טרעפן אייראפעאישע שטעט אויפן היינטיגע מאפע

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

טרעפן אייראפעאישע שטעט אויפן היינטיגע מאפע

תגובהדורך cano » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 7:40 pm

איך האב שוין מערער מאל געזיכט שטעטליך אין אייראפע אויפן מאפע, און איך האב זיי נישט געקענט געפינען, צוליב דעם וואס רוב נעמען וואס אינז רוף מיר די שטעט וואו אידען האבן געוואוינט פארן צווייטע וועלט מלחמה, זענען א ביסעל פארדרייט, און א שיין חלק זענען גענצליך פארדרייט, לדגמה דער שטאט ראצפערט, מען קען עס זיכען חדשים אויפן מאפע און עס נישט געפינען, דער ריכטיגער נאמען פינעם שטאט ראצפערט געדענק איך נישט אבער איך ווייס אז עס איז נישט דומה מן הקצה אל הקצה צו דעם וואס מיר רופען דאס, וואלט איך געהאלטען אז עס איז כדאי, מען זאל מאכן א רשומה פון די שטעט, פארשטייט זיך אזא זאך קומט נישט און איין טאג, אבער אז עס איז מעגליך און דער עולם האלט דערביי וועט מען קענען מאכן עפעס.
למשול סיגעט, ליזענסק, סאטמער, קערעסטיער, נייטרא, מישקאלץ, שימאני, ווילנא, טשארטיקאוו, וואלאווע, רימאנאוו, ווישניצע, זענטא, פשעווארסק, אוהעל, בעלזא, מינקאטש, מעהערן, קאסוב, לעלוב, דאס איז א ליסטע פון די יעצטיגע ערשטע בלאט אויף על הצדיקים.

3 דערפין ווייס איך וואו עס איז, און וואס פארא נעמען זיי טראגען, אבער די גרעסערע חלק ווייס איך נישט.

בייגעלייגט די 3 שטעט וואס איך ווייס זייער ניק איך מיין צו זאגען די נעמען וואו זוי גוגעל מאפע רופט זיי אן מיט א לינק דערצו.

סאטמאר: Satu Mare, Romania http://maps.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=Satu+Mare,+Romania&sll=47.786518,22.902203&sspn=0.060899,0.184708&ie=UTF8&hq=&hnear=Satu+Mare,+Romania&ll=47.792054,22.819805&spn=0.060892,0.184708&z=13
סיגעט: http://maps.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=Sighetu+Marma%C5%A3iei,+Romania&sll=47.792054,22.819805&sspn=0.060892,0.184708&ie=UTF8&hq=&hnear=Sighetu+Marma%C5%A3iei,+Maramure%C5%9F+County,+Romania&z=13Sighetu Marmaţiei, Romania
ליזענסק: Leżajsk, Polandhttp://maps.google.com/maps?f=q&source=s_q&hl=en&geocode=&q=Le%C5%BCajsk,+Poland&sll=47.790094,22.853279&sspn=0.060894,0.119305&ie=UTF8&hq=&hnear=Le%C5%BCajsk,+Le%C5%BCajsk+County,+Subcarpathia,+Poland&z=12

עס איז דא א שטאט Lublin, Poland איז דאס טאקע לובלין?

א קיצור אזוי איז דא און דא שטעט אויף שטעט, עס איז זיכער דא צווישען אונז אזעליכע וואס ווייסען יא מערערע שטעט די נעמען, וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט מען זאל אזא אשכול אויסארבעטן.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 8:25 pm

אין גדולי חכמי גלציה איז דא א רשימה פון די גאליציאנער שטעט, און עס זענען דא עטליכע וועב סייטס וועגען קברי צדיקים וואס זענען אויך זייער בייהילפיג
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 15, 2010 8:25 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

imzist
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 07, 2010 6:05 pm

תגובהדורך imzist » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 1:14 am

אין פוילן איז עס גאנץ כמעשה, הגם מיט שינוים (ווארשאוו און קראקאוו, אנשטאט וווארשא און קראקא. גור גראדע איז אינטערעסאנט,אויף פויליש רופט מען עס:"גורא קאלוואריע" - אין א שמועס מיטן פוילישן גוי ביינונז אין סמעדרעש דערוועגן, האט ער געוויסט צו זאגן וועגן דעם "ראבין" דארטן).

אבער אונגארן, איז השם ישמרנו. אוהעל,למשל איז א נאמען וואס איר וועט גאנץ ווארשיינליך יא ארויסליינען צווישן די שורות פון "ווארשאראשאויהעלי" אדער בערך אזוי, אבער וואס וועט זיין מיט שטעט ווי עס איז בטעות נישטא קיין רמז אינעם אונגארישן נאמען צי וויאזוי מען האט עס ביינונז גערופן.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 2:04 am

imzist האט געשריבן:אין פוילן איז עס גאנץ כמעשה, הגם מיט שינוים (ווארשאוו און קראקאוו, אנשטאט וווארשא און קראקא. גור גראדע איז אינטערעסאנט,אויף פויליש רופט מען עס:"גורא קאלוואריע" - אין א שמועס מיטן פוילישן גוי ביינונז אין סמעדרעש דערוועגן, האט ער געוויסט צו זאגן וועגן דעם "ראבין" דארטן).

אבער אונגארן, איז השם ישמרנו. אוהעל,למשל איז א נאמען וואס איר וועט גאנץ ווארשיינליך יא ארויסליינען צווישן די שורות פון "ווארשאראשאויהעלי" אדער בערך אזוי, אבער וואס וועט זיין מיט שטעט ווי עס איז בטעות נישטא קיין רמז אינעם אונגארישן נאמען צי וויאזוי מען האט עס ביינונז גערופן.
אזוי, פוילן איז כמעשה און אונגארין איז השם ישמרנו, [במאמר המוסגר : יאך טוה איין שטימן מיט אייך אויף די ציטירטע, נאר על דברים אחרים]

אפשר ווייסט איהר אוואו אזוי דזיקוב אדער ריישא הייסן אויף פויליש ?

די ביי-שפיל וואס איהר האט געברענגט פון אוהעלי איז נישט אזוי געפעהרליך, סך הכל נעמט אריין די צו-געלייגטע פון אן הייב.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 6:51 am

ריישא איז כמעשה, דזשיקוב איז נישט צום דערקענען, איינער קען דא מסביר זיין וויאזוי עס איז געווארן דזשיקוב דערפון...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 9:09 am

די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אפשר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דינסטאג נובעמבער 16, 2010 11:01 am

ראצפערט-( אונגארן) איז UJFEHERTO .
פונקטליך האט געשריבן:http://maps.google.com/maps?rlz=1C1CHFX ... CBMQ8gEwAA

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » מיטוואך נובעמבער 17, 2010 12:22 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:ריישא איז כמעשה, דזשיקוב איז נישט צום דערקענען, איינער קען דא מסביר זיין וויאזוי עס איז געווארן דזשיקוב דערפון...



די שטאט דזיקוב ווערט אין פויליש אנגערופען Tarnobrzeg-Dzikow

http://maps.google.com/maps?q=Dzik%C3%B3w+39-400+Tarnobrzeg,+Tarnobrzeg+County,+Subcarpathia,+Poland&hl=en&um=1&ie=UTF-8&sa=N&tab=vl

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך נובעמבער 17, 2010 12:55 pm

טא וואס איז טארנאבדזשעק און וואס איז דזשיקוב ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

מדינת אנשבך

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 8:12 am

איך האב שוין אסאך מאל געטראפן אין ספרים שטיין "אב"ד מדינת אנשבך", וואס איז דאס "מדינת אנשבך"?

איטשע
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 12:10 pm

מדינת אנסבאך: איז א געגענט פון קליינע שטעטלעך און דערפליך. עס איז לעבן דער באקאנטע שטאט פירטה/פיורדא און דייטשלאנד.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 12:37 pm

ייש"כ.

פארוואס הייסט עס אבער מדינת?

האט עס נאך היינט אויך דעם נאמען?

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 1:32 pm

די היינטיגע דייטשלאנד איז ביז ארום 200 יאר צוריק, געווען צעטיילט אין צענדליגער, צו גאר הונדערטער, קלענערע מדינה'לעך, יעדע מיט איר אייגענע פירשט.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 4:06 pm

אגב, מען געפונט אפט אז "מדינה" באדייט א "שטאט" (שוין אמאל ארומגערעדט דערוועגן אויפן איי-וועלטל)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 5:34 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 5:35 pm

יישר כח גדול!

ביסט שוין גארנישט פארשלאפן.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג דעצמבער 14, 2010 5:46 pm

כ'לאָדן ארויף א בילד דא (קרעדיט: פארשלאפן)
קליקט דערויף עס צו פארגרעסערן

(אויבן רעכטס איז 'בערלין' 'פראנקפורט')


IMG_0080.JPG
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג דעצמבער 19, 2010 8:01 pm

עס איז דא א דיקע ביך 'WHERE WE ONCE WALKED' וואס איז א מפתח פין טויזענטער שטעט איבער די לענג און די ברייט פין איירופה.
עס האט נעמען פיו 23,500 שטעט + 17,500 פארשידענע אויסלייגען פיו די נעמען.
עס האט אויך די LONGITUDE & LATITUDE פאר א GPS
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 9:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אפשר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 4:02 pm

איך ווייס נישט אויב דאס קומט דא.

איך זיך אינפארמאציע אויף צוויי שטעט
איינס הייסט 'פולדעש' (Foildesh)דאס איז און אונגארן.
און די אנדערע ווייס איך ניטאמאל וויאזוי מ'זאגט ארויס די נאמען פונעם שטאט, ' קליינגירץ' ממש נעבן קארלסבורג,
ס'איז געווען איין גרויסע שטאט 'גערץ' און ס'איז געווען ציטיילט און צוויי -' קליינגערץ און גרויסגערץ '.
אויב איינער קען שרייבן עפעס אינפארמאציע פון די שטעט אדער פון די בתי חיים אדער פון די איינוואווינער וואלט איך געווען זייער דאנקבאר.
יישר כח.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 5:43 pm

אפשר האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דאס קומט דא.

איך זיך אינפארמאציע אויף צוויי שטעט
איינס הייסט 'פולדעש' (Foildesh)דאס איז און אונגארן.

יישר כח.

http://tinyurl.com/foildesh
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג דעצמבער 20, 2010 6:25 pm

ר' אפשר
איבער פולדעש קענט איר זעהן אין 'פנקס הקהילות' פון יד ושם,הונגריה ע' 446 ,אויך אין די נייע ספר 'קהילות הונגריה' פין מכון ירושלים ע 338

ווארשיינליך מיינט איר די שטאט טורץ TURT,TURCZ
וואס צו דעם איז געווען מסונף גרצא-מארא GHERTA MARE און גרצא-מיקה GHERTA MICA ,אויף די שטעט זעה 'פנקס הקהילות' ,רומניה ע 162-3
,אויך אין' חכמי טראנסילווניה' ע' 270

אפשר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 10:56 am

א גרויסן יישר כח הרב פארשלאפן פארן ארויס העלפן. אבער (ליידער) מיט מיין פילטער קען איך נישט עפענען דעם לינק, אויב האסטו עפעס א אנדערע לינק וואס איך וועל יא קענען עפענען וואלט איך דיר זייער דאנקבאר זיין.

אויך א גרויסן יישר כח פאר הרב ר' יוסף, פארן ברענגן די אינפארמאציע.
איז דא ערגעץ אנליין ווי איך קען זעהן די ספרים וואס די ברענגסט צו ?

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 11:18 am

דאס קענט איר יא זעהן?
(קרעדיט: פארשלאפן)
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אפשר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דינסטאג דעצמבער 21, 2010 11:54 am

פונקטליך האט געשריבן:דאס קענט איר יא זעהן?
(קרעדיט: פארשלאפן)

יא.
יישר כח פאר ביידע.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט