קורות העיר גאלאנטא והמסתעף

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

קורות העיר גאלאנטא והמסתעף

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג ינואר 03, 2012 12:01 am

כידוע איז אין שטאט גאלאנטא געווען א פארצויגענע דין תורה בנוגע ירושה פון א איידעם אויב ער נעמט איבער די רבנות בירושה און נאך ענינים בנוגע ווען חברי הקהלה האבן א רעכט זיך אפצוטיילען וואס איז געווען די ערשטע אזא פאל זייט דעם טיילונג קוים עטליכע צוואנציג יאר פריער. עס וואלט אפשר געווען כדאי צו עפענען אן אשכול דערוועגן ווי אויך ידיעות פון קירכדארפער רב וואס איז דאן געווען א יונגערמאן אין גאלאנטא און פון דעם שטאט בכלל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג ינואר 03, 2012 12:05 am

אזוי ווי די זאגסט
Gevald Geshrigen
כ'ציטער פון\פאר דעם אשכול!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3780
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג ינואר 03, 2012 3:08 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אזוי ווי די זאגסט
Gevald Geshrigen
כ'ציטער פון\פאר דעם אשכול!

באט נאך אלס נייגעריג
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מיטוואך ינואר 04, 2012 12:19 pm

ס'איז ארויסגעקומען פאר יארן צוריק א קונטרס מיטן נאמען "פסק דין תורה דגאלאנטא" מיט אלע איינצלהייטן. איך האב דעם ספר אין מיין באזיץ אבער נישט דא אין אפיס.
דאכט זיך אז דאס איז געוועהן די איינציגסטע שטאט ווי עס איז געוועהן עמטליך צוויי עקסטרע אנערקענטע ארטאדאקסישע קהילות מטעם הרעגירונג.
די אלע אנדערע פלעצער ווי ס'איז געוועהן מחלוקת צב"ש פאפא סערדהעלי וכו' מיין איך אז חאטש זיי האבן געהאט אן עקסטרע רב איז אבער די קהלה געוועהן משועבד צו די גרויסע קהלה.

yakovb
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 2:47 pm

תגובהדורך yakovb » מאנטאג ינואר 09, 2012 2:43 pm

כאפט א בליק אינעם קונטרס, http://hebrewbooks.org/36603
צוגעלייגטע
43-36603.jpg
http://hebrewbooks.org/36603

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג ינואר 15, 2012 1:29 pm

די היסטאריע פון דעם שטאט גאלאנטע קען מען אריינלייגן בדרך כלל אין דריי קאטאגאריעס. א׳ פון די התייסדות הקהלה ביז לערך שנת תרנ״א. ב׳ בערך שנת תרנ״ה און ווייטער וואס ר׳ יוסף צבי דושינסקי זצ״ל איז געווען רב בערך 25 יאר. ג׳ פון בערך שנת תרפ״א ביז די מלחמה וואס הגה״ק ר׳ יהושע בוקסבוים זצ״ל הי״ד איז געווען רב און ראש ישיבה. מען האט אוודאי באמערקט אז איך האב אויסגעלאזט אפאר יאר אנפאנג תר״ן יארן וואס איז נישט קיין טעות צוליב די מחלוקת איבער די רבנות. איך וויל הערן תגובות פון דעם עולם מיט זייערע בארייכנדע און באלערנדע ידיעות אין דעם נושא וזה החלי בתקופה הראשונה. דער שטעטעלע גאלאנטא געפינט זיך אינעם היינטיגען מדינת סלאוואקיי נישט ווייט פונעם אלטן עיר ואם בישראל פרעשבורג. די שטעטעלעך און דערפלעך ארום וואס זענען אביסעלע באקאנט באשטייען פון סערעד, יאקע, און וועטש ווי ר׳ הלל קאלאמייער איז געבוירן. אידעלעך האבן זיך באזעצט און דעם געגנט לכאורה סוף יארן שנות ת׳ ביז עס האט זיך אטוויקעלט א קהלה מיט אירע צוגעהערן אין די שפעטערע יארן פון שנות ת״ק. סוף ת״ק יארן איז געווען א רב ר׳ יודא ליב טעלטש צו וועמען עס איז דא עטליכע געשריבענע תשובות פון חת״ם סופר און בזמנו האט מען געמאכט דעם תקנת הקהלה אויף וואס דער דין תורה האט זיך באצויגען 60 70 יארן שפעטער. אזוי האט זיך די קהלה געפירט צענדליגער יארן ווי אלע אנדערע שטעטעלעך מיט רבנים גרעסערע און קלענערע על מי מנוחות. א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » זונטאג ינואר 15, 2012 2:36 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:
א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב

הג"ר מנחם דייטש איז געוועהן "נכד בעל אהל דוד" אב"ד ניישטאט וואס האט נישט קיין שייכות מיט הג"ר אהרן דוד דייטש בעל גורן דוד.
און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל.

הג"ר אברהם אלעזר פאשקוס איז געוועהן תלמיד מרן ה"כתב סופר" נפטר בתרמ"ד
גאלאנטא ג.jpg

דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.

הג"ר שמעון איז שוין יא געוועהן א תלמיד נאך פון מרן החת"ס. אינטערעסאנט צו באמערקן אז הג"ר שמעון איז אוועקגעגאנגען פון זיין פריערדיגן רבנות אמט צוליב וואס זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צום טיילונג, און דא איז נעבעך זיין איידעם צום סוף געווארן רב"ד ביי די ניאולוגען אין פעסט.
גאלאנטא ב.jpg
מציבת הג"ר שמעון פריעדמאן

מער איבער דעם פולמוס וועט אי"ה נאכפאלגן ווען כ'על אפיר זוכען מיין קונטרס.

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » זונטאג ינואר 15, 2012 4:14 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן: אידעלעך האבן זיך באזעצט און דעם געגנט לכאורה סוף יארן שנות ת׳ ביז עס האט זיך אטוויקעלט א קהלה מיט אירע צוגעהערן אין די שפעטערע יארן פון שנות ת״ק. סוף ת״ק יארן איז געווען א רב ר׳ יודא ליב טעלטש צו וועמען עס איז דא עטליכע געשריבענע תשובות פון חת״ם סופר און בזמנו האט מען געמאכט דעם תקנת הקהלה אויף וואס דער דין תורה האט זיך באצויגען 60 70 יארן שפעטער. אזוי האט זיך די קהלה געפירט צענדליגער יארן ווי אלע אנדערע שטעטעלעך מיט רבנים גרעסערע און קלענערע על מי מנוחות. א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.

איך'על אביסל צולייגן איבער דעם ערשטן תקופה כפי מיטב יכולתי עד שידי מגעת.
א) רבה הראשון של גאלאנטא - האב איך געזעהן צוברענגן איז געוועהן הג"מ יצחק זאב דוכס וואס בחייו איז געבויעט געווארן די ערשטע בית הכנסת

ב) בשנת תקל"ה - איז אויפגענומען געווארן הג"ר יואל ג-טליעב. הג"ר איז נפטר געווארן ז' אדר תקנ"ו

ג) איז אויפגענומען געווארן הג"ר יודא ליב טעלטש - טויבער. זיין אייניקל הג"ר איסרל טויבער דיין בעיר חדש פארציילט אין מקור ישראל תולדות אויף תרומת הדשן. אז הג"ר מרדכי בנעט האט זיך געווערטלט אז ווען די כסא הרבנות פון רב המדינה במעהרין און ניקלסבורג איז געוועהן ליידיג האט מיין מלאך אין הג"ר לייב טעלסט'ס מלאך געשתדלט אויבן. אבער ר' לייב'ס מלאך האט געשטאמלט און אנשטאט בעטן ער זאל ווערן די "לאנד רב" (רב המדינה) האט ער בטעות געזאגט "גאלאנד רב".
געוועהן א תלמיד מובהק פון הג"ר זרח איידליץ ראב"ד פראג און האט געגעבען א נאמען זיין זוהן נאך איהם הג"ר זרח טויבער דיין בגאלאנטא ואבי הג"ר איסר הנ"ל תלמיד מרן החת"ס. הג"ר זרח איידליץ האט זיך אויסגעדרוקט אויף איהם בלשונו: ארי' שאג מי לא ירא
ער איז געוועהן אן איידעם ביי זיין ברודער ר' שלמה טעלטש (וועלכער איז אגב געוועהן די שווער פון ר' בער אפנהיימער
איבער זיין פטירה ווערט פארציילט א שוידערליכע עובדא. ער האט זיך געהאלטן אינמיטן מפלפל זיין בסגל חבורת תלמידי חכמים ביי די טיר פון זיין הויז. און אזוי פארטוהן אין די לערנען האט ער נישט באמערקט ווי עס דרייט זיך דארט א ווילדער אקס וועלכע האט איהם ל"ע מנגח געוועהן בקרניו פון וואס ער איז נפטר געווארן עטליכע טעג דערויף פון די וואונדען כ"א חשון תק"ץ.

ד) דעמאלס האט מען אויפגענומען הג"ר יצחק ליב וואלנער נפטר י"ד סיון תר"ט.

ה) דערנאך איז געקומען הג"ר מנחם דייטש וואס מיר האבן שוין דערמאנט אויבן. אינטערעסאנט צו באמערקן אז די פאטער פון שפעטערדיגן גאלאנטע רב הגאון מהרי"ץ דושינסקיא, הרבני ר' ישראל ז"ל, האט געלערנט א תקופה ביי דעם הג"ר מנחם דייטש אין גאלאנטא.

ו) בשנת תרי"ז איז געווארן די רב אין גאלנטא הגאון ר' אהרן אלעזר פאשקוס הנ"ל ועי' בשו"ת שואל ומשיב מהדורא תנינא ח"ג סי' מ"ד וז"ל: מכתבו הגיעני יום ג' ויצא ה' כסלו שנת תרי"ז והנה אברך אותו ברכת מזל טוב שנתקבל לאב"ד ור"מ בקהלה מפוארה. עכ"ל

ז) דערנאך איז געקומען הג"ר שמעון פרידמאן הנ"ל וואס איבער זיין איידעם האט זיך געטוהן די גאנצע דין תורה.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג ינואר 15, 2012 10:13 pm

קודם א גרויסן יישר כח פאר דיינע הערות און יעצט אביסל צוריק צום ענין. קודם אביסל געאגראפיא פונעם געגנט ארום. גאלאנטא איז אביסל דרום מזרח פון פרעשבורג און מער צו מזרח פון שטאט עטליכע מייל איז דא א טייכל מיט דעם אונגארישן נאמען וואג און סלאוואקיש וואה. ארום דעם טייך איז דא פארשידענע שטעטלעך און דערפלעך אינעם געגנט ארום טאפאלטשאן, נייהייזל אא״ו. ביים וואג איז דא צוויי דערפלעך אויף דער זייט פון גאלאנטא הייסט דער שטעטעלע שאלא און אויף אונגאריש וואגשאללא (אזוי ווי דונא סערדהעל וואס ליגט ביים דונא און באדראג קערעסטיר וואס ליגט אויף דעם באדראג) און אויף די אנדערע זייט איז דער שטעטעלע וועטש ווי ר׳ בענדיט ליכטנשטיין אבי ר׳ הלל האט געוואוינט. אויף די זעלבע זייט וואסער פון וועטש ארויף צו צפון איז נייטרא וואו אידן האבןגעוואוינט הונדערטע יארן און אויף דרום מזרח נישט צו ווייט איז שוראני (שוראן) ווי דער הייליגער ליקוטי חבר בן חיים און דערנאך ר׳ יהודה גרינוואלד שפעטער אב״ד סאטמאר איז געווען רב.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג ינואר 15, 2012 10:37 pm

יש"כ הרב געואלד אין געשריגען, אביסעלע מער ענטערס וואלט נישט געשאדט
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » מאנטאג ינואר 16, 2012 12:41 pm

יעצט געטראפן דעם פולן בילד פון הגאון ר' אהרן אלעזר פאשקוז
צוגעלייגטע
גאלאנטא ד.jpg

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך ינואר 25, 2012 12:11 am

יעצט אביסל צוריק צום ענין. ר׳ הלל קאלאמייער איז געבוירן אין וועטש צו זיין טאטן ר׳ ברוך בענדיט וועלכער איז געווען דער דארטיגער דיין. נאכן לערנען ביים חת״ס עטליכע יאר האט ער חתונה געהאט אין גאלאנטא שנת תקצ״ז מיט זיין ערשטע רביצין שרל (שרה) וועלכער איז געווען א טאכטער פון איינע פון די נגידי העיר און ר׳ הלל האט דאן געוואינט אין גאלאנטא פאר דרייצן יאר. נאך דרייצן יאר לערך שנת תר״י ווען ער האט מער נישט באקומען קעסט פון זיין שווער האט ער געמוזט טרעפן פרנסה ביז ער האט אנגענומעןזיין ערשטע רבנות פאסטן אין א אנדערע שטאט . זיין שווער האט געהאט נאך אן איידעם מיטן נאמען זעליג צבי פישהאף וועלכער איז געווען אן אומעמטליכער דיין אין שטאט. עס איז דא פארשידענע פרטים איבער דעם שווער זייערען אין זיין משפחה וואס איז אביסל שווער פעסטצושטעלן אויבן אויף ואדרבה אויב מען קען פעסטשטעלן מיט מקורות איז אודאי גוט. ר׳ הלל אליין אין הקדמה צו זיינע ספרים באשרייבט ער זיין ערשטע שווער אין שוויגער אלס ר׳ דוד קלמס און רייזל. דער חת״ס אין א בריעף ווי אויך ר׳ הלל שרייבן אים אויך אלס דוד בן קלונימוס וואס איז לכאורה די מקור פון די לעצטע נאמען קלמס. אין בית יוסף להבה דערמאנט ער אים אלס דוד קלונימוס קאליש וואס איז היינו הך נאר ארויסגעפאלן די מם.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך ינואר 25, 2012 1:35 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:די היסטאריע פון דעם שטאט גאלאנטע קען מען אריינלייגן בדרך כלל אין דריי קאטאגאריעס. א׳ פון די התייסדות הקהלה ביז לערך שנת תרנ״א. ב׳ בערך שנת תרנ״ה און ווייטער וואס ר׳ יוסף צבי דושינסקי זצ״ל איז געווען רב בערך 25 יאר. ג׳ פון בערך שנת תרפ״א ביז די מלחמה וואס הגה״ק ר׳ יהושע בוקסבוים זצ״ל הי״ד איז געווען רב און ראש ישיבה. מען האט אוודאי באמערקט אז איך האב אויסגעלאזט אפאר יאר אנפאנג תר״ן יארן וואס איז נישט קיין טעות צוליב די מחלוקת איבער די רבנות. ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל. דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.


ווער און וועלכע קהלה האט אויף גענומען רבי בנימין זיידל אלס רב תרס"א ולאחר פטירתו בנו רבי שלום דוב אשר אלס מ"מ ?
ועמך כולם צדיקים

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך ינואר 25, 2012 1:58 pm

מען האלט נאך בערך פופציג יאר פאר ר׳ בנימין זיידל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך ינואר 25, 2012 7:55 pm

וואס הייסט ווער? ביידע קהילות אין גאלאנטע זענן געווען די זעלבע פרום, און זענען געווען אנערקענט ביי די רעגירונג אלס אפיציעלע קהילות (דער איינציגער אזא פאל אין גאנץ סלאוואקיי, איבעראל האט די רעגירונג נאר אנערקנט איין קהילה.)

ביידע האבען אויך געפירט ישיבות.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:16 pm

אין ספר מכתב מאליהו מהגאון מווילנא געדרוקט אין פראג שנת תקע״א און תקע״ד ביי די פרענומעראנטן פון גאלאנטא ווערט דערמאנט הנגיד ר׳ דוד קאליש ובנו איצק, משה און נתן. אין מאטריקל פון גאלאנטא פון שנת תר״י ווערט דערמאנט פון די משפחה אן איצק קאליש בן דוד און א נתן בן דוד און ווי אויך עטליכע פון זייערע קינדער. אויב איז דער דוד געווען ר׳ הלל׳ס שווער וואס עס קוקט אויס אזוי פון פארשידענע מקורות אבער וואס איז נישט הונדערט פראצענט ע״ך ווער עס האט פרטים וועגן דעם דוד נא ונא לפרסמו. די נעקסטע תגובה איז א לינק צו חלקים פון די גאלאנטא מאטריקאלן וואס איז אוועלעיבל אויף דעם הייליגען אינטערנעט.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:17 pm


Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2507
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 26, 2012 11:26 pm

א גאנץ אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט אינעם מאטריקל אז אין די יארן פון סוף שנות ת״ק התחלת ת״ר יארן זענען פארשידענע געבורטן פון גאלאנטא לחלקם רעקארדירט אינעם מאטריקל פון וועטש און שאלא וועלכע איז אינעם געגנט ווי פריער דערמאנט. קהילות וועטש און שאלא זענען אלץ געווען איינס און ביז תרפ״ב האט דער רב געוואוינט אין וועטש ווי עס האבן משמש געווען דאכט זיך ר׳ זעליגמאן, ר׳ נתן מיללער און דער לעצטער רב איז געווען ר׳ מרדכי דאנציג און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען ר׳ מרדכי שטראסער הי״ד און איז שוין געווען רב אין שאלא עד עלות הכורת ימ״ש בשנת תש״ד.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג מארטש 19, 2012 6:35 pm

הג"ר ברוך בענדיט ליכטנשטיין זצ"ל טאטע פון הרה"ק רבי הלל מקאלאמייע זצ"ל איז אויך געווען רב אין וועטש
און זיין טאטע רבי שלמה זלמן איז געווען דיין אין וועטש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 20, 2012 9:41 am

יוראפ האט געשריבן:הג"ר ברוך בענדיט ליכטנשטיין זצ"ל טאטע פון הרה"ק רבי הלל מקאלאמייע זצ"ל איז אויך געווען רב אין וועטש
און זיין טאטע רבי שלמה זלמן איז געווען דיין אין וועטש


ר' בענדיט איז געווען 'דיין' און גבאי צדקה אין וועטש, כמבואר בפנים אשכול על משפחת ל"ש במערכת עהצועה"ח, וחרתו על מצבתו 'ברוך דיין האמת' עיי"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מארטש 20, 2012 11:15 am

מיללער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:הג"ר ברוך בענדיט ליכטנשטיין זצ"ל טאטע פון הרה"ק רבי הלל מקאלאמייע זצ"ל איז אויך געווען רב אין וועטש
און זיין טאטע רבי שלמה זלמן איז געווען דיין אין וועטש


ר' בענדיט איז געווען 'דיין' און גבאי צדקה אין וועטש, כמבואר בפנים אשכול על משפחת ל"ש במערכת עהצועה"ח, וחרתו על מצבתו 'ברוך דיין האמת' עיי"ש

ער ליגט אין וועטש?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 20, 2012 12:08 pm

ניין, נאכאמאל, אלעס איז שוין געשריבען באשכול המיוחד, ער ליגט אין פראג.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:09 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:א גאנץ אינטערסאנטע זאך האב איך באמערקט אינעם מאטריקל אז אין די יארן פון סוף שנות ת״ק התחלת ת״ר יארן זענען פארשידענע געבורטן פון גאלאנטא לחלקם רעקארדירט אינעם מאטריקל פון וועטש און שאלא וועלכע איז אינעם געגנט ווי פריער דערמאנט. קהילות וועטש און שאלא זענען אלץ געווען איינס און ביז תרפ״ב האט דער רב געוואוינט אין וועטש ווי עס האבן משמש געווען דאכט זיך ר׳ זעליגמאן, ר׳ נתן מיללער און דער לעצטער רב איז געווען ר׳ מרדכי דאנציג און לאחר פטירתו האט מען אויפגענומען ר׳ מרדכי שטראסער הי״ד און איז שוין געווען רב אין שאלא עד עלות הכורת ימ״ש בשנת תש״ד.

דו דערמאנסט שאלא. מיינסטו נאדי-שאללא?
ר' נתן מילער איז דער וואס איז געווען רב אין סעטשין?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג מארטש 20, 2012 3:31 pm

ר' מרדכי שטראססער פון דא. און דא

ידיד נפשי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 30, 2012 12:34 pm

תגובהדורך ידיד נפשי » מיטוואך אפריל 18, 2012 4:46 pm

ללמוד וללמד האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
א שטיק צייט איז ר׳ מנחם דייטש דאכט זיך בן בעל גורן דוד געווען רב

הג"ר מנחם דייטש איז געוועהן "נכד בעל אהל דוד" אב"ד ניישטאט וואס האט נישט קיין שייכות מיט הג"ר אהרן דוד דייטש בעל גורן דוד.
און דערנאך איינער ר׳ אליעזר פאשקעס וועלכער איז געווען א תלמיד פון חת״ם סופר און איז אוועק אנפאנג תר״ם יארן אינטערוועגנס אין סערדאהעל.

הג"ר אברהם אלעזר פאשקוס איז געוועהן תלמיד מרן ה"כתב סופר" נפטר בתרמ"ד
גאלאנטא ג.jpg

דערנאך איז געווען א רב ר׳ שמעון פריעדמאן וועלכער האט אויך אויפגענומען זיינס אן איידעם ר׳ משה פעלדמאן אלס דיין אין שטאט און ר׳ שמעון איז געווען רב ביז זיין פטירה אן שנת תרנ״א וואס דאן האט זיך געענדיגט דער ערשטער תקופה.

הג"ר שמעון איז שוין יא געוועהן א תלמיד נאך פון מרן החת"ס. אינטערעסאנט צו באמערקן אז הג"ר שמעון איז אוועקגעגאנגען פון זיין פריערדיגן רבנות אמט צוליב וואס זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט צום טיילונג, און דא איז נעבעך זיין איידעם צום סוף געווארן רב"ד ביי די ניאולוגען אין פעסט.
גאלאנטא ב.jpg

מער איבער דעם פולמוס וועט אי"ה נאכפאלגן ווען כ'על אפיר זוכען מיין קונטרס.

נישט רבי אברהם אלעזר נאר רבי אהרן אלעזר


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט