די ספר תורה פון עזרא הסופר

דאקומענטאציע און זכרונות פונעם אמאליגן וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

די ספר תורה פון עזרא הסופר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

אין א קליין שטעטל נישט ווייט פון בארדיטשוב האט געוואוינט א איד, ר' שמואל האט ער געהייסן.
ר' שמואל איז געווען שטארק מקושר צו זיין רבי'ן רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב און ער פלעגט שטענדיג פון צייט צו צייט אריינפארן קיין בארדיטשוב צו וויילן ביי אים, און נהנה זיין פון זיין הייליגן רבי'ן.
אין שטעטל איז ר' שמואל פאררעכנט געווארן אלץ איינער פון די שטארק ארויפגעקוקטע אידן, סיי צוליב זיין צדקות און ערליכקייט, שטענדיג ווען ער האט נאר געהאט א ליידיגע מינוט דא דארט האט ער זיך געזעצט איבער א גמרא און אריינגעהאקט איין בלאט נאכן צווייטן, זיין דאווענען האט אויסגעקוקט מיט אזא התלהבות און תמימות ווי א ריכטיגער איד פון דער אלטער היים, שטענדיג האט ער זיך ארומגעדרייט מיט א שמייכל, און געזוכט ווי מ'קען דערפרייען און מחזק זיין א איד.
און א חוץ פון דעם איז ר' שמואל געווען פאררעכענט אלץ דער גרעסטער נגיד פונעם גאנצן שטאט. די פינאנציעלע לאגע ביי די אידן איז דאן געווען זייער שוואך, אבער ר' שמואל האט שטענדיג געהאט הצלחה, ווי ער האט נאר אריינגעלייגט א האנט האט ער אלץ געהאט מזל און פארדינט גרויסע רווחים. צוליב די צוויי סיבות איז ער פאררעכנט געווען אלץ איינער פון די ראשי הקהלה, און פון די אויבן אן אידן.
ר' שמואל האט טאקע אויסגענוצט זיין געלט בלויז פאר גוטע זאכן, פאר צדקה, הכנסת אורחים, ווער עס האט געהאט שוועריגקייטן מיט געלט זאכן האט געוואוסט אז ר' שמואל איז דער אדרעס, ער וועט קיינמאל קיינעם נישט פארשיקן, פון ר' שמואל'ס הויז פלעגט מען אוועקגיין בלויז מיט א גוטע געפיל.
בקיצור; ביי ר' שמואל איז געווען גאר פאסיג דער אויסדרוק "תורה וגדולה במקום אחד".
די שטייגער ביי ר' שמואל איז געווען אז אויף די ימים טובים, פסח, שבועות, סוכות, פלעגט ער וויילן ביי זיין רבי אין בארדיטשוב, און נאך יו"ט פלעגט ער זיך גיין געזעגענען ביים רבי'ן, און דערנאך פלעגט ער זיך ארויסלאזן אויף מערערע וואכן פאר מסחר.
מאכט זיך אמאל נאך יו"ט פסח ר' שמואל וויל גיין צו זיין רבי'ן זיך געזעגענען, אבער, די טיר איז פארמאכט... די גבאי שטייט ביים טיר און לאזט קיינעם נישט אריין. "וואס גייט פאר?" – פרעגט ר' שמואל – "די רבי איז אפשר נישט געזונט?" "ניין! אלעס איז ברוך השם אינעם בעסטן ארדענונג. די רבי האט געזאגט אז איך זאל קיינעם נישט אריינלאזן, אן מיר געבן א סיבה דערפאר" ענטפערט דער גבאי.
ר' שמואל איז געווארן זייער צוטראגן, ער האט נישט געוואוסט וואס צו טון, ווי קען ער זיך ארויסלאזן אויפן וועג אן זיך געזעגענען מיטן רבי'ן. ער האט באשלאסן אז ער וועט זיך אראפזעצן און ווארטן, אפשר דאך וועט מען שפעטער קענען אריינגיין צום רבי'ן.
די עולם האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן צו צוגיין און עס איז געווארן ליידיגער און ליידיגער, ביז ר' שמואל איז געבליבן אליינס מיטן גבאי.
ר' שמואל ווארט און ווארט, ער האפט אז ער וועט נאך קענען רעדן צום רבי'ן, ער זעט ווי ס'ווערט שפעטער און שפעטער, ער הייבט שוין אן צו ווערן אביסל נערוועז 'וואס וועט דא זיין' קלערט ער צו זיך, עס ווערט שוין באלד אינדערפרי און ער האט נאך צו פארן אפאר שעה ביזן מארק פלאץ, די קונים וועלן אנקומען און זיי וועלן אים נישט זען דארט, וועלן זיי אים דאך אפלאזן און גיין צו א צווייטן'.
אזוי טראכטנדיג, גיבט זיך מיטאמאל די טיר א עפן אויף, און דעם רבינ'ס ליכטיגן געזיכט באווייזט זיך פארנט פון ר' שמואל.
א ציטער און א שוידער האט באנומען ר' שמואל, און מיט יראת הכבוד האט ער זיך געגעבן ספאנטאן א שטעל אויף.
אויפן רבינ'ס געזיכט איז געווען אויסגעלייגט עפעס א מאדנע טרויעריגע מינע, און דער רבי האט זיך אנגערופן "ביסט דאך אוודאי געקומען אצינד זיך צו געזעגענען, דעריבער וואונטש איך דיר אן פאר אהיים לחיים ולשלום און לייג דיר אריין אין לערנען א גאנצן טאג, א גוטע נאכט". און די טיר האט זיך פארמאכט.
עטליכע מינוט איז ער געבליבן שטיין פארגליווערט ביים טיר און האט נישט געקענט פארשטיין די באדייט פון די רבי'ס מאדנע ווערטער. אבער מיט א שטארקע אמונת צדיקים האט ער געריכטעט זיינע טריט אהיים.
*
אין באלעבא אין רוסלאנד – א שטאט פיל מיט גוים – האט געוואוינט א איין איינציגער איד, ירוחם האט ער געהייסן. אין א הייזקע אינמיטן שטאט האבן געוואוינט ירוחם און זיין פרוי און זייער בן יחיד'ל שלמה'לע.
ירוחם האט שטארק נושא חן געווען אין די אויגן פון די גראפן און פריצים, און האט געמאכט מיט זיי אסאך געשעפטן.
וואוינענעדיג אין א געגענט פיל מיט גוים, און אזוי אויך דורכ'ן האנדלען א גאנצן טאג מיט גוים איז די אידישקייט ביי ירוחם געווארן פון טאג צו טאג שוואכער און שוואכער, פרובירענדיג זיך צוצושטעלן צו די אלע מאדעס פון די גוים.
זיין פרוי אבער איז געווען אנדערש ווי אים, זי פלעגט זייער שטארק אפהיטן אידישקייט, און זי פלעגט זייער אבאכט געבן אז איר שלמה'לע זאל זיך נישט חבר'ן מיט קיין גוי'אישע חברים, און אז ער זאל זיך נישט אפלערנען פון זייערע שלעכטע מדות.
זי פלעגט שטענדיג בעטן ביי איר מאן אז אזוי ווי זייער בן יחיד'ל ווערט שוין עלטער דעריבער מוזן זיי זיך פאקן פעק און אוועקפארן, און ער פלעגט איר שטענדיג אפשטופן און זאגן: "ווארטס נאך אביסל ביז עס וועט זיך אנזאמלען א גרעסערע סכום געלט כדי מיר זאלן קענען אוועקפארן און לעבן בהרחבה".
אזוי האט זיך די "אביסל" פארצויגן אויף עטליכע יאר, ביז שלמה'לע איז שוין אלט געווען 8 יאר, און זיי האבן נאך אלס געוואוינט צווישן די גוים.
זי האט נישט געקענט צוקוקן ווי איר קליין שלמה'לע ווערט צוביסלעך פארדארבן דורכ'ן זיך חבר'ן מיט גוי'אישע חברים, דאס האט געגעסן פון איר שטיקער געזונט, אזש זי איז אריינגעפאלן אין א גאר שטארקע קרענק וואס האט זיך פון טאג צו טאג פארערגערט און עס האט נישט לאנג גענומען, און זי האט אויסגעהויכט איר נשמה.
צובראכן און צושוידערט איז ירוחם געווארן ווען ער האט געהערט די שוידערליכע בשורה, ער האט זיך נישט געקענט מוחל זיין פארוואס ער האט זיך נישט צוגעהערט צו אירע רייד, און פארלאזט די שטאט.
פארקלעמט און פארזארגט איז ירוחם געזעצן איינגעבויגן ווען פון זיינע אויגן פליסן טייכן טרערן, זיין געוויין איז געווארן העכער און העכער וואס דאס האט דערוועקט שלמה'לע.
ווען שלמה'לע האט דערזעהן ווי זיין טאטע וויינט און זיין מאמע איז נישטא, האט ער גלייך צוזאמגעשטעלט וואס דא האט פאסירט, און ער האט געגעבן א שיס אויס אין א יאמערליך געוויין.
אזוי זענען זיי ביידע געזיצן א שטיק צייט און געוויינט, ביז ירוחם האט זיך אויפגעשטעלט און זיך אנגעהויבן צוזאמצופאקן די וויכטיגע זאכן, "מ'פארט" האט ער אויסגערופן, ער האט איינגעוויקעלט די קערפער פון זיין פרוי און אריינגעלייגט אין וואגן, כדי איר צו ברענגען צו קבר ישראל, אן ירוחם אינאיינעם מיט שלמה'לע האבן זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צו פארלאזן די שטאט און גיין וואוינען אין א אידישע ישוב.
דער בעל דבר האט אבער נישט געקענט אויסהאלטן זעענדיג ווי ירוחם פארט אוועק פון די טמא'נע שטאט, און גייט זיך באזעצן אין א אידישע ישוב.
די פערד און וואגן וואס טראגן ירוחם און שלמה'לע גלאפירן געמיטליך אין וואלד, פארענדיג צו דערגרייכן זייער דעסטינאציע – א אידישע שטאט.
אינמיטן וועג דערהערן זיי מיטאמאל גערודער וואס קוקט אויס ווי מענטשן רעדן, עס נעמט נישט לאנג און א מחנה באוואפענטע רויבער'ס באווייזן זיך פאר זיי.
איינער פון די באנדע איז צוגעגאנגען צו ירוחם מיט אן אויסגעשטרעקטן מעסער און אים דערשטאכן, ירוחם איז אראפגעפאלן באוואוטסלאז, און ביז עטליכע סעקונדן איז ער שוין געווען אינעם עולם העליון.
די רויבער'ס האבן זיך גענומען צו באראבעווען יעדע ווערדפולע זאך וואס ירוחם האט נאר פארמאגט, ווען זיי זענען פארטיג געווארן האבן זיי איבערגעלאזט די קעסטעלע מיט ספרים, און שלמה'לע – וואס איז ביי זיי גארנישט ווערד געווען – ווען זיין טאטע און מאמע ליגן נעבן אים שוין נישט בין החיים...
עס איז אוממעגליך צו שילדערן די דאזיגע מאמענט ווען שלמה'לע האט זיך דערזעהן שטיין טיף אינמיטן וואלד איינער אליין, אן קיין טאטע און אן קיין מאמע...
ער האט זיך גענומען קייכן און יאמערן דערזענדיג ווי זיין טאטע מאמע ליגן נעבן אים – אין א פארשטופט וועלדל – אנע צייכענעס פון לעבן. עס האט אים אויסגעקוקט ווי אט אט און ער איז אויך דערנאך.
פלוצלונג האט ער אבער געזעהן פון דערווייטענס עפעס א שטיקל באוועגונג, און נאך א קורצע מאמענט האט ער באמערקט ווי א וואגן קומט צו פארן אין זיין ריכטונג. ער האט אנגעהויבן אנטקעגן צו גיין דעם וואגן און ער האט געוואלט בעטן פאר הילף.
פונקט יענע טאג האט דער פריץ באשלאסן צו כאפן א שפאציר מיטן פערד און וואגן אין וואלד. אינמיטן זעהט ער ווי א געשטאלט פון א קינד רוקט זיך נענטער און נענטער. ער קוקט בעסער און ער דערקענט ווער דאס איז... "סערעגעי וואס האט פאסירט?" פרעגט דער פריץ אויפגעשוידערטערהייט זעענדיג ווי זיין חבר'ס (ירוחם'ס) קינד דרייט זיך ארום אליינס אין וואלד.
מיט טרערן אין די אויגן האט זיך שלמה'לע גענומען דערציילן פונקטליך וואס דא האט פאסירט ווי זיין מאמע איז געשטארבן, און ווי די מערדער האבן דער'הרג'עט זיין טאטע און אלעס צוגערויבט.
א שטארקע רחמנות געפיל האט זיך ערוועקט ביים פריץ אין הארץ, ער האט געהאט שטארקע מיטלייד מיט שלמה'לעס ביטערן גורל. ער האט געשיקט זיינע באדינער זאלן גיין באערדיגן שלמה'לעס עלטערן, און נאך א קורצע דיסקאסיע מיט זיין פרוי איז ער געקומען אויף א געניאלן פלאן.
זיי האבן שוין חתונה געהאט פאר צוואנציג יאר צוריק און זיי האבן נאך נישט געהאט קיין קינדער, און דא שטייט פאר זיי א געלונגען און קלוג קינד וואס איז איינער אליינס אויף די וועלט, עס איז א שאד צו פארפאסן די געלעגענהייט, לאמיר אים אהיימנעמען און ערציען ווי אן אייגן קינד.
געטראכט און געטון: זיי האבן טאקע אהיים גענומען שלמה'לע און אים אנגעהויבן ערציען אלס א גוי. זיי האבן אים גערופן "סערגעי שעפניקאוו".
די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן פאר שלמה'לע אלס ירושה פון זיין טאטע איז געווען יענער קעסטעלע אויף וואס זיין טאטע האט שטענדיג געהיטן ווי די שווארצע אפעל פון אויג. ער האט געשפירט פאר א זכיה עס צו האבן, און זייענדיג ביים פריץ האט ער עס באהאלטן אין בוידעם.
אין אנהייב האט נאך שלמה'לע געדענקט אלעס וואס זיין מאמע האט אים געלערנט, און ער האט זיך פעסט געהאלטן צו אידישקייט.
אבער מיט די צייט האט עס צוביסלעך אנגעהויבן נאכצולאזן, און זיין אידישקייט האט אנגעהויבן ווערן שוואכער און שוואכער, און ער איז געווארן אלס מער און מער פאר'גוי'אישט. און אין א צייט אפשניט פון עטליכע יאר איז ער שוין ליידער געווען א פולקאמער גוי.
די יארן האבן זיך גערוקט, גוטע כשרונות האט ער געהאט, מען האט אים געשיקט שטודירן אין די גרעסטע געמענזיאם פון יענער שטאט, ווי ער האט זיך אלעמאל אויסגעצייכענט צו זיין איינע פון די בעסטע סטודענטן, אפילו פון עלטערע יארגאנג פון אים.
ווען ער איז אלט געווען צוואנציג יאר האט ער חתונה געהאט מיט א קריסטליך מיידל, א טאכטער פון א גרויסע גראף.
זי איז געווען א געוואלדיגע שונא ישראל און זי האט אים געהאלטן אין איין אנהעצן קעגן די אידן, ביז ער האט אויך אנגעהויבן זייער פיינט צו האבן די אידן, ער איז געווארן זייער א שטארקע שונא ישראל און שטענדיג געזוכט ווי מ'קען נאר שלעכטס טון פאר די אידן. זיי האבן געהאט דריי קינדער און פון קינדווייז אן האט מען זיי אנגעהעצט קעגן די אידן.
פון צייט צו צייט האט זיך סערעגעי'ס אידישע מאמע באוויזן פאר אים און חלום און געבעטן בתחנונים אז ער זאל תשובה טון און ווערן א איד, זי האט געזאגט אז זי האט נישט קיין מנוחה אויבן אין הימל וויבאלד ער פירט זיך אזוי אויף.
אנפאנג האט ער זיך נאך דערשראקן, אבער זיין פרוי האט עס אינגאנצן אוועקגעמאכט און אים געזאגט ער זאל זיך בכלל נישט צוטון מאכן דערפון.
נאך אפאר מאל האט ער זיך שוין אינגאנצן אויסגעלאכט דערפון נאכן אויפשטיין האט ער גלייך פארגעסן דערפון.
זיין מאמע אויבן אין הימל האט נישט געקענט אויסהאלטן וואס איר זון טוט אונטן אויף דער וועלט, זי האט דערפון געהאט זייער אסאך צער, ביז זי האט עס שוין נישט געקענט דורך טראגן, און איין שיינעם פרימארגן האט מען געטראפן סעריגערי שאפקינאוו אויף זיין בעט טויט.
זיין פרוי האט זייער וויי געטון איר מאנ'ס טויט, אבער דאס האט גארנישט געשטילט אין שנאת ישראל, אדרבה עס איז נאך געווארן פיל שטערקער.
מאכט זיך אמאל זי האט געדארפט ארויפגיין אין בוידעם עפעס זוכן, און מיטאמאל באווייזט זיך פאר אירע אויגן א קעסטעלע, זי עפענט די קעסטעלע און זי זעהט דארט עטליכע אידישע ספרים.
זי איז געווארן זייער אין כעס און זי האט גערופן איר משרת זי זאל פארברענען אלע ספרים. זי האט געשעפט תענוג זעענדיג די ספרים פלאקערן. ווען די משרת איז שוין געווען פערטיג האט זי מיט כעס געוואלט צוברעכן דעם קאסטן.
"שטעל דיך אפ" האט זי געגעבן א שריי צום משרת דערזעענדיג יענעם גאלדענעם קעסטל, זי האט גענומען די קעסטל אין די הענט און געדרייט צו אלע זייטן זוכענדיג די עפענונג דערפון, אבער זעענדיג אז זי טרעפט נישט קיין שום טירל דערפאר האט זי נישט געהאט קיין צווייטע ברירה, און זי האט עס באהאלטן.
עטליכע וואכן שפעטער האט זיך געמאכט און דער בישוף איז געקומען באזוכן דעם שטעטל, און וויבאלד זי איז געווען די רייכסטע און אנגעזעענסטע פרוי אין שטאט איז ער געגאנגען עסן ביי איר.
אינמיטן די סעודה האט זי זיך אנגעהויבן אויסרעדן וועגן די מאדנע קעסטל וואס זי האט געפינען, און זי האט ארויסגעברענגט דעם קעסטל און געוויזן פארן בישוף.
א בלאסקייט האט באדעקט דעם בישוף'ס געזיכט און ער האט אנגעהויבן זאגן:
''שוין עטליכע יאר וואס איך פיל ווי עפעס א זאך שטעלט זיך קעגן מיין כישוף, מיין כישוף האט כמעט נישט קיין ווירקונג, נאכן זיך דורך טראכטן האב איך באשלאסן אז דאס מוז זיין עפעס א אידישע הייליגע זאך וואס שטערט מיר פון צו מאכן כישוף.
איך האב באשלאסן אז איך וועל ארומפארן אין אלע שטעט און זען פון ווי יענע זאך וואס שטערט מיר קומט.
ווען איך בין אריינגעקומען אין די שטאט האב איך געפילט ווי די אומנאטורליכע זאך וואס שטערט מיר איז אין די שטאט, און ווען איך בין אריינגעקומען צו דיר אינדערהיים בין איך געווארן גאר שטארק איבערראשט זעענדיג ווי די זאך וואס איך פלאג מיר שוין יארן צו אנטדעקן – ליגט אין די שטוב!...''
"הויכגעשעצטער האר" רופט זי זיך אן, "מיט וואס קען איך אייך העלפן? איך בין גרייט אלעס צו טון וואס מען וועט מיר נאר הייסן".
דער בישוף טראכט צו זיך 'אז איך וועל האבן דעם ס"ת, אוי איך וועל מיר נוקם זיין אין די אידן'. נאכן טראכטן א מינוט וויאזוי מען קען דעם קעסטל עפענען רופט ער זיך אן:
"ווי אלט איז דיין עלסטער קינד?".
"אכצן יאר".
"און דיין אינגסטער?" "פערצן".
"ס'טויג נישט!" רופט זיך דער בישוף אן "ווייסטו וואס איך האב א פלאן", ער שרייבט אראפ עטליכע זאצן אויף א צעטיל, און קנייטשט איר איין, און ער רופט זיך אן "דא האט איר דעם צעטיל, איר זאלט דאס בשו"א נישט עפענען פאר פינף יאר ארום, ווען אייער עלטסטער קינד וועט אלט ווערן 23 יאר דאן זאלט איר עפענען דעם צעטיל און דארט וועט שטיין וויאזוי צו עפענען דאס קאסטן''.
*
ר' שמואל איז פארבליבן אינדערהיים ביז שבועות, עטליכע טעג פאר שבועות האט ער באשלאסן צו פארן צום רבי'ן אויף יום טוב, און פון דארט צום יריד.
ערב יום טוב איז ער אנגעקומען אין בארדיטשוב און איז גלייך געגאנגען צום רבי'ן. דער רבי האט אים אויפגענומען זייער פריינטליך: " ברוך הבא ר' שמואל איך האף אז דו האסט מיר געפאלגט און אפגעלאזט מסחר און זיך גענומען צו תורה ומצוות".
דער ווארימער ברוך הבא פון זיין רבי האט אים אביסל איבערראשט אבער אויך מחזק געווען אביסל.
דורכאויס דער יום טוב איז ר' שמואל צוגעקומען צו גאר הויכע מדריגות. זיין רבין'ס "אנכי ה'" האט געקלונגען אין זיינע אויערן אזש ער האט זיך נישט געקענט צוריקקערן צו זיינע געשעפטן ביז עטליכע טעג נאך יום טוב.
נאך אפאר טעג איז ער געגאנגען צו זיין רבי'ן זיך געזעגענען, אריינקומענדיג צום רבי'ן זאגט אים דער רבי: "דו האסט אוודאי נישט נישט חרטה פון מיך פאלגן נאך פסח".
"אוודאי נישט" האט ער געענטפערט מיט א הייליגן ציטער – "איך פיל א זכי' אז איך האב געקענט פאלגן דעם רבי'ן".
"נו אויב אזוי" – האט זיך דער רבי געוואנדן צו אים – "פאלג מיר יעצט נאכאמאל און פאר אהיים לחיים ולשלום".
ר' שמואל איז געבליבן זיצן ווי א געליימטער. מען האט דערקענט אויף זיין געזיכט אז ער האט נישט קיין חשק נאכאמאל איבערצולאזן די יריד.
פלוצלונג איז דעם רבינ'ס פנים געווארן רויט ווי פייער "ביז יעצט האב איך געמיינט אז דו ביסט מיינס א מענטש" – האט דער רבי געזאגט – "יעצט וועל איך דיר מער נישט קיין דעה זאגן אין די ענינים, טראץ דעם וואס עס טוט מיר וויי ווייל דו האסט א גרויסע נשמה, און איך דארף דיר האבן ווייל...".
דער רבי האט זיך פלוצלונג אפגעשטעלט און איז געווארן פארדביקות'ט, מען האט געזען אז עפעס טראכט ער.
ר' שמואל האט געפילט ווי יעדע ווארט שטעכט אים ווי שפיזן, און ער האט פרובירט איבערצובעטן דעם רבי'ן. "זאל מיר דער רבי מוחל זיין אויף מיינע מחשבות פסולות" – האט ער זיך געבעטן – "וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע פרובירט מיר צו פארנארן".
"איך בין מקבל אויף מיר" – האט ער פארגעזעצט – "קיינמאל מער נישט מהרהר צו זיין אויף דעם רבינ'ס ווערטער. און וואס דער רבי זאגט איז ביי מיר הייליג".
"זיי נישט געפאלן ביי דיר" – האט אים דער רבי בארואיגט – "איך זע אז דו האלטסט אמת'דיג דערביי מיר צו פאלגן. יעצט פאר אהיים און זאלסט דינען דעם בורא מיט דיין גאנצן כח און עוסק זיין נאר אין תורה".
אהיימקומענדיג איז אים דורכגעלאפן צווישן זיינע געדאנקען די ווערטער וואס דער רבי האט אים געזאגט: "דו האסט א גרויסע נשמה" אדער "איך דארף דיר האבן ווייל". ער האט נישט געוואוסט וואס דאס באדייט און אויך איז אים געווען א וואונדער פארוואס דער רבי האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן רעדן.
אנקומענדיג אהיים האט ר' שמואל זיך גענומען צו זיין סדר היום, חצות איז ער אויפגעשטאנען, געגאנגען אין מקוה, און זיך אנידערגעזעצט אויף א שטיין אפרעכטן תיקון חצות. ווען ער האט געענדיגט האט ער זיך געזעצט לערנען, און דערנאך געדאווענט "ותיקין", נאכן דאווענען האט ער זיך ווידער געזעצט לערנען – דאס מאל שולחן ערוך – ביז דריי שעה נאכן דאווענען.
דערנאך איז ער אהיימגעגאנגען, געגעסן, און ארויסגעגאנגען אין גאס.
"וואו גייט איר" – האט ער אפגעשטעלט א דורכגייער.
"איך גיי זוכן פרנסה" – האט יענער געענטפערט איילענדיג.
"אפשר האט איר צייט צו שלעפן אביסל וואל פאר א גוטן פרייז"? – האט ער געפרעגט.
"יא פארוואס נישט?" – האט יענער געענטפערט.
"אקעי" – האט ער יענעם געזאגט – "קום מארגן צו מיין הויז איך וויל דיר שוין דארט אנווייזן וואס דו דארפסט טאן". און דערביי האט ער ארויסגענומען הונדערט רובל און געגעבן דעם איד.
צומארגנס ווען דער איד איז געקומען האט ער אים געזאגט אז די סחורה האט פארשפעטיגט און ער וועט אים לאזן וויסן ווען עס וועט אנקומען. זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז קיינמאל קיין סחורה נישט אנגעקומען... אזוי האט ער געשפייזט אידן בדרך כבוד.
אזוי פלעגט ער זיך פירן א גאנצן זומער.
ווען עס זענען אנגעקומען די הייליגע טעג האט ער באשלאסן צו פארן צום רבי'ן אויף די הייליגע טעג.
אנקומענדיג אין בארדיטשוב איז ער גלייך אריין צום רבין'ס הויז, אבער ווי פארוואונדערט איז ער געווארן ווען ער האט געזען אז דער עולם ווארט נאך אינדרויסן און דער רבי נעמט נאך נישט אויף.
ער האט אנגעהויבן זיך צו שטופן צווישן די חסידים, ביז ער איז אנגעקומען צום רבינ'ס טיר.
שטייענדיג דארט האט אים אן אנדערער חסיד פארציילט אז דעם ערשטן טאג סליחות איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און זיך אפגעשטעלט, און פלוצלונג האט זיך ארויסגעריסן א געשריי פון זיין מויל: "הייליגער פאטער, וועלכער גוי וואלט זיך מוסר נפש געווען און אוועקגעווארפן זיין גאנצע מסחר פאר דיינעטוועגן? וויאזוי קען איך צוגיין זאגן אשרי אויב דו ביסט נישט מבטל די גזירה?
"און נישט נאר דאס" – דערציילט דער חסיד ווייטער – "נאר א גאנצן צייט פון דעמאלס מורמעלט זיך דער רבי אונטער: "זיסער פאטער, וואס איז לוי יצחק שולדיג אז דורך דעם כופר איז דער הייליגער ספר אריינגעפאלן צו זיינע קינדער די רשעים און זיי זענען דערפון יונק? וויפיל כוחות האב איך שוין אריינגעלייגט דאס ארויסצוראטעווען". "זעט אויס אז עס הערשט א גרויסע גזירה אויף כלל ישראל" – האט דער חסיד פארענדיגט זיינע ווערטער – "און פון דאן קומט דער רבי נישט ארויס צו די חסידים שוין עטליכע טעג".
אזוי רעדנדיג עפנט זיך פלוצלונג אויף די טיר פונעם רבינ'ס שטוב, און דער פנים פונעם הייליגן רבי'ן באווייזט זיך. דער רבי גיט א וואונק פאר ר' שמואל ער זאל אים נאכגיין צו זיך אין צימער.
"ווי איך פארשטיי" – האט דער רבי אנגעפאנגען צו רעדן – "האסטו געפאלגט אלעס וואס איך האב דיר געהייסן, זאלסטו וויסן אז עס שוועבט א סכנה אויף כלל ישראל און איך דארף דיין הילף".
"איך בין מוכן ומזומן זיך מוסר נפש צו זיין פאר כלל ישראל" – האט ר' שמואל געענטפערט – "וואס דער רבי וועט מיר הייסן וועל איך טון".
"פאר תקיעת שופר זאלסטו אריינקומען צו מיין צימער" – זאגט דער רבי, און דעמאלטס וועלן מיר פרובירן צו בעטן השי"ת זאל געבן א גוט געבענטשט יאר פאר אלע אידן".
"אמן" – האט ר' שמואל געענטפערט.
ראש השנה צופרי אריינקומענדיג אין שול האט זיך דער רבי אראפגעשטעלט ביים אריינגאנג. "טייערע אידן" – האט ער אויסגערופן – "עטס זאלטס אלע וויסן אז עס דראעט אויף אונז א שווערע גזירה, און אז מיר וועלן באמת תשובה טון וועלן מיר זוכה זיין אז אונזערע תפלות וועלן ארויפגיין צום כסא הכבוד און מיר וועלן האבן א גוט געבענטשט יאר".
פאר תקיעת שופר איז ער צוזאמען מיט ר' שמואל אריין אין זיין צימער. קיינער האט נישט געוואוסט וואס דער רבי האט אים געזאגט. דערנאך זענען זיי ביידע געגאנגען אין מקוה זיך צוגרייטן צו די תקיעות.
ווען זיי זענען אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט דער רבי זיך אפגעשטעלט ביי די מזוזה און שטיל געבעטן: "רבונו של עולם דו ווייסט דאך דעם אמת אז וואס איך טו, טו איך נאר פאר דיין כבוד און פאר דיין פאלק די אידישע קינדער. דעריבער בעט איך דיר גיב מיר כח בייצוקומען די גיפטיגע שלענג".
נאך למנצח האט דער רבי אויסגעשריגן: "רבונו של עולם דו ווייסט אז לוי יצחק האט נאך קייינמאל נישט געמאכט קיין ברכה לבטלה, העלף מיר אז איך זאל קענען בלאזן די תקיעות געהעריג און די ברכה זאל נישט זיין קיין ברכה לבטלה".
דערנאך האט דער רבי געזאגט די ברכה מיט גרויס התלהבות, די אמן פון די אנוועזנדע האט אויפגעדונערט די ביהמ"ד.
"תקיעה"! – האט זיך געהערט די שטימע פון ר' שמואל אלס בעל מקריא.
דער רבי פרובירט צו בלאזן, אבער עס איז שטיל! עס בלאזט נישט!
דער רבי גיבט א וואונק פאר ר' שמואל, און ר' שמואל זאגט נאכאמאל: "תקיעה"! דאס מאל טרייסעלט ער שוין פאר שרעק. דער רבי נעמט א צווייטן שופר, אבער ווידעראמאל בלאזט עס נישט!
"תקיעה"! – רופט ר' שמואל אויס צום דריטן מאל, דאס מאל האט שוין דער רבי געהאלטן א דריטן שופר, ענדליך הערט זיך א קלארן שארפן תקיעה, אזוי זענען געגאנגען אלע תקיעות אן קיין שטער!
מען האט גלייך דערקענט אויפן רבינ'ס פנים א מורא'דיגן שמחה, און מען איז געגאנגען דאווענען מוסף מיט א חיות.
מוצאי יום טוב האבן די מקורבים זיך דערנענטערט צום רבי'ן צו הערן פון אים וואס עס איז פארגעגאנגען.
"דאס יאר" – האט דער רבי דערציילט – "האט געהערשט א גרויסע קטרוג אויף כלל ישראל. דער שטן האט געשיקט דריי מכשפים וואס שטאמען פון אידן, וועלכע האבן פארלייגט אלע כוחות צו מקטרג זיין אויף אידן – ענדליך ביי תקיעת שופר האט זיך השי"ת מרחם געווען און אפגעווארפן די קטרוגים.
"גרויס איז דיין זכות" – האט דער רבי געזאגט פאר ר' שמואל – "וואס דו האסט געהאט א חלק אין מבטל זיין די גזירה, איך וועל דיר שוין שפעטער פארציילן וואס פונקטליך עס איז פארגעגאנגען".
באלד ביים זון אויפגאנג פון צום גדליה האט זיך דערטראגן צו בארדיטשוב די אינטערעסאנטע נייעס אז אין דעם דערנעבענדיגן דערפל וואס האט באלאנגט פאר גראף "איוואן סערגעיאוויטש שאפניקאוו" איז פארגעקומען אן איבערפאל אין וועלכע דער גראף מיט זיין ברודער זענען אומגעקומען, און נאך א ברודער איז שווער פארוואונדעט געווארן.
די פאליציי האט געעפענט א שטרענגן אויספארשונג אבער זיי האבן גארנישט געקענט טרעפן. נאך גרעסער איז געווען דער וואונדער אז ביידע ברודער זענען ערמארדעט געווארן אויפן זעלבן אופן, נישט האבענדיג קיין שום צייכענעס פון בלוט, דערשטיקונג, אדער א קלאפ א.ד.ג.
די פאליציי האבן – נישט האבענדיג קיין צווייטע ברירה – עס איבערגעגעבן פאר די העכערע אינסטאנצן, אבער אויך זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין ענטפער צו דעם רעטעניש.
*
עטליכע טעג נאך יום טוב האט ר' שמואל געוואלט אהיים פארן. ער איז אריין זיך געזעגענען פון זיין רבי.
"האסט זיך שוין צוגעגרייט צום יריד?" – פרעגט אים דער רבי – "פארגעס נישט אז די גאנצע סחורה פון די פאריגע צוויי ירידן ליגן נאך ביי די פריצים".
ר' שמואל איז געווארן אינגאנצן פארוואונדערט. "ניין" – זאגט ער – איך האב שוין אינגאנצן אפגעהאקט מיין מסחר!".
"ניין, - זאגט אים דער רבי – "עס איז נאר געווען א צייטווייליגע זאך, נעם דיך צוריק צו דיין מסחר, און דער אויבערשטער וועט העלפן דו וועסט מצליח זיין".
"אבער איך האב נישט אזויפיל געלט צו קויפן סחורה פון דריי סעזאנען" – האט ר' שמואל געפרעגט.
"דער אויבערשטער דארף נישט קיין עצות" – זאגט דער רבי – "אז ער וויל וועט די ביסל געלט וואס דו האסט זיין גענוג, און אפשר אפילו צופיל!".
ר' שמואל איז צוריקגעגאנגען צו זיין אכסניה און זיך צוגעגרייט אוועקצופארן, ער האט באשטעלט א בעל עגלה, און איז צוריקגעגאנגען צום רבי'ן.
"ווייסט איך האב פאר דיר צוגעגרייט עשירות?" – זאגט אים דער רבי – מיט דעם וואס איך האב אפגעהיטן פאר דיר די סחורה אז מען זאל עס נישט פארקויפן פאר א צווייטן, האלסטו נישט אז עס קומט מיר עפעס פאר מעקלעריי?".
"איך גיב פאר די רבי מיין גאנצע פארמעגן" – זאגט ר' שמואל.
"ניין ניין" – האט אים דער רבי געענטפערט – "איך דארף נישט קיין געלט, מיין כוונה איז געווען עפעס אנדערש".
"אפשר" – פרובירט ר' שמואל – "וועל איך זוכה זיין אז דער רבי וועט נעמען פון מיר א מתנה?".
"דאס יא" – זאגט דער רבי – "אבער נישט סתם א מתנה נאר עפעס העכערס, דו וועסט שוין זען וואס איך מיין, און יעצט פאר לחיים ולשלום".
ר' שמואל האט זיך ארויסגעלאזט אין וועג. נאכן פארן עטליכע שטונדן האט ער זיך אפגעשטעלט ביים ערשטן פריץ ביי וועם ער פלעגט קויפן וואל.
אריינקומענדיג צום פריץ פרעגט אים דער פריץ "וואו ביסטו געווען אזוי לאנג? איך האב געמיינט אז דו ביסט קראנק".
"געלויבט גאט אז איך בין געזונט" – זאגט ר' שמואל – "נאר דער מסחר איז זייער שוואך, און אפילו יעצט בין איך אויך נישט געקומען קויפן, נאר וויבאלד איך האב געוואוסט אז די לאגע ביי דיר איז זייער שווער בין איך דיר געקומען פארלייען טויזנט רובל".
"איך האב געמיינט אז דו וועסט קויפן פון מיר די גאנצע סחורה" – זאגט אים דער פריץ מיט באדויער – "און דו ווילסט מיר געבן טויזנט רובל און אויך נאר צו בארגן".
"ווייסטו וואס" – פאלט פאר דעם פריץ ביי א פלאן – "איך וועל יעצט נעמען פון דיר די טויזנט רובל, און דו נעם די סחורה ווייל איך וויל דוקא האנדלען מיט דיר, דו ביסט א באגלייבטער מענטש".
ר' שמואל האט מיט א געמאכטע מיטלייד גענומען די סחורה ווערד פון 6 טויזנט רובל, פאר די פרייז פון טויזנט...
אזוי האט ער געטון מיט אלע פריצים פון די אומגעגענט, צום סוף האט ער זיך דערמאנט אז ער איז נאכנישט געפארן צו גראף "שעפניקאוו". נישט וויסענדיג וואס האט מיט די דריי גראפן פאסירט איז ער געפארן צו זיי.
ווען ער איז אנגעקומען אין דארף האט אים דער באדינער דערציילט וועגן די גאנצע מעשה, און אויך אז עס איז נישטא קיין געלט מער פאר די רפואות.
ר' שמואל האט רחמנות באקומען און געעפענט זיין בערזל און אויסגעשאטן איר אינהאלט אויפן טיש "עס איז נישט קיין צייט פון האנדל" – האט ער געזאגט – "יעצט נעם די גאנצע געלט און מיר ווילן זיך שוין א צווייט מאל פאררעכענען מיט די סחורה".
"ניין" – זאגט אים דער באדינער אינגאנצן פארוואונדערט פון זיין געטריישאפט – "נעם די סחורה טראץ דעם וואס עס איז ווערד פינף מאל אזויפיל".
ווען ער האט געענדיגט אריינפאקן די סחורה אין די וועגענער האט אים דער באדינער אריינגעטראגן צום גראף.
ר' שמואל האט געגעבן פאר דעם פריץ פון די וויין וואס דער רבי האט אים מיטגעגעבן פארן וועג, פארזוכענדיג פונעם וויין האט דער פריץ געפרעגט ר' שמואל פון וואו ער האט עס?
"פון בארדיטשוב" - האט ער אים געענטפערט.
הערענדיג דעם ווארט "בארדיטשוב" איז דער גראף געווארן אויפגעציטערט – "דו קענסט דעם ראבין פון בארדיטשוב?".
"אוודאי" – זאגט אים ר' שמואל – "איך בין דעם יום טוב געווען ביי אים און גערעדט מיט אים פערזענליך".
"וויאזוי איז דורך דער יום טוב?" – האט ער זיך אינטערסירט – "איז געווען עפעס ספעציעל ביי תקיעת שופר".
ר' שמואל האט אים דערציילט די גאנצע מעשה.
"יעצט וועל איך דיר דערציילן ווייטער" – זאגט אים דער גראף – "די מכשפים פון וועם דער רבי האט גערעדט זענען געווען איך און מיינע צוויי ברודער. אונזער טאטע וועלכער האט אויך געשטאמט פון אידן האט אונז אלץ אנגעהעצט קעגן דעם אידישן פאלק".
"מיין טאטע איז געשטארבן אינגערהייט, און מיין מאמע אויך. פאר מיין מאמע איז געשטארבן האט זי מיך צוגערופן און געזאגט אז נאר וועגן די אידן גייט זי שטארבן, און זי וויל איך זאל מיר נוקם זיין אין זיי".
"און זי האט מיר געגעבן א קעסטעלע און געזאגט אז די זאך וואס ליגט אינעווייניג איז זייער הייליג ביי אידן און ווען דיין אינגסטע ברודער וועט ווערן 20 יאר זאלסטו ליינען דעם בריוו, האט זי מיר געוויזן אויף א בריוו, און 6 חדשים שפעטער זאלסטו עפענען דעם קעסטעל און מיט די זאך וואס ליגט אינעווייניג זאלסטו טון וואס עס שטייט אין דעם בריוו".
"די 6 חדשים האבן זיך געענדיגט דעם ראש השנה" – האט דער גראף דערציילט ווייטער – "און ווי מיין מאמע האט מיר באפוילן האבן מיר זיך צוזאמגענומען ביי דעם אינגסטן ברודער און מיר האבן געוואלט מיט אונזער כישוף אנפאנגען די מלאכה. אבער מיר האבן געוואוסט אז דיין ראבינער וועט דאס נישט צולאזן, און מיר האבן פארלייגט גרויסע כוחות צו פאר'הרג'ענען דעם כח פון דיין ראבינער, אבער ווען עס איז געקומען צו תקיעת שופר און דיין ראבין האט צום ערשטן מאל פרובירט צו בלאזן איז מיין אינגסטער ברודער אראפגעפאלן א טויטער. ווען ער האט צום צווייטן מאל פרובירט איז מיין עלטערער ברודער געשטארבן, און ביים דריטן מאל בין איך אינגאנצן פארוואונדעט געווארן".
"און יעצט" - פארענדיגט דער גראף זיין ערציילונג – "קען איך שוין מער נישט דער קעסטל האלטן, גיי טראג דאס פאר דיין ראבינער פאר א מתנה".
ר' שמואל איז קודם אהיימגעפארן און געמאכט א גרויסע סעודה וואו ער האט פאר יעדעם דערציילט די גאנצע מעשה.
שבת ביים ליינען איז ר' שמואל מכובד געווארן מיט הוצאה והכנסה, אבער ווען ער האט געעפענט דעם ארון הקודש האט ער געזעהן אז די קעסטעלע מיט די הייליגע ס"ת איז נישט דארט! ער האט אויפן ארט אוועקגע'חלש'ט. ענדליך האט מען אים דערמונטערט און מען האט בלית ברירה געליינט אין א צווייטע ס"ת.
נאך שבת איז ר' שמואל גלייך געפארן צום רבי'ן אים דערציילן וועגן דעם פארשוואונדן ווערן פון די ס"ת.
גלייך ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אנגערופן: "האב נישט מורא ר' שמואל", נישט קיין אנדערער ווי עזרא הסופר אליין האט גענומען די ס"ת איר אפצוהיטן!".
זכותו יגן עלינו.
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

יישר כח
שארפער21
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2011 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שארפער21 »

שלום עליכם לעמעלע די ביסט מורא'דיג
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

ברוכים הבאים לעמעלע, זייער שיין!
אוועטאר
געוואלד און געשריגן
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:50 pm

ארויסצפרינטען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד און געשריגן »

האט איר א פידיעף
אטעטשמענטס
ספר תורה פון עזרה הסופר.pdf
(172.6 KiB) געווארן דאונלאודעד 292 מאל
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

יישר כח געוואלד
עס איז געוואלדיג!
יקותיאל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקותיאל »

לעמל!
האב נישט מורא צו לייגן נאך
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

איז איינער אינטערעסירט צו וויסן אביסל די היסטאריע פון יענע צייט און די השתלשלות פון די ס''ת ?
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

זיכער זעמיר אלע גרייט צו הערן כ'מיין צו ליינען
שרייב נאר שרייב
אוועטאר
געוואלד און געשריגן
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 22, 2011 5:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד און געשריגן »

זיכער זיכער, שטים מיר אלע צוה בפה אחת, שרייב לעמעלע שרייב..
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

לעמי!!! ;l;p- ;l;p-
קיפ אן !!!
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

לעמי!!! ;l;p- ;l;p-
קיפ אן !!!
דאפלט איז שטערקער
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמעלע »

אין אלע דורות זענען שטענדיג געווען גדולים וואס פלעגן זיין סופרים און מגיהים, א יעדער פלעגט זוכן אז זיין ס"ת זאל זיין הונדערט פראצענט מהודר, און ס'זאל שטימען לויט די מסורה, און א יעדער האט פרובירט נאכגיין און זען וויאזוי מען האט אמאל געשריבן דעם ס"ת, און אזוי נאכצושרייבן די פונקטליכע מסורה.
דער ערשטער סופר וואס כלל ישראל האט פארמאגט איז געווען משה רבינו, א יעדער ווייסט אז משה רבינו האט געשריבן אין די לעצטע טאג פון זיין לעבן 13 ספרי תורות.
דער קומענדיגער סופר נאך משה רבינו – וואס איז באקאנט – איז געווען עזרא הסופר, זיין ס"ת איז די איינציגסטע ס"ת וואס איז געבליבן לדורות און יעדער האט געזוכט נאכצושרייבן איר מסורה.
זיין נאמען עזרא הסופר איז מעיד אויף אים אז ער איז געווען א סופר און ווי דער פסוק זאגט אויף אים "הוא עזרא עלה מבבל והוא סופר מהיר בתורת משה אשר נתן ה' אלוקי ישראל".
די ערשטע מאל וואס מיר געפינען עפעס וועגן די ס"ת פון עזרא איז אין די גמרא אין מועד קטן, די גמרא זאגט "אין כותבין ספרים וכו' ואין מגיהין אות אחת אפי' בספר עזרא" און רש"י איז מסביר "אפי' בס"ת של עזרא הסופר" אזוי אויך געפינען מיר אין די משנה אין מס' כלים "כל הספרים מטמאים חוץ מספר עזרא".
איינע פון די גרעסטע בעלי מסורת פון אלע דורות איז געווען דער רמב"ם, ער האט אויסגעשטעלט פונקטליך די פרשיות די פתוחות און סתומות. ער שרייבט אין זיין ספר (הלכות ס"ת פ"ח):
"ולפי שראיתי שיבוש גדול בכל הספרים שראיתי בדברים אלו, וכן בעלי המסורת שכותבין ומחברין להודיע הפתוחות והסתומות נחלקים בדברים אלו במחלוקת הספרים שסומכין עליהם, – ראיתי לכתוב הנה, כל פרשיות התורה הסתומות והפתוחות וצורת השירות כדי לתקן עליהם כל הספרים ולהגיה מהם.
וספר שסמכנו עליו בדברים אלו הוא הספר הידוע במצרים שהוא כולל ארבעה ועשרים ספרים שהיה בירושלים מכמה שנים להגיה ממנו הספרים, ועליו היו הכל סומכין לפי שהגיהו בן אשר, ודקדק בו שנים הרבה, והגיהו פעמים רבות כמו שהעתיקו, ועליו סמכתי בספר התורה שכתבתי כהלכתו...".
דער רמב"ם דערמאנט אז די ס"ת וואס ער האט נאכגעשריבן האט ער געפינען אין מצרים וואס האט גאנץ תנ"ך און עס איז געברענגט געווארן פון ירושלים מיט יארן פריער ווי בן אשר האט עס מגיה געווען.
ווער איז דער בן אשר פון וועם דער רמב"ם רעדט?
מיט בערך 1100 יאר צוריק האבן געוואוינט אין א"י אין טבריה א חבורה וואס האבן אויסגעקלארט די מסורה. אין אבן עזרא שטייט אז 15 זקנים האבן געשוואוירן אז בעת זיי האבן געשריבן זייערע ספרי תורה האבן זיי דריי מאל מגיה געווען יעדע ווארט און א יעדע נקודה און א יעדע פרשה, און די ראש לחכמי טבריה איז געווען בן אשר.
די ס"ת וואס בן אשר האט געשריבן ווערט אנגערופן כתר תורה וואס פון דעם האט דער רמב"ם נאכגעשריבן (עס איז דא וואס זאגן אז די ס"ת וואס די רמב"ם האט געטראפן אין מצרים איז נישט די כתר תורה, ווידעראום זענען דא אנדערע ווי דער שערי אפרים (ר' אפרים זלמן מרגליות), אזוי אויך דער אור תורה (ר' מנחם די ליאזנו), וואס האלטן אז פון די תורה האט דער רמב"ם נאכגעשריבן, און די שערי אפרים זאגט אז אויב געפינט מען אין די כתר תורה אנדערש ווי דער רמב"ם האט געשריבן איז עס א טעות הרמב"ם. די כתר תורה איז געווען אין ארם צובה (איראק) די לעצטע הונדערטער יארן ביז ת"ח ווען די אראבער האבן פארברענט דאס ביהמ"ד ווי זי איז געווען, עטליכע מסירות נפש אידן האבן עס ארויסגעראטעוועט, אבער א חלק האט זיך פארברענט, היינט געפינט זיך עס ליידער ביי די ציונים),
טייל ווילן זאגן אז די כתר תורה שטאמט פון עזרא און בן אשר האט עס נאר מגיה געווען, פון די לשון הרמב"ם קוקט אויס אזוי, ער שרייבט "ועליו הכל סומכין לפי שהגיהו בן אשר", אבער אויף דעם ווערסיע איז דא מערערע טענות. א) אויב עזרא האט עס געשריבן פארוואס האט עס בן אשר געדארפט מגיה זיין, ער האט אפי' נישט געמעגט עס מגיה זיין. ב) אויב שטאמט עס פון עזרא פארוואס שרייבט נישט די רמב"ם אז עס קומט פון עזרא. אין חיד"א ווערט געברענגט (שם הגדולים ע' עובדיה מברטנורא) פון א חומש וואס איז געדרוקט מיטן ספר החינוך און מנחם הלוי שרייבט דארט א הגה ער ברענגט דעם לשון הרמב"ם וואס דער רמב"ם שרייבט 'איך האב געזען אז אלע ספרי תורות זענען די מסורות נישט אזוי ווי דער דין איז, האב איך באשלאסן אז עת לעשות לה' הפרו תורתיך און איך וועל אליינס שרייבן א ספר' און ער האט נאכגעשריבן פון יענע ספר תורה פון מצרים וואס איז געברענגט געווארן פון ירושלים (ווי אויבענדערמאנט) – שרייבט דער רמב"ם ווייטער – 'ווען איך האב געענדיגט האב איך געהערט אז אין בורוניא (א שטאט אין פריינקרייך) איז דא א ס"ת מיט די כתב יד פון עזרא הסופר איך בין אהין געפארן און איך האב געזען אז עס שטימט פונקטליך לויט די ספר תורה וואס איך האב געשריבן'. – און ער שרייבט אויף דעם – 'ושמחתי מאוד וקבלתי עליו לעשות יום משתה ושמחה באותו היום בכל שנה ושנה'.
דאס איז אבער זיכער אז בשעת דער רמב"ם האט געשריבן די ס"ת האט ער נישט געהאט די ס"ת פון עזרא, נאר ער האט נאכגעשריבן דעם כתר תורה און ער האט עס שפעטער געזען.
דער חיד''ה איז מסופק צו דער רמב''ם האט געזעהן עזרא'ס ס"ת ווייל אויב יא פארוואס האט ער עס נישט געשריבן אין זיין חיבור. ער איז עס מדחיק און זאגט אז ס'קען זיין אז די רמב"ם האט עס געטראפן נאכן ארויסגעבן זיין חיבור.
די זון פונעם רמב"ם שרייבט אז: מען מוז זיך פארלאזן אויף די ספר פון בן אשר וויבאלד אין בידינו הספר של עזרא", פון דעם קוקט אויס אז די רמב"ם האט נישט געטראפן די ספר פון עזרא.
אין די שטאט אלכסנדריא איז געווען אן אשכניז'שע קהילה פון די גאנץ אלטע צייטן, וואס מען האט איר אנגערופן אויפן נאמען פון עזרא הסופר. די סיבה פארוואס די קהלה איז אנגערופן געווארן עזרא הסופר איז דערפאר, ווייל עס איז געווען מקובל אז דארט איז דא א ספר תורה וואס עזרא הסופר האט געשריבן.
.די אלטע קהלה אין אלכסנדריא האט פארמאגט א גאנצן אוצר פון אלע ספרים און אומשאצבארע אוצרות. דארט אין יענער שול איז געווען אן אזוי גערופענע "גניזה" פון גאר אלטע דאקומענטן און ספרים. צווישן אירע אוצרות איז אויך געווען אן אור אלטע ספר תורה, וואס איז געווען מיוחס צו עזרא הסופר.
וואס עס האט פאסירט מיט די דאזיגע ספר תורה המיוחס לעזרא הסופר איז אונז נישט באקאנט. רבינו עובדי' מברטנורא אין זיין באוואוסטע בריוו וואס ער האט געשריבן אהיים קיין ברטנורא צו זיין פאטער, דערציילט ער וועגן דעם ספר א שרעקליכע פאסירונג.
עס איז געקומען א גאסט א "מערבי" דאס מיינט פון די מערב לענדער, און ער האט געגעבן שוחד פאר דעם שמש בית המדרש אין אלכסנדריא, און יענער האט אים ערלויבט צוטריט צו דעם ספר. איז געגאנגען דער גאסט און האט ארויסגענומען די ספר תורה פון איר שיידל און האט עס גענומען מיט זיך. אויפן וועג אהיים איז ער געפארן מיט א שיף, און עס האט אויסגעבאכן א שטורעם אויפן וואסער, און אלעס וואס איז געווען אויף דער שיף איז דערטרונקען געווארן אין די טיפענישן פון ים, צוזאמען מיט דעם מערבי'שן איד און די טייערע ספר תורה פון עזרא הסופר. אויך דער שמש איז ל"ע באלד דערנאך נפטר געווארן אלס עונש צו דעם וואס ער האט גורם געווען אז דער טייערער דיאמאנט זאל פארלוירן ווערן פון כלל ישראל.
דער חיד"א זצ"ל אין שם הגדולים אות ע' מערכת רבינו עובדיה, ברענגט דעם אויבענדערמאנטן סיפור, און דערציילט, אז זייענדיג אינעם אלטן שול אין מצרים האט מען אים אנגעוויזן אויף גאר א הויכן ארט, און געזאגט אז דארט ליגט די ספר תורה פון עזרא הסופר. עס דערקענט זיך אז דארט איז געווען א טירל, אבער עס איז פארקלאפט געווארן און מען קען עס מער נישט עפענען. דער עולם האט געזאגט, אז דערפאר איז עס פארקלאפט געווארן, ווייל עס איז א סכנה אנצורירן דעם ספר. און יעדער וואס רירט צו דערצו, איז אין סכנה צו שטארבן ביז א חודש ל"ע.
די זקנים האבן מיר אבער אנטפלעקט דעם אמת – שרייבט ווייטער דער חיד"א – אז די סיבה פון פארמאכן יענע טיר איז, ווייל דער ספר תורה איז מער נישטא. עס איז פון דארט אוועקגענומען געווארן, און אצינד פירט אויס דער חיד"א, אז איך האב געזען די בריוו פון רבינו עובדיה וואס דערציילט גענוי וואס עס האט פאסירט מיט דעם טייערן ספר, האב איך הנאה געהאט צו הערן אז דאס איז טאקע דער אמת.
ס'איז כדאי צוצוברענגען וואס עס שטייט פונעם גרויסן בעל מדייק ובעל מסורה רבינו מנחם די לונזאנו בעל "אור תורה" אז ער האט יא צוגערירט און ארפגענומען די ספרים פון דארטן כדי צו דערגיין גענוי און פונקטליך די מסורה, און עס האט אים גארנישט פאסירט.
ר' יוסף סמברי ז"ל פון די אמאליגע תושבי מצרים דערציילט: "...ושם בית הכנסת אחד ומכנים אותו לאליהו זכר לטוב, ושמה כנסת אלשאמיין, ובה היכל בקרן זוית, למעלה לצד התקרה, ופרוכת פרוסה על פתחו. ובו ספר עזרא, ואין אדם יכול להגיס לבו עליו להוריד הספר, ואמרו שכל הנכנס להיכל ההוא להוריד הספר הזה, אינו משלים שנתו, לקדושת הספר ההוא שבו".
שרייבט דערויף רבינו מנחם די לונזאנו, "אני מנחם די לונזאנו הלכתי שם, והורדתי הספר תורה למטה, ומצאתי שהכל זיוף כי היו ג' ספרים כרוכים יחד, זה על זה"...
און ר' יוסף סמברי לייגט צו: "ובזמנינו זה בשנת ה' ותכ"ב ליצירה, גם כן הורידוהו למטה, והאנשים האלו שלימין הם אתנו בגופן ובממונם, וגם בא בזמנינו סופר אחד אשכנזי, והוריד אותו, וכתב כמה יריעות פסולות שנמצאו בו".
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ריזיג ריזיג, א שלל מיט אינפארמאציע, יהא בואך לברכה, און יישר כוח פאר דיין ארבעט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

לעמעלע האט געשריבן:ווער איז דער בן אשר פון וועם דער רמב"ם רעדט?
מיט בערך 1100 יאר צוריק האבן געוואוינט אין א"י אין טבריה א חבורה וואס האבן אויסגעקלארט די מסורה. אין אבן עזרא שטייט אז 15 זקנים האבן געשוואוירן אז בעת זיי האבן געשריבן זייערע ספרי תורה האבן זיי דריי מאל מגיה געווען יעדע ווארט און א יעדע נקודה און א יעדע פרשה, און די ראש לחכמי טבריה איז געווען בן אשר.
די ס"ת וואס בן אשר האט געשריבן ווערט אנגערופן כתר תורה וואס פון דעם האט דער רמב"ם נאכגעשריבן (עס איז דא וואס זאגן אז די ס"ת וואס די רמב"ם האט געטראפן אין מצרים איז נישט די כתר תורה, ווידעראום זענען דא אנדערע ווי דער שערי אפרים (ר' אפרים זלמן מרגליות), אזוי אויך דער אור תורה (ר' מנחם די ליאזנו), וואס האלטן אז פון די תורה האט דער רמב"ם נאכגעשריבן, און די שערי אפרים זאגט אז אויב געפינט מען אין די כתר תורה אנדערש ווי דער רמב"ם האט געשריבן איז עס א טעות הרמב"ם. די כתר תורה איז געווען אין ארם צובה (איראק) די לעצטע הונדערטער יארן ביז ת"ח ווען די אראבער האבן פארברענט דאס ביהמ"ד ווי זי איז געווען, עטליכע מסירות נפש אידן האבן עס ארויסגעראטעוועט, אבער א חלק האט זיך פארברענט, היינט געפינט זיך עס ליידער ביי די ציונים)


דער כתר תורה וואס ווערט גערופן אויף ענגליש ALEPPO CODEX אלס די שטאט ארם צובה וואס געפינט זיך אין סיריע, איז טאקע ביי די ציונים היינט, אבער קאפיס איז געדרוקט געווארן דערפון, מ'קען עס זען ביי א וועבסייט וואס איז ספעציעל מוקדש פאר דעם, די גאנצע זאך איז אריינגעסקענט זייער קלאר א מורא'דיגע ארבעט, פון חומש איז נישט דא צו סאך, ס'הייבט זיך אן אינמיטן די תוכחה.
http://www.aleppocodex.org/

הרב לעמעל.
איך געדענק אז דער קאמארנער אין היכל הברכה ברענגט כמה פעמים אראפ דפוס פיזארו און ער באטאנט דאס קראנטקייט דערפון וועגן עזרא הסופר. האסט אן אנונג דערוועגן?
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

וזאת למודעי
איך פלעג אייביג טראכטן ביים לערנען אין היכל הברכה, וואס איז די מעלה פון דפוס פיזארו?.
האב איך מיך יעצט גענומען די מיה, און נאכגעקוקט דפוס פיזארו מתחלה ועד סוף [אין JNUL] האפנדיג אז אפשר וועט הרב שונצינו דערמאנען עפעס א ווארט, אבער גארניקס... העליתי חרס.
זעענדיג ווי איר זענט אויסגעקאכט אין די סוגי' פון עזרא הסופר, האף איך אז דו וועסט מיר קענען בעז"ה ליכטיג מאכן.
מיט דאנק פון פאראויס
עלה [נדף]
בעל רגש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל רגש »

ס'איז נישט קיין שיינע זאך צו טון... נעמען אן אלטן יפה בעתו און דאס נאכשרייבן.

ס'קומט דיר נישט קיין קרעדיט דערפאר - אויב עפעס צוויי געזונטע פראסקעס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איז דאס אדער דאס א יפה בעתו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
היפאקריט
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 1:28 pm
לאקאציע: נישט צום געפינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היפאקריט »

טרייבט צו מיר יעדעס ביסל צייט וואס איר קענט נאר, איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין
חתם סופר
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 74#p750174
בעל רגש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל רגש »

א. איך ווייס נאכנישט וואס עס שטייט אינדערווייניג.

ב. אויב איז עס נישט פון יפה בעתו, דאן האבן ביידע געטאן ראנג. עס נעמט נישט אוועק איינעמ'ס עולה, ווייל א צווייטער האט אזוי געטאן. ס'איז אן עולה און פארטיג.

...

היפאקריט האקט: אלזא איז קלאר אז יפה האט נישט גע'גנב'עט, אבער עס איז אויך קלאר אז לעמעלע האט יא גענומען ווארט ביי ווארט פון יפה. אלזא... מאכט אליין דעם חשבון.
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

איך האב אינדערהיים א גרויסע ברייטע אבער דינע ביכל מיט ווייכע דעקלעך, קעפל פון ביכל איז די זעלבע "די ספר תורה פון עזרא הסופר" איינער ווייסט וואס איך מיין.
איך האב פארשטאנען אז ס'קומט פון לעהמאן. איז דאס די זעלבע מעשה וואס מ'רעדט דא ?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

יא יא... איך האב געליינט די מעשה אין אזא ביכל אלץ קינד. פון דעם רעדט מען.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מיר האבן ערהאלטן פרישע אינפארמאציע, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האט דער ניק 'לעמעלע' נאכגעשריבן די מעשה פון די ביכל פון לעהמאן, און אויך נישט ממש ווארט ביי ווארט, ער האט היפש ארומגעטוישט מיט די לשונות.

הרב בעל רגש, איר זענט מכובד צו ברענגן א בלעטל פון דעם יפה בעתו, אדער כאטש מודיע זיין וועלכע גליון דאס איז, צו קענען מברר זיין אז ס'איז נישט נאכקאפירט פון דארט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אזויווי איך זעה אז ס'זענען דא דא מענטשן וואס ווילן באמת וויסן אן קיין אגענדע צו שרייען איינזייטיג וכד'... וועל איך מסביר זיין וואס איך האב געשריבן איך דארף פראף און וואס איך וועל טוהן אי"ה...

איך האב געשריבן אז איך וויל פראף אז ס'איז פון יפה בעתו, און דאס פארשטייט יעדער, די מעשה פון "עזרה הסופר און זיין ספר תורה" איז פובליק, דהייני, ס'זענען דא א שיינע פאר בוכער וואס זיי שרייבן עס... איך ביניש קאנווינסד אז ס'קומט פון יפה בעתו...

שנית, אויב קומטעס יא פון יפה בעתו, איז לויט ווי איך פארשטיי דאס שוין ארויס יארן צוריק, און הרב יפ"ה פארקויפט דאס שוין נישט, (איך קענעס היינט טרעפן אין מיין לאוקעל ספרים סטאר? כ'מיין אז ניין...) סאו אויב וואלטעך געוואור געווארן אז דאס קומט פון אים וואלט איך צוגעשריבן אין גרויס "קרעדיט: יפה בעתו"... איך גלייב אז ער וואלט געקענט נוצן א פרי עד דא...

האב איך אבער צוגעלייגט נאך א זאך, אויב וועל איך געוואור ווערן קראנט אז הרב יפ"ה שטערט אז ס'ליגט דא, דאן וואלט איך עס אינגאנצן אראפגענומען...

כ'מיין אז דאס איז די נארמאלע וועג צו האנדלן, און איך ביניש מחיוב אנצורופן הרב ביללער פרעגן צו ס'שטערט אים אז איך לייגעס ווען ס'שטייט "קרעדיט"... און נאכאמאל איך רעד נישט פון קיין הידדן אדזשענדעס, איך רעד ווער ס'קוקט נארמאל!

אינצווישן בינעך געוואור געווארן פון איינעם וואס קען דעם ניק לעמעלע, און יענער שרייבט אז ער האט געזעהן לעמעלע'ן שרייבן דעם ארטיקל, און ער איז מעיד אז ס'קומט נישט פון יפה בעתו נאר פון ערגעץ אנדערש, און נישט נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט, נאר אייגענע שפראך...

אלזא מיסטער בעל רגש, המוציא מחבירו... ווייז מיר אויף פארקערט!

דיסקלעימער: איך רעפרעזענט נישט די הנהלה, נאר די אדמיניסטראציע...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
בעל רגש
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 21, 2012 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל רגש »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
שנית, אויב קומטעס יא פון יפה בעתו, איז לויט ווי איך פארשטיי דאס שוין ארויס יארן צוריק, און הרב יפ"ה פארקויפט דאס שוין נישט, (איך קענעס היינט טרעפן אין מיין לאוקעל ספרים סטאר? כ'מיין אז ניין...) סאו אויב וואלטעך געוואור געווארן אז דאס קומט פון אים וואלט איך צוגעשריבן אין גרויס "קרעדיט: יפה בעתו"... איך גלייב אז ער וואלט געקענט נוצן א פרי עד דא...



דיין אינפארמאציע איז פאלש. הרב יפ"ה פארקויפט נאך זיינע זאכן אינגרויסן. איך גלויב נישט אז ס'איז אים ניחא אז עס געפינט זיך דא, אפילו מיטן קרעדיט.
שרייב תגובה

צוריק צו “זכור ימות עולם”