"מארק טוועין: קאנסערנינג דע דזשוס" (בנוגע ליהודים)

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

"מארק טוועין: קאנסערנינג דע דזשוס" (בנוגע ליהודים)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אין די סוף אכטצען יאר הונדערט איז אין די אסטריע-הונגארישער (עסטרייך-אונגארען) אימפעריע פארגעקומען גרויסע איבערדרייענישען.

נאך גרויסע שלעגערייען, און רופן פאר א זעלבשטענדיגע אסטריע, האט מען געמאכט א אפמאך צווישען אסטריע אין הונגאריע, אז די צווי וועלן זיי צוויי עקסטערע רעגירונגען מיט אן עקסטערע פארלעמענט און פריים מיניסטער, און ביידע וועלען זיין אינטער די אסטריע-הונגארישער קעניגרייך. די אפמאך גערופען די "אויסגלייך" האט געזאלט באנייט ווערן יעדע צען יאר.

למעשה איז אסטריע באשטאנען פון אזוי פיל ווי 19 פארשידענארטיגע נאציאנאליטעטן, און עס איז געווען גרויסע שוועריקייטען צו פירען אסטריע בשלום.
אין יאר 1895 האט פראנץ יאסעף – די פיערער פון די אסטריע-הונגארישער אימפעריע – געשיקט "קזימיר פליקס באדני" צו ווערן די פרעזידענט פון אסטריע, מיט גרויס האפענונג אז ער וועט קענען פאראייניגען די קריגערישע צדדים אין אסטריע.

"באדני" איז פארדעם געווען א גאווערנער אין גאליציע ווי ער האט געמאכט שלום צווישען קריגערישע פעלקער, און וועגען די היסטאריע, האט פראנץ יאסעף געהאלטען אז ער וועט טויגען אין אסטריע אויך.

ער האט טאקע אנגעהויבן איינצופירען ריפארמען. די ערשטע זאך האט ער פארגרעסערט די צאל מענטשען וואס זענען געווען בארעכטיגט אנטייל צונעמען אין די שטימען, ער האט איינגעפיערט אז אפי' קליינע פארדינער האבן באקומען שטום רעכט. עס האט אויסגעזעהן אז ער וועט האבן הצלחה, און איז געווען זייער פאפיולער.

דערנאך האט ער אנגעהויבן בויען א שטארקע קאליציע און פארלעמענט, און כדי צו געפעלען פאר די טשעכען – וואס זענען געווען די מערהייט – האט ער געמאכט א געזעטץ אז אזוי ווי דייטש זאל טשעכיש אויך זאל זיין די אפיציעלער שפראך פון בעמען (היינט בעיקר טשעכיי). דאס האט געמאכט די דייטש רעדענדע בעמיער, זייער אויפגערעגט, און עס האט אנגעהויבן צו רידערען. די סוף איז געווען אז די " באדני" רעגירונג איז געפאלען.

צום סוף איידער די "באדני" רעגירונג איז געפאלען, ווען עס איז געקומען די צייט צו באנייען די אסטריע-הונגארישער אפמאך, איז געווען זייער שטרומישע פארלעמענטערע סעסיעס, און עס איז ממש געגאנגען פיזישע קלעפ,און דער ארמיי איז אריינגערופען געווארן צו ברענגען ארדענונג, דאס האט געברענגט אז די אומריען זענען ארויס גערינען אויף די אלגעמיינע גאס, און רייאטען האבן אויסגעבראכען אין די גאסען, דאס איז געווען די לעצטער שטרוי, און ווי דערמאנט איז די רעגירונג געפאלען.

און ווי אייביג אין די היסטאריע, איז דער איד געווען די כפרה הינדל, די דייטש רעדענדע בעמיער, האבן באשולדיגט דעם איד אז ער איז געטריי די טשעכען, אין די טשעכיש רעדענדע בעמיער האבן געשריגען פארקערט, בסך הכל האט דער איד געכאפט פון ביידען.

דער בארימטער שריפטשטעלער און דענקער "סמיועל לונגהארן קלעמענס" אונטער זיין ברייט באקאנטער פענע נאמען "מארק טוועין", האט דעמאלט אין 1898 געשריבן אן ארטיקען אין "הארפערס מאגעזין" מיטן נאמען "שטארעמישע צייטן אין עסטרייך", דארט שרייבט ער א באהנדלונג אויף די לעצטע געשענישען, און ער באשרייבט די סצענע וואס האט זיך אבגעשפיעלט אין פארלעמענט, וואס האט געברענגט די רייאטען.

ביים ענדע פונעם ארטיקל ווארפט ער אגב אריין ממש א פאר ווערטער, וואס האט געמאכט א שטורעם.

ער ברענגט דארט ארויס די אויבן דערמאנטע פאקט אז ביידע צדדים באשולדיגען די אידן, ער שרייבט אזוי:

"עס זענען געווען דריי אדער פיר טעג פון קאכעדיגע רייאאטען אין פּראג, דערנאך האט מען דארט איינגעפיערט מארשאל געזעץ, די אידן און די דייטשען (דאס מיינט די דייטש רעדענדע) זענען געיאגט און געפלינדערט געווארן, און זייערע הייזער האט מען חרוב געמאכט, אין אנדערע באהעמישע שטעט איז אויך געווען רייאטען - אין עטליכע פעלער האט דער דייטש אנגעהויבן די רייאטען, אין אנדערע [פעלער] די טשעכען – [אבער] און אין אלע פעלער האט דער איד געדארפט בראטן, נישט קיין חילוק אויף וועלכע זייט ער איז געווען"

דאס האט געברענגט, א גרויסע רעאקציע איבער די וועלט, און עטליכע בריוו זענען געקומען צו טוועין, וואס האבן בארירעט די נושא.

איין אזא בריוו, איז געקומען פון אן אמעריקאנער אדוואקאט. ער פרעגט דארט זעקס פראגעס פון טוועין, און אויף דעם בריוו האט טוועין אפגעשריבן אלס אן ענטפער איינס פון די באוואסטע ארטיקלען וועגן אידן געשריבן דורך א גוי,און אלס א קלאסישער עקסעמפעל פון "פילא-סעמעטיזם", (דאס איז די פארקערטע פון אנטי- סעמעטיזם).

די נאמען פונעם ארטיקל איז :

"קאנסערנינג דע דזשוס" (בנוגע להיהודים)

די בריוו, איז "געקוואטעד" הונדערטער און טויזענטער מאל, דורך אומצאליגע שרייבער און דענקער ביז היינט. און עס איז זייער אינטערעסאנט צו ליינען. אבער עס איז געשריבן, אין א רעלעטיוו הויכע ענגליש, אין בכלל ריערט ער דארט אן, עטליכע זאכן פון היסטאריע, וואס אז מען ווייסט נישט דעם קאנטעקסט, פארליערט עס זייער אסאך פון די ווערט.

האבעך גענומען די מי, און אבער געטייטש'ט די ארטיקעל, כ'וויל עס דא ארויף לייגן אי"ה.

נאר כ'האב מסופק געווען, צו איך זאל עס לייגן אין קלענערע שטיקער מיט א הסבר צוביסלעך, אדער ענדערשט א לענגערע הקדמה וואס שטעלט אוועק די באדערפענדע ידיעות צו פארשטיין די גאנצע, און דערנאך ארויף לייגען די גאנצע אויף איינמאל כסדרן?

למעשה מיין איך אז דאס ליינען די ארטיקל שטיקלעך ווייז, נעמט אוועק פון די אינטערעסאנטקייט, און רייכקייט פון דעם שרייבן, האב איך מחליט געווען אזוי, איך וועל שרייבן א לענגערע הקדמה וואס שטעלט אוועק די יסודות צו פארשטיין די גאנצע, און דערנאך לייגן דעם ארטיקל, אבער אין דעם ארטיקל גופה, וועל איך לייגן אותיות, צו שטיקלעך פונעם הקדמה, אזוי אז איינער וויל גיין אויף די דרך, זאל ער קענען.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מיטוואך דעצעמבער 28, 2011 12:48 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

"וזה התחילי בעז"ה ההקדמה"

1) די "גאלדענע געזעץ".
דאס מיינט מער ווייניגער די מימרא "מה דעלך סני לחברך לא תעביד", וואס איז גענומען פון די אידן, מ'כלאמפערשט א קריסטליכע עטיק.

2) ער אדרעסיערט דעם טייוול, און א הומוריסטישע וועג, און טענהט אז יעדער רייסט אים אינטער, אן הערן זיין צד.

3) דרייפוס.
אלפערד דרייפוס איז געווען א פראנצוזישער אידישער גענעראל, וואס איז געווארן פאראורטיילט צו לעבענסלענגלכע טורמע אין 1894, פארן מ'כלאמפערשטער חטא פון איבערגעבן פראנצוזישע סודות פאר דייטשלאנד, ער האט פארלוירן זיין ראנג און די ארמיי,און איז פארשיקט געווארן צו "דעם טייוועל'ס אינזעל" (דאס איז אזא קליינע אינזעל וואס האט געדינט אלס טורמע) דארט האט ער געדינט זיין אורטייל אינגאנצען אפגעזינדערט מיט גאר שווערע באדינגונגען.

צוויי יאר שפעטער איז אויפגעקומען נייע באווייזען אז א צווייטער גענעראל "פערדינאנד אסטערעאזי" איז די ריכטיגער שפיאן, אבער אנשטאט אננעמען די באווייזען האט די געריכט, אונטערדריקט די באווייזען, און נאך אנגענומען מער פאלטשע באווייזען אויף דרייפוס.

אין 1898 האט א בארימטער שרייבער "אמיל זולא" געשריבן אן ארטיקל, מיטן קעפל "איך באשולדיג", עס איז אדרעסיערט צום פרעזידענט פון פראנקרייך "פיליקס פור", דארט באשולדיגט ער פריינקרייך אין פשוטע אנטיסעמעטיזעם, און ברענגט אלע באווייזען אז דרייפוס איז אומשילדיג.

די ארטיקעל האט איבער געדרייט פראנקרייך, אזוי ווייט, אז דע רעגירונג האט אים אנגעקלאגט אין געריכט פארן מאכן א בילבול, און זולא האט געמוזט אנטלויפן קיין ענגלאנד (ער איז ערשט צוריק געקומען יארן שפעטער). די ארטיקעל האט אבער געטאן דאס זייניגע, און די גאנצער לאנד איז געפארן אויף רעדער, די בארימסטע פראנצוזישע שרייבר האבן געשריבן, לכאן ולכאן, און עס האט ארום גענומען דעם גאנצען פאלק. די רעגירונג האט נישט געהאט קיין אנדערע ברירה, און אין יאר 1899, האט מען איבער געמאכט די געריכט, און כאטשיג ער איז נאכאמאל געפינען געווארן שילדיג, האט ער באקומען א פארדאן אויף די טורמע אורטייל, אבער האט נישט צוריק באקומען זיין ראנג, און איז ווייטער געווען פארעכענט ווי א פארברעכער.

אין יאר 1906, האט דרייפוס נאכאמאל אפעליערט זיין אורטייל, און דאס מאל איז ער געפונען געווארען אומשילדיג פון אלע קלאגעס, און האט צוריק באקומען זיין ראנג אין די מיליטער, און האט נאך דערצו באקומען א מעדאל פאר העראיזעם.

אין די ערשטע וועלט מלחמה האט דרייפוס ווידער געדיענט אין די מיליטער, ווי ער איז נאך ערהויבן געווארן אין ראנג.

(עס איז נאך דא אסאך פרטים, אין די מעשה, און אן אנדערער אשכול בל"נ)

4) "פרידריך דער צווייטער" "לאנדגראף פון העססע-קעסעל" (דאס איז די קעסעל טייל פון די העססע מלוכה, (היינט א שטאט אין דייטשלאנד). די העססע מלוכה איז געווארן צוטיילט אין יאר 1567 צווישען פיר זין פון "פיליפ דער ערשטער" "קעניג פון העססע"), "פרידריך" איז געווען " לאנדגראף" פון די יאר 1760 ביז 1785, ער האט געהאט א ריזיגע מיליטער, וואס ער פלעגט פארדינגען אלס שכירי חרב. ביי די רעוועלוציער מלחמה מיט "דזשארדש וואשינגטאן", האט "דזשארדש דער דריטער" "קעניג פון ענגלאנד", געדינגען די סאלדאטען פון "פרידריך", זיך צו שלאגען מיט די פאראיינגטע שטאטען.

דאס האט אריינגעברענגט שווערע געלטער און די העססע-קעסעל מלוכה, אזוי ווייט, אז ווען "פרידריך דער צווייטער" איז געשטארבן אין 1785, און זיין זון "וויליאם דער ניינטער" האט איבערגענומען די מלוכה, מיט די גאנצער ראכטום, האט ער איבערגענומען די גרעסטע ירושה, און יענע צייט.

אין יאר 1806 האט "דזשארום באנאפארטע" (יונגערע ברודער פון נאפאליאן) "קעניג פון וואספאליע" (א טייל פון די נאפאליאנישער "פראנצוזישער אימפעריע", היינט א חלק פון דייטשלאנד) איינגענומען "העססע", און "וויליאם" איז אנטלאפען קיין "דענמארק". אבער זיין גאנצער ריזיגער פארמעגען האט ער געלאזט ביי "מאיר אמשעל "ראטשילד", מיט וועמען ער איז געווען, שוין פון פארדעם באקאנט. ווען "וויליאם" האט זיך אומגעקערט, אין יאר 1813 ,האט ראטשילד אפגעגעבן דאס גאנצער פארמעגען, אבער די פראצענטען, וואס ער האט דורך די יארן פארדיענט אויפן געלט – וואס איז אגב, געווען מער ווי וויליאם'ס גאנצע געלט – האט "ראטשילד" – מיט וויליאם'ס רשות - געהאלטען, און כאטש וואס ער איז שוין געווען זייער רייך בעפאר, האט אים דאס, גאר שטארק רייך געמאכט, און דאס איז איינע פון די יסודות פון די " ראטשילד דינאסטיע".

5) א זיסע שטיקל, ווי א גוי קוקט אן יוסף הצדיק אין מצרים.

6)שיילאק.

בערך 400 יאר צוריק האט געלעבט איינע פון די מערסט באוואסטע פאעטן, און שרייבער פון שפילען (פלעי'ס), ער האט געהייסן "וויליאם שעיקספיער", זיינע שפילען ווערן נאך היינט געשפיעלט אין גרויסען, און אז איינער וויל געבן א משל פון א שרייבער, וועט כמעט יעדער ניצן שעיקספיער, איינער וועט זאגן למשל, אויף אן אנדערען וואס האלט זיך פאר א אויסערגעווענדליכע שרייבער, "ער האלט זי פאר א גאנצע שעיקספיער".

איינע פון זיינע מערסט באוואסטע שפילן איז "די מערטשענט אוו ווענעס" (די סוחר פון וויענעציע). די שפיל איז איבער א אידישע סוחר, מיטן נאמען "שיילאק" וואס בארגט געלט פאר א גוי אויף פראצענטען, און קוועטשט ארויס פון אים די לעצטע פרוטה. עס לייגט די איד און א זייער שלעכטע ליכט, אלס געלט גייציג, און אז דער איד וועט אלס אויספלאנירן ווי אזוי צו ארום דרייען, אז ער זאל סוף כל סויף באקומען יענעמס גענצע געלט.

(אגב צו שעיקספיער איז געווען אן אנטיסעמיט איז א גרויסע מחלוקת ההיסטאריקער, ואכמ"ל, א שמועס פאר זיך.)


עס איז דא נאך זאכן אינעם ארטיקל, וואס קענען ניצען מער הסבר, אז איינער פארשטטייט נישט עפעס, זאל ער ביטע פרעגען, און כ'וועל פראבירן צו ענטפערען ווי ווייט מעגליך.

אז איינער וויל קען ער זעהן די ענגלישער ארטיקעל דא:
http://www.fordham.edu/halsall/mod/1898twain-jews.asp
דאס קען אמאל העלפען אויב מען פארשטייט נישט עפעס אין דעם איבערטייטשונג.

אגב, די לעצטע דריי פארעגראפען איז וואס מען ברענגט געווענדליך, ווען מען רעדט פון די ארטיקל. (כ'האב עס געמאכט באלד)

ליינט שטייט מיט געדולד, עס נעמט אמאל אביסל לענגער ביז מען כאפט, אבער עס לוינט!!!
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יאנואר 01, 2012 1:56 pm, פארראכטן געווארן 10 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(פון דא אין ווייטער איז די ארטיקל)

עטליכע מאנאטען צוריק האב איך ארויסגעגעבן א זשורנאל ארטיקל אראפמאלענדיג א מערקווירדיקער סצענע אין דער אימפעריאליסטישער פארליאמענט אין ווין. זינט דעמאלט איך האב באקומען פון אידן אין אמעריקע עטליכע בריווען פון אנפראגעס. זיי זענען שווערע בריווען צו ענטפערן, דערפאר וואס זיי זענען נישט זייער קלאר [געשריבן]. אבער לעצטענס האב איך באקומען איין קלארע [בריוו]. עס איז פון א אדוואקאט, און ער טאקע פרעגט די פראגעס וואס די אנדערע שרייבערס האבן געמיינט אז זיי פרעגן. דורך די הילף פון דעם ארטיקל וועל איך טאן די בעסטע וואס איך קען צו עפענטליך ענטפערן אויף דעם בריוו, און אויך די אנדערע [בריווען]– און אין דער זעלביקער צייט טו איך זיך אנטשאלדיגען פארן נישט ענטפערן אויף די [אנדערע] בריווען פערזענדליך.

דער אדוואקאט'ס בריוו לייענט זיך ווי פאלגענד:

איך האבן געלייענט די ארטיקל "שטארעמישע צייטן אין עסטרייך"', און איין פונקט אין באזונדער, איז פון א ספעציעלער וויכטיקייט צו מער ווי עטליכע טויזנט מענטשן, אריינגערעכנט מיר אליין, איין פונקט וועגן וואס איך האבן אפט געוואלט אדרעסירן א פראגע צו עפעס א אימאינטערעסירטע מענטש (דאס מיינט, א מענטש אן נגיעות).

דאס באווייזן פון די מיליטעריש קראפט אין די עסטרייכישער פארליאמענט, וואס האט פאראורזאכט די אומרוען, איז נישט אויפגעברענגט געווארן דורך קיין איד. קיין איין איד איז נישט געווען א מיטגליד פון אזא גרופע. קיין שום אידישער פראגע איז נישט געווען פארמישט אין די "אויסגלייך" אדער די שפראך פארשלאג. קיין שום איד האט קיינעם נישט פארשעמט. אין קורצען, קיין שום איד איז נישט געטאן קיין שאדן צו קיינעם נישט. אין פאקט, די אידן זענען געווען דער בלויז איינס פון ניינצען ראסעס אין עסטרייך וועלכער האט נישט האבן א פארטיי - זיי נעמען אינגאנצען נישט קיין טייל [אין די פאליטיק].

נאכאלץ אין אייער ארטיקל זאגט איר אז אין די אומריען וואס האבן נאכגעפאלגט, זענען אלע קלאסן מענטשן געווען פאראייניגט בלויז אויף איין זאך, דאס איז די קעגענשאפט צו די אידן. איצט וועט איר ביטע מיר זאגן פארוואס, אין דיין מיינונג, די אידן האבן זענען אלץ געווען, און זענען אפילו איצט, אין די טעג וואס עס דארף צו הייסן טעג פון פארשטאנד, די שפיטץ פון אומפאנדימענטאלע און שלעכטע, פארפאלגונגען? איך טרוי מיך צו זאגן אז פאר הונדערטער יארן איז נישט געווען א מער שטילע, נישט שטערענדיגע, און גוט געפיערטער בירגער, אלס א קלאס, די זעלבער ווי די איד. עס קוקט מיר אויס אז אומוויסנדיקייט און פאנאטישע גלובינגען קענען נישט אליין זיין די לאגיק פאר די גרויליקע און אומגערעכט פארפאלגייטן.

"דערציילט מיר, דעריבער, פון דיין קוק, מיט דיין קאלטע מיינונג, וואס אין דיין פארשטאנד איז דער גרונט דערפון? קענען אמעריקאנער אידן טאן עפעס עס צו פארריכטן, צי אין אמעריקע אדער אין אויסלאנד? וועט עס אמאל קומען צו א ענדע? וועט א איד אמאל קענען לעבן אויפריכטיג, געהריג, און אין פרידען, ווי די איבריגע פון די מענטשהייט? וואס איז געווארן מיט דעם גילדענעם געזעץ ? (1)

(ביז דא איז די פראגע, פון דא און ווייטער איז דער אנטווארט)

איך וועל אנהייבן דורך זאגן, אז אויב איך האב ווען אין געדאנק א שלעכטער מיינונג קעגן דעם איד, וואלט איך געהאלטען אלס גלייך צו לאזן דעם שמועס צו א מענטש וואס איז נישט פארקריפעלט אין אזא וועג. אבער איך האלט אז איך האב נישט אזא מיינונג [קעגן די אידן]. עטלעכע יאר צוריק האט א איד באמערקט צו מיר, אז עס איז נישטא קיין אומגינסטיגע באציאוינג צו זיינע מענטשן (אידן) אין מיין ביכער, און געפרעגט ווי אזוי דאס האט געטראפן? עס האט געטראפן, ווייל דאס וואס פאראורזאכט אזא זאך, האט געפעלט. איך בין גאנץ זיכער אז (אויסער איינע – מ.ט.) האב איך נישט קיין ראסען באזירטע שלעכטע מיינונג, און איך טראכט אז איך האב נישט קיין קאליר באזירטע שלעכטע מיינונג, אדער סאציאל באזירטע שלעכטע מיינונג, אדער גלויבונג באזירטע שלעכטע מיינונג. נישט נאר איך טראכט אזוי, איך ווייס עס.

איך קענען פארנעמען יעדע געזעלשאפט. אלס וואס איך וויל וויסן איז, אז א מענטש איז א מענטש - דאס איז גענוג פאר מיר, ער קען נישט זיין ערגער פון דעם. (2) איך האב נישט ספעציעל שעצונג פארן טייוול, אבער איך קען כאטשיג זאגן אז איך האב נישט פאראורטל קעגן אים. עס קען אפילו זיין אז איך שפיר אביסל פאר אים, אויפן רעכענונג, אז ער האט נישט געהאט קיין אויפריכטיגע אפשאצוינג.

אלע רעליגיעס געבן ארויס ביכער קעגן אים, און זאגן די מערסט וואנד'ברענגענדע זאכן וועגן אים, אבער מיר הערן קיינמאל נישט זיין זייט. מיר האבן גארנישט נאר די איבערצייגונגען פאר זיין אנקלאגע, און נאכאלס האבן מיר ארויסגעגעבן א אהרטייל אויף אים. און מיין מיינונג, איז דאס נישט נארמאל. עס איז נישט - ענגליש, עס איז נישט - אמעריקאניש, עס איז פראנצויזיש. אן דעם הינטערגרונט וואלט דרייפוס (3) נישט געקענט ווערן צום טויט אנגעקלאגט.

דער טייוול האט עפעס א קלאגע, עס גייט אן זאגן. עס קען זיין עס איז א ארימער קלאגע, אבער דאס איז נישט עפעס וואס קען נישט געזאגט ווערען אויף אונז אלע (אז מען האט א ארימער קלאגע). ווי באלד איך וועל באקומען אלא פאקטען וועל איך באלד אינטערנעמען זיין צוריק אויפבוי אליינס, אויב איך וועל קענען געפינען א אימפאליטישער ארויסגעבער. עס איז א זאך וואס מיר דארפן גרייט זיין צו טאן פאר יעדעם וואס איז אונטער א וואלקן. מיר דארפען אים נישט צוטיילן קיין שעצונג, דאס וואלט געווען נישט ריכטיג, אבער מיר קענען כאטשיג אנערקענען זיינע טאלאנטן.

א מענטש (דאס הייסט, א באשעפעניש) וואס האט פאר אומציילבארע הונדערטער יארן אנגעהאלטען די שטארקע פאזיציע פון רוחניות'דיגער קאפ פון פיר-פיפטלעך פון די מענטשהייט (כמעט אלא מענטשען), און פאליטישער קאפ פון זיי אלע, מוז פאר אים ווערן געגעבן (ווערן אנערקענט) דעם פארמעגן פון באזיצען פירערשאפט פון די העכסטער פארנעם. אין זיין גרויס אנוועזענהייט ווערן די פויפסטען און אנדערע פאלאטישענס איינגעשרימפען צו פיצקעלע עקזיסטענסען פאר די מיקראסקאפ. איך וואלט אים געוואלט זעהן. איך וואלט אים ענדערשט געוואלט זעהן און א שאקל טאן זיין עק, ווי א מיטגליד פון דער אייראפישער קאנצערט.

(ביז דא איז די פארווארט, פארוואס ער האלט אז ער איז די ריכטיגער מענטש צו שרייבן איבער די טעמע, פון דא אין ווייטער איז פאקטיש די ענטפער.)

אין די יעצטיגער פאפיר (ארטיקל) וועל איך זיך לאזן נוצן דעם ווארט "איד", ווי עס וואלט געשטאנען פאר ביידע רעליגיע און ראסע. עס איז פראקטיש. און אויסערדעם, דאס איז וואס דער טערמין מיינט צו דער אלגעמיינער וועלט.

אין די אויבנדערמאנטע בריוו איז דא די פונקטן:

1. דער איד איז א גוט געפיערטער בירגער (דאס הייסט, ער פיערט זיך אויף גוט).
2. קען אומוויסנדיקייט און פאנאטיזם אליין זיין די גרונט פאר זיין אומגערעכטיגער באהאנדלונג?
3. קענען אידן טאן עפעס צו פארבעסערן די סיטואציע?
4. די אידן האבן נישט קיין פארטיי, זיי נעמען נישט קיין טייל.
5. וועט דער פארפאלגונג אמאל קומען צו א ענדע?
6. וואס איז געווארן פון דעם גאלדענעם געצעץ?

פונקט נומער איינס.

מיר מוזן נאכגעבן פארשלאג נומער 1 פאר עטליעכע גענוג [גוטע] גרונדען. דער איד איז נישט א פארשטערער פון דער שלום פון קיין שום לאנד. אפילו זיינע שונאים וועלן דאס נאכגעבן (דאס מיינט, זאגען אז עס איז אזוי). ער איז נישט קיין צייט פארברענגער, ער איז נישט קיין אנגעטרינקענער, ער איז נישט טומלדיק, ער איז נישט א קריג מאכער אדער א רייאטען מאכער, ער איז נישט קריגרישער. אין די סטאטיסטיק פון פארברעכן איז זיין אנוועזענהייט רעלאטיוו זעלטן - אין אלע לענדער. מיט מארד און אנדערע קרימענאלע געשענישען פון גוואלטאטן, האט ער [נאר] א ביסל צו טאן [דערמיט], ער איז א פרעמדער צו די הענקער. אין דער פאליציי געריכט טעגליכער לאנגע ליסטע פון "אנפעלער" און "אנגעטרנקענע און שלעכטער אויפפירונג" טוט זיין נאמען זעלטן ערשיינען.

[דאס] אז דער אידיש היים, איז א היים אין דער ריכטיגער זין פון ווארט, איז א פאקט וואס קיינער וועט נישט לייקענען. די פארמיליע איז צוזאם געשטריקט אינאיינעם דורך די שטערקסטע איבערגעגעבענקייט, אירע מיטגלידער ווייזן יעדען דעם אנדערעם די רעכטיגע שאץ פון ווערט, און [דאס] אכטען פאר די עלטערע איז א אומבוגזאמע געזעץ פון די הויז.

דער איד איז נישט א לאסט אויף די וואוילטעטיגע אינסטיטוציעס פון דער לאנד אדער פון די שטאט, זיי וואלטען געקענט אויפהערן עגזעסטירען אן אים (דעם איד) בעטרעפען.

ווען ער איז גענוג געזונט, ארבעט ער, אז ער קען נישט ארבייטען, טיען זיינע אייגענע מענטשן זיך זארגען פאר אים. און נישט אין א אריממער אדער קארגער וועג, נאר מיט א פיין און גרויס פריינדלעכקייט. זיין ראסע האט רעכט צו ווערן גערופן די מערסטע פריינדליך פון אלע די ראסעס פון מענטשהייט.
א יידיש בעטלער איז נישט אוממעגלעך [צו געפינען], עס קען אזא זאך עקסיסטירן, אבער זיי זענען ווייניג די מענטשן וואס קענען זאגן זיי האבן געזען אזא ספעקטעקאל. דער איד איז שוין געשפיעלט געווארען אין פילע אימקאמפלמענטענע פארמען, אבער, ווי ווייט איך ווייס, האט נאך קיין דרעמאטיקער (דאס מיינט, דרעמאטישער שפיעלער) אים נישט געטאן דעם אומרעכט צו שפיעלען אים ווי א בעטלער. ווען א איד דארף פאקטיש צו בעטן, [וועלן] זיינע מענטשן ראטעווען אים פון דער נייטיקייט פון עס צו טאן. די וואוילטעטיגע אינסטיטוציעס פון די אידן זענען געשטיצט דורך אידיש געלט, און גענוג. די אידן מאכן נישט קיין טומל דערפון, עס ווערט געטאן שטיל, זיי טאן נישט גריזשען און דערגיין אינז (די נישט אידען) די יארן און אפמאטערן אונז פאר בעטראגעס, זיי געבן אונז פריעדען, און שטעלן פאר אונז א ביישפיעל - א ביישפיעל וואס מיר האבן זיך נישט געפונען עס צו קענען נאך גיין (דאס מיינט, מיר קענען נישט עס נאכגיין), ווייל ביי נאטור זענען מיר נישט קיין פרייע געבער, און מיר מוזן מיט געדולד און אן אויפהער געפאנגען ווערען אין דעם אינטערעסע פון די אומגלקליכע.

די פאקטן טוען באפעסטיגען די אנטראג אז דער איד איז א גוט און ארענטליכער בירגער.

אויף צו ציזאם נעמען:

זיי באשטעטיגען אז ער איז שטיל, פריעדליך, פלייסיג, נישט צוגעבינדען צו ערענסטע פארברעכען און ברוטאלע נייטונגען, אז זיין משפחה לעבן איז אויסרימווערט, אז ער איז נישט א לאסט אויפן פאבליקום וואוילטעטיגע אינסטיטוציעס, אז ער איז נישט א בעטלער, אז אין וויאלטעטיקייטען איז ער העכער די דערגרייכונגען פון דעם קונקורענץ. די זאכען זענען די סאמע וויכטיגסטע פון גוט בירגערשאפט.

[וואס האלט איר] אז איר קענט צושטעלן אז ער איז די זעלבע ערליך ווי די דורכשנישטלעך פון זיינע נעבערס (שכנים) ? - אבער איך טראכט אז די פראגע איז שטארק געענטפערט דורך די פאקט אז ער איז א ערפאלגרייכער געשעפטס מענטש.

דער פאנדאמענט פון ערפאלגרייכער געשעפטן איז ערלעכקייט, א געשעפט קענען נישט זיין ערפאלגרייך ווי די פארטייען קענען נישט געטרויען דעם אנדערער.

אין דעם זאך פון נומערן איז דער איד גערעכענט פאר ווייניג (דאס מיינט,עס איז נישטא קיין סאך אידען) אין די גאר גרויסע באפעלקערונג פון ניו יארק, אבער [דאס] אז זיין ערלעכקייט ווערט גערעכענט פאר פיל, איז גאראנטיערט (באשטעטיגט) דורך דעם פאקט אז די גוואלדיקע גרויסהאנדל געשעפט הייזער אויף בראדוויי [גאס], פון די באטערי צו יוניאן קוואדראט, איז און א גרויסער זין אין זיין (דעם איד'ס) האנט.

איך רעכן אז דער בעסטע מאלערישער ביישפיל אין די געשיכטע פון א האנדלער'ס צוטרוי אין זיין קאמראד- האנדלער איז נישט געווען איין קריסט וואס געטרויעט א צווייטער קריסט, נאר א קריסט וואס געטרויעט א איד.


(4) אז די הערשער פון העססיאן וואס פלעגט פארקויפן זיינע בירגער צו דזשארזש דער דריטער, צו באקעמפן דזשארזש וואשינגטאן און דערמיט רייך געווארן, און אינצווישען, ווען די קריג דורך דער פראנצויזיש רעוואלוציע האט געמאכט זיין טראן צו ווארים פאר אים (עס האט עס באדרויעט) , ער איז געווען געצווינגען צו אנטלויפען פון זיין לאנד. ער איז געווען אין א איילעניש, און האט בעדארפט צו פארלאזן זיין פארדינסט אהינטער (דארט לאזן) [די סומע) - 9,000,000 דאלער, ער האט געדארפט ריזיקירן דאס געלט (באהאלטען, און ריזיקירן אז יענער וועט עס נישט אפגעבן) מיט איינעם אן זיכערהייט (א פריווייטער מענטש). האט ער נישט אויסקלייבן א קריסט, נאר א איד - א איד פון בלויז באשיידענע מיטלען (באשיידענע לעבנסשטייגער), אבער מיט א הויך כאראקטער, א כאראקטער אזוי הויך אז עס לאזט אים עלענד – (דער מענטש איז געווען) ראטשילד פון פראנקפארט. דרייסיג יאר שפעטער, ווען אייראפע איז ווידער געווארן שטיל און זיכער, איז די פירער צוריק געקומען פון איבערן וואסער, און דער איד האט אומגעקערט דעם לייען (די געבארגטע געלט), און נאך געגעבן פראצענט.

[פוטנאוט *:
דא איז אן אנדער שטיק פון מאלערישער געשיכטע (עס ברענגט זייער גוט ארויס די דערמאנטע פאקט), און עס דערמאנט אונז אז אויסניצעניש, און אומ'ארענטליכקייט איז נישט דער מאנאפאל פון איין ראסע אדער רעליגיעזע גלייבינג, נאר פון די גאנצע מענטשהייט.

"קאנגרעס האט דורעכגעפיערט א געזעץ צו צאלן $ 379.56 צו משה פענדערגראסס, פון [די שטאט] "ליבערטיווילל, מעזארי". די געשיכטע פון די גרונד פון דעם שולד (פארוואס עס איז אים געקומען די געלט) איז פראקטיש טשיקאווע, און עס ווייזט [אין וואספארא] סארט זויערע איגערקע (פראבלעמען) א ערליכער מענטש קען באקומען, אז ער נעמט זיך אינטער צו טאן אן ערליכער ארבעט פאר פעטער סעם (די אמעריקאנער רעגירונג).
אין 1886 [האט] משה פענדערגראסס געלייגט א ביטע (ביד) פאר די אפמאך צו פירן די פאסט אויף דער רוט פון "נאב ליק" צו "ליבערטיווילל" און "קאפמאן", (דאס זענען פלעצער) דרייסיק מייל א טאג, פון יולי 1, 1887, פאר איין יאר. ער האט באקומען (גענוצט) דער פאוסמאסטער פון "נאב ליק" צו שרייבן דעם בריוו פאר אים, און ביים שרייבן האט ער געטראכט (געוואלט) אז זיין ביטע זאל זיין 400 $, די שרייבער [האט] זארגלאז עס געמאכט פאר $ 4.
משה האט באקימען דעם אפמאך, און האט נישט אויסגעפינען וועגן דעם גרייז ביז דעם ענדע פון דער ערשטער פערטל [פינעם יאר], ווען ער האט באקמען זיין ערשטער באצאלדונג. ווען ער האט אויסגעפונען ביי (אויף) וואספארא ראטע ער ארבעט, איז ער געווען זייער אראפ געקלאפט, און געעפנט א קאמוניקאציע (זיך פארבינדען) מיט די פאסט-ביארא אפטיילונג.

די אפטיילונג האט אים אינפארמיערט אז ער מוז אדער דורכפירן זיין אפמאך אדער עס ברעכען , און אז (אויב) ער וועט עס ברעכען, וועט זיין באנדסמאן (דיין ערב) דארפן באצאלן פאר די רעגירונג 1,459.85 $ אין שאדן.
האט משה אויסגעפירט זיין אפמאך, געגאנגען דרייסיג מייל יעדער וואכנטאג פאר א יאר, און געטראגן די פאסט, און באקומען פאר זיין ארבעט $ 4 - אדער, צו זיין מער פינטלעך, 6.84 $, , ווייל דער רוט איז פארגרעסערט געווארן נאך ווען די ביטע (ביד) איז געווען אנגענומען, איז דער לוין פארפארציאנאל געוואקסן. איצט, נאך צען יאר, [איז] א געזעץ ענדליך אריבערגעגאנגען, צו צאלן פאר משה די צווישענשייד וואס ער האט פארדיענט אין דעם אומגליקלעך יאר (וואס עס איז זיך אים געקומען), און וואס ער באקומען".

דער זון (צייטונג), וואס דערציילט די אויבן [דערמאנט] געשיכטע, זאגט אז געזעצען זענען פארגעשטעלט געווארן אין דריי אדער פיר קאנגרעס'עס פאר משה 'ס פארלאכטערונג,(מען האט אפאר מאל געבעטען אז קאנגרעס זאל אזוי הייסן) און אז קאמיטעטן האבן נאכאנאנד געפארשט זיין פאדערונג.
[דאס מיינט אז] עס האט גענומען זעקס קאנגרעס'עס, - וואס האבן אין זיך, די ציזאמ'געדריקטע ווירדן פון 70,000,000 מענטשן, (זיי פארטרעטען 70,000,000 מענטשן), און זיי טיען מיט גרויס אפבאכט, געבן אויסדרוק צו זייערע ווירדן, (זיי פירן אויס וואס די 70,000,000 מענטשן פארלאנגען פון זיי), [וועגן] דעם שרעק פון גאט, און פון די וואלן - , [האט עס זיי גענומע] עלף יאר צו געפונען א אויסוועג, אפצונארן א קאמראד-קריסט פון 13 דאלער, אויף זיין ערליכער אויסגעפירטער אפמאך, און ארויס [שלעפען פון אים] נאענט צו 300 דאלער וואס קומט אים אויף זיין פארגרעסערטער טערמין. און עס איז זיי געלונגען (דאס מיינט זיי האבן למעשה נישט באצאלט אלעס נאך די גאנצע צייט).

(ער ברענגט ארויס אז די קאנגרעס, וואס דארף זיך זארגען אויף אויסצופירען וואס אזוי פיל ווי 70,000,000 בירגער פארלאנגען פון זיי, האבן נישט געפונען עפעס וויכטיגער, און פאר עלף יאר אוועקגעגעבן צייט, אויף ווי אזוי איסצושפילן דעם מענטש)

און אין דער זעלבער צייט האבן זיי באצאלט 1,000,000,000 דאלער אין פענסיע – א דריטעל דערפון אומפארדינט און אן זיך קימען [פאר די וואס האבן עס באקומע]).

דעס טוט באווייזען א גלענצנדיק אלעס-ארום (גאנצע) קאמפאטינס אין ארויסשווינדלען, ווייל עס פאנגט זיך אן מיט פארטהינגס (א קליינע זאך, פארטהינג = א קליינע מטבע פון א קליינער ווערט), און טוט זיך אינדאסט'ריעזירען (וואקסט) די גאנצע וועג ארויף [ביז] צו גאנצע שיפן מאטריאל.

עס זאל זיין מעגליך (עס קען זיין) אז די אידן קענען זיך שלאגן דערמיט (אז זיי קענען נאך פארמעסטן מיט ארויס דריקען פון מענטשען), אבער דער מענטש וואס שטעקט איין אין דעם (אז דאס וועט פאסירען, אז די איד וועט קענען געווינען קעגן קאנגרעסס) נעמט א גרויסע ריזיקע.]

דער איד האט זיין אנדערע זייט אויך. ער האט עטליעכע נישט ערליכע וועגן, אבער ער האט נישט א מאנאפאל דערפון, ווייל ער קען נישט באקומען גאנצע פרייהייט פון פראבלעמאטישער קריסטליכער קאָנקורענץ. האבן מיר געזען אז זעלטן טוט ער ברעכען די געזעצן קעגן פארברעכען פון ווילדקייט. טאקע, זיין האנדל מיטן געריכט זענען פאסט (כמעט נאר) באהאפטען צו זאכן פארבונדן מיט האנדל. ער האט א רעפיוטאציע פאר פארשידענע פארמען פון קליינע שווינדלערייען, פאר פראקטיצירונג אנטערדרוקענדע פראצענט (נעמט גרויסע פראצענט פאר בארגען געלט), און פאר זיך אליינס אנטערצינדען צו באקומען פארזיכערונג, און פאר ארגענעזירען כיטרע אפמאכען וואס לאזן אים א וועג ארויס אבער שפארען איין די אנדערע מענטשן, און פאר קלוגע אינטערוועגען וואס מאכן אים זיכער און באקוועם פונקט גענוג נישט צו ברעכען דעם שטרענגען געזעץ, ווען די געריכט און זשורי וויסען זייער גוט אז ער האט געבראכען דער גייסט דערפון.

ער איז א אפטער און געטרייער און טויגליכער אפיציר אין דער ציווילע דינסט, אבער ער איז באפוילן מיט א (ער האט אין זיך) אומפאטריאטישער אום אינטערעסע צו שטיין ביי די פאן ווי א סאלדאט - ווי דער קריסטליכער קוואקער (א געוויסער רעליגיע).

יעצט אויב טוט איר צוגלייכען די נישט ערליכע טיילן, צו די ערליכע וואס זענען איוסגערעכענט אין די פריערדיגע פאראגראף, וואס הייבט זיך אהן מיט די ווערטער, " די פאקטן טוען באפעסטיגען די אנטראג אז דער איד איז א גוט און ארענטליכער בירגער," און שלאגן א באלאנס (זיי צושטעלען איינע צום אנדערען), וואס מוז די אהרטייל זיין? דאס, טראכט איך, אז די אויבערהאנט און אינטערשטעליקייט זייענדיק מיט א ווארהייט געוויאגען און געמאסטען אויף ביידע זייטן, קען נישט דער קריסט פאדערן קיין העכערקייט (זיך האלטען העכער) איבער דער איד אין די ענין פון גוט בירגערשאפט. דאך אין אלע לענדער, פון די פארטאג פון געשיכטע, איז דער איד שוין געווען נאכאנאנד און אן מיטלאד געהאסט, און מיט אפטקייט פארפאלגט.

פונקט נומער 2.

"קענען פאנאטיזם אליין זיין די חשבון פאר דעם (קען פאנאטיזם זיין די גאנצע שולד דעראויף) ?" יארן צוריק פלעג איך טראכטן אז עס (פאנאטיזם) איז געווען פאראנטווארטלעך פאר נאנט צו אלע פון עס (כמעט די גאנצע שולד), אבער לעצטענס בין איך געקומען צום טראכטן אז דאס איז געווען נישט ריכטיג.

טאקע, עס איז איצט מיין איבערצייגונג אז עס איז פאראנטווארטלעך פאר קוים עפעס דערפון.

אין פארבינדונג מיט דעם, רוף איך (גיי איך) צו טראכטען פון בראשית, קאפיטאל 47. (5) מיר האבן אלע טראכטענדיג - אדער נישט טראכטענדיג - געלייענט די נעבעכדיגע געשיכטע פון דעם יאר פון גענוג, (זאטע יארן) און די יארן פון הונגער אין מצרים, און ווי יוסף, האט ביי דעם געלעגנהייט, געמאכט א ווינקל אין צעבראכן הארץ, (גענומען "עדווענטידשז") און די אויסערליכע שיכט פון דעם ארעמאן, און פון מענטשליכע פרייהייט - א ווינקל וואס ער האט דערמיט אוועקגענומען א לאנד'ס אלע געלט, ביז צו די לעצט גראשען, אוועקגענומען א לאנד'ס אלע פי (חיות און בהמות), צו די לעצט הוף (פוס פון א בהמה), אוועקגענומען א לאנד'ס לאנד, ביז צו די לעצט אקער, דערנאך גענימען דאס לאנד אליין, קויפעדיג עס פאר ברויט , מענטש ביי מענטש, פרוי ביי פרוי, קינד ביי קינד, ביז אלע זענען געווארן קנעכט.

א ווינקל וואס האט אלץ גענימען, גארנישט איבערגעלאזט, א ווינקל אזוי עקסטריעם וואנדערבאר אז, דורך פארגלייכענדיג (עפעס אנדערשט) מיט עם, זענען די מערהייט ריזיגע ווינקלען אין שפעטערדיגע געשיכטע ווי קליינע קינדער (און פארגלייך מיט אים), ווייל עס האט זיך געהאנדעלט מיט הונדערטער פון מיליאנען שעפלען (שטח פון לאנד), און זיינע פראפיטן זענען רעכענענדיג ביי (קענען ווערען גערעכענט פאר) הונדערטער מיליאנען דאלארען, און עס איז געווען א בראך אזוי צודריקונד אז זיין ווירקונג איז נאך נישט אינגאנצן פארשווונדן פון מצרים ביז צום הייניגען טאג, מער ווי 3000 יאר נאך דער געשעעניש .

איז עס וועהרמוטליך (מסתבר) אז די אויגן פון מצרים איז געווען די גאנצע צייט אויף יוסף דער פרעמדער איד? איך טראכט עס איז ווארשינדליך אזוי. איז עס (די בליק) געווען פריינדלעך? מיר מוזן צווייפלען און דעם. האט יוסף דערמיט געגרינדעט א כאראקטער פאר זיין ראסע וואס וואלט איבערגעלעבט לאנג נאך מצרים? און מיט די צייט וואלט זיין נאמען קומען צו זיין באקאנט געניצט צו אויסדריקן דעם כאראקטער - ווי שיילאק'ס (6)? עס איז שווער צו זיין אומגלויביג דעראין.

לאזן אינז געדענקען, אז דאס איז געווען הונדערטער יארן איידער די קרייצונג (פונעם אותו האיש יש"ו שר"י). איך וווינטש (איך וויל) אראפ צו קומען 1800 יאר שפעטער, און זיך באציען צו א באמערקונג געמאכט דורך איינער פון די לאטיינישע היסטאריקער. איך האב עס געליינט אין א איבערזעצונג פילע יארן צוריק, און עס קומט יעצט צוריק צו מיר מיט געוואלד.

עס האט זיך באצויגען צו א צייט ווען עס האבן נאך געלעבט מענטשען וואס האבן געקענט זעהן דעם (אזויגערופענער) אויסלייזער (אותו האיש שר"י) אין זיין פלייש (לעבעדיג). קריסטענטום איז נאך געווען אזוי ניי אז די מענטשן פון רוים האט קוים געהערט דערפון, און האבן געהאט צעמישטע אנונגען (ידיעות) וואס עס איז.

דער סובסטאנץ פון די באמערקונג איז געווען דאס: טייל קריסטן זענען געווארן פארפאלגט אין רוים דורך א גרייז, "מיינענדיג אז זיי זענען אידן".דער טייטש איז קלאר. די געצען דינער (דאס הייסט איידער די רומיום האבן אנגענומען די קריסטליכער גלויבן) האט גארנישט געהאט קעגן קריסטן, אבער זיי זענען גאנץ גרייט געווען צו פארפאלגען אידן. פאר עפעס א גרונד (סיבה) אדער אנדערע, האבן זיי געהאסט א איד איידער זיי האבן נאך געוואוסט וואס א קריסט איז. האב איך נישט רעכט צו האלטען, אז די פארפאלגונג פון אידן איז א זאך וואס איז עלטער פון קריסטנטום און איז געווען נישט געבוירן פון קריסטנטום? איך טראכט אזוי.

וואס איז געווען די אנהייב פון דעם געפיל (פיינטשאפט צו אידן)?

ווען איך איז געווען א אינגל, אין דעם אינטערשטע באזעצונג פון דעם "מיסיסיפי וואלי" (א געגענט), ווו א גענעדיגע און שיינע זונטיג-שולע'ס איינפאכ'דיקייט, און אומפראקטיש'דיקייט איז אנגעגאנגען, דער "יענקי" (בירגער פון דער ניו ענגלאנד לענדער) איז געווען געהאסט מיט א גלענצנדיק ענערגיע. אבער רעליגיע האט גארנישט געהאט צו טאן דערמיט. אין האנדעל, איז די יענקי געווען גערעכענט צו זיין פינף מאל און פארגלייך צו די וועסטערנער (בירגער פון דער מיסיסיפי געגענט). זיין רעפעניריעטקייט, זיין פארשטאנד, זיין [גוטע] אורטייל, זיין וויסן, זיין פארנעמונג, און זיין באדייטענדע קלוגשאפט, אין ניצען די [דערמאנטע] שטארקייטן, זענען געווען אפען ערקלערט, און מער-וויניגער גוט באשאלטן.

אין דער וואטע שטאטן (די פלעצער פון ווי עס קומט וואטע, דאס איז די דרום שטאטען פון אמעריקע), נאך דער מלחמה, האבן די נארישע ניגערס (שווארצע באפעלקערונג) געמאכט די פלאנצונגען פאר דעם ווייסע פלאנצער אויף אקטען.

דער איד איז אראפ געקומען מיט קראפט, אויפגעשטעלט קראמען אויף די פעלדער, און באזארגט די ניגערס אלע באדערפענישען אויף א קרעדיט, און ביי די ענדע פון די סעזאן איז ער געווען באזיצער פון די ניגערס טיילן פון די יעצטיגע גערעטעניש (שניט) און פון טייל פון זיינע טיילן פון דער ווייטערדיגער [גערעטעניש]. פאר צו לאנג, האט די ווייסער פיינט באקומען דעם איד, און איך בין צווייפעלדיג אויב די ניגראו האט אים ליב געהאט.

דער איד ווערט ארויס געזעצט (מען מאכט געזעצען אנטקעגען אים) פון רוסלאנד. די גרונט איז נישט פארבארגן. די באוועגונג איז געווארען ווייל דער קריסטליכער פויער און שטעטעל איינוויאנער האט נישט געהאט קיין געלעגענהייט, קעגן זיין (דעם איד'ס) געשעפטליכע פעאיקייטען.

ער איז שטענדיק גרייט געווען צו לייען געלט אויף א גערעטעניש, און פארקויפן א וואדקע און אנדערע נויטבאדערפענישען פון לעבן, אויף קרעדיט און די צייט וואס די גערעטעניש וואקסט. ווען די טאג פון אויסגלייכען איז ער שוין די באזיצער פון די גערעטעניש, און א יאר אדער א יאר דערנאך איז ער די באזיצער פון דעם פארם, ווי יוסף.

אין די נודנע און נארישער ענגלאנד פון דשאנ'ס צייט, איז יעדערער געווארען א שולדיגער פארן איד. ער האט איינגעזאמעלט אלע לוקראטיווע אונטערנעמונגען אין זיינע (דעם איד'ס) הענט, ער איז געווען דער קעניג פון האנדל, ער איז געווען גרייט צו ווערן באהילפיג אין אלע געווינענדע וועגן (ווי מען קען מאכן פראפיט), ער האט אויך פינאנסיערט קרייצונגען צו ראטעווען די באגרעבעניש ערטער (פון די קריסטען).

אפצוווישען זיין געלט פארלאנג (די חוב) מיט דעם פאלק (די קריסטען), און אומקערן געשעפטען צו זיין נאטירלעך און אומ'פעיגע וועגען, האט ער (דער איד) בעדארפט צו זיין פארבאטען פון די קעניגרייך.

פון וועגן די זעלבע גרונדען האט שפאניע אים בעדארפט צו פארבאטען פיר הונדערט יאר צוריק, און עסטרייך א פאר הונדערט יאר שפעטער. אין אלע צייטן איז קריסטליכער אייראפע געווען בונדעט (געצווינגען) צו איינשרינקען זיינע אקטיוויטעטן. אויב ער (דעם איד) איז אריין אויף מאכאנישע האנדל,האבן די קריסטן געמוזט פעסיאנירען דערפון (ארויסגיין דערפון). אויב ער האט זיך געשטעלט ווי א דאקטאר, איז ער געווען דער בעסטער, און ער האט גענימען די [גאנצע] האנדל. אויב האט ער אויסגעניצט לאנדווערטשאפט, האבן די אנדערע פלאנצער, געדארפט באקומען (האנדלען מיט)עפעס אנדערש. זינט עס איז נישט געווען קיין וועג צו ערפאלגרייך קאנקורירן מיט אים (דעם איד) אין קיין פאך, האט דער געזעץ געמוזט אים צוטרעטן, און אזוי אפהיטן דעם קריסט פון דעם ארעמאן-הויז.

האנדל נאך האנדל איז אוועקגענומען געווארן פון דעם איד דורך געזעץ, ביז עס איז אים פראקטיש גארנישט געבליבן. ער איז געווען פארבאטן צו נעמען טייל אין לאנדווערטשאפט, ער איז געווען פארבאטן צו פראקטעצירען געזעץ, ער איז געווען פארבאטן צו פראקטעצירען מעדיצין, נאר צווישן אידן, ער איז געווען פארבאטן די האנט ארבייט. אויך די זיץ פון לערנען און די שולן פון וויסנשאפט האט געמוזט זיין פארמאכט אנטקעגן דעם גאר גרויסער קעגנער (דעם איד).

נאך אלס, פאסט בארויבט פון ארבייט געלעגענהייטן, האט ער געפונען וועגן צו מאכן געלט, אפילו וועגן צו ווערען רייך.

אויך וועגן איינצושטעקען זיין נעמונג (זיין פארמעגען) גוט, ווייל פראצענט נעמען איז נישט פארלייקנט געווארן (אוועקגענומען געווארן) פון אים. אין די שווערע אומשטענדען דא פארגעשטעלט, וואלט דער איד אן א קאפ נישט געקענט איבערלעבן, און דער איד מיטן קאפ, האט עס (די קאפ) געמוזט האלטן גוט טרעניערט און גוט אויסגעשארפט, אדער הונגערן. יארן פון בעגרעניצונג (פון די אלע רעכטען) - צו דעם איין געצייג וואס די געזעץ האט נישט געקענט צונעמען פון אים, זיין קאפ - האבן געמאכט דער געצייג אליינס (די קאפ) גאר קאמפעטענט. (און) יארן פון אבליגאטישער (געצווינגענע) אומניצען פון זיין הענט האבן זיי פארדארבן, און ער ניצט זיי איצט אויך קיינמאל נישט.

דעם געשיכטע האט א זייער, זייער געשעפטליכער קוק, א מערהייט שמוציגער, און (פון א געשעפטליכער קוק ווינקל א) פראקטיש געשעפטליכער קוק, די געשעפט אספעקט פון א כינעזיש ביליק-ארבעט קרייצצוג (דאס מיינט א זייער טרוקענער געשעפטליכער קוק) . רעליגיעזער פארפאלגונג קען זיין די רעכענונג פאר איין טייל דערפון, אבער נישט פאר די אנדערע ניין (טיילן). פראטעסטאנטען האבן פארפאלגט קאטהאליקען, אבער זיי האבן נישט אוועקגענעמען פון זיי זייער לעבנס'אונטערהאלט. די קאטהאליקען האבן גערודפט די פראטעסטאנטען מיט בלוטיגע און שרעקלעך ביטערניש, אבער זיי האבן קיינמאל נישט פארמאכט לאנדווערטשאפט און די האנטארבייט פאר זיי. פארוואס איז עס אזוי געווען? דאס (ווי אזוי די גוים זענען איינער פארן קעגן אנדערען) האט דער אויפריכטיגער אויסזעהן פון עכט רעליגיעזער פארפאלגונג, נישט א פאך-פארבאנד בויקאט פארשטעלט אין א רעליגיעז אויסזעהן (ווי עס איז זיין קעגנערשאפט צום איד).

די אידן זענען געיאגט און געשטערט אין עסטרייך און (אין) דייטשלאנד, און לעצטנס (אויך) אין פראנקרייך, אבער ענגלאנד און אמעריקע געבן זיי אן אפנער פעלד און נאך אלס בלייבן זיי (די אמעריקאנער און ענגלענדער) לעבן. סקאטלאנד אפפערט זיי אויך א אומפארשעמטער (נישט פארשעמטער) פעלד (דאס מיינט אלעס), אבער עס זענען נישט פארהאן פילע נעמערס (עס זענען דארט נישטא קיין סאך אידן). עס זענען דא א ביסל אידן אין "גלאסקאו" (א שטאט), און איינער אין "אבערדעען", אבער דאס איז נאר ווייל זיי קענען נישט גענוג פארדינען אוועקצוגיין . די סקאטישע טיען זיך אויף מיט דעם קאמפלימענט, אבער עס איז אוטענטיש.

איך שפיר איבערצייגט, אז די קרייצן (פונעם אותו האיש יש"ו שר"י) האט נישט פיל צו טאן מיט די וועלט 'ס שטעלונג צו דער איד, [איך שפיר] אז די גרונדען דערפאר זענען עלטער ווי די פאסירונג (די קרייצן), ווי עס איז פארגעשלאגען (ווי מען זעהט) דורך מצרים'ס ערפארונג, און דורך רוים'ס באדויערן, דערנאך (נאך דעם ווי זיי זענען געווארן קריסטען), פארן פארפאלגען אן אומבאקאנט מאטריאל גערופן א קריסט, אונטער דער גרייזיגער איינדרוק, אז זי איז געווען בלויז א פארפאלגונג פון א איד, - נאר א איד - א געהוטעטער (אראפגענומען די הויט) אעל (אזא בהמה) וואס איז צוגעוויאנט דערצו, ווארשיינדליך.

איך בין זיכער אז אין רוסלאנד, עסטרייך, און דייטשלאנד, טוט ניין-צענטלעך פון די פיינטשאפט צו דער איד קומען פון די דורכשנישטלעך קריסט'ס נישט קענען קאנקורירן מיט ערפאלג מיט דעם דורכשניטליכער איד אין געשעפט – סיי אין א גלייכער געשעפט אדער אין א פראגענדיגער (פראבלעמאטישער) סארט. אין בערלין, א ביסל יארן צוריק, האב איך געליינט א רעדע וואס האט אפען אויפגעפאדערט די פארטרייבונג פון די אידן פון דייטשלאנד, און דער אגיטאטאר'ס (איינער וואס רייצט) גרונד איז [געווען] אזוי אפן ווי די פארלייג (ווי ער האט דא געשריבן).

עס איז געווען דאס: אז 85 פערצענט, פון די ערפאלגרייכע אדוואקאטען פון בערלין זענען אידן, און אז ערגעץ און דעם זעלביקער פראצענט פון די גרויסע און לוקראטיווע געשעפטן פון אלע סארטן אין דייטשלאנד, זענען געווען אין די הענט פון די יידיש ראסע! איז נישט עס א ערשטוינדליכע קאנפעסיע (הודעה)? עס איז גלייך געווען אן אנדערער וועג פון זאגן אז אין א באפעלקערונג פון 48,000,000, פון וועמען בלויז 500.000 זענען רעגיסטרירט ווי אידן, זענען 85 פערצענט פון די פארשטאנד און ערלעכקייט פון דער גאנצער [לאנד], געליגען ביי די אידן.

איך מוזן מיך שטעלען אויף די ערלעכקייט - עס איז א נויטווענדיג פון א ערפאלגרייכער געשעפט, גענומען הויפטזעכליך (דאס מיינט בעיקר). זיכער טוט עס נישט אויסשליסען רעליגעזער [פארפאלגונג] אינגאנצען, אויך צווישן קריסטן, אבער עס איז (אז עס איז געשעפט פארפאלגונג) א גוט מיטל מיט וואס צו ארבייטן, נאכ'אלס (דאס מיינט מען קען אזוי זאגען).

די רעדנער'ס פיגורען (נומערען) קענען האבן געווען אומפונקליך, אבער דער מאטיוו פון פארפאלגונג שטייט ארויס אזוי קלאר ווי [דער] טאג. דער מענטש באהויפטעט אז אין בערלין, די בענקען, די צייטונגען, די טיאטער'ס, די גרויס האנדעלס, שיקען, מינע, און פארארבייטען אינטערעסן, די גרויסע מיליטערישע און שטאטישע אפמאכן, די שטראסע באנען, און מער ווייניגער אלע אנדערע אייגענשאפטן פון הויך ווערט, און אויך די קליינע געשעפטן, האבן זיך געפינען אין די הענט פון די אידן.

ער האט געזאגט אז דער איד שטופט דעם קריסט צו די וואנט די גאנצע צייט, אז דאס (צו פאפאלגען דעם איד) איז אלס וואס דער קריסט קען טאן צוזאם צוקראצען א לעבן, און אז דער איד דארף זיין פארבאטן, און ווי שנעלער - עס איז נישט פארהאנען קיין אנדערן וועג פון ראטעווען דעם קריסט .

דא אין ווין, און לעצטן הערבסט, האט א גיטאטאר (איינער וואס רייצט) געזאגט אז אלע די קאטאסטראפישע דעטאלען (אז דער איד פיערט אלע געשעפטען) זענען ריכטיג אין עסטרייך אונגארן אויך, און אין א צארנדיקער שפראך האט ער פארלאנגט דאס פאטרייבונג פון די אידן. ווען פאליטיקאנטען קומען ארויס, אן רויט צו ווערען, און לייענען די בעבי אקט (דאס מיינט ניצען "אמוויסנהייט" אלס א פארטיידיגונט) אין דעם אפנער וועג, אן ווערען צוריקגעוויזען [דערפאר], איז עס א זייער גוט אנווייז, אז זיי האבן א מארק צוריק דערפאר (דאס מיינט, איינער קויפט עס), און וויסן ווי צו פישן פאר שטימען. צי באמערקט איר די קריטישע פונקט פון די דערמאנטע אגיטאציע (רייץ), די ארגומענט איז אז דער קריסט קען נישט קאנקורירן מיט דעם איד, און אז דערפאר איז זיין (דעם קריסט'ס) ברויט אין געפאר. צו מענטשן איז דאס א פיל מער האס-אויפטרייבענדער זאך, ווי יעדער דעטאל פארבונדן מיט רעליגיע.

מיט א מערהייט מענטשן, פון א נייטיקייט [שטאנדפונק], נעמען ברויט און פלייש די ערשטער רייע, רעליגיע די צווייטע [רייע]. איך בין איבערצייגט אז די פארפאלגונג פון די איד איז נישט דערפאר - אין קיין גרויסער גראד - צו רעליגיעז פאראורטל. ניין, דער איד איז א געלט-באקומער, און אין זיין געלט-באקימען, איז ער א זייער ערנסט פארשטעלונג צו ווייניגער טויגליכע נעבער'ס (שכנים) וואס זענען אויף דער זעלביגער זוכן (דאס מיינט זיי זוכען די זעלבע זאך). איך טראכטן אז אז איז די ארגע (צרה).

אין אפשאצונג וועלטליכע ווערדען, איז דער איד נישט אויבערפלעכליך, נאר טיף. מיט טייערער פארשטאנד, האט ער אין דעם פרימארגן פון צייט אויסגעפינען, אז געוויסע מענטשן דינען ראנג, געוויסע דינען העלדן, געוויסע דינען מאכט, געוויסע דינען גאט, און אז איבער די אלע אידיאלען, טיען זיי זיך קריגען און קענען זיך נישט פאראייניגן - אבער זיי אלע דינען געלט, האט ער (דער איד) דאס (געלט) געמאכט דער סוף און ציל פון זיין לעבן עס צו באקומען.

ער איז געווען ביי אים אין מצרים 36 הונדערט יאר צוריק, ער איז געווען דערביי אין רוים ווען דער קריסט איז געווארען פארפאלגט דורך אים (דעם קריסט) פארגרייזען פאר אים (דער איד), ער איז שוין דערביי פון אייביג. די פרייז צו אים איז געווען שווער (דאס מיינט, דער איד באצאלט טייער פאר זיין ערפאלג), זיין ערפאלג האט געמאכט די גאנצע מענטשהייט ראסע זיין (דעם איד'ס) פיינט - אבער עס האט געלוינט, וויל עס האט אים געבראכט אימפארגינעניש, און דאס (אימפארגינעניש) איז דער איינציגע זאך פאר וואס א מענטשן וועט פארקויפן ביידע [זיין] זעהל און קערפער [עס] צו באקומען.

ער (דער איד) האט פון לאנג באמערקט אז א מיליאנער פאדערט רעספעקט (דאס מיינט, אז עס ברענגט מענטשין זאלן אים רעספעקטירען), א צוויי-מיליאנער (איינער וואס האט צוויי מיליאן) הולדיגונג (כבוד), א מולטי-מיליאנער די טיפסטע טיפענישען פון פארגעטערונג. מיר אלע ווייסן דעם געפיל, מיר האבן געזען ווי עס דריקט זיך אויס. מיר האבן באמערקט אז ווען די דורכשנישטלעך מענטש דערמאנט דעם נאמען פון א מולטי-מיליאנער, טוט ער דאס מיט א געמיש אין זיין שטימע פון [כבוד'דיגער] שרעק און עהערפורכט, און [מיר האבן אויך געזעהן] די באגערן וואס ברענט אין א פראנצויזענ'ס אויג ווען עס פאלט אויף אן אנדער מענטש'ס סענטיים (געלט).

פונקט נומער 3.

"קענען אידן טאן עפעס צו פארבעסערן די סיטואציע?"

איך טראכט אז יא.

אויב איך קען מאכן א פארשלאג אן עס זאל אויסזעהן ווי איך לערן מיין באבען ווי צי זייגען אייער (די באבע האט נישט געקענט עסען קיין הארטע זאכען האט זי געגעסען לויזע אייער, דאס איז אן אויסדריק, ווי לערנען איינעם, וואס קען בעסער), איך וועל עס פארשלאגן.

אין אונדזערע טעג האבן מיר געלערנט די ווערט פון קאמבינאציע. מיר לייגן עס אומעטום - אין באן סיסטעען, אין טראסט'ץ, אין האנדל געוואגשאפטען, אין סאלוועשאן ארמייען (דאס איז א וויאלטעטיגע ארגענעזאציע), אין מינדערווערטיקע פאליטיק, אין הויפט פאליטיק, אין אייראפעישער קאנסערטען. ווי אונזער שטארקייט זאל נאר זיין, גרויס אדער קליין, טיען מיר עס ארגאניזירן. מיר האבן אויסגעפונען אז אז איז דער בלויזער וועג ארויס צו באקומען דעם מערסטע דערפון, פון וואס עס איז דעראין. מיר וויסן די שוואכקייט פון א איינזאמער שטעקען, און די שטארקייט פון די קאנסענטריערטער ציזאמנעמונג פון שטעקענעס (די משל פון יעקב).

לאמיר זאגען אז איר וועט פראביערען אזאך ווי דאס, צום ביישפיל. אין ענגלאנד און אמעריקע לייגטס יעדער איד אויף די פאלקסציילונג בוך (סענסוס-בוך) ווי א איד (אין פאל איר פלעגט נישט טאן אזוי מ.ט.) (דאס מיינט, באהלטס נישט אייער אדענטיטעט). שטעלטס אויף פרייוויליגע רעדזשאמענטען (וואלענטיר ארגענעזאציעס) צוזאם געשטעלט נאר פון אידן, און, ווען די פויק קלאפט, פאלט אריין און גייט צום פראנט (דאס מיינט, זייט גרייט צו גיין דינען ווען די צייט קומט), צו אראפנעמען די איינשפרוך (טענה) אז איר האבן ווייניג מאססענאס (נאמען פון א גאר געלונגענער מיליטערישער פירער אין נאפאליאנ'ס מיליטער) צווישן אייך, און אז איר פאשעט אין א לאנד אבער איר האט נישט ליב צו קעמפען דערפאר. דערנאך, אין פאליטיק, ארגאניזירט אייער שטארקייט, האלט אייך צוזאמען, און ליפערט די אנטשיידונגדיגע שטימע ווי איר קענט (גייטס שטימען ווען איר קענט מאכן א נפק"מ), און, ווו איר קענט נישט, צווינגט ווי גוטע באדונדינגען ווי מעגליך (דאס מיינט, קוועטש ארויס ווי בעסערס פאר אייך).

איר שטייט שוין צוזאמען אין אלע לענדער, אבער איר שטייט נישט צוזאמען מיט גענוג ציל, פאליטיש גערעדט. איר קוקט נישט אויס צו זיין ארגאניזירט, אויסער פאר דיינע וויואלטעטיגע ארגענעזאציעס דארט זענט האט איר יא אומבאגרעניצטע מאכט, דארט צווינגט איר (דאס מיינט, איר מאכט אז מען זאל אייך גיבן) אייער רעכט פון איינערקענונג (דאס מיינט, איר מאכט אז מען זאל אייך גיבן די אנערקענונג וואס קומט זיך) - איר דארפט זיך נישט בעטן דערפאר. דאס ווייזט וואס איר קענעט אויפטאן ווען איר שטייט צוזאמען פאר א באשטימטער ציל. און דעמאלט (אז איר וועט זיין ארגענעזיערט אמעריקע און ענגלאנד) [וועט איר] פון אמעריקע און ענגלאנד קענען פאדערען [פון] דיין ראסע (אידן) אין עסטרייך, פראנקרייך, און דייטשלאנד [צי טאן די זעלבע], און ווירקליך עס העלפן.

עס איז געווען א נעבעכדיגע געשיכטע וואס איז געזאגט געווארן דורך אן ארימער איד אין גאליציע צוויי וואכען צוריק און די צייט פון די אומרוען, דערנאך ווי ער איז געווארן באפאלען פון דעם קריסטליכער פויער, און אויסגעליידיגט פון אלעס וואס ער האט געהאט, האט ער געזאגט אז זיין שטימען איז פון קיין ווערט צו אים, און ער האט ווען געוואלט זיין אנטשאלדיגט פון עס דארפן אפגעבען, ווייל, טאקע, אפגעבען עס, איז געווען א זיכערער שאדן פאר אים, ווייל עס מאכט נישט אויס, פאר וועלעכער פארטיי ער שטימט, [וועט] די אנדערע פארטיי גלייך קומען און נעמען זיין ראכע (נקמה) פון אים.

ניין פערצענט. פון די באפעלקערונג פון דער קעניגרייך, [זענען] די אידן, און עס קוקט אויס אז זיי קענען נישט אריינלייגען א פלאקען אין קיין איין קאנדידאט'ס פלאטפארמע! אז איר וועט שיקן אונדזערע איירישע פריינד פון דא (זיי זענען געווען אקטיוו), טראכט איך אז זיי וועלען ארגאניזירן אייער ראסע און טוישן די אספעקט פון דער רייכסשטאט.

עס קוקט אויס ווי איר טראכט אז אידן נעמען נישט קיין האנט אין פאליטיק דא, אז זיי זענען "אינגאנצען נישט-קיין אנטיילנעמער." איך בין פארזיכערט דורך מענטשן, [וואס זענען] קאמפעטענט צו רעדן, אז דאס איז א זייער גרויסער גרייז, אז די אידן זענען איבערהיופט אקטיוו אין אלע פאליטיק איבער די קעניגרייך, אבער זיי צעווארפן זייער ארבעט און זייערע שטימען צווישן פילע פארטייען, און אזוי פארלירן זיי די בעסערע פאזציע וואס מען קען האבן פון קאנסטעטראציע. איך טראכטן אז אין אמעריקע צעווארפן זיי עס אויך, אבער איר ווייסט מער פון מיר דערוועגן.

רעדענדיג פון קאנסטעטראציע, ד"ר הערצל (ימ"ש) האט א קלארער איינבליק אין די ווערט דערפון (פון קאנסטעטראציע). האט איר געהערט פון זיין פלאן? ער וויל צוזאם זאמלען די אידן פון דער וועלט צוזאמען אין פאלעסטינע, מיט א זייער אייגן רעגירונג - אונטער די אטאריטעט פון דעם סולטאן, ווארשיינליך.

ביי דער קאנווענשאן אין בערן (די היופט שטאט פון שווייץ), לעצטע יאר, זענען געווען דעלאגאטען פון אומעטום, און דער פארשלאג איז אנגענומען געווארן מיט גוטע אנטשיידענגען.

איך בין נישט דער סולטאן, און איך בין נישט רערקעגען, אבער אויב [דאס וועט געשען] אז [די] קאנסטעטראציע פון די שארפסטע קעפ אין דער וועלט, וועלן ווערן געמאכט אין א פריי לאנד (אויסער סקאטלאנד מ.ט.), טראכטן איך עס וואלט געווען (פאר די גוים) פאליטיק (קליג) עס אפצושטעלען. עס וועט נישט זיין געזונט צו לאזן די ראסע אויסגעפינען זיין שטארקייט.

אויב דער פערד וואלט ווען געוואוסט זייערס (זייער שטארקייט), וואלטען מיר מער נישט געפארן (אויף זיי).

פונקט נומער 4.

"די אידן האבן נישט קיין פארטיי, זיי נעמען נישט אנטייל."

פילייכט איר האט ארויס געלאזט דעם געהיימניס, און זיך אוועק געגעבן (דאס הייסט דו אליינס זאגסט דעם גאנצען ענטפער).

עס שיינט קוים אלס א קרעדיט צו דער ראסע, אז זי קען דאס זאגן, אדער צו אייך, האר, אז איר קענט עס זאגן אן געוויסענביסען, און נאך מער [איז א חידוש]אז איר זאלט עס אנטראגען ווי א ביטע (אז דאס זאל זיין די סיבה) קעגן מיסהאנדלונג, אומרעכט, און באדריקונג (קעגן דעם איד). וואס גיט דער איד דעם רעכט, וואס גיט [פאר] סיי וועלעכע ראסע די רעכט, צו זיצן שטיל, אין א פריי לאנד, און לאזן עמעצער אנדערש נאכקיקען (זיך זארגען) נאך זיין זיכערקייט?

די פאפאלגטער איד איז בארעכטיגט צו אלע מיטגעפיעל אין די אמאליקע צייטן, אונטער ברוטאל אוטאקראציעס, ווייל ער איז געווען שוואך און פריינדענלאז, און האט נישט געהאט קיין וועג צו העלפן זיין פאל (זיין מצב). אבער יעצט האט ער וועגן, און ער האט זיי שוין פאר א הונדערט יאר, אבער איך זעה נישט אז ער האט געפריוועט צו מאכן אן ערנסטן נוצן פון זיי.

ווען די רעוואלוציע האט אים פריי געשטעלט אין פראנקרייך איז עס געווען אן אקט פון גענאדע - די גענאדע פון אנדערע מענטשן, ער (דער איד) טוט נישט ערשיינען דעראין ווי א העלפער. איך ווייס נישט אז ער (דער איד) האט געהאלפן ווען ענגלאנד האט אים באפרייט. צווישן די צוועלף גייסטיג געזונטע מענטשן פון פראנקרייך וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט אין שפיץ פון דעם גרויסן זאלא (די פראנצוזישער שרייבער וואס האט זיך אנגענומען פאר דרייפוס) ביי זייער קאפ, (מיט מסירת נפש) צו קעמפן (און געווינען, האף איך, און גלויב [אזוי], מ.ט.) דער שלאכט פאר דעם מערסטער טראגיש-באקאנטער, אומריכטיג-גענוצטער, איד (דרייפוס) פון די מאדערנער צייט, טוט איר געפינען א גרויסער אדער רייכער אדער גלארייכער איד העלפעדיג (האט זיי א איד געהאלפען מיט די קאמף)?

אין די פארייניקטע שטאטן ער איז געווען געמאכט געווארן פריי פון די אנהייב - ער האט נישט געדארפט צו העלפן, פארשטייט זיך. אין עסטרייך און דייטשלאנד און פראנקרייך ער האט א שטימע, אבער וואספארא ערענסטע נוצן איז עס פאר אים? ער קוקט נישט אויס צו וויסן וויאזוי עס צו שטעלען צו דער בעסטער ווירקונג.

מיט אלע זיינע גלענצנדיקע פעיקייטן און אלע זיין פעטע רייכקייט, איז ער היינט צו-טאג נישט פאליטיש וויכטיג אין קיין לאנד. אין אמעריקע, אזוי פרי ווי אין 1854, די אומוויסנדיגער איירישער (א מענטש פון אירלאנד) האד-טרעגער (היינט ארבייטער), וואס האט אן אייגען גייסט, און א וועג פון עס ארויסשטעלען צום וועטער (דאס מיינט, עס נישט באהאלטען אין פנים פון שוועריקייטן), האט עס געמאכט קלאר צו אלע, אז מען דארף זיך פאליטיש רעכענען מיט אים, [אין דאס איז ווען] פופצן יאר פריער האבן מיר קוים געוואוסט ווי אזוי א איירישמאן קוקט אויס.

אלס א אינטעליגענטער קראפט און אין נומערען, איז ער (דער איירישמאן) שטענדיק געווען אראפ (נידריג), אבער ער האט רעגיערט די לאנד פונקט אזוי. עס איז געווען ווייל ער איז געווען ארגאניזירט. ער האט געמאכט זיין שטימע ווערטפול - אין פאקט, וויכטיג.

איר וועט זאגן אז די איד איז אומעטום נומעריש שוואך. דאס איז גארנישט צו דעם פונקט (עס מאכט נישט אויס) - מיט די איירישמאן'ס געשיכטע אלס די ביישפיעל (ווייל זיי זענען אויך ווייניג). אבער איך קום צו אייערע נומערישע שוואכקייט יעצט. אין אלע פארלאמענטערע לענדער וואלט איר אן קיין צווייפל געקענט ערוועלען אידן צו די געזעצגעבער - און אפילו איין מיטגליד אין אזא א קערפערשאפט איז אמאל א קראפט וואס איז באדייטענט. ווי טיף זענט איר באזארגט דעראויף אין עסטרייך, פראנקרייך, און דייטשלאנד? אדער אפילו אין אמעריקע, פאר אזא זאך (זענט איר אין דעם פארנאכלעסיגט)? איר באמערט (שרייבט), אז די אידן קענען נישט ווערן באשולדיקט פאר די אומרוען אין דעם רייכסטשטאט דא, און איר לייגט צו מיט א צופרידנקייט, אז עס איז נישט געווען איינער (איין איד) אין די קערפערשאפט . דאס איז נישט שטרענג (אינגאנצען) ריכטיג, [אבער] אויב עס וואלט געווען [אזוי], וואלט עס נישט געווען פאסיג פאר אייך עס צו ערקלערן [פארוואס עס איז אזוי] און זיך אנטשולדיגן דערפאר, [אין] נישט פרובירן צו מאכן א פארדינסט דערפון?

אבער איך טראכט, אז דער איד דארט איז דורך קיין מיטל [נישט] (בכלל נישט) געווען אזא גרויסער קראפט ווי ער [וואלט ווען גע]דארף האבן געווען, מיט זיינע שאנסען. עסטרייך עפענט די וואהלרעכטען צו אים, אויף גענוג גוטע ליבעראלע באדינגונגען, און עס מוזט זיכער זיין, זיין אייגנער שולד, אז ער איז אזוי פיל אין דעם פאליטישער הינטערגרונט.

וועגן אייער נומערישער שוואכקייט. איך האב דערמאנט עטלעכע צאלן א וויילע צוריק, - 500.000 - ווי די אידישער באפעלקערונג פון דייטשלאנד. איך וועל שטעלן [נאך] עטליכע מער - 6,000,000 [אידן] אין רוסלאנד, 5,000,000 [אידן] אין עסטרייך, 250.000 [אידן] אין די פארייניגטע שטאטן. איך נעמען זיי פון מיין שפרייכער (זכרון), איך האב עס געלייענט אין די אינסיקלאפאעדיא בריטאנניקא צען אדער צוועלף יאר צוריק. נאך אלס, בין אין גאנץ זיכער אין זיי (אז עס איז אזוי די נומערען).

אויב די סטאטיסטיק זענען ריכטיג, איז מיין ארגומענט נישט אזוי שטארק ווי עס דארף צו זיין, איבער אמעריקע, אבער עס איז נאכאלס שטארק. [אין] עס איז גענוג שטארק איבער עסטרייך, [ווייל] פאר צען יאר צוריק איז 5,000,000 געווען ניין פערצענט פון די רייכ'ס באפעלקערונג. די איירישע וואלטן ראגירט [ווי] אויף א קעניגרייך פון הימל, אויב זיי וואלטען ווען געהאט אזא שטארקייט דארט.

איך האב אביסל פארדאכט, איך האב זיי (די נומערען איבער די אידן אין אמעריקע) באקומען צווייט-האנטיג, אבער זיי זענעון ביי מיר פארבליבען פאר צען אדער צוועלעף יאר. ווען איך האב געליינט אין די אינסיקלאפאעדיא בריטאנניקא אז די אידישע באפעלקערונג פון די פארייניגטע שטאטן איז 250,000 האב איך געשריבן דער רעדאקטאר, און אים דערקלערט אז איך בין געווען פערזענליך באקאנט מיט מער אידן ווי דעם (250,000) אין מיין לאנד, און אז זיינע נומערען זענען געווען אן א צווייפל א דרוקפעלער פאר 25,000,000 , איך האב אויך צוגעגעבן אז איך בין געווען פערזענליך באקאנט מיט מער אידן ווי דעם (אין אמעריקע), אבער עס איז געווען בלויז צו כאפן זיין צוטרוי אין מיר, ווייל עס איז נישט וואר (אז איך קען אזוי פיל אידן אין אמעריקע).

זיין ענטפער איז נישט דורכגעפיערט געווארן, און איך האב עס קיינמאל נישט באקומען, אבער איך בין ארומגעגאנגען און ארום גערעדט וועגן דעם זאך, און מען האט מיר דערציילט, אז זיי האבן גרונדען צו פארדאכטען אז פאר געשעפטליכע גרונדען, [האבן] פילע אידן וועמענס הויפט אומגאנג איז געווען מיט די קריסטן, זיך נישט באריכט ווי אידן אין די פאלקציילונג (סענסוס) . עס קוקט אויס גלויבליך. עס קוקט נאך מער אויס גלויבליך, קוק אן די שטאט ניו יארק, און קוק אן באסטאן, און פילאדעלפיע, און ניו ארלעאנס, און טשיקאגא, און סינסאנאטי, און סאן פראנסיסקא - ווי אייער ראסע שווארמען אין יענע ערטער! - און אומעטום אנדערש אין אמעריקע, אראפ [ביז] צו דער קלענסטער קליינער דארף.

לייענען דעם שילדען אויף דעם מארק פון האנדל, און אויף די געשעפטען, גאלדשטיין (גאלד שטיין מ.ט.), עדעלשטיין (טייער שטיין מ.ט.), בלומענטהאל (בלום-ווייל מ.ט.), ראזענטאל (רויז-ווייל מ.ט.), וועילטשענדופט (פיאלקע גערוך מ.ט.), סינגוואגעל (זינג-פויגל מ.ט.), ראזענזווייג (רויז צווייג מ.ט.), און אלע די ערשטוינליכע ליסטע פון הערליכע און באניידענסוועוטע (ווערט מקנא צו זיין) נעמען וואס פרוסשע און עסטרייך האבן אייך דערמיט פארהערליכט אזוי לאנג צוריק.

עס איז נאך ביישפיל פון אייראפע'ס פראסטע און גרויזאמע פארפאלגונג פון אייער ראסע, נישט אז עס איז געווען פראסט און גרויזאם צו באקליידען עס (די אידן) מיט שיין און פאעטישע נעמען ווי די [נעמען], אבער אז עס איז געווען פראסט און גרויזאם אייך צו מאכן באצאלן דערפאר (פאר די נעמען), אדער נעמען אזא שרעקליכע און אפט נישט ארנטליכע נעמען, אז ביז היינט טיען זייערע איינגענטומער עס קיינמאל נישט ניצן, אדער, אויב זיי ניצען עס יא, איז עס נאר אויף אפיציעלע פאפיערן.

און עס איז געווען אסאך, נישט ווייניג, וואס האבן דער שרעקליכע נעמען באקומען, זיי, זייענדיג צו ארעם צו גיבן כאבאר פאר די באאמטע, זיי צו שענקען די בעסערע [נעמען].

יעצט, פארוואס איז דער ראסע געווארען אמבענאנט (איבער געמאכט די נעמען)? מען האט מיר געזאגט אז אין פרוסשע איז געווען איינגעפיערט צו ניצן פאלטשע נעמען, און אפט זיי געטוישט, אזוי צו קלאפן די שטייער-זאמלער (דאס מיינט, זיך ארויסצודרייען פון די שטייער-זאמלער), אנטלויפן פון מיליטערישער דינסט, און אזוי ווייטער, און אז ביי די ענדע איז בייגעפאלען דער געדאנק פון אויסשטאטען אלע איינוינער פון א הויז מיט איין און די זעלבע פאמיליע נאמען, און דערנאך האלטן די הויז פאראנטווארטלעך די גאנצע צייט פאר די איינויאנער, און פאראנטווארטלעך פאר אלע פארשווינדונגען אויב עס זאל פאסירן, עס האט געמאכט די אידן האלטן אויגע (חשבון) איינער פון דעם אנדערער, פאר די אייגענע אינטערעסע, און געשפארט די רעגירונג דעם פראבלעם. * *

[פוטנאוט *: אין עסטרייך איז די אמבענאנט (איבער געמאכט די נעמען) נאר געטאן געווארן ווייל די אידן אין עטליכע ניי ערווארבענע געביטן האבן נישט געהאט קיינע פאמיליע נאמען, נאר האבן מערסטנס געהייסן אברהם און משה, און דערפאר האט די שטייער- זאמלער נישט געקענט זאגן (מאכן א חילוק) איינס פון די אנדערע, און וואלט ווירשיינליך פארלוירן די גרונד (קאנטראל) איבער דעם אנגעלעגענהייט. די אמבענאנט איז געלייגט געווארן אין די הענט פון די קריג אפטיילונג, און אן אנטציקטע כאאס, האבן די אומעלעגאנטע יונגע לוטענאנטן געמאכט דערפון. צו זיי איז א איד געווען פון קיינ'ערליי קאנסעקווענס, און זיי האבן באצייכענט די ראסע מיט נאמען, אין אזא וועג צו מאכן די אנגלען (מלאכים) וויינען. ווי צום ביישפיל, נעמט די צוויי: אברהם בויכוויי (בויך וויי) און שמאול גאגבעדאמנעט (פארשאלטען פון ג-ט). - (גענומען פון "נאמען שטודיעס," דורך קארל עמיל פראנזאס. מץט.)]

אויב די דערקלערונג ווי אזוי די אידן פון פרוסשע זענען געקומען צו ווערן אמבענאנט (איבער געמאכט די נעמען) איז ריכטיג, אויב עס איז וואר, אז זיי האבן פיקטיוו זיך רעגיסטרירט צו געווינען געוויסע בעגונסטיגונג, איז עס מעגליך וואר, אז אין אמעריקע טיען זיי זיך צוריקהאלטען פון רעגיסטרירען זיך ווי אידן צו פערטרייבן די שעדליכע פאר-אורטייל פון דער קריסטליכער קונד. איך האב קיין וועג פון וויסן צי דער געדאנק איז גוט געגרינדעט אדער נישט. עס קען זיין אנדערע און בעסערע וועגן פון פארשטיינ'געבן וואס אזוי נאר די ארימע קליינע 250,000 פון אונדזערע אידן זענען אריינגעקומען אין דער אינצייקלעפידיע. עס קען זיין אז איך בין גרייזיג, אבער איך בין שטארק אין דער מיינונג אז מיר האבן א גוואלדטיגער אידיש באפעלקערונג אין אמעריקע.

פונקט נומער 5.

"וועט די פארפאלגונג פון די אידן אמאל קומען צו א ענדע?"

אויף די באטרעף פון רעליגיע, טראכט איך אז עס איז שוין געקומען צו א ענדע (דאס מיינט, מען פארפאלגט שוין נישט אידן אויף זייער רעליגיע). אויף די באטרעף פון ראסע פאראורטייל און האנדל, ראכט איך אז עס וועט פארזעצען. דאס איז, דא און דארט אין פלעצער ארום דער וועלט, ווו א בארבארישער אומוויסנהייט, און אזא סארט טיער (חיה'שע) ציוויליזאציע [טוט] הערשען, אבער איך האלט נישט אז ערגעץ אנדערש דארף דער איד איצט שטיין אין קיינע אנגסט, פון זייענדיק בארויבט און איבערגעפאלען.

צווישן די הויכע סיוואליזאציעס, קוקט ער אויס צו זיין און א באקוועמע לאגע, איבערהויפט, און צו האבן מער טיילן ווי זיין מאס פון דער ערפאלגען, גייען פאר אים (דאס מיינט, ער האט פערצענטואל א גרעסערע טייל פון די אלגעמיינע הצלחה מער ווי אנדערע פעלקער). אזוי קוקט עס אויס אין ווין. איך רעכן אז די ראסע פאראורטייל קען נישט ווערן אראפגענומען, אבער ער קען עס פארטראגען, עס איז קיין ספעציעלער זאך. ווי אזוי ער איז געמאכט און לויט זיינע וועגען, איז ער א שטארק אויסלענדער וואוהין ער זאל זיין, און אפילו די אנגלען (מלאכים) האבן נישט ליעב א אויסלענדער. איך טו ניצן דעם ווארט אויסלענדער אין די דייטשע זין – א פרעמדער. נאנעט צו אלע פון אונדז האבן אן אנטיפאטיע צו א פרעמדער, אפילו פון אונדזער אייגנער נאציאנאליטעט. מיר שטעלען [ארויף] א קיפפערט אויף א ליידיגער זיץ, צו האלטן אים (דער פרעמדער) פון עס באקומען, און [אפי'] א הונט גייט ווייטער, און טוט ווי א ווילדער וואלט – זיך פארמעסטען מיט אים אויף דער פלאץ.

דער דייטשער ווערטערבוך שיינט נישט צו מאכן קיין אינטערשייד צווישן א פרעמדער און א אויסלענדער, אין זיין מיינונג איז א פרעמדער א אויסלענדער - א סאלידע פאזציע, האלט איך. איר וועט שטענדיק זיין דורך [אייערע] וועגן און געוווינהייטן און פארליבן (דאס מיינט, זאכן וואס איר האט ליב) שטארק פרעמדע - אויסלענדער - ווי נאר איר זענט, און דאס וועט ווירשיינליך האלטן די ראסע פארורטל קעגן אייך לעבעדיק. אבער איר זענט געווען די ליבלינג פון הימל ארגינאל, און דיין פילצאליגע און נישט ריכטיגע ערפאלגען (דאס מיינט, אז איר זענט מצליח מער פערצענטאל ווי איר זענט), איבערצייגן מיר אז איר האט זיך אריינגעשטיפט אין דעם איינגענעמענער ארט, נאכאמאל (צו זיין די ליבלימנג פון הימל).

דא איז אן אינצידענט וואס איז באטייטיק. לעצטע וואך אין ווין [האט] א האגל שטורעם געשלאגן די אויסערגעווענליכע סענטראלע באגרעבעניש פעלד, און געמאכט פארשווענדערישע צעשטערונג דארט. אין דער קריסטלכעך טייל דערפון, לויט צו דער באאמטער צאל, 621 פענצטער-שויבן זענען געווען צעבראכן, מער ווי 900 געזאנג-פייגל זענען געהרגעט געווארן, פינף גרויסע ביימער און פילע קליינע זענען צוריסען געווארן אויף שטיקער, און די שטיקער זענען צעווארפען געווארן ווייט און ברייט דורך דער ווינט ; די ארנאמענטע געוויקסן און אנדערע דעקעטירונגען פון די באגראעבענישען זענען רואניער[ט], און מער ווי א הונדערט באגראעבעניש-לארנעטען זענען צושטערט, און עס האט גענומען די באגרעבעניש פעלד'ס גאנצער קראפט פון 300 ארבעטער מער ווי דריי טעג צו אויסקלארן דעם שטורעם'ס רונירונג.

אין דער מעלדונג טרעפט מען דעם באמערקונג - און אין זיין קורזיבשריפט (דאס מיינט אייטאליק - שריפט) קען מען הערן עס גרידשעט זיין קריסטליכער ציין "... (אין דייטש) לעדיגליך די איסראעלישע אבטהיילונג דעס פריעדהאפס וועם האגעלוואסער גאנזליך פאררשוינט ווארדען ווער" (דאס מיינט, אז אין דען אידישען אפטיילונג פונעם ביה"ח איז בכלל נישט געווען קיין שאדן). נישט א האגעלשטיין האט געשלאגן די אידיש רעזווירונג! אזא נעפאטיזמוס (דאס מיינט, בעסערע באדינגונגען פאר איינם ווי דער אנדערער) מאכט מיך מיד.

פונקט נומער 6.

"וואס איז געווארן מיט דעם גילדענעם געזעץ?" עס עקסעסטיערט, עס האלט אן צו פינקלען, און איז גוט געזארגט פאר (דאס מיינט, מעו נעמט גיט קער דערפון). עס איז אויסשטעלונג [נומבער] איינס, פון די קירכע'ס פארמעגען, און מיר ציען עס ארויס יעדער זונטאג און [מיר] געבן עס א אויסליפטערונג. אבער איר זענט נישט ערלויבט צו פרובירן עס אריין צו שמוגלען אין דעם דיסקוסיע, ווו עס איז אירעלאוואנט, און וואלט נישט געפיעלט זיך ווי אין שטוב (היימיש).
עס איז שטרענג רעליגיעזער מעבל, ווי א אלטערדינער (דאס מיינט ווי א שמש), אדער א ביישטייערער-טעלער, (פושקע) אדער סיי וואס פון די זאכן. עס האט קיינמאל נישט אריינגעדרונגען אין געשעפטן, און אידישער פארפאלגונג איז נישט א רעליגיעזער ליידנשאפט, [נאר] עס איז א געשעפט ליידנשאפט.

צו פארענדיקן. - אויב די סטאטיסטיק זענען גערעכט, די אידן באשטייען [פון] אינגאנצען איין פערצענט. פון די מענטשליכער ראסע. עס שלאגט פאר [ווי] א אומקלארער , שוואך באלאכטענער בלאז פון שטערן-שטויב, פארלוירן אין דעם פלאם פון דער מילך וועג (דאס איז א אויסדריק פאר עפעס גאר קליין און אומוויכטיג). ריכטיג דארף [ווען] דער איד קוים געהערט ווערן, אבער מען הערט פון אים, מען האט שטענדיק געהערט פון עם. ער איז באוווסט אויף דעם פלאנעט כאטש ווי א אנדערער מענטשן, און זיין געשעפט וויכטיקייט איז איבער די מאס, ארויס פון יעדער פראפארציע, קעגן די קליינקייט פון זיין פארנעם. זיין באטראגע צו דער וועלט'ס ליסטע פון גרויסע נעמען אין ליטעראטור, וויסנשאפט, קונסט, מוזיק, פינאנצן, מעדיצין, און טיפער וויסנשאפט, זענען אויך ווייט אוועק פון פראפארציע צו די שוואכקייט פון זיינע נומערן.

ער האט געמאכט א ווונדערלעך קאמף אין דעם וועלט, אין אלע צייטן, און האט עס געטאן מיט זיינע הענט פארבינדען הינטער אים. ער קען ווערן דערשטוינט פון זיך (ער קען זיך אליינס ווינדערען ווי אזוי זיי האבן געקענט מצליח זיין אויף אזא ווינדערליכע אופן), און זיין פארגעבן דערפאר (קיינער וועט נישט האבן קיין טענות אויף דעם ווינדער). דער עגיבטער (מצרי), דער באבילאניאן (בבלי), און די פערסיש רויז (פערסישער), האבן אנגעפילט דעם פלאנעט מיט א שטימע און פראכט, אן דערנאך פארבלאזען צו פאנטאזיר-שטאפן און פארגאנגען, די גריכיש און די רוימער זענען געקומען נאכדעם, און געמאכט א ברייטער גערידער, און זיי זענען פארביי; אנדערע פעלקער האבן אויפגעשפראצט און געהאלטן זייער פאקל הויך פאר א צייט, אבער עס האט אויסגעברענט, און זיי זיצן אין אווענטליכט איצט (דאס מיינט, ביי זייער ענדע), אדער זענען [אינגאנצען] פארשווונדן.

דער איד האט זיי אלע געזען, זיי אלע צוקלאפט (געווינען), און איז איצט, וואס ער איז שטענדיק געווען, ארויסגעשטעלט, [מיט] קיין [צייכן פון] שוואכער ווערן, קיין שוואכקייט פון עלטער, קיין פארשוואכערונג פון זיינע טיילן, קיין פארשטייטערונג פון זיין קראפטען, קיין אויסוועפונג פון זיין פלינקער און אגרעסיווער פארשטאנד.

אלע זאכן זענען שטארבליך (דאס מיינט, זיי קענען שטארבן- אינטערגיין) נאר נישט דער איד, אלע אנדערע קרעפטען גייען פארביי, אבער ער בלייבט. וואס איז דער סוד פון זיין אומשטארבלעכקייט?
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום זונטאג יאנואר 01, 2012 3:36 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

אז איר ענדיגט ליינען דעם ארטיקעל, זעהט איר אז צוויי זאכן האט טוועין פארזעהן.

איינס אז די שנאה צו אידן איז וועגן די תורה: למה נקרא שמו הר סיני? שמשם ירדה שנאה לאומות העולם!!

און אז אידן וועלען אייביג בלייבן, ווייל הקב"ה האט ציגעזאגט פאר די הייליגע אבות, אז אזוי וועט זיין!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נאכנישט געליינט דעם ארטיקל גופא, נאר די הקדמות, אבער כאב געפילט קודם א פליכט אויצודריקן מיין תיפע הכרת הטוב פרן אונז מהנה זיין מיט ריכטיגע זעלטן רייכע סחורה. איך האף אז דו פארקויפסט דיינע ארטיקלען אויך פאר צייטשריפטן וכדומה, זאלסט כאטש צוריק מאכן עפעס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

קוקט אויס גאר אינטערעסאנט, קען איינער לייגן אין פדף צו קענען פרינטן?

דאנקע..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כמי חכם נאר געליינט די הקדמה ביז דערווייל, אבער איך קען זיך נישט איינהאלטען אין איך מיז דיר זאגן יעצט צווייע אויפדערנאכט א גרויסע ש'כח סיי פאר דעם אין סיי פאר די פריעדיגע אין האפענטליך פאר די קומענדיגע
איך האף אז די פלאנסט ארויסצוגעבן א ביך אויף אידישע היסטאריע כ'מיין אז ס'קען זיין א שטארקע ארטיקעל
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

צוזאמגשטעלט א בעיסיק פידיעף
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מי חכם האט געשריבן:נאכנישט געליינט דעם ארטיקל גופא, נאר די הקדמות, אבער כאב געפילט קודם א פליכט אויצודריקן מיין תיפע הכרת הטוב פרן אונז מהנה זיין מיט ריכטיגע זעלטן רייכע סחורה. איך האף אז דו פארקויפסט דיינע ארטיקלען אויך פאר צייטשריפטן וכדומה, זאלסט כאטש צוריק מאכן עפעס.


א גרוסער ישר כח, פאר אלע וואס באדאנקען זיך,

בנוגע פארקויפן, ווי האט יענע צדיק געזאגט, ער האט געהאלטען א דרשה אז די רייכע זאלען גיבן פאר די ארימע, האט ער געזאגט, האלב האט ער געפוילט "די ארימע זענען שוין גרייט צו נעמען"!!

וככה ממש בדרך אפשר, איך בין שוין גרייט צו געבן!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בחורהזעצער האט געשריבן:צוזאמגשטעלט א בעיסיק פידיעף


שיינעם דאנק!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

יישר כחכם. א מייסטער ארבעט! ווי באקאנט שרייבט די יעב''ץ אז דאס (זיין אויספיר) איז פאר אים א גרעסערע נס ווי יציאת מצרים.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מאסיוו!

שטעקן געבליבן אינדערמיט, אבער פול געבליבן מיט הכרת הטוב פאר די מייסטערהאפטע ארבעט וואס שטעקט דערין.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן:"שטעקן געבליבן אינדערמיט"

פארוואס?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וואו נעמט מען צייט?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

קרעמער האט געשריבן:וואו נעמט מען צייט?

אהא, אקעי. כ'האב מורה געהאט אז עס איז נישט לעיזבאר!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח מר. אריבער.

מארק טוועין:
בילד

(להערה; איך פארשטיי נישט צווישען אנדערע פארוואס מ'זאל שרייבען 'אסטריע' אנשטאט 'עסטרייך')
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מיללער האט געשריבן:(להערה; איך פארשטיי נישט צווישען אנדערע פארוואס מ'זאל שרייבען 'אסטריע' אנשטאט 'עסטרייך')

פשוט, ווייל אזוי הייסט עס אויף ענגליש!
Austria-Hungary
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:(להערה; איך פארשטיי נישט צווישען אנדערע פארוואס מ'זאל שרייבען 'אסטריע' אנשטאט 'עסטרייך')

פשוט, ווייל אזוי הייסט עס אויף ענגליש!
Austria-Hungary


איר שרייבט ענגליש אדער אידיש?

(וויי דאונט יו רייט די האלל ארטיקל לייק דיס? כאפסט)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ער ענדעלט עטוואס אין אלבערט איינשטיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

מיללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:(להערה; איך פארשטיי נישט צווישען אנדערע פארוואס מ'זאל שרייבען 'אסטריע' אנשטאט 'עסטרייך')

פשוט, ווייל אזוי הייסט עס אויף ענגליש!
Austria-Hungary


איר שרייבט ענגליש אדער אידיש?

(וויי דאונט יו רייט די האלל ארטיקל לייק דיס? כאפסט)

יא איך כאפ זייער גוט, איין זאך וואס איך כאפ נישט, איז, ווי אזוי ביי אזא שטיק ארבייט, קענסטו זיך שטעלען אויף אזעלעכע שטותים! דאס איז ווי איינער זאל איינעם ווייזען א דימאנט פון צען קאראט, און דער אנדערער זאגט "די שטיין איז זייער שיין, אבער עס ליגט אין נישט קיין שיינע בעג" !!

חוץ אז די האסט נישט קיין געפיל, פאר די סחורה, דעמאלטס קען זיין אז די פארשטייסט נישט די ווערט!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נישט צו פארדרייען דעם שמועס, האב איך אייך געענטפערט אין אישית
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שיין! נארוואס געענדיגט ליינען און איך האב נישט די דאנק ווערטער. הערליך צו ליינען וויאזוי די גוי'ס בליק לויפט אויף אונז.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

זייער שיין און מסודר געשריבן.

א געוואלדיגע ארבייט ליגט אין די איבערזעצן. (זאלסט וויסן אז מען אנערקענט די ארבייט דערין....)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בחורהזעצער האט געשריבן:צוזאמגשטעלט א בעיסיק פידיעף


איך האב אסאך צוגעלייגט און פארבעסערט, אפשר קענט איר איבערמאכן די pdf ?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
אתרוג
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 29, 2009 9:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אתרוג »

קודם כל א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע ארבייט
אבער איך וואלט געוואלט בעטן אויב מעגליך ארויףלייגן די ערשטע בשרייבונג
אויף וואס דער תשובה איז געבויעט


יישר כח
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”