היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 2:53 pm

אפענע וועלט האט געשריבן:אין אינזער דור וואס אזויפיל זאכן פון אמאל איז שוין מתוקן

איר זיינט ווילקאמען צו פאנטאזיע וועלט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 3:09 pm

מען שיסט נישט אזעלכע סטעיטמענטס ווען א ריזיגער ציבור ערליכע אידן פירן זיך אזוי באופן לכתחילה שבלכתחילה.

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 3:44 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:מען שיסט נישט אזעלכע סטעיטמענטס ווען א ריזיגער ציבור ערליכע אידן פירן זיך אזוי באופן לכתחילה שבלכתחילה.


עס איז באמת א שאד יעדעס ווארט זיך צו טענה'ן, ווייל מ'האלט נישט ביי דעם אז איינעם זאל עס אנגיין, סיי עמך אידן, סיי רבנים ואדמורי''ם סיי עסקנים קיינער האלט נישט ביים טוען דערין, יעדער איינער איז ביזי מיט ''זיינע'' מצות, און אויף דעם וויינט דער אייבערשטער על ''כבודי'' לא מחיתם על כבוד עצמכם מחיתם, ענקערע מצות איז ענק זייער באקוועם, אבער וואס עס באדערט מיך האט עטס פארגעסן,

די תורה זאגט קלאר ולא יראה בך ערות דבר ושב מאחריך, מ'קען רעדן פון אלעם ארום און ארום, מ'קען רעדן פון פירצות, מ'קען מאכען תקנות ווי לאנג די קלייד דארף זיין, ווי לאנג די בארד דארף זיין, וכהנה וכהנה, אטו כי רוכלא ניזל ונחשוב, אבער וואס ס'בארעדט דעם אייבערשטן האט מען פארגעסן,

עס מאכט נישט קיין חילוק ווי שטארק ''איינגעריסן'' די איסור איז געווארן אז טייל מעגן שוין זאגן אויף דעם איסור ''לכתילה שבלכתחילה'' יקוב הדין את ההר, איסור בלייבט איסור, נישט קיין חילוק אויב עס איז דורך איין וועלט מלחמה אדער צוויי, עס איז פון די חמורות שבחמורות, און אפילו עס איז נישט פאפולער כל מי שיש בו יראת שמים האט רעכט צו ווייטאגן אויף און איסור דאורייתא וואס ווערט צוטרעטן ''בריש גלי'' בימינו

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 3:51 pm

אפענע וועלט
לגבי די שייטלען בין איך מיט אייך 100%,

אבער וואס עפעס איז לאנגע קליידער און בארד "אונזערע" מצוות און שייטל דעם רבש"ע? אלעס איז מצוות פונעם אייבערשטען !

זיכט אן אנדערען הסבר אויף כבודי לא מחיתם ועל כבוד עצמכם מחיתם!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3662
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 3:55 pm

במחילת כבודך הרמה אפענעפארשטיי איך נישט וואס איר זענט אזוי אגרעסיוו יעדער בר דעת פארשטייט אז צו גיין איבערדרייען א וועלט יעצט איבער שפיצלעך איז איבערגעטריבן יא יעדע רב דארף זען צו האלטן זיין עולם מיט זיינע מצות אז זיי זאלן זיך האלטן אין די שווערע וועלט אין יעצט איז נישט די צייט צו באפעלן צו טוישן די קאפ צודעק צו א שפיצל בו בזמן ווען עס איז דא גרעסערע פראבלעמען ואכמ"ל
קריך ארויף הויעך, ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען! אז די וועסט קריכן שטייטלעך אין פארזיכטיג. וועסטו נישט אראפ פאלן אין זיך בכלל נישט צוקלאפן!...

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:02 pm

מען דארף שוין לאאאאאנג טוישען דער קעפּעל פינעם אשכול צו ״איסור/היתר אויף שייטלען״ און אריין לייגען אין ידעות התורה אפטיילונג אדער גאר אין ״מחאה / טענריי /מאלען װאסער אפטיילונג״ (אה נאכנישט דא אזא אפטיילונג טאקע א שאד װאלט געװען פון די פאפולערסטע..)

דער גאנצער אשכול האט גאר קנאפ מיטען יעצטיגען קעפל אדער די ערשטע תגובה פינעם פותח.
לעצט פאראכטן דורך verveist אום דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג אוגוסט 02, 2016 4:03 pm

דער אשכול האט זיך אנגעפאנגען מיט אביסל האר, און פון די ביסל האר איז געווארן א גאנצע שייטל......, באלד גייט נאך צוקומען לייז אויכעט...

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:44 am

מר. קליען האט געשריבן:איך מיין אז די שייטלעך איז געווען נאר נאכן תקנה אויף שערן,און דאס איז געווען א שטיקל גורם,און אנדערע פלעצער היינט וואו מען שערט נישט איז כמעט נישט דא קיין שייטלעך

איך בין יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם אשכול, איך שטיי און שטוין, ווי א מענטש קען שרייבן אזעלכע שטותים און אין פוצה פה ומצפצף
אין די פוילישע און ליטווישע קרייזן איז היינט נישט אנגענומען דאס ענין פון שערן, און דארטן איז דאס מערסטע דער שייטל, ביי די אונגערישע, גאליציאנער און טייל רוסישע, וואס דאס שערן איז שטארק איינגעפירט, דארט איז אבער יא דא א גרויסער פראצענט פון פרויען צוגעדעקט אן קיין שייטלען.
לגבי די ספרדים איז אביסל אמת וואס דער כותב שרייבט, אז פיל פון זיי גייען נישט מיט קיין שייטלען, אבער זיי דרייען זיך אינדערהיים ווי מיידלעך, וואס דאס איז זיכער נישט געווען אנגענומען ביי אונז. אויך איז ביי זיי אנדערש, ווייל ביי זיי איז די תקנה פון שערן קיינמאל נישט געווארן איינגעפירט
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 7:18 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:
מר. קליען האט געשריבן:איך מיין אז די שייטלעך איז געווען נאר נאכן תקנה אויף שערן,און דאס איז געווען א שטיקל גורם,און אנדערע פלעצער היינט וואו מען שערט נישט איז כמעט נישט דא קיין שייטלעך

איך בין יעצט אנגעקומען צו ליינען דעם אשכול, איך שטיי און שטוין, ווי א מענטש קען שרייבן אזעלכע שטותים און אין פוצה פה ומצפצף
אין די פוילישע און ליטווישע קרייזן איז היינט נישט אנגענומען דאס ענין פון שערן, און דארטן איז דאס מערסטע דער שייטל, ביי די אונגערישע, גאליציאנער און טייל רוסישע, וואס דאס שערן איז שטארק איינגעפירט, דארט איז אבער יא דא א גרויסער פראצענט פון פרויען צוגעדעקט אן קיין שייטלען.
לגבי די ספרדים איז אביסל אמת וואס דער כותב שרייבט, אז פיל פון זיי גייען נישט מיט קיין שייטלען, אבער זיי דרייען זיך אינדערהיים ווי מיידלעך, וואס דאס איז זיכער נישט געווען אנגענומען ביי אונז. אויך איז ביי זיי אנדערש, ווייל ביי זיי איז די תקנה פון שערן קיינמאל נישט געווארן איינגעפירט

ער רעדט טאקע שטותים אבער נישט מטעמך נאר פשוט ווייל ער מישט אויס שייטלען מיט אייגענע האר,
שייטל איז אסור אלץ נראה כשערות, א אשה נשואה זאל גיין מיט א נראה כשערות אין גאס איז לויט טייל פוסקים א דאורייתא, און לויט יעדעם כאטש א דרבנן, מען זעט ביי די סאדיגערע פרשה אז פון די עיקר וואס מען האט זיך געשלאגן איז געווען ווייל זיי האבן אנגעהויבן אנצוטוען שייטלען, און מען זעהט אז רוב כלל ישראל איז געווען פייער קעגן זיי,
וואס דאס איז אייביג געווען שטארק אפגעהיטען ביי כלל ישראל, אבער אפילו דארט איז עס געווען שייטלען פון פלאקס נישט אויסגעקעמט, און איבער דעם איז געווען פייער, צו עס איז אסור אלץ נראה כשערות אדער נישט, זייער תירץ איז געווען אז עס איז בכלל נישט נראה כשערות, די מחלוקה איז געווען צו אזא מין שייטל פון דעמאלטס איז בגדר נראה, עס איז אייביג געווען אז פון דערווייטענס קען מען גראד דערקענען אז זי איז א אישה נשואה, איינער וויל אנטוען אזא מין שייטל הארצען גערן [לויט שיטות סאדיגער]
צוביסלעך איז טעכניג בעסער געווארן אין די שייטלען האבן אנגעהויבן צו ווערן מער און מער עכט היינט ווייס איך נישט צו עס איז דא איין פוסק וואס איז עס מתיר,
דערנאך איז דא די זוהר הק' וואס שרייבט זייער שארף קעגן גייען אויפגעדעקט די האר אינדערהיים, אבער אינדערהיים איז שוין נישט קיין דאורייתא נאר א זוהר הק', למשל די ספרדישע האבן דעס שוין טאקע נישט אנגענומען [ביי אונז איז עס יא א דאורייתא אלס דין נדר און לא תיטוש ווי יעדע מנהג טוב שקבלנו מאבותינו] סא א אשכנזישער איז מחיוב מן הדין מחמיר צו זיין אויפן זוהר און די ספרדישע נישט,
דערנאך איז דא די זיך שעערן וואס דאס איז פון די וועד ארבעה הארצות, די סיבה איז נישט נאר טבילה, און חשש עס וועט צוקומען זיך ארויס צושטעקן א גזירה לדאורייתא, אבער אבער דעס איז יא געווען די צוויי עיקר סיבות,
יעצט אין די פוילישע אין ליטווישע קרייזן איז נישט אנגענומען די ענין פון שערן איז א פירצה נוראה ווייל זייערע אלע באבעס האבן זיך געשוירען מכוח הגזירה של הוועד,
ווייטער גיין מיט א שייטל איז נאך א גרעסערע פירצה, אבער עס האט א שייכות? זיכער אז נישט, פונקט אזא שייכות ווי דעי וואס שערן זיך די בארד,

צו עס איז געווארן נפרץ אין ליטא און אין רוסלאנד ביי די גזירות המלבישום יתכן ווייל דעס איז געווען פון די ערגסטע אז פרוי זאל זיך שערן, אבער מער מסתבר אז עס איז געווארן נפרץ נאכן קריג פשוט נאכן קריג ווען מען איז געווען אזוי צובראכן איז געווען וויכטיגערע זאכן צו לייגען א דגוש קודם האט מען געדארפט זעהן אז עס זאל נישט זיין קיין חילול שבת,
דעס איז שוין א מציאות וואס איך ווייס נישט ויבא המלקטים וילקטו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 9:05 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ער רעדט טאקע שטותים... ווייל ער מישט אויס ...
שייטל איז אסור אלץ נראה כשערות, א אשה נשואה זאל גיין מיט א נראה כשערות אין גאס איז לויט טייל פוסקים א דאורייתא, און לויט יעדעם כאטש א דרבנן, מען זעט ביי די סאדיגערע פרשה אז פון די עיקר וואס מען האט זיך געשלאגן איז געווען ווייל זיי האבן אנגעהויבן אנצוטוען שייטלען, און מען זעהט אז רוב כלל ישראל איז געווען פייער קעגן זיי,
וואס דאס איז אייביג געווען שטארק אפגעהיטען ביי כלל ישראל, אבער אפילו דארט איז עס געווען שייטלען פון פלאקס נישט אויסגעקעמט, און איבער דעם איז געווען פייער, צו עס איז אסור אלץ נראה כשערות אדער נישט, זייער תירץ איז געווען אז עס איז בכלל נישט נראה כשערות, די מחלוקה איז געווען צו אזא מין שייטל פון דעמאלטס איז בגדר נראה, עס איז אייביג געווען אז פון דערווייטענס קען מען גראד דערקענען אז זי איז א אישה נשואה, איינער וויל אנטוען אזא מין שייטל הארצען גערן [לויט שיטות סאדיגער]

צוביסלעך איז טעכניג בעסער געווארן אין די שייטלען האבן אנגעהויבן צו ווערן מער און מער עכט היינט ווייס איך נישט צו עס איז דא איין פוסק וואס איז עס מתיר,

דערנאך איז דא די זוהר הק' וואס שרייבט זייער שארף קעגן גייען אויפגעדעקט די האר אינדערהיים, אבער אינדערהיים איז שוין נישט קיין דאורייתא נאר א זוהר הק', למשל די ספרדישע האבן דעס שוין טאקע נישט אנגענומען [ביי אונז איז עס יא א דאורייתא אלס דין נדר און לא תיטוש ווי יעדע מנהג טוב שקבלנו מאבותינו] סא א אשכנזישער איז מחיוב מן הדין מחמיר צו זיין אויפן זוהר און די ספרדישע נישט,

דערנאך איז דא די זיך שעערן וואס דאס איז פון די וועד ארבעה הארצות, די סיבה איז נישט נאר טבילה, און חשש עס וועט צוקומען זיך ארויס צושטעקן א גזירה לדאורייתא, אבער אבער דעס איז יא געווען די צוויי עיקר סיבות,

יעצט אין די פוילישע אין ליטווישע קרייזן איז נישט אנגענומען די ענין פון שערן איז א פירצה נוראה ווייל זייערע אלע באבעס האבן זיך געשוירען מכוח הגזירה של הוועד,
ווייטער גיין מיט א שייטל איז נאך א גרעסערע פירצה, אבער עס האט א שייכות? זיכער אז נישט, פונקט אזא שייכות ווי דעי וואס שערן זיך די בארד


במחילת כבודך האט איר געמאכט א געזונטע מישמאש מיט עטליכע נקודות.

א) לגבי וואס די שרייבסט אז פאה נכרית הנראה כשערות איז לויט יעדן א איסור דרבנן. דאס איז נישט ריכטיג!

ווייל דער מקור ההיתר איז דאך פונעם שלטי גבורים, און ער רעדט פון עכטע שערות, נאר נישט קיין אייגענע, און וועגן דעם הייסט עס "פאה נכרית", ווייל געווענדליך קומט עס פון א פרעמדע פרוי. אבער אזוי אויך איז ער מתיר, אייגענע האר וואס מ'האט אפגעשניטען און געמאכט דערפון א כיסוי. ווייל דער עיקר איז אז די האר איז נישט מחובר לגופה.

און אזוי ווי ס'דא אסאך וואס זענען זיך טועה, וועל איך מעתיק זיין דעם לשון פונעם רמ"א בדרכי משה (או"ח סי' ש"ג) וואס איז מעתיק זיינע ווערטער בקיצור:

מצאתי כתוב בהג"ה אלפסי החדשים (שלטי הגיבורים כט. אות א) ומותר לאשה נשואה לגלות פיאה נכרית שלה, לא שנא אם היא עשויה משערותיה או משער חבירתה, דאין שער באשה ערוה אלא דווקא שערותיה המדובקים בבשרה אבל לא בתלושין עשויות לכסות שערותיה האחרות אף על גב דעבדה לקישוט שתהא נראית בעלת שער.


מלשונם נראה אז די פאה נכרית האט געקענט אויסזען פונקט ווי די היינטיגע וויבאלד מען פלעגט דאס מאכן פון עכטע "יומען העיר", ועכ"ז התירוה. און אויף דעם האבן זיך פארלאזט אלע מתירים.

יעצט כ'ווייס ס'דא אוסרים וואס זענען מחולק אויפן שלט"ג והרמ"א ודעימייהו, אבער זאג נישט אז קיינער האט עס נישט מתיר געווען.

ב) אונזערע זקינות האבן מקבל געווען זיך צו שערן די האר אלס תקנה פון וועד ד' ארצות אדער שפעטער ווייל דער חת"ס האט מחמיר געווען דערויף זייער שטארק, און נישט וועגן דעם זוהר.
און בכלל אויב האט עס מיטן זהר, וואלטן עס די ספרדים געדארפט ענדערש מקבל זיין ווי די בנות אשכנז.

ממילא דער אל תיטוש איז חל נאר לגבי דעם חיוב קום ועשה אז מ'דארף זיך אפשערן, איינער וואס האט זיך אבער נישט געשוירן, און דעקט זיך אויף די האר אין שטוב איז לכאורה נישט עובר אויף אל תיטוש.

#די האסט נישט ליב ווען מ'מישט ממילא האב איך דיר מעורר געווען אז דיינע ווערטער זענען אויך געמישט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 11:08 am

מילא ווען ס'איז געווען די אישו פון די אינדיאנע האר איז געווען א גערעדעכטס אבער וואס איז יעצט די שמחה?
אגב, מ'האט אמאל געפרעגט ר' שמשון פינקוס זצ''ל הלמאי זיין ווייב גייט א שייטל?! האט ער געענטפערט: איך בין נישט קיין רעפארמער, מיינע עלטערן מיין ווייבס עלטערן גייען אזוי, מיינע צוויי רבי'ס פרויען גייען אזוי, איך האלט מיך נישט קלוגער ...

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:21 pm

עס איז במת א שאד א יעדעס ווארט. צו גיין מאכן א דאורייתא און א מינימום א דרבנן אויף א זאך אויף וואס ערליכע אידן האבן זיך נוהג היתר געווען אפילו אלס לכתחילה וביניהם גדולים וקדושים דארף מען האבן אביסל אסאך פלייצעס. קום מיר ישט מיט קיין מימרות נישט פונעם ווייל די מנהג מקדמת דנא איז נישט אזוי. ווילסט מעורר זיין צוו מאכן בעסער ? געזונטערהייט. ווילסט זאגן אלס צניעות אז עס איז היינט וויכטיגער פון אמאל ? נאך בּעסער. קם אבער נישט מיט הלכה ומנהג. יעצט וויל איך א תשובה אויף איין זאך פאר מען ציט דעם דיסקשאן ווייטער: האבן דיינע זיידעס געגעסן שטאפּ גענז און מאשין מצות ?

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:23 pm

אבי געשאסען אז מיינע זיידעס האבן זיך נוהג געווען צו גיין מיט א שייטעל, קיינמאל!!!
צו זיי האבן געגעסען מאשין מצות און שטאפ גענז ווענט זיך ווי זיי האבן געוואוינט
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 5:25 pm

א גרויס חלק ערליכע באבעס פון כלל ישראל זענען יא געגאנגען מיט שייטלעך. איב די האסט געהאט באבס וואס האבן געגעסן מאשין מצות (חמץ בפסח ???????) און שטאפּ גענז (אוכלי טריפות ????????????????) און זיך נישט געטובלט אין א דברי חיים מקוה (פגומים ??????????????) קענסטו שוין אויך צולייגן דעם "דאורייתא" לכל הדעות פון גיין מיט א שייטל.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 2:00 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבי געשאסען אז מיינע זיידעס האבן זיך נוהג געווען צו גיין מיט א שייטעל, קיינמאל!!!
צו זיי האבן געגעסען מאשין מצות און שטאפ גענז ווענט זיך ווי זיי האבן געוואוינט


עטץ זעטץ נישט דא װי סאדאם גייט אינגאנצען אראפגעבינדען אזװי די זיידעס זיינע...?
(אפילו א גארטעל אויפען קאפ..)

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 9:57 am

;l;p- געוואלד געשריגן
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 10:25 am

איך וויל נישט חלילה אוועקמאכן דעם ענין וואו עס איז יא אנגסנומען אלס א פראבלעם . מיין עיקר נקודה וויל איך ארויסברענגן אז אויב ברענגסטו 99% פוסקים און אויך על פי קבלה וכו' ווי פארשידענע האבן געברענגט און אז מיט דעם אלעם איז עס נישט אנגענומען איז די גרעסטע ראי' אז מען פסקנט נישט אזוי.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 12:10 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה אוועקמאכן דעם ענין וואו עס איז יא אנגסנומען אלס א פראבלעם . מיין עיקר נקודה וויל איך ארויסברענגן אז אויב ברענגסטו 99% פוסקים און אויך על פי קבלה וכו' ווי פארשידענע האבן געברענגט און אז מיט דעם אלעם איז עס נישט אנגענומען איז די גרעסטע ראי' אז מען פסקנט נישט אזוי.

במח"כ איר רעדט גרויסע הבלים

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 12:31 pm

במח״כ הרמה והגבוה האסטו מיר גארנישט געענטפערט.
איך ברענג דיר א ראי׳ פון מעשה רב און פון מנהג ישראל
הנהוג

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 12:35 pm

איך האב נישט קיין שום פראבלעם אויב דיינע באבעס און זיידעס זענען געווען שקצים, פגומים, אוכלי נבו״ט וחמץ בפסח. מיינע עלטערן זענען געווען ערליכע אידן אפילו זיי זענען געגאנגען מיט שייטלעך און נישט געהאלטן רבינו תם זמן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 12:39 pm

דעוויס האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך וויל נישט חלילה אוועקמאכן דעם ענין וואו עס איז יא אנגסנומען אלס א פראבלעם . מיין עיקר נקודה וויל איך ארויסברענגן אז אויב ברענגסטו 99% פוסקים און אויך על פי קבלה וכו' ווי פארשידענע האבן געברענגט און אז מיט דעם אלעם איז עס נישט אנגענומען איז די גרעסטע ראי' אז מען פסקנט נישט אזוי.

במח"כ איר רעדט גרויסע הבלים

אויך אזוי געטראכט, אבער נאכדעם טראכט איך אז אפשר איז יש דברים בגו. אלע ראשונים פרעגן כסדר קשיות אויף די גמרא פון מנהג העולם. ניין?

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 1:16 pm

די סוגיא פון מנהג איז א ברייטע, צי ס'איז איינגעפירט דורך גדולים אדער המון עם
אבער אין א פאל ווען מ'ווייסט קלאר אז פאר א צייט צוריק זענען אונזערע באבעס נישט געגאנגען, און מען ווייסט פון וואו דאס שטאמט, ווען און וויאזוי עס איז אריינגעקומען, וואסערע ווערטער איז, נישט אנגענומען, געפסקנט.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2901
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 4:47 pm

על הא גופא אנו דנים. און טאקע פון דעם ברענג איך דיר א ראי׳ אז די סיבה פונעם היתר איז נישט ווייל אונזערע באבעס זענען געווען שיקסעס נאר ווייל מען האט זיך יא פארלאזט אויפן שלטי הגבורים דער אפילו אויפן ערוך השולחן. איי וועסטו פרעגן אז עס שטימס נישט מיט דיין 99% פוסקים און דיינע דאורייתות דאס איז דיין פראבלעם .
אויב וויסטו זאגן אז עס איז א חילוק פון יוצאי אונגארן און יוצאי גאליציא אדער אונטערלאנד דאס איז שוין עפעס אנדערש

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

די חשש עבודה זרה אויף שייטלעך

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:52 pm

איך זוך א אשכול איבער די שייטל שערוריה וואס איז פארגעקומען, דערווייל טרעף איך נישט.

עס איז ערשינען א קול קורא וואס רייסט אראפ די רבנים וואס געבן א הכשר אויף שייטליך.

די טענה איז אז מ'פאפט אויס די רבנים המכשירים. ווער קען ברענגן די קול קורא?

---------

לפני שלש עשרה שנה סערה ארץ - פרשת 'הפאות מהודו' הסעירה את העולם היהודי: עיקרה בפרסומים על כך שרוב הפיאות הן בחשש איסור, זאת אחר שמוומחים שונים גילו כי רוב השיער המשמש לפאות מגיע ממקדשים בודהיסטים בהודו, בהם הוא נתרם כחלק מעבודת אלילים. כעת, יש מי שמנסה להציתה מחדש - אם כי מכיוון שונה. הפרטים בפרסום ראשון ב'בחדרי'.

בימים האחרונים מופץ בארצות הברית מנשר, וגם מודעות בעיתונות, עם מכתב חדש, שנחתם לפני חודשיים, חודש תמוז תשע"ז, בעניין הפיאות. על המכתב חתומים חמישה מגדולי הרבנים בישראל: הרבנים הגאונים: חיים מאיר וואזנר, שריאל רוזנברג, יהודה סילמן, שמעון בעדני ומשה מרדכי קארפ.

הדיינים עצמם, נראה שנזהרים אמנם שלא ישתמשו במכתבם כדי להרים קמפיין, ועל כן הניסוח זהיר, מסתמך בעיקר על פסק ההלכה הידוע של מרן הגרי"ש אלישיב זצ"ל, שפסק בסערה בשנת תשס"ד (2004) שבשיער המגיע מהודו ישנו חשש עבודה זרה ממש ולכן אסור לייצר פיאות משיער המגיע משם, וכמובן אסור לחבוש את אותן פיאות.

למעשה, מאחורי המאבק הנוכחי עומד נושא אחד מרכזי - האם השגחה, 'הכשר' בלשון העם לשיער עבור פאה, מועיל או לא. מאז המשבר הקודם בעניין הפיאות, הוקם הכשר למפעלי ייצור פיאות הפועל בנשיאותו של גאב"ד חניכי הישיבות הגאון רבי מרדכי גרוס.

לטענת יוזמי הקמפיין הנוכחי, הדרישות לפיאות כשרות מחייבות להציב 'משגיח משעת גזיזה'.

כלומר, על סמך מידע וטענות שהם מביאים, כולל ציטוט של מומחה מהודו, רוב השיער בעולם, כולל זה שנמכר תחת תויות ממדינות אחרות, בסופו של דבר מגיע מהודו, והיבואנים פשוט רושמים שמות של מדינות אחרות. בשל כך, לטענתם, ניתן להשתמש אך ורק בפיאות שיער סינטטי, או פיאות ש'הושגחו משעת גזיזה' כלומר שמשגיח בדק ועקב אחר מסלול השיער החל מגזיזתו מעל ראש האדם שגידל אותו. אחרת, לטענתם נכשלים באיסור גמור של עבודה זרה.

בין העסקנים ה'מעוררים', ככל הנראה העסקן הבניברקי הרב אליהו בוימרינד - שהתפרסם לאחרונה בעת שהיה שותף ליוזמת 'הפלג הירושלמי' לקיים עצרת של היהדות החרדית בארצות הברית בעניין הגיוס ואשר השתתף באסיפת הגיוס הנודעת במונסי. ל'בחדרי' נודע כי האיש נכח גם בישיבה בבני ברק של הדיינים המוזכרים, בעניין הפאות.

כאמור, מכתב הרבנים מאופק הרבה יותר. הם נשאלו האם פיאות נוכריות שיש עליהם הכשר שאינם משיער של תקרובת עבודה זרה, מותר לסמוך עליהן.

הדיינים עונים ומזכירים את פסק גדולי ישראל מתשס"ד, שאסרו בלבישה פיאות ששיערן מגיע מהודו. "וכבר התברר בזמנם שתעשיית השיער בעולם מצוי ריבוי גדול מאוד של שיער אדם שמקורו ממאות מקדשי עבודה זרה וקשה ביותר לברר מקור השיער שבשווקים, על כן אסרו רבותינו כל שיער שאין בירור גמור מהיכן הוא מגיע.

הרבנים מוסיפים במכתבם: "וכפי שעלה בידינו בבירורים, אי אפשר לסדר בשום אופן השגחה על דבר זה, ואפילו שיער הבא ממדינות רחוקות מהודו, יכול להיות שמקורו מהודו. וכמובן שאי אפשר לסמוך על המפעלים היבואנים והסוחרים האומרים שהם בעצמם גזזו את השיער.

"ועל כן שדעתנו דעת תורה שכל ההכשרים שניתנו בזה אין בהם ממש ואין לסמוך עליהם ושומר נפשו ירחק מהם". בנוסף, בהזדמנות זו, מוחים הרבנים על עצם נתינת הכשר לפאות האסורות בגלל הלכות אחרות, הלכות צניעות. כלומר פיאות ארוכות או במראה טבעי "כשם שלא יעלה על הדעת לתת הכשר על בשר שהתבשל בחלב ולומר כי הוא נשחט על פי ההלכה, כך אי אפשר לתת הכשר מעבודה זרה לדבר הנוגד את דיני הצניעות ואסור בלבישה".

הכרוזים מתפרסמים היום (שני) בין היתר בעיתונים מקומיים בריכוזים החרדיים בארה"ב, כמו 'ויבשר' בלייקוד. כשהעומדים מאחורי הקמפיין מעבירים את המסרים שלהם, על סמך דעת חברה מומחה מלוס אנג'לס שעוסקת ביבוא שיער.

שהטענות שהם מביאים בשם אותה חברה על בסיסה יצאו לקמפיין, הן כדלהלן:

• 98% מכלל השיער האנושי בעולם מקורו מהודו, השיער כולל את כל הצבעים, שיער כהה, שיער בהיר, שיער בלונדיני.
• כיוון שמדובר במדינת ענק עם אוכלוסייה של כ -1.3 מיליארד בני אדם, מתוכם מעל 600
מיליון נשים, להודו בהחלט יש את היכולת לספק שיער אדם ברמה הגלובלית.
• אין תקנות כלשהן בתעשיית השיער, לכן מדינות רבות יתייגו מחדש את השיער ההודי כבעלותם, וזה כולל: רוסיה, מערב אירופה, ברזיל, פרו, סין, בוליביה, מלזיה, איטליה, אינדונזיה, אוקראינה ועוד הרבה מדינות.
• לאחר עיבוד השיער, אף מומחה לא יכול להגיד מהיכן השיער המקורי הגיע ואין שום דרך להרגיש את השיער, ולוודא את מקורו.
• רוב הפאות מעובדות בסין, היצרנים הסינים פועלים בתוך שוק חסר פיקוח, הם ידועים באספקת תוויות שקריות במוצרים שלהם.
• סין קונה כמות עצומה של שיער ממקדשים הודיים, למרות שיש כמה נשים כפריות עניים שימכרו את השיער שלהם, זה מיעוט קטן מאוד, סביר יותר כי הסוכנים לא ישרים ולא מספרים את מקור השיער.
• עדות אישית של אנשים בלוס אנג'לס שקונים שיער הודי ואז מוכרים אותו לעם היהודי וטוענים שהשיער הוא "כשר" והוא ממדינות אירופה.

בנוסף אומר אותו מומחה מהחברה בלוס אנג'לס כי יעצו לו לשקר על מקור שיער שמייבא מהודו ולומר שהוא ממקור אחר לטובת החברה, והיא הנורמה בענף הזה, לדבריו. "אבל אני לא רוצה להיות לא מוסרי" הוא מסביר.

Don't worry
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 12:56 pm

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו האבן א ברעיקדאון פון אלע ארטדאקסישע פראקציעס וואו אזוי די פרויען גייען אנגעטון. למשל ווישניץ און סקווירא גייען רוב צוגעדעקטע שייטלעך, באבוב און גער אפענע שייטלעך, תו"א אראפגעבינדן. חבד לאנגע שייטלעך. סאטמאר האט אסאך שפיצלעך. סאטמאר קרית יואל ברעיקדאון VS סאטמאר וויליאמסבורג ברעיקדאון. וואס טוט זיך ביי די ליטאים און די ספרדים?


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Programming און 7 געסט