היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

היסטאריע פון די קאפ צודעק ביי אידישע פרויען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

איך ציטער פאר א פסק פונעם מנהל, ווייל איך ווייס אז מען טאר נישט עפענען א אשכול סתם מיט א קשיא,
נו אז דו ווייסט פארוואס עפנסטו?
וועל איך אייך זאגן, איך זיך שוין די לעצטע 10 מינוט ארום דעם אשכול "ווי איז דער מקור" און איך טרעף עס נישט, איך האב געקלערט מיין שאלה קומט דארט, גיי איך אריין אין ידיעות התורה פארום, אפשר דארף מען עס דארט אויסשמועסן, טרעף איך אים נישט
האב איך באשלאסן איך קום אהער צו די ידענים אפשר וועלן די מיר קענען העלפן.


לאמיר לייגן די הלכה חלק אין א זייט יעצט

איך וויל וויסן די השתלשלות הענינים פון די פרויען צודעק ביי כלל ישראל, איך גלייב אז שרה אמינו איז נישט געגאנגען מיט קיין שייטל און אויך נישט מיט קיין שפיצל, אפשר אראפגעבינדן? איך וייס נישט
עכ"פ וואס איך מיין צו זאגן, לפי ידיעתי הקלושה איז די גאנצע שייטל אלט נישט מער ווי 500 יאר, און דאס זעלבע די תגלחת נשים, (אויב האב איך א טעות בעסערט מיר אויס), ווי אזוי איז מען געגאנגען ביז דעמאלטס, וואס זענען די אומשטענדן וואס האבן געטוישט צו גיין אנדערש, וכהנה וכהנה.

אויב איינער קען ביטע ענטפערן, אדער מיר צופירן ביטע צו א א אדרעס אין א ספר ווי עס ווערט אויסגעשמועסט דאס גאנצע השתלשלות

יישר כחכם
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

אין שבת ווערט געברענגט אז די פרויען אין די אראבישע לענדער פלעגן גיין צוגעדעקט דעם פנים מיט א שלייער , און בלויז די אויגן האבן זיך ארויסגעזעהן , אזוי ווי ס'איז נאך דא היינט צו טרעפן די אראבישע פרויען וואס גייען אזוי געקליידעט, אפ' אין געוויסע פארגעשריטענע דעמאקראטישע לענדער.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

דאס איז גארנישט קיין זכור ימות עולם שאלה, די ספרי הפוסקים איבער דעם ענין דרייט זיך אלעס ארום דיע שאלה.
אין דיין שאלה איז תלוי די היתר אדער איסור פון שייטלען.
כ'האב אינדערהיים די די ספר פון די באקאנטע לוחם אויף כיסו נשים כ'דענק נישט אויף די רגע זיין נאמען, בל"נ העל איך איבערקוקן ואס ער שרייבט און מעתיק זיין. (מיין זכרון האט מיר שוין ציפיל מאל פארשעמט, איך מיז איבערקוקן פארדעם)
פיבער מעסטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיבער מעסטער »

כבוד פותח האשכול איך פארשטיי נישט וויאזוי א איד וואס איז עוסק בסוגיא זו זאל נישט וויסן פון לשון קדשו פון קדוש ישראל מרן הדברי חיים זי"ע וואס ער שרייבט קלאר אז די גאנצע ענין פון פאה נכרית איז קיינמאל נישט געווען ביי די ערליכע פון כלל ישראל ורק לאחרונה איז דאס אריינגעקומען בקצה המחנה דורך די אפיקורסים

ווער קען אראפברענגען די גאנצע לשון פון די תשובה וואלט געווען גיט
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

רשכבה"ג! ר' חיים מאיר האס מיינסטו?
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

עפעס א נישט אפטע לעצטע נאמען. מחסדי גור
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

יא יא . זיי ביידע האבן צוזאמען ארויסגעגיבן דעם קונטרס. ר' חיים מאיר וואוינט אין מאנסי. א געוועזענע מנהל אין ישיבת משכנות לאביר יעקב. פון ר' אברהם כ"ץ שליט"א.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

אגב מ'פארציילט אז ר' חיים מאיר האס, האט אמאהל אנגעטראפן ר' משה שטערנבוך אויף'ן גאס אין א"י . ר' חיים מאיר זייענדיג אן עלטערע בחור מיט א לאנגע בארד, האט זיך אים געוואגט צו פרעגן אויף א תשובה וואס ר' משה האט געהאט אנגעשריבן בנוגע שייטלעך זאגענדיג אז ס'האט געהעריג א דין פון א כיסו. פונדעסטוועגן זאל מען אכט געבן נישט צו גיין מיט א לאנגע.

האט ר' חיים מאיר אים געפרעגט, אין רמב"ם ווערט געבראכט אז א פרוי וואס דעקט זיך צו דעם קאפ, איז ווי מער און ווי גרעסער הרי זה משובח, אשר על כן , אויב הייסט א שייטל א נארמאלע כיסו, איז ווי גרעסער אלס בעסער??
האט אים ר' משה געענטפערט בזה"ל. "איר זענט א "אינגערמאן א מחוצף" האט ר' חיים מאיר שפעטער געזאגט, אז דאס האט ער טאקע געוואלט הערן, און קורץ דערנאך איז ער א חתן געווארן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

פיבער מעסטער האט געשריבן:כבוד פותח האשכול איך פארשטיי נישט וויאזוי א איד וואס איז עוסק בסוגיא זו זאל נישט וויסן פון לשון קדשו פון קדוש ישראל מרן הדברי חיים זי"ע וואס ער שרייבט קלאר אז די גאנצע ענין פון פאה נכרית איז קיינמאל נישט געווען ביי די ערליכע פון כלל ישראל ורק לאחרונה איז דאס אריינגעקומען בקצה המחנה דורך די אפיקורסים

ווער קען אראפברענגען די גאנצע לשון פון די תשובה וואלט געווען גיט

די אלע זאכן ווייס איך, אבער למעשה כמדומה לי (קאן זיין איך בין זיך טועה) איך האב אמאל געהערט אז די שייטל איז נולד געווארן צוליב עפעס א גזירת המלכות

רשכבה"ג, איר מיינט אפשר דער ספר תוספות חיים?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

רשכבהג האט געשריבן:דאס איז גארנישט קיין זכור ימות עולם שאלה, די ספרי הפוסקים איבער דעם ענין דרייט זיך אלעס ארום דיע שאלה.
אין דיין שאלה איז תלוי די היתר אדער איסור פון שייטלען.
כ'האב אינדערהיים די די ספר פון די באקאנטע לוחם אויף כיסו נשים כ'דענק נישט אויף די רגע זיין נאמען, בל"נ העל איך איבערקוקן ואס ער שרייבט און מעתיק זיין. (מיין זכרון האט מיר שוין ציפיל מאל פארשעמט, איך מיז איבערקוקן פארדעם)


ער הייסט ר' ??? ראסעט שליט"א, מען האט אים לעצטענס איינגעשפארט אין תפיסה אין מדינת ישראל צוליב דעם וואס ער פיהרט אן די אלע מערכות....
איך דענק נישט זיין ערשטע נאמען אויף די מינוט.
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

יא יא ענדלעך! ראסעט! דעם וואס מ'האט אנגעזעצט! יישר כח!
אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1738
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן למאור »

דער ראסעט האט גאר שטארקע ראיות פון די גמרא נאך קעגן די שייטלען, ער האט גאר שטארקע ראשונים אויף זיין זייט
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

די גזירת מלכות איז געווען אין רוסלאנד, און אין אלע מדינות וואס זענען געווען אונטערן צאר, די באקאנטע גזירת המלבושים. אבער דאס איז געווען ווייניגער ווי 200 יאר צוריק, ביז דאן האט זיך יעדער געשוירן אין יענע געגנט.
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
קארל
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קארל »

שמן למאור האט געשריבן:דער ראסעט האט גאר שטארקע ראיות פון די גמרא נאך קעגן די שייטלען, ער האט גאר שטארקע ראשונים אויף זיין זייט
און איגנארירט און פארדרייט ראשונים וועלכע זענען נישט אויף זיין זייט.
הרב ראסעט איז פארנומען מיט מחאות, קאכן, ברויזן, ער איז נישט גרייט צו הערן אנדערע מיינונגען. בלויז א בליק אויף זיין קונטרס'ל, וועמען סענזאציאנעלער קעפל איז "נודעו דברים שלא היו ידועים בענין פאה נכרית", ווייזט אז מ'קען מיט דעם מענטש נישט גיין צום טיש. נעמט א שטייגער די אפענע ווערטער פון דעם שלטי הגבורים און מס' שבת וואס ער פארדרייט אויף נישט צו דערקענען, ועוד.

מר. קליען האט געשריבן:די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה

דאס איז בכלל נישט קלאר. דער מקור פון דער תקנה איז נישט דאקומענטירט, און עס זענען פאראן אומצאליגע השערות.
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

איך מיין אז די שייטלעך איז געווען נאר נאכן תקנה אויף שערן,און דאס איז געווען א שטיקל גורם,און אנדערע פלעצער היינט וואו מען שערט נישט איז כמעט נישט דא קיין שייטלעך
לעצט פארראכטן דורך מר. קליען אום זונטאג אוגוסט 21, 2011 7:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

אפשר קען זיך איינער ביטע מתנדב זיין און זאגן פונקטליך ווען האט זיך אנגעהויבן דאס שערן, און וואס איז דאן נולד געווארן אז מען האט באשלאסן אז מען דארף חושש זיין אויף חציצה

און דערנאך, האט זיך די קאפ צודעק דאן געטוישט, אדער שפעטער?
ווען איז נולד געווארן די שייטל, און צוליב וואסערע גזירה פונקטליך איז דאס נולד געווארן?
און דערנאך ווען איז ערפינדן געווארן דער שפיצל, כפי ידיעתי איז דאס א דרגא קלענער ווי דאס פרומסטע, ווייל עפעס איז עס צו ווייזן כמו האר

אדער ווער עס קען מיר עכ"פ אנצייכענען ווי מען רעדט דערפון
*******

מר' קליען האקט
די שייטל איז געווען צוליב א גזירה פון שערן?
עפעס א מעשה איז דא מיטן דברי חיים'ס טאכטער בנוגע אזא ענין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. קליען »

דרך אגב איז כדי אויסצושמועסן די נייע היינטיגע פאלשע סברות פון דרגות אין פרומקייט,פראנט,העט,בענד,וכו'
וויפיל שידוכים עס האט שוין אפגעהאלטן,וואס באמת אויב איז א שייטעל אסור איז אפילו א שער א פראבלעים,און אויב נישט, איז א בענד די זעלבע,נישט אזוי?
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?
רשכבהג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 29, 2011 1:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רשכבהג »

בוחר הרע במעוטו
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

קארל האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:דער ראסעט האט גאר שטארקע ראיות פון די גמרא נאך קעגן די שייטלען, ער האט גאר שטארקע ראשונים אויף זיין זייט
און איגנארירט און פארדרייט ראשונים וועלכע זענען נישט אויף זיין זייט.
הרב ראסעט איז פארנומען מיט מחאות, קאכן, ברויזן, ער איז נישט גרייט צו הערן אנדערע מיינונגען. בלויז א בליק אויף זיין קונטרס'ל, וועמען סענזאציאנעלער קעפל איז "נודעו דברים שלא היו ידועים בענין פאה נכרית", ווייזט אז מ'קען מיט דעם מענטש נישט גיין צום טיש. נעמט א שטייגער די אפענע ווערטער פון דעם שלטי הגבורים און מס' שבת וואס ער פארדרייט אויף נישט צו דערקענען, ועוד.

מר. קליען האט געשריבן:די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה

דאס איז בכלל נישט קלאר. דער מקור פון דער תקנה איז נישט דאקומענטירט, און עס זענען פאראן אומצאליגע השערות.

דער חידוש אינעם פשט אינעם שלטי גבורים, זאגט נאך דער חקל יצחק
וכן באם לבינה כת"י הפרמ"ג
וכידוע מה שאמר הה"ק מהרי"ד מבעלז אז ווער עס לערנט מיט יר"ש זעט איז רוב פוסקים אסר'ן

בנוגע התקנה של גלוח הנשים, איז אמת אז עס איז נישט דאקומענטירט
אבער מזה שעשה הצאר גזירה על זה, יחד עם הגזירה על בארד און פאות, ויחד עם הגזירה על יודישע לבוש, רואים שזה הי' הפשטות של בני ישראל

בנוגע העט וכו' ששאל כאן אחד מה המקור, עי' בתשו' חק"י הנ"ל, החילוק בין דת משה ודת יהודית, והכיסוי גורם שאף שעוברת על דת יהודית אבל לא על דת משה
למה זה תשאל לשמי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מי יודע האט געשריבן:איך ציטער פאר א פסק פונעם מנהל, ווייל איך ווייס אז מען טאר נישט עפענען א אשכול סתם מיט א קשיא,
נו אז דו ווייסט פארוואס עפנסטו?
וועל איך אייך זאגן, איך זיך שוין די לעצטע 10 מינוט ארום דעם אשכול "ווי איז דער מקור" און איך טרעף עס נישט, איך האב געקלערט מיין שאלה קומט דארט, גיי איך אריין אין ידיעות התורה פארום, אפשר דארף מען עס דארט אויסשמועסן, טרעף איך אים נישט
האב איך באשלאסן איך קום אהער צו די ידענים אפשר וועלן די מיר קענען העלפן.


לאמיר לייגן די הלכה חלק אין א זייט יעצט

איך וויל וויסן די השתלשלות הענינים פון די פרויען צודעק ביי כלל ישראל, איך גלייב אז שרה אמינו איז נישט געגאנגען מיט קיין שייטל און אויך נישט מיט קיין שפיצל, אפשר אראפגעבינדן? איך וייס נישט
עכ"פ וואס איך מיין צו זאגן, לפי ידיעתי הקלושה איז די גאנצע שייטל אלט נישט מער ווי 500 יאר, און דאס זעלבע די תגלחת נשים, (אויב האב איך א טעות בעסערט מיר אויס), ווי אזוי איז מען געגאנגען ביז דעמאלטס, וואס זענען די אומשטענדן וואס האבן געטוישט צו גיין אנדערש, וכהנה וכהנה.

אויב איינער קען ביטע ענטפערן, אדער מיר צופירן ביטע צו א א אדרעס אין א ספר ווי עס ווערט אויסגעשמועסט דאס גאנצע השתלשלות

יישר כחכם

שייטל/טיכל איז איין זאך, קאפ צודעק איז א צווייטע.

דאס אז נשים נשואות גייען ארויס נאר מיט א צוגעדעקטן קאפ, לערנט די משנה ארויס פון: ופרע את ראש האשה, מכאן שאינם יוצאות פרועות ראש. און א פרוי וואס איז עובר אויף דעם, איז יותאות בלי כתובה, אלס אן עוברת על דת יהודית.

זיך צודעקן אין שטוב איז די מקור א זוה״ק וואס שרייבט זייער שארף אז עס טאר זיך נישט ארויסזעהן קיין האר אין שטוב.

שייטל איז אן אנדערע מייסע. וווי די חשוב׳ע קאלעגעס האבן שוין ארויסגעברענגט זייערע פונקטן.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דת יהודית לערנט מען נישט ארויס פון ופרע את ראש האשה
תלמוד בבלי מסכת כתובות דף עב עמוד א
ואיזוהי דת יהודית? יוצאה וראשה פרוע. ראשה פרוע דאורייתא היא! דכתיב: +במדבר ה'+ ופרע את ראש האשה, ותנא דבי רבי ישמעאל: אזהרה לבנות ישראל שלא יצאו בפרוע ראש! דאורייתא - קלתה שפיר דמי, דת יהודית - אפילו קלתה נמי אסור
שולחן ערוך אבן העזר הלכות כתובות סימן קטו

יזו היא דת יהודית, הוא מנהג הצניעות שנהגו בנות ישראל. ואלו הם הדברים שאם עשתה אחת מהם עברה על דת יהודית: יוצאת לשוק ח] או למבוי ט] מפולש או בחצר שהרבים בוקעים בו ט וראשה פרוע ואין עליה רדיד ככל הנשים, י] אע"פ (ט) ששערה מכוסה במטפחות
למה זה תשאל לשמי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

ריכטיג, אז מען לערנט קען מען.. ומכלל הן.. ליידער.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

דא איז אמאל געווען א אשכול פון לעבעדיגער בערעל שיין צעלייגט די גאנצע השתלשלות הדברים בטטו"ד.

המלנקים ילנקו.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שויתי'ניק »

קארל האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:דער ראסעט האט גאר שטארקע ראיות פון די גמרא נאך קעגן די שייטלען, ער האט גאר שטארקע ראשונים אויף זיין זייט
און איגנארירט און פארדרייט ראשונים וועלכע זענען נישט אויף זיין זייט.
הרב ראסעט איז פארנומען מיט מחאות, קאכן, ברויזן, ער איז נישט גרייט צו הערן אנדערע מיינונגען. בלויז א בליק אויף זיין קונטרס'ל, וועמען סענזאציאנעלער קעפל איז "נודעו דברים שלא היו ידועים בענין פאה נכרית", ווייזט אז מ'קען מיט דעם מענטש נישט גיין צום טיש. נעמט א שטייגער די אפענע ווערטער פון דעם שלטי הגבורים און מס' שבת וואס ער פארדרייט אויף נישט צו דערקענען, ועוד.

מר. קליען האט געשריבן:די שערן האט זיך אנגעהויבן פון די תקנה פון די ועד ארבע ארצות צוליב חשש חציצה ביי טבילה

דאס איז בכלל נישט קלאר. דער מקור פון דער תקנה איז נישט דאקומענטירט, און עס זענען פאראן אומצאליגע השערות.


קארל בארואיגט אייך, ברויזט נישט אזוי, ווייל מיט דעם ראסעט קען מען רעדן און פארברענגען און אדורך טון דעם ענין זייער רואיג, ער הערט זייער גוט אנדערע מיינונגען און ער איגנארירט נישט קיין איין ראשון, אדרבא, ער איז זיי מסביר אז יעדער אינגעלע זאל עס קען קענען פארשטיין. און דו ווילסט קענסטו אים אליין קלינגען און רעדן צו אים.
אני הק' האב אלס בחור אויך געלערנט מיט אים די סוגיא במשך א דריי שעה און ארויסגעקומען זייער קלאר, איך האב זייער הנאה געהאט פון אים, ער איז א געשמאקער איד'ל.
און ער הערט דיר אויס וואס דו האסט נאר צו זאגן אדער פרעגן מיט די גרעסטע מאס רואיגקייט פאר שעות לאנג.
שויתי השם לנגדי תמיד
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”