ישיבת "מתיבתא" בלאנדאן

זכרונות פון די פארגאנגענע יארן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

ישיבת "מתיבתא" בלאנדאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

ישיבת מתיבתא איז געגרינדעט געווארן בשנת תש"ב לפ"ק דורך הרה"ג ר' אברהם ישכר פרדס זצ"ל - אב"ד דענקא.

די סיבה פונעם עפענונג פון ישיבה איז געווען צוליב וואס אין ישיבת נזר התורה אין מאנטשעסטער האט מען ארויסגעווארפן א בחור פארן חטא וואס ער איז געגאנגען מיט א בארד (ס'איז געווען דעמאלס זייער איינגעריסן צו גיין אן א בארד), מען האט אים געזאגט: "אדער גייט דער בארד, אדער גייסטו", דערפאר האט ר' אברהם פרדס געגרינדעט די ישיבה כדי אז א בחור מיט א בארד זאל אויך האבן וואו צו לענען.

אין יענע צייטן איז ר' אברהם פרדס געווען בתור מנהל הישיבה, און הג"ר יענקל הארענשטיין זצ"ל איז געווען דער ריש מתיבתא.

אום שנת תש"ו איז ר' גדלי' עסטרייכער ז"ל - שפעטערדיגער מגי"ש אין מתיבתא - אריין לערנען אין די ישיבה נאך זייענדיג א בחור, און א יאר שפעטער שנת תש"ז איז אריין לערנען אין די ישיבה הג"ר הערשל דיאמאנד זצ"ל - שפעטערדיגער מגי"ש ור"מ.

א קורצע צייט איידער ר' אברהם ישכר פרדס איז נפטר געווארן אום חודש אלול שנת תש"י, האט ר' יענקל הארענשטיין זיך אוועקגעצויגן פון לאנדאן, און איז געקומען קיין אמעריקא, דאן איז הג"ר אברהם שמואל ראנד זצ"ל מחבר ספרי שמן ראש אויפגענומען געווארן אלס ר"מ מתיבתא.

אום ער"ח שבט שנת תשל"ח לפ"ק, איז ר' אברהם ראנד זצ"ל נפטר געווארן, און דאן איז די טיטול "ראש ישיבת מתיבתא" אריבער צו הג"ר הערשל דיאמאנד זצ"ל, אבער אפיציעל האט מען אים נישט אויפגענומען, און ער שרייבט טאקע אין די צוואה אז מען זאל אים נישט רופן מיטן טיטול ר"מ.

אום ד' ניסן שנת תש"ע לפ"ק איז ר' הערשל דיאמאנד זצ"ל נפטר געווארן לחיי העולם הבא, און עס איז אויפגענומען געווארן אויף זיין ארט הרה"ג ר' יעקב יודא כ"ץ שליט"א, חתן ר' לייבל סטעמפיל שליט"א, ונכד הקדושת ציון מבאבוב זצ"ל הי"ד, וואו די ישיבה פירט זיך ווייטער לשם ולתפארת ע"ד ישראל סבא.

*
במשך די יארן האט די ישיבה ארויסגעגעבן טויזענטער תלמידים לשם ולתפארת, ווי אויך האט במשך די צייט פאסירט פארשידענע אינטערסאנטע און היסטארישע געשעענישן, ווי למשל די שריפה, די מעשה מיטן פרוכט בוים, די מעשה מיטן אויוון, און נאך... אלזא די אלע וואס האבן עפעס מיטצוטיילן פון זייערע זכרונות, אדער בילדער און דאקומענטן, צו מאמרים ופתגמים איבער די ראשי הישיבה והמגידי שיעור שהם כבר בעלמא דקשוט, איז מכובד איבערצונעמען דאס ווארט, וגם כשאני לעצמי וועל אויך צולייגן א האנט כפי אשר ידי יד כהה מגעת.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

לחיים ולברכה!
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

והוא פלאי האט געשריבן:כמדומה אז דער פורים אין תורת חסד, איז א תולדה פון פורים אין מתיבתא, וכפי ששמעתי האט הרה"ג ר' אברהם ראנד זצ"ל, וואס איז געווען זייער אן ערענסטע מענטש, צוגעלאזט און אפי' מיטגעהאלטן, וטעמו ונימוקו עמו


יהיה כן האט געשריבן:
זיס האט געשריבן:אויך אין מתיבתא ישיבה איז דער פורים א גאנצע עסק, א האלב יאר זענען זיי פארנומען דערמיט, עס קומט ארויס ניגונים, קונטריסים, קאפעלעס, לומוזיענס פארן פורים רב, און וואס נישט...

אגב; לאנדאן איז טאקע א צוריקגעבליבענע שטאט, אבער ווען עס קומט צו פורים פארשעמט עס נישט אמעריקא, פארקערט - זיי זענען נאך לעבעדיגער ווי דא, בלי גוזמא.

.


יאך געדענק אין מתיבתא אין לאנדאן איז טאקע פון שבת זכור ביז נאך פורים געווען א לאנגס אן א ברייטס, מען האט ארויסגעהאנגען א ברוך הבא סיין העכערן אריינגאנג אויף קעזנאוו, דער אלטער רב הרב פאדווא זצ"ל איז פאריבער איז עס געזעהן, ער איז געווארן מלא שמחה, פרעגנדיג נו, כאטש א גוטער פורים רב פאר דעם?
אבער פורים גופא איז נישט לאנדאן עפעס לעבעדיגער ווי אמעריקא...


jkup50 האט געשריבן:אפילו ר' הערשל ז"ל אויב איז מען געווען פייוו טו עיט האט ער אלעס צי געלאזט דאכצימיר ער איז אפילו אריבער געקומען פרייטיג צי נאכטס
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

יהיה כן האט געשריבן:דער בילד איז אין לאנדאן שנת תשכ"ה ביים הנחת אבן הפינה פון ישיבת מתיבתא אין לאנדאן, וועם איך דערקען אויפן בילד איז אזוי:
דער צווייטער רעכטס פון רבין איז הגה"צ ר' אברהם שמואל ראנד זצ"ל ראש ישיבת מתיבתא ומח"ס שמן ראש
דער שטערן וואס שטעקט ארויס אינטערן רבין איז כ"ק אדמו"ר רבי משולם ישכר אשכנזי זצ"ל מסטאניסלאוו לאנדאן (דער בעל אכסניא פון רבי'ן)
לינקס פון רבי'ן (אריינציר) אין הה"ח ר' זלמן הכהן מאטיאש ר"מ בישיבת מתיבתא
נעבן אים איז תלוי במחלוקת התגובות כאן, עכ"פ דער משב"ק
דער צו לינקס (אויף ארויס) איז הה"ח ר' גדליה עסטרייכער ז"ל, דאן א מגי"ש אין מתיבתא

ביי די הנחת אבן הפינה איז דא א באוויסטע מעשה מיטן רבי'ן און הגה"צ רא"ש ראנד זצ"ל וועגן א פרוכט בוים, כ'געדענק עס נישט פונקטליך
אטעטשמענטס
s.jpg
אוועטאר
משה פאלאפל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 21, 2010 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה פאלאפל »

אפשר טוישן דעם קעפל צו "תולדות וייסוד הישיבות בזמנינו" אדער עפעס אזוי
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

משה: ער וויל נאר פון "מתיבתא" און לאנדן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

וואס איז ר' חיים ברייש געווען דארט?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

דער עלסטער כתה מגי"ש וואס איז געווען דער הויפט עטרעקשאן פאר אסאך יאר
למה זה תשאל לשמי...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

זיידעניו האט געשריבן:דאס פאלגעדנע איז א שיינע ניגון וואס איז פארסאפעט געווארן נאכן לעכטס פאר א ציגערעטל נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט בארגן פארן בחור (משון טעם כמוס וידוע) און מיט טרערן אין די אויגן האט זיך אויסגעפארמט זיינע קרעמפען

(די טאן איז אויף עף מיינער)
(ניגון אין ערוך לך ה' אלוקינו)

זיצט א בחור אין ישיבה
אוועק פון דערהיים און א ווייטע סביבה
חן דקדושה עליו יהיבה
עוסק בהוית אביי ורבא ור'עקיבא

א בחור'ס פראבלעמען דארף נישט קיין הסבירים
צו איז דאס מיט די הנהלה צו מיט חבירים
ובפרט ווען סקומט אויף די עלטערע יארן
און ס'גייט נישט ס'טוט נישט פארן

(הויכע פאל)

הוי! ציגערעטל! ציגערעטעל די ביסטעך מיין באגלייטער
פון איין מצב צום צווייטען ביסטו מיין טרייסט
אבחור אנגעצויגן
מיט די ריקן איינגעבויגן
דעם צוגערעטל אריינגעציוגן
באנייט זיין גייסט

הוי! ציגערעטל! ציגערעטל! די ביסטעך מיין באגלייטער
פון איין מצב צום צווייטען ביסטו מיין טרייסט
אבחור אנגעצויגן
מיט די ריקן איינגעבויגן
דעם צוגערעטל אריינגעציוגן
באנייט זיין גייסט


יאנאש האט געשריבן:דאס קומט פון ישיבת מתיבתא אין לאנדן, איי איז געווען צייטן.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

שאץ מאץ האט געשריבן:הגה"צ ר"י תורת חסד פלעגט נאכזאגן פון זיין רבי'ן רבי אברהם ראנד ז"ל אז א בחור קען מען דערקענען ביים דאווענען, ווייל ביים דאווענען זעהט מען דעם יר"ש פונעם בחור.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

שוועמל האט געשריבן:און ווער געדענקט נישט די "פייווערס" וואס ר' גדלי' פלעגט טיילן לערנענדיג אין מתיבתא...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

א בילד פון ר' יעקב ארענשטיין אינאיינעם מיט ר' מיכאל בער וו"מ זצ"ל (דאהי אין אמעריקא איז ער געווען א שטיק צייט מגי"ש אין נייטרא, און שפעטער אין באבוב)
אטעטשמענטס
reb MB.jpg
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

א בילד פון ר' הירשל דיאמאנד זצ"ל
אטעטשמענטס
12.JPG
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרה"ג ר' חיים ברייש זז"ג איז אן איידעם ביי ר' גדליה ע"ה (רוב מגי"ש אין מתיבתא, זענען געווען משפחה מחותנים זה בזה...)


און הרב באמבאסטיש, אויב שוין זכרונות, כ'קען צילייגן נאך ... די האלידעיס אין קעמפס ... די מעשה מיט די פערדן פלייש אין פראנקרייך (שוין צוריק מיט א צירקע איבער דרייסיג יאר צוריק...)
כולל בני יששכר והראה"כ הרה"ג' יעקב יושע בראנדער שליט"א, דער משגיח רוחני הגה"ח ר' אברהם יוסף רובינפעלד שליט"א ועוד ועוד

...דער בנין אכט און אכציג...., דער נדבורנער ביהמ"ד אויף קייווערדעיל...
...די טא פאונדס פון ר' גדליה.....
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

נו אדרבה ואדרבה, לייגט ארויף די עשר אצבעות אויפן פרה זקן (קי-בארד) און פארציילט וואס איר ווייסט.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

אביסל איבער ר' יעקב ארענשטיין זצ"ל

יוסלמאן האט געשריבן:איבער הגאון ר' יעקב הארענשטיין ז"ל מגי"ש בישיבת נייטרא, האב איך לעצטנס גערעדט מיט א קרוב זיינער און געהערט אביסל וועגן אים.

ר' יעקב האט געשטאמט פון חסידי טשארטקוב וואס האבן געוואוינט אין פוילן. נאכן ערשטן וועלט קריג האט ער געפליכטעט קיין וויען ווי עס געוואוינט זיין רבי הרה"ק רבי ישראל זצוק"ל בנו ומ"מ פון הרה"ק רבי דוד משה זצוק"ל דער פיפטער זון פון מרן קדוש ישראל מרוזין זצוק"ל.

ר' יעקב ז"ל איז געווען א חסיד מובהק פון רבו הקדוש, און ער פלעגט גיין יעדן פארטאגס ביז די אנדערע עק שטאט צו הערן ברכות התורה פון זיין רבין. מחמת סיבת שונות, והעיקר וועגן די גרויסע ירידה אין אידשקייט וואס האט ליידער נישט אויסגעמיטן רבישע שטיבער כידוע, האט ער שפעטער נישט געהאט קיין גרויסע שייכות מיט חסידות, ואכמ"ל.

פון וויען האט זיך ר' יעקב געראטעוועט קיין לאנדאן און פון דארט איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער האט מרביץ תורה געווען אין נייטרא ישיבה.

אין די שפעטערע יארן האט מרן רבינו הקדוש מסאטמער זי"ע אים געוואלט ממנה זיין אלץ ראש ישיבה אין סאטמער, ער האט געטענהט מיטן רבין: איך בין דאך נישט קיין חסיד?! האט אים דער רבי געזאגט, כ'דארף נישט מ'זאל לערנען מיט בחורים חסידות, לערן מיט זיי גמרא תוספת. אבער צום סוף איז גארנישט געווארן דערפון.

ר' יעקב ז"ל האט אויך פארגעלערנט א שיעור יעדן טאג אין נייטרא ביהמ"ד אויף דעוויזשאן עוועניו אום האלב זעקס פארטאגס. ער פלעגט קומען צו פארן פון בארא פארק יעדן טאג אן אויסנאם, רעגן שניי, היצן קעלט, פלעגט ר' יעקב נישט צוריקהאלטן פון ארויפגיין אויפ'ן באן און גיין פארלערענען דעם שיעור. ער פלעגט קומען אין זונטאגס ווען קיינער איז נישט אנגעקומען אין אזא פריע שעה, אבער כדי שלא יבטל התמיד איז ר' יעקב געקומען קיין וויליאמסבורג אנע אויסנאם.

יהא זכרו ברוך.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

בנין הישיבה
pic 149.jpg
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הרה"ג ר' חיים ברייש שליט"א בחצר הישיבה
pic 146.jpg
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

א שיינעם דאנק אייך ר' יהיה כן.

מיט וועמען רעדט דארט ר' חיים?
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כ'ווייס נישט, דער בילד איז געומען געווארן א שיינע פאר יאר נאכדעם פון ווען איך האב פון דארט גראדואירט... אבער בערך אזוי איז עס געווען טעגליך נאכן שיעור (אין מיינע יארן האט ר' חיים שליט"א געגעבן דעם שיעור אין 88 (היינט א טייל פונם נייעם סאטמארן ביהמ"ד 86) איז עס אזוי געווען נאכן שיעור ווען מ'איז צוריק צום בנין הישיבה

רוב מנין ובנין מרבני העיר לאנדאן זענען תלמידים פון מתיבתא (כ'גידענק ביי א יארצייט סעודה לע"נ דעם ראש ישיבה הרב ראנד זצ"ל האט דער אלטער רב הגרח"ה פאדווא זצ"ל מיט א באזונדערע געשמאק געשילדערט אין זיין דרשה ווי ער האט גענומען פון דא זיין איידעם הה"ג ר' שלום פר"מ שליט"א דומ"ץ כדתיא)
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג מאי 17, 2011 3:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

ר' זלמן הכהן מאטיאש שליט"א - מגי"ש במתיבתא
אטעטשמענטס
untitled.JPG
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

נאך א בילד פון ר' הערשל זצ"ל
אטעטשמענטס
untitled.JPG
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

ביי די לוי' פון ר' גדלי' ז"ל

http://www.flickr.com/photos/david09/4148398520/
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

נאך פון ר' יעקב ארענשטיין מיט ר' מיכאל בער, אויך זעהט מען ר' יצחק זאב מאיער בעל מהרש"א הארוך
אטעטשמענטס
ארענשטיין.JPG
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

ר' יענקל אין די עלטערע יארן
אטעטשמענטס
Reb Yankel.JPG
שרייב תגובה

צוריק צו “זכרונות”