בלאט 37 פון 39

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 9:21 pm
דורך הסרפד
מונאוויטש האט געשריבן:
בטיש בטישין האט געשריבן:היכי מצינן פאקשנעוויץ (אין) [און] ראזוועדאב?

פאקשיווניץ - Koprzywnica
ראזוואדוב - Rozwadow

ביידע אין פוילן.

להעיר (הרב מונאוויטש ווייסט דאס זיכער, אבער מאנכע פאר פלאנטערן זיך מיט דעם, איז עס כדי אהן צו מערקן בפירוש):
Rozwadow בפני עצמה עקזיסטירט שוין נישט. עס איז איין געשלינגן געווארן דורך א שכנות'דיגע דערפל בשם Stalowa Wola (עס איז מיר נישט קלאהר צו עס איז אפילו פארהאן במציאות א געגנט פון Stalowa Wola וואס הייסט ראזוואדוב, אבער אויפן מאפע ווערט עס געצייכנט, און די באהן סטאנציע הייסט נאך אזוי).

געשריבן: דאנארשטאג מאי 23, 2019 10:38 pm
דורך מונאוויטש
ריכטיג, די מאפעס טוהן נאך אנצייגן Rozwadow בתוך Stalowa Wola.

Map.jpg
Map.jpg (183.56 KiB) געזעהן 1941 מאל

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 11:44 am
דורך יצחק ראזענפעלד
ווייסט איינער וואו עס געפינט זיך די שטאט טאנטש?

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 1:56 pm
דורך הסרפד
יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:ווייסט איינער וואו עס געפינט זיך די שטאט טאנטש?

וואו? אצל סאסרעגען?

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:01 pm
דורך לעמעלע
די היסטאריע פון די גרעניצען אין אייראפע פון די לעצטע 2500 יאר
https://www.dropbox.com/s/dw5q9oplxz2zg ... e.mp4?dl=0

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:03 pm
דורך לעמעלע
די היסטאריע פון די גרעניצן אין אייראפע פון יאר 1800 למספרם
https://www.dropbox.com/s/ujtzpdi02p3um ... 9.mp4?dl=0

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:12 pm
דורך חכם לב
Gávavencsellő
וויאזוי רופט מען אין אידיש די שטאט?

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:26 pm
דורך מה ידידות
לעמעלע האט געשריבן:די היסטאריע פון די גרעניצען אין אייראפע פון די לעצטע 2500 יאר
https://www.dropbox.com/s/dw5q9oplxz2zg ... e.mp4?dl=0

ישר כח
פון ווי קומט דאס?

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:26 pm
דורך מה ידידות
.

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:26 pm
דורך הסרפד
חכם לב האט געשריבן:Gávavencsellő
וויאזוי רופט מען אין אידיש די שטאט?

עס איז א מאהל געוועהן צוויי שטעט, Gáva און Vencsellő.
Gáva איז זיכער 'גאווא/גאווע'. די אנדערע איז ככה"נ 'ווענטשעלע'. (און איך זעה אז די קברים עסקנים - אבותינו וכדו' - שרייבן טאקע אזוי.)

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 4:37 pm
דורך חכם לב
הסרפד האט געשריבן:

א דאנק

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 5:15 pm
דורך יונה ישראל
שטעטל "סעקינדא" נעבן די שטאט סאטמאר,
וויאזוי טרעף איך עס ?

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 10:10 pm
דורך שואל ומשיב
הסרפד האט געשריבן:
יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:ווייסט איינער וואו עס געפינט זיך די שטאט טאנטש?

וואו? אצל סאסרעגען?

גוגל ברענגט איינס אין פולין.

געשריבן: זונטאג מאי 26, 2019 10:16 pm
דורך שואל ומשיב
יונה ישראל האט געשריבן:שטעטל "סעקינדא" נעבן די שטאט סאטמאר,
וויאזוי טרעף איך עס ?

Socond.

https://ro.wikipedia.org/wiki/Comuna_Socond,_Satu_Mare

https://en.wikipedia.org/wiki/Socond

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 1:51 pm
דורך יום זה מכובד
קריליוויץ?
יש"כ למפרע

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 2:20 pm
דורך מונאוויטש
יום זה מכובד האט געשריבן:קריליוויץ?
יש"כ למפרע

לכאורה Murovani Kurylivtsi אין דרום אוקריינא.
https://www.google.com/maps/place/Murov ... 098979,14z

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 2:56 pm
דורך יענקל אלצווייסער
ווייסט איינער ווי עס געפינט זיך אויף גוגל מאפע די שטעטל ״טשאקעווע״, א גאליציאנע שטעטל וואס לויט מיין אינפארמאציע דארף זיך דאס געפינען ערגהץ נעבן יאווארזשנע און אוישוויץ?

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 3:19 pm
דורך הסרפד
יענקל אלצווייסער האט געשריבן:ווייסט איינער ווי עס געפינט זיך אויף גוגל מאפע די שטעטל ״טשאקעווע״, א גאליציאנע שטעטל וואס לויט מיין אינפארמאציע דארף זיך דאס געפינען ערגהץ נעבן יאווארזשנע און אוישוויץ?

די ריכטיגע נאמן איז שטשאקאווא = Szczakowa, Poland
טשאקאווע איז א קיצור.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 3:27 pm
דורך יענקל אלצווייסער
א דאנק. ווייסט איר ווי שאץ איז, א שטעטל וואס איז בעפאר די צווייטע וועלט קריג דאכט זיך געווען אין רומעניע ווי ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איז געבוירן געווארן.

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 6:36 pm
דורך הסרפד
יענקל אלצווייסער האט געשריבן:א דאנק. ווייסט איר ווי שאץ איז, א שטעטל וואס איז בעפאר די צווייטע וועלט קריג דאכט זיך געווען אין רומעניע ווי ר׳ מאיר שפירא זצ״ל איז געבוירן געווארן.

Suceava, Romania
(קרי: סוטשאווא. אזוי הייסט עס אויף אלע שפראכן, אויס געלייגט אנדערש, כמובן, אויסער אידיש.)

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 7:30 pm
דורך יצח וועבערמאן
חכם לב האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
חכם לב האט געשריבן:Gávavencsellő
וויאזוי רופט מען אין אידיש די שטאט?

עס איז א מאהל געוועהן צוויי שטעט, Gáva און Vencsellő.
Gáva איז זיכער 'גאווא/גאווע'. די אנדערע איז ככה"נ 'ווענטשעלע'. (און איך זעה אז די קברים עסקנים - אבותינו וכדו' - שרייבן טאקע אזוי.)

ישר כח

מציבה פונעם שוחט און ראש הקהל
קוקט גוט אויף די ווערטער פונעם ראש הקהל !!

געשריבן: דינסטאג יוני 25, 2019 10:07 pm
דורך יצחק ראזענפעלד
הסרפד האט געשריבן:
יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:ווייסט איינער וואו עס געפינט זיך די שטאט טאנטש?

וואו? אצל סאסרעגען?

ניין, אין די געגנט פון ביסטריץ.

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 5:51 am
דורך יום זה מכובד
מונאוויטש האט געשריבן:
יום זה מכובד האט געשריבן:קריליוויץ?
יש"כ למפרע

לכאורה Murovani Kurylivtsi אין דרום אוקריינא.
https://www.google.com/maps/place/Murov ... 098979,14z

שטימט. יש"כ

געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2019 10:55 am
דורך הסרפד
יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
יצחק ראזענפעלד האט געשריבן:ווייסט איינער וואו עס געפינט זיך די שטאט טאנטש?

וואו? אצל סאסרעגען?

ניין, אין די געגנט פון ביסטריץ.

מיר רעדן פון דעם זעלבן דערפל. Tonciu, Romania (מלפנים Tacs/Tancs = טאטש/טאנטש), אין מיטן וועג פון ביסטריץ קיין סאסרעגין...