היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

שמעו נא רבותי!
יגעתי ומצאתי תאמין!
איך האב אזויפיל געזוכט ביז איך האב עפעס געטראפן

איך האב געטראפן א אלטע קובץ אור ישראל ווי דארט ווערט אביסל באשריבן די השתלשלות הענינים

ער ברענגט א נצי"ב (העמק שאלה על השאילתות חלק ויקרא שאילתא צ"ו עמוד קע"ד) וואס שרייבט "בזמן הפוסקים האחרונים הנהיגו הנשים לגלח שערן"
ממילא נעמט ער ארויס פון דא אז ס'איז א לעצטיגע זאך

דערנאך ברענגט ער פון נאך ספרי אחרונים ווי שטארק מען האט מקפיד געווען דערויף

ער ברענגט א ליקוטי הלכות פון מהר"נ מברסלב (ח"ו אה"ע הל' קידושין ה"א) פון ווי ס'ווייזט אויס אז אויך אין רוסלאנד האט מען אנגענומען די תקנה

ווידער ברענגט ער א ספר החיים פון ר' שלמה קלוגער (או"ח סימן רס"ג) צו ווייזן אז אויך אין גאליציא האט מען דאס אנגענומען

שפעטער ברענגט ער א שוי"ת מהר"י שטייף (סימן מ"ח) ואס ער שרייבט "בעיקר המנהג לא אדע אם היא מתקנת ד' ארצות וכו' אבל מצינו בתשובות גדולי האחרונים שכבר בזמנם היה כן המנהג שבנות ישראל הכשרות והחרדות חתכו שערם כי אי אפשר ליזהר שלא לגלות שערה כלל וכו' ועי' תשובות חת"ס או"ח סימן ל"ו שציין לזוה"ק פ' נשא איך החמיר על חוט השער וכו'"

צום סוף ברענגט ער ווי ס'האט אויסגעשפראצט די גאנצע זאך פון א שייטל
אין יאר תרי"א איז געווען די גזירת המלכות פונעם צאר בנוגע לבושים, און צווישן דעם האט מען אריינגערוקט א גזירה אז פרויען טארן זיך נישט אפשערן, און דאס האט געברענגט אז מען אנגעהויבן אנצוטון שייטלען כדי מען זאל אויסקוקן ווי מען האט זיך נישט אפגעשוירן, מורא האבנדיג פונעם מלכות.
און ער צייכנט צו ר' שלמה קלוגער וואס דערמאנט די גזירת המלכות עטליכע מאל, קנאת סופרים סימן כ"א דף ל"ח, און ובחרת בחיים סימן פ"ו, און שנות חיים סימן שט"ז דף צ, און דארט שרייבט ער זייער שארף קעגן די שייטלען, און ער זאגט ס'איז "כערקתא דמסאני ובודאי אסור לעשות כן"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מי יודע האט געשריבן:[size=85] לפי ידיעתי הקלושה איז די גאנצע שייטל אלט נישט מער ווי 500 יאר, און דאס זעלבע די תגלחת נשים


פאה נכרית ווערט געברענגט און מסכת ערכין (מחוסר ספרים אנכי), וועגען אן עיר הנידחת וואס די הלכה איז אז מען ראטעוועט נאר דער וואס האט נישט געדינט עבודה זרה, זאגט די גמרא וואס די הלכה איז מיט די פאה נכרית וואס זי גייט צוגעבינדען צו איר האר, צו מען דארף דאס פארניכטען אדער נישט, איך געדענק ווען איך האב געלערענט די גמרא בין איך געווען סורפרייזד אז די גמרא רופט איר אן 'צדיקת' ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

מר. קליען האט געשריבן:די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה


איך האב א מאהל געהערט אז די גדולי ישראל פון די וועד ארבע ארצות האבען געהאלטען אז דאס וואס אידישע טעכטער זענען געגאנגען שיין באצירט מיט שיינע קליידער, דאס האט גורם געווען אז מען האט זיי געפייניגט און די גזירות ת"ח ות"ת, און וועגען דעם האבען זיי געמאכט די תקנה אז פרויען זאלען זיין אפגעשוירען און גיין און טונקעלע קליידער. אונטערעסאנט איז, אז מיר האבען די החלטות פון די אסיפות פון די וועד ארבע ארצות און אויך פון די וועד פון ליטא, אבער לפי ידיעתי שטייט דארט גארנישט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

וואו איז דא די אסיפות און די החלטות פון די וועד ד' ארצות?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך מיין אז זיי הייסען "פנקס וועד ארבע ארצות" און "פנקס ליטא". ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

מי יודע, כמדומה איז דא דער קובץ אויף היברו בוקס (עטליעט די עלטערע) פילייכט קען מען וויסן וועלכע גליון דאס איז?

רשכבה"ג, דער ראסעט איז "ממתנגדי" גור... ודו"ק
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך האב עס געטראפן אויף אוצר החכמה
דוכט זיך ס'איז שנת תשס"א
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

מי חכם האט געשריבן:רשכבה"ג, דער ראסעט איז "ממתנגדי" גור... ודו"ק


ער איז ארויס פון גער עטליכע יאר צוריק ווערענדיג א קנאי און ער האט איבער געדרייט זיין גאנצע שטוב צו א פרומע שטוב. ער האט מיט גער היינט גארנישט.
שויתי השם לנגדי תמיד
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

גער איז נישט פרום? איך האב געמיינט אז זיי זענען פרומער פאר אונז אז זיי גייען אפילו נישט שפאצירען מיט זייער ווייב
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

שויתי'ניק האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:רשכבה"ג, דער ראסעט איז "ממתנגדי" גור... ודו"ק


ער איז ארויס פון גער עטליכע יאר צוריק ווערענדיג א קנאי און ער האט איבער געדרייט זיין גאנצע שטוב צו א פרומע שטוב. ער האט מיט גער היינט גארנישט.

ער האט שוין איינמאל מיט זיי.....
ליסקא אייניקעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2011 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליסקא אייניקעל »

בדרכי הישר והטוב דף ד' ע"א בתו"ד וז"ל אבל הוא כמו שכתוב במהר"ם פדואה, שהקשה לו ג"כ מהיכן יצא לבנות ישראל שיאותו לילך בהשערות ח"ו,
אבל מפאת הגזירה שהי' מלפנים שלא ינשאו ח"ו בנות ישראל לאיש, לכן הקדימו לעבור גל גידול שער ח"ו, ושלא לעבור על לא תהו בראה וגו', וכאשר לא
גלחו שערות ראשן, לא הכירו בם שנשואות המה, וכמו כן הוא בזה שהיה מקומות מלפנים שגזרו שלא ידור שם ישראל, עכתו"ד.

ווי 'שטייט עס און מהר"ם פאדאווה?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס וואלט געווען א פלא אויב עס איז און מהר"ם פאדאווה, ווייל דער מהר"ם פאדאווה איז דאך געווען א ספרדי (פאדאווה איז אין איטאליע), און די ספרדים מיין איך אז זיי האלטען ווי דער רמב"ם אז מען איז עובר אויף לא תלבש. ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
גיוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 09, 2011 6:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיוואלדיג »

מר. קליען האט געשריבן:די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה

א לענגערע אפהאנדלונג איבער די נושא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 93&hilite= אין ספר נטעי גכריאל
רבי אלחנן וואסערמאן זי"ע:
ואין לטעות... כי כל הנגררים אחריהם מזרע עמלק הן, חלילה לאמר כן, כי הדברים אמורים כאן רק על ראשיהן ומנהיגיהם מוריהם ומדריכיהם כתבניהם ודרשניהם אלו הם מזרע עמלק... אבל כל ההמון הנספח עליהם מזרע ישראל הולכים אחריהם כבהמה בבקעה
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

SPUSMN האט געשריבן:
מר. קליען האט געשריבן:די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה


איך האב א מאהל געהערט אז די גדולי ישראל פון די וועד ארבע ארצות האבען געהאלטען אז דאס וואס אידישע טעכטער זענען געגאנגען שיין באצירט מיט שיינע קליידער, דאס האט גורם געווען אז מען האט זיי געפייניגט און די גזירות ת"ח ות"ת, און וועגען דעם האבען זיי געמאכט די תקנה אז פרויען זאלען זיין אפגעשוירען און גיין און טונקעלע קליידער. אונטערעסאנט איז, אז מיר האבען די החלטות פון די אסיפות פון די וועד ארבע ארצות און אויך פון די וועד פון ליטא, אבער לפי ידיעתי שטייט דארט גארנישט


אפשר זאגט איר מיר ווי קען מען די החלטות פון ועד ארבע ארצות, איך זיך עס מיט לעכט, למיטב ידיעתי איז עס שוין פאר'ן קריג נשיט געווען בנמצא.
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

פנקס ועד ארבע ארצות נדפס בירושלים בשנת תש"ה,למעשה אזוי ווי איר שרייבט איז נישט דא היינט די אריגינעלע כתבי יד און דער מחבר איז משער אז מען האט זיי שוין בשעת כתיבתן דן געווען לשריפה או לגניזה מחשש עינא בישא.

למעשה לויפט דער פנקס פון שמ"א ביז תק"כה און
ברענגט צוזאם די תקנות ועד דד"א פון זייטיקע מקורות אזוי ווי העתקות,פנקסי הקהילות (ווי למשל פנקס לבוב,פינטשוב,טיקטין,ברעסלוי,זאלקווא,פוזנא,בראד וכדומה)
,אגרות,הסכמות וכו עס נעמט היפש צייט דורכצוליינען אבער עס האט גוטע מפתחות.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום זונטאג סעפטעמבער 04, 2011 9:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

גיוואלדיג האט געשריבן:
מר. קליען האט געשריבן:די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה

א לענגערע אפהאנדלונג איבער די נושא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 93&hilite= אין ספר נטעי גכריאל

יעצט געזען

יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

SPUSMN האט געשריבן:עס וואלט געווען א פלא אויב עס איז און מהר"ם פאדאווה, ווייל דער מהר"ם פאדאווה איז דאך געווען א ספרדי (פאדאווה איז אין איטאליע), און די ספרדים מיין איך אז זיי האלטען ווי דער רמב"ם אז מען איז עובר אויף לא תלבש. ו

הרב ספוזמן
דער מהר"מ פאדובה איז געווען אנ'אשכנזי
ער האט געהייסען ר' מאיר קאצענעלענבויגין
נאר ווי אסאך אשכנזי'שע גדולים האט ער זיך אוועק געצויגען קיין איטאליען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אשכנז, ועד ארבע ארצות וכו' וכו'..

דער צרור המור איז נישט געוועזן קיין אשכנז, נאר ער איז געוועזן ממגורשי ספרד ופארטיגאל, און ער שרייבט אין פרשת תצא:

וגלחה את ראשה כמו שעושין לנדה בשעת טבילתה, וכן בכאן כשמטבילין אותה היו מגלחין ראשה בענין שלא יהי' בשערה דבר חוצץ


http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=310
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אמת
אבער ער זאגט דאך לכאורה נאר אז מען פלעגט אפשערען די האר קארץ פאר די טבילה
אבער ווען נישט די פראבלעם פון חציצה וואלטען זיי געלאזט די האר
ונפק"מ לימי עיבור והנקה...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

SPUSMN האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:[size=85] לפי ידיעתי הקלושה איז די גאנצע שייטל אלט נישט מער ווי 500 יאר, און דאס זעלבע די תגלחת נשים


פאה נכרית ווערט געברענגט און מסכת ערכין (מחוסר ספרים אנכי), וועגען אן עיר הנידחת וואס די הלכה איז אז מען ראטעוועט נאר דער וואס האט נישט געדינט עבודה זרה, זאגט די גמרא וואס די הלכה איז מיט די פאה נכרית וואס זי גייט צוגעבינדען צו איר האר, צו מען דארף דאס פארניכטען אדער נישט, איך געדענק ווען איך האב געלערענט די גמרא בין איך געווען סורפרייזד אז די גמרא רופט איר אן 'צדיקת'


....און היינט ווייסט איר אז עס רעדט זיך אדער בבית אדער אינטערן טיכל אזוי ווי רש"י זאגט אין שבת.
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

מי יודע האט געשריבן:לאמיר לייגן די הלכה חלק אין א זייט יעצט

איך וויל וויסן די השתלשלות הענינים פון די פרויען צודעק ביי כלל ישראל, איך גלייב אז שרה אמינו איז נישט געגאנגען מיט קיין שייטל און אויך נישט מיט קיין שפיצל, אפשר אראפגעבינדן? איך וייס נישט
עכ"פ וואס איך מיין צו זאגן, לפי ידיעתי הקלושה איז די גאנצע שייטל אלט נישט מער ווי 500 יאר, און דאס זעלבע די תגלחת נשים, (אויב האב איך א טעות בעסערט מיר אויס), ווי אזוי איז מען געגאנגען ביז דעמאלטס, וואס זענען די אומשטענדן וואס האבן געטוישט צו גיין אנדערש, וכהנה וכהנה.

אויב איינער קען ביטע ענטפערן, אדער מיר צופירן ביטע צו א א אדרעס אין א ספר ווי עס ווערט אויסגעשמועסט דאס גאנצע השתלשלות

יישר כחכם


יעצט אידאך שוין 3 יאר שפערטער ....
http://download.hebrewbooks.org/downloa ... ?req=49693
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

פעדער האט געשריבן:אגב מ'פארציילט אז ר' חיים מאיר האס, האט אמאהל אנגעטראפן ר' משה שטערנבוך אויף'ן גאס אין א"י . ר' חיים מאיר זייענדיג אן עלטערע בחור מיט א לאנגע בארד, האט זיך אים געוואגט צו פרעגן אויף א תשובה וואס ר' משה האט געהאט אנגעשריבן בנוגע שייטלעך זאגענדיג אז ס'האט געהעריג א דין פון א כיסו. פונדעסטוועגן זאל מען אכט געבן נישט צו גיין מיט א לאנגע.

האט ר' חיים מאיר אים געפרעגט, אין רמב"ם ווערט געבראכט אז א פרוי וואס דעקט זיך צו דעם קאפ, איז ווי מער און ווי גרעסער הרי זה משובח, אשר על כן , אויב הייסט א שייטל א נארמאלע כיסו, איז ווי גרעסער אלס בעסער??
האט אים ר' משה געענטפערט בזה"ל. "איר זענט א "אינגערמאן א מחוצף" האט ר' חיים מאיר שפעטער געזאגט, אז דאס האט ער טאקע געוואלט הערן, און קורץ דערנאך איז ער א חתן געווארן.


מראה מקום? כוויל עס נאכקוקן.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

פיבער מעסטער האט געשריבן:כבוד פותח האשכול איך פארשטיי נישט וויאזוי א איד וואס איז עוסק בסוגיא זו זאל נישט וויסן פון לשון קדשו פון קדוש ישראל מרן הדברי חיים זי"ע וואס ער שרייבט קלאר אז די גאנצע ענין פון פאה נכרית איז קיינמאל נישט געווען ביי די ערליכע פון כלל ישראל ורק לאחרונה איז דאס אריינגעקומען בקצה המחנה דורך די אפיקורסים


דאס אייז איינע פון די זאכען וואס איז זייער שווער צו פארשטייען,

ממ"נ אויב נעמט מען אן אז שיטת דברי חיים איז להלכה פינקט ווי ער האט געפסקנט פאר מאשין מצות, דעמלאטס לא מצינו ידינו ורגלינו בביהמ"ד ווען רוב רובם כלל ישראל {ביי די חסידים וואס גייען לפי שיטתם} האלטען נישט זיין איין זיין פסק, לכאורה זיין אז זיין א דער פסק איז נישט אנגענימען אלץ הלכה נאר אלץ חומרה, און מעגליך אויך נאר געשריבען אלץ חומרה אבער נישט הלכה, ווייל עס גייט מיר נישט אריין בשכל אז כלל ישראל זאל זיין אזוי צוטיילט אז רוב רובם זאל אריינפייפען אויף עפעס וואס דארף ווען זיין אסור.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מר. קליען האט געשריבן:דרך אגב איז כדי אויסצושמועסן די נייע היינטיגע פאלשע סברות פון דרגות אין פרומקייט,פראנט,העט,בענד,וכו'
וויפיל שידוכים עס האט שוין אפגעהאלטן,וואס באמת אויב איז א שייטעל אסור איז אפילו א שער א פראבלעים,און אויב נישט, איז א בענד די זעלבע,נישט אזוי?


לפי זה קענסטע דאך גיין ווייטער. לויט די מעשה רב אז א שייטעל איז באמת נישט אסור מדין הלכה, והא ראיה די מציאות בשטח..... און עס איז שווער צו זאגען אז וב כלל ישראל פאלגט נישט די הלכה... פארוואס זאל מען זיך שטעלן אויף א שפיצעל?
אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעניית דעתי »

יא יא עס איז א פארווייטיגטע פרשה. עס איז כדאי אדורך צו לערנען דעם גאנצן ספר פאה נכרית כהלכה. אלע דעי קשיות עטנפערט ער דארט. עס איז זייער א אינטערעסאנטע סוגיא. טאקע פארדעם ווייל דער הבנה דער פון איז אזוי צו פארען און צודרייט ביי דער עולם.

עכט ערליכע אידן וואס ווייסן אלץ וואס שטייט אין די פוסקים אויף דעם זענען זיכער מסקים אז זייער בני בית זאלן גיין בלויז מיט א טיכל אין דער גאס.
נאר וואס דען, שאור שבאש"ה מעכב. מ' קען זיך נישט שלאגן מיט זיי און עס איז געפערליך שווער מסביר צו זיין דאס פאר זיי יעצט. יא אפילו די רעבעצענס.

עס איז נישט דא קיין טעם פארוואס מ' זאל נישט מסביר זיין כאטש פאר די קינדער מ' זאל וויסן וואס אלס שטייט אויף דעם און אויב זענען זיי גרייט און שטארק מקדש זיין שם שמים זאל מען זיי מישט אינטער שטעלן א פיס.

פון א קהילה וואס די נשים גייען דארט מיט שייטלעך און קיינער נישט מיט קיין טיכל אין די גאס, זענען ארויס א פאר יאר צוריק עטליכע נשים צדקניות און האבן געטוישט צו בליוז א טיכל.

ס'איז דא א ספר הכתר והכבוד לחי עולמים א ליקוט פון זייער א סאך גדולי ישראל וואס זיי האבן געזאגט אויף דעם ענין. זייער אינטערעסאנט.
לעצט פארראכטן דורך לעניית דעתי אום מיטוואך פעברואר 12, 2014 10:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”