. קען נישט איינער קומען און זאגען אז מאטאמאטיקס זאגט אז עס זענען דא א סאך ממזרים. ניין, דער באשעפער וואס האט געמאכט מאטאמאטיקס און באשאפען די "טבע", האט געמאכט זיכער אז כלל ישראל בלייבט א הייליג און באליבט פאלק אזוי ווי ער האט צו געזאגט צו אברהם אבינו.

שטעלט אייך פאר ווען משיח וועט קומען וועט מען רופען דער פיקטשער מאכער און מען וועט נעמען א פעמעלי פיקטשער, אויס שטעלען אלע זיידעס בן אחר בן ביז אברהם אבינו, און אויב עס איז דא א בן גרים און צווישען, ווי שמעיה ואבטליון, רבי עקיבא, אונקלוס הגר וכו', וועט זיין א פאר באבעס אויך און דער פיקטשער, און אויפען פיקטשער וועט זיין צווישען 100 און 200 מענטשען (ביי יעדען אנדערש - ווענד זיך צו דער עלצטע פון די עלצטע אדער דער אינגסטע פון די אינגסטע אדער ערגעץ און צווישען). דאס זעלבע וועלען די פרויען זיך אויך אויס שטעלען א שורה בת אחר בת ביז שרה אמנו און רבקה אמנו, רבקה ולאה, וכו', און דאס זעלבע וועט מען זיך קענען פאטאגראפירען מיט אלע זיידעס תנאים ואמוראים וכו' און ווערען געגלעט דארך זיי ווי מען גלעט א ליבער אייניקעל וואס מען האט שוין לאנג נישט געזעהן, און עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה את ה'.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום מיטוואך ינואר 25, 2012 10:54 am, פאראכטן געווארן 6 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג ינואר 24, 2012 2:20 pm

א שיינעם חשבון רב ספוזמן (איך האב עס נישט געטשעקט איך גלייב דיר אויפען ווארט) וואס טוט מען מיט יענעם וואס זאגט זיין זיידע איז אוועק אלס בחור?

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג ינואר 24, 2012 2:29 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז דא אפאר משפחות וואס האבן ביז אדם הראשון, הורעוויץ, מהרא"ל, יעדער וואס קען זיך אנהאקען אין די משפחות, האט ביז ארויף.

איר האט פילייכט געמיינט צו שרייבן מהר"ל מפראג, וואס פון אים איז דא ביז אדם הראשון.
(אני הקטן קום אן ווייניגסטנס צוויי מאל ביזן מהר"ל).

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג ינואר 24, 2012 2:30 pm

רבי יוסף, עס איז נישט קיין שיינע תירוץ האב איך עס געמעקט. אויף אזוינע ווי יענעם זאגט מען אז זיי פארשען און פארשען יחוס און נאכדעם דעסטרויען זיי אול עבידענס! ברוך השם רבי יוסף, מיר אלע דא מעגען פארשען יחוס. א זיידע אונזערעס האט העכסטענס געקענט זיין דער בחור דער זעצער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט