אפענע וועלט האט געשריבן:אין אינזער דור וואס אזויפיל זאכן פון אמאל איז שוין מתוקן
איר זיינט ווילקאמען צו פאנטאזיע וועלט.
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
Gevald Geshrigen האט געשריבן:מען שיסט נישט אזעלכע סטעיטמענטס ווען א ריזיגער ציבור ערליכע אידן פירן זיך אזוי באופן לכתחילה שבלכתחילה.
מר. קליען האט געשריבן:איך מיין אז די שייטלעך איז געווען נאר נאכן תקנה אויף שערן,און דאס איז געווען א שטיקל גורם,און אנדערע פלעצער היינט וואו מען שערט נישט איז כמעט נישט דא קיין שייטלעך
וויל זיין גוט האט געשריבן:מר. קליען האט געשריבן:איך מיין אז די שייטלעך איז געווען נאר נאכן תקנה אויף שערן,און דאס איז געווען א שטיקל גורם,און אנדערע פלעצער היינט וואו מען שערט נישט איז כמעט נישט דא קיין שייטלעך
איך בין יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם אשכול, איך שטיי און שטוין, ווי א מענטש קען שרייבן אזעלכע שטותים און אין פוצה פה ומצפצף
אין די פוילישע און ליטווישע קרייזן איז היינט נישט אנגענומען דאס ענין פון שערן, און דארטן איז דאס מערסטע דער שייטל, ביי די אונגערישע, גאליציאנער און טייל רוסישע, וואס דאס שערן איז שטארק איינגעפירט, דארט איז אבער יא דא א גרויסער פראצענט פון פרויען צוגעדעקט אן קיין שייטלען.
לגבי די ספרדים איז אביסל אמת וואס דער כותב שרייבט, אז פיל פון זיי גייען נישט מיט קיין שייטלען, אבער זיי דרייען זיך אינדערהיים ווי מיידלעך, וואס דאס איז זיכער נישט געווען אנגענומען ביי אונז. אויך איז ביי זיי אנדערש, ווייל ביי זיי איז די תקנה פון שערן קיינמאל נישט געווארן איינגעפירט
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ער רעדט טאקע שטותים... ווייל ער מישט אויס ...
שייטל איז אסור אלץ נראה כשערות, א אשה נשואה זאל גיין מיט א נראה כשערות אין גאס איז לויט טייל פוסקים א דאורייתא, און לויט יעדעם כאטש א דרבנן, מען זעט ביי די סאדיגערע פרשה אז פון די עיקר וואס מען האט זיך געשלאגן איז געווען ווייל זיי האבן אנגעהויבן אנצוטוען שייטלען, און מען זעהט אז רוב כלל ישראל איז געווען פייער קעגן זיי,
וואס דאס איז אייביג געווען שטארק אפגעהיטען ביי כלל ישראל, אבער אפילו דארט איז עס געווען שייטלען פון פלאקס נישט אויסגעקעמט, און איבער דעם איז געווען פייער, צו עס איז אסור אלץ נראה כשערות אדער נישט, זייער תירץ איז געווען אז עס איז בכלל נישט נראה כשערות, די מחלוקה איז געווען צו אזא מין שייטל פון דעמאלטס איז בגדר נראה, עס איז אייביג געווען אז פון דערווייטענס קען מען גראד דערקענען אז זי איז א אישה נשואה, איינער וויל אנטוען אזא מין שייטל הארצען גערן [לויט שיטות סאדיגער]
צוביסלעך איז טעכניג בעסער געווארן אין די שייטלען האבן אנגעהויבן צו ווערן מער און מער עכט היינט ווייס איך נישט צו עס איז דא איין פוסק וואס איז עס מתיר,
דערנאך איז דא די זוהר הק' וואס שרייבט זייער שארף קעגן גייען אויפגעדעקט די האר אינדערהיים, אבער אינדערהיים איז שוין נישט קיין דאורייתא נאר א זוהר הק', למשל די ספרדישע האבן דעס שוין טאקע נישט אנגענומען [ביי אונז איז עס יא א דאורייתא אלס דין נדר און לא תיטוש ווי יעדע מנהג טוב שקבלנו מאבותינו] סא א אשכנזישער איז מחיוב מן הדין מחמיר צו זיין אויפן זוהר און די ספרדישע נישט,
דערנאך איז דא די זיך שעערן וואס דאס איז פון די וועד ארבעה הארצות, די סיבה איז נישט נאר טבילה, און חשש עס וועט צוקומען זיך ארויס צושטעקן א גזירה לדאורייתא, אבער אבער דעס איז יא געווען די צוויי עיקר סיבות,
יעצט אין די פוילישע אין ליטווישע קרייזן איז נישט אנגענומען די ענין פון שערן איז א פירצה נוראה ווייל זייערע אלע באבעס האבן זיך געשוירען מכוח הגזירה של הוועד,
ווייטער גיין מיט א שייטל איז נאך א גרעסערע פירצה, אבער עס האט א שייכות? זיכער אז נישט, פונקט אזא שייכות ווי דעי וואס שערן זיך די בארד
מצאתי כתוב בהג"ה אלפסי החדשים (שלטי הגיבורים כט. אות א) ומותר לאשה נשואה לגלות פיאה נכרית שלה, לא שנא אם היא עשויה משערותיה או משער חבירתה, דאין שער באשה ערוה אלא דווקא שערותיה המדובקים בבשרה אבל לא בתלושין עשויות לכסות שערותיה האחרות אף על גב דעבדה לקישוט שתהא נראית בעלת שער.
Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה אוועקמאכן דעם ענין וואו עס איז יא אנגסנומען אלס א פראבלעם . מיין עיקר נקודה וויל איך ארויסברענגן אז אויב ברענגסטו 99% פוסקים און אויך על פי קבלה וכו' ווי פארשידענע האבן געברענגט און אז מיט דעם אלעם איז עס נישט אנגענומען איז די גרעסטע ראי' אז מען פסקנט נישט אזוי.
דעוויס האט געשריבן:Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה אוועקמאכן דעם ענין וואו עס איז יא אנגסנומען אלס א פראבלעם . מיין עיקר נקודה וויל איך ארויסברענגן אז אויב ברענגסטו 99% פוסקים און אויך על פי קבלה וכו' ווי פארשידענע האבן געברענגט און אז מיט דעם אלעם איז עס נישט אנגענומען איז די גרעסטע ראי' אז מען פסקנט נישט אזוי.
במח"כ איר רעדט גרויסע הבלים