זעקס מיליאן פאפירענע קליפ'ס

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

זעקס מיליאן פאפירענע קליפ'ס

תגובהדורך תלמודלערנער » זונטאג ינואר 08, 2012 1:27 pm

פון מיינע ארכיוון

בס"ד
זעקס מיליאן.... "פאפיר קליפס" אקעגן די זעקס מיליאן "אידישע קדושים הי"ד"

על אלה אני בוכיה, איך זיץ יעצט און איך שרייב די שורות בשעת ווען טרערן רינען פון מיינע אויגן, ווען מיין הארץ ברויזט מיט רוישיגע געפילן. איך ווי אייך אלע טייערע ליינער זענען קינדער אייניקלעך און אור אייניקלעך פון זיידעס און באבעס וואס זענען גרויזאם אומגעברענגט געווארן על קידוש השם דורך די נאצישע אכזרים ימח שמם וזכרם. א פאסירונג האב איך געליינט, א פאסירונג וואס האט מיר געגעבן א ציפ אין הארץ, די זעקס מיליאן קדושים וואס צווישן זיי ציילט זיך אונזערע זיידעס און באבעס, אונזערע פעטערס און מומעס קליינע קינדער פון עטליכע חדשים אדער יארן אלט, זענען צוגעגליכן געווארן צו "פאפירענע קליפס"...

איר פארשטייט נישט מיינע ווערטער, עס זעט אייך אויס אז איך רעד פון 'צער', ניין טייערע ליינער איך באצומיר אויף א געשעהניש וואס האט זיך אנגעפאנגן פאר 10 יאר צוריק אין א אמעריקאנער דערפל. א פאסירונג ווי אידישע קריג איבערלעבער האבן פארציילט זייער שרעקעוועדיגע געשיכטעס, און ווי א וואגאן פון אוישוויץ איז אריבערגעברענגט געווארן צום דערפל, און ווי מליאנען פאפירענע קליפס האבן פארגעשטעלט די קדושים.

אנגעפאנגן האט זיך עס אין יאר 1998 אין א פארשטיפטע געגענט אין די אמעריקאנער סטעיט "טענעסי" א דערפל וואס פארמאגט בלויז 1600 איינוואוינער. איינטאג האט די פרינצעפאל פון די לאקאלע שולע מס. הופפער צוזאמגערופן א מיטונג מיט די לערערינס אויסצושמועסן וועלכע פריאעקט מען זאל לערנען מיט די קינדער, עס איז געבליבן אז מען זאל דערציילן פאר די קינדער א קאפיטל היסטאריע איבער די זעקס מיליאן אידן וואס זענען געהארגעט געווארן דורך די נאציס ימ"ש. מס. הופפער האט זיך אליינס נישט פארגעשטעלט וואסערע איבערקערעניש זי וועט מאכן.

געווען איז עס איין טאג ווען די לערער האט דערציילט פאר די קינדער אז 6,000,000 אידן זענען ברוטאליש אומגעברענגט געווארן דורך די נאציס ימ"ש, איין קינד האט אויפגעהויבן זיינע אויגן מיט וואונדער 'זעקס מיליאן'? איך האב נאכקיינמאל נישט געזען אזא נומער, תמימותדיגערהייט איז ער צוגעגאנגען צו זיין לערער און אים געפרעגט וואס איז דאס זעקס מיליאן? די גרעסטע נומער וואס ער האט געוויסט איז געווען 1600 די צאל מענטשן וואס האבן געוואוינט אינעם דארף.

די לערער האט איבערדערציילט די תמימותדיג'ע פראגע פארן פרינצעפאל, זיי האבן באשלאסן אז מען וועט צוזאמענעמען זעקס מיליאן שטיקלעך פון עפעס א זאך אזוי וועט מען קענען ממחיש זיין פאר די קינדער די גרויסע נומער פון 6,000,000. זיי האבן באפוילן פאר די קינדער זאלן אפירזוכען עפעס אן איידיע וואס מען קען ניצן צו זאמלן דערפון זעקס מיליאן. מען האט געזוכט און געטראכט, ביז איין קינד האט פארגעשלאגן א גוטע איידיע אז מען זאל ניצן "פאפירענע קליפס", פארוואס דוקא די קליפס? ווייל די קליפס זענען ערפינדן געווארן אין די לאנד 'נארוועגיע", און בשעת די צווייטע וועלט קריג האבן די נארוועגיער ארויף געלייגט די "קליפ" אויף די נאצישע עס עס סימבאל אלס א קעגענשאפט צום סימבאל.

עס איז געבליבן אז מען וועט צוזאמנעמען זעקס מיליאן פאפיר קליפס, פאר די קינדער איז עס זייער געפאלן, יעצט ווי אזוי שאפט מען זעקס מיליאן קליפס? די קינדער האבן אנגעפאנגן ארויסצושיקן בריוון בכל רחבי העולם, אין די בריוו האבן זיי געבעטן אז די ליינער זאלן צוריקשיקן "קליפס" כדי זיי די קינדער זאלן זיך קענען אויסמשל'ן די נומער זעקס מיליאן, די צאל אידן וואס זענען געהארגעט געווארן דורך די נאציס.

עס האט נישט גענומען לאנג און די בריוון זענען אנגעפאנגן צו שטראמען צום קליינעם דערפל "וויטוויל, טענעסי" מענטשן פון איבעראל האבן געשיקט "קליפס" און טייל האבן געשיקט גאנצע באקסעס מיט עטליכע טויזענט קליפס, נאך עטליכע חדשים איז געלונגען פאר די שולע צוזאמצונעמען "נאר"... 150,000 – הונדערט פופציג טויזענט קליפס... לאמיר זיך דא אפשטעלן א מינוט און אריינטראכטן אז אין אפאר חדשים איז זיי געלונגן צו שאפן "נאר" 150,000 קליפס, וואס זענען קליפס נישט מער ווי א דומם א שטיקעלע אייזן, צו וואס האבן זיי געוואלט שאפן די קליפס כדי אויסצומשל'ן פאר די קינדער די נומער זעקס מיליאן.... אוי געוואלד ווי קען מען דען צוגלייכן די שטיקעלעך אייזן צו די זעקס מיליאן קדושים א פערטל פון זיי אומשולדיגע קינדערליך וואס זענען אזוי ברוטאל און טראגיש אומגעברענגט געווארן דורך די נאצישע אכזרים הל"פאפיר קליפס" היינו? זענען די בלוט פון אונזערע קדושים געווען גרינגער אויסצושחטן ווי צו שאפן קליפס? עס רייסט דאך ביים הארץ, אוי...
לעצט פאראכטן דורך תלמודלערנער אום זונטאג ינואר 08, 2012 1:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » זונטאג ינואר 08, 2012 1:27 pm

המשך
לאמיר אייך נישט לאזן אינמיטן די פאסירונג. נו, וואס טוט מען ווייטער מען פארמאגט דאך בלויז 150,000 און מען דארף נאך צוקומען צו 6,000,000, לויט די חשבון וואס די סקול באאמטע האבן געמאכט וואלט ווען גענומען 10 יאר אנצוקומען צו 6,000,000 לויט די צאל קליפס וואסזיי האבן אריינבאקומען אין די פאר חדשים. אבער די פראיעקט האט זיך געגעבן א טויש און עס האט אנגעפאנגן צו פארן אויף די ריכטיגע רעלסן, געווען איז עס ווען א אמעריקאנער אידישע פארפאלק משפחת שראדער קריגס איבערלעבער האבן באקומען איינע פון די בריוון, די פארפאלק האבן געארבעט פאר די סי ען ען נייעס אגענטור, זיי האבן צוריקגעשריבן א בריוו פאר די שולע אז זיי וועלן מפרסם זיין די פראיעקט אין די נייעס און בעטן די באשטייערונג פון די ציבור, אבער בעפאר דעם ווילן זיי אראפקומען צו די דערפל און זיך באגעגענען מיט די קינדער.
עטליכע טעג שפעטער זענען זיי אראפגעקומען צום דערפל, זיי האבן אויפגעטרערטן פאר די קינדער און מיט טרערן אין זייערע אויגן דערציילט זייערע פערזענליכע איבערלעבעניש, און די גרויסע טאט וואס זיי טוען מיטן מנציח זיין די געדענקעניש פון די זעקס מיליאן קדושים.
עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע טעג זינט די שראדער פארפאלק האט באזוכט די שולע און צענלדיגע זושנראליסטן האבן אנגעפאנגן צו שטורמען צום קליינעם דערפל, פאפולערע צייטונגן האבן ברייט געדעקט די פראיעקט צווישן זיי די ניו יארק טיימס, די וואשינגטאן פאוסט. צוליב די ברייטע נייעס דעקונג האבן די "קליפס" אנגעפאנגן צו שטראמען אן אויפהער, אזוי ווייט אז די קליינע פאס"ט אפיס אין וויט וועל, טענעסי האט נישט געקענט דערהייבן די צאל באקסעס וואס זענען אנגעקומען...
איין טאג האט די שולע באקומען א טעלעפאון רוף פון די פאס"ט אפיס אז עס איז אנגעקומען פאר זיי א גרויסע רענצל און זיי זאלן עס קומען אפפנעמען. ווען זיי האבן געעפנט די רענצל האט זיך פאר זיי אנטפלעקט עפעס זייער אינטערעסאנט, צענדליגע האנט געשריבענע בריוון זענען געווען באהאפטן צום רענצל דורך "קליפס" די בריוון זענען געשריבן געווארן דורך א גרופע סטודענטן פון א "דייטשע" שולע... ווי צווישן אנדערע שרייבן זיי אז זיי שעמן זיך וואס זייער לאנד האט געטון פאר די אידן [זאלן זיי זיך שעמן, השם ינקום דמם]. ווי אויך האבן גרויסע פערזענליכקייטן געשיקט די "קליפס" צווישן זיי די געוועזענע פרעזידענטן בוש, און קלינטאן.
עס איז אויך געקומען א בריוו פון א אלטע 95 יעריגע אידישע פרוי, ווי זי שרייבט אז און אירע יונגע יארן בעפאר די קריג איז זי געווען א לערערין, ווי אויך שרייבט זי אז אויב לערענט מיט יונגע תמימותדיגע קינדער אז אידן זענען אויך מענטשן און זייער ראסע מאכט זיי נישט וויינגיער ווי אנעדרע, דאן איז נאך דא האפענונג אז די האלאקאוסט זאל זיך נישט איבערחזר'ן.

די באגעגענישן מיט אידישע קריגס איבעלעבער

צוליב די גרויסע נייעס דעקונג איז די פראיעקט אויך אנגעקומען צו הונדערטע אידישע קריגס איבעלעבער ווי זיי זענען זייער איבערגענומע געווארן פון די פאקט אז גוים וואס האבן נישט קיין שייכות מיט קיין אידן (נאכדערצו גוים פון די דרום סטעיטס וואס זענען נישט קיין גרויסע ליבהאבער) אינטערעסירן זיך איבער די זעקס מיליאן קדושים, און זיי נעמען צוזאם 'פאפיר קליפס' כדי צו מאכן א זכר פאר די זעקס מיליאן קדושים.
גאר רינענד איז געווען די סצענע ווען די קריגס איבעלעבער האבן אויפגעטרעטן פאר די קינדער און איינוואוינער פון דעם דערפל, איין פון די אידן פון פוילן האט זיך אויפגעשטעלט אויפן פאדיום און געזאגט א קורצע זאץ: יעדע איבערלעבער האט א פאסירונג עס איז נישטא גענוג פענעס און פאפיר זיי צו באשרייבן, מער פון דעם קען איך נישט רעדן האט דער איד געענדיגט מיט א ביטערע געווייין.... גאר רינענד איז געווען ווען א פולישער איד מיטן נאמען שמואל האט דערציילט זיין איבערלעבעניש, עס איז טאקע אומבאקוועם צו ליינען די קומענדיגע שורות אבער עס איז כדי צו געבן א קרעכץ אויף די חורבן פון כלל ישראל. דער שמואל האט פארציילט, איך בין געווען א ערוואקסענע קינד די נאציס [ימח שמם] האבן גענומען אונזער גאנצע שטאט קיין אוישוויץ, איך בין געגאנגען מיט מיין ליבע מאמע צוזאמען מיט מיין קליין 3 יעריג ברידערל שלמה, אנקומענדיג האבן מיר באגעגענט דעם טרויעריג בארימטער דר. מענגעלע [ימח שמו וזכרו, השם ינקום דמם] פאר מיר האט ער געוויזן איך זאל גיין רעכטס, פאר מיין מאמע און מיין קליין 3 יעריג ברידערל האט ער געוויזן אויף לינקס, אויפן פלאץ האב איך נישט געוויסט די באדייט פון לינקס און רעכטס, שפעטער אויפדערנאכט ווען מען האט מיר באפוילן צו נעמען א שויער האב איך געפרעגט אן אפיציר ווי איז מיין ברידער? ווי איז מיין מאמע? ער האט מיר קאלטערהייט געוויזן אויף די שנירליך רויך וואס האבן זיך ארויסגעשלענגלעלט פון דעם קראמיטוים, אויפן מינוט האב איך נישט געכאפט וואס די רויך מיינט, אבער עס האט נישט געדארט לאנג ביז איך האב באגריפן די באדייט פון די רויך..... שמואל שטייט אויפן פאדיום און ער קען נישט ווייטער רעדן... ער שטייט פאר א ציבור פון גוים און ער כליפעטס ער וויינט ווען ער דערמאנט זיך קוקענדיג אויף די רויך און געזען ווי די נשמות פון זיין קליינע אומשולדיגע ברידער און ליבע מאמע גייען ארויף... בשעת שמואל האט יאמערליך געוויינט האבן אל אנוועזענדע גוים מיטגעוויינט, קליינע קינדער האבן געוויינט הערנדיג לעבעדיגע שילדערונגן פון אן איבערלעבער.
א דריטער האט פארציילט איבער די טויט מארש, ווי זיינע ברידער און שוועסטער זענען אלע אומגעברענגט געווארן, און ער האט זיך געראטעוועט, דער אלטער פולישע איד האט ביטערליך געוויינט ווען ער האט אויסערעכענט פון זיינע קליינע ברידער און שוועסטער.

גאר ווייטאגליך איז געווען צו הערן די שילדערונג פון א אמעריקאנער סאלדאט, ער האט פארציילט: ווען איך בין אנגעקומען צו איינע פון די קעמפס ווי די נאציס האבן געהאלטן די אידן האב איך באגעגענט א קליין אידיש מיידעלע, זיך איז געווען זייער שוואך אויף אזוי ווייט אז זי האט נישט געקענט גיין אויף די אייגענע פיס, איך האב איר ארויפגעלייגט אויף א בעט, ליגענדיגע אויפן בעט האט זי מיר געפרעגט אין די אידישע שפראך די ביזט א איד? יא! איך בין א איד, האב איך איר געענטפערט, פון איר אויסגעמאגערטע און שוואכע קערפער האבן זיך צוויי אומשולדיגע און פארצערט'ע אויגן ארויסגעשטעקט, די אויגן האבן מיר אנגעקוקט און דאן האט זי דאס קליין נעבעדיג מיידל אנגעכאפט מיין האנט און מיר געגעבן א קיש... דער סאלדאט האט דא אפגעשטעלט זיין רעדע הערענדיג ווי קליינע קינדער אינעם זאל האבן זיך ציוויינט.. נאך עטליכע סעקונדעס האט ער ממשיך געווען: אלס סאלדאט האב איך נישט געקענט בלייבן מיט איר איך האב איר איבערגעגעבן פאר די מיליטערישע דאקטורים, שפעטער אויפדערנאכט האב איך מיר נאכגעפרעגט איבער איר צושטאנד, ווי הארץ רייסענד איז מיר געווען צו הערן אז זי האט ליידער אויסגעהויכט איר לויטערע נשמה, און בין אויך דערגאנגען אז איר נאמען איז געווען "מלכה". דער סאלדאט האט פארענדיגט זיין פאסירונג, די מעשה האב איך נאך פאר קיינעם נישט דערציילט, עס ליגט שוין אין מיר יארן לאנג די דאזיגע סצענע, אבער איך האב עס נאכקיינמאל נישט ארויסגעגעבן פון מיר, און יעצט אדאנק אייער פראיעקט האב איך געהאט די געלעגנהייט מיר אביסל אויסצווויינען און אויסגעבן וואס דריקט מיר שוין יארן אויפן הארץ.
פיר יאר שפעטער - מען ברענגט א וואגאן פון אוישוויץ

די קליפס און בריוון האבן נישט אויפגעהערט צו קומען, אזש אז עס האט דערגרייכט ביז צו 29,000,000 קליפס. יעצט איז אפיר געקומען א נייע פראגע, ווי גייט מען האלטן די אלע קליפס? מס. הופפער האט אויפגעברענגט אז מען זאל ברענגן קיין וויט וויל, טענעסי א עכטע וואגאן אין וואס די אידן זענען געפירט געווארן קיין אוישוויץ .
אויך דא איז די שראדער פארפאלק געקומען צו הילף, זיי האבן זיך אונטערגענומען אז זיי וועלן טוט וואס נאר מעגליך אז א "וואגאן" וואס האט געפירט מיליאנען אידן צו זייער טויט, זאל געברענגט ווערן קיין וויט וויל, טענעסי. די פארפאלק איז אליינס אראפגעפארן קיין אושוויץ, פולין. ווי זיי האבן אפירגעזוכט וואגאנען, נאך לאנגע השתדלותן און זוכענישן איז זיי געלונגן צו געפונען א וואגאן הארט נעבן די שינעס פון אושוויץ וואס האט נאך אפילו געהאט די ארגינעלע נומערן אויף זיך.
נאכן דורכגיין אלע לעגאלע פראצעדורן איז דער וואגאן אנגעקומען צו די האפענעס אין באלטימאר. ווי פון דארט האט עס געדארפט אריבערגעפירט ווערן קיין טענעסי.די שולע איינגעשטעלטע אין שפיץ פון די עלטערע פרינצעפאל מס. הופפער האבן דערציילט פאר די קינדער אז ביז אפאר טעג גייט אנקומען א "עכטע" וואגאן פון אוישוויץ, וואס אין די וואגאן האבן די נאציס (ימש"ו) אריינגעשטופט אין יעדע איינס הונדערטער אידן, א פערטל פון זיי אומשולדיגע קינדערליך [יא יא, אונזערע פעטערס און מומעס, ברידער און שוועסטער פון אונזערע עלטערן און זיידעס..]
די טאג וואס די וואגאן האט געדארפט אנקומען האבן זיך כמעט אלע איינוואוינער פונעם דערפל צוזאמגענומען אין פארנט פון די שולע, אפציווארטן די "וואגאן" נישט נאר איינוואוינער נאר אויך אידישע קריגס איבעלעבער מיט זייערע קינדער און אייניקלעך. די גערודער פונעם טראק האט זיך געהערט פון דערווייטענס, עס האט זיך געהערט נענטער און נענטער, איינע פון די אידישע באטייליגטע א קריגס איבערלעבער האט פלוצים געגעבן א ברעך אויס און א יאמערליכן געוויין, ער האט געזאגט אז הערענדיג די גערודער טוט ער זיך דערמאנען ווי ער איז געווען אינעם וואגאן צוזאמגעדריקט מיט זיינע געשוויסטער און נאך אנדערע הונדערטע אידן, און ער איז דער איינציגסטער וואס איז געבליבן לעבן פון זיין משפחה, אוי געוואלד.
ענדליך איז דער טראק וואס האט געטראגן די וואגאן אנגעקומען, ווען די באטייליגטע האבן געזען די וואגאן האט טרערן אנגעפאנגן צו גיסן פון זייערע אויגן. מס. הופפער האט געזאגט פאר די קינדער, ענק זען די וואגאן? אט אין די וואגאן האט מען אריינגעשטיפט הונדערטער קינדער פון ענקער יארגאנגן און יונגער אויפאיינמאל...
די וואגאן ווערט א מעזואים
זענדיג ווי מענטשן קומען כסדר צו שטורמען צום דערפל, האבן די שולע מיט די לאקאלע באאמטע באשלאסן צו מאכן פון די "וואגאן" א האלאקאוסט מעזואים. אין די וואגאן האבן זיי סטאנציענירט 11,000,000 פון די 29,000,000 קליפס, זעקס מיליאן פאר די אידישע קדושים הי"ד און די איבריגע פינף מיליאן פאר די אנדערע אומגעקומענע ביי די מלחמה [א כפרה פאר כלל ישראל..], און די איבריגע קליפס געבן זיי פאר די וואס קומען באזוכן די מעזואים אלס א אנדענק.
קען זיין אז עס איז געווען א קא-אינצידענט אבער אונז אידן קוקן עס אן ווי השגחה פרטיות, די עפענונגס צערעמאניע פון די מעזואים איז געעפענט געווארן 2 שעה בעפאר די מוסלומענער טעראריסטן האבן אריינגעפירט צוויי פליגערס אין די צווילינג טורמעס יענעם ביטערן סעפטעמבער 11. נאך די אטאקע האט זיך מס. הופפער אויסגעדריקט די פראיעקט פון די קליפס וואס האט זיך אנגעפאנגן מיט א קליינע באגריף האט אבער צום סוף אויך צוגעפירט צו א וועלט אויפשאקלונג.
א חודש בעפאר די עפענונג צערעמאניע זענען אראפגעקומען א קלאס פון אידישע קינדער פון אטלאנטא, ג'ורגיע. ווי זיי האבן ערקלערט להבדיל פאר די גוישע קינדער די מושג פון קדיש, די אידישע קינדער זענען דארט געשטאנען בעפאר די גוים און זיי מסביר געווען און אפגעטיישט די ווערטער פון קדיש לזכר נשמת פון די זעקס מיליאן קדושים. א חודש שפעטער אום סעפטעמבער 11 האבן די ווערטער יתגדל ויתקדש שמיה רבא.. אפגעקלינגן אין דעם וויסטן געגענט פון וויט וויל, טענעסי.

אין הקב"ה מקפח שכר כל בריה

חז"ל לערנען אונז אז אין הקב"ה מקפח שכר כל בריה, הקב"ה באצאלט פאר יעדעם וואס טוט א גוטע זאך זאל עס זיין א גוי זאל עס זיין א בעל חי. די וויסטע דערפל ווילי וויט האט שיין פאדינט פון זייער שיינע טאט צו באעהערן די זעקס מיליאן קדושים לויט זייער השגה. צענדליגע יאר בעפאר איז אין וויל וויט געווען א קוילן מינע ווי מען האט געגראבן פאר קוילן, אבער צוליב א שרעקליכע טראגעדיע וואס האט דאן באטראפן די קוילן גרובער, צוליב די טראגעדיע האט זיך די מקור הפרנסה פון שטאט אפגעשטעלט, אסאך איינוואוינער האבן אוועקגעמופט, ביז די שטאט האט באקומען א צונאמען "די שטאט אין דיפרעסיע". די אורזאך פארוואס די שטאט\דערפל האט זיך נישט צוריק געבויט איז צוליב דעם וואס עס איז ווייט פון א באוואוינטע געגענט.

אבער זינט די מען האט געעפענט די מעזואים קומען אסאך טוריסטן באזוכן דעם דערפל, עס קומען קינדער פון אנדערע שטעט אד"ג, און דאס אלעס בויט די עקנאמיע פונעם דארף, הקב"ה בלייבט נישט שולדיג.

צען יאר שפעטער, אין ירושלים

פאר א צוויי וואכן צוריק איז פארגעקומען א קאנפערנץ אין די "יד ושם" מעזואים אין ירושלים מיט די באטיילוגונג פון 750 מחנכים און מנהלים ווי מען האט באהאנדעלט אנטיסעמענטוזים אד"ג, צווישן די באטייליגטע האט זיך אויך געפונען מס. הופפער דער וואס האט געמאכט די "פאפיר קליפ" איבערקערעניש.

א שרייבערין פון א חרדישע צייטונג אין ארץ ישראל האט זיך אויך באטייליגט ביי די קאנפרענץ ווי זי האט געטראפן מס. הופפער און זי האט איר דערציילט די גאנצע פראיעקט. שפעטער אין טאג האט די שרייבערין באקומען א טעלעפאון רוף פון א פרוי ב. ראזנפעלד, די פרוי האט געזאגט איך האב א מעשה פאר דיר, וואס? איך האב נעכטן באגעגענט א פרוי וואס האט מצליח געווען צו מאכן מיין באבע רעדן!, וואס? ווי אזוי? ווער איז זי? איר נאמען איז מס. הופפער וכו'
ב.ראזענפעלד קומט פון קאנאדע, איר באבע וואוינט אין ארץ ישראל, ב. איז אלע יארן זייער נאנט פארבינדן געווען מיט איר באבע, איבערהויפט נאך איר חתונה ווען זי איז געקומען וואוינען קיין ארץ ישראל. אלע יארן פלעגט זי בעטן איר באבע זי זאל דערציילן אירע איבערלעבענישן פון נאצי דייטשלאנד, אבער זי האט קיינמאל נישט געוואלט רעדן דערפון, איך געדענק איך האב איר איינמאל געפרעגט, ווער האט דיר אונטערגעפירט אונטערן חופה? מיידלעך.. האט זיך געענטפערט און אנגעפאנגן צו וויינען. איך פלעג איר מוטטשען באבע, דערצייל ווער זענען געווען דיינע עלטערן דיינע געשוויסטער אבער זי פלעגט נישט ענטפערן, איינמאל האט זי מיר געזאגט אז עס וועט נאך קומען א טאג ווען זי וועט מיר עס דערציילן.
די טאג איז אנגעקומען פאר בערך זעקס יאר צוריק, מיין באבע האט געהערט פון די פאפיר פראיעקט פון מס. הופפער, זי איז זייער איבערגענומען געווארן דערפון, אויף אזוי ווייט אז מיין באבע וואס פלעגט קיינמאל נישט וועלן רעדן פון איר איבערלעבעניש אלס קינד, איז אהינגעפלויגן קיין טענעסי כדי צו דערציילן איר איבערלעבונגס פאסירונג פאר די סטודענטן! ווען זי איז צוריקגעקומען פון דארט האט זי מיר אריבערגערופען וועלענדיג דערציילן אויך פאר מיר איר געשיכטע, זי האט מיר אלעס פארציילט איך האב אלעס אפגעשריבן, אלעס וואס זי האט פארציילט איז נאר אדאנק די פרוי מס. הופפער פון די ריכטיגע חסידי אומות העולם איז איר געשיכטע פארציילט געווארן, און זי וועט עס נישט מיטנעמען אין קבר.
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז די שרייבערין וואס האט אינטערוויוט מס.הופפער די שכן מיט די באבע וואס האט אויפגעטרעטן אין טענעסי, א קליינע וועלט.

יתגדל ויתקדש שמיה רבא
לעצט פאראכטן דורך תלמודלערנער אום זונטאג ינואר 08, 2012 1:43 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג ינואר 08, 2012 1:36 pm

הערליכע ארטיקל, מייסטער שרייבער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2784
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג ינואר 08, 2012 1:37 pm

אזוי גוט אראפגעלייגט, אזש ס'איז מיר געקומען ביז טרערן.
זעהט אויס אז פון לערנען תלמוד, וואקסט מען אויס א חכם אין שרייבן אויך, דארט ווי תורה דארט חכמה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג ינואר 08, 2012 1:39 pm

אפאר יאר צוריק ווען כ'האב געליינט די מעשה, האבעך געהאט א ענדליכע געפיל, אבער נאך אריין טראכטען אביסען, בין איך אויפגעקומען מיט די פאלגאנדע:

צו אמת'דיג פארשטיין וואס באדייט "זעעעעקקקקססססס מממייילללייאאאן", מענטשען זענען איז זייער זייער שווער, און דער הייליגער באשעפער זאל העלפען, אז מער קיינמאל, קיינמאל, זאל די מענטשהייט נישט האבן עפעס, וואס קען דאס אפי' אביסל ברענגען צום פארשטאנד.

נאר וואס דען, כדי צו פארשטיין וואס די שרעקליכע נומבער מיינט, מוז מען מאכן א משל, אזוי ווי מען זאגט, די מיליטערישע נייע סאפיסטעקיערטע פליגער, האט געקאסט כך וכך מיליאנען, דאס איז אזויפיל געלט, אז ווען עס איז איינצעלע דאלארען, און מען לייגט עס איינס נעבן די אנדערע, וואלט עס געגאנגען "ארום די וועלט 25 מאל", די זעלבע דא!

און טאקע דאס, אז עס האט גענומען אזא לאנגע צייט, צוזאם צו נעמען אפי' 150,000 קליפס, ברענגט עס גאר גוט ארויס, "אפי' פעפער קליפס", און ווייט ווייט פון 6,000,000, נעמט אזוי לאנג, און איז אזא ריזיגע מוספר, איז כל שכן וכל שכן, מענטשעטן, וואס דאס מיינט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
חשמל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:04 pm

תגובהדורך חשמל » זונטאג ינואר 08, 2012 1:39 pm

הערליך שיין און הארציג,
עצה טובה קמ"ל צו מאכן ד קעפלעך באלד

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

חשמל האט געשריבן:הערליך שיין און הארציג,
עצה טובה קמ"ל צו מאכן ד קעפלעך באלד


קבלתי, ותקנתי, תודה.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג ינואר 08, 2012 1:43 pm

און פאר איך פארגעס, תלמודלערנער הערליך געשריבן פול מיט געפיל, ישר כח!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » זונטאג ינואר 08, 2012 2:07 pm

פשיהא... הערליך שיין און הארצרייסנד, זאג נאר אויב די ארכיוו איז שוין אפן אפשר שלעפסטו ארויף נאך עטליכע אזעלכע?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג ינואר 08, 2012 2:10 pm

DotCom האט געשריבן:פשיהא... הערליך שיין און הארצרייסנד, זאג נאר אויב די ארכיוו איז שוין אפן אפשר שלעפסטו ארויף נאך עטליכע אזעלכע?

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 08, 2012 2:13 pm

הערליך שרייבעריש עמאצינאליש
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

תגובהדורך תלמודלערנער » זונטאג ינואר 08, 2012 2:17 pm

DotCom האט געשריבן:פשיהא... הערליך שיין און הארצרייסנד, זאג נאר אויב די ארכיוו איז שוין אפן אפשר שלעפסטו ארויף נאך עטליכע אזעלכע?


יאך האב מיר געעפענט פאר די חשובע מיטגלידער קוקט ארום
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג ינואר 08, 2012 2:22 pm

פשיהא! וואס טוט זיך אפ אין די ארכיוון פונם תלמיד...!

יישר כחכם פארן מיטטיילן.

אוועטאר
i follow
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 8:46 am
לאקאציע: מען געט נישט ארויס

תגובהדורך i follow » זונטאג ינואר 08, 2012 2:31 pm

יוראפ האט געשריבן:
DotCom האט געשריבן:פשיהא... הערליך שיין און הארצרייסנד, זאג נאר אויב די ארכיוו איז שוין אפן אפשר שלעפסטו ארויף נאך עטליכע אזעלכע?


לערנער כווייס דאך יא האסט אסאך אינהאלטסרייכע סחורה געב עס ארויס

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6441
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג ינואר 08, 2012 2:39 pm

די האסט מיר ממש אריבער געטראגען צו מיין באבע לרפ"ש ווען זי פלעגט דערציילען פון אוישוויץ
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » זונטאג ינואר 08, 2012 2:49 pm

ישר כח, זייער שיין.
דאכט זיך מיר אז אין איינע פון די היימישע סקולס דא ערגעץ אין ניו יארק רבתי, האט מען אויך אמאל געמאכט אזא פראיעקט דורך דעקלעך פון גרעיפ דזשוס, סעלצער וכדו'.
עת לקרות | ועת לתגוב

bobke
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » זונטאג ינואר 08, 2012 3:06 pm

ווינקל האט געשריבן:פשיהא! וואס טוט זיך אפ אין די ארכיוון פונם תלמיד...!

יישר כחכם פארן מיטטיילן.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג ינואר 08, 2012 3:39 pm

bobke האט געשריבן:
ווינקל האט געשריבן:פשיהא! וואס טוט זיך אפ אין די ארכיוון פונם תלמיד...!

יישר כחכם פארן מיטטיילן.
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » זונטאג ינואר 08, 2012 7:21 pm

יישר כח לערנער, זייער נתרגש
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » זונטאג ינואר 08, 2012 7:30 pm

אין דומה קריאה לראיה. גיט אויס דריי דאלאר און אנדערטהאלבן שעה צו קוקן אויף דעם דאקומענטאר-פילם פון דעם דערמאנטן פראיעקט. איר וועט נישט חרטה האבן:
http://www.amazon.com/Paper-Clips/dp/B001KK6TMW

אדער קויפט דעם די-ווי-די פאר פופצן דאלאר:
http://www.amazon.com/gp/product/B000CM ... 08N3HTZH49

אוועטאר
הארסי(פערד)
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 11:32 am

תגובהדורך הארסי(פערד) » זונטאג ינואר 08, 2012 7:42 pm

סיז טאקע זייער שיין !!!!
שכויח!!
אויב זוכט איר אן ארבעט פאר 1500 דאלער א וואך, 2 שעה א טאג, 3 טעג א וואך, פונדערהיים, פליז קאנטאקט מיך, און מיר וועלן זוכן צוזאמען

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג ינואר 08, 2012 10:37 pm

געוואלדיג,
איך האב אפאר מאל געוויינט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » זונטאג ינואר 08, 2012 11:00 pm

זייער געפיהליש הרב לערנער.

(הערה בעלמא, די קליפס זענען נישט קיין פאפירענע, נאר פאפיר-קליפס.)
דא קענט איר זען בילדער http://www.mensetmanus.net/paperclip-ch ... -memorial/
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג ינואר 09, 2012 3:46 am

תלמוד מוראדיג, כהאב שוין אזוי פיל געליינט אויפן קריג אבער ווי אזוי דו האסט עס אראפגעלייגט האב נאך נישט געליינט!! מיין קאפ האט זיך ממש געשווינדלט פין די סיפורים.....אונזער תפקיד איז זיכער מאכען אז אונזערע קינדער זאלען הערען דערפין...נו זאל מען שוין זוכה זיין לביאת גואל צדק ולתחית המתים במהרה בימינו....

בדיעבד
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:48 pm

תגובהדורך בדיעבד » מאנטאג ינואר 09, 2012 4:50 am

פלגי מים ירדו עיני, איבער ליינענדיג די דאזיגע שורות עטליכע מאל נאכאנאנד, מיינע געפילען האבן זיך ווידער פריש ערוועקט, וואס די רשעים ארורים ימ"ש האבן מיט אונז געטוהן, מפקיר געווען דעם אידישען פאלק רח"ל אויף אזא רציחות'דיגע אופן, אומברענגענדיג רוב רובם פון אונזערע גרויסע משפחות, איך דערמאן מיך די ווערטער וואס מיין חשובע באבע שתחי' לאויושט"א זאגט אלטס, ווען טייכען טרערען פליסן פון אירע אויגען 'פון א משפחה פון צענדליגער נפשות -טאטע- מאמע, געשוויסטער, נעפיוס און ניסעס- בין איך איבערגעבליבן ""דער איינציגסטער"" אויף דער וועלט'!!! וויפיל מ'מיינט אז מ'באגרייפט עטוואס וואס דארט איז פארגעגאנגן און מיטגעמאכט, הייבט מען נאך אלטס נישט אהן צו פארשטיין אפס קצהו מה היה שם, ימח שמם וזכרם * ה' ינקום דמם. יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך!


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט