גלות יון ק"פ שנה - נס חנוכה - נר המערבי - קושית הבית יוסף

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

גלות יון ק"פ שנה - נס חנוכה - נר המערבי - קושית הבית יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

און מיינע בחורישע יארען לערענדיג מסכת שבת איז מיר איינגעפאלען א תירוץ אויפען בית יוסף'ס קשיא. אזוי ווי היינט איז זאת חנוכה איז דאך גלייך אז אנדערע זאלען אויך הנאה האבען. זייטס מיר נישט חושד, נישט אלעס וואס איך גיי שרייבען האב איך דענמאלץ געוויסט אדער ווייס אפילו היינט, נאר בזכות הרבים איז דאס א מיעוט המחזיק את המרובה. אויך, כדי דער אשכול זאל נישט זיצען און שימלען פון מארגען אן, פארברייטען מיר דער מדובר אז עס זאל שוין אריין נעמען דער גאנצע פינסטערע תקופה פון 180 יאר פון גלות יון וואס האט זיך גע'ענדיגט מיטען נס חנוכה (דער ערשטער טאג - כ"ה כסליו) און וואס האט צוריק אויף געלאכטען דער וועלט מיט די תורה של בעל פה עד היום הזה.

די גמרא זאגט און ע"ז (ח' ע"ב - ט' ע"א)
...תני רבי יוסי ברבי, מלכות פרס בפני הבית שלשים וארבע שנה, מלכות יון בפני הבית מאה ושמונים שנה, מלכות חשמונאי בפני הבית מאה ושלש, מלכות בית הורדוס בפני הבית מאה ושלש.

משה קיבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע, ויהושע לזקנים, וזקנים לנביאים, ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה. די אנשי כנסת הגדולה איז נתייסד געווארען און די ע' שנה פון גלות בבל. צווישען די 120 אנשי כנסת הגדולה זענען געווען, דניאל, חנניה מישאל ועזריה, מרדכי הצדיק, זרובבל וכו'. טייל פון זיי זענען געווען נביאים, ווי עזרא ונחמיה, חגי, זכריה, ומלאכי וכו'.

גלות פרס האט זיך גע'ענדיגט 34 יאר נאכען בנין בית שני און שנת ג"א תמ"ב ליצירה, און נאך די פטורה פון די לעצטע נביאים חגי, זכריה, ומלאכי און שנת ג"א תמ"ח ליצירה איז פסקה הנבואה, און די סנהדרין האט פארנומען דאס פלאץ פון די אנשי כנסת הגדולה, און אנגעהויבען פונקציאנירען ווי דאס פלאץ צו הערען דער דבר ה'. יענער יאר (ג"א תמ"ב) האט אלכסנדר מוקדון אנגעהויבען איין נעמען מלכות פרס, און גלות מדי ופרס האט זיך גע'ענדיגט, און אויף איר פלאץ האט גלות יון אנגעהויבען פינסטער מאכען דער וועלט פאר די נעקסטע 180 יאר ביז דער מעשה פון נס חנוכה, וואס מתתיהו ובניו, די חשמונאים, וואס האבען מיט א התערותא דלתתא, מיט זייער גרויס מסירות נפש, אראפ געברענגט אן אור, א לעכטיגקייט אויף דער וועלט.

שמעון הצדיק היה משיירי כנסת הגדולה, שמעון הצדיק איז נאך געזעצען מיט די נביאים און אנשי כנסת הגדולה, מיט זיין טאטע עזרא הסופר (לויט טייל דעות איז ער געווען א זוהן פון עזרא הסופר, און עס איז אויך דא וואס זאגען אז יוחנן דער טאטע פון מתתיהו [כהן גדול] איז געווען זיין זוהן), און גלייך נאך די פטורה פון די לעצטע פון די נביאים (און שנת תמ"ח) איז ער געווארען נשיא פון די סנהדרין און ער ווערט פארעכענט אלץ דער ערשטער תנא. נאך אים האט איבערגענומען זיין תלמיד אנטיגנוס איז סוכו, און נאר אים זיינע תלמידים יוסי בן יועזר איש צרדה און יוסי בן יוחנן איש ירושלים, דער ערשטער איז געווען נשיא און דער צווייטער אב בית דין, און אזוי ווייטער די אנדערע זוגות ביז הלל ושמאי. און די צייטען פון שמעון בן שטח האט זיין שוואגער ינאי המלך אויסגעהרג'עט אלע חכמי ישראל און שמעון בן שטח מיט יהודה בן טבעי זענען אנטלאפען קיין מצרים. ווען שמעון בן שטח'ס שוועסטער שלומציון המלכה (שלומית אלכסנדרא) דער ווייב פון ינאי המלך האט אים פארזיכערט אז ער קען שוין צוריק קומען, זענען זיי צוריק געקומען, והיה העולם שמם, און די גמרא זאגט אז שמעון בן שטח החזיר עטרה ליושנה.

די גמרא זאגט אונז און שבת (כ"ב ע"ב) אז דער נר המערבי איז געווען א עדות אז שכינה שורה בישראל. די גמרא זאגט "מחוץ לפרוכת העדות יערוך... עדות הוא לבאי עולם שהשכינה שורה בישראל". פרעגט די גמרא "מאי עדות"? "אמר רב, זו נר מערבי, שנותן בה שמן כמדת חברותיה, וממנה היה מדליק, ובה היה מסיים". אז די נר המערבי האט געברענט בנס א גאנצען טאג, און פון דעם האט מען אנגעצינדען די נרות בין הערבים. זאגט רש"י: אז "משמת שמעון הצדיק" האט דער נר המערבי אויף געהערט ברענען בנס. דאס הייסט אז ווען די 180 פינסטערע יון'ישע יארען האבען זיך אנגעהויבען איז נאך געווען א שטארקע ליכטיגקייט, אבער ווען שמעון הצדיק איז נפטר געווארען האט אנגעהויבען ווערען שטארק פינסטער, קודם האט דער נר המערבי אויף געהערט ברענען בנס. 73 יאר אריין און גלות יון בשנת ג"א תקט"ו ליצירה, זאגט אונז די גמרא אז דער תרגום השבעים האט אראפ געברענגט א חשכות אויף דער וועלט. און אזוי האט זיך עס געקייקעלט אראפ און אראפ ביז - די מעשה פון נס חנוכה ווען חשמונאי ובניו האבען געברענגט א לעכטיגקייט אויף דער וועלט און פארטריבען דאס פינסטערקייט פון יון.

על כן איז מיר איינגעפאלען אז הסברא נותנת, אז ווען דער נס חנוכה איז געשעהן, און איין קריגעלע אויל האט געברענט בנס אכט טעג, איז דאך זיכער געווען שכינה שורה בישראל, איז דאך דענמאלץ אויך מסתבר אז דער נר המערבי האט אויך נאכאמאל אנגעהויבען צו לייכטען בנס, איז אויב אזוי האבען מיר שוין יעצט א נס דער ערשטער טאג אויך, אז נאך 180 פינסטערע יארען פון גלות יון, און דער נר המערבי ברענט שוין נישט, האט דער נר המערבי ווידער אן געהויבען לייכטען בנס א גאנצען טאג - אנהייבענדיג דאס ערשטער טאג חנוכה.

כ'האב טאקע געזעהן אז מען ברענגט אז איינע פון די סימנים וואס איז געווען פערציג יאר פארען חורבן אז עס גייט קומען א חורבן בית המקדש איז געווען אז דער נר המערבי האט אויף געהערט צו ברענען בנס, איז אויב אזוי זעהן מיר אז ערגעץ נאך די פטורה פון שמעון הצדיק, און יארען פאר די לעצטע 40 יאר פארען חורבן, האט דער נר המערבי צוריק אנגעהויבען ברענען בנס רעגעלמעסיג, איז ווען דען איז געווען א בעסערע צייט אז דאס זאל געשעהן, ווי ביי די נס חנוכה וואס האט געוויזען אז שכינה שורה בישראל. דער פני יהושע זאגט אזוי בפירוש, אז "דעיקר הנס לא נעשה אלא להודיע להם חיבת המקום עליהם".
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג דעצעמבער 30, 2011 10:43 am, פארראכטן געווארן 6 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2011 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב חכמה »

דאס אז השראת השכינה האט זיך צוריק אנגעהויבן בשעת נס חנוכה שטייט ארויס בכמה מקומות, ומהם בתקונים (תקון יג) "שריא כ"ה על ישראל בכ"ה בכסלו, ואלין אינון כ"ה אתוון דיחודא" וכו'.
און דער עצם תירוץ האב איך פונקט געזעהן שכיונת לדברי ר' נתן געשטעטנער ז"ל בימי שמונה תי' ב'.
אבער די ראי' פון מ' שנה קודם הבית איז נישט מוכרח, וז"ל הגמ' (יומא לט.), ת"ר מ' שנה ששמש שמעון הצדיק וכו' והיה נר מערבי דולק, מכאן ואילך פעמים דולק פעמים כבה. ושם (בע"ב), ת"ר מ' שנה קודם חורבן הבית וכו' ולא היה נר מערבי דולק. והחילוק מובן.

גלייכצייטיג דארף איך אייך באדאנקען אויף אייערע תוכנ'פולע תגובות ואשכולות, הגם ס'קומט נישט אלעמאל אויס מגיב צו זיין.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יישר כח הרב אוהב חכמה, אזוי זעהט מען אויס ווען מען שריבט פון זכרון און נישט פון אינעווייניג, און איך וועל טאקע באלד פרובירען פארעכטען מיינע טעותים.

ווען איך האב נאכגעקוקט דער גמרא און יומא האב איך טאקע געזעהן דער פעמים דולק "ופעמים" כבה, אבער פונדעסטוועגען איז שטארק מסתבר אז דער פעמים דולק איז פארגעקומען זייער ווייניג מאל זייט די פטורה פון שמעון הצדיק, און פאר די מעשה פון חנוכה האט שוין געמוזט זיין שיינע (נישט אזעליכע שיינע) יארען וואס דער נר המערבי האט מער נישט געברענט בנס, עד כדי כך האבען די מתיוונים מצליח געווען, אז די חשמונאים זענען געווען גאר א קליין הייפעלע, מען קען זיי אלע ציילען אויף די פינגער, איז דאך אוודאי דער נר המערבי געווען כבה א סאך יארען, און יעצט אז ביי די נס חנוכה האט פאסירט אזא נס וואס מסתמא דורות האבען נאך נישט זוכה געווען צו זעהן, האבען מיר דאך א נס דער ערשטע טאג חנוכה וואס האט געוויזען דער חיבתן של ישראל און אז שכינה שורה בישראל.

כ'האב אבער שטארק הנאה פון אייער תגיבות וואס איז איידעל געשריבען נישט יענעם אראפ צורייסען נאר כדי צו שטעלען פשט און די גמרא על נכון, וזה שכרי. איך בעהט פון יעדען איינעם, דאס איז נישט א מעשה ביכעל וואס איר לעזט עס, האט הנאה, און גייט ווייטער. טאמיר איך מאך א טעות אדער איר קלערט אנדערש, דענמאלץ לאז אונז וויסען, מיר ווילען באמת ארויס קומען מיט א קלארקייט. עס ליגט א פליכט אויף אונז אלע און די היינטיגע צייטען צו זיין די נושאים דגל התורה, און נישט לאזען כל צרוע וכל זב זאלען זיין די וואס זענען מסביר אונזער הייליגע תורה. ביז היינט האט מען געקענט זאגען אז אן ערליכע איד קוקט נישט און מקומות זרים; אויב ער וויל וויסען היסטאריע, קוקט ער אריין און סדר הדורות, צמח דוד, יוחסין, קורא הדורות, דורות הראשונים, תולדות עם עולם, און ער איז סעיף, אפגעהיטען. היינט אבער האבען די מתיוונים אלעס ווידער איבער גענומען. ווען איינער וויל וויסען היסטאריע, גייט ער גלייך צו גוגל, וואס ברענגט וויקיפעדיע אלץ דער ערשטע מקור אויף אלעס, און נעבעך אונז אלע, ביודעים ובלא יודעים ווערען מושפע פון וואס אפיקורסים און גלחים האבען געשריבען. כ'האב עס שוין געשריבען עטליכע מאל, און וועל ווייטער שרייבען וועגען די נחוצות פון דעם. כבר צווח ככרוכיא דער בעל דורות הראשונים און אלע תלמידי חכמים היסאטריקער נאך אים, אבער ליידער זייער ווייניג כאפען זיך צו דעם צו. איז במקום שאין איש האב איך באשלאסען צו טוהן און דעם, אבער אזוי ווי איך שרייב ביי די ארבעט אן קיין ספרים (חוץ פון די וואס איך טראג מיט זיך אמאל מיט), און גיין זוכען אויף היברו בוקס האב איך נישט צופיל צייט, איז ממילא שרייב איך על פי רוב פון קאפ ארויס, און שפעטער פרובירט מען נאך קוקען און פארעכטען עד ידי (וזמני) מגעת. עטץ קענט מיר אבער א סאך צוהעלפען מיט זיך אנרופען, און איך וועל אראפ שלינגען מיינע בושות למען כבודו שמו יתברך.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום פרייטאג דעצעמבער 30, 2011 10:44 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נאגקוקענדיג, וואלט איך געוואלט צולייגען אז רש"י און שבת (כ"ב ע"ב) ווען ער זאגט אז דער נר המערבי האט שוין נישט געברענט נאך שמעון הצדיק, לייגט רש"י צו איין ווארט "כגון" משמת שמעון הצדיק. איך מיין אז רש"י מיינט צו באטאנען די גמרא און יומא אז "כגון משמת שמעון הצדיק" איז דער נר המערבי געווען פעמים דולק ופעמים כבה, אבער גלייך נאך די פטורה פון שמעון הצדיק, פאר א שטיק צייט, איז דאך זיכער געווען כבר נר המערבי ווי די גמרא רעכענט אויס און יומא (ל"ט ע"א) אלע זאכען וואס האט אויפגעהערט משמת שמעון הצדיק און פון דענמאלץ אן זענען די נסים נאר געווען לפעמים.

דאס איז דער לשון פון רש"י ד"ה ובה היה מסיים:
...והכי תניא לעיל מיניה, להעלות נר תמיד, שתהא נר מערבי תמיד, שממנו יהא מתחיל ובו יהא מסיים... שממנו מדליק את המנורה בין הערבים. מצאו שכבה, כגון משמת שמעון הצדיק, מדליקו ממזבח העולה... וכל זמן שהיו ישראל חביבין היה דולק כל היום, והיינו עדותה.

כ'האב אלעמאל געמיינט אז דאס איז מיין חידוש און חלק און די תורה "ותן חלקינו בתורתך". יעצט אבער איז ביי מיר די שאלה (ביי ענק איז דאך נישט קיין חילוק) ווער איז אויפגעקומען מיט דעם ערשט (וואס נאכדעם קען שוין יעדען דאס איין פאלען). מיר איז דאס איין געפאלען זייענדיג א פופצעהן יעריגער בחור שוין מער ווי 30 יאר צוריק.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 01, 2011 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך gamyuchad »

SPUSMN האט געשריבן:יישר כח הרב אוהב חכמה, אזוי זעהט מען אויס ווען מען שריבט פון זכרון און נישט פון אינעווייניג, און איך וועל טאקע באלד פרובירען פארעכטען מיינע טעותים.

כ'האב אבער שטארק הנאה פון אייער תגיבות וואס איז איידעל געשריבען נישט יענעם אראפ צורייסען נאר כדי צו שטעלען פשט און די גמרא על נכון, וזה שכרי. איך בעהט פון יעדען איינעם, דאס איז נישט א מעשה ביכעל וואס איר לעזט עס, האט הנאה, און גייט ווייטער. טאמיר איך מאך א טעות אדער איר קלערט אנדערש, דענמאלץ לאז אונז וויסען, מיר ווילען באמת ארויס קומען מיט א קלארקייט. עס ליגט א פליכט אויף אונז אלע און די היינטיגע צייטען צו זיין די נושאים דגל התורה, און נישט לאזען כל צרוע וכל זב זאלען זיין די וואס זענען מסביר אונזער הייליגע תורה. ביז היינט האט מען געקענט זאגען אז אן ערליכע איד קוקט און נישט און מקומות זרים, אויב ער וויל וויסען היסטאריע, קוקט ער אריין און סדר הדורות, צמח דוד, יוחסין, קורא הדורות, דורות הראשונים, תולדות עם עולם, און ער איז סעיף, אפגעהיטען. היינט אבער האבען די מתיוונים אלעס ווידער איבער גענומען. ווען איינער וויל וויסען היסטאריע, גייט ער גלייך צו גוגל, וואס ברענגט וויקיפעדיע אלץ דער ערשטע מקור אויף אלעס, און נעבעך אונז אלע, ביודעים ובלא יודעים ווערען מושפע פון וואס אפיקורסים און גלחים האבען געשריבען. כ'האב עס שוין געשריבען עטליכע מאל, און וועל ווייטער שרייבען וועגען די נחוצות פון דעם. כבר צווח ככרוכיא דער בעל דורות הראשונים און אלע תלמידי חכמים היסאטריקער נאך אים, אבער ליידער זייער ווייניג כאפען זיך צו דעם צו. איז במקום שאין איש האב איך באשלאסען צו טוהן און דעם, אבער אזוי ווי איך שרייב ביי די ארבעט אן קיין ספרים (חוץ פון די וואס איך טראג מיט זיך אמאל מיט), און גיין זוכען אויף היברו בוקס האב איך נישט צופיל צייט, איז ממילא שרייב איך על פי רוב פון קאפ ארויס, און שפעטער פרובירט מען נאך קוקען און פארעכטען עד ידי (וזמני) מגעת. עטץ קענט מיר אבער א סאך צוהעלפען מיט זיך אנרופען, און איך וועל אראפ שלינגען מיינע בושות למען כבודו שמו יתברך.


קודם וועגן אוהב חכמה'ס סטייל, נא, וועגן דעם הייסט ער דאך אוהב חכמה, און אויפן חכם זאגט דאך שוין דער חכם מכל אדם, דברי חכמים בנחת נשמעים, נו וואזשע האסטו ערווארטעט פון א אוהב חכמה, ומכש"כ ווען דער חכם וויל אויפמערקן א ידיעה לזולתו, ווער דען אויב נישט דער חכם [און אין אונזער פאל דער אוהב חכמה] פארשטייט, אז אראפרייסן וועגן א טעות אדער חסרון ידיעה איז א סתירה צו חכמה, סך הכל קען ער דאך זיך זעלבסט אראפרייסן אויף די תקופה וואס ער האט נאכנישט געוואוסט דערפון... והארכתי במקום שאמרו לקצר.. [והוא ממיעוט חכמתי וכמו שכתוב סיג לחכמה שתיקה, וגם חכם ידבר אויל יחשב.. וכו'], והוא רחום יכפר.

ביי די וועי איך בין אימפרעסט [קרעדיט: מנחם שלום] פון דיר ביז גאר... פון דיין מח, און נאכמער פון דיין הארץ... ס'איז ניכרין דברי אמת אין דיין לעצטן פראז, און דאס איז ווערט א באגריסונג. יהא חלקי עמכם.
אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכל זמן »

SPUSMN האט געשריבן:איך בעהט פון יעדען איינעם, דאס איז נישט א מעשה ביכעל וואס איר לעזט עס, האט הנאה, און גייט ווייטער. טאמיר איך מאך א טעות אדער איר קלערט אנדערש, דענמאלץ לאז אונז וויסען, מיר ווילען באמת ארויס קומען מיט א קלארקייט. עס ליגט א פליכט אויף אונז אלע און די היינטיגע צייטען צו זיין די נושאים דגל התורה, און נישט לאזען כל צרוע וכל זב זאלען זיין די וואס זענען מסביר אונזער הייליגע תורה. ביז היינט האט מען געקענט זאגען אז אן ערליכע איד קוקט און נישט און מקומות זרים, אויב ער וויל וויסען היסטאריע, קוקט ער אריין און סדר הדורות, צמח דוד, יוחסין, קורא הדורות, דורות הראשונים, תולדות עם עולם, און ער איז סעיף, אפגעהיטען. היינט אבער האבען די מתיוונים אלעס ווידער איבער גענומען. ווען איינער וויל וויסען היסטאריע, גייט ער גלייך צו גוגל, וואס ברענגט וויקיפעדיע אלץ דער ערשטע מקור אויף אלעס, און נעבעך אונז אלע, ביודעים ובלא יודעים ווערען מושפע פון וואס אפיקורסים און גלחים האבען געשריבען. כ'האב עס שוין געשריבען עטליכע מאל, און וועל ווייטער שרייבען וועגען די נחוצות פון דעם. כבר צווח ככרוכיא דער בעל דורות הראשונים און אלע תלמידי חכמים היסאטריקער נאך אים, אבער ליידער זייער ווייניג כאפען זיך צו דעם צו. איז במקום שאין איש האב איך באשלאסען צו טוהן און דעם, אבער אזוי ווי איך שרייב ביי די ארבעט אן קיין ספרים (חוץ פון די וואס איך טראג מיט זיך אמאל מיט), און גיין זוכען אויף היברו בוקס האב איך נישט צופיל צייט, איז ממילא שרייב איך על פי רוב פון קאפ ארויס, און שפעטער פרובירט מען נאך קוקען און פארעכטען עד ידי (וזמני) מגעת. עטץ קענט מיר אבער א סאך צוהעלפען מיט זיך אנרופען, און איך וועל אראפ שלינגען מיינע בושות למען כבודו שמו יתברך.

ישר כח הרב Spusmn פאר'ן אויפברענגען דעם נושא, עס איז זיכער כדאי א באזונדער אשכול דאס אויסצושמועסן.
דער אינטערנעט איז ריזיג גרויס און פול מיט דברי הבל והבאי פון אלערליי רוחות ומרעין בישין. מען קען אמאל טרעפן צווישן זייערע שורות די מקורות וואו נאכצוקוקן, אבער זייערע מסקנות קען זיין סם המות.
עת לקרות | ועת לתגוב
אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל ווייס »

לכל זמן האט געשריבן:ישר כח הרב Spusmn פאר'ן אויפברענגען דעם נושא, עס איז זיכער כדאי א באזונדער אשכול דאס אויסצושמועסן.
דער אינטערנעט איז ריזיג גרויס און פול מיט דברי הבל והבאי פון אלערליי רוחות ומרעין בישין. מען קען אמאל טרעפן צווישן זייערע שורות די מקורות וואו נאכצוקוקן, אבער זייערע מסקנות קען זיין סם המות.
__________________________________
This signature was intentionally left blank
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5686
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

ארויף

שיין פשט הרב ספוזמן.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

פונקט נעכטן געזען א גאנצע פלפול פון פריערדיגן בעלזער רב רבי ישכר בער זצ"ל אין לקט שפתי קודש וואו ער ארבעט שטארק ארום מיט דעם יסוד אז די נר המערבי האט דעמאלסט געברענט
דביה תחדי נפשא
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”