Advertisement

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

טרעפן אייראפעאישע שטעט אויפען היינטיגע מאפע

מאנטאג נובמבר 15, 2010 7:40 pm

איך האב שוין מערער מאל געזיכט שטעטליך אין אייראפע אויפן מאפע, און איך האב זיי נישט געקענט געפינען, צוליב דעם וואס רוב נעמען וואס אינז רוף מיר די שטעט וואו אידען האבן געוואוינט פארן צווייטע וועלט מלחמה, זענען א ביסעל פארדרייט, און א שיין חלק זענען גענצליך פארדרייט, לדגמה דער שטאט ראצפערט, מען קען עס זיכען חדשים אויפן מאפע און עס נישט געפינען, דער ריכטיגער נאמען פינעם שטאט ראצפערט געדענק איך נישט אבער איך ווייס אז עס איז נישט דומה מן הקצה אל הקצה צו דעם וואס מיר רופען דאס, וואלט איך געהאלטען אז עס איז כדאי, מען זאל מאכן א רשומה פון די שטעט, פארשטייט זיך אזא זאך קומט נישט און איין טאג, אבער אז עס איז מעגליך און דער עולם האלט דערביי וועט מען קענען מאכן עפעס.
למשול סיגעט, ליזענסק, סאטמער, קערעסטיער, נייטרא, מישקאלץ, שימאני, ווילנא, טשארטיקאוו, וואלאווע, רימאנאוו, ווישניצע, זענטא, פשעווארסק, אוהעל, בעלזא, מינקאטש, מעהערן, קאסוב, לעלוב, דאס איז א ליסטע פון די יעצטיגע ערשטע בלאט אויף על הצדיקים.

3 דערפין ווייס איך וואו עס איז, און וואס פארא נעמען זיי טראגען, אבער די גרעסערע חלק ווייס איך נישט.

בייגעלייגט די 3 שטעט וואס איך ווייס זייער ניק איך מיין צו זאגען די נעמען וואו זוי גוגעל מאפע רופט זיי אן מיט א לינק דערצו.

סאטמאר: Satu Mare, Romania http://maps.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=Satu+Mare,+Romania&sll=47.786518,22.902203&sspn=0.060899,0.184708&ie=UTF8&hq=&hnear=Satu+Mare,+Romania&ll=47.792054,22.819805&spn=0.060892,0.184708&z=13
סיגעט: http://maps.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=Sighetu+Marma%C5%A3iei,+Romania&sll=47.792054,22.819805&sspn=0.060892,0.184708&ie=UTF8&hq=&hnear=Sighetu+Marma%C5%A3iei,+Maramure%C5%9F+County,+Romania&z=13Sighetu Marmaţiei, Romania
ליזענסק: Leżajsk, Polandhttp://maps.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=Le%C5%BCajsk,+Poland&sll=47.790094,22.853279&sspn=0.060894,0.119305&ie=UTF8&hq=&hnear=Le%C5%BCajsk,+Le%C5%BCajsk+County,+Subcarpathia,+Poland&z=12

עס איז דא א שטאט Lublin, Poland איז דאס טאקע לובלין?

א קיצור אזוי איז דא און דא שטעט אויף שטעט, עס איז זיכער דא צווישען אונז אזעליכע וואס ווייסען יא מערערע שטעט די נעמען, וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט מען זאל אזא אשכול אויסארבעטן.

Advertisement

מאנטאג נובמבר 15, 2010 8:25 pm

אין גדולי חכמי גלציה איז דא א רשימה פון די גאליציאנער שטעט, און עס זענען דא עטליכע וועב סייטס וועגען קברי צדיקים וואס זענען אויך זייער בייהילפיג

מאנטאג נובמבר 15, 2010 8:25 pm

http://www.jewishgen.org/Communities/Search.asp

דינסטאג נובמבר 16, 2010 1:14 am

אין פוילן איז עס גאנץ כמעשה, הגם מיט שינוים (ווארשאוו און קראקאוו, אנשטאט וווארשא און קראקא. גור גראדע איז אינטערעסאנט,אויף פויליש רופט מען עס:"גורא קאלוואריע" - אין א שמועס מיטן פוילישן גוי ביינונז אין סמעדרעש דערוועגן, האט ער געוויסט צו זאגן וועגן דעם "ראבין" דארטן).

אבער אונגארן, איז השם ישמרנו. אוהעל,למשל איז א נאמען וואס איר וועט גאנץ ווארשיינליך יא ארויסליינען צווישן די שורות פון "ווארשאראשאויהעלי" אדער בערך אזוי, אבער וואס וועט זיין מיט שטעט ווי עס איז בטעות נישטא קיין רמז אינעם אונגארישן נאמען צי וויאזוי מען האט עס ביינונז גערופן.

דינסטאג נובמבר 16, 2010 2:04 am

imzist האט געשריבן:אין פוילן איז עס גאנץ כמעשה, הגם מיט שינוים (ווארשאוו און קראקאוו, אנשטאט וווארשא און קראקא. גור גראדע איז אינטערעסאנט,אויף פויליש רופט מען עס:"גורא קאלוואריע" - אין א שמועס מיטן פוילישן גוי ביינונז אין סמעדרעש דערוועגן, האט ער געוויסט צו זאגן וועגן דעם "ראבין" דארטן).

אבער אונגארן, איז השם ישמרנו. אוהעל,למשל איז א נאמען וואס איר וועט גאנץ ווארשיינליך יא ארויסליינען צווישן די שורות פון "ווארשאראשאויהעלי" אדער בערך אזוי, אבער וואס וועט זיין מיט שטעט ווי עס איז בטעות נישטא קיין רמז אינעם אונגארישן נאמען צי וויאזוי מען האט עס ביינונז גערופן.
אזוי, פוילן איז כמעשה און אונגארין איז השם ישמרנו, [במאמר המוסגר : יאך טוה איין שטימן מיט אייך אויף די ציטירטע, נאר על דברים אחרים]

אפשר ווייסט איהר אוואו אזוי דזיקוב אדער ריישא הייסן אויף פויליש ?

די ביי-שפיל וואס איהר האט געברענגט פון אוהעלי איז נישט אזוי געפעהרליך, סך הכל נעמט אריין די צו-געלייגטע פון אן הייב.

דינסטאג נובמבר 16, 2010 6:51 am

ריישא איז כמעשה, דזשיקוב איז נישט צום דערקענען, איינער קען דא מסביר זיין וויאזוי עס איז געווארן דזשיקוב דערפון...

דינסטאג נובמבר 16, 2010 9:09 am

קרעסטיר
נייטרא
מישקאלץ
ווילנא
רימנוב
ווישניץ
אוהעל
בעלזא
מונקאטש
(מדינת) מעהרן
לעלוב

דינסטאג נובמבר 16, 2010 11:01 am

ראצפערט-( אונגארן) איז UJFEHERTO .
פונקטליך האט געשריבן:http://maps.google.com/maps?rlz=1C1CHFX ... CBMQ8gEwAA

מיטוואך נובמבר 17, 2010 12:22 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:ריישא איז כמעשה, דזשיקוב איז נישט צום דערקענען, איינער קען דא מסביר זיין וויאזוי עס איז געווארן דזשיקוב דערפון...



די שטאט דזיקוב ווערט אין פויליש אנגערופען Tarnobrzeg-Dzikow

http://maps.google.com/maps?q=Dzik%C3%B3w+39-400+Tarnobrzeg,+Tarnobrzeg+County,+Subcarpathia,+Poland&hl=en&um=1&ie=UTF-8&sa=N&tab=vl

מיטוואך נובמבר 17, 2010 12:55 pm

טא וואס איז טארנאבדזשעק און וואס איז דזשיקוב ?

מדינת אנשבך

דינסטאג דצמבר 14, 2010 8:12 am

איך האב שוין אסאך מאל געטראפן אין ספרים שטיין "אב"ד מדינת אנשבך", וואס איז דאס "מדינת אנשבך"?

דינסטאג דצמבר 14, 2010 12:10 pm

מדינת אנסבאך: איז א געגענט פון קליינע שטעטלעך און דערפליך. עס איז לעבן דער באקאנטע שטאט פירטה/פיורדא און דייטשלאנד.

דינסטאג דצמבר 14, 2010 12:37 pm

ייש"כ.

פארוואס הייסט עס אבער מדינת?

האט עס נאך היינט אויך דעם נאמען?

דינסטאג דצמבר 14, 2010 1:32 pm

די היינטיגע דייטשלאנד איז ביז ארום 200 יאר צוריק, געווען צעטיילט אין צענדליגער, צו גאר הונדערטער, קלענערע מדינה'לעך, יעדע מיט איר אייגענע פירשט.

דינסטאג דצמבר 14, 2010 4:06 pm

אגב, מען געפונט אפט אז "מדינה" באדייט א "שטאט" (שוין אמאל ארומגערעדט דערוועגן אויפן איי-וועלטל)

דינסטאג דצמבר 14, 2010 5:34 pm

http://tinyurl.com/37thy2x

דינסטאג דצמבר 14, 2010 5:35 pm

יישר כח גדול!

ביסט שוין גארנישט פארשלאפן.

דינסטאג דצמבר 14, 2010 5:46 pm

כ'לאָדן ארויף א בילד דא (קרעדיט: פארשלאפן)
קליקט דערויף עס צו פארגרעסערן

(אויבן רעכטס איז 'בערלין' 'פראנקפורט')


IMG_0080.JPG

זונטאג דצמבר 19, 2010 8:01 pm

עס איז דא א דיקע ביך 'WHERE WE ONCE WALKED' וואס איז א מפתח פין טויזענטער שטעט איבער די לענג און די ברייט פין איירופה.
עס האט נעמען פיו 23,500 שטעט + 17,500 פארשידענע אויסלייגען פיו די נעמען.
עס האט אויך די LONGITUDE & LATITUDE פאר א GPS
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום דאנערשטאג דצמבר 23, 2010 9:51 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג דצמבר 20, 2010 4:02 pm

איך ווייס נישט אויב דאס קומט דא.

איך זיך אינפארמאציע אויף צוויי שטעט
איינס הייסט 'פולדעש' (Foildesh)דאס איז און אונגארן.
און די אנדערע ווייס איך ניטאמאל וויאזוי מ'זאגט ארויס די נאמען פונעם שטאט, ' קליינגירץ' ממש נעבן קארלסבורג,
ס'איז געווען איין גרויסע שטאט 'גערץ' און ס'איז געווען ציטיילט און צוויי -' קליינגערץ און גרויסגערץ '.
אויב איינער קען שרייבן עפעס אינפארמאציע פון די שטעט אדער פון די בתי חיים אדער פון די איינוואווינער וואלט איך געווען זייער דאנקבאר.
יישר כח.

מאנטאג דצמבר 20, 2010 5:43 pm

אפשר האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דאס קומט דא.

איך זיך אינפארמאציע אויף צוויי שטעט
איינס הייסט 'פולדעש' (Foildesh)דאס איז און אונגארן.

יישר כח.

http://tinyurl.com/foildesh

מאנטאג דצמבר 20, 2010 6:25 pm

ר' אפשר
איבער פולדעש קענט איר זעהן אין 'פנקס הקהילות' פון יד ושם,הונגריה ע' 446 ,אויך אין די נייע ספר 'קהילות הונגריה' פין מכון ירושלים ע 338

ווארשיינליך מיינט איר די שטאט טורץ TURT,TURCZ
וואס צו דעם איז געווען מסונף גרצא-מארא GHERTA MARE און גרצא-מיקה GHERTA MICA ,אויף די שטעט זעה 'פנקס הקהילות' ,רומניה ע 162-3
,אויך אין' חכמי טראנסילווניה' ע' 270

דינסטאג דצמבר 21, 2010 10:56 am

א גרויסן יישר כח הרב פארשלאפן פארן ארויס העלפן. אבער (ליידער) מיט מיין פילטער קען איך נישט עפענען דעם לינק, אויב האסטו עפעס א אנדערע לינק וואס איך וועל יא קענען עפענען וואלט איך דיר זייער דאנקבאר זיין.

אויך א גרויסן יישר כח פאר הרב ר' יוסף, פארן ברענגן די אינפארמאציע.
איז דא ערגעץ אנליין ווי איך קען זעהן די ספרים וואס די ברענגסט צו ?

דינסטאג דצמבר 21, 2010 11:18 am

דאס קענט איר יא זעהן?
(קרעדיט: פארשלאפן)

דינסטאג דצמבר 21, 2010 11:54 am

פונקטליך האט געשריבן:דאס קענט איר יא זעהן?
(קרעדיט: פארשלאפן)

יא.
יישר כח פאר ביידע.
שרייב א תגובה

Advertisement