יוסל ראקאווער

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

יוסל ראקאווער

תגובהדורך מחותן » זונטאג יולי 10, 2011 11:28 am

ביי היכל הנגינה האב איך אנגעפרעגט מער אינפערמאציע איבער די מעשה פון יוסל ראקאווער, דארט איז עס אריינגעקימען ווייל א ניגון ביי יענע סידי איז איבער די מעשה,
למעשה איז עס דארט נישט געבליבען קלאר, אדרבה עס איז דא פארשידענע גירסאות איבער די מעשה, עפן איך א אשכול דא איבער די נושא, און איך פיר אהער די אינפערמאציע פון דארט,


מחותן האט געשריבן:ווי קען מען זען באשריבען דעם יוסל ראקאווער??? איז דא א אשכול דא און קרעטשמע איבער אים? איז דא א ספר ווי ער איז באשריבען?


מי חכם האט געשריבן:די היסטארישע צוואה באהאלטן אין א פלאש אין א הויז אין ווארשעווער געטא, איז שוין מסתמא געווען געדריקט אין די פסח ביילאגעס פון יעדע פובליקאציע איבער די וועלט.


מי חכם האט געשריבן:איצטער זע איך אין וויקיפעדיע אז לא היה ולא נברא אלא משל היה.

עיין גם גוגל באריכות.


דעפרעסט האט געשריבן:אינאמת'ן איז דאס א שטיקל חובות הלבבות אין שער אהבת ה', דער מחבר פון די מעשה האט עס נאר לעבעדיג און דראמאטיש אראפגעלייגט.
כ'מיין אז א ענדליכע מעשה ווערט געברענגט אין די קדמונים פון א איד נאכן גירוש אין שפאניע.


farshlufen האט געשריבן:נאך גירוש שפאניע? עיין הקדמת בעל צרור המור לפירושו לרות.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג יולי 10, 2011 10:16 pm

וואס שטייט אין די הקדמה פון צרור המור אויף מגילת רות?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג יולי 14, 2011 12:42 pm

הבל הבלים דער גאנצער מעשה. נישט קיין שלעכטער דראמאטישער ארטיקל. האט איר אמאל געליינט דעם ארטיקל? איך יא. בתוך הדברים וואס יאסעלע ראקאווער רעדט זיך אויס צו השי"ת, רעדט ער דארטן וועגן 6 מיליאן קדושים פונעם קריג. טא, פרעג איך אייך, בשנת תש"ג אין ווארשעווער געטא, ווען דער ביטערער פייער פון אייראפע האט נאך געברענט בתוקפה, און אונגערישע אידן זענען נאך נישט געברענגט געווארן קיין אוישוויץ, האט ער געוויסט צו זאגן איבער 6 מיליאן קדושים? הא? איך הער נישט?!
לחיים ולברכה!

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אוקטובער 16, 2011 5:04 pm

אין א מאמר אינעם הפעמון תשרי תשע"ב ברענגט איינער פון דיי שרייבער אז די מעשה פון ר' יוסף ראקאווער ווערט געברענגט אין ספר אני מאמין פון הר"מ אליאב. (יעצט ווייס איך שוין נישט צוויי זאכן...)

איינער האט עפעס אינפארמאציע איבער דעם ספר?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג אפריל 07, 2013 2:43 am

יוסל ראקעווער'ס צוואה אין אידיש
http://www.algemeiner.net/generic.asp?ID=4966

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10553
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך אפריל 10, 2013 10:38 am

אויפריכטיג האט געשריבן:יוסל ראקעווער'ס צוואה אין אידיש
http://www.algemeiner.net/generic.asp?ID=4966

יישר כח
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » מיטוואך אפריל 10, 2013 8:52 pm

פאראיאר סוף זומער האט די טיאטער אין פאלסבערג אדווערטייזט אז זיי גייען ווייזן וועגן יוסל ראקאווער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3681
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 8:59 am

איך וויל נישט צומישן די נושא דא, אדרבה זאל מיר איינער פירן צום ריכטיגן אשכול. בנוגע די 93 מיידלעך.

ס'איז דא א מעשה, אז 93 מיידלעך האבן צוזאמען ביי די 2'טע וועלט קריג, זיך געגרייט צו גיין על קידוש השם, און ווען ס'איז געקומען די מינוט וואס מען האט זיי געוואלט מטמא זיין האבן זיי אלע גענומען א פיל [סם] און אויסגעהויכט די נשמה פאר'ן רבון עלם ועלמיא. השם ינקום דמם.

די מעשה קומט פון איינע פון די מיידלעך וואס האט עס דורכגעלעבט, מען האט איר גענומען אין שפיטאל און אויסגעוואשן די סם פון איר.
-
ווי דראמאטיש, העראאיש, וויפיל מוסר השכל מען נעמט ארויס דערפון, דאס אומבאשרייבליכע כוח וואס ליגט אין אידישע קינדער אפי' בעת צרתם, אזוי ווי דא ביי דעם "יוסל ראקאבער'ס" מעשה, הערט מען היינט זינגן אז אפשר איז די מעשה נישט אמת.

און איך זאג: אפי' די מעשה מיט יוסל'ן און מיט די 93 מיידלעך זענען נישט אמת, קען עס זיין אמת, אויף א גוי פארציילט מען נישט אזוינס!

אשרינו מיר זענען אידן, מה טוב חלקינו.

דער רבוש"ע האט זיך פון זיין כלל ישראל גארנישט וואס צו שעמען.

* * *
אין אר"י איז דא א פארק על שמם מיטן נאמען: גן תשעים ושלשה
צוגעלייגטע
93.JPG

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 9:40 am

די מעשה איז היינט אנגענומען אלס א לעגענדע, אבער ביטע פאבריצירט נישט קיין אייגענע לעגענדעס, קיינער פון די מיידלעך האבען נישט איבערגעלעבט, און די מעשה שטאמט פון א בריוו וואס מען האט בשעתו געשיקט קיין א"י.

די 'פארק' איז אין ב"ב ואידך זיל גמור.

Good
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2008 4:29 pm

תגובהדורך Good » זונטאג מאי 10, 2015 3:14 pm

ווידעראמאל רעדט מען פון די מעשה

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 25&gil=115

שטעלט זיך נאכאמאל די שאלה איז דאס אן אמת'ע פאסירונג?
נא גוט...

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » זונטאג מאי 10, 2015 4:39 pm

Good האט געשריבן:ווידעראמאל רעדט מען פון די מעשה

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 25&gil=115

שטעלט זיך נאכאמאל די שאלה איז דאס אן אמת'ע פאסירונג?


@מחותן וואו האסטו געזען געשריבן אין די צוואה דעם מספר 6 מיליאן?

איז טאקע דיין רייץ פאר קאנטראווערסאלע אשכולות אזוי אונקאנטראלירט ביזן פאבריצירן צו דערגענצן דעם ציל דיינעם?

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » זונטאג מאי 10, 2015 4:51 pm

@ מחותן???
א טאפעלטע ניק??
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » מאנטאג מאי 11, 2015 2:24 am

עס איז ווייטאגלעך אז חסידישע אידן האבן אנגענומען די מעשה פון יאסל ראקאווער מיט אזא אהבה און עס איז נאך ארויסגעקומען א טעיפ דערפון אן איינמאל אנצייגן אז עס איז לא היה ולא נברא נאכדערצו אין א צייט וואס איז אזוי גרינג צו טרעפן דעם אמת. איך גיי נישט אריין אינעם תוכן וואס איז זייער אויסגעהאלטן תורהדיג און השקפהדיג לויט מיין מיינונג, אבער איך מיין עס גייט נאך אלס אריין אין כלל פון ספר תורה שכתבו מין, צום ווייניגסטענס איז נאך אזוי נישט אויסגעהאלטן ווי בילדער פון קליינע מיידלעך אין אידישע אויסגאבן.

דער שרייבער פון די מעשה פון יאסל ראקאווער הייסט צבי קאליץ, א פרייער איד א שרייבער און דיכטער וואס שטאמט פון א רבנישע משפחה פון ליטע און האט נאך געלערנט אין סלאבאדקע און נאכדעם געגאנגען שטודירן אין אוניווערזיטעט. ער האט געשריבן די מעשה אין 1946 פאר א (פרייע) אידישע צייטונג אין בואנעס אייריס ארגענטינע. פאר פרטים קענט איר ליינען דא. http://en.m.wikipedia.org/wiki/Zvi_Kolitz

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

א צוואה פון ווארשעווער געטא: יאָסל ראַקאָווער רעדט צו ג-ט

תגובהדורך בילדער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:29 pm

אין איינער פון די חורבות פון וואַרשאַווער געטאָ צווישן הויפנס און פאַרסמאַליעטע שטיינער און מענטשלעכע ביינער, איז געפונען געוואָרן באַהאַלטן אין אַ קליין פלעשל פון בענזין די ווייטערדיקע צוואה געשריבן פון אַ אידן מיטן נאָמען יאָסל ראַקאָווער אין די לעצטע שעהן פון זיין לעבן אין ברענענדיקן וואַרשעווער געטאָ.

וואַרשע, דעם 28סטן אַפּריל 1943

איך, יאָסל, דער זון פון יאָסל ראַקאָווער פון טאַרנאָפּאָל, אַ חסיד פון גערער רבין און אָפּשטאַמיקער פון די צדיקים גדולים און קדושים פון די משפּחות ראַקאָווער און מייזלס, שרייב די דאָזיקע שורות, ווען דאָס וואַרשעווער געטאָ איז אין פלאַמען און דאָס הויז, וואו איך געפין זיך איצט איז איינס פון די לעצטע וואָס ברענען נאָך ניט. שוין אַ פּאָר שעה ווי אַ באַזונדערס שטאַרק אַרטילעריע-פייער איז געווענדט קעגן אונדז, און די ווענט אַרום מיר, ווערן צעגריזשעט און צעברעקלט פון דעם מוראדיקן פייער. עס וועט לאַנג ניט דויערן און אויך דאָס הויז וואו איך געפין זיך וועט ווי כמעט אַלע אונדזערע הייזער פון געטאָ ווערן אַ קבר פאַר זיינע באַשיצער און באַוואוינער.

לויט די שפּיזיק-שפיציעקע, באַזונדערס רויטע זונענשטראַלן, וואָס דרינגען אַריין דורך דעם קליינעם האַלב פאַרמויערטן פענצטערל פון מיין צימער, דורך וועלכן מיר האָבן אין משך פון טעג און נעכט באַשאָסן דעם שונא, פאַרשטיי איך, אַז עס דאַרף שוין זיין אַצינד אָוונט, ערב שקיעה. די זון ווייס גאָרניט מסתמא ווי ווייניק איך וועל באַדויערן וואָס איך וועל זי מער ניט זען. אַ מאָדנע זאַך האָט פּאַסירט מיט אונדז: עס האָבן זיך געביטן אַלע אונדזערע באַגריפן און געפילן, דער טויט, דער שנעלער, דער מאָמענטאַנער, קומט צו אונדז ווי אַן אויסלייזער, ווי אַ באַפרייער, ווי אַ קייטן-רייסער.

 חיות אין וואַלד זענען מיר אַזוי ליב און טייער, אַז איך פיל אַ טיפן ווייטיק, ווען איך הער אַז מען פאַרגלייכט די רשעים, וואָס ווילדעווען אין אייראָפּע, צו חיות. עס איז ניט אמת אַז היטלער האָט עפּעס חיהשעס איז זיך. ער איז, לויט מיין טיפער איבערצייגונג, אַ טיפּיש קינד פון דער מאָדערנער מענטשהייט. זי, די מענטשהייט, האָט אים געבוירן און דערצויגן און ער איז דער אָפנהערציקסטער אויסדרוק פון אירע טיף פאַרבאָרגענע וואונטשן. אין אַ וואַלד וואו איך האָב זיך באַהאַלטן, האָב איך געטראָפן ביי נאַכט אַ הונט, אַ קראַנקן, אַ פאַרהונגערטן, אפשר אויך אַ משוגענעם, מיטן עק צווישן די פיס. ביידע האָבן מיר באַלד דערפילט די געמיינזאַמקייט פון אונדזער לאַגע, ווייל די לאַגע פון די הינט איז דאָך ניט דער ערך בעסער ווי אונדזערע. ער האָט זיך צוגעטוליעט צו מיר, דער הונט, איינגעגראָבן זיין קאָפּ אין מיין שויס און געלעקט מיינע הענט. איך ווייס ניט, צי איך האָב ווען עס איז אַזוי געוויינט ווי אין יענער נאַכט. איך בין געפאַלן אויף זיין האַלדז און זיך צעוויינט ווי אַ קינד, אַז איך זאָל זאָגן: איך האָב דעמאָלט מקנא געווען די חיות, וועט עס קיין וואונדער ניט זיין, דאָס וואָס איך האָב געפילט איז אָבער געווען מער ווי קנאה. ס׳איז געווען שאַנד: איך האָב זיך געשעמט פאַרן הונט וואס איך בין ניט קיין הונט נאָר אַ מענטש, אַזוי איז עס. צו אַזאַ גייסט צושטאַנד זענען מיר דערגאַנגען: דאָס לעבן איז אַן אומגליק, דער טויט – אַן אויסלייזער דער מענטש – אַן אָנשיקעניש, די חיה – אַן אידעאַל, דער טאָג – אַ גרויל, די נאַכט – אַ אויסלייזונג.

מיליאָנען מענטשן אויף דער ווייטער, גרויסער וועלט, פאַרליבטע אין טאָג, אין זון און אין ליכט, ווייסן גאָרניט, האָבן גאָר קיין אנונג ניט, וויפל פינצטערניש און אומגליק זי, די זון, האָט אונדז געבראַכט. זי איז געוואָרן אַן אינסטרומענט, אין די הענט פון די רשעים און זיי האָבן זיך באַנוצט מיט איר ווי מיט אַ פּראָזשעקטאָר, כדי צו אַנטדעקן די טריט פון די וואָס אַנטלויפן, וואָס ראַטעווען זיך פון זיי. ווען איך מיט מיין פרוי און מיינע קינדער – זעקס זענען זיי געווען, האָבן זיך אין וועלדער באַהאַלטן, האָט די נאַכט, נאָר די נאַכט, אונדז באַהאַלטן אין איר בוזעם. דער טאָג האָט אונדז אויסגעליפערט צו די זוכערס פון אונדזערע נשמות. צי וועל איך דען פאַרגעסן דעם טאָג פון יענעם דייטשישן פייער-האָגל אויף טויזנטער פּליטים, אויפן וועג פון גראָדנע קיין וואַרשע? מיטן אויפגאַנג פון דער זון זענען אויפגעגאַנגען די עראָפּלאַנען און אַ גאַנצן טאָג האָבן זיי געמאָרדט און געמאָרדט. אין דער דאָזיקער לופט-שחיטה זענען אומגעקומען מיין פרוי מיט אַן עופעלע פון זיבן חדשים אויף אירע הענט, און צוויי אַנדערע פון מיינע געבליבענע פינף קינדער זענען אין יענעם טאָג פאַרשוואונדן, דוד און יהודה האָבן זיי געהייסן, איינער פיר, דער אַנדערער זעקס יאָר אַלט. מיט זון-אונטערגאַנג זענען די ווייניקע לעבן-געבליבענע ווייטער געגאַנגען זייער וועג אין דער ריכטונג פון וואַרשע און איך מיט מיינע דריי געבליבענע קינדער האָבן זיך אַוועקגעלאָזט איבער די וועלדער און פעלדער אַרום דעם שחיטה-פּלאַץ צו זוכן די קינדער, דוד! יהודה! – האָבן אין משך פון דער גאַנצער נאַכט אונדזערע געשרייען, געשניטן ווי מיט מעסערס די טויטשטילקייט אַרום, און אַ וואַלדעכאָ, אַ הילפסלאָזער, אַ רחמנותדיקער און אַ האַרצרייסנדיקער האָט געענטפערט אויף אונדזערע געשרייען מיט אַ טאָן פון אַ הספּד. איך האָב מיינע צוויי קינדער מער קיין מאָל ניט געזען און אין חלום האָט מען מיר געהייסן זיך מער ניט זאָרגן פאַר זיי, ווייל זיי געפינען זיך אין די הענט פון רבונו-של-עולם.

די אַנדערע דריי קינדער מיינע זענען אומגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ. רחלע, מיין טעכטערל, צען יאָר אַלט, האָט געהערט אַז אינעם שטאָטישן מיסטקאַסטן, אויף דער צווייטער זייט פון געטאָ-וואַנט, קאָן מען געפינען שטיקלעך ברויט, דאָס געטאָ האָט דאַן געהונגערט, און די פון הונגער געשטאָרבענע האָבן זיך געוואַלגערט ווי שמאַטעס אין די גאַסן. אין געטאָ זענען מענטשן באַדייט געווען צו שטאַרבן מיט יעדן טויט אָבער ניט מיט קיין הונגער טויט. דאָס איז מסתמא דערפאַר, וואָס אין דער צייט ווען אַלע פאַרלאַנגען פון אַ מענטשן קאָנען ביסלעכווייז אָפּגעטויט ווערן, איז דער ווילן צו עסן דער איינציקער, וואָס בלייבט, אַפילו ווען מען ווינטשט זיך דעם טויט, מען האָט מיר דערציילט וועגן אַ אידן, אַ האַלב-פאַרהונגערטן, וואָס האָט געזאָגט צו אַ צווייטן: אַך, ווי גוט מיר וואָלט געווען, ווען איך קאָן שטאַרבן נאָך דעם ווי איך וועל איין מאָל אָפּעסן ווי אַ מענטש!

רחלע האָט מיר ניט דערציילט פון איר פּלאַן זיך אַרויסצוגנבען פון געטאָ – אַ פאַרברעכן, פאַר וועלכן מען האָט באַשטראָפט מיט טויט – און צוזאַמען מיט אַ חברטע אירער, אַ מיידעלע אין איר עלטער, האָט זי זיך געלאָזט אויפן געפערלעכן וועג. אין דער  נאַכט-פינצטערניש איז זי אַוועק פון דער היים און מיט זונאויפגאַנג איז זי מיט איר חברטע באַמערקט געוואָרן אויף יענער זייט פון די געטאָ-טויערן. נאַצישע געטאָ-שומרים צוזאַמען מיט צענדליקער פּוילישע מיטהעלפער האָבן באַלד אָנגעהויבן אַ געיעג אויף די אידישע קינדער, וואָס האָבן זיך דערוועגט צו זוכן שטיקלעך ברויט אין אַ מיסטקאַסטן, כדי ניט אויסצוגיין פון הונגער. מענטשן, וואָס האָבן דעם דאָזיקן געיעג בייגעוואוינט, האָבן ניט געגלויבט וואָס זייערע אויגן זעען. אַפילו  אין געטאָ איז עס געווען אַ נייעס, מען האָט געקאָנט מיינען, אַז דאָס יאָגט מען זיך נאָך אַנטלאָפענע געפערלעכע פאַרברעכער, צענדליקער רשעים האָבן זיך געלאָזט אין אַן אַטאַק-געלויף נאָך צוויי צען-יאָריקע פאַרהונגערטע קינדער, וואָס האָבן לאַנג ניט אויסגעהאַלטן און איינע פון זיי, מיין טאָכטער, איז געפאַלן אַ דערשעפּטע אויף דער ערד, און די נאַציס האָבן איר דורכגעשטאָכן דעם קאָפּ. די צווייטע האָט זיך געראַטעוועט פון זייערע הענט, אָבער צוויי וואָכן שפּעטער איז זי געשטאָרבן אַ גערירטע פון זינען.

דאָס פינפטע קינד, יעקב, אַ אינגל פון דרייצן יאָר, איז אינעם טאָג פון זיין בר-מצווה געשטאָרבן פון טובערקולאָז. זיין טויט איז געווען אַן אויסלייזונג פאַר אים. דאָס לעצטע קינד, מיין פופצן-יאָריקע טעכטערל חוה, איז אומגעקומען אין אַ קינדער-אַקציע. וואָס האָט זיך אָנגעהויבן באַגינען דעם ערשטן טאָג ראש-השנה און זיך געענדיקט מיט זון-אונטערגאַנג. יענעם טאָג האָבןָ הונדערטער אידישע משפּחות פאַרלוירן זייערע קינדער.

אַצינד איז מיין שעה געקומען, און ווי איוב קאָן איך זאָגן אויף זיך – און איך בין ניט דער איינציקער וואָס קאָן עס זאָגן: אַ נאַקעטער קער איך זיך אום צו דער ערד, אַ נאַקעטער ווי אין טאָג פון געבוירן. דריי און פערציק יאָר בין איך אַלט, און ווען איך קוק אַצינד צוריק אויף די פאַרגאַנגענע יאָרן, קאָן איך זאָגן מיט זיכערקייט, אויף וויפל אַ מענטש בכלל קאָן זיכער זיין מיט זיך, אַז איך האָב געלעבט אַן ערלעך לעבן. איך בין געווען געבענטשט אַמאָל מיט הצלחה אין מיין לעבן, אָבער איך האָב זיך מיט דעם קיין מאָל ניט איבערגענומען. איך האָב געהאַט אַן אָפן הויז פאַר איטלעכן באַדערפטיקן און איך בין גליקלעך געווען, ווען איך האָב געקאָנט טאָן מענטשן אַ טובה. איך האָב געדינט ג-ט מיט התלהבות און מיין איינציקע בקשה צו אים איז געווען, אַז ער זאָל מיר לאָזן אים דינען ״בכל לבבך, בכל נפשך ובכל מאדך״. ... איך קאָן זאָגן מיט דער גאַנצער זיכערקייט, אַז מיין גלויבן אין אים האָט זיך אויף אַ האָר ניט געביטן.....

ג-ט האָט פאַרשטעלט זיין פּנים פון דער וועלט און האָט, אַזוי אַרום, מקריב געווען די מענטשן צו זייערע ווילדע יצרים, דערפאַר האַלט איך, אַז עס איז ליידער גאָר נאַטירלעך וואָס בעת די יצרים באַהערשן די וועלט מוזן די יעניקע, וואָס אין זיי לעבט דאָס געטלעכע און ריינע, זיין די ערשטע קרבנות. עס איז אפשר ניט קיין נחמה, נאָר אַזוי ווי דער גורל פון אונדזער פאָלק ווערט ניט באַשטימט דורך ערדישע נאָר דורך איבער-ערדישע אויסרעכענונגען, גייסטיקע און געטלעכע, דאַרף דער מאַמין זען אין די דאָזיקע געשעענישן אַ טייל פון אַ גרויסן געטלעכן חשבון, לגבי וועלכן מענטשלעכע טראַגעדיעס האָבן אַ קליין חשיבות......

אין אַ צושטאַנד אַזאַ דערוואַרט איך, נאַטירלעך, ניט קיין נסים און איך בעט אים ניט, מיין ג-ט, ער זאָל אויף מיר רחמנות האָבן. זאָל ער זיך באַציען צו מיר מיט דער זעלביקער הסתרת-פּנים.. ווי ער האָט זיך באַצויגן צו מיליאָנען פון זיין פאָלק, איך בין ניט קיין יוצא מן הכלל און איך דערוואַרט ניט צו מיר קיין באַזונדערע באַציאונג. איך וויל מער ניט פּרובירן זיך צו ראַטעווען און איך וועל פון דאַנען מער ניט אַנטלויפן. איך וועל לייכטער מאַכן דעם פייער זיין אַרבעט דורך דעם וואָס איך וועל פייכט מאַכן מיינע בגדים מיט בענזין. דריי פלעשלעך בענזין געפינען זיך נאָך אין מיין רשות, נאָך דעם ווי איך האָב אויסגעליידיקט אַ פּאָר צענדליק פון זיי אויף די קעפּ פון די מערדער, דאָס איז געווען אַ גרויסער מאָמענט אין מיין לעבן און איך האָב האַרציק געלאַכט דערביי. איך האָב מיר קיין מאָל ניט פאָרגעשטעלט, אַז דער טויט פון מענטשן, אַפילו פון שונאים און אַפילו פון אַזעלכע שונאים, וועט מיך קאָנען אַזוי פרייען. מעגן נאַרישע הומאַניסטן זאָגן וואָס זיי ווילן – נקמה איז געווען און וועט שטענדיק בלייבן דער לעצטער קאַמפסאיינדרוק און די גרעסטע נשמה-באַפרידיקונג. ביז אַצינד האָב איך קיין מאָל ניט פאַרשטאַנען אַזוי גוט יענע מימרא אין גמרא, אַז נקמה איז הייליק ווייל זי איז דערמאָנט צווישן צוויי מאָל ג-ט, ווי עס שטייט: אל נקמות ה׳. אַצינד פאַרשטיי איך עס. אַצינד פיל איך עס און אַצינד ווייס איך פאַר וואָס פרייט מיר אַזוי דאָס האַרץ ווען איך דערמאָן זיך, אַז שוין יאָר-טויזנטער ווי מיר רופן אונדזער ג-ט – ג-ט פון נקמה, אל נקמות אדנ״י.

און אַצינד, ווען איך בין בכוח צו זען דאָס לעבן און די וועלט מיט באַזונדער קלאָרע אויגן, וואָס נאָר אין זעלטענע פאַלן ווערט עס געגעבן אַ מענטשן פאַרן טויט, דוכט זיך מיר, אַז ס׳איז דאָ אַ יסודותדיקער אונטערשייד  צווישן אונדזער ג-ט און דעם ג-ט פון די פעלקר: אונדזער ג-ט איז דער ג-ט פון נקמה און די תורה אונדזערע איז פול מיט טויטשטראָפן פאַר עבירות – און דאָך איז גענוג געווען, אַז דער סנהדרין, דער העכסטער געריכט פון אונדזער פאָלק אין זיין לאַנד, זאָל איין מאָל אין זיבעציק יאָר פאַרמשפּטן אַ מענטשן צום טויט, אַז מען זאָל די ריכטער באַטראַכטן ווי מערדער; דער ג-ט פון פעלקער, אָבער האָט אָנגעזאָגט ליב צו האָבן יעדן נברא בצלם – און אין זיין נאָמען פאַרגיסט מען אונדזער בלוט טאָג-איין טאָג-אויס שוין באַלד צוויי טויזנט יאָר.

יאָ, איך האָב גערעדט וועגן נקמה. מיר האָבן נאָר אין זעלטענע פאַלן געקאָנט זען אמתע נקמה, אָבער ווען מיר האָבן עס געזען איז עס געווען אַזוי גוט און אַזוי וואויל צו זען, אַז איך האָב געפילט אַ טיפע באַפרידיקונג, אַ גרויס גליק, עפּעס אַ גאַנץ ניי לעבן האָט זיך אָנגעהויבן פאַר מיר, אַ טאַנק האָט זיך פּלוצלונג אַריינגעריסן אין אונדזער גאַס און ער איז באַוואָרפן געוואָרן פון אַלע באַפעסטיקע הייזער אַרום מיט ברענענדיקע בענזין-פלעשלעך, זיי האָבן אָבער ניט געטראָפן וואו מען דאַרף. איך און מיינע חברים האָבן אָפּגעוואַרט ביז דער טאַנק איז פאַרבייגעפאָרן ממש אונטער אונדזער נאָז, און מיר האָבן אים דורכן הַאלב פאַרמויערטן פענצטערל מיט אַ מאָל אַטאַקירט. דער טאַנק איז באַלד געווען אין פלאַמען, און זעקס ברענענדיקע נאַציס זענען פון אים אַרויסגעלאָפן. אַך, האָבן זיי געברענט! זיי האָבן געברענט ווי די אידן וואָס זיי האָבן פאַרברענט, אָבער געשריען האָבן זיי מערער פון די אידן. די אידן שרייען ניט. זיי נעמען אויף דעם טויט ווי אַן אויסלייזער. דאָס וואַרשעווער געטאָ שטאַרבט אין קאַמף. שטאַרבט שיסנדיק, קעמפנדיק, ברענענדיק, אָבער – ניט שרייענדיק!

דריי פלעשלעך בענזין געפינען זיך נאָך אין מיין רשות, און טייער זענען זיי מיר, ווי דעם שיכור וויין, נאָך דעם ווי איך וועל אויסליידיקן איין פלעשל אויף מיר, וועל איך אינעם ליידיקן פלעשל אַריינטאָן דאָס פּאַפּיר אויף וועלכן איך שרייב די דאָזיקע שורות און באַהאַלטן דאָס פלעשל צווישן די ציגל פון דעם האַלב פאַרמויערטן פענצטערל פון צימער. אויב איינער וועט עס אַמאָל געפינען און עס לייענען, וועט ער אפשר פאַרשטיין דאָס געפיל פון אַ אידן, איינעם פון מיליאָנען, וואָס איז געשטאָרבן אַ פאַרלאָזענער פון ג-ט, אין וועמען ער גלייבט אַזוי שטאַרק. די צוויי אַנדערע פלעשער וועל איך לאָזן עקספלאַדירן אויף די קעפּ פון די רשעים, ווען מיינע לעצטע מינוטן וועלן קומען.

צוועלף מענטשן זענען מיר געווען אין צימער ביים אָנהייב פון אויפשטאַנד און ניין טעג האָבן מיר געקעמפּט קעגן שונא. אַלע עלף חברים מיינע זענען געפאַלן, געשטארבן שטיל, אַפילו דאָס קליינע אינגעלע איז געשטארבן שטיל, רואיק, ווי זיינע עלטערע חברים, היינט פרי איז עס געווען. די מערסטע פון אונדז האָבן שוין מער ניט געלעבט. דאָס אינגעלע האָט אַרויפגעקלעטערט אויפן בערגל טויטע, כדי צו כאַפּן אַ בליק דורכן האַלב פאַרמויערטן פענצטערל. אייניקע מינוטן איז ער אַזוי געשטאַנען לעבן מיר, און פּלוצלונג איז ער געפאַלן אויף הינטן, זיך אַראָפּגעקייקלט פון די קערפּערס פון די געפאַלענע און געבליבן ליגן ווי אַ שטיין, אויף זיין קליינעם, בלייכן שטערן, צווישן די צווי שוואַרצע האָרלאָקן, האָט זיך באַוויזן אַ בלוטפלעק, אַ קויל אין קאָפּ.

ביז נעכטן אין דער פרי, ווען דער שונא האָט באַגינען געעפנט אַ העליש פייער קעגן אונדזער פעסטונג, איינע פון די לעצטע אין געטאָ, האָבן נאָך אַלע געלעבט, פינף זענען געווען פאַרוואונדיקט און האָבן ווייטער געקעמפט. אין פאַרלויף פון נעכטיקן און היינטיקן טאָג זענען זיי אַלע געפאַלן, איינער נאָכן אַנדערן, איינער אויפן אַנדערן זענען זיי געפאַלן, שטייענדיק אויף דער וואַך און שיסנדיק, ביז אַ קויל האָט זיי געטראָפן.

אויסער די דריי פלעשלעך בענזין האָב איך מער קיין אַמוניציע ניט. פון די דריי אויבערשטע שטאַָקן איבער מיר ווערט נאָך העפטיק געשאָסן. זיי קאָנען אָבער מער קיין הילף ניט שיקן, ווייל לויט אַלע סימנים זענען די טרעפּ חרוב געוואָרן דורכן קאַנאָנען-פייער און איך גלויב אַז דאָס הויז האַלט שוין ביים איינפאַלן. איך ליג אויף דער ערד און שרייב די דאָזיקע שורות, און אַרום מיר – מיינע טויטע חברים. איך קוק אויף זייערע פּנימער און מיר דוכט זיך, אַן איראָניע ליגט אויף זיי אויסגעגאָסן, פּונקט ווי זיי וואָלטן מיר געזאָגט: ״האָב געדולט אַ ביסל, דו נאַרישער מענטש, נאָך אַ פּאָר מינוט און אויך דיר וועט אַלץ קלאָר ווערן״. די דאָזיקע שפּאָטנדיקע איראָניע שרייט באַזונדערס אַראָפּ פונעם פּנימל פון דעם קליינעם אינגעלע, וואָס ליגט ווי אַ שלאָפנדיקער לעבן מיין רעכטער האַנט. זיין קליין מיילכעלע איז פאַרצויגן פּונקט ווי ער וואָלט געשמייכלט. און מיר, וואָס לעבט נאָך און פילט נאָך און דענקט נאָך ווי אַ בשר-ודם, מיר דוכט זיך, אַז ער לאַכט פון מיר, ער לאַכט פון מיר מיט יענעם שטילן אָבער פילזאָגנדיקן לאַכן פון מענטשן וועלכע ווייסן אַ סך, ווען זיי ריידן מיט מענטשן, וואָס ווייסן גאָרנישט און מיינען, אַז זיי ווייסן אַלץ. ער ווייס שוין אַלץ אַצינד, דאָס אינגעלע, אים איז שוין אַלץ קלאָר. ער ווייס אַפילו פאַר וואָס איז ער געבוירן געוואָרן, אויב ער האָט געדאַרפט אַזוי גיך שטאַרבן און פאַר וואָס ער איז געשטאָרבן, ווען ער איז דאָך ערשט מיט פינף יאָר צוריק געבוירן געוואָרן, און אויב אַפילו ער ווייס עס ניט, ווייס ער ווייניקסטנס, אַז דאָס יאָ-וויסן אָדער דאָס ניט-וויסן וועגן דעם איז לחלוטין אומוויכטיק און אומבאַדייטנדיק ביי דער התגלות פון דער געטלעכער הערלעכקייט אין יענער בעסערער וועלט, וואו ער געפינט זיך אַצינד, אפשר אין אָרעמס פון זיינע געמאָרדעטע עלטערן, צו וועמען ער איז צוריק געקומען. אין אַ שעה-צוויי אַרום וועל איך עס אויך וויסן. אויב מיין פּנים וועט ניט פאַרצערט ווערן פונעם פייער, וועט אפשר אַן ענלעכער שמייכל רוען אויף אים נאָך מיין טויט, דערווייל אָבער לעב איך נאָך און צו מיין ג-ט, פאַר מיין טויט, וויל איך ריידן ווי אַ לעבעדיקער, ווי אַ פּשוטער, לעבעדיקער מענטש, וואָס האָט געהאַט דעם גרויסן, אָבער אומגליקלעכן כבוד צו זיין אַ איד.

איך בין שטאָלץ וואָס איך בין אַ איד ניט צו להכעיס דער וועלט פאַר איר באַציאונג צו אונדז, נאָר דווקא צוליב דער דאָזיקער באַציאונג, איך וואָלט זיך געשעמט צו זיין אַן אָנגעהעריקער צו יענע פעלקער, וואָס האָבן געבוירן און דערצויגן יענע רשעים, וואָס טראָגן די אחריות פאַר די מעשים קעגן אונדז.

איך בין שטאָלץ צו זיין אַ איד, ווייל צו זיין אַ איד איז שווער, אוי, ווי שווער. עס איז ניט קיין קונץ צו זיין אַן ענגלענדער, אַן אַמעריקאַנער, אָדער אַ פראַנצויז. ס׳איז לייכטער און באַקוועמער צו זיין איינער פון זיי, אָבער בשום אופן ניט בכבודיקער. יאָ, ס׳איז אַ כבוד צו זיין אַ איד.

איך גלויב, אַז זיין אַ איד הייסט זיין אַ קעמפער, אַן אייביקער שווימער קעגן ברודיקן, פאַרברעכערישן מענטשלעכן שטראָם. דער איד איז אַ העלד, אַ מאַרטירער, אַ הייליקער, איר זאָגט, שונאים, אַז מיר זענען שלעכט. מיר זענען בעסער און פיינער פון אייך – איך וואָלט וועלן זען ווי איר וואָלט אויסגעזען אויף אונדזער פּלאַץ.

איך בין גליקלעך צו געהערן צום אומגליקלעכסטן פון אַלע פעלקער אויף דער וועלט. וואָס די תורה זיינע פאַרטרעט דאָס העכסטע און שענסטע פון אַלע געזעצן און מאָראַלן. די דאָזיקע תורה איז אַצינד נאָך מער געהייליקט און פאַראייביקט געוואָרן דורך דעם וואָס זי איז פאַרשוועכט און געשענדט געוואָרן דורך ג-טס שונאים.

איך גלויב, אַז מען ווערט געבוירן אַ איד פּונקט ווי מען ווערט געבוירן אַ קינסטלער. פון זיין אַ איד קאָן מען זיך ניט באַפרייען, דאָס איז אַ געטלעכע מעלה אין אונדז, וואָס האָט אונדז געמאַכט פאַר זיין אויסדערוויילט פאָלק. די וואָס פאַרשטייען דאָס ניט, וועלן קיין מאָל ניט פאַרשטיין דעם העכערן זינען פון אונדזער מאַרטיראָלאָגיע. ניטאָ קיין גאַנצערע זאַך פון אַ צעבראָכן האַרץ – האָט געזאָגט אַ גרויסער רבי, און ס׳איז ניטאָ קיין מער אויסדערוויילט פאָלק ווי אַ שטענדיק גערודפט פאָלק. ווען איך וואָלט ניט געגלויבט אַז ג-ט האָט אונדז אַמאָל באַשטימט ווי זיין אויסדערוויילט פאָלק וואָלט איך געגלייבט אַז אונדזערע צרות האָבן אונדז אויסדערוויילט.

גאט: דו זאָגסט, אַז דו וועסט נאָך אונדזערע שונאים באַצאָלן! – איך בין איבערגעצייגט אין דעם, אַז דו וועסט זיי באַצאָלן אָן רחמנות, אין דעם בין איך ניט מסופּק. – אָבער, צי עס איז פאַראַן אַ שטראָף אויף דער וועלט וואָס זאָל זיין אימשטאַנד צו מאַכן פאַרגעבן דעם פאַרברעכן, וואָס איז קעגן אונדז באַגאַנגען געוואָרן.

זיי מוחל די יעניקע, וואָס האָבן זיך אָפּגעקערט פון דיר אין זייער אומגליק, אָבער אויך די יעניקע פון דיין פאָלק, וואָס האָבן זיך אָפּגעקערט פון דיר אין זייער גליק.... שלאָג זיי ניט דערפאַר, פּחדנים שלאָגט מען ניט, אויף פּחדנים האָט מען רחמנות, און אויף זיי מער ווי אויף אונדז דערבאַרעם זיך, ג-ט!

און זאָגן זאָג איך דיר דאָס, ווייל איך גלייב אין דיר, ווייל איך גלייב אין דיר מער ווי תמיד, ווייל אַצינד ווייס איך, אַז דו ביסט מיין ג-ט, ווייל דו קאָנסט דאָך ניט זיין דער ג-ט פון די יעניקע, וואָס די מעשים זייערע זענען די שרעקלעכסטע גילויים פון קעמפ-נדיקער ג-טלאָזיקייט.

אויב דו ביסט ניט מיין ג-ט – וועמענס ג-ט ביסטו? דער ג-ט פון די מערדער?

אויב די וואָס האַסן מיך, וואָס מאָרדן מיך, זענען אַזוי פינצטער, אַזוי שלעכט – וואָס דען בין איך אויב ניט דער וואָס טראָגט אין זיך עפּעס פון דיין ליכט, פון דיין גוטסקייט?

עס איז געשריבן אין דיין תורה, אַז אַ גנב דאַרף האַרבער באַשטראָפט ווערן ווי אַ גזלן, כאָטש דער גנב באַפאַלט ניט פיזיש זיין קרבן און פּרובירט נאָר באַראַבעווען אים אין דער שטיל, ווייל דער גזלן באַפאַלט זיין קרבן אין מיטן העלן טאָג און האָט אַזוי מורא פאַר מענטשן ווי ער האָט מורא פאַר ג-ט.

דער גנב האָט מורא פאַר מענטשן אָבער ניט פאַר ג-ט, און דערפאַר איז זיין שטראָף אַ גרעסערע ווי דעם גזלנס.
עס וואָלט מיר ניט געאַרט ווען צו די מערדער באַציסטו זיך ווי צו גזלנים, ווייל זייער באַציאונג צו דיר און צו אונדז איז די זעלביקע, און פון זייער מאָרד און פאַרברעכן מאַכן זיי קיין סוד ניט.

אָבער צו די פאַרשווייגער פון מאָרד, צו די יעניקע, וואָס האָבן פאַר דיר ניט קיין מורא און האָבן אָבער מורא פאַר דעם וואָס מענטשן וועלן זאָגן (נאַראָנים, זיי ווייסן ניט, אַז די מענטשן וועלן גאָרנישט זאָגן!), וואָס האָבן רחמנות אויף דעם וואָס טרינקט זיך און זאָגן זיך אָפּ אים צו ראַטעווען – זיי, אַ, זיי, באַשווער איך דיר, ג-ט, זיי זאָלסט באַשטראָפן ווי גנבים!

דער טויט קאָן מער ניט וואַרטן און איך דאַרף ענדיקן מיין שרייבן, פון די אייבערשטע שטאָקן איבער מיר ווערט דאָס פייער שוואַכער פון מינוט צו מינוט, עס פאַלן אַצינד די לעצטע פאַרטיידיקער פון אונדזער פעסטונג און מיט זיי פאַלט און שטאַרבט די גרויסע, די שיינע, די ג-טספאָרכטיקע אידישע וואַרשע. די זון איז שוין ביים אונטערגיין און איך דאַנק ג-ט וואָס איך וועל זי מער ניט זען, אַ רויטקייט פון שריפות שלאָגט אַריין דורכן פענצטער, און דאָס שטיקל הימל וואָס איך זע איז רויט און צעכוואַליעט ווי אַ וואַסערפאַל פון בלוט. העכסטנס אין אַ שעה אַרום וועל איך שוין זיין מיט מיין ווייב און קינדער און מיט מיליאָנען אַנדערע אומגעקומענע פון מיין פאָלק אין יענער בעסערער וועלט, וואו עס זענען מער קיין ספקות ניטאָ און וואו ג-ט איז דער איינציקער הערשער.

איך שטאַרב אַ רואיקער, אָבער ניט קיין באַפרידיקטער, אַ געשלאָגענער, אָבער ניט קיין פאַריאושטער, אַ גלייביקער, אָבער ניט קיין בעטנדיקער, אַ פאַרליבטער אין ג-ט....

איך בין אים נאָכגעגאַנגען, אַפילו ווען ער האָט מיך דערווייטערט פון זיך, איך האָב געטאָן זיין געבאָט, אַפילו ווען ער האָט מיך געשלאָגן, איך האָב אים ליב געהאַט, איך בין געווען און געבליבן פאַרליבט אין אים, אַפילו ווען מען האָט מיך צו דער ערד דערנידעריקט, צום טויט געפּייניקט, צו שאַנד און צו שפּאָט געמאַכט.

מיין רבי פלעגט מיר שטענדיק דערציילן אַ מעשה וועגן אַ איד, וואָס איז אַנטלאָפן מיט זיין פרוי און קינד פון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע און האָט זיך אויף אַ קליין שיפל איבער אַ שטורמישן ים דערשלאָגן צו אַ שטיינערנעם אינדזל. איז געקומען אַ בליץ און דערהרגעט זיין פרוי. איז געקומען אַ שטורעם און אַריינגעוואָרפן זיין קינד אין ים אַריין. אַליין, עלנט ווי אַ שטיין, נאַקעט און באָרוועס, געשלאָגן פון שטורעם און געשראָקן פון דונערן און בליצן, מיט האָר צעשויבערטע און הענט צו ג-ט אויסגעשטרעקטע, איז דער איד ווייטער געגאַנגען זיין וועג אויפן וויסטן פעלדזן-אינדזל און האָט זיך געווענדט צו ג-ט אַזוי צו זאָגן:

״ג-ט פון ישראל, איך בין אַנטלאָפן אַהער, כדי איך זאָל דיך קאָנען אומגעשטערט דינען, טאָן דיינע געבאָטן און הייליקן דיין נאָמען, דו אָבער טוסט אַלץ, אַז איך זאָל אין דיר ניט גלייבן. קוים אָבער פאַלט דיר איין, אַז דיר וועט געראָטן מיט די דאָזיקע נסיונות מיך אַראָפּצופירן פון ריכטיקן וועג, מעלד איך דיר, ג-ט מיינער און ג-ט פון מיינע עלטערן, אַז דו וועט עס גאָרניט העלפן, מעגסטו מיך שלאָגן, מעגסטו אַוועקנעמען פון מיר דאָס טייערסטע און בעסטע וואָס איך האָב אויף דער וועלט מעגסטו מיך צום טויט פּייניקן – איך אין דיר וועל שטענדיק גלויבן, איך דיך וועל שטענדיק ליב האָבן, שטענדיק !״

און דאָס זענען אויך מיינע לעצטע ווערטער צו דיר....געלויבט זאָל זיין ביז אייביק דער ג-ט פון די טויטע, דער ג-ט פון נקמה, דער ג-ט פון אמת און פון דין, וואָס וועט ווידער באַלד באַווייזן זיין פּנים פאַר דער וועלט און וועט צעטרייסלען אירע יסודות מיט זיין אַלמעכטיקן קול —

שמע ישראל! ה׳ אלקינו, ה׳ אחד!

בידך ה׳ אפקיד רוחי!

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:31 pm

פאלש. אנטשולדיגט פארן אנטוישן.

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:36 pm

קען זיין, איך האב עס נאר באקומען פון איינעם, און איך האב געהאלטן אז נאך מענטשן קענען הנאה האבן דערפון.
צו עס איז פאלטש צו נישט, איז עס נאכאלץ א מורא'דיגע בריוו.

אוועטאר
אימפעט
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 9:38 pm

טאקע מוראדיג !! ... יישר כוח בילדער ...
און יעצט לאמיר שרייען אלע צוזאמען "פעיק נוז"!!! און "הו קעירס"!!! ...

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3971
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:01 pm

מוראדיג
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

ע.ב
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:40 am

תגובהדורך ע.ב » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:35 pm

פרא-חסיד האט געשריבן:פאלש. אנטשולדיגט פארן אנטוישן.

פארוואס זאגסטו אזוי?

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 10:50 pm

פרא-חסיד האט געשריבן:פאלש. אנטשולדיגט פארן אנטוישן.

נישט אז איך ווייס אבער איך האב אויך אזוי געטראכט בשעת איך האב עס געלייענט (מיט אן ערנסטקייט).
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:00 pm

די ערשטע מאל איך האב געהערט פון דעם בריוו איז געווען ביי "א פינסטערע נאכט אין ווארשע" אין א ביכל וואס מען האט דארט פארטיילט. עס האט מיר זייער בארירט, האבעך אנגעהויבן צו סערטשן דערוועגן. אויב איך געדענק גוט איז עס געקומען פון א שרייבער פון ארץ ישראל אין א בוך אדער וואס. אבער דאס איז די ווייטסטע וואס מ'ווייסט. קיין קלארע מקור דערצו, איז נישט דאקומענטירט.

אבער עס קוקט נאך אלץ אויס מוראדיג גוט. אויב איז דאס ריכטיג פיקציע, האט דער פארפאסער פון דעם בריוו אן אויסטערלישע טיפע פאנטאזיע.

סיי דער נאמען פונעם אזוי גערופענעם שרייבער פון די צוואה און אלעס וואס נעמט ארום די היסטאריע פון די ווארשעווער אויפשטאנד און זייערע אומשטענדן, מיט די אידישע געפילן וואס לויפן ארום דורך אויס דעם בריוו. עס מוז זיין אז דער האט געהאט שטארקע באקאנטשאפט אין אידישקייט.

בא שבת בא מנוחה
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:19 am

אנריעל... א שטיין קען ציגיין

mar0was
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:01 am

יא אמת צו נישט אמת, נישט קיין נפקא מינה. למעשה, לייגט ער אראפ די מצב פון די מלחמה געליטענע אויף א גאר עמאציאנעל'ער פארנעם.

אויב ס'איז אן אמת'ער בריוו, איז מסתבר אז ס'איז געווארן צוגעפוצט דורך א פראפעסיאנאלער שרייבער, ס'איז שווער צו גלייבן אז א מענטש זאל קענען שרייבן אזוי רייך אין די לעצטע מינוטן פון דיין לעבען, אפילו מיט די טענה אז ער איז גרייט צו שטארבן און ער ווארט אויף דעם.

אויב ס'איז נישט קיין אמת'ער בריוו, גלייב איך אבער נישט אז דאס איז צבי קאליץ'ס אייגנס, עס איז מער מסתבר אז ס'איז געשריבן געווארן ביי איינעם מיט א פרומער אויסקוק אויפן לעבן אנגעפילט מיט אמונה און בטחון. אדער וועט מען מוזן זאגן אז טיף אין הארץ איז דער צבי קאליץ געבליבן א מאמין בה'.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט