לייקענען די האלאקאוסט
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
-
- שר מאה
- תגובות: 174
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 12:56 pm
לייקענען די האלאקאוסט
עס איז שרעקליך און אומ-מענטשליך שוידערליך אז עס איז פארהאן אפילו אזא מציאות פון עפענען אזא סארט אשכול זיך צו באפאסן מיט די געדאנק וואס האט זיך אריינגעכאפט ביי פיל - מען קען זאגן מיליאנען - גוים , אז די ברוטאלע מארד אויף די הייליגע פאלק וואס האט נאכנישט פאסירט מימות עולם האט קיינמאל נישט פאסירט.
עס איז דא למשל צווישן די אראבישע וועלט וואס האבן א ציל מיט'ן לייקענען דעם האלאקאסט ווייל די ציוניסטן האבן געניצט דעם האלאקאוסט צו פארלאנגען פון די וועלט זייער מדינה (ווי ערקלערט דאקומענטירט אין מן המיצר איז דאס געווען זייער פלאן מתחילה ואכמ"ל), ממילא האבן זיי מיט דעם א ציל צו לייקענען דעם האלאקאוסט אזוי ארום אנצווייזן אז פאר די ציונים קומט זיך נישט זייער מדינה.
אבער דאך איז דא צווישן אלע סארט גוים קריסטן און מוסלימענער צוגלייך וואס האבן א ציל אפצולייקענען די שוידערליכע רציחות וואס איז פארגעקומען אויף די עם ה' אינטער די נאצישע רעזשים, דאס קומט לכאורה פון א פאנאטישע שנאת ישראל, איך האב אפילו לעצטנ'ס געזעהן א וועבסייט פון איינעם וואס קלעימט אז ער איז א איד און ער ווייזט דארט כלומפרשט אויף אז די אוישוויצע גיהנום איז גאר געווען א געשמאקע פלאץ רח"ל.... עס איז דארט געווען א סווימינג פול.... עס איז דארט געווען צייט צו מאכן איבונגען.... איי די געשטארבענע (לויט אים נאר עטליכע צענדליגער טויזנט) איז דאס גאר געווען פון די טייפוס מגיפה.... איי די גאז קאמער'ן דאס האט מען געניצט צו פארברענען די וועש וואס איז געווען פול מיט באקטעריע....
ליידער איז דאס די מציאות אז אין די גויאישע גאס איז דא וואס פארנעמען זיך דערמיט גאר שטארק צו אויפקלערן אז די גאנצע מעשה פון די האלאקאוסט איז לא הי' ולא נברא, עס איז נישט דורך אינגאנצן 70 יאר זייט די סיסטעמאטישע מארד מאשין האט זיך פארמאכט און עס לעבן נאך היינט טויזענטער עדות אויף די מציאות, אונזערע זיידע'ס און באבע'ס זענען ליידער דארט אומגעקומען אויף א שוידערליכן פארנעם, גאנצע'טע קהילות גדולות בישראל זענען אפגעווישט געווארן פון די מאפע, צדיקים וקדושים וואס האבן געשאקלט א וועלט האבן דארט מחזיר געווען נשמתם ליוצרם בקדושה וטהרה, און דאך זענען פארהאן חיות מטורפות וואס פאר פארשידענע אינטערעסן זוכן זיי אויפצוקלערן די וועלט אז דאס האט בכלל נישט פאסירט.
די עצם זאך אז דאס איז געווארן אפילו א דעבאטע איז גאר א פארווייטאגטע זאך, האיך יכול החי להכחיש את החי, צענדליגער טויזענטער עדות האבן צוגעזעהן טאג טעגליך וואס עס גייט פאר אין די אוישוויצע און אנדערע לאגער'ן, נאכדערצו איז עס נישט געווען אזא לאנגע צייט צוריק, אבער דאך זענען דא די דאזיגע לייקענער'ס וואס שרייען מיט אלע כוחות אז ניין דאס איז א בלויזע פראפאגאנדיע.
איך האב מיך אמאל געטראפן מיט א גוי, רעדנדיג וועגן די ביטערע נושא האט ער געטענה'ט אז למעשה איז נישט דא גענוג "פרוף"... די פרוף וואס איז יא דא קען מען אפלייקענען.... האב איך אים געפרעגט איין קשיא, לויט דיר אז די גאנצע זאך איז א בלויזע פראפאגאנדיע, פרעג איך דיר וויאזוי קען זיין אז צענדליגער טויזענטער מענטשן פון די גאנצע וועלט זאלן אלע פארציילן די זעלבע מעשה וואס זיי האבן אליין צוגעזעהן, האבן זיי זיך אפגעשמועסט צוזאמען נאך די מלחמה אויפצומאכן די מעשה פון די גאז קאמערן??? און נאכמער, וויאזוי קען זיין אז צווישן אזויפיל שווערע טויזענטער איבערלעבער פון די אלע לאגער'ן זאל זיך נישט טרעפן עכ"פ איינעם וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן "רבותי, איך בין דארט געווען און עס האט קיינמאל נישט פאסירט???" וויאזוי קען דאס אפילו זיין אויף דער וועלט אז אפילו איינער זאל זיך נישט אויפשטעלן און זאגן דעם אמת???, דער גוי האט געמיזט מודה זיין צו מיין אמת'ע טענה.
יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך

איך האב פשוט אויפגעעפענט די אשכול כדי אויסצולופטערן די געפערליכע ווייטאג איבער דעם ענין, און זיך אויסצוגעבן (נישט פאר דעם איז די קרעטשמע געמאכט געווארן...?) ווי אויך אויסצושמועסן די אלע זאכן און נייעס'ן בנוגע דעם ענין.
אגב לויט ווי איך האב לעצטנס געליינט אין די בוך "גייען פאראויס" פון "פעסקא פרידמאן" א שוועסטער פון הרב ברוכ'ל ראבינאוויטש חדב"נ הגה"ק בעל מנחת אלעזר, לייגט זי דארט אראפ אז בערגן בעלזן איז נאך געווען די "בעסטע" לאגער פון אלע לאגער'ן, מען האט דארט אפיציעל נישט געארבעט, מען האט טאקע געליטן דארט געפערליך אבער עס איז דאך געווען אנדערש ווי די אנדערע, ווי למשל מען האט נישט איינגעקריצט די נומבער'ס אין די הענט און נאך.

דער חכומא דיהודאי און שר ההצלה הגה''ק רחמד ווייסמאנדל זי''ע שרייבט אין הקדמת ספרו מן המיצר בזה''ל '' והשכחה הולכת ומתגברת דבר יום ביומו, ולא יהי' לפלא אם בעוד חיים חיותינו יכחישו בנינו ובני בנינו את הכל בפנינו ,כי נזקין -לאמר אפשר שנהרגו גם אלף אנשים יהודים במשך המלחמה באסון-והזקן הטפש הזה מחליף אלף, באלפי אלפים,ואנשים ביונקי שדים-ואסון-במזיד''. דער חכם עדיף מנביא האט דאס אלעס פארגעשריבן.
- האניג
- שר האלפיים
- תגובות: 2727
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
- לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
- פארבינד זיך:
מ'זאגט נאך (געשריבען געווארן אינ'ם שטערן עטליכע חדשים צוריק) אז ווען דעם דעמאלסדיגען אמעריקאנעם פרעזידענט רוזעוועלט האט געזען וואס טוט זיך אפ אלץ דארט נאכ'ן חורבן נורא, האט ער געהייסן מ'זאל כאפן וואס מער בילדער (און ווידאויס - ?) פון די שחיטות ותליות, ווייל ס'גייט נאך קומען א צייט וואס מאנכע וועלן פרובירן צו לייקענען דאס אלעמען! לב מלכים ושרים ביד ה'...
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4030
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
האניג האט געשריבן:מ'זאגט נאך (געשריבען געווארן אינ'ם שטערן עטליכע חדשים צוריק) אז ווען דעם דעמאלסדיגען אמעריקאנעם פרעזידענט רוזעוועלט האט געזען וואס טוט זיך אפ אלץ דארט נאכ'ן חורבן נורא, האט ער געהייסן מ'זאל כאפן וואס מער בילדער (און ווידאויס - ?) פון די שחיטות ותליות, ווייל ס'גייט נאך קומען א צייט וואס מאנכע וועלן פרובירן צו לייקענען דאס אלעמען! לב מלכים ושרים ביד ה'...
רוזוועלט איז געשטארבן אין מיטן קריג, זיין וויצע טרומען האט איהם איבער גענומען.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד האט געשריבן:האניג האט געשריבן:מ'זאגט נאך (געשריבען געווארן אינ'ם שטערן עטליכע חדשים צוריק) אז ווען דעם דעמאלסדיגען אמעריקאנעם פרעזידענט רוזעוועלט האט געזען וואס טוט זיך אפ אלץ דארט נאכ'ן חורבן נורא, האט ער געהייסן מ'זאל כאפן וואס מער בילדער (און ווידאויס - ?) פון די שחיטות ותליות, ווייל ס'גייט נאך קומען א צייט וואס מאנכע וועלן פרובירן צו לייקענען דאס אלעמען! לב מלכים ושרים ביד ה'...
רוזוועלט איז געשטארבן אין מיטן קריג, זיין וויצע טרומען האט איהם איבער גענומען.
מסתמא האט זיך הרב דבש פארמישט, מיט פרעזידענט אייזענהויער וואס איז דעמאלס געוועהן די אמעריקאנער גענעראל
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5052
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
קליקו האט געשריבן:א עלטערע איד ההאט געזאגט אז די לייקענען פון וואס ער מיט כלל ישראל אינאיינעם זענען אדורך די שווערע יארן, געט א געוואלדיגע חיזוק!
פארוואס?
ווייל יעצט איז זיין אמונה אין יציאת מצרים זייער פארשטארקט געווארן, ווייל אז מקען היינט לייקענען וואס איז אקורשט געשעהן, אין מפרובירט עס צו מעקן, פארשטייט מען אלעס
זייער גוט געזאגט, און כאטש עס טוט טאקע וויי ווען מען לייקענט, אבער מיר אידן דארפן ב"ה נישט צוקומען צו זייער מודה זיין. אין אלע אנדערע צרות וואס זיי האבן אונז אנגעמאכט זענען זיי יא מודה?
דעם אויבערשטן קען מען נישט לייקענען, ווען ער וועט אנקומען מאכן זיין גרויסן דין וחשבון, ווען עס וועט אנקומען דער צייט פון הרנינו גוים עמו כי "דם עבדיו יקום, ונקם ישוב לצריו" וכיפר אדמתו עמו. דעמאלס וועט זיי גארנישט העלפן קיין לייקענען, מען וועט זיי דאס ווייזן קליפ און קלאר, און די גאנצע וועלט וועט זעהן אז די שטראף וואס אונזער גרויסער באשעפער וועט זיי דעמאלס געבן האבן זיי זיך ערליך פארדינט.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
קליקו האט געשריבן:א עלטערע איד ההאט געזאגט אז די לייקענען פון וואס ער מיט כלל ישראל אינאיינעם זענען אדורך די שווערע יארן, געט א געוואלדיגע חיזוק!
פארוואס?
ווייל יעצט איז זיין אמונה אין יציאת מצרים זייער פארשטארקט געווארן, ווייל אז מקען היינט לייקענען וואס איז אקורשט געשעהן, אין מפרובירט עס צו מעקן, פארשטייט מען אלעס
געב א קוק א גאנצע דרשה אויף דעם!
און דא בעט מען מזאל עס שיקן פאר גאנץ כלל ישראל
היינט האט איינע פון די ווקף אויפן הר הבית געמאלדן אז אלץ איז שקר
די אידן האבן שוין פון לאנג באגראבן אידישע זאכן אויפן הר הבית כדי די ארכיאולוגין זאלן עס שפעטער טרעפן...
די האלאקאוסט
די 11\9
מקור
מקור
רבנו בחיי:הערבים שונאים את עם ישראל יותר מכל האומות
"אברהם ראה במראה הנבואה שעתידים בניו להשתעבד תחת ידי ישמעאל, וכי ישנאו אותם שנאה גדולה שאין אומה בעולם שיהיו שונאים לישראל כבני ישמעאל"...

- דער תהילים איד
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6353
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18004
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
דא איז א וויכטיגע שאלה
אוודאי טאר מען נישט און מען קען גארנישט לייקענען חורבן אייראפא
די חיוב צו געדענקען דארף אבער א הסבר וואס די תכלית איז
וואס איז די יסוד פון זכור את אשר עשה לך עמלק....
איך מיין אז נעווער אגעין איז מינות...
אויב אזוי וואס איז יא דער בליק פון די תורה אויף דאס געדענקען די חורבן...
מסתמא אויף א תכלית וואס זאל אונז דערנענטערען צום באשעפער...

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
- האניג
- שר האלפיים
- תגובות: 2727
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
- לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
- פארבינד זיך:
סארי אויב כ'האב דיר נישט גוט פארשטאנען.
ס'זעט מיר אויס ווי דו פרעגסט דער אויפטו פון פאמפערן די האלאקאסט און אז נעווער עגען איז מינות. אני כשלעצמי (אן קיין מדינה אריינגעמישט) וואלט איך מסתם אויך געמאכט א קאמפיין "נעווער עגען" פשוט ווייל איך דארף טון השתדלות פון מונע זיין נאך א ג'ענעסייד רח"ל.
איך וויל ארויסברענגן דאס איז מיין דעת בעל הבית, אדרבה לאמיר הערן דעת תורה.
ס'זעט מיר אויס ווי דו פרעגסט דער אויפטו פון פאמפערן די האלאקאסט און אז נעווער עגען איז מינות. אני כשלעצמי (אן קיין מדינה אריינגעמישט) וואלט איך מסתם אויך געמאכט א קאמפיין "נעווער עגען" פשוט ווייל איך דארף טון השתדלות פון מונע זיין נאך א ג'ענעסייד רח"ל.
איך וויל ארויסברענגן דאס איז מיין דעת בעל הבית, אדרבה לאמיר הערן דעת תורה.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3333
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
- לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער
msp האט געשריבן:דא איז א וויכטיגע שאלה
אוודאי טאר מען נישט און מען קען גארנישט לייקענען חורבן אייראפא
די חיוב צו געדענקען דארף אבער א הסבר וואס די תכלית איז
וואס איז די יסוד פון זכור את אשר עשה לך עמלק....
איך מיין אז נעווער אגעין איז מינות...
אויב אזוי וואס איז יא דער בליק פון די תורה אויף דאס געדענקען די חורבן...
מסתמא אויף א תכלית וואס זאל אונז דערנענטערען צום באשעפער...
האניג האט געשריבן:סארי אויב כ'האב דיר נישט גוט פארשטאנען.
ס'זעט מיר אויס ווי דו פרעגסט דער אויפטו פון פאמפערן די האלאקאסט און אז נעווער עגען איז מינות. אני כשלעצמי (אן קיין מדינה אריינגעמישט) וואלט איך מסתם אויך געמאכט א קאמפיין "נעווער עגען" פשוט ווייל איך דארף טון השתדלות פון מונע זיין נאך א ג'ענעסייד רח"ל.
איך וויל ארויסברענגן דאס איז מיין דעת בעל הבית, אדרבה לאמיר הערן דעת תורה.
עס איז שוין דא א העפטיגער אשכול איבער די נושא.
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1418
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm
איז דען מעגליך געווען "בדרך היתר" צו מאכן השתדלות פאר עס איז אנגעקומען אז עס זאל נישט פאסירן? זיכער אז נישט. איין זאך יא, ווען מען וואלט נישט אזוי גערייצט דעם רשע ימ"ש וואלט עס - לויט אונזערע קליינע מוחות - מן הסתם נישט פאסירט.
עס איז באוואוסט די ווארט (כ'מיין פון ר' יונתן אייבשיץ) אז עס איז דא ווען דער אייבערשטער שיקט א שטראף דירעקט מיט א חשבון און דאס איז מכפר די עבירות, און עס איז דא ווען די אייבערשטער איז כביכול מסיר די השגחה און די שטראף קומט דורך די מזלות און דאס איז נישט מכפר די עבירות ווייל עס איז געקומען בלויז פון די מזל. אבער די צווייטע וועג איז נאר א זאך בדרך הטבע, ווען עס איז א שטראף שלא כדרך הטבע איז דאס א באווייז אז עס איז דירעקט פון הימל. ער איז מסביר די גמרא קינה לדוד מבעי' לי' נאר ער האט געזען אז עס איז נישט קיין עבד נאר א זוהן האט ער זיך געפריידט, ווייל עס איז חוץ לדרך הטבע ממילא איז עס מכפר די עבירות.
לענינינו, עס איז אזוי בולט קלאר אז עס איז געווען א דירעקטע יד ה', בדרך הטבע וואלט אזא זאך נישט געקענט פאסירן אין די ציוויליזירטע מאדערנע וועלט. און ממילא איז אויך נישט שייך צו זאגן מען זאל זיך היטן בדרך הטבע, ווייל די גאנצע זאך איז געווען למעלה מדרך הטבע.

ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שרייב-פעדער און 9 געסט