אידישקייט אין אמעריקא: אגודת אנשי מעמד ובית ועד לחכמים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

אידישקייט אין אמעריקא: אגודת אנשי מעמד ובית ועד לחכמים

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג נובעמבער 21, 2010 2:55 pm

בעזהשי"ת
סעריע: אידישקייט אין אמעריקא בשנים קדמוניות
שרייבער: אהרן היערשקאוויטץ, סיראקיוזער מסדר קידושין
ניק: בן בוזי


פאר אנדערטהאלבן יאהר צוריק ווען איך האב באזוכט אויף דער גיגנאטישער בית עולם פון בית דוד, האב איך נישט צו פיעל אכטונג געגעבן אויף די מציבות וואס אויף זיי זענען געשריבן אז די שוכני עפר וועלכע ליגן באהאלטן אונטער די שטיינערנע געדענקסמאלן, זענען געווען מיטגלידער אין דער 'אגודת אנשי מעמד'.

אזוי אויך ווען פונקט פאראיאר ווען כ'בין געווען אויפן וועג אריין אין שטאט צו באזוכן אויפן אלטן בית עולם 'מאונט ציון' אין מאספעט, און כ'האב אונטערוועגנס זיך אפגעשטעלט אויף דער בראדוויי שאסיי אין די 'איסט סייד', האב איך אויך נישט צו פיעל זיך געקימערט איבער דעם קליינער שילד וואס הענגט דארט אויף איינע פון די רויטע הייזער, וועלכע ברויך צו זיין די לעצטע פארבליבענישן פון די אמאליגער אידישער איסט סייד.

אבער נעכטן אויף דער נאכט בליקנדיג איבער מיינע בילדער וואס מיין אפאראט האט דעמאלט פאטאגראפירט, האב איך געמערקט אז יש דברים בגו, עס זעהט זיך יא אויס אז די רעדע איז פון עפעס מער ווי בלויז א לאנדסמאנשאפטליכער סאסייעטי, צווישן די מיטגלידער פון דער אגודה האב איך באמערקט זענען אזעלכע וואס די טיטלעך זייערע און אנדערע דעטאלן גיבן אהן אנצוהערן אז די רעדע איז פון אנשים חשובים, דאס האט מיר באוואויגען זיך מער צו דערגרונטעווען איבער דעם חבורה וועלכע האט זיך גערופען "אגודת אנשי מעמד, ובית ועד לחכמים".

דער אגודת אנשי מעמד איז געגרינדעט געווארן אום פעברואר פון יאהרע 1922, דורך טעטיגע מענטשן וועלכע האבן איינגעזעהן אז עס פעלט זיך וויכטיג אויס אזא מוסד.

צו יענער צייט אין אמעריקא איז געווען דער מנהג אז ווען איינער איז אלט געווארן און ארבעטן האט מען שוין נישט געקענט מער, איז אנשטאט אז די קינדער זאלן זיך אפגעבן מיט זיי ווי עס איז אלעמאל געווען אנגענומען, האבן די קינדער זיי אריין געשטעלט אין א מושב זקנים אנשטאלט, אין ניו יארק אזוי ווי אין אלע אנדערע אידישע געגענטער זענען געווען צענדליגע אזעלכע אנשטאלטן, און דאס האט געהאט די שטערקסטע און וויכטיגסטע אנערקענונג ביים המון עם, וואס פאר אזעלכע צוועקן איז געווען גענוג און נאך געלט, דארט אין די מושב זקנים'ס האבן די אלטע לייט אויסגעדינט זייערע עלטערע יאהרן צווישן א פרעמדע אטמאספערע מיט וואס זיי זענען נישט אויף געוואקסן דערמיט.

האבן זיך אבער די ערליכע אידן ארום געקוקט און געקומען צו די החלטה אז אזא זאך איז נישט פאסיג פאר אזעלכע אידן וועלכע האבן זיך כל ימי חייהם אוועק געגעבן פאר תורה, און כל שכן אזעלכע וועלכע האבן געדינט אויף רבנישע פאסטנס.

דערפאר איז מען אויף געקומען מיטן איינפאל פון גרינדן א כולל פאר זקנים, אזוי וועט אויסקומען אז די כולל לייט וועלן ווייטער בלייבן וואוינען אין זייערע אייגענע היימען, און דערצו זאלן זיי קענען זיצן און לערנען אום געשטערט און אויסלעבן זייערע עלטערע יאהרן מיט תורה ועבודה, און דער כולל וועט זיי צושטעלן פרנסה אזוי אז זיי זאלן נישט קיינעם דארפן פאלן צו לאסט.

מען האט זיך דאן דערטראכט ביז מען איז אויף געקומען מיטן פאסיגער נאמען, און מען האט דעם נייער מוסד א נאמען געגעבן 'אגודת אנשי מעמד', צו סימבאליזירן דאס וואס די אנשי מעמד האבן געטוהן בזמן שבית המקדש היה קים זייענדיג מתפלל פאר כלל ישראל, אזוי האט אויך דער נייער מוסד אוועק געשטעלט מעמדות ווי עס וועט שפעטער זיין געשריבן.

אין פאקט האט זיך עס ארויס געשטעלט אלס אן אומגעהויערע סוקסעס, און דורך די יאהרן האבן זיך דורך געדרייעט גרויסע גאונים ותלמידי חכמים וועלכע האבן אויס געלעבט דארט זייערע עלעטערע יאהרן על התורה ועל העבודה, דער שוהל איז געווען אפן בייטאג און ביינאכט און שטענדיג זענען דארט אנוועזנד געווען עלטערע לייט וועלכע האבן געהארעוועט אין לערנען, עס איז געווען א באגייסטערונג בילד ווען מען איז אריין געקומען און געזעהן די רבנים מיט אזעלעכע הדרת פנימ'דיגע געזיכטער זיצן און לערנען (זעהט בייגעלייגטער בילד).
הרב אליעזר סילווער פון סינסענעטי שרייבט אין א בריוו איבער דער אגודת אנשי מעמד, "שם כמו נמצאתי בקלויז הגר"א שבעיר ווילנא, מצאתי בין הת"ח זקנים ואברכים גאוני תורה, עלוים, בקיאים בש"ס ופוסקים, צדיקים ואנשי מעשה הלומדים בשקידה רבה ואשר תורתם אומנתם בה יהפכו יומם ולילה יפלפלו ויתענגו, ובעת תמצא שמה תשכח כי בארץ החדשה הנך, תשכח תבל ומלואה".

דער נשיא המוסד איז געווען א גרויסער עסקן מיטן נאמען ר' ישעי' ארי' בריזמאן, און שפעטער אין יאהר תרצ"א האט מען אויך אויף גענומען אלס מנהל ומזכיר המוסד דעם בארימטער "אידישער מורה דרך" ר' שמואל אהרן רובין, הרב רובין איז געבוירן אין ירושלים צו זיין פאטער ר' דוב בער ראבינאוויץ אן אייניקל פונעם יהודי הק' פון פרשיסחא, און צו זיין מוטער ר' מנחם מענדל רובין פון ירושלים מח"ס עיני מנחם וועלכע איז געווען א זוהן פונעם קארטשינער רב ר' שמואל אהרן רובין מח"ס בית אהרן ובית שמואל, שפעטער איז ר' שמואל אהרן געקומען וואוינען קיין ניו יארק.

הרב רובין האט געהאט א וועכנטליכע פראגראם אויפן ראדיא וועלכע איז געלאפן אינמיטן דער אידישער שטונדע יעדן מוצאי שבת, דארט האט ער גערעדט וועגן די וויכטיגקייט פון די 'אגודת אנשי מעמד' און דערמיט אויף געטריבן געלטער פאר די החזקת המוסד.

כדי צו קענען אויסהאלטן דעם בודזשעט האט די חבורה פארמאגט א באזונדערע חלקה פאר קבורה ווי בלויז שומרי שבת האבן געקענט דארט באערדיגט ווערן, אזוי אויך האבן די רבנים געזאגט קדיש, געלערנט משניות און אפגעהיט די יאהרצייטן פון אזעלכע וועלכע האבן בייגעשטייערט להחזקת המוסד.

מיט דעם האט זיך אנגעפאנגען דער טעגליכער סדר היום אוהם אכט אזייגער צופרי, די רבנים האבן זיך געזעצט לערנען משניות לע"נ די פארשטארבענע חברים, אדער פארשטארבענע קרובים פון לעבעדיגע חברים וועלכע זענען נפטר געווארן אין יענעם יאהר אדער וואס זייער יאהרצייט איז אויס געפאלן אין יענעם טאג.

א ספעציעל שטארקער דגוש האט מען געלייגט אז עס זאל נישט זיין ווי א כללות'דיגער קדיש און משניות זאגעריי, דעריבער האט יעדער נפטר געהאט זיין באשטימטער קדיש זאגער פון צווישן די רבנים, יענער האט געברויכט אפהיטן דעם יאהרצייט און לערנען משניות מיט די גרעסטער פונקטליכקייט ווי א קינד פאר זיין פאטער.

אזוי האט מען זיך איינגעטיילט צווישן זיך אז יעדער איינער זאל קענען האלטן דעם יאהר אדער יאהרצייט, און אזוי האט מען צוטיילט די תפילות און קדישים.

עס איז ספעציעל באקאנט געווען דאס תהלים זאגן. יעדן צופרי האט מען תהלים געזאגט אויפן שטאט און געבעטן על כל צרה שלא תבוא, און אז איז פארהאנען געווען א מיטגליד וועלכע איז געווען באזונדער אנגעוויזן אויף די תפלות האט מען ספעציפיש תהלים געזאגט לזכותו, עס דארף באטאנט ווערן אז צו יענער צייט אין אמעריקא איז שוין מער נישט געווען דער אמאליגער שטעטלישער תמימות ווי דער תהלים איז געווען א וויכטיגער פאקטאר אין דער אידישער לעבן, דערפאר אז די אנשי מעמד האבן יא געמאכט אן עסק פונעם תהלים זאגן איז דאס געווען זייער א שטארקע זאך און געווארן שטארק בארימט דערמיט, א גאנצער טאג האבן נישט אויף געהערט אריין צו קומען רופן פון אלע טיילען פונעם שטאט און פון אנדערע שטעט, וי מען האט איבערגעגעבן בקשות אויף תהלים צו זאגן פאר א קראנקער וכדומה.

שפעטער בפטירת הרב רובין איז דער הנהלת המוסד איבער געגאנגען צו הרב קלמן גרשון ניומאן וועלכע איז געווען אן איידעם ביי ר' שמואל אהרנ'ען, הרב ניומאן האט קודם געדינט אין דער ביהכ"נ ר' הלל ליכטנשטיין דקאלאמיי (געווען דארט רב נאך איידער ער הרב רובין האט איהם גענומען אלס איידעם), שפעטער געפונען מיר איהם אלס דער רב פון קהל זכרון משה, בכלל איז הרב ניומאן געווען זייער א טעטיגער און געשעצטער עסקן און כלל טוער אין נוא יארק.

אין יאהר 1989/תשמ"ט האט זיך דער מנין אריבער געצויגן צו 283 איסט בראדוויי און זיך צוגעשמאלצן צו די קייט פון פארליבענע געדענקסמאהלן, צו דער מוסד איז נאך אין עקזיסטענץ ווייס איך נישט נאכאלץ קומען פאר דארט טעגליכע מנינים, ווי מען קען זעהט אויפן שילד, עס דינט דארט היינט אלס רב הרב נפתלי ניומאן זוהן פונעם דערמאנטן ר' קלמן גרשון.

מען קען נאך זיכער פיל שרייבן איבער דער מוסד וועלכע איז געווען א צענטער פונקט פון רבנישע פערזענליכקייטן, דערווייל האב איך בלויז אנגערירט דעם נושא און מיט די הילף פון אונזערע חשובע חברים קען מען עס בעז"ה פארברייטערן.
===========
בייגעלייגט איז אן אומקלארע בילד פון יאהר 1941 אדער פריער (!) ווי מען זעהט אויסגעזעצט די עלטערע לייט מיט לאנגע ווייסע בערד ווי זיי לערנען אינאיינעם.
צוגעלייגטע
1941.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג נובעמבער 21, 2010 3:06 pm

בילד פון הרב רובין, און פון זיין ספר אין גאנג פון לעבען
צוגעלייגטע
CCF11212010_00000.jpg
21-4181.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג נובעמבער 21, 2010 3:09 pm

פאלגענד וועל איך ארויף לייגען די פאר בילדער וואס כ'האב פאטאגארפירט, דאס זענען רבנישע פערזענליכקייטן וועלכע האבן מנו"כ אין די חלקה פון די אגודת אנשי מעמד. דאס ווייזט בלויז אויף די פאר וועלכע זענען דארט באערדיגט געווארן און שליסט אויס אזעלכע וועלכע האבן געהאט מעמבערשיפ אין אנדערע חלקות.
צוגעלייגטע
P1020768.jpg
P1020766.jpg
P1020765.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג נובעמבער 21, 2010 3:27 pm

צווישן די וואס ליגן דארט זענען:

הרב יוסף יודל ברוין פון די גרעסטע רבנים אין די בראנקס, שוין באשריבן זיין ביאגראפיע אינעם קונטרס הביאגראפיע.
הרב יעקב משה צימערמאן זוהן פונעם קרעמענטשוקער רב, רב פון בית המדרש הגדול דבראדוויי, געווען 25 יאהר מגיד שיעור אין אגודת אנשי מעמד, הרב צימערמאן האט געהאט א ברודער דער ארויסגעבער פון הכרם וועלכע איז אויך געווען טעטיג אין די אגודת אנשי מעמד.
הרב פערניקאף, וועלכע איז אויך געווען א מחותן מיט הרב צימערמאן, אויף זיין מציבה שטייט געשריבן אז ער האט געלערנט מיט תלמידים 50 יאהר מתורת רבו ר' דוד לייבאוויץ.
הגה"צ בנש"ק ר' יהושע וואגשאהל, (שטייט אויף דער מציבה אז ער האט איבער געלאזט זיינע קינדער אין גאליציע. מיר געפונען אבער דארט אויך אן אנדערער שמואל אהרן וואגשאהל מיט די זעלבער יחוס אלס זוהן פון הגה"צ ר' יהושע וואגשאהל, צ"ב)
הרב חיים קארן, געווען פריער רב אין יארמעליניץ.
הרב יעקב גאלדמאן, אשר דרש שלשים ושבע שנים בסלוצק.
הרב מאיר צבי זאכמאן צדיקי דורו שמש בצלם הסתופף, מחבר געווען א ספר חידושי תורה http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=32330&pgnum=1
צוגעלייגטע
P1020769.jpg
P1020767.jpg
P1020764.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג נובעמבער 21, 2010 3:30 pm

אזוי ווי דער נייער סיסטעם פארטראגט נישט מער פון 3 בילדער אויף אמאל דעריבער האב איך עס געמוזט שטעלן שטיקל ווייז. דא האט איר נאך צוויי.

א בילד היינט צו טאגס פון די שילדען אויף איסט בראדוויי.

(אויך הרב הענקין ליגט משום איזה סיבה שהוא אין דער זעלבער חלקה, דער חלקה געפונט זיך אונטער דעם אוהל און חלקה פון דער נאוואמינסקער רבי, אין בית דוד, עלמאנט.)
צוגעלייגטע
P1030220.jpg
P1020776.jpg
P1020774.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » זונטאג נובעמבער 21, 2010 4:11 pm

קודם א יישר כח בן בוזי פארן נייעם אשכול מ'זעט עס ליגט אסאך ארבעט דערין
פינקט היינט געטראפען אין א ספר דעם זיגל פון אגודת אנשי מעמד
צוגעלייגטע
IMG_1459.JPG

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 11:05 am

בן בוזי האט געשריבן:הרב רובין האט געהאט א וועכנטליכע פראגראם אויפן ראדיא וועלכע איז געלאפן אינמיטן דער אידישער שטונדע יעדן מוצאי שבת, דארט האט ער גערעדט וועגן די וויכטיגקייט פון די 'אגודת אנשי מעמד' און דערמיט אויף געטריבן געלטער פאר די החזקת המוסד.



זעהט אויבן רעכטס די זמנים פונעם ראדיא פראגראם
צוגעלייגטע
IMG_1556.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 11:22 am

א הארציגען יישר-כח הרב בן בוזי פון סיראקיוז, אייער ארבעט איז געוואלדאוונע, כה לחי!

אויך אין ברוקלין האט עקזעסטירט אזא חבורה, ווייס איך נישט צו דאס איז געווען אן אפטיילונג דערפון, בשנת תשכ"ג מעלדט המאור איבער א חודש'ליכע ר"ח סעודה אינעם ברוקלינער לאקאל אויף 152 הענרי סט. ווער דער רב הרב ר' ישראל בריעף פירט אן די עבודת הקודש.

שפעטער ווערט דערמאנט אלס רב ר' ישראל יוסף קראקאויער מלפנים מו"ץ בפרעשבורג וגאלאנטא.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' ישראל בריעף ז"ל (שטייענדיג מיט די ווייסע בארד און די ברילען)
צוגעלייגטע
who%20is%201.jpeg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 11:41 am

שלום עליך סקרענטאנער רב, איך דאנק אייך פאר די קאמפלימענט און כ'וואלט אייך ליבערשט נישט געוואלט אזוי ברבים קארעקטן, אבער איר האט א פארדריסליכער טעות, 152 הענרי סטריט דאס איז גענוי דער אדרעס פון די אגודת אנשי מעמד אין איסט סייד מאנהעטען.

איז דאס בילד פון הרב בריעף ביים סעודת ראש חודש זעלבסט?
====
הרב יהושע וואגשאהל הנ"ל האט זיך גערופען דעד פריסטיקער־קארטשינער רבי, ער האט איבערגעדרוקט דעם ספה"ק נועם אלימלך בשנת תש"ב, און ספר ברכות צדיק להר"ר אלימלך בשנת תש"ד. (ביידע זענען אוועיליבעל אויף היברו ביכער פינטל קאם)
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 11:54 am

הרב חיים קארן הנ"ל איז געווען רב בכמה מקומות ברוסיא כמבואר מספר אהלי שם http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 10&hilite=
און האט מחבר געווען כמה ספרים ביניהם תו חיים http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=1
=========
הרב זאכמאן הנ"ל, איז דא פון איהם נאך א ספר אויף היברו בוקס מיטן נאמען אמרי ישרה http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=32207&pgnum=1
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21964
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:05 pm

רב בן בוזי, געוואלדיג חשוב'ע ידיעות איינס ביי איינס.

דער בילד פון ר'ישראל בריעף איז ביי א קבלת פנים, דער איד וואס זיצט לייענענדיג די כתובה איז הרה"ח ר'אליעזר ליימזידער ז"ל.
לעצט פאראכטן דורך farshlufen אום מאנטאג נובעמבער 22, 2010 1:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:54 pm

ישר כח, איך האב קיינמאל נישט געוויסט דערפון, האלט אינץ אינפארמירט ווייטער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25688
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 2:05 pm

בן בוזי האט געשריבן:שלום עליך סקרענטאנער רב, איך דאנק אייך פאר די קאמפלימענט און כ'וואלט אייך ליבערשט נישט געוואלט אזוי ברבים קארעקטן, אבער איר האט א פארדריסליכער טעות, 152 הענרי סטריט דאס איז גענוי דער אדרעס פון די אגודת אנשי מעמד אין איסט סייד מאנהעטען.

איז דאס בילד פון הרב בריעף ביים סעודת ראש חודש זעלבסט?



ער הייבט אן, קודם איז ער געווארן רב אין סיראקיוז אן רשות פונעם מרא דאתרא, יעצט איז ער שוין מסדר קידושין דארט אויך, באלד גיי איך ווארפן פאשקעוילען......

על ראשון ראשון, איך האב נישט קיין טעות און ס'באכלל נישט פארדריסליך, דער אדרעס פון אגודת אנשי מעמד אין מאנהעטן איז געווען, ווי געשריבען אויף די צעטלעך וואס אונזער מאסף דער חשוב'ער זאמלער האט געברענגט, 156 הענרי סט.

איך רעד פון 152 הענרי סט. און דייקא יא אין ברורלין, נישט ווייט פון ווילי המפוארה, זעה דא ווי סערגעי ברין צייכנט אן דעם פונקטליכען מראה-מקום:
http://maps.google.com/maps?hl=en&rlz=1 ... CBQQnwIwAA

און צום שלוס, בייגעלייגט איז ר' מאיר אמסעל'ס אנאנס אין המאור תשכ"ג הנ"ל
צוגעלייגטע
hebrewbooks_org_27846_30.JPG

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 3:31 pm

קודם כל זייט נישט אזוי צורידערט, דער סידור קידושין אמט פון סיראקיוז האב איך אינאיינעם אמטירט מיטן בראזנווילער רבנות'שאפט וואס ידידנו הדגול האט אויף זיך גענומען, דאס איז געווען מיטן פולער באשטעטיגונג פונעם צדיק נסתר וועלכע ליגט באגראבן אין יוטיקא.

דער אדרעס זעהט אויס צו זיין צו אןן אינטערעסאנטער צופאל, וואס וואלט זיכער באדארפט א בירור.

ובדרך אגב וויל איך דיר זאגן אז מ'פעינט יעצט איבער די בנין אין ברוקלין........
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 5:38 pm

גערעדט איצטער מיטן ביקסאדער מרא דאתרא, האט ער געזאגט א דבר המתקבל על הלב בנוגע דער וואגשאהל ענין הנ"ל, הגה"צ ר' יהושע איז נפטר געווארן דאהי בשנת תש"ד ד.ה. אינדערמיט וואס דער וועלט מלחמה האט נאך געפלאקערט אין אויף דעם ארויף האט מען געשריבן אויפן מציבה זיינער "ואשתו ובניו ובנותיו עזב בגאליציע לאנחות" נישט וויסנדיג דער מצב זיייערער, אבער נאך וואס דער מלחמה איז געקומען צו אן ענדע האט זיין זוהן ר' שמואל אהרן אן איבערלעבער פון דער האלאקאוסט אהער געפליכטעט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 5:49 pm

בן בוזי האט געשריבן:גערעדט איצטער
כנראה לפי הלכה כתיבה כדיבור דמי.

אגב, האם אין תמונה ממצבת בנו ?
בן בוזי האט געשריבן:גערעדט איצטער מיטן ביקסאדער מרא דאתרא,
ברצוני לדעת האם דיבורים אלו נכתבו עם קבלת עול, עס קאן צו-נוץ קומען :!:
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 6:31 pm

בנוגע די פריוואטע ענינים וועלן מיר רעדן פריוואט, און געדענק איך פארמאג שוין היינט אויכעט נישט קיין קליינער טיטל...

א זייטיג בילד פון דער מציבה האב איך אויבן געברענגט.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

תגובהדורך זאמלער » דינסטאג נובעמבער 23, 2010 10:43 am

אין דער תורה ירחון "המסלה" פון יענע צייטן, פלעגן די אגודת אנשי מעמד ובית ועד לחכמים אסאך אריין לייגען "עדס" פון זייערע אקטיוויטען . איינס פון זייערע זאכען, איז געווען א "מאדעל" פונעם בית המקדש ווי באזוכערס האבן דאס געקענט קימען יעדען זונטאג און דינסטאג באטראכטן (לכאורה מיטן צוועק אויפצוטרייבן געלט פאר די אגודה).
דא האט איר א קאפי ווי ר' איסר זלמן מעלצער זצ"ל לויבט דאס אויס
צוגעלייגטע
IMG_1595[1].jpg

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דינסטאג ינואר 25, 2011 10:01 pm

הרב שלמה פרוכטער שרייבט אין א בריוו צו זיין משפחה, געדרוקט אין זיין ספר אגרת שלמה:

צוריק מיט דרייצן יאר בין איך געגאנגען וויזיטן אונזער חשובן טייערן שוואגער הרב ר' נחום צבי גלאזר ע"ה אין די אגודת אנשי מעמד 152 הענרי סטריט נוי יארק, רופט ער זיך אן צו מיר: שלמה! נאך וואס טויג דיר צו ארבעטן, פארדינען געלט, די קינדער נ"י פארהיייראט, און מיט דער רעגירונג שטיצע קען מען גאנץ פיין עקזיסטירן. לאז דיך אפ פון די אלע הבלים קום אריין אין די אנשי מעמד און זעץ זיך לערנען. זיינע טייערע ווערטער זענען געוועזן דברים היוצאים מן הלב.
אויף דעם האב איך אים געענטפערט, דאס ער זאל אראנדזשירן אין אפיס מיין אריינקומען, און מארגן בעז"ה קום איך אריין.
וכך היה, ווי איר אלע ווייסט דאס איך בין דארט געוועזן 10 יאר ביז צו מיין ארויסקומען קיין א"י בשטו"מ, און איך ב"ה קיין חרטה.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך ינואר 26, 2011 10:22 am

איך ציטיר פון אן אנדער ארט דאהי אויף אייוועלט ווי עס איז פארגעקומען דער פאלגענדער דיאלאג:
מיללער האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:דא האבעך אן ענליכן בילד (דאס ביהמ"ד איז ערגעץ אין איסט סייד מאנהעטן, כ'ווייס נישט ווער דאס איז):


הרב כן,
צוקוקענדיג די ווידעאו פון ר' לייבל זיפרין (געברענגט אין 'זכור ימות עולם' אין די איסט-סייד אשכול) איבער זיין זיידע הרב ר' נפתלי צבי מרגליות-אבולעפיה ז"ל, האב איך געזעהן אז דער בילד איז פון די מושב זקנים וואס הרב מרגליות האט אנגעפירט אין די איסט-סייד.


איז שייך צוזאמען צו שטעלן די צוויי ענינים?

(קרעדיט להרב דק"ק תולעת יהושע דפה ביקסאד יצ"ו פארן מיר געבן קבלה אויף דער גזירה שוה...)
צוגעלייגטע
Moshev Skeinim.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » מיטוואך ינואר 26, 2011 9:00 pm

פארוואס זעהט מיר דאס בילד אויס צו זיין געמאלן? (אדער פילייכט איז דאס טאקע?)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 12:05 pm

פארשריבן האט געשריבן:הרב שלמה פרוכטער שרייבט אין א בריוו צו זיין משפחה, געדרוקט אין זיין ספר אגרת שלמה:

צוריק מיט דרייצן יאר בין איך געגאנגען וויזיטן אונזער חשובן טייערן שוואגער הרב ר' נחום צבי גלאזר ע"ה אין די אגודת אנשי מעמד 152 הענרי סטריט נוי יארק, רופט ער זיך אן צו מיר: שלמה! נאך וואס טויג דיר צו ארבעטן, פארדינען געלט, די קינדער נ"י פארהיייראט, און מיט דער רעגירונג שטיצע קען מען גאנץ פיין עקזיסטירן. לאז דיך אפ פון די אלע הבלים קום אריין אין די אנשי מעמד און זעץ זיך לערנען. זיינע טייערע ווערטער זענען געוועזן דברים היוצאים מן הלב.
אויף דעם האב איך אים געענטפערט, דאס ער זאל אראנדזשירן אין אפיס מיין אריינקומען, און מארגן בעז"ה קום איך אריין.
וכך היה, ווי איר אלע ווייסט דאס איך בין דארט געוועזן 10 יאר ביז צו מיין ארויסקומען קיין א"י בשטו"מ, און איך ב"ה קיין חרטה.


באקומען א בילד פונעם מציבה פון הרב גלאזער אין אישי, דער שיקער איז אזא איינער א שטארקער נחבא אל הכלים וועלכע פארכט זייער אז מיטן לייגען צופיל תגובות וועט מען מגלה זיין ווער ער איז.... :wink:

ווייסט איינער ווי ער ליגט? דער שיכור האט נישט געוואוסט.
צוגעלייגטע
NuchemTzviGlasser.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 12:49 pm

תמים מיטוואך אוקטובר 14, 2009 1:29 pm שרייבט האט געשריבן:באקומען אין אישי

אז מען רעדט שוין, וויל איך ארויפלייגן אהער א בילד פון א איד וואס איך ווייס נישט וויפיל עס האבן אים געקענט; אבער די וואס ווייסן פון וועם איך רעד ווייסן זייער גוט.

ער האט געהייסן ר' יעקב עהרנרייך, געוועזן אן אייניקל פון הייליגן שימלויער רב זצ"ל, עס איז נאך נישט קיין גאנצע יאר פון ווען ער איז אוועק. איך געדענק אים פון די קליימער שול ווי א גוי פלעגט אים ברענגען די לעצטע צוויי יאר אין א ווילטשער, נעבעך, נאכן זיך אנליידן אויף די ביטערע מעשה. ווער עס האט געזעהן דעם איד דאווענען קען דאס נישט קיינמאל פארגעסן, ער האט זיך נעבעך געמוטשעט מיטן דיבור. אט האט איר א בילד פון א משפחה, ווי ער איז מעביר סדרה מיט מסירת נפש א יאר צוריק, בראשית, דאס לעצטע מאל איידער ער איז אוועק. נאכדעם איז ער שוין געווען צוגעבינדן צום בעט ביז ער האט אויסגעהויכט זיין לויטערע נשמה.

עס כאפט א ציטער וואסערע איד האט זיך געדרייט לעבן אונז, ער האט נישט געוואוסט וואס מיינט אן עבירה, בלי גוזמה. וואויל איז די אידן וואס האבן אים זוכה געווען צו העלפן צו מיט געלד, צו מיט עפעס אנדערש, ער איז געזיצן אין כולל אנשי מעמד א קיימא לן פון העכער 50 יאר; נישט אויסגעלאזט קיין טאג.

איך האף צום יארצייט, עטליכע טאג אין אדר, צירוקצוקומען מיט א לענגערע באשרייבונג.

מיללער האט געשריבן:הרב התמים,
אפשר קענט איר דאס שטעלן אינעם אשכול איבער דעם שימלאויער רב זצ"ל, און שרייבען זיין פונקטליכען יחוס צום לחם שלמה.

יהיה כן האט געשריבן:רבי מיללער
דער ר' יעקב ז"ל ווערט דערמאנט אינעם אשכול פון שימלויער רב זצ"ל, זיין ברודער ר' מאטל (ר' מרדכי זאב) פירט אן א שימלויער ביהמ"ד אויף העריסאן עוו., ער מיטן דריטן ברודער ר' חיים הערש פון ווימבס"ג (מחותן מיט הגה"צ מאנטעווידעאר רב זצ"ל) זענען קינדער פון ר' יהושע בן הגה"ק בעל לחם שלמה משימלויא. עיי"ש

דער באוויסטער בדחן משמח אלקים ואנשים ומחזק לבבות נשברות ר' וועלוול גאלדשטיין מחאצאצק נ"י (פון בית לפליטות) איז זיין איידעם

פארהאן נאך א ר' יעקב עהרנרייך הי"ו אין בארא פארק, (א שוואגער מיט הגה"צ אב"ד אבני שלמה ממאנסי זצ"ל, ולהבל"ח הגה"צ ר' מענדל שנעעבאלג שליט"א אב"ד מאנטשעסטער (בזיוו"ר))
צוגעלייגטע
Capture on 10-14-2009 14-34-06.jpg
Capture on 10-14-2009 14-34-06.jpg (14.93 KiB) געזעהן 4060 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4008
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג ינואר 27, 2011 1:22 pm

אין וומסב"ג וואוינט א עלנדער איד מיטן נאמען מרדכי גלאזער, האט דאס שייכות מיט די משפחה?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג פאברואר 07, 2011 11:46 am

באקומען פון זאמלער: בית תומכי תורה וזקני ישראל, איך האב נאכנישט עספיעט נאכצוקוקן מה זה ועל מה זה, אבער לכאורה זעהט עס אויס ווי אן אנליכע זאך צו אגודת אנשי מעמד.
צוגעלייגטע
IMG_3528.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Iphone און 7 געסט