לטובת הציבור החשוב ווילן מיר איבערגיין די געפונען פון די חשובע אסטראקאן וואס איז געפונען געווארן אין חירבת קיאפא [שעריים\נטעים\אפס דמים]
די שטעטל
די שטעטעלע געפונט זיך אין די עמק האלה, אסאך מלחמות זענען דארטן פארגעקומען זייענדיג א אפטייל גרעניץ ארט און א צוזאמטרעף ארט פון די אידן און אנדערע פעלקער, די הויפט באקאנטע מלחמה איז געווען פון דוד המלך מיט גלית הפלשתי ווי ער האט אים דערשלאגען מיט אבני הקלע ארויספליענדיג פונעם כף הקלע
מפה
אין דעם שטעטל האט מען געטראפן א בריוו וואס איז געשריבן פון די קעניגס הויף אפצוהיטן די רעכטן פון די ארימע און גרים יתומים ואלמנות, און ווער נישט וועט די קעניג נקמה נעמן אין אים דאס איז די לשון:
אל תעש: ועבד א[ת]...
שפט עבד ואלמנ(ה) שפט ית[ם]
וגר רב עלל רב דל ו
אלמנ(ה) נקם *יבד (=ביד) מלך.
אבינ ועבד שכ גר תמ[כ]
יעצט די כתב איז כתב ליבונאה אבער נישט סתם ווייל מתחילה איז דאס געווען די שפראך פון שם [semitic] אבער שפעטער האט זיך עס צוטיילט אויף אסאך שריפטן, ענליכע טאבלעטן און אוסטרוקונען זענען דא פון יענע צייט אבער געוויסע לשונות זענען נאר פון לשון עברי ווי שוכו אלץ אפהיטן, אויך איז די אינהאלט גאר אנדערש ווי די אנדערע טאבלעטן וואס ברוב רעדן זיי פון די מלחמות וואס זיי האבן געוואנען און זייערע פוסטע שטותים, נאר דא איז די רחמנות אויף די ארימע און שוואכע געלעגן אויף די הארץ פונעם קעניג
אין א קליינעם שמועס האט איינער פון די אויסגערופענע ארכיאולוגן געזאגט אז ער פערזענליך האלט אז סאיז פון דוד המלךס הויף, אבער אין די ארכיאולוגישע וועלט מוז זיין געוויסע פרינציפן אוועקצושטעלן יסודות
א בילד פון די אוסטרוקון
דא קענט איר זעהן א פונקטליכע סדר פון דריי יאר צוריק ביים טרעפן די אוסטרוקון ביז היינט
פארשטייט זיך אויף אזא מעכטיגע אויפטוה איז דא אסאך קונים, איינע פון די מייסדים ארויסצוקומען מיט די פלאץ זענען די foundation stoneחברה, צוויי אידעלעך פון אלט שטאט ירושלים וואס קענען אסאך אין דעם פעלד זיי גראבן אין א פאר פלעצער אין א"י און זיי האבן א סייט מיוחד פאר דעם מיט א שיינע פראפעשינעל אינטערעסאנטע אינטראדאקשען און
דא האט איר פון זיי נאך א שיינע פראפעשינעל אינטערעסאנטע איבערבליק
אין מארטש 16 האט זיך אפגעטוהן א מעכטיגע ריס צווישן די צוויי יוניווערסיטעטן, יוסף גארפינקל פון היברו יוניווערסיטי [זעה א לענגערע ארטיקל פון אים דא] און עודד ליפשיץ פון תל אביב יוניבערסיטי, איינער פון די סקול וואס שטיצט די תורה דורך ארכיאילוגיא אין איינער פארקעערט, ביידע שלאגן זיך ארום צו באקומען רשות אויפצוגראבן תל שוכה, און ווער גייט זיין וועלטס חכם צו מחליט זיין ווער גייט גראבען? "שוקה דארף מאן"! (גיי פארשטיי פארוואס מען לאזט נאך דעם זיצן אויף די בענקל אזויפיל יארן, פארוואס שלאגן נישט פאר די פרומע פארטייען צו אריינשטעלן אן ערנסטער פארטרעטר, נו קיין $ זעהט מען נישט איז די גאנצע ארכיאולוגיה נישט אינטערסאנט)
אן ארטיקל איבער די אויבערפלעכליכע סארוועי פון תל שוכה
די שעפעלעך קומען צוריק מיט זייער רועה...
עס וועט זעכער נאך זיין גרויס נייעס פון אין די יאר און אין די קומענדיגע יאהרן
נ.ב. ביטע קאמענטירן נאר דירעקט אינעם נושא, מיר דיסקוסירן נישט דא די תורהדיגע בליק אויף ארכיאולגיא און אלץ ארום, מיר רעדן נאר לגבי די נייעסן פון די גאנצע נושא און שטורם דערהיין
כתובת חירבת קיאפא - דוד המלך
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
כתובת חירבת קיאפא - דוד המלך
לעצט פארראכטן דורך קליקו אום מיטוואך מאי 18, 2011 3:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איין קאפיטל אין נ"ך קענסטע נישט ציצייכענען?
שמואל א קאפיטל יז
ויאספו פלשתים את מחניהם למלחמה, ויאספו שכה אשר ליהודה ויחנו בין שוכה בין עזקה באפס דמים, ושאול ואיש ישראל נאספו ויחנו בעמק האלה ויערכו מלחמה לקראת פלשתים
ווי כ'זעה איז עס נישט ווייט פון בית שמש
דער לינק צים וויקפדיה, פירט צי אן אפיקורס'ישער מאמר, פון אידן וועלכע גלייבן נישט אין תורה מן השמים רח"ל, (זיי זענען 'מוכיח' פון דעם שערבל אז יא! דער תנ"ך איז 'פריעסטנס' געשריבן געווארן דורך מענטשן פון די תקופה פון מלכי יהודה, 'וועלכע האבן געקענט שרייבן'), עפ"ל.
שמואל א קאפיטל יז
ויאספו פלשתים את מחניהם למלחמה, ויאספו שכה אשר ליהודה ויחנו בין שוכה בין עזקה באפס דמים, ושאול ואיש ישראל נאספו ויחנו בעמק האלה ויערכו מלחמה לקראת פלשתים
ווי כ'זעה איז עס נישט ווייט פון בית שמש
דער לינק צים וויקפדיה, פירט צי אן אפיקורס'ישער מאמר, פון אידן וועלכע גלייבן נישט אין תורה מן השמים רח"ל, (זיי זענען 'מוכיח' פון דעם שערבל אז יא! דער תנ"ך איז 'פריעסטנס' געשריבן געווארן דורך מענטשן פון די תקופה פון מלכי יהודה, 'וועלכע האבן געקענט שרייבן'), עפ"ל.
די נייעס און א ווידיאו אנטוויקלט זיך מער און מער.
אויב זענט איר אין ארץ ישראל [און איר פלאנט צו בלייבן דארט וואוינען...] קאנט איר באקומען א פרייע tour פון א מומחה אויפן סייט די צווייטע טאג סוכות.
זעהט דא מער אין אויך אקארשטע נייעס און פאקטן איבער דאס פלאץ
זעהט דא מער אין אויך אקארשטע נייעס און פאקטן איבער דאס פלאץ
מעכטיגע פרישע נייעס
מען האט געטראפען נאך אייניגע זאכען מוראדיג אינטערסאנט, די כלי וואס מפלעגט גיסן נסכים, און נאך
אלעס דארט איז די ערשטע מאל וואס מטרעפט אין א פלאץ מזמן דוד המלך! און אלעס קלאפט מוראדיג
א מזבח קטורת אן תמונת אסורות
לנסכים
מקור
אלעס דארט איז די ערשטע מאל וואס מטרעפט אין א פלאץ מזמן דוד המלך! און אלעס קלאפט מוראדיג
א מזבח קטורת אן תמונת אסורות
לנסכים
מקור