משפחת פרוכטער משפחה פארבאנד
די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד
-
- שר האלף
- תגובות: 1438
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
- לאקאציע: אין די העכערע ספערן...
משפחת פרוכטער משפחה פארבאנד
אין די יונגע יארן, האב איך -גלייך ווי אסאך בני גילי- גענישטערט אין יחוס. און זייענדיג א אפשטאמיגער פון ר' הערשעלע טשארטקאווער, האב איך זיך זייער געפריידט צום ספר "אגרת שלמה" - פון ר' שלמה פרוכטער - כמוצא שלל רב.
דארט אינעם צווייטן חלק, וואו עס איז דא עטליכע אינטרעסאנטע בריוו, ברענגט ער דעם פאלגענדן בריוו פון וואו עס ווייזט אויס אז די פרוכטער משפחה איז באשטאנען פון אסאך מיטגלידער און דאדורך איז עס איז געווען א גרויסער פארבאנד.

- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3976
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
איר דערמאנט מיר א ווערטל פון ר' יענקל מיללער, ער האט אמאל געזאגט אויף זיך אז ער איז א רוזינער אייניקל, האט איהם איינער געפרעגט וויאזוי? האט ער יענעם געענפערט: וויסן זאלסטו אז איך בין אן אייניקל פון ר' הירש טשארטקובער, נו, טשארטקוב שטאמט דאך פון רוזין, ממילא בין איך א רוזינער אייניקל...
לחיים ולברכה!
- יוראפ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 16828
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
- לאקאציע: על אדמת נכר
איך האב שוין געזעהן זיין מאמר, ער זאגט ער נישט דארט וואס ער וויל נאר איין זאך אז אלעס איז נישט גוט
איך זיך דאס וואס ביים סוף פון דער ספר איז דא א פרישע פארבלאט: "קונטרס לרשימות הנולדים והמשפחות אשר אינם נזכרים כאן בספר היוחסין". איך זיך עפעס א נאמען פון די משפחה וואס שטייט נישט ביז דארט, וויל איך זעהן צו עס שטייט אין דעם חלק

Yankel האט געשריבן:איך האב מיך לעצטנס געשריבן מיט הרב וקשטיין בנוגע די שייכות פון משפחת פרוכטר שטערן אדלער מיט ר' הירש טשארטקובער, זיין ריספאנד: באבע מעשהלאך
הגם ר' בעריש וועבער זאגט אז עס איז קלאר דא אן אלטע מסורה וואס ס'איז שווער אוועצומאכן
כ'געדענק סי'ז דא אויף דעם א גאנצער מאמר
דאס האב איך אויף יעצט געטראפן ווי ער לייקנט עס שטיין און ביין
- צוגעלייגטע
-
- 519 - עזר לאילנות - א .pdf
- (90.24 KiB) דאונלאודעד 83 מאל
דאס איז א שוואכקייט פון הרב וועקשטיין, אז גלייבט זייער שטארק אין זיינע פארשונגען און סיי וואס עס שטימט נישט מיט דעם איז נישט אמת, און ער רעכנט זיך גאנץ קנאפ מיט די מסורה פון די משפחות. משא"כ הרב וועבער, הגם ער זוכט אויך מקורות אויף אלעם, וועט ער נישט אוועק מאכן קיין מסורה, און אפילו מיט זיינע געפניסן האלט ער זיך אויך נישט אלעמאל אזוי שטארק ווייל ער קלערט אייביג אז ער האט נאך נישט אלעס און אפשר צום סוף וועט מען עפעס טרעפן וואס וועט אים אינגאנצן אפפרעגן.
מיין עקספיריענס
מיין עקספיריענס
לעצט פאראכטן דורך מה ידידות אום דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
ראספשע האט געשריבן:Yankel האט געשריבן:איך האב מיך לעצטנס געשריבן מיט הרב וקשטיין בנוגע די שייכות פון משפחת פרוכטר שטערן אדלער מיט ר' הירש טשארטקובער, זיין ריספאנד: באבע מעשהלאך
הגם ר' בעריש וועבער זאגט אז עס איז קלאר דא אן אלטע מסורה וואס ס'איז שווער אוועצומאכן
כ'געדענק סי'ז דא אויף דעם א גאנצער מאמר
דאס האב איך אויף יעצט געטראפן ווי ער לייקנט עס שטיין און ביין
דא האט איר דעם פולן מאמר
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....
-
- שר חמישים
- תגובות: 79
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 22, 2013 11:47 am
ר' בעריש וועבער email ?
האט אפשר איינער די אימעיל אדער טלפון נומבער פון הרב וועבער? דעים אימעיל (dweber@thejnet.com) זהעט נישט אויס ווי עס ארבייט
ישר כח
ישר כח
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט